מאגרויבער רב ווייסט נישט נאר אויב איך טרינק ou
פון אנדערע שמועות הער איך אז ביי דעם זענען זיי פארלעסליך יודל גרובער קען איך נישט ריטשען
ביטע שרייבט אלע שיטות שעקויאך
כוויל וויסען וועגען די פעפסי פון א"י האט די בד"ץ הכשר צו מיינט דאס אז די אמעריקאנער פעפסי איז א אנדערע אינגרידיענס וואס האט א חשש?
נשלח ב-24/5/2004 18:28
די רבנים ווייסען גוט דערפון,
הרב לנדוי האט קיינמאל נישט געלאזט מ'זאל זיך באנוצען דערמיט וועגען געוויסע סיבות וואס ער האט נישט מפרסם געווען. (אין אן אנדערע פארום שטייט דארט עפעס א סיבה וועגען געפיל זאכען http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=946706)
איך האב געהערט פון איינעם וואס איז עוסק אין כשרות אז הרב לנדוי האט געזאגט בנוגע קוקה-קולה אז ער נעמט נישט קיין אחריות אויף די קוקה-קולה נאר אויף די וואס האט זיין זיגעל.
די יודעי דבר טעהנ'ן אז די פון אמעריקע מאכט מען אין די זעלבע פלאץ און אויפן זעלבע אופן, אבער די וואס מ'פארקויפט אין רוסלאנד האט שווערע חששות.
נשלח ב-24/5/2004 18:04
לאכטס נישט, איך האב געהערט דעם שבת אז קוקו קולו האט אויך א חשש פון תקרובות ע"ז, כ'מיין עס זייער ערענסט, כ'מאך נישט קיין ג'אוקס.
אין איינע פון די היברעישע פרומע מאגאזינען די וואך (דאכצעך מיר "בשעה טובה") איז געשטאנען א קאפי פון א גאווערמענט רעפארט, וואס פונקטליך מ'טוט מיט די אינדיאנער האר, שטייט דארטן אז נאר א חלק מאכט מען שייטלעך און די איבעריגע מאכט מען פרעזערוועטיווס מיט קאלארינגס פאר בעווערעדשעס ווי קוקו קולו, אויך מאכט מען דערפון די סטיפענינגס פאר רעקלעך און סוטס.
נאך מער, די רבנים ווייסן זייער גוט דערפון, אבער פאר אן אומפארשטענדישע סיבה האבן זיי אפגעמאכן צו איגנארירן.
כאף צו טרעפן דעם גאווערמענט רעפארט און אריינסקענען.
נשלח ב-24/5/2004 17:45
די OU-D לייגט געווענלעך ווען סידא ממש מילך אונעם פראדאקט, באט ביי 7UP רעדט זיך וואס ליגט אין די אינגרידיענס און כ'ווייס אפי' נישט אויב זיי ווייסן דערפון.
נאכאמאל איך זאג נישט קיינעם וואס יא וואס נישט, כל א' שיעשה מה שבא לו.
איך בין נישט קיין בעל מכשיר און איך זאג קיינעם וואס צו טוהן, באט איך האב געהרט אמאל פון ר' פנחס בינדער יושב ראש וועד הכשרות עד"ח און אזוי אויך פון הגה"צ ר' מיכל מאסקוביץ שליט"א אז 7UP האט חלב עכו"ם אין זיך.
פאר די וואס זענען מקפיד אויף חלב סתם / עכום מיין איך אז זיי טארן עס נישט טרינקען.
נשלח ב-24/5/2004 08:09
וואס איז מיט די אמעריקאנער pepsi?
נשלח ב-16/5/2004 22:15
i heard once from rav ekstein (he is a belser
but he is very special in kashrus) and he said that coca cola is 100% good but you shouldnt keep it at home beacause your children will see that "ou" is a good hechsher
נשלח ב-14/5/2004 21:50
שעקויאך
אויב מעג איך פרעגען ווי איז אנגענומען רב בלומענקראנץ
נשלח ב-14/5/2004 19:23
blumenkrantz, in his pesach book, write:
Coke in America is as kosher as the ones in Israel with the exception of Pesach where in the America there is a Chashah Kitniyus, and in Israel Rav Landau demands it to be taken out in the Pesach production.
גיהערט אז די וואלאווע האט גיסטראשעט התאחדות (נישט די גולש) אז ער גייט געבען א הכשר אויף coca-cola צו קלאפן פעפסי פון א"י מיט די בד"ץ הכשר ווען זיי האבן זיך גירעגט אויף זיין הכשר אויף מארנינג סעלעקט