גרויסע צוגרייטונגען ווערן געמאכט די טעג צו די חתונה פון די בת זקונים במלכות "תולדות אברהם יצחק"
מיטן חשובן חתן בן אדמו"ר הגה"צ רבי יעקב ראבינאוויטש כ"ק אדמו"ר מביאלה בני ברק שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף --- סיגעט שליט"א י"ם
הונדערטער געסט זענען שוין געפארן - און פארן נאך אויף שבועות אין תולדות אברהם יצחק--און אסאך וועלן אי"ה פארן נאך יום טוב נאר אויף די חתונה ביז נאך שבת שבע ברכות
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
אבער פארט ווען מ'באשרייבט א שמחה פון אזא קליין חצר (בכמות) ווי קרעטשינוף און אזא תצר ווי תוא"י, פארנעמט תוא"י א גרעסער מקום, זיי וועלן זיין די עולם אויף די חתונה, און ס'וועט באשיינט ווערן אין שפיץ מיט די פערזענליכע השתתפות פון די זקן האדמורי"ם (אדער סבא קדישא אין בלאט-שפראך) פון קרעטשינופער רבי שליט"א.
נשלח ב-31/5/2004 18:00
קרעטשניפער רבי שליט"א איז אן עובד ד' במסירות נפש שוין צענדליגער יארן און איז מפורסם אין די גאנצע חרדישע וועלט דערמיט.
ער איז שוין היינט פון די זקני האדמורי"ם, און עס איז נישט מער ווי רעכט אז די כבוד זאל גיין צו אים ווי איידער צו די יונגע רבי'ס.
נשלח ב-31/5/2004 17:50
אין יוט'דיגן דעראיד איז געווען באריכטעט די חתונה נייעס כאילו קרעטשיניף איז עפעס א וועלטס-חסידות וואס האט זיך משדך געווען מיט עפעס א רעבעלע אדמו"ר מתוא"י (אלץ אין ראשי תיבות נאר)
איז דאס א פאליטישער חשבון מיט תוא"י, אדער דער שרייבער איז פשוט א חסיד פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשינוף שליט"א. וואס זיכט צו הייבן זיין הויף.
בכלל פילט קרעטשינוף אין תוא"י א שטיקל קאנקורענץ, ווייל אמאל פלעגן די אמעריקאנע טוריסטן גיין קיין קרעטשינוף צום טיש, און היינט לויפט מען קיין תוא"י