tzvipb28 דו א חב"ד חסיד זאגסט אז דער עלות איז 4:15?? לפי חשבוני אויף מיין PALM LUACH קומט אויס דאס יאר דער עלות לפי התניא לכל הפחות 3:06 ובאמת איך ווייס נישט פארוואס ביי סתם א מנהג דארף מען ווארטן אויף דעם 'התאחדות' לוח (72 ) מינוט לפני הנץ (עס איז נישט דא זכר ודבר וחצי דבר פון סאטמאר רב זצ"ל אז ער האט אזוי געהאלטן ו) בפרט אז דא רעדט מען נישט פון קיין מצוה דאורייתא או דרבנן בכלל.. סתם דער עולם ווייסט נישט אז פאר שבועות קען מען דאך מקיל זיין (איז עס דען א קילה?) אין האלטן דעם פריעסטן זמן. דער וואס פיהלט אז דאווענען ותיקין האט נישט קיין יו"ט טעם קען דאך לכל הפחות אויף זיין ביז 3 אין אויף שטיין רואיג צו זמן קר"ש
אין פרי מגדים שטייט אז שבועות זאל מען דאווענען פאר מען גייט שלאפען, אפילו עס איז נאך פארן נץ. די שאלה איז וואס מען טוט מיט ברכת התורה, אבער רביה"ק זי"ע האט יא געזאגט ברכת התורה אפילו ער איז נישט געשלאפען ביינאכט.