|
|
| נשלח ב-6/6/2004 22:03 |
|
| |
באבובער ניגונים אונליין
מצורף קובץכ'בין צופרידן מיטצוטיילן די גוטע נייעס וואס כ'האב געטראפן אז מ'קען שוין אצינד הערן די וועלט בארימטע הערליכע חסיד'ישע באבובער ניגונים אן-ליין
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
*** דער לינק *****
*** די לינקס ווי יוסעלע מעלדט די נייעס ******
ס'ענטהאלט אויך א ליסט פון די ניגונים און אינפארמאציע
הודעות של *** יוסעלע ******
ער זעט אויס זייער עקסייטעט מיט זיין דערגרייכונג
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
עס אנטהאלט א קאלעקשאן פון איבער 200 ניגונים נתחבר געווארן ע"י רבותינו הק' זצ"ל און היימישער באבאווער בעלי מנגנים דורך די יאהרן פון די פאלגענדע רעקארדס, טעיפס און סי-די'ס:
לייזער הלברשטאם - 2 חלקים
אהרן מיללער - 1 חלק
קעססלער'ס טעיפס - שירו לו, תבנה, ניגוני שבת און ניגוני יום טוב
שירי ציון - אלע 5 חלקים
שירי שלמה - 2 חלקים
בלוי'ס טעיפס - 3 חלקים
און נאך פארשידענס
כ'ווייס אז ס'פעלט נאך כמה טעיפס און ניגונים. כ,האף עס משלים צו זיין בקרוב אז ס'זאל זיין שלימות'דיג.
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
אז איינער וויל הערן ספעציפישע ניגון קען מיך שיקן אן "אינסטענט מעסעדזש" צו:
[email protected]
האטס הנאה
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
פאר די וואס ווייסן נישט!
מען דארף האבין א עם.פי.טהרי. פלעיער צו קענען הערןת ווינדאוס מידיא פארשטייט זיך טויג נישטת ווייל עס סופארט נישט עם.פיץטהריץ ווי עס ברויך צו זיין. א ריקאמענדעד אפליקעישאן איז אייטיונעס וואס עפל.קאם האט לעמטענס ארויס גיגעבן, ס'איז פארשטייט זיך אין אלגעמיין זייע לייכט צו נוצען
www.itunes.com
און פאללאו אינסטראקשענס.
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
כ'האב נישט געקלערט אז ס'וועט זיך פארשפרייטן אזוי שנעלת איינמאהל איך וועל באקומען די לייסענס האף איך עס צו לאזן אונליין 24 שעה א טאג חוץ שבת פארשטייט זיך
אז ס'פאלט איינעם איין א גוטע עצה ווי אזוי צו פארבעסערן אדער איינער וויל ביישטייערן מיט ניגונים וואס ער האלט אז ס'פעלט און מ'זאל עס ארויף לייגן זאל מיר לאזן וויסן אין ת"א.
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
ת"ל, כ'האב יעצט געלייסענסד די סערווער, ס'וועט זיך מער נישט דיסקאנעקטן יעדע 20 מינוט, it's up and running, כ'האף מארגען צו ערלעדיגן א סטעטיק איי.פי. אויך האב איך רגיסטירירט די וועבסייט
www.bobovbroadcast.com
במשך'ן טאג וועט עס אנהייבן צו ארבעטען (מ'וועט נאר דארפן טייפ דאס אדרעסס און עס וועט אייך גלייך צופירן צו אייער עם.פי.3. אפליקאציע).
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
איך וויל אויך בעהטן פון די עולם ביטע איבערצולאזן פידבעק (feedback) עס געט צו אסאך קורזש צו קענען ווייטער אהנגיין מיטן ארבעטץ
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
אונז וואלטן מיר געוואלט וויסען צו די עולם איז צופרידן פון די קוואליטעט און קלארקייט פון די בראודקעסט, יעצט איז עס אויף 56Kbs - Mono איך ווייס נישט צו דער עולם נוצט "נערראובענד" (דיאלאופ) אדער "בראודבענד" (די. עס. על.) אויפן פארלאנג פונעם ציבור קען מען עס אדזוסטען.
יעצט איז עס אויף 56קבס. מאנא
מען ארויף גיי צו 128קבס. סטעריאו פאר ב.ב.
אדער אראפ צו 24קבס. מאנא פאר נ.ב.
פליז לאזט אונז וויסן.
ס'איז א שאד צו אינוועסטען אזוי פיהל געלט און דער עולם זאל נישט הנאה האבן.
יאסעלע
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
יוסעלע
אזוי ווי די נאכפראגע איז זייער גרויס, אונז האמיר געהאט צוהערערס פון:
ניו יארק
ניו דזשערזי
וואשינגטאן די סי
תל אביב - בני ברק
חיפה
לונדון
בריססעל - אנטווערפען
צוריך - שווייץ
צוליב דעם האמיר געהאט היינט צופרי אסאך ריבאפפערינגס. כדי צו קענען נאכקומען די פארלאנג און צו קענען יעדעם צופרידן שטעלן וועלן מיר מוזען ניצען א נידעריגע קוואליטעט. אזוי ווי עס שטייט יעצט איז עס 48קבס. 44קהז. מאנא.
אזוי האפן מיר צוצלייגן צו די קאלעקיציע נאך צוויי טעיפס וואס פעלן.
אזוי אויך האפן מיר בקרוב צוצלייגן די ניגונים פון "אגרי דבי הילולא מילי" אויף די "יידישע קלאסיקס" טעיפס.
אויב ס'האט איינער א באבאווער ניגון פון א געוויסער טעיפ/סידי און האלט אז ס,באלאנגט אויך דא זאל אזוי גוט זיין און פארשטענדיגן מיט אונז.
בברכת שמיעה נעימה
יוסעלע
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
אם אפשר בבקשה להסביר בעברית איך בדיוק אפשר להוריד את השירים, נשמח מאד..
תודה מראש!
MsRobinson
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
--------------------------------------------------------------------------------
קודם כל!
אי אפשר להוריד, יש רק אפשרות לשמוע (כעין תחנת רדיו אונליין).
גם צריכים תוכנה שמאפשרת השמעתו כגון 'קוויקטיים' או 'אייטיונעס'
www.quicktime.com
www.itunes.com
גם אפשר לשמעו עם 'ריעל' פלעיער וכו'.
אם יש ברצון מישהו לשמוע איזה שיר נשמח למלא מבוקשו ע"י שישלח לנו IM איסטאנט מעסעדזש בAIM לשמנו BobovBC וננסה למלא מבוקשו בחפץ לב.
יוסעלע
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _
--------------------------------------------------------------------------------
י'שמחו ה'שומעים ו'יגילו ה'לוחצים!!!
עס איז אונז ב"ה געלונגען צו רעגיסטרירן דאס וועב-זייטל
www.bobovbroadcast.com
עס וועט אייך גלייך צופירן צום ריכטיגן אפליקאציע ווי איר וועט קענען הערן 'ניגוני באבוב' ווי לאנג עס לאזט זיך, עס וועט אייך פארגרינגערן דאס אריינקוועטשען פארשידענע און קאמפליצירטע נומערס וכו', אזוי אויך איז עס לייכט צו געדענקען.
אזוי אויך האפן מיר בקרוב צו קענען צולייגן צום וועב-זייטל א ליסט פון אלע ניגונים וואס שפילן אפ במשכ'ן צייט.
יאסעלע
www.bobovbroadcast.com
_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2004 19:57 |
|
| |
יעצט איז דאס ערשטע מאל וואס איך טרעף דאס ארבייטן געהעריג
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2004 18:25 |
|
| |
אונז האמיר ערלעדיגט א טעמפארערי לינק פאר די וועב-זייטל
www.bobovbroadcast.net
אזוי אויך די וואס האבן געהאט פראבלעימען צו דאונלאודן און שפילען די בראודקעסט, יעצט האבן מיר עס לייכטער געמאכט.
יאסעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2004 21:58 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2004 19:58 |
|
| |
What happened to the site? it dosen't work
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2004 05:26 |
|
| |
איר ווייסט נישט וואס איר רעדט ווייל די ריכטיגע דישיגוטער "האלט נישט אין איין אויפמאכן פורום'ס און אשכולות" אין די פורום וואס איר בושעוועט דארט איז נישט דישיגוטער
מיר באשרייבן נאר נייעס ווען ס'איז דא
פשוט צו באריכטן פאר חסידי באבוב אויסער ניו יארק וואס סטוט זיך
אז עס געפעלט אייך נישט אז ס'איז דא נייעס פון באבוב פון בן רבינו הרה"צ גייט זוכט אייך א נייע פלאץ
ביי ביי
תוקן על ידי - דישיגוטער - 09/06/2004 5:31:51
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2004 00:47 |
|
| |
אינגערמאן
פארגעס נישט באבוב פונקט ווי סאטמאר זענען גרויסע קהילות אין קענען נישט אפשטעלן אנינאמישע יחידים פון גיין אויפן אינטערנעט אין שרייבען וואס זיי ווילען מאכען וועבסייט'ס אין פורום'ס אויף היידפארק
עס איז דא א יחיד וואס האלט אין איין עפענען באבובער פורום'ס
טייל עולם אין באבוב האלטען אז זיי ווייסען ווער דאס איז מיטן נאמען די-סיגוטער אבער זיי קענען גארנישט טון פונקט ווי קיינער קען גארנישט טון אין סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2004 22:10 |
|
| |
באבוב בתפארתה! האמנם?
מיט דעם קומט נאך אמאל אויף די אלטע שערורי', האט דאס א פנים פאר א היימישן רבי'שן הויף/קהלה צו האבן א וועב-זייטל?
סאטמאר איז געווען די ערשטע דערמיט, און האבן געהאט א תירוץ פון קנאות, ווערט געדענקט סאטמאר.קאם, אבער דאס געווען מיט הכחשות פון די קהלה, און ס'איז אראפגענומען געווארן.
פון איין זייט, איז דער נעט א פאקט וואס רוב רובם פון די נישט-יושבי-אוהל האבן די נעט למחצה לשליש ולרביע, ביי די ארבעט א.ד.ג.
פארוואס זאל מען נישט האבן היימישע פלעצער ווי צו גיין אנשטאט די גויא'ישע און נישט היימישע פעלצער
מאידך גיסא, נו, פוי, אינטערוועלט! רחמנא לצלן, כ'דארף אפילו נישט מסביר זיין די עולה, און טאמער פארשטייט איר נישט, דעמאלטס זענט איר שוין צו לאנג אונליין......
הא? וואס זאגט איר?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|