3 משפחות בעירום וחוסר כל ה"י
יעצט ארום 3 אזייגער ביינאכט איז געשעהן א פייער אין בארא פארק 11/59/12, 3 משפחות וואס האבן געוואוינט אין יענעם הויז, די מענטשן זענען ארויסגעלאפן מיטן פיג'מות, (נאכט העמד).
ס'איז געווען זייער שרעקעדיג צו צוזעהן ווי אזוי די טענענטס פון יענעם הויז גיין אזוי אינמיטן נאכט מיט די פיג'מות אין שפיטאל אריין, און זיי קענען גארנישט מיט נעמען, אזוי ווי זיי זענען ארויס פון הויז אזוי וועלן זיי מוזן אהיים גיין ה"י.
די שכינים דערנעבן האט מען אויך געהייסן ארויסגיין פון די הייזער, און שפעטער האט מען זיי צוריק אריינגעלאזט, און זיי האבן אויך קוואטירט די מענטשן וואס זענען נישט געאינדזשרעט געווארן פונעם פייער.
בילדער וועט זיין מארגען (היינט) בלי נדר.
שנשמע בשורות טובות
|
|