טאגליכט,
מענין לענין,
איך האב געליטען א שטיקעל דארכפאל מיט א ספר וואס איז געמאכט מיט ווארד, אויב דו ווייזט עפעס אן עצה, ביטע פאוסט עס דא.
דער פראבלעם איז ווי פאלגענד:
די גאנצע ספר איז געווען פארטיג אויף PDF פיילס, און ביים פרינטען איז עס אויסגעקומען פונקטלעך ווי די PDF, אבער ווען מ'האט געמאכט RIP, איז אסאך אותיות צושפרינגען. אויך, ביי אלע פלעצער ווי עס איז דא פיקטשערס האט עס צוגעלייגט פינטלעך.
איך ווייס נישט ווי אזוי זיי האבען געמאכט די RIP (מיט וועלכע סיסטעם) אבער זיי נוצען א סייטעקס CTP סיסטעם (נישט אלעמאל נוץ איך פרנק...).
מיין שאלה איז אזוי:
1. וויאזוי קען איך בודק זיין א PDF פייל צו די RIP וועט זיין די זעלבע ווי די PDF?
2. יעצט אז איך האב די PDF און איך ווייס אז עס האט RIP פראבלעמען, און איך מוז נוצען די PDF פייל (ווייל עס האט אסאך שינויים אין די PDF פייל אליין), וויאזוי קען איך פאררעכטען די RIP פראבלעם?
|
|