|
|
| נשלח ב-18/8/2004 19:47 |
|
| |
משה ש. זופניק האט נעכטען געברענט פאר כעס אין די קליימער מקוה, ווען אפאר אהרונים האבן אים געטרינקען די בלוט פון די ביטער ליידיגע זאל כ"ו אב אין קווינס קעמפ, ער האט געזאגט נאכדעם מיט ווייטאג פאר ה. ד. גאנץ אז עס האט מיר אפגעקאסט איבער א מיליאן דאללער צו בויען די לאנטש רום אוהל אלטא פייגא, איך האב עס געבויעט ווייל מען האט מיר געזאגט אז יעדעס יאר גייען קומען טויזענטער מענטשען צו כ"ו אב, איך בין נישט קיין בהמה מיין בלוט איז נישט הפקר האט זופניק געשריגען.
איך שטעל אלעס צו אונזער עולם, איך דער עולם קומט נישט, אז די אהרונים זאלן נעמען בלוט פון מיר פאר דעם האב איך דאס געבויעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 02:17 |
|
| |
די בילדער פונעם סאטמארע יארצייט סעודה אין ירושלים עיה"ק וועט אריינגעלייגט ווערן אי"ה ביי אונזער חשובער מעמבער קעכער
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 02:37 |
|
| |
ווי עס קוקט אויס איז דער נגחל א רוח שאינה מצוי'...
אין זעלבן מינוט איז ער אין קליינער מקוה, אין ירושלימ'ער אהל רחל שוהל, און אויף הייד פארק...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 16:59 |
|
| |
אויף וועם בלאזט ער אזוי חיים הערשעלע?????
אויף וועם שימפט ער אזוי חיים הערשעלע????
קוקט אויס אויף דער געוואלדיגער "עולם" וואס עס זענען דארט געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 17:11 |
|
| |
העטעך
דער בילד אין כל העלום כולו פין כ"ק רבינו איז נישט אויסצוהאלטען(אז מען מוז -נעבך שרייען געפעלטש)
אין איין שאלה פארואס איז נישט דאס ייאר געדרוקט די
בילדער פין דעם גרויסען עולם כ"ו אב ביים חארינער( וואס-מיר האבן שוין געהאט אין סטאק אלע בילדער פין די פריעדיגע יארען) אזוי ווי דאס יאר איז עס געווען א קנאקעדיגען דורכפאל אין זייער בארינג איז בעסער אז מען מאכט א ישתוקו
דער בילד פינעם שיינעדיגען שטערן ווי הגה"צ גאב"ד ירושלים האט זיך אויסגעדרוקט אויף עם שטעכט ענק די אויגן
איין זאך פלץ יפלצון
תוקן על ידי - ekstein - 20/08/2004 17:15:10
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 18:48 |
|
| |
וואס איז די גדולה אז די חברי הבי"ד און נאך גדולי הרבנים זענען געקומען קיין סאטמאר צו פראווען די יארצייט פון רבינו הקדוש זי"ע, צו האט עטץ ענק גערישט אז וויבאלד זיי וועלן זעהן דעם קליינעם חיים הערשעלע זיצן אויבן אן וועלן זיי גלייך אפפוצן פון דארט, צו מיינט דאס אז זיי זענען גרויסע אנהענגער פונעם רב חיים הערשעלע, און זיי לעכצן צו הערן די דברות קודש פון עהם, איך מיין אז אפילו אויב זיין טאטע הרב זלמן לייב וואלט געווען אויבן אן (וואס כידוע וויל קיינער מיט עהם קיין שייכות נישט האבן) עכ"ז וואלטן זיי דארט געבליבן און מיט געהאלטן די מסיבה לכבוד רבינו זי"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 18:50 |
|
| |
די געלט זאמלער ביים ציון זענען געווען עפעס אויסטערליש אגרעסיוו מער ווי אין אנדערע יארן, נאכגעלפן, באלמוטשעט, געקלאפט אין די זייטן, און פארהאלטן דעם וועג פאר די עולים לציון הקדוש.
ס'איז דא א גרויסער עולם האלט זיך אפ פון גיין אין די יארצייט צוליב זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 22:25 |
|
| |
זענען די ארונים אויך געווען ביי די מסיבה אדער נאר די 20 באסעס מיט זאליס?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2004 22:37 |
|
| |
העטעך, חיים הערש זיצט מיט אן אנגעצויגענע ערענסטקייט, ער שימפט נישט און בלאזט נישט.
|
|
|
|
|