בני ברק א קאמינסטישע שטאט
בין איך געווען פאריגע וואך אין בני ברק, און געזוכט א פיצא שאפ, באט פאר קיין געלט איז נישט געווען צו טרעפן, איך האב אויפגעהויבן א טלפון קאל צו א חבר מיינע פון הייד פארק און געפרעגט ווי מ'קען קויפן פיצא דא? זאגט ער מיר אז רב לאנדאו לאזט נישט קיין פיצא זיצינג אין בני ברק און מ'קען נאר באשטעלן אויפן טעלעפאן.
איך האב ארום גענישטערט גאנץ בני ברק און די שווערע היצן און יומידעטי, אפשר דאך וועל איך טרעפן עפעס אבער גארנישט, כ'האב געקאלט א צווייטן פון הייד פארק זאגטסע מיר אז ביי אנג'ל קען מען קויפן פיצא און דארט קען מען אויך זיצן, באט דאס זיצן איז נישט אפישל, שוין האב איך געטראכט וועל איך גיין דארט, פרעג איך עם ווי ס'קומט אויס, שוין האט ער מיר געגעבן אינסטראקשנס ווי אנצוקומען דארט.
שוין איך קום מיר אן צו אנג'ל בעקערי דאס הייסט א פיצא שאפ קאם ON, ס'איז נישט געווען דארט קיין געהעריגע פיצא מיט א אויסוואל, נאר איין מין פיצא, שוין האב איך עם געבעטן א סלייס, מיין באבע'ס פיצא איז שוין אסאך בעסער.
איך האב מיר אפגערדט פאר איינעם (א הייד פארק מעמבער) ווי שווער סימיר אנגעקומען צו טרעפן פיצא אין בני ברק האטסע מיר געזאגט אז רח' ר' עקיבא נעבן ג'אבוטינסקי איז יא דא א פיינע כשערע (נישט רב לאנדאו) פיצא שאפ ווי מ'קען זיצן, שוין וועל איך וויסן פאר נעקסטיים....
פארוואס לאזט נישט רב לאנדאו האבן קיין פיצא שאפ'ס אין בני ברק? און ירושלים וואס דארט הייסט שוין מער א פארפרומטע פלאץ איז יא דא?
עדה חרדית געט א השגחה פאר אסאך פיצא שאפ'ס אין ירושלים און מ'קען זיצן דארט און פארברענגן און האבן א געשמאקע מאלצייט און הערן א דבר תורה אויך אמאל.
האטס מיר אלע א גרינגע פאסט טאג
 |
|
|