בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אויך מיר א כלל טוהער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/6/2004 22:34 לינק ישיר 
אויך מיר א כלל טוהער


זיצן מיר אינדרויסן אין פארברענגן מיט די שכינים, אינמיטן רופט זיך אן איינער טודעי איז מיי בירטדעי, אונז האבן עם אלע אנגעוואונטשען וואס ס'קומט זיך עם, און געגעבן מזל טוב.

פונקט איז געשטאנען דארט איינער מיט א קאר און געווארט פאר א צווייטן, און די קאר זענען געזעצן נאך מענטשן.

אזוי ווי מיר האבן גענדיגט געבן מזל טוב פארן חשובע'ן שכן נאך א האלבע מינוט קומט יענער ארויס פון די קאר הייתכן מ'געט זיך מזל טוב מיט שכינים ווי איז עס געהערט געווארן? קענסט עס נישט טוהן ערגעץ אנדערש נאר דא אין די יידישע געגענט?

איך האב מיר אנגערופן צו עם, וואס אונז זעמער נישט קיין יודן? ווייל גייען מיר נישט מיט די לאנגע פיאות?

מיר האבן זיך אנגעהויבן טענהן אהער אהין ביז ער איז געגאנגען.

צו דיר מענטש איך ווייס נישט אויב די ליינסט דא אדער נישט, באט אזוי פיל קען איך דיר יא זאגן אז די זעהסט א זאך וואס געפעלט דיר נישט, דריי דיך אויס וויש דיר אפ די נאז און גיי ווייטער.

קום נישט צו אונז געגענט מיט טענות.

ס'טוט דיר אזוי שטארק וויי אויך ווען איינער האט נישט צו צאלן זיינע בילס?

אדער ביזטו אמאל צוגעגאנגען צו איינעם פרעגן אויב ער האט שוין געגעסן פרישטאג אדער נאכטמאהל?

לאז מענטשן לעבן במנוחה, ווער מיר נישט קיין עסקן אדער א כלל אויפטוהער.

קוק אויף דיין אייגענע רבי'ס פארגאגנהייט, אז די געדענקסט נישט וועל איך דיר דערמאנען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2004 02:30 לינק ישיר 


זיץ איך מיר רואיג ביים לעצטן בענקל אויפן מאנסי טרעילס באס, ס'איז נישט געווען די מחיצות געלייגט, פשוט ס'קוים געווען מענטשן דארט.

קומט ארויף א יונגערמאן א סטאפ נאך מיר און הייבט אן לייגן מחיצות ארויף אראפ, כאילו די וועלט איז זיינס, איינער האט דיר געבעטן לייגן מחיצות? ווער איז שוין געזעצן דארט? 3 אלטע לעידיס? קאמאון.

פיין דער יונגערמאן זעצט זיך אראפ גאנץ אויבן אן און שוין שא שטיל, האט ער געלייגט מחיצות גרויסע גדולה, יצמח וואס ער איז.

ביי די לעצטע סטאפ קומען ארויף צוויי יונגע מוידן און זעצן זיך היבש אונטן, אזוי ווי דער באס האט זיך איינגעדרייט צום טראוועי, קומט דער יונגערמאן צו גיין און זעצט זיך אביסל פאר די מוידן אויף די מענער זייט, באט ער האט זיך נישט געזעצט אבי געזעצט ערגעץ, ער האט מקפיד געווען זיך צו זעצען ווי ס'איז דא א שטיקעל לאך פון איין מחיצה צום צווייטן, דאס איז מיר שוין נישט געפאלן, א 15 מינוט צוריק האסטו געלייגט מחיצות און דא קומסטו זיך זעצען קלאָז צו די מוידן? וואַט דע העק איז גאָינג אָן וויט יו? עס איז מיר געווען זייער נייגעריג צו זעהן וואס דא גייט זיך אויסלאזן.

איך האב מיר אויפגעזעצט פון די רעכטע זייט און זיך געזעצט אינמיטן (האב איך שוין געשריבן אז איך בין געזעצן די לעצטע באנק?), און יא כ'האב נישט געדארפט צו לאנג ווארטן, דער (חשובער) יונגערמאן האט יעדע פאר מינוט צוריק געקוקט (אזוי ווי לוט'ס טאכטער? אין סדום) אויף די שיינע יונגע מוידן כאילו זיין זענען שטארק אינטרעסירט אין עם.

איך האב מיך געוואלט אויפשטעלן צו עם און דערלאנגען אזוינס און אזעלעכץ, וואס פייניגסטו? לאז זיי לעבן מנוחה, גיי זעץ דיר אויבן אן, האסט דאך געלייגט די מחיצות פאר א ריזן, די פיי צדיק וואס די ביזט.

שוין אבער ב"ה די מוידן האבן געהארט שכל עם צו איגנארן.

זאל מען הערן גוטע בשורות,
און א געזונטן זומער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2004 06:16 לינק ישיר 

נו וואס איז דאס געווען יענעמ'ס עסק?

מען דארף זיך דען נישט גוט לעבען מיט שכנים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2004 04:04 לינק ישיר 

האב איך געשריבן אויבן אז מ'האט זיך געגעבן מזל טוב?

אוודאי איז עס געווען א שכן, וואס מיינסטו האט זיך דער זכר גערעגט, וועלכע יידיש קינד שעיקט הענט מיט שכנה'ס?

תוקן על ידי - jewboy - 25/06/2004 4:04:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2004 03:05 לינק ישיר 

אויב מען מעג מען פרעגן

וויאזוי איז דאס ווינטשען צו געגאנגען, בלויז מיט'ן רעדן, אדער....

איז עס געווען א שכן אדער א שכנ..




כ'האב נאר געפרעגט אויב מען מעג, אויב נישט, איז לא אמרתי כלום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אויך מיר א כלל טוהער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext