|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:39 |
|
| |
איך קען דיר זאגען אז די סיבה פארװאס פאקאנאס איז נישט געװארן איז װײל די לאקעל מענטשען האבען אינץ נישט געדארפט דארט. ווען עס איז געקימען די צײט צי וואיטען האבען מיר געהאט 4 וואיטס נישט מער.
די עסקנים וואס האבען פריבירט אין pa ארבעטען יעצט װײטער זיי האבען נישט אױפגעגעבען, די צרה איז נאר אז מען קען נישט רעדן דערפון. מחמת כמה סיבת.
אײנע פון די פלענער אויפן טיש איז א נייע געגענט ווייט ווײט אװעק עס זאל גארנישט האבן צוטאן מיט NY ,א שטייגער וווי כמה מקומות אזויווי מאנטשסטער, אנטווערפען, וויענע, אין אפילו ווי אין CHICAGO אדער לאס אנגלעס.
די פלאנירער האבן אױסגעארבעט א לאנגע ליסט מיט IDEAS וואס אין וויאזוי עס צו מאכן פאר א ממשות פאר עס באקימט דעם טויט קלאפ פין א פאר נע זאגערס.
די הויבט זאך וואס מיר ווילען אהער שטעלן איז טאקע ביליגע הייזער. אז א פשוטער פארדינער זאל קענען קויפען אן װערען א בל חוב פארן גאנץ לעבן.
אין ביסט אפשר גרעכט אז ס וועט נעמען א פאר יאר ווייל עס נעמט לאנג ביז מען פארטיגט די פלענער. אבער דאס מיינט נישט אז מען טיט גארנישט.
איך וואלט אויך געוואלט בעטן דעם עולם צי באטייליגען אינען YAHOO GROUP װאס מיר האבען גע'עפענט. מיר ווילן דאס ניצן צי ווייזען פאר די פארשידענע פערזוינן וואס מיר דארפען האבען אויף אינזער זייט (זיי לײנען נישט קײן יודיש)
ביטע זאגט פאר עס קען זאל קליקען
http://groups.yahoo.com/group/jewsrelocation/
ישר כח
jrelocate
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:50 |
|
| |
פארוואס דארף מען גיין קיין פענסילוועניא, איז נישטא אין ניו יארק גענוג פלעצער, למשל אלבאני, שעראן ספרינגס, אין די מאונטענס, סאראטאגע, וכו...
???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 10:20 |
|
| |
איך פרעג אויך די קושיא.
פאר די פרייזען וואס ענק האבען געפלאנט צו בויען אין די פאקענאס איז א דבר פשוט אז אין די קעטסקיל'ס קען מען טרעפען פאר דעם פרייז אויב נישט ביליגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 17:27 |
|
| |
קרעמער וואס איז די קשיא
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 03:51 |
|
| |
לדעתי איז די געשמאקסטע פלאץ זיך אריבערציציהן איז קינגסטאן געגענט 87 עקסיט 19
איינער האלט דען אנדערש אפילו....?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 04:13 |
|
| |
און וואס איז שלעכט אויף עקסיט 18? אדער אפשר גאר 17? (16 פרעג איך נישט...)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 05:53 |
|
| |
איך וואלט זייער געוואלט וויסען, אויב איינער קען ענטפערען, נישט קיין חילוק ווי מ'וואינט יעצט אדער וויפיל מ'צאלט, ווי אלט מ'איז אדער וויפיל מ'פארדינט.
וויפיל איז ווערט פאר אייך צי קענען וואינען אין א SINGLE FAMILY HOUSE ?
אן נעמען אין באטראכט ווי עס וועט זייו, אדער וויפיל איר קענט זיך ערלויבן.
למשל: אז איר קענט קויפן א דירה אין א בילדינג פאר $$$ וויפיל מער וואלט דאס ווערט געווען אז איר זאלט קענען קויפן א SINGLE FAMILY HOUSE.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 06:19 |
|
| |
ר' jrelocate טייערע,
הער מיר צו, איך וועל בלי"נ זיך באטייליגען אין א פלאן פון ארויס ציען זיך פון שטאט, און אויסדריקלעך נאר אויב דאס גייט אריין אין סינגעל פעמילי הייזער.
דער פרייז מוז אודאי זיין גינסטיג און ביליג, איך גיי זיך נישט ארויס ציען יענעם רייכער צו מאכען, נישט אז ס'שטערט מיר אז ער ווערט רייך, נאר נישט פארדעם, וועל איך איבער לאזען מיין באליבטע באראפארק.
ודוק ותבין, אז איינער פון די עיקר סיבות פון דער אינגעלייט וואס זענען גרייט זיך ארויס ציען איז, זיי זאלען האבען לופט צו אטעמען, און נישט דארפען שמעקען יענעם'ס געבראטענע אויווערנייט קוגעל, און נישט בטעות הערען קאמפלעינטס פונעם שכנה, פארוואס זיין ווייב לייגט אריין צוויבעל אין די קאשע. וק"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 19:27 |
|
| |
עס איז א שווערע שאלה
אמת א נארמאלער מענטש וואלט געצאלט מער צו וואוינען אין א סינגל פאמיליע הויז, אבער מצד שני האט ישיבת כרכים אויך מעלות.
איך גלייב נישט אז מען וועט זיין גרייט צו צאלען אויף א סינגל פעמילי הויז מער ווי א דירה קאסט אין שטאט.
כך נלע"ד
|
|
|
|
|