בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עפארדעבל האזינג פראטעסט אין williamsburg

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2004 01:20 לינק ישיר 
עפארדעבל האזינג פראטעסט אין williamsburg

א גרויסע פראטעסט איז געפלאנט אין וויליאמסבורג מיט די קינדער פון חדר אזוי ווי די אינסינירעטאר אז די שטאט זאל צושטעלן עפארדעבל האזינג, אין אז מען זאל נישט לאזן בויען פאר ארטיסטען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 23:04 לינק ישיר 

סאיז דא א סתירה צווישן דער איד און דער בלאט קעגען וועם די פראטעסט איז געווען, דער איד שרייבט אז עס איז געווען קעגען גרעטש און דער בלאט שרייבט אז עס איז געווען /קעגען שעיפער.
און איך זאג אז עס ווענדעט זיך ווער עס האט עס פארופן וד"ל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 17:28 לינק ישיר 

געזעגענען:

ביזט נישט גערעכט ווייל געציל "ברענט" נישט קעגען די פראטעסט, יעדער וואס איז דארט געווען וועט דיר זאגען אז ער שרייבט דעם גאנצען אמת אן צו לייגען אדער אראפ נעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 16:48 לינק ישיר 

http://www.nypost.com/news/regionalnews/23217.htm


WILLIAMSBURG REAL ESTATE GOING THROUGH THE ROOF

By BRADEN KEIL
--------------------------------------------------------------------------------

Email Archives
Print Reprint



June 17, 2004 -- While Hasidic Jews in Williamsburg continue to protest an influx of yuppies and hipsters, neighborhood rentals and sales prices continue to climb.
According to a recent survey by the Real Estate Board of New York, Williamsburg average sales prices rose 19 percent in the last 12 months to $327,533, making it one of Brooklyn's fastest growing areas.

The average one-bedroom Williamsburg apartment runs about $275,000 — still cheap by comparison to the average downtown Manhattan one-bedroom pad, which The Corcoran Group puts at $473,000.

With Brooklyn fast becoming the new Manhattan — and Queens turning into the new Brooklyn — it stands to reason that Williamsburg could eventually reach the status of a Chelsea or TriBeCa.

"Part of its appeal is that these are not Manhattan prices," board member Michael Slattery said.

"It's becoming a very hot neighborhood, and no protest is going to stop it," said Douglas Elliman senior vice president Dolly Lenz.

Besides the high prices they bring, local clergy and residents have railed against their new neighbors' supposed liberal lifestyle.



"The morality [of the yuppies/ hipsters] is not acceptable to our people," said one rabbi. "It's dangerous for our children."







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 16:42 לינק ישיר 

http://www.nydailynews.com/boroughs/story/203542p-175616c.html

Hundreds.. of children? i



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2004 06:36 לינק ישיר 

היינט אינדערפרי בין איך ארויס אויפן גאס ביי אונז אין וומ"ס, האבן מיינע אויגן דערזען א צעטל וואס שרייט 20,000 אידן וועלן זיין ביי היסטארישן געיט ראלי, בין איך געווארן זייער נייגעריג, וויאזוי קען א געשעעניש וויסן פון פאראויס פונקטליך אויפן די נומער וויפיל אידן גייען זיך באטייליגן דארט? מיינע ער שרייבט בערך, רבבת, אלפים וכדו' איז נאך האלב פארשטענדליך, אבער צו וויסן אז פונקט צוואנציג טויזענט מענטשן איז שוין אביסעלע "אוט פראם די נארם", האב איך באשלאסן איך מוז עס גיין זען, מ'וועט אראפנעמען אביסל צייט פון די ארבעט צו זיך באטייליגן מיט די תנוקות של בית רבן זאגן א פאר קאפיטלעך תהלים וועגן די מכה פון ארטיסטן, ובזה הייב איך אן מיין רעפארט:
עס איז געווען אפגעשפארט ווייט עוו. פון בראדוועי ביז דיוויזשאן, אויף בראדוועי אליינס האט מען נישט געקענט זען גארנישט.
די סטעידזש איז געווען ביי ווייט קארנער סט. 8, אויף די זייט פון דאמסי, קעגן איבער דור ישרים, אינמיטן די גאס, אויף ווייט מיטן פנים צו דיוויזשאן און רוקן צו בראדוועי איז געווען א סיין "וויליאמסבורג אפארדעבל האוזינג ראלי", עס האבן אויפגעטרעטן: ר' אברהם ישעי' ווייס האט גערעדט צו די תשב"ר, דעיוויד יאסקי פון סיטי קאונסיל מיט א הבטחה צו טון כל מה שבידו, ר' יוסף וועבער פון פאפא, משה דוד נידערמאן פון UJO און קענט האוזינג קארפ., ישראל אשר פראמאוויטש פון וויען, און נאכאמאל אברהם ישעי' ווייס.
קינדער זענען געווען אויף די דאמסי זייט פון ווייט עוו. פון ס.8 ביז ס.10, מען זאגט אז אלע ת"ת אין שטאט האבן געשיקט זייערע קינדער, מסתמא נאר די עלטערע אבער פונטליך וואסערע כיתות און וויפיל ווייס איך נישט, ביי סאוט 10 איז יודל שלעזינגער פון וועד הצניעות געשטאנען און געטיילט וואסער פאר די קינדער.
די קינדער האבן געהאלטן פארשידענע סיינס, ווי אז די אידן, שווארצע און לאטינאס קענען נישט עפארדן די פרייזן, און אז די געגנט האט מען נישט ריזאנט פאר לוקזערי דירות, וכדו', א 4-5 מינים אויפשריפטן.
אויף די אנדערע זייט גאס בערך צווישן סאוט 9 און סאוט 8 זענען געשטאנען עטליכע כוללים, ווי קיעפ סט., נייטרא, ועוד מיט סתם מענטשן, בערך 250 מענטשן, אינמיטן ווייט עוו. אויפן טראטואר איז געווען ליידיג.
פרויען זענען געווען אפאר ביי סאוט 8 און ווייט אויף די זייט צו בערי, און נאך עטליכע ביי ס.9 און ווייט אויף די בערי זייט.
ווענס זענען געווען פון ABC, CBS2, און פאקס ניוס.
2 אנדערע טשענעלס האבן געהאט העליקאפטערס.
זשאו הארט דער PR רעפזענטעטיוו פון די נועם המדות פירמע איז דארט געווען צו רעדן צו די פרעסע, אזוי אויך האט זיין פירמע ארויסגעגעבן א פרעס רעליס אינדערפרי.
סאנדעל האט צוגעשטעלט די סאונד סיסטעם.
די ווייט עוו. אריינגאנג צו דאמסי איז געווען פארמאכט.
די גאנצע ראלי האט זיך אנגעפאנגען בערך האלב 4, און ביי 5:15 - 5:30 איז עס געווען פארטיג, און די פאליציי האט נישט געלאזט דורך גיין צו בראדוועי, מסתמא נישט וועלנדיג אז מ'זאל שרייען וכדו'.
די ענגלישע דרשות זענען מער ווייניגער געווען געבויט אויף די עפארדעבל האוזינג אישו, די אידישע חלקים האבן גערעדט פון אלץ און אלעמען.
עסקנים פון די נועם המדות וועם איך דערקען און זענען געווען טעטיג: פ.פ., ח.ד.ד., ועוד
פון UJO: י.ו., ש.ו.
פון די עסקנים לכל פירצות בוומ"ס: י.ז.
ועוד נישט אלע קען איך
ליעזאנס: יצחק שלום ווערטהיימער, עיב פרידמאן
תהלים קען זיין האט מען געזאגט פאר איך בין אנגעקומען, אבער נאכדעם נישט.
אויפן סטיעדזש זענען געזיצן א 10-12 מענטשן, צווישן זיי הרה"ג ר' הירצקא צוויבל ראה"כ סאטמאר, מיט הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין מו"ץ וואלאבאוט.
אויב האט איך פארפאסט פרטים, זאל מען מיך מעורר זיין אדער פרעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2004 20:02 לינק ישיר 

A press release was send to the media. It was done by the same PR firm UJO uses all the time.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2004 19:30 לינק ישיר 

עס איז קלאר אז UJO שטייט אינטער די פראטעסט, יעדער ווייסט עס, סא איז א שאד זיי זאלען אפילו פרובירען צו בלאפען.
יעדער ווייסט פארוואס UJO מאכט די פראטעסט און יעדער ווייסט פארוואס זיי האבען מורא זיך ארויס צו שטעלען, אבער עס איז א חוצפה אריין צו ברענגן די קהילות און מוסדות אין זייער טינוף, די איינציגע סיבה פארוואס זיי מאכען די פראטעסט איז א געפערליכע קאווער אפ און זיי גייט נישט אן וואס די תוצעות וועלען זיין, די עיקר איז אז UJO בלייבט קלין.
א שיינע פנים טראגען אונזערע "עסקנים".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2004 18:25 לינק ישיר 

זאלן די קינדער יא גיין צום פראטעסט אדער נישט? די הנהלה רוחנית איז געווארן פארגעהאלטן היתכן מען לערנט מיט די קינדער וואס אן ארטיסט באדייט, טאטעס האבן געקאלט UTA, אויך די מלמדים ווילן נישט שטיין אין די היץ. די פראטעסט הענגט אויף א פָאדעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2004 00:10 לינק ישיר 

דיסקאווער: די רעדסט נישט קלאר, פארוואס וויל עס UJO נישט מאכען? איך האב אגאנצען צייט חושד געווען אז זיי האבען מורא ווייל זיי האבען פיטער אויפן קאפ, און זיי ווייסען אז זיי טוהן די זעלבע עבירה און בויען פאר ארטיסטען ביי שעיפער.
אבער די טרייסט יעצט צו זאגען אז UJO וויל פשוט מאכען א פראטעסט וועגען א כסות עינים כדי דער עולם זאל נישט רעדען פון שעיפער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2004 23:55 לינק ישיר 

מען האט שוין געטראפן ווער עס זאל פירן דעם פראטעסט, און קהל ייטב לב וועט עס מאכן אין נישט ווי געפלאנט אז UJO, וויל זיי האבן באקומען די שעפער פראפערטי. אין ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז די גאנצע שעפער דיעל צריך בדיקה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2004 21:34 לינק ישיר 

אזויצואזויצואזויצאזוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2004 20:09 לינק ישיר 

שבת זענען געווען צעטליך אין וויליאמסבהורג אז אז עס גייט זיין א פראטעסט די קומענדיגע מיטוואך פרשת קרח, אבער עס שטייט נישט ווער עס ריפט די פראטעסט און קעגען וועמען עס מען גייט פראטעסטען.
ווער ווייסט וואס דא גייט פאר ביהיינד די סינס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2004 18:38 לינק ישיר 

פארוואס וויל נישט UTA נעמען די פראטעסט אויף זיך? פארוואס דארף זיך UJO אזוי מיטשענען צו טרעפען איינעם? און פארוואס וויל נישט UJO אליין מאכען די פראטעסט?

עפעס שמעקט דא פישי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2004 17:46 לינק ישיר 

מען האט נאכנישט באשטומפט דער טאג פון די פראטעסט. דערווייל האט מען געבעטן אז UTA זאל מאכן די פראטעסט, אבער אשר אלימלך מייזעלס האט קודם נישט געוואלט אז UTA זאל זיך אריינמישן אין אזאלעכע זאכן, האט מען עס דערווייל אפגעשטופט, מייזעלס האט אנגעטראגן אז פאר די זאכן זאל מען נעמען אז עקסטרע מענטש וואס זאל קענעןזיין בּיזי מיט PR אגאנצן טאג, דערוויל ווייס איך נישט וואס איז געבליבען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2004 22:59 לינק ישיר 

מאכטס ווייניגער פראטעסטען און טוטס צו די זאך!

http://www.citylimits.org/content/articles/articleView.cfm?articlenumber=802

Today, the details are nearly final: UJO, with the help of BFC Partners--a Staten Island-based contractor owned by Donald Capoccia, one of former Mayor Giuliani's leading campaign contributors--has planned a $120 million, 350-apartment mixed-income complex split into two buildings, one 15 stories tall and the other 25 stories. The development will include 140 low-income units, rooftop gardens, rental space along Kent Street for small businesses, 162 parking spots in an enclosed garage and a publicly accessible pathway lined with benches along the river.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עפארדעבל האזינג פראטעסט אין williamsburg
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext