100טער ביי מערכה למען קדושת השבת
דעם שבת איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק א ריזיגע הפגנה קעגן די מחללי שבת קודש.
פרייטיג איז שוין ירושלים געווען פיל מיט צעטלעך וועגן די מערכה קעגן די מחללי ש"ק, איין הפגנה איז געווען אויף די בר-אילן גאס וואס דאס איז ממש אין די יידישע געגענט און עס פארן דארט פרייע יודן מיט קארס אום שבת רח"ל.
ביי די בר-אילן גאס האבן זיך באטייליגט 100טער אנשי ירושלים עיה"ק און האבן געשריגן "שבת", "שבת", "שבת", "מחללהו מות ימות", מ'האט געזינגען ישמחו במלכותך מיט א וויי געשריי. נאך ארום א שעה מוחה זיין האט מען זיך אנגעהויבן ארום צושלאגן מיט די ישראל פאליציי, אביסל שפעטער זענען אנגעקומען פאליצאנטן מיט מאטאר ביציקלעך און פארטריבן דעם עולם ארויפ-פארענדיג אויפן סיידוואלק, ביי איין פאל האב איך געזעהן ווי די מאטאר ביציקלעך זענען ארויפ געפארן אויף א בחור און עם היבש צוזעצט, יעמאלט זענען געקומען צו לויפן די גיבורי ירושלים און האבן אנגעמאקלט די ישראל פאליצאנטן.
נאך א הפגנה איז פארגעקומען אויף רח' יפו קעגן די אזוי גערופענע תועבה "חוצות העיר" וואס אגב אויפן צעטל איז געשטאנען שבת פר' פנחס תשסה.(איך האב א בילד פון דעם)
דארט ביי רח' יפו זענען בעיקר געגאנגען בחורים וואס האבן געזעהן די צעטל ווי מ'טאר נישט גיין, און ס'איז שוין געווען יענע הפגנה, נאך אפאר יאר וועט מען האבן צו מוחה זיין קעגן די בחורים וואס מ'האט זיי צוגעשטעלט די הפגנה דעם שבת וואס איז אריבער..
 |
|
|