|
|
| נשלח ב-27/1/2006 15:16 |
|
| |
די היטש כאפערס וואס בעטן מיר אויסצולעשן די ספיקערס אין די בעק.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 03:27 |
|
| |
דער ערפונדער פון היידפארק
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 02:15 |
|
| |
גולשים וואס לייגען דעם זעלבער אשכול אין כמה וכמה פורומם'ס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 21:15 |
|
| |
מקוה אידן וואס גרייטן אן אזעלכע האנטוכער וואס פארמאגט מער לאך ווי האנטוך.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 01:47 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב ס'גייט אריין אין כלל פון נערווען קריכערס אדער סתם אוממענטשן אבער געווענליך זענען זיי די זעלבע
אין מקוה (נישט אופן סדר)
די וואס לייגן ביים בור א נאסע האנטעך און נעמען א צווייטנס טרוקענע
דער וואס ריקט זיך אריין צווישן דיר מיט איינעם וואס די האלט אינמיטן א געשמאקע שמועס כאטשיג די מקוה איז כמעט ליידיג
די וואס געבן א לויף דארעך מיט פארמאכטע אויגן ביזן אויוון אן און אין מיטן וועג נעמט ער מיט א פאר שיך
די וואס ווארפן אראף די נאדלעך פון די נייע העמעדער אויפן פלאהר
די וואס קלעבן זייער שמוציגע בענדעיזשעס אויף די בענק אדער ווארפן דאס סתם אזוי אראף און איינער מיט בארוועסע פיס זאל ארויף טרעטן דערויף
דער וואס קומט אריין אין די הייסע מקוה 5 מינוט נאך דיר און הייבט א לאנגווייליגן שמועס און אלס גיטער קענסט אים נישט איבער לאזן ביז עס הייבט דיר נישט אן צו שווארץ ווערן פאר די אויגן
די וואס רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען דערצו און ביי א לוילעך מקוה נעמט מען זיך קרעכצן אהההההה אהההההה
די וואס ניצן דעם בור אלץ אן הכנות קעסטל
די וואס מאכן א גרויסן ניס (האבטשי בלע"ז)און לייגן ארויף די הענט תיכף נאכדעם ווי א שירעם נאכן רעגן
די וואס לייגן זייערע זייפלעך אויבן אויפן באנק אז דער נעקסטער וואס וועט לייגן דארטן זיין היט זאל וויסן אז ער איז נישט דער ערשטער צו זיין אין מקוה
די וואס בינדן צי זייערע בלאטיגע שיך אויפן באנק און נעמען זיך נישט די מיה עס אפציווישן
ווער ס'האט נאך קען צולייגן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 01:06 |
|
| |
די זקינים וואס מען נעמט זיי אויף א היטש פון ראדני ביז א גאס אוועק און זיי נעמען זיך פרעגן די 4 קשיות
וועמענס זענט איר ?
איך האב נאך געקענט אייער זיידן פון דערהיים
און ווען עס ווערט גרין הייבן זיי אן ארויסצוגיין
ווער רעדט נאך פון די גערוך וואס בלייבט!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 00:12 |
|
| |
קוטשמע
ביי א חתונה
- אנטשולדיגט ר' ייד איר האט זיך געזעצט אויף מיין פלאץ, איך בין געגאנגן אמינוט אין ביה"כ
- ווער זאגט סדא דיין פלאץ?
- דו זיצט אויף מיין אייז קרים!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 00:05 |
|
| |
און וואס טוהט זיך מיט די דרייווערס וואס פארן ארויס פון א אינטערסעקשן גראד פאר דיין נאז און אויב די ווילסט זיך איינרעדן אז יענער יאגט זיך פינקט דעמאלטס לאזט יענער נאך און פארט מיט 5 ווייניגער ווי די ספיד לימיט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 22:04 |
|
| |
וואסא-דיף שרייבט:קוטשמע
וואס איז שלעכט צו בלאזען די נאז אין סערוויעטעל וואס קומט אין קאפ?
(אז ס'ביי די אייגענע פלאץ, פארשטייט זיך)
אנטשולדיגט, איך האב נישט דיך געמיינט. די וואס קומען פין פלעצער וואס אפילו ערגערס פין דעם רופט מען מענטשליך (ליין האקענקרייצן אויף אידישע געשעפטן), קען מען פין זיי נישט עקספעקטירן פשוטע מענטשליכקייט. ס'איז אקעי. בלאז ווייטער דיין נאז מיט א פעסטקייט.
סאיז דא פארשידענע זאכן אויף די וועלט וואס מ'קען נישט מסביר זיין. EITHER YOU GET IT OR YOU DON'T. זעהט אויס אז YOU JUST DON'T GET IT.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 19:47 |
|
| |
דער וואס לייגט ארויף זיין מאנטל אין א געפאקטער רעסטאראנט אויף א גאנצע טיש, אין זעצט זיך בשכינות אויף א אנדערע פלאץ עסען.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 18:22 |
|
| |
דער וואס קומט ארויף אויפן באס מיט פילע בעג'ס און וויל זיך זעצן דווקא נעבן דיר אפי' ס'איז דא פלאץ אין די בעק.
(אין ירושלים) ווען די ליינסט א צעטל קומט איינער פון אונטן און שטופט זיך אריין כאילו מ'האט געלייגט די צעטל נאר פאר עם.
ווען יונגעלייט שמועסן צווישן זיך און איינער שטיפט אריין זיינע גלעזער ביזן פלייש ממש.
וואס פרעגן שאלות.
ווער איז דיין טאטע?
ווי האסטו געלערנט?
ביי וועם ביזטו א איידעם?
ביי וועלכע פארטיי דרייסטו זיך?
ווי לאנג וואוינסטו שוין דארט?
איך האב א זון דארט, קענסט עם?
מיין ברודער גימפל פלעגט וואוינען דארט, האסט עם געקענט?
ביזטו נישט פון די געצלעקאוויטש משפ'?
אה דאס איז דאך די שמעלקאוויטש, אוודאי קען איך זיי.
און נאך.
ווען א טיר איז אביסל אפען ערגעץ, טרייט מען אריינקוקן ווי שטערקער.
ווען די באבע פרעגט פארוואס קומסטו קיינמאל נישט צו מיר?
ווען דער פעטער זאגט, אהה איך האב דיר שוין לאנג נישט געזעהן.
ווען איינער שפאצירט מיטן ווייב, מוז ער קומען פרעגן וואס טוט זיך?
ער מוז קאלן נאך 11PM ווייל ער האט א פראגע / קאמפלעין אויף הייד פארק.
האסט א ציגערעטל? איך האב, נאר דיינס איז בעסער.
וואס שטופט אריין זיין נאז ווען איינער ליינט עפעס אין א פאבליק פלאץ.
וואס קוקט וועלכע שפראך די האסט אויף דיין סעלפאן, און וועלכע געים די שפילסט.
וואס מוז זיין אייביג דער לעצטער וואס זאגט בא ביי.
תוקן על ידי - jewboy - 07/12/2005 18:22:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 11:39 |
|
| |
קוטשמע
וואס איז שלעכט צו בלאזען די נאז אין סערוויעטעל וואס קומט אין קאפ?
(אז ס'ביי די אייגענע פלאץ, פארשטייט זיך)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 09:46 |
|
| |
90PCT איך שטים מיט מיט דיר. וואס איז דער שגעון צו מאכן די סירקלס ביי יעדע שמחה און רייכן די הענט פון די וועלכע האלטן נאך אינמיטן עסן?
און וואס איז מיט עסן פיש מיט די הענט? (און דערנאך קומט מען דיר זאגן לחיים און מ'ווישט אריין די פיש אין דיינע הענט?) פוי. קען מיר איינער זאגן דא איינמאל פאר אלעמאל פארוואס פארא שווארץ יאר עסט מען פיש מיט די הענט? יא, כ'האב שוין געהערט דעם "ודגי הים בידכם נתנו" בלעבער אבער כ'האלט אז דער סמך איז געקומען נאכ'ן מנהג און נישט פארקערט.
***
די וואס בלינקען נישט ביים זיך איינדרייען.
די וואס צינדן נישט אן העדלייטס ווען ס'רעגנט / שנייט / פארנעפלט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
1 2 3 סך הכל 3 דפים.
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|