בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

טויזענטער אידן האלטען מיט היסטארישע חתנה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2004 08:50 לינק ישיר 
טויזענטער אידן האלטען מיט היסטארישע חתנה



ניו יארק - א הערליכע און דערהויבענע חתונה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אווענט אין הויף פון באבאווער רבי'ן זצ"ל ווען די זוהן פון די אלטע באבאווער רבי זצ"ל האט געפיהרט זיין טאכטער אונטער די חופה, אנגעהויבן האט זיך די שמחה ביים קבלת פנים ווען הונדערטער בחורים האבן געזונגען ניגוני התעוררות בשעת א עולם איז אדורך דעם אויוון אהן אפגעבן לחיים פאר די מחותנים און די זיידעס מזקני החסידות.

דערנאך האט איינער אויפגעטערויטן מיט דברי התעוררות, דערווייל האבן געשטרומט טויזענטער אידן צו די מעמד החופה און ווען מ'האט אפגעענדיגט מיט די באדעקן איז שוין די גאס געווען פיל מיט מענטשן
די התעוררות ביי די חופה איז געווען אין לשער ווען א א דריי פערטל שעה איז די טויזנט קעפיגע עולם געשטאנען און געזונגען הייליגע ניגונים וואס די זענען געזונגען געווארן ביים הייליגן באבאווער רבי'ן זי"ע אין צייטן פון התעוררות איינער פון די הויכפונקטען פון די חתונה איז געווען ווען די רב הצעיר האט געהייסן אפשטעלן די זונגען און ער האט מעורר געווען דעם עולם מיט אפאהר ווערטער דערמאנענדיג אז זיין ברודער די רבי שליט"א איז א חולה און איז מוטל על ערש דוי און דערפאר אין אזא עת רצון וויל ער דערמאנען מ'זאל מתפלל זיין און אויך דארפן אידן געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות דערפאר אין אזא צייט ווען די אבותה"ק קומען אראפ פון גן עדן איז א שעת הכושר אז יעדער זאל בעטן אז מ'זאל געהאלפן ווערן מיט אלעם.

דערנאך איז אנגעקומען סאטמארער רבי שליט"א וואס איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין אבער דערווייל האט זיך געמאכט אז מ'איז נאכנישט געווען גרייט האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות דערנאך האט זיך געהערט דעם קול פון סאטמארער רבי'ן ווי ער איז מסדר קידושין, דערנאך מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן כלה דער חסיד וישיש פון די חשובסטע אידן אין היינטיגן דור הרה"צ ר' משה וואקסמאן שליט"א מיט כתובה ליינען, די אנדערע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן פערטערס און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן א אנדערע זיידער הרה"צ המפו' ר' ניסן לעזער שליט"א.

נאך די חופה איז די היכל דביהמ"ד באבוב שנעל אנגעפילט געווארן מיט די פילע באטייליגטע ווי מ'האט געגעבן א סעודה אזוי ווי עס פאסט פאר א חתונה אין באבאווער הויף, אזוי אויך איז אויסעגטיילט געווארן פאר אלע אידן א ספר וואס איז געדרוקט געווארן לכבוד די חתונה פון א תלמיד פון הייליגן בעש"ט הרה"ק ר' חיים זצ"ל עמוד העבודה

דערווייל האבן מנגנים באשיינט די שמחה מיט באבאווער ניגונים מער ווייניגער א שעה נאכ'ן חופה האט מען געמאלדען אז די מחותן גייט אריינקומען ווי יעדער ווערט געבעטן צו זיצן אויפ'ן פלאץ און די רב הצעיר וועט ארומגיין אלע טיילן און אלע שורות אפצונעמן די מזל טוב'ס און אזוי האט מען ענטפאנגען דעם רב הצעיר מיט געזאגנג ווי דער גאנצער עולם האט זיך אויפגעשטעלט און מ'האט אנגעהויבן צו געבן מזל טוב וואס אנגעהאלטן א דריי פערטל שעה.

דערנאך האט זיך די רב אוועקגעזצט אויפ'ן פלאץ און זיך געוואשן נאך א פופצן מינוט האט אויסגעבראכן א געזאנג ווען הונדערטער בחורים מיט'ן חתן בראש האבן אריינגעשטאמט צום זאל און דער גאנצער עולם האט זיך אויפגעשטעלט און עס האט זיך אנגעפאנגען די שמחת חתן ווען די חתן האט זיך קודם אוועקגעזעצט לעבן דעם רב און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה ביז ווען די רב האט זיך געגעבן א שטעל אויף און דער גאנצער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן און די רב האט אזוי געטאנצט אויין אהן מיט א געוואלדיגע שמחה און התרוממות און די אויגן פון די גאנצע ציבור איז געווען געוואנדן אויבן אהן צוצוזעהן די שמחה פונעם רב ביום שמחת כלילית בתו הכלה תחי' עס איז שווער צו שילדערן די התעוררות וואס האט זיך אפגעטוהן בשעת די רב האט געטאנצען בערך א פופצן מינוט, דערנאך האט די עולם זיך גענומען טאנצן אינמיטן מיט גרויס שמחה מיט וואס די גאנצע ביהמ"ד איז מיטגעשלעפט געווארן.

אויף איינמאהל האט מען אויסגערופן אז די מחותנים גייען אראפ טאנצן און מ'זאל אויפמאכן א גרויסע רעדל אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן אנקומענדיג אינמיטן האט די רב זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט'ן חתן און דער גאנצער עולם ארום האט מיטגעפאטשט און עס איז געווען א זעלעטנע שמחה ואוס איז שוין לאנג נישט געזעהן געווארן אין באבוב ווי טויזענטער אידן פרייען זיך מיט בשמחת בן רבינו הרה"צ שליט"א, דערנאך איז די רב הצעיר צוריק צום אויון אהן מקבל פנים זיין ראחמיסטריווקא רבי שליט"א און אזוי אויך די חתן, ווי די רב האט זיך אויפגעשטעלט און און געטאנצט צוזאמען מיט'ן חתן און ראחמיסטריווקע רבי שליט"א, הונדערטער אידן האבן אריינגעכאפט און זיך צוגעשטיפט צום אויון אהן צו ווינטשען מזל טוב פאר'ן רב ווי ער האט יעדן אויפגענומען בסבר פנים.

דערנאך האט די רב הצעיר ווייטער ממשיך געווען מיט די ריקודין אינמיטן ביהמ"ד וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן עולם ספעציעל איז געווען א גרופע פון פןפציג אידן וואס האבן נישט מפסיק געווען פון די משחה און אפילו ווען די רב איז געזעצן אויוון אהן און אפגענומען מזל טוב פון נאך הונדערטער אידן האבן זיי ווייטער ממשיך געווען מיט'ן טאנצן קעגן דעם אויוון אהן מיטפרייענדיג זיך מיט שמחת רבם, ווען די רב הצעיר איז צוריק אראף איז די שמחה געשטיגן נאך העכער ווען עס האט זיך געמאכט א רעדל פון צענדליגע רבנים וואס האבן געטאנצן צוזאמען מיט'ן רב, וואס האט געטאנצט בכל כוחו, איינע פון די הויעכפונקטן פון די חתונה איז געווען ווען די קלויזענבארגער רבי שליט"א איז אנגעקומען און די רב האט אים אלייך גענומען ביי די הענט און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט אים אליין און אזוי האט אנגעהאלטן די טאנץ עטליכע מינוט ביז עס האבן זיך מצטרף געווען נאך רבנים, ווי הגה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א, הגה"צ ווינער רב שליט"א, הגה"צ רבי יעקב יוסף ה"ש שליט"א הגה"צ מסיגעיט שליט"א הגה"צ ממעלבארן שליט"א.

נאך א שעה פון התעורורתדיגע טענץ איז די רב שליט"א צוריק ארויף צו זיין פלאץ און סע האט זיך אנגעהויבן א מארטש כמנהג באבוב יונגלעך האבן געטאנצט מיט ניגונים פון יבנה המקדש.

מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די באבאווער דיין און מיט די ברכות די פעטער און הרה"ג ר' יהושע רובין איידעם פון באבאווער רבי שליט"א, ברכת אחריתא האט געהאט הרב יונתן בנימין גאלדבערגער שליט"א שוואגער פונעם רב.

די שוהל איז געווען איבערגעפאקט מיט אן עולם פון דריי טויזענט מענטשן ווען עס איז געווארן א פארפלייצונג פון ווייסע צעטלעך וואס האט ענהאלטן גראמען וואס זאלן זאפארט געגראמט ווערן דורך הרה"ח הישי ר' שאול הוטערער פון אנטווערפן שליט"א וואס האט נאל געהאט חזקה ביים באבאווער רבי'ן זצ"ל אויפצורופן צום מצוה טאנץ, אבער קודם איז אויפגערופן געווארן די שווער פונעם רב דורך הרה"ג רק שלום קעססלער שליט"א מיט פאסיגע ווערטער זאזניד אז אזא יוד ווי ר' משה וואקסמאן אינטערעסירט גארנישט נאר די באשעפער אליין, עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זעהן ווי דער אלטע תלמיד חכם שטעלט זיך אינמיטן און טאנצט מיט א זעלעטענע שמחה לפני הכלה וואס איז געווען א שיין בילד צו זעהן ווי א איד וואס איז נישט קיין רבי טאנצט אינדערמיט מיט א תמימות ווען ער איז ארומגענומען מיט טויזענעטר טויזענטער אידן וואס זענען געקומען בייואינען זי זעלטענע שיינע שמחה.

אצינד האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע מעמד ווען ר' שאול הוטערער האט זיל ארויפגעשטעלט אויפ'ן לייטער און אנגעהויבן מיט זיינע אינטערעסאנטע פתגמים פון מיט רמזים און גימטריאות כמנהגו וכדרכו בוקדש, ווען די התעוררות בשעתן' גראמען איז געווען אין לשער ווען די תנועה איז געווען מיט'ן ניגון פון איזהו מקומן, דערנאך איז די רב הצעיר אויפגעטנען ווי הונדערטער אידן האבן זיך געשטיפט צו קענען געבן לחיים אין אזא דערהויבענע צייט, און דערווייל איז ווייטער געזונגען געווארן ניגוני התעוררות נאך א פופצען מינוט פון אפגעבן לחיים האט זיך די רב הצעיר אנכאפענדיג אין א ווייסע גארטל געגעבן א לאז ארויס אין א זעלטענע ריקודשל מצוה טאנץ וינועו אמות הספים מיט וואס דער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן מיט א געוואלדיגע ברען וואס איז שווער צו שילדערן פאר ווער ס'איז נישט געווען וואס האט דערמאנט די גוטע צייטן ווען רביה"ק זי"ע פלעגט טאנצן מצוה טאנץ, אינמיטן טאנצן האט די רב הצעיר געטוישט די תנועה אזוי ווי די מנהג פון אביו הק' זצ"ל אזוי פופצען מינוט אין א צוה איז די רב הצעיר ארומגעלאפן מיט גרויס התעוררות דעם ביהמ"ד און דער עולם האט מיטגעפאטשט ווען די רב האט זיך צעפאטשט ווען די רב הצעיר האט געשפרונגען איז די עולם מיטגעשרפינגען אזוי אז עס איז געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער פון אלע באטייליגטע ווען מ'האט געוואוסט אז רבינו הקדוש געפונט זיך יעצט אין פרייט זיך מיט מיט די שמחת נישואי צאצאיו, דערנאך נאכדעם ווי די רב הצעיר האט אפגעטאנצט די התעוורותדיגע מצוה טאנץ מיט אלע תנועות כנוסח אביו הק' זצ"ל אזי ער געגאנגען נעמען די חתן און האט אוזי געטאנצט קעגן די כלה אזוי ווי די רב זצ"ל פלעגט טוהן, אזא זעלטענע שמחה איז שוין לאנג נישט געזעהן געווארן אין חצר באבוב און עס האט דערמאנט צייטען פון דרייסיג יאהר צוריק ווען די רב זצ"ל האט געשפרונגען ביי די חתונה פון צאצאיו וואס האט אריינגעברענגט שמחה וחדוה אין אלע חסידים און ס'איז זיכער אז משמחה זו יושפע שפע רב לכולנו.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2004 10:31 לינק ישיר 

די חתונה VIDEO איז שוין דא




http://www.consultmi.com/bobov/


MI Consulting




בחסות:
MI CONSULTING
www.consultmi.com

Let us be your source for all your computer solutions



תוקן על ידי - jewboy - 13/06/2004 13:00:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2004 19:48 לינק ישיר 

באראפארקער

ביסט גערעכט דאס איז טיפיקעל גאליציאנער חכמה

גיי צו די באבובער פורומ'ס וועסטו זען מערב גאליציע במיטיבה
דאכט זיך מיר אז אין סאטמאר וועט מען זיך שלאגען כימות מתושלח וועט עס נישט זיין אזוי נאריש ווי דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 19:45 לינק ישיר 

די בילד פון רבי'ן ז"ל איז ביים באבובער רבי'ס ז"ל אייגענע חתונה אדער שבע ברכות בזו"ש.

אויף די אנדערע זייט איז הגה"צ מווייצען ז"ל וואס איז געווען א שוואגער בזו"ר און א שטארקער חסיד פונעם באבובער.

מערקט אז ער זעט אויס פונקט ווי זיין זון אבד"ק סאטמאר מאנטריאל שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2004 04:38 לינק ישיר 

מסביר זיין א באטשי גאליציאנער חכמה איז אזוי ווי לערנען מיט א גוי ברטנורא.

ביים דאווענען זענען די רבי'ס אין באבוב געשטאנען ווי אין א שויער אנגהויבען פין מהרב"צ, עס איז דא א טעם וואס דער מהרב"צ האט אויף דעם געזאגט, אבער מה אעשה, אין מגלין לבאטשי'ס, אפשר ווען די וועסט זוכה זיין און פארשטיין דיין סאטמאר וועל איך מיך באמיען דיר פארשטיין געבען באבוב.

ווידער בשעת'ן טאנטען מצוה טאנץ איז א ערענסטער זמן, האט ער געטאנץ'ט מיט'ן גרעסטען יראת הכבוד אזוי ווי זיין טאטע וואלט דא געווען, און בשעת מען האט מורא שמייכעלט מען נישט.


ווידער דער ברודער שליט"א לאורך ימים ושנים טובים עדי עד יחיה שמו לנצח נצחים, האט זיך אויך געפירט אין די צוויי ענינים אזוי ווי דער ברודער הצעיר.

אויב די האסט נאך קשיות מיט בויך וויי, און עס שטערט אז עס זענען נאך דא אידען וואס האלטען פין א רבי, האסטו איין עצה, פלאץ אויף טויזענט, ווייל חסידות איז אין פאר דער לאנג האל, און מיט דיינע קליגע ווערטלעך, און שווערע צריך עיון'ס וועסטו עס נישט מנצח זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 03:50 לינק ישיר 

דישוגוטער

א הערצליכען מזל טוב צום חתונת הגהקוהצוחופרפהחאסהמנחונהחובכקשתהכ"ק ר' בנציון שיחיה נצח

א דאנק אויך פאר די בילדער

אבער דערשרעק נישט דעם עולם.
ווען איך האב דערזעהן פרצופו הקדוש האב איך געמיינט אז ער גייט הארגענען מענטשען.

וואס פארקרומט ער זיך אזוי שטארק.
ווואס געט ער נישט קיין שמייכל.
סאיז א חתונה!

ביי די שמו"ע וואס מדארף שטיין באימה וביראה שטייט ער במחילה ווי אין א שאוער.
ביי ריקודין פון א שמחת חתונה שטייט ער ווי ביי נעילה.

אפשר האסטו ארויס דעם פשט?

למה למה למה למה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2004 02:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 02:32 לינק ישיר 

א בעלזער תנועה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 02:23 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ווען וועלט איז געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 02:21 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 02:17 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די שר החוץ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 02:10 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פאר אלע א"י באבאווער חסידים
דא קענט איר זעהן אייער מנהיג רבי יעקב מייזעלס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 00:24 לינק ישיר 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 00:22 לינק ישיר 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2004 00:21 לינק ישיר 

/










דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2004 08:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מצווה טאנץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > טויזענטער אידן האלטען מיט היסטארישע חתנה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext