בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

איך וויל מאכן "עליה" ווער ווייסט אינפורמ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/7/2004 00:51 לינק ישיר 
איך וויל מאכן "עליה" ווער ווייסט אינפורמ

איך וויל קויפן אפלייענסעס און פוירניטשער און ארויף ברענגען מיט די שיף קיין ארץ ישראל און נישט דארפן באצאהלן "מכס"
האט מיר איינער געזאגט אז מען מאכט "עליה" מען ווערט א "עולה חדש" באקומט מען אסאך "זכויות" און מען קען אלעס ארויף ברענגען מיט די שיף אן "מכס"
ווייסט איינער ויי אזוי מען עסט דאס "עליה" -- " עולה חדש" ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2004 05:44 לינק ישיר 

הייסט עס, דו ווילסט נישט מאכן עלי'!
דו ווילסט אריינשמוגלען אפלייענסעס, אקעי, נו זאג אזוי..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2004 05:51 לינק ישיר 

יא יא דו פארשטייסט מיך זייער גוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2004 08:07 לינק ישיר 

לויט ווי איך פארשטיי ביזטו שוין אין ארץ ישראל, אבער דו ביזט נישט קיין בירגער (אויב דו ביזט א בירגער קענסטו נישט מאכען קיין עליה).

לויט דיין שאלה איז משמע אז דו האסט שוין אפגעמאכט אז עס לוינט זיך דיר צו ווערען אן 'עולה חדש' און מסתמא האסטו שוין דן געווען וועגען 'צבא', נאר דו ווילסט וויסען די טעכניק וויא אזוי מ'מאכט דאס.

מ'גייט אין ארץ ישראל צו משרד הפנים חדר 204 אין די פארמיטאג שעות און מ'געט זיך איין אז מ'וויל ווערען אן עולה און זיי וועלען דיר שוין שיקען צו די ריכטיגע פלעצער.

אויב די וואונסט אין חוץ לארץ און דו ווילסט סתם ארויף שמאגלען אפלייענסעס צו מאכען אפאר דאלער ווייס איך נישט ווי אויסגעהאלטען ס'איז, דארפסט פרעגען א מורה הוראה. און לגבי די טעכנישע חלק איז אזוי, דו גייסט צום עלייה סענטער אין מאנהעטען צווישען LEXINGTON און PARK

Israel Aliyah Center
633 Third Avenue, 21st Floor
New York, NY 10017-6706 Map
Toll Free: 1-866-7-ALIYAH (254924)
Tel: 212-339-6063 / Fax: 212-318-6145

דו געסט איין אז דו ווילסט ווערען אן עולה און זיי זענען שוין אלעס מסדר. אז דו ווילסט קענסטו אנרופען זיי זאלען דיר שיקען אלע אינפארמעישען אויף פאסט און מאך ביי זיי אן אפוינטמענט ווען זיי זאלען דיר געבען די 'סל קליטה' וואס אין אמעריקע בשטייט דאס בעיקר פון א טיקעט קיין ארץ ישראל מיט טעקסיס אין ארץ ישראל פון די 'נמל תעופה'.

דו דארפסט נעמען אין חשבון די פאלגענדע זאכען:
1. די מדינה וועט דיר מאכען פאר אן אזרח, און דיינע אלע קינדער וועלען אוטומאטיש ווערען אזרחים כל זמן דו ביזט עס נישט מבטל, און אויב די קינדער וועלען אריין קומען אין ארץ ישראל אין טינעידש יארען קען מען זיי אפהאלטערן וועגען די ארמיי.
2. יעדע מאל ווען דו קומסט קיין ארץ ישראל וועט מען דיר חוקר זיין וואס דיין מעמד איז צו ביזטו אן אזרח אדער אן עולה און עס נעמט היבש צייט, די סיבה דערפון איז ווייל די משמר הגבול ווייסט נישט די געזעצען און יעדע מאל עקסטער טוען עס זיי בודק זיין.
3. דו באקומסט אלע בענפיטין פון די איזריעלישע בירגער, און אויב א טשעק דיינע קראכט (אדער איינער טענהט אויף דיר אז דו ביזט אים שילדיג געלד אדער דו האסט איינעם געסטראשעט מיטן לעבען [און עס איז דא נאך זאכען]) קען מען דיר אפהאלטען פון ארויס פארען פון לאנד פאר 29 טעג און דערנאך עס מחדש זיין מיט א שופט.
דאס געדענק איך יעצט אויפן מינוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2004 01:50 לינק ישיר 

שכויח כורמיזא
אבער מען האט מיר געזאגט סלוינט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > איך וויל מאכן "עליה" ווער ווייסט אינפורמ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext