(IsraelNN.com) A small group of Jews have come to Israel from Yemen, hopefully as the forerunners to the remainder of the endangered community.
נשלח ב-19/2/2009 23:04
היינט איז באריכטעט געווארן אין די נייעס אז א משפחה מיט 9 נפשות זענען אנגעקומען פון תימן קיין מדינת ישראל.
ר' סעדי' בן ישראל האט זייער אסאך געהאלפן אין תימן צו בויען אידישקייט די לעצטע 15 יאהר און האט זיך אויסבאנאלטן די לעצטע 7 וואכן אין א באהעלטעניש אין צענא. ער האט געוואלט ארויס פון תימן ווי אמשנעלסטן.
די עסקנים פון ענגלאנד און אמעריקא האבן עהם נישט ארויס גענומען באצייטענס און ער האט מורא געהאט צו ווארטן. האט ער מחליט געוועהן צו פאהרן מיט די סוכנות.
די נייעס רעפארטערס האבן עהם אפגעווארט אין בן גריון עירפארט און באריכטעט אז די אידן אין תימן ווארטן ארויס צו פאהרן.
מיר ליידער זענען פארנומען די לעצטע 4 וואכן מיט הענגען שיינע פלאקאטן מיט בילדער פון די תימנ'ע קינדער. מ'פארלאנגט פון ציבור אז מ'זאל געבן 15 אלפים פאר א נפש "שה לבית אבות" קאמפיין. און די סוכנות ווארט נישט ביז די סאטמערע וועלן ברענגען די געלד. זיי חאפן די נפשות אהנע 15 אלפים.
ליידער שלאפט מען און מ'לאזט די תימנ'ע אידן גיין לטמיון.
הגז''ל ר' זלמן האט ביי די אסיפה גענאפעצט וועגן דעם איז דאס גאנצע זאך איינגעשלאפן .
נשלח ב-20/2/2009 14:44
"מ'פארלאנגט פון ציבור אז מ'זאל געבן 15 אלפים פאר א נפש "שה לבית אבות" קאמפיין. און די סוכנות ווארט נישט ביז די סאטמערע וועלן ברענגען די געלד. זיי חאפן די נפשות אהנע 15 אלפים."
למען האמת דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עס איז פארשטענדליך אז בשעת עסקנים קענען ארבייטן איבער די כוחות צו פועל''ן ביי די לאנדאנער רעגירונג אריינצולאזן די אידן, קען מען זיך ליידער נישט פארמעסטן מיט די כח פון די סוכנות וועלכע פירן אן אייגן מדינה און זייער פאליטיק האט באשלאסן אז זיי לאזן יא אריין די אידן צו זיך. און די נעבעכדיגע אידן וועלכע זענען אין א שרעקליכע סכנה יעדע רגע קען מען דאך פארשטיין אז קודם ארויס פון דארט.
ווידער איבער די פרשה מיט די געלט האב איך דערווייל נאר געזעהן אין די צייטונגען חתימות אבער נישט אז מ'זאל פאקטיש ארומגיין שאפן געלט.
נשלח ב-20/2/2009 19:05
מ'האט ב"ה געשאפן שיין געלט ביים מסיבה אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג. מיסתמא אין קרית יואל קומט אויך שיין אריין. רבינו שליט"א האט נישט נאר אנגעווארמט דעם עולם איבערן צוועק, נאר מכח על הפועל האט מען אריינגעלייזט גרויסע סכומים צו קענען אנפאנגען מיטן פראיעקט ארויסצונעמען די אידן פון תימן און זיי טראגן קיין ענגלאנד.
קיינער שלאפט נישט, אבער איר פארשטייט אליין אז היינט צוטאג איז נישט אזוי גרינג אריינצוברענגען עטליכע זעכציג משפחות פון תימן - אן אראביש לאנד - קיין ענגלאנד. קיינער טראכט נישט אז די אידן וועלן אנקומען א טאג נאכן מסיבה קיין ענגלאנד. עס קאסט אסאך געלט, עס נעמט חדשים פון ארבייט און אלעס ברויך אויסגארבייט ווערן אז זיי זאלן האבן ווי צו זיין ווען זיי קומען אן מיט זייערע גאנצע משפחות.
די מדינת ישראל ערלעדיגט דאס אין איין מינוט, קיינער שטעלט זיי נישט אפ, זיי טוען דאס פאר זייערע אינטערעסן, מיר -א גרופע היימישע אידן - קענען זיך נישט פארמעסטן מיט מדינת ישראל, מ'דארף ארביטן שווער און זעהן וויפיל מ'קען ארויסנעמען.
אבער ווען איר זעהט אז מ'איז נאכנישט ארויסגעקומען מיינט דאס נישט אז מ'ארבייט נישט. מ'גייט ארום נאך געלט דא אין אמעריקע און אין לאנדאן זענען די עסקנים פארנימען פיבערהאפטיג צוצישטעלן אלעס וואס מ'ברויך אז זיי זאלן קענען אריינקומען קיין ענגלאנד.
מען נעמט דאס געלט וואס מען האט שוין אין מפאהרט אפ קיין ארץ ישראל, מזאגט פאר די מאכערס פון די טריפענע מדינה אז מען האט פאר זיי געקויפט פארטיגע דירות אין ירושלים עיה"ק אדער אין איין אנדערע פרומען יישוב. זיי וועלען זיך פרייען אייך זיי אוועק צו געבן בקנין ובמנין.
דו שטעלסט דיך פאהר אז די פרייע געבן זיי דירות זאלען זיי געבען ווי דו ווילסט? משוגע זענען זיי דאך נישט.
אלא וואס דען, סאיז איין גרויסע קיילעכיגער בלאף, נוסח רב טוב.
וכשילים משי תשכילו???
נשלח ב-20/2/2009 21:45
קען מיר איינער קלאר ענטפערן וואס איז געבליבן ביים צדיק הדור דער סקעלנער רבי'ס אסיפה.
נשלח ב-20/2/2009 21:53
ראשית כל. די אסיפה ביים סקולענער רבי'ן שליט"א האט גענומען א חודש ביז אלע רבנים האבן זיך צוזאמען גענומען צו קומען צו די אסיפה.
ווען סקולענער רבי האט די ערשטע נאכט חנוכה געקאכט ביי די חנוכה ליכט מיט בכיות אויף דעם מצב פון די אידן אין תימן, ער האט תיכף אריבער גערופן עטליכע רבנים בערך 1 אזייגער ביינאכט און געבעטן מיט טרערן אז מ'זאל תיכף צוזאמען רופן די אלע רבנים פון גאנץ ניו יארק ווייל ס'ברענט. דאמאלט האבן אסאך רבנים גענפערט אז מ'איז פארנומען מיט די חנוכה טישן.
אזוי אויך מיט די עסקנים פון לאנדאן און פון ניו יארק, זיי זענען פארנומען מיט געלד אקציעס, מיט שיינע גרויס בילדער, מיט אוישוויץ מעשיות.
פארוואס האבן נישט די גרויסע קנאקערס פון סאטמאר אדער יו דשעי קעיר תיכף ארויס גענעמען פון טאש א פאר הלוואות פון שני מאות אלפים און אובער פאהרן קיין תימן, אנכאפן עטליכע משפחות און תיכף ארויס פון תימן. אדער לכל הפחות זיי געבן גענוג געלד צו קענען זיך טעמפארערי ארויס מופן פון די מסוכנ'דיגע דערפער קיין צאנא. ???
פארוואס איז די גאנצע אקציע געלד פון די לאנדאן אסיפה אריין אין באנק?
פארוואס נישט קיין תימן?
נשלח ב-20/2/2009 23:10
הערשעלע איך וויל דיר נישט ציברעכן דאס הערצעלע דיינער
אויף דעפ קליפ חמשה עשה " די הכרת הטוב מסיבה " פאר תימן זעט מען נישט קיין בכיות פינעם הייליגען סקעלנער רבי
ווען די סקולענער רבי מאכט ווען אן אסיפה פאר אידן נגידים עשירים, און וויינט פאר זיי פאר געלט וואלט עפעס געווען.
מאכט ער אן אסיפה פון א באנדע שנארערס רבנים וואס יעדער שנארט פאר זיך און זיינע קינדער, עס אינטערסירט זיי די תימן'נע אידן ווי די טערקישע אידן.
זאל ער פאר די פארדינגענע בילדונג פון מוסד חסד לאברהם, און די חסד לאברהם קאנטרי מאכן אן אסיפת הרבנים, און פאר תימן זאל ער מאכן אן געלט אקציע פאר עשירים...
נשלח ב-23/2/2009 01:41
אנשטאט פרובירן צו באזינגען איינער דעם צווייטן איז פיל וויכטיגער צו ארבעטן אינאיינעם צו טרעפן א לעזונג. כ'בין טיף איבערצייגט אז יעדער וואס איז עוסק אין די מצוה טוט אלעס וואס ער קען צו ענדיגן דעם ענין בכי טוב.
צבי, כ'האב פאר דיר נייעס, אין תשס"ט קען מען אויך אפשמד'ן קינדער, און פארלאז זיך אויף די סוכנות אז זיי וועלן שוין באווייזן דאס צו טון. אין תש"ט האט מען אויך געזאגט אז 'היינט איז נישט תר"ט, מ'קען נישט שמד'ן סתם אזוי קיין קינדער'...