| נשלח ב-6/8/2004 08:31 |
|
| |
פאר דער וואס ווייסט נישט:
צווישען די אשכולות אין די אויבנדערמאנטע פארום איז דברי כפירה צווישען די שורות (ווער עס לעכטצט נאך אביסעל כפירה אן קיין תרוצים זאל דארט אריין גיין )
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2004 09:17 |
|
| |
ווי איז דא כפירה?
איך האב עס נישט געזען
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2004 09:30 |
|
| |
ווילסט מען זאל דיר צוצייכענען CHAPTER AND VERSE?
תכלית הדבר די בלאגען זענען נישט פאר די היימישע אידען וואס ליינען דעם פורום,איך בין זיכער אז די בלאג'ס האבען א קלייענטעל פון ליינער'ס {הגם די פאר מאל וואס איך האב יא געקוקט דארט האב איך געזען אז די תגובות זענען בעיקר פון איין בלאג שרייבער צום צווייטער- ווייל זעט אויס נאר די בלאג שרייבער'ס ליינען די סחורה פון די קאמפעטישאן'ס } אבער פארוואס למען ה' דארף מען דא אהער ברענגען א לינק צו די בלאג'ס?
אפשר זאל מען דא ברענגען לינק'ס צו עצור כאן חושבים?
איך בין זיכער אז די וואס האבען א אינטרעס אין די בלאג'ס קענען דעם וועג אהין, מען דארף נישט פאר זיי עדווערטייזען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2004 14:38 |
|
| |
חברים פרעגען מיר אין תיבה אישית פארוואס איך בין אזוי אקעגען די בלאגס. איז וועל איך אייך מיטטיילען:
איך האב געהאט א חבר, אן עכט חסידישע אפגעהיטענע יונגערמאן, וואס האט שוין אדארעך געלערנט א גרויס חלק פון ש"ס ופוסקים, און ער האט געקענט אויף אויסענווייניג עטליכע חסידישע ספרים ווי 'תולדות' און 'נועם מגדים', ספרי מהר"ל האט ער אדארעך געלערנט א גרויס חלק.
צוליב פרנסה האט ער געארבעט אין נעטווארקינג. און פארשטייט זיך אז ער האט געדארפט האבען אינטערנעט און אינטרענעט, אבער וויבאלד ער איז געווען אן אפגעהיטענע יונגערמאן איז ער קיינמאל נישט געגאנגען אויפן אינטערנעט אויף פלעצער ווי עס איז דא א פראבלעם מיט שמירת עינים.
א מענטש איז פארט מגושם דעריבער אין זיין פרייע צייט ביי זיין ארבעט פלעגט ער ליינען אויפן אינטערנעט די יידישיסטישע בלאגס - נאך דערצו אז ער האט זייער ליעב דעם שפראך - מיט א אויסרייד אז ער וויל עררייכען חכמה און השכלה.
א קיצור, מיט אפיקורסישע און פילוסופישע קשיות האט ער זיך זייער פיין מסדר געווען, וויבאלד אלע ערנסטע קשיות ווערען גוט באהאנדלט דארעך די ספרי מחשבת ישראל וואס ער איז געווען היבש באהאוונט אין דעם.
אבער די געלונגענע [נידריגע] ליצנות וואס די בלאגס האבען פארפלייצט, דאס האט אים אפגעקילט, און פון די השכלה/חכמה איז געבליבען בלויז תאווה...
ניין, ער האט זיך נישט ג'געט, און ער לעבט א שוואויל טאג, לויט'ן שפריך ווארט 'יהא חילוני בביתך וחרדי בצאתך'.
זיין ווייב ווייסט אליין נישט פונקטלעך ווי ער האלט, אבער זי האט שלום געמאכט מיט'ן מצב נאך דערצו אז קיינער ווייסט נישט דערפון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2004 20:45 |
|
| |
רבותי, מהאט אלעמאל טענות אז איך לינק אהין, קודם כל ליין איך שוין דארט א לאנגע צייט און כפירה האב איך נאך נישט באגעגנט, אפשר בי פארשדיענע מעטשן הייסט דאס גרעניצן מיט כפירה, אבער די שטיקל למשל האט בכלל נישט קיין כפירה נאר פארקערט א מוסר השכל
מזאגט אז ווער עס וויל דארט גיין ווייסט אליין, וואס איז עס אנדערש פון אלע אנדערע נארישע נייעס וואס עקשטיין וכו' ברענגן לינקס צו גויאישע ארטיקלען וואס אויב מגייט דארט קען אוודאי זיך באגעגענען מיט נישט געזונטע ענינים
איך צווינג קיינעם נישט דארט צו ליינען, אויב איז דא עפעס פון וואס איך האב הנאה טייל איך עס מיט'ן עולם, א שיינע טעיפ, אזוי אויך א גיטע ארטיקעל, זאלן נאך מענטשן הנהא האבען, איך פעיסט נישט דעם שטיקל אריין דא סאו ווער עס וויל נישט מוז נישט אהין גיין
כורמיזא סאיז מיר שווער צו גלייבן אז א אינגערמאן אזוי מלא וגדוש זאל פאלן נאר וועגן דעם, סאיז זיכער געווען עפעס אנדערש, אויסער אויב ער איז ייער א שוואכער
אויב רוב עולם (אינקלאדינג זשובוי) האלט איך בין נישט גערעכט, וועל איך טאקע אויפהערן, איך מיין אבער מרעדט דא נישט פון קליינע קינדער
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2004 23:18 |
|
| |
זיידי
לויט מיין פארשטאנד איז ברענגען נייעס פון צייטונגען אויפן נעט א טובה פאר דעם פורום, מה שאין כן א לינק צו אנדערע פורום'ס און בלאג'ס סתם א נערווען זאך,
און אזא פאל קען מען ברענגען צו יעדען פורום א לינק פון יעדער פורום צו א אנדערער פורום אין אונפילען דא גאנצע אשכולות מיט לינק'ס צו בחדרי חרדים.
כורמיזא איז א פארשטעניגער גולש, אין איך פארלאז מיך אויף זיינע ווערטער אז עס איז דא כפירה אין דעם בלאג, הגם משום הרחק מן הכיעור קוק איך נישט דארט.
וואס איך ווייס יא איז א אנדערער בלאג מיטן נאמען אבישי, וואס פלעגט שרייבען אויף דעם פורום און דא ממש געפרעדיגט יאשקע'ס קריסטליכער גלויבען,אין אנדערע כפירה , אזוי אז עס האט ממש געאיבלט. יענער איז אויסער דעם וואס ער האט געפרעדיגט אפיקורסוס איז ער אויך א שרעקליכער עם הארץ וגס רוח, אז דער עולם האט געזאגט א גרויסער ברוך שפטרנו ווען ער האט זיך אפגעטראגען פון דא.
שפעטער האט מיר איינער אמאל געשיקט א לינק צו זיין בלאג-פורום האב איך פארשטאנען אז עס רעד זיך פון א בלאג וואס דארט איז דא שרעקליכע ניבול, אוןעקלדיגע בילדער אין נושאים, אז אפילו פאר א גוי איז די נושאים צו נידריג.
איך ווייס נישט צו דער בלאג וואס די האסט יעצט געברענגט איז אזוי נידריג ווי יענער בלאג, אבער עס איז פשוט אז עס קומט נישט אהער קיין לינק.
והאמת והשלום אוהבו.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2004 22:13 |
|
| |
זיידיאנטשי,
איך האב נישט געמיינט דיר פערזענליך, אין איך בעט דיר אז דו זאלסט מיר מוחל זיין אויב דו האלסט אז איך האב דיר באעוול'ט. איך האב אפילו נישט בודק געווען צו די פריערדיגע מאל וואס מ'האט צוגעצייכנט צו אזא פארום ביזטו דאס געווען אדער א צווייטער.
איך האב בכוונה נישט געשריבען וועלכע פארום האט גורם געווען די מעשה, כדי יענער זאל זיך נישט פילען גליקלעך אז ער האט גורם געווען אז איינער זאל אראפ פון גלייכען וועג.
און איך שרייב נאכאמאל, אז די אלע סייטס פון זוהמא האבען נישט געהאט קיין השפעה אויפ'ן יונגערמאן, פשוט ווייל אויב ער האט אמאל באגעגענט בטעות אזא זאך האט ער דאס גלייך פארמאכט, און זיין 'מצפון' האט אים נישט געלאזט גיין אויף אזעלכע פלעצער, ביז ער איז אפגעקילט געווארען דארעך די ליצנות.
נישט אומזיסט האבען חז"ל געזאגט אז 'לצנות מעביר המורא והיא שניה לערוה'.
דאס איז מיין מיינונג. אויב מ'מאכט א וואויט, בין איך גלייך בוחר אז מ'זאל נישט צו צייכענען אהין.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2004 23:30 |
|
| |
כורמיזא צודק במאה אחוזים
ג"כ אני הקטן חושב שלא נכון ומתאים להפורום החשוב .הגדול. המכובד. והחביב הזה לציין ולהביא קישורים ממקומות לא ראויים ובפרט מהמקום הנ"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2004 10:43 |
|
| |
טייערע ידידים, בראשות זיידי יאנטשי זאל געזונט זיין און לעבן ווי לאנג ער וויל.
איך האלט אז כורמיזא איז הונדערט פראצענט גערעכט...!
די בלאגס זענען פיל מיט השכלה און ליצנות פון כל הקדוש לנו דערצו נאך אין א זאפטיגע מיט גמרא מליצות'דיגע שפראך, דאס איז ארגער ווי אלץ.
א גואישע צייטונג-נייעס-א.ד.ג. אז מ'ליינט שלעפט טאקע אראפ, אבער ס'מאכט נישט קיין פערמענאנטער שאדן ווי א משכילישע'ר שריפט.
געדענקט דעם אלטן ראשי תיבות פון ביכ"ל
כ'ל ב'איה ל'א י'שיבון
דאס האט מען געזאגט נאר אויף ביכער און נישט אויף אנדערע תאוות און סתם גואי'שע זאכן,
פארוואס? ווייל די לעצטע טראץ די גרויסע עבירה איז נאך דא פארהאן גרינג א וועג אויף צוריק, מיט תשובה.
מה שאין כן מיט ביכער, און אין דעם כלל זענען אויך די אלע א.ג. בלאגס, איז חס ושלום כל באיה לא ישובין.
אין מעדעצינישן שפראך איז דאס דער צווישנשייד פון א געזונטהייט פראבלעם וואס מ'קען און מ'האפט בע"ה צו היילן. ביז ברעין דעמעדזש ח"ו... וואס ס'איז שוין נישט ח"ו ליידער נישטא וואס צו טוהן.
אלזא, אונזער פריינט כורמיזא, איז הונדערט פראצענט גערעכט!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2004 00:46 |
|
| |
אן אינטערעסאנטע אויפפאסונג, האט מיר איינער אויפגעמערקט.
אויף די אנפראגע - פון א איינעם וואס גיט זיך אן אלץ א שרייבער אין די חרדי'שע צייטונגן - צו איינעם פון די בלוגס פון די פארפארענע אידישיסטן, "וועלכע היימישע צייטונגן אויסגאבעס ער האט דאס מערסטע ליעב צו לייענען"...
האט ער געענטפערט, טרעפט...
"די מעלות"
ווער ס'ווייסט איז די מעלות דירעקט א פארפרומטע אויסגאבע, וואס קעיטערט די ערליכע פרומערע קרייזן, און איז שטארק מחזק די "טיכל" קרייזן, קעגן די נסיונות פון די שייטלעך און די היימישע פוץ קרייזן...
דאך גלייכן זיי דאס, ווייל דאס איז די מערטסע אויסגעהאלטן אין גראמאטיק און אידישע שפראך..!!!
נו, גיי ןןייס. אפשר פארדעם האט מען ביי חסידים נישט געהאלטן פון קיין דקדוק.
מ'דארף איהם אפשר אריינשיקן אויך "די וועלט"...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2004 22:15 |
|
| |
איך האלט אויף די מיינונג אז מ'דארף נישט לאזן אנוויזן אזעלכע אשכולות וועלכע איז פיך מיט דעות מינות וכפירה.
|
|
|
|
|