בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מאי 7: ריאליסטישע אנאליז

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2004 03:44 לינק ישיר 
מאי 7: ריאליסטישע אנאליז

ב"ה

איך שרייב פון פאראויס אז דער אשכול וועט איבערהויפט נישט זיין קיין סטעטש פאר פראסטע קינדערישע וויכוחים, נאר געשריבן צום פוינט אן די אהרוני'שע שיטות פון גילוי שמות מיט אלע סארטן איבערגעקלוגטע מיטלען.

ליינענדיג אלע געשרייבעכצער האב איך באמערקט איין זאך, אז די אהרונים וכת דילי' זענען מומחים און מאכן פארגעסן די אלטע, און פארקויפן נייע שקרים, א וואך בעפאר פיילט מען פעיפער'ס און קאורט, דער דזשארדזש ווארפט אפ די קלאגע וואס עס שטייט און די געפיילטע פעפעיר'ס, און יענער שרייט אז מיר האבן גאר געווינען.

וואס האבן די אהרונים געפאדערט?
א. די אהרונים האבן נישט נאר פארגעלייגט טעכנישע טענות איבער די וואלן, נאר זיין האבן כופר געווען און דעם עצם סמכות און אטאריעטעט פונעם געריכט זיך אריינמישן אדער פאררופן וואלן, טענה'ענדיג אז עס איז א רעליגעזע אישו, וואס לויט'ן געזעץ קען זיך נישט דער קאורט אריינמישן, ווייל מ'דארף אונטערזוכן יעדן מעמבער'ס גלויבונג כדי צו באשטעטיגן אז ער איז א שטים בארכטיגטער, ווייל לויט די סאטמאר רעליגיע ווער עס טראגט מיטן "עירוב" קען נישט וואוטן, וכו' וכו', און אזא קאנסטיטיצינעלע אישו דארף אנקומען צום העכסטן געריכט, און לויט די אורטייל פונעם העכסטן איבער אזא סעקולערע פראבלעם זאל דער דזשארדזש באשלוסן איבער די מאכן וואלן (זעה דאקומענט פון געפיילטע פעיפער)

ב. די אהרונים האבן גע'טענה'עט אז עס קען נישט פארקומען קיין וואלן אינמיטן א געריכטליכן פראצעדור, זיי האבן געבעטן אז דזארדזש זאל קודם אורטיילן ווער זענען די ריכטיגע "ערוועלטע" ראשי הקהלה פון די סאטמארער קאמיוניטי, און דערנאך באשלוסן ווער עס זאלן מאכן און פאררופן די וואלן.

ג. זיי האבן גע'טענה'עט אז מאכן איצט די וואלן פארשטערט די "סטאטעסקווא" פון די "רעסטרעינונג-ארדער" פון פאר 3 יאר צ וריק.

ד. זיי האבן געפאדערט 6 פונקטן ווי "איטשע חסיד" האט עס פאר צווי וואכן גוט באגריפן:
1) נישט פאררופן וואלן
2) נישט אויפנעמען נייע מעמבערס
3) נישט מאכן א וואל קאמיטע
4) נישט מאכן וואוטינג בעלאטס
5) נישט באשליסן ווערן ס'מעג וואוטן און ווער נישט
6) נישט ענדערן דעם סטאטוסקווא פון קהל יטב לב
(זעה דעם לינק: http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=913526)

ה) זיי האבן געפאדערט אז נישט קהל יטב לב (ר"י כהנא מיט ר"ש פערלשטיין) זאל האבן די רעכט צו אויסשטעלן די וואל פראצעדור און דורכפירן די וואלן.


וואס איז דער אויסגאנג פון קאורט פרייטאג פר' אמור (למספרם מאי 7)?

1) די פאררופן וואלן פון קהל חוה"מ פסח איז געווען אויסגעהאלטן גזעצליך

2) מ'קען ווייטער אויפנעמען נייע מעמבערס, און אלע אלטע מעמבער'ס זענען גילטיגע מעמבער'ס.

3) די אויפגעשטעלטע וואל קאמיטע איז גזעצליך און גילטיג.

4) אויסשטעלן א וואל פראצעדור וואס דאס מיינט מאכן וואוטינג בעלאט'ס, א וואלן סיסטעם, קארטלעך וכו' וכו', און דאס ברענגען פאר'ן דזארדזש ער זאל עס באשטעטיגן, אדער זאגן זיינע קאמענטארן, און ביז דעמאלץ נישט מעלדן קיין טעכנישע איינצעלהייטן איבער די וואלן (אזוי ווי ר"ש פערלשטיין האט געמאלדן פון פארויס נאך פסח און שפעטער אז אלעס זאל קיין מיט די אויפזיכט פון געריכט, ווייל דאס איז די העכסטע אינטרעס).

5) די רבנים (וועלכע עס מיינט די רבנים פון די קאמיוניטי, בעסער געזאגט דער גרענד ראביי פון די קהלה) וועט באשלוסן ווער עס מעג וואוטן און ווער נישט, ער האט נישט אנגענומען זייער טענה, אז אזא רעליגיע פראגע זאל אנקומען צום העכסטן געריכט וכו'.

6) מיט די פאררופענע וואלן פון ר' שאול פערלשטיין "אינמיטן א געריכטליכע פראצעדור" איז בכלל נישט געבראכן געווארן סטאטוסקווא פון קהל יטב לב

7) די גאנצע וואלן מיט דער סיסטעם און די פראצעדור וועלן פירן ר' שאול פערלשטיין (מיט די אויפזיכט פון קאורט), און נישט יצחק ראזענבערג מוט זיין אזויגערופענע "פורים קהל".


די מעלדונג פון פריער
קהל יטב לב האט פון פריער, סיי ביים "גענעראל פארזאמלונג" און סיי ביי א מעלדונג אין "איד", "אז די וואל פראצעדור וועט זיין אויסגעהאלטן אויף די דירעקציעס פון געריכט", וואס דאס מיינט אז יעדע שריט פון די וואלן וועט באקומען א זיגעל פון געריכט, און דאס איז וואס קהל האט געוואלט און דאס האבן זיי באקומען, דער גרעסטער אינטרעס פון ר"ש פערעלשטיין און דעם מומענט איז, אז דער קאורט זאל האבן די אויפזיכט אויף די וואלן, איבערדעם אלע טענות און ליצנות וואס די אהרונים שרייבן ווי צום ביישפיל: "קאורט זאגט נישט שאול פערלשטיין מיט ליפא קרויס וועלן פירן די וואלן נאר געריכט וכו'", איז גערעדט שטותים, ווייל ר' שאול פערלשטיין אליין האט געפאדערט און געמאלדן אז די ריכטער זאל האבן די אויפזיכט אויף די וואלן, און קהל יטב לב בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א זאל עס פירן, און דאס וואס דער דזארדזש האט נאכגעגעבן.

געשענישן אין קאורט פרייטאג פר' אמור (ולמספרם מאי 7)
1. אויפ'ן סדר היום פון מאי 7 איז געווען א "מאושן" וואס די אהרונים האבן אריינגעגעבן פסח צייט, מיט די טענה אז זייערע וואלן וואס זיי האבן געמאכט פאר דריי יאר צוריק, איז נישט אפגעלייקענט געווארן דורך ר"ש פערלשטיין, איבערדעם זאל דער ריכטער באשטעטיגן זייערע וואלן און באשטימען בערל פרריעדמאן אלס לעגאלער פרעזידענט, די אהרונים האבן געפיילט זייערע פעיפער'ס איבער דעם מאושן נאך פאר איבער א חודש און א האלב, און קהל (ר"ש פערלשטיין) האט געפיילט זייערע פעיפער'ס א טאג בעפאר דאנערשטאג מאי 6, און אויף די פרישע "מאושן" איבער די נארוואס פאררופענע וואלן (וואס דער ריכטער האט געלייגט אויף "האלד" ביז דעם פארגאנגענם פרייטאג), האט סקאט מאלען נישט געפיילט קיין פעיפער'ס

2. דער ריכטער פון י. ראזענבערג טאם גערי האט געפאדערט צו אפשטיפן די הירונג איבער די "אלטע וואלן" מאושן, מיט די טענה אז ער איז נאכנישט גרייט, ווייל ער האט נארוואס נעכטן באקומען די פעעפער'ס, און דערויף האט קהל יטב לב פון איר ווילן געגעבן די צושטימונג, אין דער ריכטער האט באשטימט דער דאטום אויף די באהאנדלונג פון די "מאושן" אויך יולי 9

3. דערגעגן, זייער טענה צו לאזן ווייטער אין קראפט די "שאו אוו קאורט ארדער" קעגן די וואלן, און בכלל נישט דן זיין דערין, ווייל קהל האט בכלל נישט געפיילט קיין פעיפער'ס האט דער ריכטער גענצליך אפגעווארפן, אין האט אראפגענומכן דעם "עיקול" און געלאזט הערן אז די צוגרייטונגען צו די וואלן קענען ווייטער אנגיין אלס מיט די אנווייזונגען פון געריכט (אזוי ווי ר"ש פערלשטיין האט שוין געמאלדן חוה"מ פסח און אזוי אויך אין "איד").

4) יצחק ראזענבערג איז געווען זיכער ביי זיך אז דער קאורט איז אפגעשטופט, אין האט עס געלאזט הערן פאר זיינע נאכפאלגערס אין האל פון קאורט, און האט געלאזט זיצן זיין לויער מיט קהל'ס לויער אין אפיס פונעם "קלעירק", אבער ווייניגער ווי א שעה דערויף האט ער זיך אומגעקערט, הערענדיג די בשורה פון זיין לויער אז עס איז נישט אפגעשטופט געווארן, און וועט נישט קענען שלעפן ווייטער צייט ווי ער האט געוואלט.


וואס כ'האב געשריבן פאר צווי וואכן בעפאר
נישט קיין שאס און נישט קיין באמבע, או אפילו נישט קיין רוק אדער א קראץ.

די אהרונים מיט יצחק ראזענבערג בראשם זענען גרויסע טיפשים, זיי זענען אריינגעפאלן אינעם גרוב וואס די לויער'ס פון קהל יטב לב ד'סאטמאר האבן זיי אונטערגעשטעלט.

דער גאנצער אנגעבן און קאורט א פארלאנג פאר א האלבער יאר צו פאררופן וואלן, און אזוי אויך איצט פסח די דרשה פון ר"ש פערלשטיין ווי ער האט פאררופן וואלן איז געווען פאר צווי סיבות, 1) אז די אהרונים זאלן זיך קעגן שטעלן פאר וואלן און זאל די גאנצע וועלט זעהן ווער עס וויל יא וואלן און ווער עס וויל נישט וואלן, 2) אז אהרונים זאל מוזן קאפערירן מיט קהל איבער וואלן און זיך נישט ארויסדרייען פון דעם מיט'ן אריינגעבן אנדערע מאושנ'ס.

איצט די לויער'ס פון קהל האבן געזאגט זייער מיינונג, אז וואס נאר די "אהרונים" זאל נישט טאן איבער די וואלן וועט עס טויגן פאר קהל.

א. וועט ער ביאקטירן די וואלן, האט ער דערלייגט דעם געשעפט, ווייל עס גאר זיין אז דזארדזש וועט עס באשטעטיגן, ווייל קהל אלס די געזעצליכע פירער (אזוי ווי באראש האט אליין געלאזט הערן) פון די קאנגראגעישאן האט א ריכט צו פאררופן וואלן.

ב. וועלן די אהרונים אריינטרעטן און קאורט און לייגן די וואלן אויף "האלד" אזוי ווי זיי האבן יעצט געטאן, איז א וודאי גוט, וועלן זיי זיך מער נישט קענען ארויסדרייען פון אריינגעבן זייטיגע מאושנ'ס און קאורט, דער גאנצער אישו פונעם קאורט וועט זיין איבער נייע געפלאנטע וואלן, דאס וואס קהל יטב לב און ר"ש פערלשטיין פארלאנגען שוין פון אנהייב יאר.

מ'דארף געדאנקען אז באראש זעלבסט איז געווען דער וואס האט אין איינע פון די הירונגען געלאזט הערן זיי מיינונג אז "עלעקאשאנס" איז די בעסטע טעג צו צעטלען דעם קעיס.

נאר וואס איז איצט געשעהן? גארנישט!

די אהרונים נישט וועלן גיין אויף נייע וואלן (טראץ וואס זיי האבן נאר לפנים אריינגעגעבן און קאורט אז נאכן גרויסן "תנאים" און שאטער האבן זיי נישט מורא פון קיין וואלן) האבן אריינגעגעבן בעפאר פסח א נייע מאושן מיט די אוסרייד, "אז אזוי ווי זיי האבן פארגעזעצט וואלן פאר דריי יאר צוריק, און אזוי ווי די נתבעים קהל מיט ר"ש פערלשטיין האבן נישט אפגעלייקענט זייערע וואלן, און האבן נישט געפייט קעגן דעם, זאל דער ריכטער באשטעטיגן זייערע וואלן.

די אהרונים האבן מיט דעם מאושן געוואלט שלעפן פרישע צייט און פארדינען נאך א הירונג, דער הירונג איז באשטימט געווארן אויף נעקסטע וואך מאי 7, און דעם דאטום ווילן זיי אויך אפשיבן, (אלעס וועלענדיג שלעפן צייט), איצט האבן זיי אריינגעגעבן א פארלאנג, אז אזוי ווי זיי ווילן פארזעצן זייערע טענות אז זיי זיי זענען די ריכטיגע קהל ווייל זיי האבן געמאכט וואלן פאר דריי יאר צוריק, זאל דער ריכטער אפהאלטן די נייע פאררופענע וואלן פון קהל.

האט דער ריכטער באשלאסן צו רופן קהל און פרעגן פאר קהל פארוואס זיי מאכן איצט נייע וואלן, וואס איז די סיבה דערפון, און איבערדעם האט ער "דערווייל" אפגעשטעלט, ער האט עס נישט אפגעשטעלט ווייל די אהרונים זענען די געזעצליכע פארשטייער פון "קהל יטב לב" און נאר זיי קענען פאררופן וואלן, ער האט עס אפגעשטעלט צו קענען הערן פון קהל זייער אנטווארט פארוואס זיי מאכן איצט וואלן.

און יעדער דארף פארשטיין אז א ריכטער קען אפשטעלן פאררופענע וואלן אפילו ווען א קהל אדער א קאנגראגעישאן איז בכלל נישט און קאורט, און ווען ער מאכט עס נעמט נאך נישט אוועק פון די געזעצליכקייט פון יענעם קהל אדער קאנגראגעישאן.

אלזא דער הירונג איבער די נייע וואלן וועט אויך פארקומען נעקסטע וואך מאי 7 (אויב די אהרונים וועלכע ווילן נישט קיין וואלן, וועלן עס נישט "ווידער" אפשיבן).

די פארשטייער פון קהל יטב לב האבן געווארט אויף די מינוט ווען דער דזשארדזש וועט אנטייל נעמען און לייגן די הענט אויף די וואלן צו באשטימען איר פראצעדור, און דאס וואס עס גייט איצט זיין.

די אהרונים גייען שרייען מיר האבן שוין געמאכט האלטע וואלן און מיר ווילן נישט נייע, אדער מיר זעלעבסט ווילן פאררופן די וואלן, און וואס קהל גייט ענטפערן וועט איר הערן דעמאלץ

איין הערה:
איך פארשטיי נישט וואס די אהרונים זענען אריין און קאורט, ווייל אויב איז עס אמת ווי זיי זאגן זאגן אז יצחק ר"ב איז דער העמטליכער געזעצליכער פארשטייער פון קהל, דאן וואס שטערט עם אז ר"ש פערלשטיין פאררופט וואלן ביי זיך אינדערהיים, עס האט דאך מילא נישט קיין תוקף\ ופארוואס פראבירט ער צו סטאפן א פראצעדור וואס איז נישט געזעצליך ענעוועי און עס האט נישט קיין תוקף.

נאר וואס ער ווייסט אויך פון דעם אז "איצט" איז ר"י כהנא און ר"ש פערלשטיין מיט רש"ז סאנדער די פולמאכטיגע בעלי בתים פון קהל, סאדן אז דער ריכטער זאגט עפעס אנדערש, א שריט וואס ער קען אנענעמען א קעגן א קהל וואס איז בכלל נישט און קאורט.

זעה ווייטער דאקומענטן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2004 18:59 לינק ישיר 

און אזוי וויל טאקע אויך ר"ש פערלשטיין, אז אלעס זאל זיין אין זיך פירן לויט די דירעקציעס פון געריכט, און דאס איז זיין גרעסטע אינטרעסע, אז אלע מעמבער'ס זאל באשטעטיגט ווערן.

לאמיר דיר איין זאך קלאר מאכן, די אונטערשייד צווישן סקאט מאלען און טאם גערי.

מאלען פירט א קאמף מיט א פאראויסגעפלאנטע סטראטעגיע.
גערי (דער 13-צענטער לויער) האט איין ציל צו שלעפן און שלעפן נישט עפעס אנדערש.

בעסער געזאגט די אונטערשייד:
אין קהל יטב לב ווערט ר"ש פערלשטיין מיט די קאורט אנפירער געפירט דורכ'ן לויער.

און ביי 13 הופער ווערן די לויער'ס געפירט דורך י. ראזענבערג


ואידך זיל גמור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2004 18:19 לינק ישיר 

אגב: ביים קאורט הירונג דעם פארגאנגענעם פרייטאג, האט ריכטער באראש זיך געוואנדן צו טעם גערי מיט'ן פולן שטרענגקייט (נישט צו ביידע צדים, נאר צו גערי זעלבסט) אז זיי זאלן אויפהערן צו אריינברענגען נייע מאושנ'ס איבער די וועלן, און ער האט געלאזט הערן אז ער וועט נישט אננעמען קיין מאושן'ס פון זיי איבער דע עלעקשאנס.

און נאך א פוינט איז וויכטיג צו אנמערקן.

אז פאר די עפענטליכע פובליק הירונג, איז פארגעקומען א "קאנפארענץ" צווישן די לויער' מיט'ן "קלעירק" פונעם דזארדזש, דער קאנפארענץ איז פארגעהאלטן געווארן איבער א 50 מינוט, און לויט מיין באריכט האט ער דארטן געלאזט הערן פאר טאם גערי זייער שארפע ווערטער, זאגענדיג אז דער דזארדזש וועט זיי (אהרונים) מער נישט לאזן מאכן אינטריגעס מיט מאכינאציעס (אזוי ווי עס איז נישט איינגעפירט צו ציטירן אזעלעכע קאנפארענצן וועל איך נישט ענדערן דער פראצעדור).

און צום לעצט: עס איז דערמאנט געווארן און אנדערע עשכולות, א באריכט אז די סטעטימענט'ס וואס עס וועט געברענגט ווערן אין קאורט און נאמען פון רבי שליט"א מיט אהרן און רז"ל וועלן מוזן געגעבן ווערן מיט א "אפידעיוועד", איך וויל קלאר מאכן אז עס האט גארנישט קיין שייכות מיט די איצטיגע באשטימונג פון דזארדזש אז "רבנים" וועלן מכריע זיין איבער די שטים בארעכטיגטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2004 03:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א קאפיע פון "בלאט" פר' אח"ק, ווי די אהרונים באריכטן וואס זיי האבן גע'טענה'עט אז עס קען נישט פארקומען קיין וואלן אינמיטן א געריכטליכן פראצעדור, און אז זיי האבן געבעטן אז דזארדזש זאל קודם אורטיילן ווער זענען די ריכטיגע "ערוועלטע" ראשי הקהלה פון די סאטמארער קאמיוניטי, און דערנאך באשלוסן ווער עס זאלן מאכן און פאררופן די וואלן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2004 03:50 לינק ישיר 

מצורף קובץ

טעם גערי מיט י. ראזענבערג פאדערן צו אפשטעלן גזעצליך די וואלן, ווייל עס איז א רעליגיע אישו, און קודם אורטיילן אנדערע אריינגעגעבענע מאושנ'ס, א פארלאנג וואס באראש האט צונישט געמאכט און ארויסגעווארפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2004 03:47 לינק ישיר 

מצורף קובץ

קהל יטב לב ד'סאטמאר מעלדט פון פאראויס נאך פסח און אויך פאר צווי וואכן אז אלעס גייט גיין לויט די אנווייזונגען און לויט די דירעקציעס פונעם געריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מאי 7: ריאליסטישע אנאליז
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext