ליידער ליידער עס איז זייער שוידערליך, אבער די גרעסטע צרה איז אז כלל ישראל כאפט נישט איין זאך, אז די גמרא פון כתובות אויפן פסוק וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין שה"ש השבעתי אתכם בנות ירושלים בצבאות או באילות השדש אם תעירו אם תעוררו את האהבה עד שתחפץ, וואס די גמרא לערנט ארויס פון דעם אז אויב מ'איז עובר די שלש שבועות א) שלא ידחקו את הקץ ב) שלא יעלו בחומה ג) שלא ימרדו באומות, זאגט די גמרא זייער שארף, הריני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה.
איז געווען אסאך וואס האבן געזאגט אז דאס איז א אגדתא גמרא סטמאר רב זצ"ל האט מברר געווען אין ויואל משה אז דאס איז א הלכה, ליידער די סרט ווייזט אויף אז די גמרא איז שוין גארנישט קיין אגדתא, ס'ווערט ליידער מקוים אויף אזא ביטערן אופן אזוי ווי די גמרא האט דאס פארגעשריבן.
זאל הקב"ה העלפן אז די בלינדע זאלן זעהענדיג ווערן, און אויפהערן מתגרה זיין באומות, כדי צו סטאפן טעראר, וואס ווער עס גלייבט אין הקב"ה גלייבט אז עס איז תלוי אין דעם.
וה' ירא בעני עמו ויגאלנו גאולות עולם
|
|