בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

טוה מיר א טובה - נעם מיט דעם פעקל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2004 16:08 לינק ישיר 
טוה מיר א טובה - נעם מיט דעם פעקל

איך וויל דא אינעם אשכול איבער געבן א מעשה ווי מען האט מיך אריינגערוקט א פעקל מיט צו נעמען
איינער בעט מיר מיטצונעמען א באטל טעסטערס טשויס קאווע פאר זיין זון און עס איז געווען פול מיט דיימאנטס
א גאנצן וועג בין איך געווען אויסמענטש



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2004 19:48 לינק ישיר 

ער וואלט געדארפט איבערלאזן דאס גאנצע פעקל

וְעִם עִקֵּשׁ תִּתְפַּתל
(תהילים יח )




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2004 00:50 לינק ישיר 

רבותי

איך וויל ענק מיטיילן א מעשה וואס מיין חבר האט מיר יעצט פארציילט און בדידיה הוה עובדא ער איז נעכטן צוריק געקומען פון ארץ ישראל דורך די שווייץ און מעשה שהיה כך היה

זייענדיג אין ארץ ישראל האט איהם זיין בעל אכסניא אין די שווייץ אנגעשדכנט איינעם אז אזוי ווי ער פארט אהיים דורך שווייץ צו ער קען מיטנעמען א פעקל טשעקן

פון וויפל געלט רעדט מען דא פרעגט איהם מיין חבר

ענפערט ער פון ארום 45 טויזענט דאלער

בקיצור יענער האט געזאגט ער ברענגט דאס אריבער ביז א האלבע שעה און מיין חבר האט איהם געזאגט נישט שפעטער ווייל ער דארף אוועק גיין ער יאגט זיך

נאך א האלבע שעה ער זעהן אז ער קומט נישט איז מיין חבר אוועק געגאנגען
פון ווינקל פון אויג האט מיין חבר געזעהן ווי אזוי יענער ווארט אז ער זאל אוועק גיין כדי ער זאל קענען איבערלאזן די טשעקן ווען מיין חבר איז נישט דא אין די אכסניא

ווען מיין חבר איז אהיים געקומען האט מען איהם געזאגט אז איינער האט געברענגט א פעקל טשעקן מיין חבר רייסט אויף דעם ענוועלאפ און פאנגט אן איבערצוציילען די טשעקן און עס ווערט אים שווארץ ביי די אויגן א סומע און די זיבענער נאמבערס 1,650,000 א מיליאן מיט 650 טויזענט דאלער

מיין חבר האט זיך מיישב געווען ער נעמט ארויס פונעם ענוועלאפ די סומע וואס מען האט איהם געזאגט פריער
45 טויזענט און די איבעריגע הט ער איבער געלאזט אין ירושלים

ער קומט אן קיין שווייץ יענער קומט אפנעמען די טשעקן און ער געט אים דעם ענוועלאפ מיט די 45 טויזענט
און יענער פרעגט נאו דאס האט מען געשיקט?
זאגט ער יא
בקיצואר א ווך צייט ארום געשלעפט ביז ער האט עם געזאגט אז ער האט מיטגענומען נאר וויפל ער האט צוגעזאגט צו נעמען און די איבעריגע ליגט אין ארץ ישראל
און ער פרעגט איהם וועמענס אחריןת וואלט געווען ווען ער ווערט ארעסטירט מיט אזא גרויסע סומע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2004 18:45 לינק ישיר 

עפשטיין
יישר כח
זעהט אויס אז די ביסט אזוי פארטוהען אין פאליטיק אז אפילו א נארמאלע שמועס קנסט די נישט פירען אהן אריינמישען דיינע שטותים. אז נישט דיינע סאטמארע פרובירסט די מיט באבאווער. (אגב נישט יעדער גאליציאנער איז א באבובער - וגם אני בתוכם). אלפאנס יישר כח פאר דיינע ווערטער.

כורמיזא
הער אויף מיט דיינע חשבונות, איך רעד פאקט, נעם צען טויזענט דאלאר אין די האנט אריין וועסט די זעהן איך בין גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2004 18:40 לינק ישיר 

גראדע איז דער גאליציאנער חכם גערעכט
[זעט אויס אז ווען בן ציון האט געטאנצען ווי זיין טאטע (נוסח סקווערא)האבען זיי געשעפט חכמה אין יראת שמים]

געלט פארנעמט נישט קיין סאך פלאץ אין א קדושת לוי קען אריין גיין אסאך מער געלט ווי די מיינטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2004 18:38 לינק ישיר 

בארא-פארקער,
די פאפיר פון די דאללארס אן די פרינט איז די דיק פון 90 גרם פאפיר, וואס 90 גרם פאפיר גייט אריין אין יעדע 2.5 אינץ' 500 פאפירן.
די פאפיר אליין אן די פרינט קומט אויס א האלבע אינץ', מיט די פרינט אויף ביידע זייטען קומט עס אויס בערך נאך א פערטל אינץ'.
דאס איז די חשבון אז 75. אינץ' איז 100 דאלאר בילס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2004 17:12 לינק ישיר 

עטס זאלסט מיר אלע מוחל זיין, אבער איך האלט יעצט אין די האנט צען טויזענט, אין די ספעיעלער מין מאָני ענוועלאפ, עס איז בערך איין פערטעל אינטש. א גאנטע אינטש איז פערציג טויזענט, מען קען לייגען לכה"פ צוויי אינטשעס איז 80,0000 מען קען לייגען זיכער זעקס מאל אזוי פיל, איז עס קרוב צו א האלב מיליאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2004 10:57 לינק ישיר 

גיי טענה דיך מיט א פּוילישן-באבובער נאר.

ער טענהט אז אין א קדושת לוי גייט אריין א מיליאן דאלאר. פארוואס לייגט ער נישט צו נאך אפאר זיראס? סקאסט נישט קיין געלט.

בארא פארקער, זאג אז אין א קדושת לוי גייט אריין א טריליאן דאלאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2004 08:19 לינק ישיר 

לאמיר מאכען א פשוטע חשבון,
100X$100 איז דיק א 3/4 אינטש (נייע הונדרעטערס)
אין א קדושת לוי פיט אריין 4 מאל אזוי סאך
צוזאמען איז $40,000, לאמיר זאגן ער האט גענוצט די נייע קדושת לוי, גייט אריין דאפעלט, צוזאמען איז $80000 מאקסימום.
עס קען זיין אז די איבריגע האט ער געגעבען אין א טשעק

תוקן על ידי - כורמיזא - 13/06/2004 8:25:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2004 06:45 לינק ישיר 

בארא פארקער
עס זעהט אויס אז די האסט נאכנישט
געהאלטען א קדושת לוי
.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2004 06:11 לינק ישיר 

א מעשה שהיה

ר' מעכעלע פון נתני' איז געפארן אויף מאנטריאל מיטן באס איינער האט מיטגעשיקט מיט אים הייסע סחורה. צו זיין מזל האבן זיי אים געפאקט. ער איז געזעצן צוויי טאג ביז מען האט אויפגעוויזן אז ער איז א איד א תמים און מ'האט אים אויסגענוצט.

ארויסקומענדיג האט ר' מעכעלע זיך אנגערופן "איך האב נישט געמאכט קיין חילול השם, איך האב נישט אויסגעזאגט אז איך בין א איד".....



תוקן על ידי - גאסט - 13/06/2004 6:15:00



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2004 06:05 לינק ישיר 

איך פערזעהנליך האב אמאהל געהאט א מעשה מיט א פעקעל, ווען איינער האט מיך מיטגעגעבען א פעקעל קיין א"י, דער פעקעל האט געהאט עפעס אזוי ווי אונטער וועש וכדומה. אין א"י בין איך געווען ביי א שמחה, נישט זייענדיג קיין א"י'דיגע, און נישט וויסענדיג אז צוליב די עניות זענען מענטשען מער נכשל אין גניבה, האב איך עס אראנגלייגט לעבען מיין מאנטעל.
ווען איך בין צוריק געקומען איז דער פעקעל שוין נישט געווען,
נאכען מודיע זיין דער משלח אז דער פעקעל איננו, איז ער געווען זייער אפסעט, איך האב אים געפרעגט, מאי כולה רעש? האט ער געזאגט אז ער האט אין דעם פעקעל אריין געלייגט אפאר דאלאר, אין אים באדערט אז עס איז פארלוירען.

ע"כ המעשה.

אבער פין דעם זעהט מען, אז דורך מיין נישט וויסען אין פארלוירען געווארען דאס געלט, געלט וואלט איך קיינמאל נישט געלאזט הפקר, א פעקעל מילא, און היות יענער האט מיך נישט געזאגט, איז עס פארלוירען געווארען.

געדענקט, זאגט דער שליח וואס דער פעקעל ענטהאלט, נישט צוליב שולדיג אדער נישט שולדיג, נאר צו וויסען וואס פאר סארט שמירה אנצוגעבען פארען פעקעל. מען מאכט זיך אליין קליא מען נישט זאגען פאר'ן שליח וואס דער פעקעל טוט ענטהאלטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2004 05:55 לינק ישיר 

מאזשאר
זעהט אויס אז די האסט נאך קיינמאל נישט געהאלטען קיין געלט, אין איין קדושת לוי גייט אריין מיליאן דאלאר, נישט הונדרעט טויזענעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2004 08:37 לינק ישיר 

די פרייזן אויף אריבער פירן געלד איז צווישען 75. פראצענט און 1.5 פראצענט, נישט קיין 20%.
עס איז דא אפילו היינט פלעצער ווי מ'קען עס בקומען אומזיסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2004 06:34 לינק ישיר 


עס גלייבט נישט אז אין א ספר קדושת לוי זאל אריינפיטן מאה אלף....
לאמיר זאגען עס איז אין הונדערטערס באנקנאטן..
רעכן אויס איז עס = טויזענט פאפירן..

ווי קען עס דען אריין???????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2004 03:08 לינק ישיר 

איך האב געהערט א מעשה פון איינעם
אז איינער האט אים פארציילט אז א באבאווער יונגערמאן האט איהם פארציילט
אז פארן פארן איז צו געקומען צו איהם א יונגערמאן און געבעטן צו ער קען מיט נעמען א בר מצוה מתנה א ספר קדושת לוי


האט ער איהם געזאגט נישט קיין פראבלעים
א בר מצוה מתנה ברענג און איך וועל דאס מיט נעמען

א שעה שפעטער האט ער געברענגט דעם קדושת לוי שיין איינגערעפט מיט א הערליכע רעפינג פעיפער
און דער באבאווער יונגערמאן האט דאס מיטגענומען


הכלל דער עראפלאן האט געשפעטיגט און דער יונגערמאן איז אהיים געקומען אפאר שעה שפעטער
און זיין ווייב זאגט איהם אז איינער קאלט יעדע פאר מינוט פרעגן צו מען האט געברענגט א בר מצוה מתנה א ספר קדושת לוי
דער באבאווער יונגערמאן טראכט ביי זוך פאר א בר מצוה מתנה קערט מען נישט א וועלט און ער קען נישט פארשטיין וואס מען רופט א יעדע פינעף מינוט

ער פוילט זיך נישט און ער מאכט אויף די רעפינג פונעם קדושת לוי
יא עס האט קדושת לוי דעקלעך אבער אינעווייניג אין געווען מאה אלפים!!!!!!!!!!!!!!!!!!


בקיצור ער פוילט זיך נישט יאגט זיך אונטער לויפט אין ספרים געשעפט און קויפט א קדושת לוי פאקט דאס איין אין שיינע רעפינג און דער מקבל קומט אפנעמען דעם "בר מצוה" מתנה און ער געט איהם די מתנה די ספר וואס ער האט יעצט געקויפט

עס גייט נישט אריבער קיין צען מינוט און דער מקבל קומט מיט א ויצעקו אז מען האט איהם באגאנבעט און נישט דאס דארף ער באקומען

זאגט איהם דער שליח
איך וועל אייך זאגן דעם אמת דעם ספר וואס מען האט געשיקט מיט מיר האב איך פשוט פארלוירן נאר אזוי ווי איך האב געזעהן אז מען האלט אין איין רופן וועגן דעם ספר האב איך מיך נישט געפוילט און געקויפט א נייער ספר און אייך געגעבן


דער מקבל שטייט און פלאצט און הייבט אן צו מאכן קולות ביז ער האט אים פארציילט אז עס איז געווען דארטן זייער אסאך געלט

אבער דער שליח האלט זיך ביי זיינס אז אז ער האט דאס פארלוירן און ער איז א שומר חינם און ער דארף גארנישט באצאהלן

בקיצור ער האט איהם ארום געשלעפט 2 וואכן ביז עס איז אנגעקומען צו א דין תורה דארטן האט דער שליח פארציילט און געזאגט יא איך האב צוגענומען די מאה אלף
און איהם געגעבן און קאפ אריין פאר נישט זיין מענטשליך און אזוי ארין ראסלען א מענטש מיט א פעקל
וואס תוצאותיו מי ישורנה

צום סוף האט דער בית דין געפסק'נט אז דער מקבל דארף באצאהלן פאר די צדקה צוועק ווי דער שליח האט געהייסן צוואנציג פראצענט
אזויפיל וויפיהל מען צאהלט טאקע פארן אריבערפירן געלט



ביי דעם געלעגנהייט ווערן די חשובע גולשים געבעטן צו שרייבן זייערע ענדליכע מעשיות ווי אזוי זיי זענען ארינגעפאלן מיט אזעלעכע אינשי דלא מעלי אוןן ווי אזוי מען האט זיך ארויס געדרייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > טוה מיר א טובה - נעם מיט דעם פעקל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext