קאנדאהאר, האסטו נאר געליינט איין בלעטעל פון די וועלט, און ביזט שוין געווארן זאט, אזש אז דו רעדסט גארנישט פון דאס אז ער אטאקירט אויך.....
... יא איר האט געטראפן אויך דער בלאט, ער צוקלויבט - צווישן אנדערע - זייער באשרייבונג מיט קעלבערנע התפעלות פון "די קעניגליכע באגרעבעניש צערמאניע פאר רעיגן, ווי זיי שרייבן צווישן די שורות אז נישט איין איד האט געלאזט א טרער נאכ'ן פרעדידענט",
און אויך די צייטונג פארשוינט ער נישט פאר'ן אדווערטייזן מעיק-אפ און ער חוזק'ט אפ פון די לאמיר זיך מחזק זיין ארטיקלן ווערן געדריקט נעבן די מעיק-אפ אדווערטייזמענט...
אלזא, וואס האסטו זיך אזוי דערפרייט און פאסמאקעוועט מיט זיין אטאקע אויפן' איד, ער איז אין קריג מיט "די וועלט", ד.ה. מיט יעדן איינעם, ספעציעל אלע א.ג. חרדישע צייטונגען וואס זענען לאנג פארקראכן פון די ליניע וואס דער קראסנער רב זי"ע האט אויסגעשטעלט פאר'ן מייסד זיין דער איד.
ס'איז גאנץ אינטערסאנט צו ליינען "די וועלט", צוליב וואס דער מחבר איז נאך אלע מעשה'ס א טאלאנטפולער שרייבער, ס'איז נאר א שאד אז ער נוצט דאס נישט בעסער אויס, אויך זיינע ארטיקלן אין איד פון פשעווארקסער זכרונות זענען אלץ געווען אינטערסאנט.
ער דעקלערט אויך קריג אויף די ערשטע זייט קעגן די א.ג. ספירה-בין המצרים טעיפס, שטעלענדיג א בילד פון די "חסידישע אוצרות" סי די..
וואס ער האט יא געטוהן מיט זיין יעצטיגע אויסגאבע אנדערש ווי די פריערדיגע. ווען "דער בלאט" האט זיך משוגע געמאכט מיט'ן איהם אראפרייסן אין א ליצנות'דיגן ארטיקל, מיט'ן אויפבלאזן וואס ער האט דאן געשריבן אז די איינציגע ערליכע טעיפס זענען ליבאוויטש און גור, האט די בלאט גאס צוקליבן כאילו ער אטיז פארקראכן פון די שיטה, ווייל ער טוט שטיצן ליבאוויטש און גור וואס זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די שיטה הקדושה, וואס איז געווען א שטיק ליצנות, ווייל יעדער האט געוויסט וואס ס'קוועטשט פאר'ן בלאט, און למה שפך חמתו...
אלזא יעצט מיט'ן ווארפן א ביינדל אויך פארן בלאט, און ארויסצייגן אזא נייע סארט אומפארטייאישקייט מיט'ן אטאקירן דעם בלאט, און אויך דע איד, דערצו זיך אננעמן פאר'ן כבוד פון קרית יואל'ער רב, יעצט זענען די בלאט-יסטן שוין צופרידן, און מ'רעדט נאר פון דעם, און שלום על ישראל...
אין קורצן, קענט איר דאס רופן:
די(תורה)וועלט!!!
יא כ'האב שיעור פארגעסן ס'איז געדריקט מיט קאליר.... נוסח ארץ ישראל
 |
|
|