זיידייאנטשי
לאמיך דיר פראוון מסביר זיין מיט א סיפור
הנגיד ר שלום יוסף בראך נ"י (ראה אודותיו באשכול אחר) איז געפארן צום עיר פארט אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. אזוי ווי ער פאהרט נישט מיט דעם ציוניסטישן אל על, האט ער דאך נישט קיין כשר עסען אויפן וועג.
אשר על כן האט ער זיך גוט גוט אנגעגעסן מיט אלעם וואס איז געווען אין פרידשידער, מילכיגס אין פליישיגס, קאלטס אוו ווארעמס, זיס זויער ביטער שארף, הויל, לעכעריג, היימיש און פון די פאבריק. אלץ כדי ער זאל ח"ו נישט צוקומען צו בעטן עסען פון די ערליינס, וואס סדא אחשש רחוק אז סקומט דארך אל על, און ער כידוע איז מקפיד נישט צו עסען פון שלחן איזבל.
ווען ער איז געווען זאט ביז צו די אויערען איז געקומען דער דרייווער הרה"ח המפואר עוסק בצ"צ באמונה מחשובי תלמידי רבינו הקוה"ט וכו וכו' וואס זיין נאמן האב איך פארגעסן צו פרעגן. און איהם אריין גענומען אין די קאר.
מחמת די שפעטע שעה האט ער געמאכט שארט קאטס ארום דעם טרעפיק. הקפות ראשונות ושניות צו סעטס פון זיבן יעדעס איינע.
הנגיד רש"י בראך איז געזעסן אין די בעק סיט. וידיו על בטנו און געפילט אז זיינע איברים הפנימיים זינגען נישט נאר שישו מעי, נאר שישו ושמחו. זעהט אויס אז די איצטומכא האט אנגעפירט דאס רעדל, ווייל זי האט געשפירט די הקפות האט זי געמיינט אז סאיז שמחת תורה. זי האט אויך תיכף מודיע געוועהן פאר די רעשט בני מעיים אז מגייט מאכן א רקידה. בקיצור לאמיך נישט מאריך זיין, הנגיד רש"י האט געפילט אז סווערט אים ענג האט ער תיכף ומיד געפענט די חגורה העליונה של המכנסיים.
אזוי ווי די בני מעיים האבן געפילט א שטיקל הרווחה, זענען זיי געווארן אינגאנצן צולאזט, הנגי"ד רש"י האט נישט געוואסט פון די חתונה וואס גייט פאר אין זיין תוך תוכיות, נאר נדיב לב וואס ער איז האט ער געוואלט מאכן מעהר פלאץ און עפענען דעם בראך גארטל סיזאל נישט דריקן אויף די דקין.
נאך איידער ער האט אויספעיעט צו גיין פתיחה. האט דער מאגן געמאכט א קאשזיקל - טומבלסאוס בלע"ז, און די כרשכתא האט געמאכט א מהפך פשטא, דער וושט האט געזונגען שאו שערים ראשיכם און געפנט די טויערן, אין דער גאנצע תוכן פון די ריינע קישקע האט זיך אווארף געטוהן מיט א קול רעש גדול צו די פרייע לופט, נישט נאר דער תוכן אפילו די מפתחות, הכל בכל מכל, פון היינט פון נעכטן און לויט דעם ריח פון קנאבל איז געווען שיריים פון א פדיון הבן פון איידער נעכטן.
קבלתי מעד נאמן
אז דער בראך האט געבראכן ביז דער בראך גארטל האט זיך געבראכן, און דער דרייוער האט געבראוכט מאכן א ויברח.
איך האף אז דו פארשטייסט שוין קלארער וואס א בראך גארטל מיינט?
טאמער קען איינער בעסער מסביר זיין?
טעשעק!

 |
|
|