בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די הארבקייט פון גילוי... שוין ווידער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/7/2004 05:40 לינק ישיר 
די הארבקייט פון גילוי... שוין ווידער
מצורף קובץ

ס'איז שוין געווען אין די פארגאנגענהייט אסאך אשכולות וועגן די הארבקייט פון גילוי...

אצינד, באקום איך אין אישי מערערע מעסעדזשעס ווי מ'פרובירט אויס צו טרעפן ווער איך בין

וויל איך ערשטענס מעלדן, קאלט, קאלט, קאלט, איר זענט זייער ווייט פון אפילו נאנט צו קומען צו מיר.

צווייטענס, וויל איך אנפרעגן דעם עולם, וואס זאל איך טוהן?

1) אויפהערן שרייבן

2) טוישן ניק

3) מפרסם זיין די נודניקעס

4) .......


פון וועלכע פאך איז דא ביי אידן די מערסטע?

"עצה געבערס"!!!

טא, גיט'זשע אן עצה

נ.ב. האבן אנדערע אויך די פראבלעמן?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 05:46 לינק ישיר 

גילוי איז דער א פראבלעם ווען מען טוט עס בציבור.

אין תיבה אישית האסטו א ברירה צו טוהן וואס די ווילסט
איגנארירען, פליקען, פארציילען, לאכען.

טוישען א ניק העלפט נישט, לדעתי כאפט א חכם שנעל אויף דעם נייער ניק אז דאס איז דער אלטער.

אגב ווי איז טאקע דער אלטער אשכול וועגען גילוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2004 08:56 לינק ישיר 

א בוואוסטעע פראבלעם.
איך באקום אזאלכע מעסעדזעס א יעדע פאר טאג:
איך ווייס דו ביזט .. פון ...
איין איינציגע מאל האב איך געקענט דער מענטש וואס מ'האט געשריבען זיין נאמען!
בכל אופן ווען איך באקום אזא מעסעדז ענטפער איך אלע מאל צוריק (זאל'ן זיי מיינען אז זיי האבען געטראפען די ריכטיגע).
לעצטע וואך האב איך באקומען א מעסעדז: ווען איז די ברית? האב איך צוריק געענפערט: די ערשטע גלעגנהייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 15:03 לינק ישיר 

חשובער אינגערמאן, כ'האב א עצה פאר דיר בכלל נישט צו באקומען די הודעות....

אז די ביזט אינטרעסירט בעט עס פון מיר אין תיבה אישי, און כ'האף איך וועל דיר קענען העלפן אי"ה.


געשריבן דורך Jewboy ביי אפלטון אין אפיס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2004 17:55 לינק ישיר 

יישר כח פאר אלע גוטע ידידים.

כ'וועל אייך פארטרויען א סוד, אז כ'בין נישט (דערווייל) ערענסט באזארגט. כ'האב נאר געוואלט מאכן אן אישו דערפון, און ארויפברענגן אן אינטערסאנטע דיסקוסיע אשכול.

אבער דאס נעמט נישט אוועק פון פראבלעם, ס'איז דא אזעלכע חברה וואס במקום פון מהנה צוזיין יעדן און שרייבן אינטעליגענטע מעסעדזשעס קריכן זיי אויף די נערווען פאר די אנדערע וואס שרייבן יא. דאס איז נישט פעיר...

אבער כ'נעם גערן אן עצות, און דזושובי/אפלטון, ביטע שרייב מיר אין אישי,

א דאנק נאכאמאל! און ג-א-ד בלעס אמעריקע (ענד אוער פרענד אין איזראעל טו)!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 18:01 לינק ישיר 

כורמיזא, גיסט מיר קוואטערשאפט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 18:04 לינק ישיר 

אפשר ווען איך וועל מאכען די קומענדיגע ברית וועסטו שוין זיין א געהאלפענער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 18:26 לינק ישיר 

עפשטיין שרייבט
<<טוישען א ניק העלפט נישט, לדעתי כאפט א חכם שנעל אויף דעם נייער ניק אז דאס איז דער אלטער>>

יא, יא, ווען איך האנדל מיט חכמים וואלט שוין גוט געווען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 18:26 לינק ישיר 

הינייני שרייבט אין חדשות נו יארק ז"ל
דער געפערליכע עבירה פון גלוי...




חברים! ווער פון אונז וועט נישט מודה זיין, אז אונזער "לעבן" דא אין פארום, איז בלויז צו פארדאנקן דעם מאנטל פון באהאלטנקייט. וויפיל פון אונז וואלטן דא געווען ווען מ'זאל וויסן ווער מיר זענען? דער פארום איז א רעכטע קיום פונעם מאמר חז"ל: מי שיצרו מתגבר עליו... ילך למקום שאין מכירים אותו"... (און אז דער פלאץ איז ריין פון ניבול פה און שמוץ וכדו'... וואו איז דא בעסערס?!).

איז לעצטענס געווארן א נייע "ספארט". ווער קען מער מגלה זיין ווער יענער "ניק" איז. און ווען די מחיצות וועלן אוועקפאלן, און מיר וועלן אלע זיין אויסגעשטעלט לעיני כל ישראל, וואו וועלן מיר זיך באהאלטן? ווער ווייסט וועמען מ'וועט נאך אלס טרעפן?
געדענקטס גוט, אז בסופו של דבר וועט אויך אייערע אייגענע אידענטיטעט נתגלה ווערן, ווי וועט איר עס ליב האבן?


קומען מיר ארויס מיט א הייליגן רוף פון דעם בית דין הגדול און רבותינו מרן הגאב"ד ומרן הראב"ד ומרן השליט"א: אפילו ווען ער שמעקט אדער איר כאפט אימיצן, און אפילו ווען איר זענט אין א ברענענדיגע וויכוח און א גוטן רמז אויף זיין אידענטיטעט וועט אים אפשרעקן, פאר אונזערע אייגענע טובה, האלט אייך איין. נישט ברמיזא און נישט קיין רמז פון קיין רמיזא. ודי לחכימא.

און בכלל, מ'קען פיל בעסער דן זיין אויף א נושא, אז מ'איז דן די נושא פאר זיך. אויב ווייסט מען ווער ס'איז דער בעל הדיעה, האט שוין די דעה גאנץ אן אנדער פנים. און בכלל, אפילו ווען איינער ווייסט ווער דער צווייטער איז, ווייסן אבער רוב ליינערס נישט. ווען זיי ליינען די רמזים שפירן זיי זיך עפעס פרעמד. ס'איז "סודות אין פאבליק" און דער שרייבער פונעם רמז ווערט פארמיאוס'ט ביים עולם. קיינער האט נישט ליב קיין שלעכטע מענטשן און קיינער האט נישט ליב צו זעהן ווי א חבר אין פארום ווערט באליידיגט פערזענליך.


http://hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=603117



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2004 19:49 לינק ישיר 

די פראבלעם איז אז דער מנהל טוט נישט גענוג אפ צו שטעלען די גילויים, ער איז נישט חוסם איינער וואס דעקט אויף דעם צווייטן!

איינמאל האט ער חוסם געווען א באוויסטער חבר וואס האט כסדר אויפגעדעקט נעמען, האט ער אים נאך צוויי וואכן צוריק גענומען, גיי ווייס פארוואס?!

תיקו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 19:52 לינק ישיר 

קענסט ווארטן אויף אליהו הנביא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2004 20:04 לינק ישיר 

דער נער זאל ארויסגיין פון מקוה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2004 19:53 לינק ישיר 

דא הייבט יוסף90 אן ווידער מיט גילויים...!

דו מנהל דארף אים חוסם זיין!!!

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1031262&whichpage=1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2004 19:55 לינק ישיר 

שורשנגח

וואס איז ער מגלה דארט? די נעמען פון די שרייבער אין בלאט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2004 20:09 לינק ישיר 

וועמענס ניק האב איך אויפגעדעקט דארטן?

איך האב געשריבן דארטן, די נעמען פון די וועלכע פלאדערן טאג טעגליך און ראדני, און פארקויפן שקרים מיט בלאפערייען.

וואס איז דער פסול דערמיט ?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2004 10:02 לינק ישיר 

מ'דארף מאכען א קלארען פסק וואס הייסט גילוי און וואס איז אבק גילוי אזוי וועלען די חברים זיך נישט פילן אין קיין אומזינסטע לחץ.

למשל אויב איך שרייב אז שפצלך10 איז יוסף90 און יוסף90 ווייסט דאך יעדער ווער דאס איז הייסט דאס גילוי אדער נישט.
אדער אויב מ'איז מגלה די כללים ווען מ'באנוצט זיך מיט איין ניק און ווען מיט די אנדערע, למשל שפצלך10 ווען מ'וויל עפענען אן אשכול כדי יוסף90 זאל קענען מגיב זיין.

אגב, די רעכטען פון די נעמען יוסף90 און שפצלך10 באלאנגט פאר זייער בעל בית, איך באנוץ זיך דערמיט נאר אלטץ דוגמה און אויף אן אקראי'שע אופן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די הארבקייט פון גילוי... שוין ווידער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext