איך קען נישט אוועקנעמען אינגאנצן דעם קרעדיט פונעם מנהל הפורום. סוף כל סוף באשמוצט מען זיך ווייניגער פריוואט, די גולשים איינער דעם צווייטן, אויך גייט אן א שוואכערער קאמפיין פון אויפדעקן נעמען און גילוי שמות.
הגה: די גילוי שמות איז שוין אויך ארגער געווארן פון סיי ווען [שחור]
מען דארף אבער פארט זיך נעמען אין די הענט אריין.
- עס דארף נעמען א סוף צו די אלע טשאדעלע-באדעלע מעשיות, וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ווייל ס'ווערט פשוט אן עקל און א גרויל אפילו נאר צו בליקן אין חדשות אנש.
נשלח ב-13/5/2004 05:51
נו, אפשר מאכט מען א פאלל, און די מעדזשארעטי זאל אפמאכן
איך וואלט געזאגט קודם ברענג הוכחות שפעטער מאך א אשכול לאנג ווי דער גלות
נשלח ב-23/5/2004 23:07
דאס ווערט מער אקטועל פון מינוט צו מינוט
נשלח ב-23/5/2004 23:41
שיע, הער אויף צו האקן אין קאפ מיט די אימעילס ווייל איך און אנדערע מעמבערס האבן עס באקומען פון אריגינעלער. איך האב עס געשיקט ווייטער פאר דזשובוי אבער ער וויל עס נישט ארויפלייגן אויפן עקסדרייוו
אדרבא, שיק מיר דיין אימעיל אדרעס און איך שיק דיר די צוויי קליפס
נשלח ב-24/5/2004 00:49
jewboy דאס איז אויך מיין מיינונג
- עס דארף נעמען א סוף צו די אלע טשאדעלע-באדעלע מעשיות, וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ווייל ס'ווערט פשוט אן עקל און א גרויל אפילו נאר צו בליקן אין חדשות אנש.
אין איך מיין אויך גולשים פון מיין צד

jewboy מאכען מיר אַ דיעל?
נשלח ב-24/5/2004 01:07
איך קיי דא איבער וואס כ'האב שוין געפאוסט אין א צווייטע אשכול, צוליב וואס ס'איז נוגע אהער
איך וויל גראטולירן אונזער ענערגישער מנהל ר' דזשובוי וואס ארבעט שווער פאר די הצלחה פון פורם, עס זאל זיין א געשמאק און אויסגעהאלטן פלאץ פאר אנ"ש.
און דערביי געב איך עם חיזוק פאר'ן צאמשמעלצן אשכולות, וואס מ'עפענט אויף יעדע וויילע אויף די זעלבע טעמעס, א קיצור, ס'קומט עם א גרויסן שכוח אויף אלעם וואס ער טוט, כאטש עס איז נאך פיל פארבליבן צו טוהן.
אוי איז אמאל געווען גוטע טעג, ווען מ'פלעגט א בליק טוהן דא אין פורם און געטראפן די לעצטע נייעס, שיינע בילדער פון עניני דיומא, שמחות דינערס יריד'ן און קומזיצן א.א.וו. דאקומענטן פאשקעווילן קול קורא'ס און אפילו די לעצטע פירקלערייען פון די כותלי ביה"כ (במחילת כבודכם).