|
|
| נשלח ב-3/6/2004 15:02 |
|
| |
לאמיר זאגען איך וויל אפשניידען גאר א גרויסע בוים, איך וויל וויסען ווי גרויס איז די בוים, ווי אזוי קען איך וויסען?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2004 23:58 |
|
| |
באקומען אין תיבה אישית פון *SRULI*
YOU MEASURE THE SHADOW
ע"כ בתיבה אישית.
_________________
אין גמרא מס' עירובין מג:
הרוצה לידע כמה גובהו של דקל מודד קומתו וצלו וצל קומתו וידע כמה גובה של דקל.
(אין די אנציקלופדיעס שטייט עס אויפן נאמען פון'ם יווני 'תאלס')
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2004 21:00 |
|
| |
יישר כח כורמיזא פאר ענדליך עפענען אן אשכול מיט "תוכן", עס וואלט געווען געוואונטשען סזאל זיין מער אפט אנשטאט נארישע טינופת פאנטאזיעס און בויך סברות. מען דארף אבער נאך אזעלכע, מוז נישט זיין דוקא דעם נושא, אפילו נישט תורהדיג דוקא, אבי "עפעס" תוכן, חזנות למשל רק לשבר את האוזן.
איך האב נאר מורא אז דער עולם דא איז נישט אינטערעסירט אין תוכן, וואס האלט איר? אדרבא, זאגט אייער מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2004 17:29 |
|
| |
די חכמה און איינפאל פון א ראקעט ארום פליען אין די הויכע ספערן ווערט דערמאנט און תפארת יונתן פון ר' יונתן אייבשיץ פרשת נח.
עיי"'ש ותמצא נחת
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2004 18:17 |
|
| |
ווי אזוי קען מען צוזאם רעכענען די פאלגנדע נוסח 3x4x5x6x7x8x9x10x11x12x13x14x15 וכדוגמתו אויף א גרינגען אופן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2004 23:42 |
|
| |
אין די פריערדיגע הודעה האב איך געמאכט א טעות, איך האב געמאכט אן X אנשטאט א +.
די פתרון איז אזוי:
לאמיר מאכען א גרינגערע דוגמא: 2+3+4+5 (די נאמבערס דארפן גיין אין א סדר)
מ'רעכנט צוזאם די ערשטע נומער מיט די לעצטע (7=2+5) מ'צטיילט די סקעיל אויף האלב למשל דא האט מען צוגעלייגט 4 מאל דעמאלטס מאכט מען 2 מאל 7 און עס קומט אויס 14.
אויב די נומערן וואלטן געווען 2+3+4+5+6, מאכט מען 8=2+6, און צוטיילט אין האלב איז עס 2.5 (5/2), 8 מאל 2.5 איז 20.
אין מסכת מנחות דף קו עמוד א' תוספות ד"ה שהן אלף ושמונה מאות ושלשים. כיצד קח בידך מאחד ועד ששים וצרף תחילתן לסופן עד האמצע וכו'.
אין שיטה מקובצת ווערט געברענגט נאך א וועג ווי אזוי מ'רעכנט עס אויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2004 16:48 |
|
| |
יש לו מנה רוצה מאתיים פעלט עיהם העלפט
אין אדם מת וחצי תעבתו בידו
פעהלט עיהם מעהר פון העלפט
א תירוץ פליז
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2004 17:01 |
|
| |
איך האב אמאל געהערט עפעס א תירוץ וואס אויפ'ן מינוט געדענק איך נישט.
איך טראכט אז מ'קען זאגען.
אז די יש לו מנה דאס לגבי געלד, אז מ'קען מאכען א חשבון אזוי פיל האסטו און דו ווילסט האבען פונקטלעך דאפעלט.
אבער ביי אנדערע תאוות איז נישט שייך צו מגדיר זיין דאס אין דאס וויל איך ווייל א מענטש ווייסט אליין נישט וויפיל זאכען ער דארף אלטץ.
במילא מאך א פשוטע חשבון אז לויט וויפיל געלט ער האט וויל ער האבען פונקטלעך דאפעלט, און וואס וועט זיין מיט די אנדערע תאוות וואס ער קען נישט נאכקומען? במילא מוז זיין אז עס פעהלט אים מער פון העלפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2004 17:02 |
|
| |
א גיטע קשיא כמיין מקען עס אפשר אזוי פארענטפערן
כטראכט יעצט אז יש לו מנה איז דאך דאס שוין נישט זיין תאוה, ער האט שוין פארגעסן פון די מנה וואס ער האט שוין, די תאוה איז נאר אויף נאך א מנה וואס ער האט נאך נישט, וויפיל איז העלפט פון זיין יעצטיגע תאוה? א האלבע מנה, דאס האט ער דאך נאך אויך נישט, איז אין אדם מת און אפילו חצי תאותו איז אויך נישט בידו
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2004 21:31 |
|
| |
יש לו מנה [הרי הוא 1] רוצה מאתיים [היינו עוד 2, ביחד 3].
כשמת ישל לו רק שליש.
פשוט פשט, מסתמא שטייט עס שוין ערגיץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2004 22:26 |
|
| |
דיגרעסטע אין בעסטע קאלעקציע פין אפאר טויזענט מימרות פאר די אלע זאכן איז דער ספר מטבע שטבעו חכמים פין ר אברהם מייזעלס פין מאנטריאל
3 חלקים וואס ווען איך וויל מיך אביסעל אויסלופטערן
נעם איך עס ארויס פין ספרים שאנק אין איך קען מיך קוים אפרייסען דערפין
אגב איז קאנדהר א יחיד מומחה אין דעם געביט (נאך אלץ בחור האט ער גקענט אויסענווענגיד אלע אדרעסען פין חדושי אגדתא אן א קאמפיוטער נאר דאס האט ער געלערענט אגאנצען טאג )אויף מימרות הש"ס אלע אדרעסען פינקטליך
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2004 23:41 |
|
| |
ווער? אונזער קאנדהאר? ער רופט זיך בכלל נישט אן ביי די נושא אפשר קען ער רייכער מאכען אונזערע ידיעות מיט אינטערעסאנטע מאמרים. קאנדאהר יאלא קדימה!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2004 00:34 |
|
| |
יוסעלע דער תירוץ שטייט אין מהר''ם שיף איך זעה אז ד ביסט נישט א ע''ה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2005 23:21 |
|
| |
תוקן על ידי - אינגערמאן - 13/02/2005 22:04:01
|
|
|
|
|