איך וויל פרובירן נאכמאל אנצוהייבן א נארמאלן אשכול, העלפט מיר!
אן א שיעור מאמרים זענען רגיל בפי העולם וואס מ'ווייסט ניטאמאל וואס דער מקור איז, צו איז דאס א פסוק, א גמרא, שטיקל זוהר, אדער סתם א מאמר העולם.
טראכט פון אזעלכע מאמרים, און שטעלט דאס דא אריין, און ווער ס'ווייסט דער מקור זאל זיך אנרופען.
נשלח ב-22/6/2004 00:18
איינער וואס איז דער מקור פון ווארט חניאק?
וואס פאר א שפראך איז דאס?
נשלח ב-3/6/2004 04:04
יא דאס איז עס
כל הכבד
נשלח ב-3/6/2004 03:13
ר' ירחמיאל זעלצער ? דאכט זיך מיר הייסט ער א ת"ח מופלג און מחבר פון אינטערעסאנטע ספרים "נר למאה"
ער איז דאס?
נשלח ב-3/6/2004 02:24
איך האב גזעהן א קונטרס אין מיין אז ער האט עס איבערגעדריקט אין א ספר פון איינער ר".... זעלצער [איך מיין ער וואוינט אין בארא פארק] פון אלא מאמרים וואס זענען שגור בפי כל אבער האבען נישט קיין מקור
נשלח ב-2/6/2004 18:30
פון ווי איז דער מקור, פון דער מאמר העולם:
פטר'ן איז געלט ווערט ?!
נשלח ב-1/6/2004 21:29
עס האט מיר פארציילט איינער אז סאטמערער רבי שליט"א האט אמאל ביי א דרשה אין מתיבתא אין קרית יואל דערמאנט די מאמר "קוב"ה חדי בפלפולא אורייתא" און געזאגט דרך אגב אז די מאמר האט נישט קיין שום מקור, האט זיך ר"א אנגערופן אז מסתמא שטייט עס אין זוה"ק (ווייל ס' איז אראמיש) האט דער רבי געזאגט ניין אין זוהר שטייט עס אויך נישט, (זעט אויס ער קען אלעס אויסעווייניג).
און טאקע בדקו ןלא מצאוהו.
ווער קען עס יא טרעפן?
נשלח ב-1/6/2004 20:51
יישר כח מיכל, איך זעה אז אין מכלול כל המאמרים האט ער אויך געשריבען דאס פאר די מקור.
נשלח ב-1/6/2004 20:46
טייערער כורמיזא,
NUMBER 6 איז יא דא א מקור:
אין מסכת תמיד דף לב,א גמרא מן השמים לארץ רחוק או ממזרח למערב אמרו לו ממזרח למערב תדע שהרי חמה במזרח הכל מסתכלין בה חמה במערב הכל מסתכלין בה חמה באמצע רקיע אין הכל מסתכלין בה וחכמים אומרים זה וזה כאחד שוין שנאמר (תהילים קג) כגבוה שמים על הארץ [וגו'] כרחוק מזרח ממערב ואי חד מינייהו נפיש נכתוב תרווייהו כי ההוא דנפיש ואלא חמה באמצע רקיע מ"ט אין הכל מסתכלין בה משום דקאי להדיא ולא כסי ליה מידי אמר להן שמים נבראו תחלה או הארץ אמרו שמים נבראו תחלה שנא' (בראשית א) בראשית ברא אלהים את השמים ואת הארץ אמר להן אור נברא תחלה או חשך אמרו לו מילתא דא אין לה פתר ונימרו ליה חשך נברא תחלה דכתיב (בראשית א) והארץ היתה תהו ובהו וחשך והדר ויאמר אלהים יהי אור ויהי אור סברי דילמא אתי לשיולי מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור אי הכי שמים נמי לא נימרו ליה מעיקרא סבור אקראי בעלמא הוא דקא שייל כיון דחזו דקהדר שאיל סברי לא נימא ליה דילמא אתי לשיולי מה למעלה מה למטה מה לפנים ומה לאחור אמר להם אידין מתקרי חכים אמרו ליה "איזהו חכם הרואה את הנולד" אמר להם אידין מתקרי גבור אמרו לו איזהו גבור הכובש את יצרו אמר להן אידין מתקרי עשיר אמרו ליה איזהו עשיר השמח בחלקו אמר להן מה יעביד
אויף דעם זאגן די חכמים- "חכמים הזהרו בדבריכם"
BY THE WAY ווי טאיז דער מקור!!! נאר איך פארשטיי אז די קענסט מיר ענטפערן "REFER TO NUMBER 7"
נשלח ב-1/6/2004 19:44
דא איז נאך זאכען וואס איז שגור בפי העולם אין עס איז נישט באוואוסט די מקור אין חז"ל אדער פריער (עכ"פ פאר מיר).
1. ניתי ספר ונחזי.
2. כל הרודף אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו.
3. תשועת ה' כהרף עין.
4. עם צדיקים הקב"ה מדקדק כחוט השערה.
5. איזהו חכם המכיר את מקומו.
6. איזהו חכם הרואה את הנולד.
7. אין לך דבר העומד בפני הרצון [אין זוהר שטייט די זעלבע מובן: כל מלין דעלמא לא תלין אלא ברעותא].
8. אם תעזבני יום יומיים אעזבך (אין רש"י אין פרשת עקב (דברים יא, יג) אויף והיה אם שמוע שטייט שכן כתיב במגילה אם תעזבני יום כו' אין די שפתי חכמים שטייט דארט אז עס איז נישטא אזא פסוק נאר עס מיינט מגילת סתרים. אין ירושלמי ברכות צום סוף פון פרק תשיעי שטייט אמר ריש לקיש במגילת חסידים מצאו כתוב יום תעזביני ימים אעזבך)
9. אין חכם כבעל נסיון.
10 אם לא יועיל, לא יזיק.
11. אותיות מחכימות.
12. אם קבלה היא, נקבל. (אין מס' יבמות שטייט אם הלכה היא נקבל)
16. המאבד עצמו לדעת אין לו חלק בעולם הבא (אין לחם שמים פון מהר"י יעב"ץ אויפן משניות שטייט אז עס ווערט געברענגט אין מסכת שמחות אבער אין אונזער מהדורה שטייט עס נישט).
17. טעות לעולם חוזר.
18. כאשר זמם ולא כאשר עשה (שטעלט אייך פאר אזא באוואוסטע רש"י (מכות ב.) זאל נישט ווערען דערמאנט אין חז"ל).
19. מרבה דברים מרבה שטות.
20. מדחציף כולי האי שמע מינה ממזר הוא (אין גמרא (ב"מ פג) שטייט שמע מינה רשיעא הוא).
21. סכין מסוכן ביד שוטה.
22. סוף גנב לתליה.
23. צרת רבים חצי נחמה.
24. אין אומן בלא כלים.
25. ודי לחכימא ברמיזא (די ריכטיגע מאמר איז לחכימא ברמיזא ולשטיא בכורמיזא [כורמיזא=אגרוף], עס ווערט דערמאנט אין מדרש משלי פרק כב, איך האב אמאל געזען אז עס איז א יוונישע ווארט).
_________________________________________
דאס איז אויף דערווייל
נשלח ב-1/6/2004 19:14
איך מיין אז כד יתבין האט ר' מאיר שפירא געמאכט.
נשלח ב-1/6/2004 19:04
באקומען אין אישי פון שרולי
דער מאמר כד יתבין ישראל וכו'
וואס מען זינגט שבועות האט נישט קיין מקור
איך הייב אן א ליקוט פון חז"ל פון היינו דאמרי אינשי
קרעדיט: DBS
תוקן על ידי - אינגערמאן - 01/06/2004 3:41:48
נשלח ב-1/6/2004 03:09
דער ספר איז א תשובה ספר פין ר' אהרן לעווין וואס איז געווען א אייניקעל פין בית יצחק. ער האט געירשנט זיין מוח פין אים. ער איז געווען א מוח נפלא, ער האט געדינט אין די סיים (=קאנגרעס) פין די פוילעשע רעגירונג פאר די קריג.
מען זאגט אויף אים אז ער פלעגט פארען יעדע וואך אויף די באן א גאנצע נאכט צי די וועכענטליכע אסיפה פין די סיים, פלעגט אויף די וועג שרייבען חיבורים.