בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

געזוכט: בראך גארטלעך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2004 23:17 לינק ישיר 
געזוכט: בראך גארטלעך

מהאט מיר אויף געטוישט אין די מקוה מיין גארטל אויף א קלענערס

איך דארף מיינס צוריק, מיינט איז געווען א דאפעלטס. משני צדדים

צו ווייסט איינער ווי ס' זענען אוועק געקומען אלע בראך גארטלעך פון היימישן עולם? ווי האט מען זיי מקבר געוועהן?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2004 23:34 לינק ישיר 

איך האב גארנישט געוויסט אז מענטשן העכער 78 יאר ליינען היידפארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2004 00:28 לינק ישיר 

א רעיון פאר א נייע גמ"ח.

אין דעם אינפלאציע פון גמח'ן פעלט נאך אויס א גמ"ח פאר מענטשען וואס נויטיגן זיך פלוצלינג אין א בראך גארטל פרייטיג נאכמיטאג.

באלט וועט מען עס קענען אריינשטעלען אין דעם אשכול אויפטוען היינטיגע צייטן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2004 19:25 לינק ישיר 

שדים_טאנץ

דיין בעבי סיטער לאזט דיך צו צום קאמפיטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2004 23:27 לינק ישיר 

BACCHI
If youd cut down on the "gulash" the smaler gartel would fit



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2004 23:52 לינק ישיר 

קרעפעל טייערער

דו פארשטייסט נישט, דאס האט גארנישט צו טוהן מיטן פיט.
סאיז א STATUS SYMBOL

א טאפאלטע בראך גארטל ביי א באלעבאס איז ווי א טאפעלטע עטרה אויף א רב.

דארט איז אביסל אנדערש. נאר איינס איז אויפן ריטיגען פלאץ. די אויבערשטע איז סתם פאר דעקארעישן. משא"כ ביי א גארטל איז עס דאך מופנה משני צדדים... מדארף ביידע.

איך זון אבילד פון מיין גארטל.
איך וועל עס מיערטזעשעם בקרוב פאוסטן.

גראדע האב איך איינס מיט מיך צוזאמען אינעוויניג אינם גארטל. אבער איך האב מורא מען וועט מיך דערקאנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2004 00:07 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איך האב עס געזעהן אין מקוה וועלכע איז דיינע?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2004 00:29 לינק ישיר 

יוסי

אוי א בראך
אזא ירידת הדורות

דו מישט דאך אויס א בראך גארטל מיט א קילע בענדל.

אויף דעם ערשטן איז איין אויסגעפסקענטע הלכה אז סאיז א תכשיט אין ממעג עס גיין שבת.

משא"כ דאס וואס דו האסט דא אראפגעברעגט, איז דאך א גארטל. אין גאנצע שאלות צו מעג גיין צווי גארטלעך במקום שאין עירוב.

שטעל דיך פאר מ'כאפט מיך אין KENTUCKY STRAIGHT COUNTRY שב"ק אינדערפרי מיט אזא פאטשיילע אין מרייסט עס מיר אראפ לעיני כל ישראל


תוקן על ידי - baachi - 14/07/2004 0:42:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2004 05:11 לינק ישיר 

פאר אלע גיטע יארן, קען איינער מסביר זיין וואס איז דאס א "בראך" גארטל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2004 18:59 לינק ישיר 

בראַך אדער אוי א בראָך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2004 23:37 לינק ישיר 

זיידייאנטשי

לאמיך דיר פראוון מסביר זיין מיט א סיפור

הנגיד ר שלום יוסף בראך נ"י (ראה אודותיו באשכול אחר) איז געפארן צום עיר פארט אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. אזוי ווי ער פאהרט נישט מיט דעם ציוניסטישן אל על, האט ער דאך נישט קיין כשר עסען אויפן וועג.

אשר על כן האט ער זיך גוט גוט אנגעגעסן מיט אלעם וואס איז געווען אין פרידשידער, מילכיגס אין פליישיגס, קאלטס אוו ווארעמס, זיס זויער ביטער שארף, הויל, לעכעריג, היימיש און פון די פאבריק. אלץ כדי ער זאל ח"ו נישט צוקומען צו בעטן עסען פון די ערליינס, וואס סדא אחשש רחוק אז סקומט דארך אל על, און ער כידוע איז מקפיד נישט צו עסען פון שלחן איזבל.

ווען ער איז געווען זאט ביז צו די אויערען איז געקומען דער דרייווער הרה"ח המפואר עוסק בצ"צ באמונה מחשובי תלמידי רבינו הקוה"ט וכו וכו' וואס זיין נאמן האב איך פארגעסן צו פרעגן. און איהם אריין גענומען אין די קאר.

מחמת די שפעטע שעה האט ער געמאכט שארט קאטס ארום דעם טרעפיק. הקפות ראשונות ושניות צו סעטס פון זיבן יעדעס איינע.

הנגיד רש"י בראך איז געזעסן אין די בעק סיט. וידיו על בטנו און געפילט אז זיינע איברים הפנימיים זינגען נישט נאר שישו מעי, נאר שישו ושמחו. זעהט אויס אז די איצטומכא האט אנגעפירט דאס רעדל, ווייל זי האט געשפירט די הקפות האט זי געמיינט אז סאיז שמחת תורה. זי האט אויך תיכף מודיע געוועהן פאר די רעשט בני מעיים אז מגייט מאכן א רקידה. בקיצור לאמיך נישט מאריך זיין, הנגיד רש"י האט געפילט אז סווערט אים ענג האט ער תיכף ומיד געפענט די חגורה העליונה של המכנסיים.

אזוי ווי די בני מעיים האבן געפילט א שטיקל הרווחה, זענען זיי געווארן אינגאנצן צולאזט, הנגי"ד רש"י האט נישט געוואסט פון די חתונה וואס גייט פאר אין זיין תוך תוכיות, נאר נדיב לב וואס ער איז האט ער געוואלט מאכן מעהר פלאץ און עפענען דעם בראך גארטל סיזאל נישט דריקן אויף די דקין.

נאך איידער ער האט אויספעיעט צו גיין פתיחה. האט דער מאגן געמאכט א קאשזיקל - טומבלסאוס בלע"ז, און די כרשכתא האט געמאכט א מהפך פשטא, דער וושט האט געזונגען שאו שערים ראשיכם און געפנט די טויערן, אין דער גאנצע תוכן פון די ריינע קישקע האט זיך אווארף געטוהן מיט א קול רעש גדול צו די פרייע לופט, נישט נאר דער תוכן אפילו די מפתחות, הכל בכל מכל, פון היינט פון נעכטן און לויט דעם ריח פון קנאבל איז געווען שיריים פון א פדיון הבן פון איידער נעכטן.

קבלתי מעד נאמן

אז דער בראך האט געבראכן ביז דער בראך גארטל האט זיך געבראכן, און דער דרייוער האט געבראוכט מאכן א ויברח.

איך האף אז דו פארשטייסט שוין קלארער וואס א בראך גארטל מיינט?

טאמער קען איינער בעסער מסביר זיין?
טעשעק!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2004 23:44 לינק ישיר 

LOL



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > געזוכט: בראך גארטלעך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext