בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דיסקוסיע: דאווענען ותיקין שבועות יא/ניין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/5/2004 22:18 לינק ישיר 
דיסקוסיע: דאווענען ותיקין שבועות יא/ניין


איך וויל גראטולירן אונזער ענערגישער מנהל ר' דזשובוי וואס ארבעט שווער פאר די הצלחה פון פורם, עס זאל זיין א געשמאק און אויסגעהאלטן פלאץ פאר אנ"ש.
און דערביי געב איך עם חיזוק פאר'ן צאמשמעלצן אשכולות, וואס מ'עפענט אויף יעדע וויילע אויף די זעלבע טעמעס, א קיצור, ס'קומט עם א גרויסן שכוח אויף אלעם וואס ער טוט, כאטש עס איז נאך פיל פארבליבן צו טוהן.

אוי איז אמאל געווען גוטע טעג, ווען מ'פלעגט א בליק טוהן דא אין פורם און געטראפן די לעצטע נייעס, שיינע בילדער פון עניני דיומא, שמחות דינערס יריד'ן און קומזיצן א.א.וו. דאקומענטן פאשקעווילן קול קורא'ס און אפילו די לעצטע פירקלערייען פון די כותלי ביה"כ (במחילת כבודכם).

אבער לעצעטענס.....
וויפיל מען בעט דעם עולם צו אויפהערן מיט די זינלאזע קינדערישע נישטגעשטויגענע באבע-מעשה'לעך איינער אויפ'ן צווייטן, העלפט עס ווייניגער ווי טויטע-באנקעס, אדער ריכטיגער געזאגט ווי באנקעס פאר א טויטן ל"ע.

קען זיין אז עס פעלט אויס איינער וואס זאל אויפברענגען אינטערסאנטע טעמעס צו דישקורירן, און דער עולם זאל אנטייל נעמען אין די דיסקוסיסעס מיט זייערע מיינונגס פארשידנהייטן.


לאזט מיר פרובירן....

און ווער עס איז עם טייער און ווערטפול אנצוהאלטן די אינטערסאנטקייט און נארמאלקייט פון דעם פורם זאל זיך אויפשארצן די ארבעל, און צולייגן א פלייצע.


וואס טוט איר שבועות אינדערפרי נאכ'ן אויפזיין א גאנצע נאכט תיקון ליל שבועות?

1) איך דאווען אפ מיט'ן וותיקין מנין, און איך גיי מיך צולייגן פאר א גוטן יום טוב-דרימל.

2) איך כאפ א קורצן דרימעל וויפיל די צייט ערלויבט, און איך כאפ זיך אויף און יאג זיך צו גיין דאווענען נארמאל ווי יעדן יו"ט מט'ן געהעריגן אין דער צייט.


פ א ר ו ו א ס ?

1) וואס סארא א קשיא איז דאס פארוואס, איך בין שלעפעריג, אויף געווען א גאנצע נאכט, איך קען זיך אויפ האלטן אויף די פוס, נו איך כאפ א דאווען וותיקין געשיקט, איך דרימל נאך צו אביסל אינדערמיט, דערנאך נאך א גוטן קידוש, שלאף איך א גוטן ווינטער-נאכט שלאף, און איך שטייט מיט א פרישקייט צו די סעדות יו"ט.

2) דאס דאווענען כדי צו קענען שלאפן איז זייער פויעריש.... (חוץ איינער וואס האט א הידור צו דאווענען שטענדיג וותיקין) - און דאס איז א גוטע זכר צו די אידן וואס זענען פארשלאפן ביי מתן תורה, א יום טוב'דיגע דאווענען דארף זיין נארמאל אין דער צייט, מיט יו"ט'דיגן נוסח שטייט נישט כאפ-לאפ,
ענדערש שלאפט מען אביסל צו קענען דאווענען, ווי איידער דאווענען צו קענען שלאפן....
נו איז מען אביסל מיעד, מען דארף קענען אוועק געבן אביסל פון די תאוות הגוף פאר'ן דאווענען בפרט אין יום טוב פון מתן תורה,


און וואס זאגט איר????!!!!!



תוקן לתקן הצבעים

תוקן על ידי - אינגערמאן - 23/05/2004 22:25:54



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2005 21:30 לינק ישיר 

אין פרי מגדים שטייט אז שבועות זאל מען דאווענען פאר מען גייט שלאפען, אפילו עס איז נאך פארן נץ.

די שאלה איז וואס מען טוט מיט ברכת התורה, אבער רביה"ק זי"ע האט יא געזאגט ברכת התורה אפילו ער איז נישט געשלאפען ביינאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2005 00:39 לינק ישיר 

tzvipb28

דו א חב"ד חסיד זאגסט אז דער עלות איז 4:15??

לפי חשבוני אויף מיין PALM LUACH קומט אויס דאס יאר דער עלות לפי התניא לכל הפחות 3:06

ובאמת איך ווייס נישט פארוואס ביי סתם א מנהג דארף מען ווארטן אויף דעם 'התאחדות' לוח (72 ) מינוט לפני הנץ

(עס איז נישט דא זכר ודבר וחצי דבר פון סאטמאר רב זצ"ל אז ער האט אזוי געהאלטן ו)

בפרט אז דא רעדט מען נישט פון קיין מצוה דאורייתא או דרבנן בכלל..

סתם דער עולם ווייסט נישט אז פאר שבועות קען מען דאך מקיל זיין (איז עס דען א קילה?) אין האלטן דעם פריעסטן זמן.

דער וואס פיהלט אז דאווענען ותיקין האט נישט קיין יו"ט טעם קען דאך לכל הפחות אויף זיין ביז 3 אין אויף שטיין רואיג צו זמן קר"ש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 22:49 לינק ישיר 


וואס איז די שאלה בכלל אויב מען זאל דאבינען וותיקין אדער נישט?

ס'איז א בפירוש'ער שו"ע אהן קיין חולק אז לכתחלה דארף מען דאבינען וותיקין, נאר אז ס'שווער אויף צו שטיין איז א אנדערע מעשה, אבער אז מ'איז אויף?

אודאי איינער וואס איז א אויסנאם, און ער קען נישט האבען קיין כוונה ביים דאבינען איז אנדערש די הלכה.

אגב -- פאר דיע אלע וואס רעדען זיך אפ וואס א טעם די דאבינען האט פארטאגס, זאלען פארשטיין אז מ'כאפט א מנין וואס איז געאייגענט נאר צו קענען לויפען אין בעט אריין ווי שנעלער האט עס טאקע אזא פנים, משא"כ אויב מ'גייט צו א נארמאלע מנין קבוע, איז אינגאנצען א אנדערע מצב. ודוק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2005 21:39 לינק ישיר 


מן הנכון היה להודיע כאן רשימה של כל מקומות שיש שם מנין וותקין בוומ"ס. ב"פ. מאנסי. פלטבוש. לעקווד.קרית יואל. סקווירא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2005 19:23 לינק ישיר 

גארנישט קומט נישט צו א תפילה פארטאגס שבועות צופרי ביין כותל המערבי.

איך בענק מיך צו דעם פון מיינע בחורישע יארען.

פארשטייט זיך נאר פאר די וואס רבותיהם האבען מתיר געווען צו גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2005 19:14 לינק ישיר 

איך פלעג אלע יארן דאווענען געהעריג אין שוהל צען אזייגער (ווען ניין דרייסיג וואלט כאטש געמיינט צען דרייסיג, וואלט גוט געווען, עס מיינט דאך געווענליך שפעטער).

אבער עס לוינט אלץ צו פרובירן אמאל א נייע זאך, האב איך טאקע איין יאר פרובירט צו דאווענען ביים עלות, אבער עס האט געהאט יענעם טעם, קען זיין פשוט ווייל עס איז ביי מיר געווען א נייע זאך, איך בין געוואוינט געווען פון אלע יארן צו זיין אויסגערוהט (יענע מינע אויסגערועכץ) ביי אהבה רבה, און עס האט מיר געפעלט די פאר שעה שלאף.

אבער דאס איז געווען דער פאקט, און זינט דאן פרוביר איך דאס שוין נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2005 08:09 לינק ישיר 

זאלי

האסט גוט געזאגט, די קרעפל פשעטל פון רב -פון סיי וועלכן רב, ביסט דאך איינס פון די צוויי, יא? - וועסטו שוין טרעפן אין אן אשכול בקרוב...


ולמין הטענה, איך שטיץ זייער די ערשטע אויסוואל פון אינגערמאן.
ווייל אז איך לייג מיך אין בעט 4-5 וועל איך דאך נישט אויפשטיין פאר 7-8 שעה שלאף, נישט קיין אהבה רבה, קוים אקדמות אריינגעכאפט, ביים דוכן'ען האלט איך נאך ביי הלל,

די פראבלעם כאפט ביי די קרעפלעך און טשיז קעיק, דהיינו ווען איך זעץ מיך קרעפלעך'ן האלט שוין דער עולם ביי די פליישיגע סעודה. טא ווען זאל איך עסן די קרעפליך?!

דאס איז געוען מיין פראבלעם ביז פאריאר, דאן האב איך מיר ערלויבט און געדאוונט וותיקין,שלעפעריגערהייט, א כאפ לאפ קיין אהבה רבה קיין דעס קיין יענץ. עה.. נישט פאר מיר. איי פאריאר האב איך דאס אויך נישט געהאט?
כ'אב מיך געמוטשעט מיט א תירוץ ביז איך בין אויפגעקומען תרי וחד תרי עדיף, דהיינו פאריאר האב איך נישט געהאט נישט דאס און נישט קרעפליך, משא"כ יעצט האב איך כאטשיג גוטע קרעפליך

צו דער זעט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 06:08 לינק ישיר 

פאר איין מינוט פארדרייען דעם אשכול.

עס זענען שוין געשריבן געווארן אין דעם פארום "אפאר טויזנט מאל" קריטיק אקעגן די פאליטיק אשכולות.

ביזדערווייל, זייט כ'בין דא, וואקסט דער פארום ווי שוואמען נאך א רעגן.

די איינציגע צייט ווען דער פארום שלאפט, איז ווען עס איז נישטא קיין פאליטיק נייעס - סיי וועלכע פאליטיק.

און יעצט געב איך איבער דאס ווארט פאר אלע קריטיקירער...

------------------

בנוגע דעם ענין פון דעם אשכול.

כ'האלט, אז עס ווענט זיך יעדן מענטש באזונדער וויאזוי ער שפירט.

איך , צום ביישפיל, וועל נישט אריבערטטראגן דעם זומער, אן זיך צו קענען דערמאנען יעדן שבת ביים דאווענען דעם אהבה רבה פון שבועות !

מילא דעם קרעפל פשעטל פון רב זאל זיין געזונט, קען איך איבערהערן שפעטער, ווי אויך האב איך גענוג געלעגנהייטן צו הערן.

אבער דאס דאווענען פון טויזנטער אידן מיט דעם השתפכות הנפש, וועל איך נישט אויפגעבן אי"ה פאר כל הון דעלמא !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 05:33 לינק ישיר 

דבר בעתו מה טוב




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2004 17:32 לינק ישיר 


JEWBOY און כורמייזא 2 געהויבענע וותיקין אידן



כורמייזא כ'האב נישט געוויסט דו פראוועסט אזא געהויבענע יום טוב, כ'בין דיר מקנא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2004 10:13 לינק ישיר 

איך לאז מיר ארויס נאכ'ן סעודה ביינאכט צום כותל און איך קוק זיך צו ווי די מאסען טוהן דאס זעלבע ווי מיר.

דערנאך זאג איך די תיקון ביים כותל און איך לערן וויפיל עס גייט עד עלות השחר. אויב עס איז שטארק הייס גיי איך צוריק אין שטאט דאווענען אין זכרון משה און אויב נישט דאווען איך ביים כותל וותיקין, און דערנאך עס איך די מילכיגע סעודה. איך שפאר זיך צו פאר א פאר שעה, דערנאך עס איך די יו"ט סעודה בערך 2:00 און איך בין משלים די דף היומי וכדו' ביז'ן זמן מוצאי יו"ט (ביי אונז איז נאר איין טאג יו"ט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2004 08:46 לינק ישיר 

איך פלעג אלץ צו דאווענען וותיקון ביז די פאר ארום 5-6 יאר.

ווען כ'בין געווען שבועות אין ישראל האב איך געדאווענט אדער אין ברסלב אדער ביים כותל, און ס'איז נישט געווען כאפ לאפ.
איך דארף ענק נישט זאגן אז אין ברסלב דאוענט מען זייער שטאט אז די נשמה קען צופלאצט ווערן, און מיט דעם אלעם איז דא היבש א געפאקטע שול דארט שבועות, אין ביים כותל רעד איך שוין וואספארא מתיקות אין דביקות מ'שפירט דארט.

ממש מ'שפירט די שכינה דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2004 01:37 לינק ישיר 

דו קענסט שוין זיין אין בעט 4:15 און שלאפען ביז 9:30 , רוב שולען הייבען אן שפעט יו"ט צופרי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2004 23:51 לינק ישיר 

u should never give up please if there is a will there is a way
OK now
my vote is number (1)for more then one reason, but i don't like when somebody else writes in English so i wont either
and at last youngman keep up Ur work.I-and i think that I'm not the only 1-am on Ur side to stop that kiddyland here
tnx



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2004 23:03 לינק ישיר 

קיינער קען נישט קאמפיטן מיט די זינלאזע אשכולים וואס וואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן

אוןדי פאוסטערס וואס ריקן זיי ארויף אויבן אהן מיט נאך א נארישע 1-שורה'דיגע תגובה אן קיין פרישע נייעס-ראיות-דיעות

I give up!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דיסקוסיע: דאווענען ותיקין שבועות יא/ניין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext