בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2004 16:23 לינק ישיר 
עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה

חמשה עשר באב
פון חמשה עשר באב, הייבן זיך שוין אהן די הייליגע טעג, ווייל כ"ה אלול האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, (לויט די שיטה אז א' בתשרי נברא העולם. זעה שפעטער ביי דעם קעפל "סליחות מוצאי שבת") און פון ט"ו אב ביז כ"ה אלול איז דא 40 טעג, און 40 טעג איידער א מענטש ווערט געבוירן רופט מען אויס וואס עס וועט זיין מיט דער קינד, אזוי אויך 40 טעג פאר'ן יום הבריאה רופט מען אויס ווי אזוי עס וועט זיין די יאהר. וועגן דעם קען מען זיך שוין אויסבעטן פון ט"ו אב, אז די קומענדיגע יאהר זאל זיין א גוט יאהר.
(בני יששכר)

דער מהרי"ל ברענגט א מנהג אז פון ראש חודש אלול, ווען מען שרייבט א בריוו, שרייבט מען ביים ענדע פונ'ם בריוו, א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה". און ווי פריער דערמאנט אז פון ט"ו אב הייבן זיך אהן די הייליגע טעג, וועגן דעם זענען דא וואס פירן זיך שוין צו שרייבן א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה" פון ט"ו אב.

ערב ראש חודש אלול
יעדער ערב ראש חודש איז א צייט פון תשובה, ווייל דאס איז דער לעצטער טאג פונ'ם חודש, וועגן דעם איז דאס א זמן תשובה צו טאהן אויפ'ן גאנצן חודש, ובפרט ערב ראש חודש אלול, כדי צוצוגרייטן דאס הארץ צו תשובה.
(מטה אפרים)

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן "יום כיפור קטן" ערב ראש חודש אלול, אפילו די וואס זאגן נישט יעדען ערב ראש חודש. אויך זענען דא וואס פירן זיך צו פאסטן אין דעם טאג. אויב עס איז דא א מנין וואס פאסטן ליינט מען "ויחל". עס איז דא א מנהג אויסצוזאגן גאנץ ספר תהילים ערב ראש חודש אלול. אויב ראש חודש אלול געפאלט זונטאג טוט מען די אלע זאכען דעם דאנערשטאג פריער.

חודש אלול
חודש אלול רופט זיך אן דער חודש פון תשובה. ווייל חודש אלול איז דער לעצטער חודש פון דעם יאהר, דארף מען זיך דעמאלס איבערטראכטן ווי אזוי מען האט זיך אויפגעפירט א גאנץ יאהר און פארעכטן אויב מען טרעפט אזעלכע זאכן וואס מען האט נישט געדארפט טוהן, און מיט דעם גרייט מען זיך צום יום הדין, און דורך דעם וואס דער אייבערשטער זעהט אז דער מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים פון א גאנץ יאהר, משפט ער אים צום גוטן. דעריבער דארף מען זיך דעם חודש מער בארעכענען, און אריינטראכטן און תשובה טוהן און זוכן אלעס צו פארעכטן, וואס מען האט נישט ריכטיג געטוהן.

עס ווערט געברענגט אויפן פסוק, "ואשר לא צדה והאלוקים אנה לידו ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה" (אויב איינער הרג'עט בשוגג זאל ער אנטלויפן צום ערי מקלט), די ווערטער "א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך" זענען ראשי תיבות אלול, מרמז צו זיין אז חודש אלול איז א חודש וואס איז אן עת רצון מקבל צו זיין די תשובה אויף די עבירות וואס מען האט געטוהן א גאנץ יאהר, אויך איז דער פסוק מרמז אז אפילו אויף עבירות בשוגג דארף מען אויך תשובה טוהן.
(האר"י ז"ל)

עס ווערט געברענגט, א רמז פון שיר השירים אז חודש אלול איז דער חודש פון תשובה, ווייל א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י איז ראשי תיבות, "אלול". דאס איז טייטש אז די אידן זאגן, איך קוק כביכול אויף מיין פריינד דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט איך קוק נאר אויף די אידן, און דער וועג וואס מען ווערט נאנט צום רבונו של עולם איז נאר דורך תשובה.

אויך ווערט געברענגט א רמז, אז די טעג פון אלול, זענען טעג וואס מען דארף מתקן זיין, דארך תשובה תפלה און צדקה, ווייל עס שטייט "ומל ה' אלוקיך את לתתך ואת לבב זרעך און א'ת ל'בבך ו'את ל'בב" איז ראשי תיבות אלול. וואס איז א רמז אויף תשובה. דער פסוק א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף תפלה. דער פסוק "א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים" איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף צדקה. אזוי ווי מיר זאגן דאך ראש השנה און יום כיפור ביים דאווענען, ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.

תקיעת שופר ראש חודש אלול
מען האט מתקן געווען צו בלאזן שופר ראש חודש אלול ווייל נאכדעם וואס מען האט געזינדיגט אין דעם מדבר מיט'ן עגל, און משה רבינו האט גע'פועל'ט ביים אייבערשטן ער זאל מוחל זיין די אידן, האט דער אייבערשטער געזאגט צו משה רבינו ראש חודש אלול: "גיי ארויף אויף דעם בארג סיני, און איך וועל דיר געבן די צווייטע לוחות, אנשטאט דער ערשטע וואס דו האסט צובראכן". האט מען געבלאזן "שופר" אז אלע אידן זאלן וויסן אז משה רבינו איז ארויפגעגאנגן אויף דעם בארג פון וואו ער וועט נישט אראפקומען ביז פערציג טעג און פערציג נעכט, כדי מען זאל זיך מער נישט טועה זיין צו מאכן נאך אן עגל ח"ו. אלס זכר אויף דעם בלאזט מען יעדן ראש חודש אלול שופר.

תקיעת שופר כל החודש
מיר פירן זיך צו בלאזן שופר גאנץ חודש אלול צו דערמאנען אז מען דארף תשובה טוהן, ווייל די שופר האט אין זיך א כח אויפצוטרייסלן א מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו" (עמוס ג-ו) אויב מען בלאזט שופר אין שטאט וועט דען די פאלק נישט ציטערן?

נאך א טעם כדי צו פארמישן דעם שטן אז ער זאל נישט וויסן ווען עס איז ראש השנה.
(טור סי' תקפ"א)

דער ייטב פנים ברענגט פון הייליגן ישמח משה, נאך א טעם, ווייל דער בית יוסף שרייבט אין אורח חיים (סימן תכ"ב) אז די צוועלף לשונות פון הלל וועלכע שטייען אינם קאפיטל הללו קל בקדשו, זענען קעגן די צוועלף חדשים פונם יאהר, און דער זעקסטער לשון פון הלל, וואס דאס איז קעגן חודש אלול איז "הללוהו בתקע שופר".

די דרכי משה ברענגט א רמז בשם מה"ר אייזיק טירנא ז"ל, אז עס שטייט אין פסוק (תהילים פא-ד) "תקעו בחדש שופר" איז משמע אז מען זאל בלאזן שופר א גאנצע חודש.

בדיקת תפילין ומזוזות
אסאך ערליכע יודען פירן זיך חודש אלול בודק צו זיין זייערע תפילין און מזוזות. אויך זוכט מען נאך אנדערע מצוות וואס מען קען אריין כאפן אדער מתקן זיין, כדי מיט דעם צו קומען אנגעגרייט צום יום הדין.

תהלים בחודש אלול
עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן צען קאפיטלעך תהלים יעדען טאג פון חודש אלול, ווייל אז מען זאגט פון אנהייב חודש אלול צען קאפיטלעך יעדן טאג קומט אויס אז מען ענדיגט צוויי מאל תהלים ביז ראש השנה, וואס דאס איז 300 קאפיטלעך דאס באטרעפט אזוי פיל ווי דאס ווארט "כפר" לעמך ישראל (פארגעבן - מוחל זיין).
(מטה אפרים)

ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע, האט מען זיך געפירט צו זאגן גאנץ חודש אלול יעדן טאג נאכן דאווענען אכטצן קאפיטלעך תהלים, און ערב שבת האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים. אנדערע האבן א מנהג אויסצוזאגן יעדן טאג א ספר פון תהלים.

די ליקוטי מהרי"ח ברענגט א רמז אויף דעם, ווייל עס שטייט אין פסוק ויאמרו לאמר אשירה לה', און ו'יאמרו ל'אמר א'שירה ל'ה' איז ראשי תיבות "אלול" מרמז צו זיין אז מ'דארף לויבן דעם אייבערשטן מיט שירות ותשבחות אין חודש אלול, וועגן דעם איז מען מרבה בתהלים דעם חודש.

ארבעים יום לתשובה
מיר האבן באקומען 40 טעג תשובה צו טוהן פון ר"ח אלול ביז יום כיפור, ווייל ווען די אידן זענען געווען אין דער מדבר און מען האט געזינדיגט מיט'ן עגל איז דער אייבערשטער ברוגז געווארן אויף זיי, איז משה רבינו ע"ה ארויף געגאנגן אין הימל דאס דריטע מאל, "ראש חודש אלול", אין די פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז יום כיפור, האט דער אייבערשטער מוחל געווען די אידן, און האט געגעבן די צווייטע לוחות, דעריבער זענען געבליבן די 40 טעג, א צייט פון תשובה וואס דער אייבערשטער איז מוחל אויף עבירות.

נאך א טעם, כדי מען זאל תשובה טוהן אויך אויף די עבירה פון דעם עגל וואס מען האט געמאכט אין די מדבר, "פערציג טעג" נאכדעם וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה.
(כף החיים)
נאך א טעם, צו פארגעבן אויף די עבירה פון די מרגלים וואס זיי זענען געגאנגן "פערציג טעג" און דערנאך האבן זיי גערעדט שלעכטס אויף ארץ ישראל. דערפאר טוט מען תשובה "פערציג טעג".

די ווערטער אנ'י לדוד'י ודוד'י ל'י, וואס זענען ראשי תיבות "אלול" זענען אויך סופי תיבות בגימטריא 40 דאס איז מרמז אז די 40 טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור זענען די טעג וואס מען קען ווערן נאנט צום אייבערשטן.

לדוד ה' אורי
פון ר"ח אלול ביז נאך שמיני עצרת, זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן נאכ'ן דאווענען דעם קאפיטל תהלים "לדוד ה' אורי". עס זענען דא וואס זאגן דאס נאך שחרית און נאך מנחה. און אנדערע פירן זיך צו זאגן דעם קאפיטל נאך שחרית און נאך מעריב.

דער טעם דערפון איז, ווייל אין מדרש שטייט אז דער ווארט "אורי" איז מרמז אויף ראש השנה, "ישעי" איז מרמז אויף יום כיפור, דעמאלס העלפט אונז דער אייבערשטער ארויס פון די טענות פון די מקטריגים. אזוי אויך איז מרומז סוכות, ווי ס'שטייט "כי יצפנני בסכו".

אויך ווערט געברענגט א רמז אויפ'ן פסוק אין דעם קאפיטל "לולא האמנתי לראות בטוב ה'" "לולא" איז אותיות "אלול".

נאך א טעם, ווייל אין דעם קאפיטל ווערט דרייצן מאל דערמאנט דער הייליגער שם ה' וואס זענען א רמז קעגן די דרייצן מדות של רחמים, יעדע ה' קעגן איין מדה פון די שלש עשרה מדות של רחמים, וועלכע מיר ווילן דערוועקן אין די ימי רצון.




סליחות ד' ימים
אין שולחן ערוך ברענגט דער מחבר דעם מנהג צו זאגן סליחות גאנץ חודש אלול, מיר פירן זיך אבער ערשט אנצוהייבן די וואך פון ראש השנה.

אויב די ערשטע טאג ראש השנה געפאלט דאנערשטאג אדער שבת, הייבט מען אהן צו זאגן סליחות דער זונטאג פריער, און אויב עס געפאלט מאנטאג אדער דינסטאג, הייבט מען אהן סליחות א וואך פריער. כדי אז עס זאל זיין כאטש גאנצע פיהר טעג פאר ראש השנה וואס מען זאגט סליחות.

דער טעם דערפון איז, ווייל עס זענען דא מענטשן וואס פיהרן זיך צו פאסטן צעהן טעג אין די עשרת ימי תשובה. און אלעמאהל וועלן אינמיטן פעהלן פיהר טעג וואס מען טאר נישט פאסטן: צוויי טעג ראש השנה, שבת שובה, און ערב יום כיפור. דערפאר האט מען באשטימט מען זאל אנהייבן צו זאגן סליחות כאטש פיהר טעג פאר ראש השנה וואס אין זיי וועט מען צוענדיגן צו פאסטן.
(לבוש)

נאך א טעם כדי ס'זאל זיין פיהר טעג זיך צו בודק זיין פון עבירות אזוי ווי א קרבן דארף מען פיהר טעג איבער קוקן.
(אלי' רבה)

לכאורה וואלט מען נאר געדארפט אנהייבן צו זאגן סליחות 4 טעג פאר ראש השנה, אויב אזוי פארוואס הייבן מיר אייביג אהן אויף א "זונטאג"? כדי אז מען זאל זיך נישט טועה זיין וועלכע טאג מען הייבט אהן צו זאגן סליחות, האט מען געמאכט א באשטימטע טאג.

זמן סליחות
דער צייט פון זאגן סליחות, איז די לעצטע שעות פון די נאכט, וואס דאס איז פארטאגס. ווייל א גאנצע נאכט שוועבט דער אייבערשטער אין די 18 טויזענט וועלטן, און אין די לעצטע דריי שעה פון נאכט שוועבט ער אויף דער וועלט.
(לבוש)

סליחות מוצאי שבת
דער ר"ן ברענגט אז דאס וואס רבי אליעזר זאגט, אז די וועלט איז באשאפן געווארן תשרי, מיינט רבי אליעזר אז א' תשרי איז די וועלט פארטיג געווארן, אבער אנגעהויבן צו באשאפן די וועלט האט שוין דער אייבעשרטער אנגעהויבן כ"ה אלול. וויבאלד כ"ה אלול געפאלט נישט אייביג דער זעלבער טאג, הייבט מען אהן זונטאג וואס דאס איז געווען דער ערשטער טאג פון די בריאה. אין די שטאט ברצלונא האט מען זיך געפירט אנצוהייבן סליחות כ"ה אלול. און נישט דווקא מוצאי שבת.

פיוט
דער פרי מגדים אין די הקדמה פון די צווייטע אגרת אות פ' זאגט, אז וועגן דעם הייסט די סליחה "פזמון", ווייל פזמון איז פון לשון שרייען, אזוי ווי דער תרגום טייטשט דעם פסוק "ויען איוב" "ופזם איוב" איוב האט אויפגעהויבן זיין קול און האט געזאגט הויך, ווייל די סליחה זאגט גאנץ קהל מיט התעוררות און מיט א הויך קול.

ברכת השחר
מען זאגט ברכת התורה פאר סליחות. מען דארף געדענקן אז נאך סליחות ווען עס איז שוין זיכער טאג זאל מען נאכאמהאל וואשן די הענט אבער נישט מאכען נאכאמאהל א ברכה "על נטילת ידים".

בעל תפלה
דער בעל תפלה וואס דאווענט סליחות (און אזוי אויך אין די אלע הייליגע טעג,) זאל זיין איינער וואס איז א גדול בתורה, און אין מעשים טובים, אויך זאל ער שוין זיין 30 יאהר אלט אין ער זאל שוין האבן קינדער. דאס איז אלעס נאר לכתחלה, אבער אויב מען טרעפט נישט די אלע מעלות איז יעדער יוד כשר צו דאווענען פאר'ן עמוד, אבער ער מוז זיין "מרוצה לקהל" דאס הייסט אז יעדער איינער זאל זיין צופרידען אז ער דאווענט.

עס זענען דא וואס פירן זיך, אז דער בעל תפילה פון סליחות, דאווענט אויך פארן עמוד מעריב א נאכט פריער, און שחרית און מנחה נאך דעם, ווייל "המתחיל במצוה אומרים לו גמור".
(לבוש)

טלית
דער בעל תפילה טוהט זיך אהן מיט א טלית ביי סליחות, און וויבאלד מען זאגט דאך סליחות ווען עס איז נאך נאכט איז דא א שאלה צו מען מעג מאכען א ברכה אויף'ן טלית ביינאכט, וועגן דעם פירט מען זיך אז מען נעמט נישט די אייגענע טלית, און נישט א טלית פון קהל, נאר דוקה א געבארגטע טלית, ווייל אויף א געבארגטע טלית מאכט מען זיכער נישט קיין ברכה.

דער טעם פארוואס מען טוט אהן א טלית איז, ווייל מען זאגט די דרייצן מידות של רחמים, און די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה, אז דער אייבערשטער כביכול, האט זיך אנגעטוהן א טלית ווען ער האט געזאגט די דרייצעהן מידות פאר משה רבינו ע"ה, און ער האט געזאגט, אז ווען אידן וועלן טוהן אזוי ווי איך ווייז דיר יעצט, וועלן זיי געענטפערעט ווערן.
(מהרי"ל)

אשרי
מען הייבט אהן סליחות מיט "אשרי יושבי ביתך". וואס איז א לויב צום אייבערשטן. ווייל די גמרא זאגט אין מסכת ברכות, אז איידער מען בעט עפעס פון א קעניג, זאל מען איהם צום ערשט לויבן כדי דער קעניג זאל ערפולן דעם געבעט.
(לבוש)

אלוקינו ואלוקי אבותינו
דער מנהג איז, אז אלע שטיקלעך פון די פיוטים, הייבט מען אהן מיט "אלקינו ואלקי אבותינו", אויסער די שטיקלעך וואס הייבן זיך אהן מיט דעם אייבערשטענס נאמען.
(מגן אברהם)

וידוי
וידוי זאגט מען בלשון רבים: "אשמנו, בגדנו, וכו', ווייל אלע אידן זענען אזוי ווי איין גוף, און איינער איז שולדיג פאר דעם אנדערנס עבירות, ווייל "כל ישראל ערבים זה לזה".
(האר"י ז"ל)

ווען מען זאגט: "אשמנו, בגדנו וכו', קלאפט מען ביי יעדער ווארט אויפן הארץ. מיט דעם וויל מען זאגן, אז מיין הארץ האט מיר צוגעברענגט איך זאל זינדיגן.
(מטה אפרים)

טייל זענען זיך נוהג צו זאגן נאך סליחות דריי מאהל די ווידוי פון "אשמנו" ווייל זיי ווילן זאגן באזונדער ווידוי אויף דעם וואס מען האט חלילה געזינדיגט דורך א "מחשבה" און באזונדער אויף דעם וואס מען האט חלילה געזינדיגט דורכ'ן "דבור", און באזונדער אויף דעם וואס מען האט חלילה געטוהן אן עבירה "במעשה".

טייל פירן זיך צו זאגן נאר איין מאהל דעם ווידוי פון "אשמנו" נאך סליחות, נישט דריי מאהל ווייל אזוי ווערט געברענגט פון אריז"ל.

מכניסי רחמים
עס זענען דא וואס פירן זיך נישט צו זאגן דעם לעצטן תחנה וואס הייבט זיך אהן "מכניסי רחמים" ווייל אין די תפלה בעטן מיר פון די מלאכים אז זיי זאלן ארויף פירן די תפלות צום רבונו של עולם, און איינער פון די י"ג עיקרים איז, אז נאר צום אייבערשטן איז ווערט צו בעטן, און צו קיין שום אנדערע, איז נישט ווערט מתפלל צו זיין.

אויך שטייט אין ירושלמי (פרק הרואה דף נ"ו) רבי אידן האט געזאגט, אויב א מענטש דארף א טובה פון א קעניג א בשר ודם, גייט ער נישט אליין אריין צום קעניג, נאר ער רופט קודם זיין עבד און דער עבד גייט אריין און ער פרעגט דעם מלך צו יענער מענטש קען יעצט אריין קומען, אבער דער רבונו של עולם זאגט, אויב עס קומט אויף א מענטש א צרה, זאל ער נישט שרייען צו די מלאכים, נאר צו מיר זאל ער בעטן, און איך וועל איהם באלד ענטפערן.

אסאך פירן זיך אבער יא צו זאגן די תפלה, ווייל מיר בעטן נישט די מלאכים אז זיי זאלן זיין אזוי ווי אן "אמצעי" (א מיטלער) נאר מיר זאגן דאס צו ווייזן אז מיר שעמען זיך צו פארלאנגן פונ'ם קעניג אליין.

קדיש שלם
דער בעל תפלה זאגט גאנץ קדיש מיט תתקבל ווען ער ענדיגט זאגן סליחות, כאטש א גאנץ יאהר זאגט מען נישט דעם קדיש נאר נאך תפלת שמונה עשרה, ווייל אזוי איז דאס משמעות פון "תתקבל", ווי מיר בעטן דער אייבערשטער אז ער זאל אננעמען אונזער תפלה, און סתם תפלה מיינט געווענדליך די תפלה פון "שמונה עשרה", אבער וויבאלד דער סדר פון סליחות איז מתוקן געווארן אזוי ווי דער סדר פון שמונה עשרה, ווייל "אשרי" וואס מען זאגט פאר סליחות דאס איז גלייך אזוי ווי פסוקי דזמרה, וואס מען זאגט פאר שמונה עשרה, די "סליחות" מיט די "דרייצעהן מדות" וואס מען זאגט צווישן די סליחות, איז אנשטאט שמונה עשרה, דערנאך זאגט מען "תחנון" און "ואנחנו לא נדע" אזוי ווי מען זאגט נאך שמנה עשרה. דערפאר זאגט מען קדיש שלם מיט תתקבל, אזוי ווי נאך שמונה עשרה.
לבוש סי תקפ"א





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:27 לינק ישיר 

ערב ראש השנה


עומדים בהשכמה
ערב ראש השנה שטייט מען אויף פריער ווי אלע סליחות טעג און מען פארמערט צו זאגן סליחות, כדי מיר זאלן ארויס גיין אינגאנצן ריין אין דעם גרויסן "יום הדין".
(מטה אפרים)


יום צום
אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז ערב ראש השנה זאל מען פאסטן, דער מקור דערפון איז אין מדרש תנחומא (ויקרא כג-מ) וואס ווערט געברענגט אין טור אורח חיים סימן תקפ"א, א שיינע משל:

עס איז אמאהל געווען א לאנד וואס איז שולדיג געווען אסאך געלט פאר'ן קעניג, עס איז אריבער א לאנגע צייט און מען האט נישט געהאט דאס געלט צו באצאלן, ביז דער קעניג איז געקומען מיט א גרויסע מיליטער איינצומאנען די שטייערן. אזוי ווי די קעניג האט שוין געהאלטן צעהן מיל פונ'ם שטאט, זענען ארויס די גרויסע לייט פון דעם שטאט, און מקבל פנים געווען דעם קעניג, און געבעטן אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין געלט צו באצאלן זאל דער קעניג זיי מוחל זיין דעם חוב. דער קעניג האט רחמנות געהאט און ער האט זיי מוחל געווען א דריטל פון דעם חוב. ווען דער קעניג איז אנגעקומען אביסעל נענטער צום שטאט זענען ארויסגעגאנען די "בינונים" פון שטאט מקבל פנים זיין דעם קעניג און אויך זיי האבן געבעטן אז דער קעניג זאל מוחל זיין דעם חוב, האט דער קעניג מוחל געווען נאך א דריטעל. ווען דער קעניג איז שוין געווען נאנט צום שטאט זענען ארויסגעגאנגן די גאנצע שטאט מקבל פנים זיין, דעמאלס האט דער קעניג שוין אלעס מוחל געווען.
אזוי אויך ערב ראש השנה פאסטן די חשובע מענטשן איז דער אייבערשטער מוחל א דריטעל פון די עבירות, ווען עס קומט די עשרת ימי תשובה און די "בינונים" פאסטן איז דער אייבערשטער מוחל נאך א דריטעל, און ווען עס קומט יום כיפור און אלע יודען פאסטן איז דער אייבערשטער אונז מוחל אויף אלע אונזערע עבירות.

תקיעת שופר ערב ר"ה
חודש אלול בלאזט מען שופר, אבער ערב ראש השנה נישט. כדי צו מאכן א הפסק צווישן די תקיעות פון "רשות" און "חובה".

נאך א טעם, כדי צו פארמישן דעם שטן, ער וועט מיינען ערב השנה אז עס איז שוין געווען דער יום הדין, ווייל ער זעהט אז מען בלאזט שוין נישט קיין שופר, און ער וועט נישט מער מקטרג זיין.

התרת נדרים
עס זענען דא וואס פירן זיך אז ערב ראש השנה איז מען מתיר די נדרים פון א גאנץ יאהר פאר דריי מענטשן, מיט דעם נוסח וואס שטייט אין די סידורים. (עס זענען דא וואס זענען מתיר נדר ערב יום כיפור)
(אלף למטה)

אויב מען קען נישט קיין לשון הקודש, זאל מען מאכען התרת נדרים אין די שפראך וואס מען פארשטייט יא, ווייל מען דארף פארשטיין וואס מען זאגט.

מען נעמט דריי מענטשן (א בית דין) און זיי זעצן זיך אויף איין זייט פון א טיש, און דער מענטש וואס איז מתיר נדר שטייט אויף דער אנדערע זייט טיש, און ער זאגט דער לשון וואס עס שטייט אין די סידורים. מען מעג נעמען קרובים פאר א בית דין ביי התרת נדרים.

דער טעם פארוואס מען מאכט התרת נדרים ערב ראש השנה (אדער ערב יום הקדוש) ווייל די עבירה פון נישט איינהאלטן א נדר איז זייער הארב און גרויס, אז דאס איז גורם מיתה רח"ל, וויל מען נישט האבן דער עבירה ביים יום הדין.
(אלף המגן סימן תקפ"א)

אויך איז דא א רמז פארוואס מען מאכט התרת נדרים ערב ראש השנה, ווייל אין דער פסוק וואס רעדט זיך פון נדרים שטייט: "לא יחל דברו ככל היוצא מפיו יעשה" די ווערטער ל'א יח'ל דבר'ו ככ'ל זענען סופי תיבות "אלול".
(ש"ך)

קברי צדיקים
טייל פירן זיך צו גיין ערב ראש השנה צו קברי צדיקים, און מען גיבט דארט צדקה פאר עניים.

דער טעם פארוואס מען גייט צו קברי צדיקים איז, כדי אז די צדיקים אז זיי זאלן פאר אונז מתפלל זיין און זיין מליצי יושר, אין דעם יום הדין.

נאך א טעם, ווייל ביי קברי צדיקים איז א מקום קדוש און די תפלות ווערן דארט מער אנגענומען.

צדקה
ערב ראש השנה א צייט צו געבן צדקה. אויך ווערט געברענגט אז מען זאל ספעציעל מרבה זיין ערב ראש השנה בצדקה, כדי יוצא צו זיין דעם פסוק אין נחמי', (וואס מיר האבן געלערנט אנהייב מסכת ביצה) "ושלחו מנות לאין נכון לו" וואס דארט רעדט זיך פון ראש השנה.

מכבסין ומסתפרין
מען דארף זיך אפוואשן און אפשערן לכבוד יום טוב. כדי מיט דעם צו ווייזן אז מיר זענען זיכער אז מיר וועלן ארויס גיין ריין ביי דעם משפט. לכתחלה זאל מען זיך שערן פאר חצות.
(מטה אפרים)

דער טור ברענגט פון א ירושלמי אויף די ווערטער "כי מי גוי גדול וגו'" וועלעכע פאלק איז דען אזוי ווי די יודישע פאלק. ביי די אנדערע פעלקער ווען זיי גייען צום משפט טוען זיי זיך אהן אין שווארצע קליידער, לאזן זיך וואקסן די האר און די נעגעל, און זיי טרויערן, ווייל זיי האבן מורא אז זייער משפט וועט ארויסקומען שלעכט. אבער יודען זענען נישט אזוי, זיי קליידען זיך אין ווייסע קליידער, שערן זיך די האר און נעגעל לכבוד ראש השנה, זיי עסן און זיי טרינקן און זיי פרייען זיך ראש השנה, ווייל זיי זענען פיל מיט האפענונג, אז דער אייבערשטער וועט זיי מוחל זיין.
(טור)

טבילה
מען דארף זיך טובל'ן אין א מקוה, אפילו די מענטשן וואס טובל'ן זיך נישט אין מקוה א גאנץ יאהר.
(רוקח)

החותך חיים
עס ווערט געברענגט א מנהג פון בעל שם טוב הקדוש זי"ע, צו קויפן א נייע מעסער לכבוד ראש השנה. א רמז צו דער "שם" פון פרנסה "חתך" (שניידען) וואס דאס זענען די סופי תיבות פון "פותח את ידך". עס ווערט געברענגט נאך א רמז אויף דעם, ווייל מיר זאגן דאך ביים דאווענען ראש השנה "החותך חיים לכל חי", דאס הייסט, אז דער אייבערשטער שנייט און באשטימט לעבן, פאר אלע לעבעדיגע באשעפענישן.

נאך א טעם ווייל א נייע מעסער שניידט "דין" א רמז אז דאס "דין" וועט ווערן "אוועקגעשניטן" או עס וועט נאר בלייבן "רחמים".

הגה"ק מרן מהרי"א מזידיטשוב זצ"ל, האט געזאגט אז יעדער איינער זאל קויפן ערב ראש השנה א נייעם מעסער און זאל דאס אויסשארפן, ווייל דאס איז מסוגל אויף פרנסה א גאנץ יאהר.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:33 לינק ישיר 

עניני ראש השנה

מזל החודש
דער מזל פון חודש תשרי איז "מאזנים" א "וואגשאהל" דאס איז דער צייכען אין הימעל אז מען משפט דעם מענטש.
(ר"ן פ"ק דר"ה)

ברכת החודש
מען בענטשט נישט ראש חודש תשרי, אזוי ווי מען בענטשט יעדען ראש חודש. ווייל מיר ווילן פארטומלען דעם שטן ער זאל נישט וויסן ווען עס איז ראש השנה, א סימן דערויף ווייל עס שטייט אין פסוק: "תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו, און (ווי מיר האבן געלערנט אין מסכת ביצה דף טז.) דער ווארט בכסא, מיינט באדעקט אז דער חודש זאל זיין באדעקט און באהאלטן מען זאל איהם נישט דערמאנען.
(לבוש סימן תקפ"א)

יום הדין
דער ר"ן ברענגט פון פסיקתא א טעם פארוואס דער אייבערשטער האט באשטימט ראש השנה פאר דעם יום הדין. ווייל אין דעם טאג איז אדם הראשון באשאפן געווארן ווייל די וועלט איז באשאפן געווארן כ"ה אלול, (לויט ר' אליעזר אז בתשרי נברא העולם) קומט דאך אויס אז ראש השנה איז אדם הראשון באשאפן געווארן. און אזוי זאגן מיר דאך ביים דאווענען ראש השנה, "זה היום תחלת מעשיך". דער "ערשטע" שעה אין טאג האט דער אייבערשטער געהאט אין זיין מחשבה צו באשאפן דעם מענטש, דער "צווייטע" שעה האט זיך דער אייבערשטער באראטן מיט די מלאכים אויב ער זאל אים באשאפן. די "דריטע" שעה האט דער אייבערשטער איינגעזאמעלט די ערד וואס אדם הראשון איז דערפון באשאפן געווארן. די "פערטע" שעה האט אים דער אייבערשטער געקנעטן אזוי ווי מען קנעט א טייג. דער "פינפטע" שעה האט איהם דער אייבערשטער אויספארמירט. דער "זעקסטע" שעה האט דער אייבערשטער פארטיג געמאכט זיין גוף, ער זאל ווערן פלייש מיט ביינער און אדערן, און א הויט ארויף געצויגן. דער "זיבעטע" שעה האט דער אייבערשטער אריינגעבלאזן אין איהם א נשמה. דער "אכטע" שעה האט דער אייבערשטער איהם אריין געפירט אין גן עדן. דער "ניינטע" שעה האט איהם דער אייבערשטער באפוילן אז ער זאל נישט עסן פון דעם עץ הדעת. דער "צענטער" שעה האט ער געזינדיגט און האט געגעסן פון דעם עץ הדעת. דער "עלעפטער" שעה האט אים דער אייבערשטער גע'משפט אז ער זאל שטארבן. דער "צוועלעפטע" שעה האט דער אייבערשטער פארגרינגערט זיין משפט אז ער זאל בלייבן לעבן, און ער איז ארויס פון דעם משפט ריין.

דער סדר פון די וועלט איז, אז ווען מען משפט איינער וואס מען האט נישט ליב, משפט מען איהם ווען מען איז נישט צופרידען און אזוי משפט מען איהם צום שלעכטן, אבער ווען מען משפט איינעם וואס מען האט ליב, ווארט מען אויף א צייט וואס מען איז גוט אופגעלייגט, דער אייבערשטער ווייזט ארויס זיין גרויס ליבשאפט צום כלל ישראל מיט דעם וואס ער משפט זיי דוקא אין א חודש וואס ער איז צופרידען, דאס איז דער חודש פון תשרי, וואס אין דעם חודש טוען יודען אזוי פיל מצוות, שופר, יום כיפור, סוכה, ד' מינים, און די מצוות זענען מעורר א סאך רחמנות.
(אבודרהם)

יום של ישועות ורפואות
די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה אז "ראש השנה" איז שרה, רחל, און חנה נפקד געווארן, אז זיי וועלן האבן קינדער, אויך איז יוסף הצדיק ארויס פון תפיסה אין "ראש השנה", און אויך האבן די יודען אין מצרים אויפגעהערט צו טוהן עבודת פרך אין ראש השנה, וועגן דעם איז דער טאג, א טאג וואס מען קען זיך אויסבעטן כל מיני ישועות ורפואות.

שמות היום
ראש השנה האט פיר נעמען, 1) ראש השנה, דאס הייסט דער אנהייב פון דער נייע יאהר. 2) יום הזכרון, דאס הייסט דער טאג וואס דער אייבערשטער געדענקט כלל ישראל צו א גוט געבענטשט יאהר. 3) יום הדין, דאס הייסט דער טאג וואס דער אייבערשטער טוט משפט'ן די גאנצע וועלט. 4) יום תרועה, דאס הייסט אז אין דעם טאג איז דא א ספעציעלע מצוה פון בלאזן שופר.

לא אד"ו ראש
דער ערשטער טאג ראש השנה קען נאר אויסגעפאלן אין איינע פון די פיר טעג, מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג, און שבת קודש. אבער זונטאג, מיטוואך, פרייטאג, קען נישט אויסגעפאלן ראש השנה, דער סימן דערצו איז "לא אדו ראש", דאס מיינט אז איינער פון די טעג א' ד' ו', קען נישט אויסגעפאלן "ראש" השנה.

יומא אריכתא
די צוויי טעג ראש השנה ווערן גערעכנט ווי איין לאנגע טאג. מען קען זאגן א טעם, ווייל עס שטייט אין הייליגע ספרים אז די עשרת ימי תשובה, זענען מרמז אויף די עשרת הדברות, און וויבאלד די ערשטע צוויי דברות האט דער אייבערשטער געזאגט אויף איינמאהל, דערפאר זענען די ערשטע צוויי טעג ווי איין לאנגע טאג.
(בשם ר"י אייבשיץ)

נאך א טעם, ווייל ווען דער ערשטער טאג ראש השנה קומט אויס אום שבת, בלאזט מען נישט קיין שופר, ווערט דאך דער שטן נישט פארמישט, קען ער חלילה רעדן שלעכטס אויף די אידן, דעריבער האט מען געמאכט אז ביידע טעג ווערן גערעכנט פאר איין טאג, ווערט נאך נישט פארטיג דער דין ביז דעם אנדערן טאג, וואס דעמאלט בלאזט מען שוין יא שופר, ווערט דער שטן דעמאלט פארמישט, און די אידן קענען שוין גע'משפט ווערן צום גוטן.

סדר התפלה
ביי מעריב פון ראש השנה, פאר קדיש פון שמנה עשרה, זאגט מען דעם פסוק: "תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו", וואס רעדט זיך פון ראש השנה.

פון די קדיש פון פאר שמונה עשרה ביז נאך יום כיפור, דאפעלט מען דעם לשון: לעילא, און מען זאגט "לעילא ולעילא, ווייל אין די טעג ווייזט דער אייבערשטער ארויס זיין גרויסקייט מער ווי א גאנץ יאהר. אויך, אנשטאט די ווערטער "מן כל ברכתא" זאגט מען מכל ברכתא", דער טעם איז, ווייל פון יהא שמי' רבא, ביז ואמרו אמן, דארף זיין 28 ווערטער, און וויבאלד מען האט צוגעלייגט א ווארט "ולעילא" דארף מען אראפ נעמען א ווארט, מאכט מען פון די צוויי ווערטער "מן כל" איין ווארט "מכל".

עס זענען דא וואס פירן זיך אז ביי "עושה שלום" פון סוף קדיש זאגט מען "עושה השלום במרומיו" (מיט א "ה"). און אזוי אויך ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה. ווייל דאס ווארט "השלום" באטרעפט 381, אזוי פיל וויפיל עס באטרעפט די נאמען "ספריאל", דער מלאך וואס ציילט אפ די מענטשן וואס זענען אריין געשריבן אין דעם ספר החיים.

אין די גאנצע עשרת ימי תשובה, ביי די ערשטע צוויי ברכות פון שמונה עשרה לייגט מען צו די שטיקלעך פון "זכרנו לחיים" און "מי כמוך", און ביי די לעצטע צוויי ברכות לייגט מען צו "וכתוב לחיים" און "בספר חיים". אויב מען האט פארגעסן זיי צו זאגן, דארף מען נישט איבער דאווענען.

אנטשטאט "הקל הקדוש", זאגט מען "המלך הקדוש". ווייל די טעג זענען ימי הדין וואס דער אייבערשטער משפט די גאנצע וועלט, און ער ווייזט אז זיין קעניגרייך געוועלטיגט איבער אלעס. אויב מען האט פארגעסן דאס צו זאגן, דארף מען יא איבער דאווענען.

אין די עשרת ימי תשובה, ביי די ברכה פון "השיבה שופטינו" אנטשטאט "ברוך אתה ה' מלך אוהב צדקה ומשפט" זאגט מען "המלך המשפט". אויב מען האט פארגעסן דאס צו זאגן, דארף מען נישט איבער דאווענען, וויבאלד מען האט שוין ממילא געזאגט די ווארט "מלך".

לדוד מזמור
פון אר"י הקדוש זי"ע ווערט געברענגט, אז מען זאל זאגן ראש השנה ביי מעריב נאך שמונה עשרה דעם קאפיטל "לדוד מזמור לה' הארץ ומלואה" מיט גרויס כוונה. און דאס איז א גרויסע סגולה, אז עס זאל נישט פעלן קיין פרנסה א גאנץ יאהר.
(מטה אפרים)

דער ייטיב פנים ברענגט א טעם פארוואס דער קאפיטל לדוד מזמור איז א סגולה לפרנסה, ווייל באמת וואלט מען גארנישט געטארט מתפלל זיין אין די הייליגע טעג אויף גשמיות'דיגע געברויכען, מיר וואלטן נאר געדארפט מתפלל זיין אז דער אייבערשטער'ס נאמען זאל שוין געהייליגט ווערן, נאר אזוי ווי אלע גשמיות'דיגע געברויכן, דארפן מיר צו קענען דינען דעם אייבערשטן, דערפאר זענען מיר בארעכטיגט מתפלל צו זיין דערויף. וויבאלד מיר זאגן אין דעם קאפיטל, "לה' הארץ ומלואה", אלעס וואס מיר טוען אויף די וועלט, אפילו די גשמיות'דיגע זאכן, איז נאר פאר'ן כבוד פון דעם אייבערשטן, קענען מיר מיט רעכט פארלאנגן אז דער אייבערשטער זאל זיך צוהערן צו די תפלות, און דערפאר איז דאס א סגולה אז די תפלות אויף גשמיות זאלן אויך אנגענומען ווערן, און מיר זאלן האבן פרנסה.

שיר המעלות ממעמקים
ע"פ האר"י ז"ל זאגט מען פון ראש השנה ביז נאך יום כיפור ביי שחרית פאר קדיש פון ברכו דעם קאפיטל פון שיר המעלות ממעמקים. אויב מען האט פאגעסן, דארף מען נישט צוריק גיין. א יחיד וואס האלט נאך אינמיטן פסוקי דזמרה בשעת דער ציבור זאגט שיר המעלות מעג מפסיק זיין און מיטזאגן מיט'ן ציבור.

בעל תפלה
דער שליח ציבור וואס דאווענט ראש השנה זאל זיך שוין דריי טעג פאר ראש השנה צוגרייטן בקדושה וטהרה, ער זאל לערנען ספרי מוסר וואס זענען מעורר דאס הארץ פון מענטש תשובה צו טוהן און מורא האבן פונ'ם אייבערשטן. אויך זאל ער זיך פאהרקוקן די פירוש המלות און דורכלערנען עניני התפלה. אויב ער קען נישט די פשוטע פירוש המלות, פון די יוצרות טאהר ער נישט זיין קיין בעל תפלה, ווייל אויב מען זאגט יוצרות אינמיטן שמנה עשרה און מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט איז דאס א הפסק.

בכייה בתפלה
מען דארף וויינען ביים דאווענען ווייל דורכ'ן וויינען קען מען פועל'ען אז מען זאל ווערן איבערגעשריבן צווישן די צדיקים, אפילו אויב מען איז שוין חלילה געווען פארשריבן צווישן די רשעים.
(אלף המגן)

דער מטה אפרים ברענגט, אז דער אריז"ל האט שטארק געוויינט ראש השנה און יום כיפור, און האט געזאגט אז אויב איינער קומט גארנישט צו וויינען אין די טעג, איז א סימן אז זיין נשמה איז נישט אין ארדענונג.

אויך ברענגט דער מטה אפרים אז אויב איינער ווערט פלוצלונג אינמיטן דאווענען נתעורר שטארק צו וויינען איז דאס א סימן אז יעצט משפט מען איהם.

כריעה וכפיפת ראש
עס זענען דא וואס פירן זיך צו דאווענען ראש השנה און יום כיפור אביסעל איינגעבויגן. מען דארף אבער וויסן אז וויבאלד מען דארף זיך בוקן אנהייב דאווענען 2 מאהל און צום סוף דאווענען 2 מאהל, איז איידער מען קומט אהן צו די אלע פלעצער זאל מען זיך אויפשטעלן גלייך, כדי אז מען זאל זיך קענען בוקן ווי עס דארף צו זיין. אויך טאהר מען זיך נישט בוקן ביי דעם אנהייב און ביים סוף פון די אנדערע ברכות, ווייל מען טאהר זיך נישט בוקן ביי מער ברכות ווי חז"ל האבן געהייסן.

כוונה בתפלה
אסאך מענטשן מאכען א גרויסע טעות מיט דעם וואס זיי לייגן די עיקר התעוררות ביי די צוגעלייגטע תפלות וואס זענען געאייגענט פאר ראש השנה און יום כיפור, אבער ביי פסוקי דזמרה און קרבנות און קריאת שמע און שמנה עשרה, וואס דאס דאווענט מען א גאנץ יאהר זאגן זיי שנעל. זיי ווייסן אבער נישט אז דאס איז די עיקר, און די תפלות וואס מיר לייגן צו ראש השנה און יום כיפור ווי למשל די יוצרות וכדו' זענען נאר אן הוספה, און אן הוספה ווערט נישט אנגענומען אהן די עיקר.
(יושר דברי אמת פרק נ"ו)

מיט דעם וואס מען איז מכוון ביים דאווענען אין די הייליגע טעג, פירט מען מיט דעם ארויף אלע פסול'ע תפלות פון א גאנץ יאהר.
(ערבי נחל)

הלל ראש השנה
די גמרא זאגט אז די מלאכי השרת האבן געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, פארוואס זאגן די אידן נישט קיין שירה פאר דיר ראש השנה און יום כיפור", האט דער אייבערשטער זיי געענטפערט: "איז דען מעגליך אז דער קעניג זיצט אויף זיין שטוהל ווי ער משפט, און די ספרים פון די לעבעדיגע און פון די טויטע זענען פאר אים אפן, זאלן די אידן דעמאלט זאגן פאר מיר שירה.

נאך א טעם קען מען זאגן, וויבאלד הלל ווייזט אויף שמחה און דאס איז נישט קיין וועג פון מוסר אז מען זאל ווייזן אז מיר פרייען זיך היינט ווען מיר שטייען ביים משפט. דאס וואס מיר וואשן זיך און שערן זיך ערב ראש השנה, אדער אנדערע זאכען וואס מיר טוען ראש השנה, צייגן נאר אז מיר זענען נישט באזארגט אבער זיי צייגן נישט אויף קיין שמחה.
(לבוש סי' תקפ"ד ס"א)

מען קען זאגן נאך א טעם ווייל מיר האבן מקובל אז ראש השנה און יום כיפור קומען אין בית המדרש די נשמות פון אונזערע עלטערן וואס זענען שוין נפטר געווארן מיט-צו-דאווענען צוזאמען מיט אונז. לויט דעם קען מען זאגן פשט אין די גמרא "ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפני ויאמרו שירה" וויבאלד די מתים קענען שוין מער נישט זאגן קיין שירה ביז תחיית המתים ווי מיר זאגן ביי הלל "לא המתים יהללו קה ולא כל יורדי דומה" די טויטע קענען נישט לויבן דעם אייבערשטן און נישט די וועלכע נידערן אין קבר, דערפאר זאגן מיר נישט קיין הלל ווייל די טויטע דאווענען צוזאמען מיט אונז, און זיי קענען נישט זאגן קיין הלל, דערפאר זאגן מיר אויך נישט קיין הלל.

לשנה טובה
ראש השנה ביינאכט נאכ'ן דאווענען, וואונטשט מען אהן דעם טאטן, און אויך אנדערע חבירים וכדו' א גוט יום טוב און אויך וואונטשט מען "לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום") פאר די מאמע אדער די שוועסטער זאגט מען "לשנה טובה תכתבי ותחתמי לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום").

כתיבה וחתימה טובה
דער צמח צדק האט געזאגט: "עס זענען דא צוויי מלאכים וואס באגלייטן דעם מענטש ראש השנה ביינאכט די מלאכים הערן וואס יעדער וואונטשט נאכן דאווענען מערבית, "לשנה טובה תכתב ותחתם וגו'" מיט א ריינקייט פון הארצן, גייען די מלאכים ארויף אין הימל, און זענען מליצי יושר אויף אויסצובעטן א שנה טובה ומתוקה.

מיר וואונטשן אז מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט יאהר, און אויך א זיס יאהר, ווייל גוט אליין איז נישט גענוג, ווייל אויף א שלעכטע זאך דארף מען אויך זאגן "גם זו לטובה", דעריבער בעטן מיר אז עס זאל זיין אויך א זיס יאהר, מען זאל שפירן אז ס'איז א גוט יאהר.

נאר אין די ערשטע נאכט וואונטשט מען זיך לשנה טובה, ווייל, צדיקים ווערט געחתמ'ט זייער דין פאר די ערשטע דריי שעה פון די ערשטע טאג. ווייזן מיר מיט דעם אז מיר האלטן יענעם פאר א צדיק.
(לבוש)

קידוש ושהחיינו
מען מאכט קידוש, אזוי ווי אלע אנדערע ימים טובים, עס איז אבער דא געוויסע שינויים. מען זאגט נישט מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון, נאר מען זאגט "את יום הזכרון הזה יום תרועה" אנטשטאטס די ווערטער, "ומועדי קדשיך" זאגט מען "ודברך אמת וקים לעד" און מען ענדיגט, מקדש ישראל ויום הזכרון.

ווי אויבן דערמאנט, ווערן די צוויי טעג ראש השנה גערעכנט ווי א יומא אריכתא, וועגן דעם איז דא א מחלוקת הפוסקים, צו מען זאל מאכען א "שהחיינו" די צווייטע טאג ראש השנה.

מיר פסק'ענען אז מען דארף יא מאכען א שהחיינו, אבער כדי יוצא צו זיין ביידע דעות, פירט מען זיך, אז דער צווייטע טאג ביי קידוש און אזוי אויך בשעת לעכט צינדען, ווען מען גייט מאכען א שהחיינו, לייגט מען אויף די טיש, א נייע פרוכט, אדער מען טוט אהן א נייע בגד, און מען האט אינזין אז דער שהחיינו זאל אויך ארויף גיין אויף דער נייע פרוכט, אדער אויף דער נייע בגד.

דאס זעלבע איז שייך ביי תקיעת שופר די צווייטע טאג, וועגן דעם זענען דא וואס פירן זיך, אז דער בעל תוקע זאל זיך אנטאהן די צווייטע טאג ביי תקיעת שופר, א נייע בגד.

חלות עגולות
מען פירט זיך, אז אין די היילגע טעג עסט מען רונדיגע חלות. די טעם איז, ווייל א רונדיגע חלה, זעהט אויס אזוי ווי א קרוין, צו ווייזן אז מיר בעטן און מיר האפן אז: "מלוך על כל העולם כולו" משיח זאל שוין קומען, און די גאנצע וועלט זאל שוין אנערקענען דעם אייבערשטנס קעניגרייך, אזוי ווי מיר זאגן "ביום ההוא יהיה" אין יענע טאג, ווען משיח וועט קומען, וועלן אלע פעלקער איינזעהן אז, ה' אחד ושמו אחד.

נאך א טעם, ווייל מיר זאגן "ובכן ולך הכל יכתירו" אלע אידן טוען באקרוינען דעם רבונו של עולם.

נאך א טעם, ווייל א רונדיגע זאך האט נישט קיין סוף, צו בעטן אז דער אייבערשטער זאל משפיע זיין גוט'ס אהן קיין סוף.
(חתם סופר)

סימני ליל ר"ה
ראש השנה עסט מען א סאך זאכן וואס ווייזן אויף גוטס. ווייל חז"ל זאגן אז א "סימן" האט א כח אויף צו וועקן חסד אויבן אין הימל.

דער גמרא זאגט אין כריתות דף ו' עמוד א' אזוי: "השתא דאמרת סימנא מילתא היא, יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא קרא ורוביא כרתי סילקא ותמרי". (וויבאלד מיר נעמען אהן אז א סימן מאכט א רושם, זאל א מענטש עסן ראש השנה, קרא, רוביא, כרתי, סילקא, און תמרים.

אזוי ווי עס איז דא פארשידענע מנהגים, וועגן אכילת הסימנים בליל ראש השנה, וועלן מיר דא ברענגן עטליכע פון זיי (כאטש נישט אלע פירן זיך אזוי).

מען טונקט איין חלה אין האניג פון בינען (און נישט פון טייטלען). ווייל מיר ווילן מרמז זיין, אז אפילו בינען זענען שלעכט ווייל זיי שטעכן, אבער עס קומט ארויס פון זיי א גוטע זאך, האניג. אזוי אויך בעטן מיר פון באשעפער אז אפילו עס איז נגזר געווארן אויף אונז שלעכטע גזירות, זאל ארויסקומען פון דעם נאר גוטס.
(לקט יושר)

מען עסט אן עפל איינגעטונקן אין האניג, און מען זאגט "יהי רצון וכו', שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה".

עס איז א מנהג צו עסן א "ראש כבש" (א קאפ פון א שעפסיל). אדער א וויעדער, וועגן צוויי טעמים: 1) שנהי' לראש ולא לזנב. 2) כדי צו דערמאנען דעם זכות פון "עקידת יצחק", און אנשטאט יצחק האט מען גע'שחט'ען א וויעדער.
(טור)

ווען מען עסט דער ראש כבש, אדער ראש דגים, זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שׁנִהְיֶה לְרֹאשׁ וְלֹא לְזָנָב".

ווען מען עסט די אנדערע חלקים פונ'ם פיש, זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁנִפְרֶה וְנִרְבֶּה כְּדָגִים".

ווען מען עסט דער אויג פונ'ם פיש זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁתַּשְׁגִיחַ עָלֵינוּ בְּעֵינָא פְּקִיחָא"

ווען מען עסט רמונים, זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ, כְּרִמוֹן".

ווען מען עסט קרא, (סקוואש, בלע"ז) זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁתִּקְרַע רוֹעַ גְזַר דִינֵנוּ, וְיִקָרְאוּ לְפָנֶיךָ זְכִיוֹתֵינוּ".

ווען מען עסט "רוביא" (בלעק אייד פיז בלע"ז, אדער מייערן) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ".

ווען מען עסט "כּרתי" (ליק בלע"ז) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִכָּרְתוּ שׁונאֵנוּ".

ווען מען עסט "סילקא" (ספיניטש בלע"ז אדער צוויקל) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִסְתַּלְקוּ אוֹיבֵינוּ וּמַשְׂטִינֵנוּ".

ווען מען עסט "תמרים" זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִתַּמוּ שׂונְאֵינוּ וְאוֹיבֵינוּ".

משניות
די מטה אפרים ברענגט אז ביי די סעודות פון ראש השנה זאל מען לערנען די פיר פרקים משניות פון מסכת ראש השנה. מען זאל זיי איינטיילן אז ביי יעדע סעודה זאל מען לערנען איין פרק, ווייל דאס איז א גרויסע סגולה אז מען זאל זוכה זיין ביים דין.

אגוזים
מען עסט נישט קיין אגוזים (וואלנאטס בלע"ז) אין די הייליגע טעג. דער טעם איז ווייל "אגוז" איז בגימטריא 17, און צוזאמען מיט'ן כולל באטרעפט דאס 18, און "חטא" איז אויך בגמטריא 18, און מיר ווילן נישט דערמעאנען "חטא" אין די הייליגע טעג.

נאך א טעם ווייל דאס ברענגט צו היסן און שְׁפֵּייעֶכְטְס וואס שטערט צו דאווענען. (דער צווייטע טעם איז שייך ביי אלע ניס)
(שולחן ערוך)

דער גור'ער רבי זי"ע האט אמאהל געזאגט בדרך צחות, אז אפילו מען עסט נישט קיין אגוזים זאל מען נישט מיינען אז מען איז מיט דעם יוצא, נאר מען דארף זיך צוריק האלטן פון זינדיגן ח"ו, ווייל "חטא" איז אויך בגמטריא "חטא".

השכמה
אין טור סימן תקפ"ד ווערט געברענגט אז עס זענען דא 5 השכמות, דאס הייסט, טעג וואס אין זיי זאל מען אויפשטיין פארטאגס, און ראש השנה איז איינער פון זיי. די השכמות זענען הושענא רבה, תשעה באב, יום כיפור, ראש השנה, און פורים. עס איז דא אויף דעם א סימן אז די 5 טעג, זענען סופי תיבות אברהם, וסימנך "וישכם אברהם בבוקר".

מען קען זאגן א טעם פארוואס מען דארף אויפשטיין ראש השנה פרי, ווייל עס שטייט אין די גמרא אז ראש השנה די ערשטע דריי שעה פון טאג איז די צייט וואס השי"ת משפט די וועלט, און אויב מען וועט דעמאלט שלאפן ווייזט מען דערמיט אז מען האט ח"ו נישט קיין מורא פון דעם דין, דערפאר דארף מען אויפשטיין פרי.

אויך א גאנצע טאג פירט מען זיך אז מען שלאפט נישט, ווייל עס שטייט אין ירושלמי, אז דער וואס שלאפט ראש השנה, פארשלאפט ער זיין מזל.

אדון עולם
עס זענען דא וואס פירן זיך אז ראש השנה און יום כיפור הייבט אהן דער בעל תפילה "אדון עולם" מיט א ספעציעלע נוסח, ווייל עס ווערט געברענגט פון ר' יהודה החסיד, אז דער וואס האט אינזינען יעדעס ווארט ביי "אדון עולם", איז פארזיכערט אז זיין תפילה וועט געהערט ווערן, און דער שטן וועט נישט מקטרג זיין.
(אלף המגן)

המלך
סתם א שבת, הייבט אהן דער בעל תפלה, פון שחרית "שוכן עד" און יום טוב הייבט ער אהן "הקל" אבער ראש השנה הייבט אהן דער בעל תפלה מיט א הויכע קול "המלך", און אלע זאגן הויך נאך.


תשליך
עס זענען דא וואס פירן זיך צו גיין ראש השנה נאכמיטאג צום טייך צו זאגן תשליך.

איין טעם, אלץ זכר פאר עקידת יצחק. ווייל ווען אברהם און יצחק זענען געגאנגן צו די עקידה, האט זיך דער שטן פארשטעלט פאר א טייך זיי צו שטערן. און מיט מסירות נפש האבן זיי זיך אריין געלאזט אין וואסער ביז זייער האלדז.

נאך א טעם, ווייל אין טייך געפונען זיך פיש, און פיש איז א סגולה אז עס זאל נישט שַׁאטן אן עין הרע (א שלעכטע אויג) אויך, כדי אז מיר זאלן זיך מערן אזוי ווי פיש.

נאך א טעם, ווייל עס שטייט אין פסוק: "ותשליך במצולות ים כל חטאתם" אז דער אייבערשטער זאל אריין ווארפן די עבירות פון אידן אין די טיפעניש פון ים.
(מהרי"ל)

נאך א טעם ווייל ראש השנה נעמען מיר אן דעם קעניגרייך פון'ם אייבערשטן אויף אונז, און מיר באקרוינען דער אייבערשטער אויף די גאנצע וועלט, און דער סדר איז אז ווען מען באקרוינט א קעניג זאלבט מען איהם ביי א טייך, מרמז צו זיין אז זיין קעניגרייך זאל זיך ציען אויף א לאנגע צייט, אזוי ווי די טייך וואס ציעט זיך אויס לאנג.

עס זענען דא וואס פירן זיך צו גיין צו תשליך דעם טאג פון שלש עשרה מדות.

עס זענען דא וואס האבן מבטל געווען דעם מנהג פון גיין ראש השנה, און געגאנגן אן אנדערע צייט (למשל שלש עשרה מדות) וויבאלד אלע מענטשן גייען אין די זעלבע צייט, קען ח"ו אויסקומען אז עס זאלן זיך צוזאמען קומען מענער און פרויען, וואס דאס איז נישט צניאות'דיג.

די אליה רבה ברענגט אז מען פירט זיך אויסצושאקלען די קליידער ביי תשליך, אראפצושאקלען די קליפות וואס קלעבן זיך אהן דורך די עבירות.

פון אריז"ל ווערט געברענגט אז מען זאל אפשאקלען די עק פון די ציצית.

שטייט פון אריז"ל אז ווען מען זאגט תשליך זאל מען אינזין האבן אז דער אייבערשטער זאל אוועקווארפן אלע עבירות און אויך די אלע מקטריגים זאלן אריינגעווארפן ווערן אין די טיפעניש פון דעם ים פון הימל.


דער טעם פארוואס אנהייב פון חודש אלול געפאלט אייביג אויס אין פרשת שופטים, ווייל חודש אלול איז די צייט פון תשובה וואס יעדער איד דארף אריינקוקן אין זיך, זעהן וואס מען דארף פארעכטן, איז דאס ערשטע און דער אנהייב פון תשובה, אז מען זאל שטעלן אויף'ן מויל, אויף די אויגן, און אויף די אויערן, ריכטיגע ריכטערס, דאס מיינט, אז מען זאל אכטונג געבן אויף זיי נישט צו רעדן, נישט צו זעהן און נישט צו הערן נאר וואס מען מעג, און אויב טרעפט זיך אז מען האט פארגעסן און מען האט יא גערעדט אדער געזעהן און געהערט וואס מען האט נישט געטארט, זאל מען זיך באשטראפן מיט א קנס ווי למשל געבן צדקה וכדו', אזוי וועט מען שוין מער אכטונג געבן אויף זיך. אין פרשת שופטים שטייט "שופטים ושוטרים תתן לך" קען מען טייטשן, "שופטים ושוטרים תתן לך" דו זאלסט זיך אליין מאכען פאר א שופט און א שוטר, דאס הייסט אז דו זאלסט זיך אליין באשטראפן, אויב דו פירסט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און אזוי וועסטו תשובה טוהן ווי עס דארף צו זיין דעריבער לייענט מען די פרשה אנהייב חודש אלול וואס דאס איז א חודש פון תשובה.
(בני יששכר)

דער אייבערשטער מיט זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס ער האט אויף זיינע געטרייע אידישע קינדער, ווארט און האפט און קוקט ארויס אז זיי זאלן תשובה טוהן און זיך אומקערן צוריק צו איהם, דערפאר ווען עס קומט דער חודש פון תשובה טוט דער אייבערשטער אריינברענגן און אריינדרינגן אין יעדן יודיש הארץ א פארכט און א מורא פון דעם אייבערשטן, מען זוכט ווי אזוי צו פארעכטן וואס מען האט ביז היינט נישט גוט געטוהן. דאס לערנען אונז חז"ל, אז דער פסוק: "אריה שאג מי לא יירא", (ווען א לייב שרייט ווער האט נישט קיין מורא, און זיין הארץ צעגייט נישט פאר פחד?!) איז מרמז אויף די הייליגע טעג, ווייל "אריה" איז ראשי תיבות א'לול, ר'אש השנה, י'ום הכפורים, ה'ושענא רבה. דאס ווייזט אז אין די פיר צייטן איז יעדן איד'ס הארץ פול מיט מורא און פחד פון דעם אייבערשטן און מען טוט תשובה מיט'ן גאנצן הארץ און מען פארעכט די מעשים פון א גאנץ יאהר.
(בני יששכר חודש אלול)

עס שטייט אין פסוק "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי מָה אֶתבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", מיר ווייסן דאך אז ווען עס קומט חודש אלול, טוט מען תשובה, אבער דער ריכטיגער וועג איז אז א גאנץ יאהר זאל מען אכטונג געבן אויף זיך, נישט געשטרויכלט צו ווערן אין קיין שום עבירה, נאר שטענדיג צו דינען דער אייבערשטן און אויספאלגן די הייליגע תורה און וואס די חכמים לערנען אונז. "תמוז און אב" וואס זיי זענען די שוואכסטער חדשים פונ'ם יאהר ווערן אנגערופן "עֵינָי". דער מזל פון חודש אלול איז "בתולה". יעצט קען מען פארשטיין די רמז אין פסוק: "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי", אויב מען פירט זיך אויף אפילו אין די צוויי חדשים לויט'ן בונד, לויט די געזעצן און אנווייזונגן פון די תורה הקדושה, דעמאלס "מָה אֶתְבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", דארף מען נישט אסאך אריינקלערן ווי אזוי תשובה צו טוהן ווען חודש אלול קומט, ווייל מען איז שוין צוגעגרייט פון פריער.
(עבודת ישראל לט"ו באב)



ראש השנה: "ראש השנה" איז בגמטריא "בית המקדש", מרמז צו זיין אז דער עיקר וואס א מענטש דארף בעטן ראש השנה איז, אז דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן און אויפבויען די בית המקדש במהרה בימינו.
(אמרי חיים)

שנהיה לראש ולא לזנב: פון'ם רבי'ן פון לובלין זי"ע ווערט געברענגט: אז ווען מען עסט דעם קאפ, און מען זאגט "יהי רצון שנהיה לראש" זאל מען אינזינען האבן און מתפלל זיין אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין תלמידים און באהאפטן צו דעם צדיק הדור, וואס ווערט אנגערופן: "ראש".

שנהיה לראש ולא לזנב: דאס ווארט "לראש" איז ראשי תיבות ל'עשות ר'צון א'בינו ש'בשמים.
(בשם הרה"ק מדז'יקוב זללה"ה)

שירבו זכיותינו: ווי אזוי קען א מענטש בעטן צו פארמערן זיינע זכותים? נאר מיר בעטן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו טוהן תשובה מאהבה. וואס דעמאלטס ווערן די עבירות במזיד איבער געקערט אויף "זכותים".
(תורת חיים)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים... למענך אלקים חיים: אונזער געבעט איז: "זכרנו לחיים" מיר זאלן זוכה זיין צו אזא סארט לעבן וואס: "מלך חפץ בחיים" וואס דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן לעבן, דאס הייסט נאר מיט תורה ומצוות "למענך אלקים חיים" און דאס לעבן זאל זיין נאר פאר דעם אייבערשטן.
(ספר החיים - אחי המהר"ל)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וגו' למענך אלוקים חיים: דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע פלעגט כסדר מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און ער פלעגט זאגן "רבונו של עולם, דער גאנצע זאך וואס כלל ישראל דארף פרנסה, און אלעס גוט'ס, איז נאר כדי אויפצוהאדעווען ערליכע יודישע דורות, זיי צו קענען שיקן לערנען, צו מענג זיין דעם הייליגן שבת, צו קענען געבן צדקה, און צו קענען מקיים זיין אלע דיינע הייליגע מצוות, אויב אזוי אוודאי זאלסטו זיי העלפן". אויף דעם האט דער הייליגער רבי דוד משה מטשורטקוב זצ"ל געטייטשט, מיר בעטן "זכרינו לחיים וגו'" אלעס נאר ווייל "למענך אלקים חיים" אלעס דארף מען נאר פאר דיינעט וועגן, דאס הייסט, צו טוהן מצוות ומעשים טובים.

אבינו מלכנו כתבנו בספר פרנסה וכלכלה: מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן: "אבינו מלכנו כתבנו" שרייב אונז אריין "בספר" אז מיר זאלן קענען לערנען תורה, אבער צו דעם האבן מיר אויך שטארק נויטיג "פרנסה וכלכלה" פרנסה מיט אלע געברויך. ווייל אנדערש וועלן מיר נישט קענען לערנען קיין תורה.
(תפארת שלמה)

אשרי איש שלא ישכחך ובן אדם יתאמץ בך: דאס ווארט "איש" איז מרמז אויף צדיקים, און "בן אדם" איז מרמז אויף פראסטע מענטשן. "אשרי איש", וואויל איז פאר דער חשוב'ער מענטש "שלא ישכחך", וואס פארגעסט דיך קיינמאהל נישט. "ובן אדם", אבער דער פראסטער מענטש "יתאמץ", שטארקט זיך אין תשובה, "בך" - מיט די כ"ב (22) אותיות פון די הייליגע תורה.
(קדושת לוי)

אז ירננו עצי היער מלפני ה' כי בא לשפוט את הארץ: אויב א מענטש וויל וויסן א גוטע סגולה ווי אזוי ער וועט קענען ארויסגיין זכאי בדין, "כי בא לשפוט את הארץ" ראש השנה, וואס דעמאלס משפט דער אייבערשטער דער גאנצע וועלט, "אז ירננו" זאל ער זינגן שירות ותשבחות פאר'ן אייבערשטן.
(אמרי חיים)

המלך: דער הייליגער רבי אהרן הגדול פון קארלין זי"ע האט אמאהל גע'חלש'ט ווען ער האט געזאגט "המלך". שפעטער ווען מען האט איהם געפרעגט וואס דאס איז געווען, האט ער גענפערט, אז ער האט זיך דערמאנט אין די גמרא גיטין דף נ"ו, וואס דער גמרא דערציילט, אז ווען מען האט ארויסגעטראגן ר' יוחנן בן זכאי פון ירושלים, כדי צו רעדען צו אספסיינוס קיסר, האט ער געזאגט "שלמא עלך מלכא" פרידען איז צו דיר קעניג, האט אִספַסיָינוּס קיסר געזאגט "דו ביסט מחויב מיתה, ווייל אויב איך בין יא א קעניג, פארוואס ביסטו נישט געקומען ביז יעצט", אזוי אויך האט דער הייליגער קארלינער געזאגט: "ווען איך האב געזאגט המלך, האב איך געטראכט די זעלבע וועגן מיר, אז דער טענה איז דאך אסאך אסאך מער לגבי דער מלך מלכי המלכים "ווי בין איך געווען ביז יעצט ?"

כי עמך הסליחה למען תורא: א מענטש וואס האט עבירות, ווייסט גארנישט וואס עס מיינט "יראת שמים" ווייל עס איז דא א מחיצה צווישן איהם און דעם אייבערשטן, אבער ווען מען נעמט אוועק זיינע עבירות פארשטייט ער שוין וואס עס מיינט "יראת שמים" דאס איז פשט, "כי עמך הסליחה" דו טוסט אונז מוחל זיין, "למען תורא" כדי אז מען זאל מורא האבן פון דיר.
(הרה"ק רבי מרדכי מלכוביץ זי"ע)

ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון: עס איז שווער צו פארשטיין, פארוואס דארפן די מלאכים ציטערן, איז דען ביי זיי דא עבירות? נאר דער אייבערשטער וויל אז די מלאכים זאלן רעדן גוטס פאר די אידן, די מלאכים ווייסן אז דאס איז דער ווילן פון באשעפער, דערפאר ציטערן זיי, טאמער זיי וועלן נישט אויספיהרן די ארבעט פון רעדן גוטס, ווי עס דארף צו זיין.
(השר שלום מבעלזא זי"ע)

ובכן צדיקים יראו וישמחו: עס איז דא זייער א גרויסע חילוק, צווישן יראת שמים, און אנדערע מיני יראות, אלע אנדערע מיני יראות, ברענגט צו דאגה, אבער יראת שמים, איז פונקט פאקערט, אויב מען האט יראת שמים ברענגט דאס צו שמחה. דאס איז דער פשט, "ובכן צדיקים יראו" ווען די צדיקים האבן מורא פאר'ן אייבערשטן, "וישמחו" קומען זיי צו, צו שמחה.
(תפארת שלמה)

דער הייליגער אמרי חיים זי"ע טייטשט "ובכן צדיקים וגו'" ווען צדיקים פרייען זיך, זיי טאנצן, און זיי זינגן פאר'ן אייבערשטן, אפילו דעמאלס איז נאך אלץ, "יראו" זענען זיי פיל מיט פחד און מורא פאר'ן אייבערשטן.

באין מליץ יושר מול מגיד פשע: דער עיקר וואס א מענטש דארף טראכטן ווען ער טוט תשובה, איז איינצוזעהן זיין נידריגקייט, און דאס וועט זיין פאר איהם א "מליץ יושר". "באין", ווען א מענטש האלט זיך נידריג אזוי ווי גארנישט, "מליץ יושר", דאס אליין איז שוין פאר איהם א מליץ יושר, "מול מגיד פשע", קעגן דעם שטן, וואס רעדט שלעכטס.
(קדושת לוי)

וצונו לשמוע קול שופר: דער גמרא אין ראש השנה דף ט"ז ע"א, פרעגט, למה תוקעין בראש השנה, פארוואס בלאזט מען שופר ראש השנה? ענפערט אויף דעם די גמרא ? רחמנא אמר תקעו, וואס הייסט פארוואס מען בלאזט? ווייל די תורה האט געהייסן בלאזן ! האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע געטייטשט דער גמרא אזוי, וועלעכע כוונה דארף מען האבן ביים בלאזן, איז די תירוץ "רחמנא אמר תקעו" אז דער הייליגער באשעפער האט געהייסן בלאזן.

אשרי העם יודעי תרועה: דער גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז תקיעת שופר איז "חכמה ואינה מלאכה" האט אויף דעם דער הייליגער רבי ר' ברוך ממז'בוז' זי"ע געטייטשט, אז חז"ל האבן אונז מיט דעם געלערנט, וואס עס איז דער עיקר פון תקיעת שופר, דער עיקר איז די "חכמה" דאס מיינט די רוחניות'דיגע כוונה פון שופר, אבער סתם געבלאזן איז גארנישט ווערט.

לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלוקיו עמו ותרועת מלך בו: דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט טייטשן, "לא הביט און ביעקב וגו'" דער וואס זעהט נישט קיין שלעכטס אין יודישע קינדער, נאר אייביג זיכט ער גוטס אויף די יודישע קינדער, אייביג איז ער זיי דן לכף זכות, פאר אזא איינער איז "ה' אלוקיו עמו" דער אייבעשרטער איז מיט איהם.

כי זוכר כל הנשכחות אתה הוא מעולם: "זוכר" דער אייבערשטער געדענקט, "כל הנשכחות" דאס וואס דער מענטש פארגעסט. אויב דער מענטש פארגעסט זיינע עבירות און ער טוט נישט כסדר תשובה אויף זיי, געדענקט זיי דער אייבערשטער. און אויב דער מענטש געדענקט זיינע עבירות, און ער טוט כסדר תשובה אויף זיי, דעמאלס פארגעסט זיי דער אייבערשטער, און ער איז איהם מוחל אויף די עבירות. דער זעלבע איז ביי מצוות, אויב א מענטש געדענקט זיינע מצוות, דאס הייסט ער האלט זיך גרויס וועגן זיינע מצוות, דעמאלס פארגעסט כביכול דער אייבערשטער פון זיי, אבער אויב א מענטש פארגעסט זיינע מצוות, דאס הייסט ער האלט נישט אז ער האט בכלל געטוהן א מצוה, דעמאלס, געדענקט זיי דער אייבערשטער, און גיבט איהם שכר.
(הרה"ק מריז'ין זי"ע)

ויהי קול השופר הולך וחזק מאד: דער קול השופר העלפט אז מען זאל קענען מקיים זיין תורה ומצוות ווי עס דארף צו זיין, "ויהי קול השופר הולך", דורך דעם קול השופר, ווערט מען א הולך, דאס הייסט א הולך בדרכי ה', "וחזק מאוד" עס וועט דיר אויך מחזק זיין, צו קענען ביישטיין דעם יצר הרע.
(תפארת שלמה)

תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו כי חוק לישראל הוא משפט לאלוקי יעקב: "חוק" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסן נישט דעם טעם, "משפט" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסן יא דעם טעם, "תקעו בחודש שופר וגו' כי חוק לישראל הוא" ביי אונז איז דאס טאקע א חוק מיר פארשטייען נישט דעם טעם דערפון, אבער "משפט לאלוקי יעקב" ביים באשעפער איז דאס א משפט, די באשעפער ווייסט דאך יא דעם טעם דערפון.
(תפארת שלמה)


הטוב ומטיב לרעים ולטובים: לכאורה וואלט דאך געדארפט קודם שטיין "לטובים" און נאכדעהם "אפילו לרעים", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי הערשל זידיטשובער זי"ע, "הטוב ומטיב לרעים" דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב פאר דעם וואס האלט זיך פאר א בעל עבירה, ווייל א ענו האלט אייביג אז ער איז שלעכט. "ולטובים" און אפילו אזעלעכע מענטשן וואס האלטן זיך גרויס, אז זיי זענען גרויסע צדיקים, איז דער אייבערשטער אויך א טוב ומטיב.

הטוב ומטיב לרעים ולטובים: דער הייליגער רבי ר' בונם האט אזוי געטייטשט, לרעים ולטובים, אפילו אזעלעכע מענטשן וואס אמאהל זענען זיי שלעכט, און אמאהל זענען זיי גוט, איז דער אייבערשטער פאר זיי אויך א טוב ומטיב.

עלה אלוקים בתרועה: "תרועה" איז א לשון פון פריינדשאפט. דער פסוק איז מרמז, אז מען קען נישט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון דעם הייליגן טאג, נאר דורך אחדות און פריינדשאפט צווישן אידן.
(בית אהרן - קארלין)


והעברת שופר תרועה בחודש השביעי: ו'העברת ש'ופר ת'רועה ב'חודש ה'שביעי, איז ראשי תיבות "תשובה". צו ווייזן אז דער עיקר פון בלאזן שופר, איז כדי נתעורר צו ווערן צו תשובה.
(חסד לאברהם)

מלכיות זכרונות שופרות: "שופרות" מען בלאזט מיט א שופר "זכרונות" כדי אז מען זאל געדענקן "מלכיות" אז דער הייליגער באשעפער איז דער קעניג פון דער גאנצער וועלט.
(אמרי חיים)

תקיעה שברים תרועה: "תקיעה שברים תרועה" איז בגימטריא: "אבות אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד". דאס איז א רמז אז דורך תקיעת שופר ווערט אויפגעוועקט דער זכות פון די זיבן פאסטאכער וואס ווערן אנגערופן "אבות".
(ארן עדות)

שופר: מען זאגט נאך פון הרה"ק ר' יושע מבעלזא זי"ע, אז ער האט אמאל געזאגט "ווי אזוי קענען מיר דען אנכאפן אין האנט דעם שופר פון גרויס ציטערניש פון דעם הייליגן טאג? נאר וויבאלד חז"ל האבן מתקן געווען צו בלאזן שופר א גאנצן חודש פריער, געוויינען מיר זיך אביסל צו, צו די הייליגע עבודה"!

שופר: די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה (ט"ז.) "אז דערפאר בלאזט מען די תקיעות סיי ווען מען זיצט און סיי ווען מען שטייט, כדי צו פארמישן דעם "שטן". איז רש"י מפרש: "אז דער שטן ווערט צומישט ווען ער זעהט אז די אידן האבן אזוי שטארק ליב די מצוות". דער בעל הפלאה זצ"ל גיבט דאס צו פארשטיין אזוי: תקיעת שופר איז געמאכט צו אויפוועקן די אידן תשובה צו טוהן. און ווען די אידן בלאזן איבער נאכאמאהל און נאכאמאהל, ווייזן זיי דערמיט אז זיי טוהן תשובה דורך אהבה. און תשובה מאהבה דרייט איבער די אלע עבירות אויף "זכיות". דערפאר ווערט דער שטן צומישט און איז נישט מקטרג אויף אזוי פיהל עבירות, ווייל ווי מער עבירות ער וועט אויסרעכענען אלץ מער זכויות וועלן די אידן באקומען! דער רבי ר' בונם פון פשיסכא זי"ע איז דאס מסביר אויף דעם אופן: דער עיקר תירוץ וואס א איד האט פארוואס ער האט נישט געדינט דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, איז ווייל ער איז געווען פַארְפְּלָאגְט און באשעפטיגט אין פרנסה. וואס דורך דעם איז ער נישט געווען רוהיג צו לערנען און טוהן מצוות. דער שטן אבער, טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ. א איד דארף האבן מסירות נפש און נישט קוקן אויף קיין שום שטערונג. אבער ווען מיר בלאזן שופר, און דער שטן ווערט צומישט פון אזוי פיהל תקיעות און ער הערט אויף צו רעדן שלעכטס, זעהט ער אליין איין, אז ווען מען ווערט צומישט איז נישט מעגליך אויסצופיהרן די ארבעט ווי עס דארף צו זיין.

שופר: עס שטייט אין תהלים קאפיטל קכ"ו, "אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה". (דעמאלטס ווען משיח וועט קומען, וועט אנגעפוהלט ווערן אונזער מויל מיט געלעכטער און אונזער צינג מיט געזאנג) . די ווערטער זענען ראשי תיבות "שופר". מרמז צו זיין, אז ווען משיח וועט קומען וועט מען בלאזן שופר אין די זכות וואס מיר בלאזן היינט שופר אין ראש השנה.
(מהר"ש מבעלזא)







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:38 לינק ישיר 

עניני והלכות תקיעת שופר




מדרש (ויקרא רבא כ"ט)

א"ר יאשיה, כתיב אשרי העם יודעי תרועה, וכי אין האומות העולם יודעים להריע, כמה קרנות יש להן, כמה בוקינוס יש להם, כמה סלפירגסי יש להם, ואמרת אשרי העם יודעי תרועה, אלא שהן מכירים לפתות את בוראן בתרועה, והוא עומד מכסא הדין לכסא רחמים, ומתמלא עליהם רחמים והופך להם מדת הדין למדת רחמים, אימתי בחודש השביעי.

ר' יאשיה האט געזאגט, ס'שטייט אין פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", וואויל איז דער מענטש וואס ווייסט ווי אזוי צו בלאזן שופר. איז לכאורה שווער, ווייסן דען נישט די אומות העולם ווי אזוי צו בלאזן, זיי האבן דאך אזוי פיל מינים פון טראמפייטערס מיט שופרות, אויב אזוי פארוואס זאגט דער פסוק "אשרי העם יודעי תרועה" וואס איז די גרויסקייט פון קענען בלאזן שופר? נאר די פשט איז, "אשרי העם יודעי תרועה", וואויל זענען די יודען וואס זיי ווייסן ווי אזוי איבערצובעטן דעם באשעפער מיט'ן בלאזן, און דער באשעפער שטייט אויף פון כסא דין און זעצט זיך אויף כסא רחמים, און ווערט פיל מיט רחמנות אויף די יודען, און ער דרייט פאר זיי איבער דעם מדת הדין אויף מדת הרחמים.

א"ר יאשיה, כתיב אשרי העם יודעי תרועה, וכי אין האומות העולם יודעים להריע, כמה קרנות יש להן, כמה בוקינוס יש להם, כמה סלפירגסי יש להם, ואמרת אשרי העם יודעי תרועה, אלא שהן מכירים לפתות את בוראן בתרועה, והוא עומד מכסא הדין לכסא רחמים, ומתמלא עליהם רחמים והופך להם מדת הדין למדת רחמים, אימתי בחודש השביעי.

דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ד) "אף על פי שתקיעת שופר בראש השנה גזירת המלך הוא, רמז יש בו כלומר עורו ישנים משינתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם וחפשו במעשיכם וחזרו בתשובה וזכרו בוראכם" - "כאטשיג אז בלאזן שופר ראש השנה איז א גזירה פון די פסוק אן קיין טעם, איז אבער דא א רמז אין דעם, עס מיינט צו זאגן, וועקט אייך אויף שלאפעדיגע פון אייער שלאף, און פארדרימלטע וועקט אייך אויף פון אייער דרימל, און באקוקט אייערע מעשים, און קערט אייך צוריק מיט תשובה, און געדענקט אייער באשעפער".

דער של"ה הקדוש שרייבט אז די תקיעות פון תשר"ת איז מרמז ווי פאלגענד: די ערשטע "תקיעה" איז גלייך, אז דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש גלייך, אבער אויב ח"ו דער מענטש זינדיגט ווערט זיין נשמה קראנק, אויף דעם קרעכט'ס מען ווי א "שברים" אזוי ווי מ'קרעכטסט אויף קראנקע מענטשן, און אויב ח"ו ער איז געווארן נאך ערגער, און זיין נשמה ווערט ווי געשטארבן דארף מען שוין וויינען מיט א "תרועה" אזוי ווי מ'וויינט אויף טויטע מענטשן, אבער אז דער מענטש וועט טאקע קרעכצן און וויינען און תשובה טוהן וועט זיין נשמה ווערן אויסגעהיילט און ער וועט ווערן צוריק גלייך ווי א "תקיעה" אזוי זאל א מענטש טראכטן גאנץ חודש אלול ווען ער הערט די תקיעות און שטיין מיט גרויס פארכט און זיך מתודה זיין און תשובה טוהן. אויך ראש השנה זאל ער אריין קלערן אין דעם נאך איידער ער גייט אריין אין די טיפע סודות פונ'ם שופר.

דער בעל תוקע דארף זיין א תלמיד חכם כדי אז אויב עס מאכט זיך א שאלה אינמיטן בלאזן זאל ער וויסן וואס צו טוהן, אויך דארף ער וויסן ווי אזוי בודק צו זיין דער שופר צו עס איז כשר. אויב מען טרעפט נישט קיין בעל תוקע א תלמיד חכם, זאל מען כאטש אויפזיכען א בעל מקרא, (דאס מיינט דער מענטש וואס זאגט פאהר וואס צו בלאזן), וואס זאל זיין א תלמיד חכם.

מען דארף אינזין האבן צו הערן און יוצא זיין די מצוה פון תקיעת שופר. איינער וואס איז ראוי זאל אויך מכווין זיין די כוונות פון תקיעת שופר. ווי פריער דערמאנט דארף מען אויך טרעפן א בעל תוקע, אדער עכ"פ א בעל מקרא, וואס זאל קענען כוונות התקיעות. אבער אין אמת'ן זאגט די הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע אז די עיקר כוונה פון תקיעת שופר איז וואס די גמרא זאגט "רחמנא אמר תקעו" דאס הייסט אז מען זאל טראכטן אז מען טוט דעם רצון ה' פון בלאזן שופר.

די מצוה פון תקיעת שופר איז גאר א געהויבענע און חשוב'ער מצוה, עס זענען באהאלטן אין דעם סודות און כוונות וואס ערליכע אידן, צדיקי אמת, האבן אינזינען, אבער אין הימל האט אויך א גרויס חשיבות ווען מען איז מקיים די מצוה מיט די פשוט'ע כוונה, בלויז ווייל מען וויל מקיים זיין די מצוה וואס דער אייבערשטער האט אונז געהייסן בלאזן שופר, און דערפאר טוען מיר זיין רצון און מיר בלאזן שופר.
מאור ושמש

לכתחלה זאל מען לייגן דעם שופר ביי דעם רעכטע זייט פון מויל, אבער אויב דער בעל תוקע ווייסט נאר ווי אזוי צו בלאזן ביים לינקע זייט פון מויל, איז דאס אויך כשר, און בפרט פאר איינער וואס איז א געלינקטע.

דער טעם פארוואס ווען מען בלאזט שופר האלט מען דעם שופר ביי די רעכטע זייט פונ'ם מויל, איז ווייל עס שטייט אין פסוק: "והשטן עומד על ימינו לשטנו" דער שטן שטייט אויף די רעכטע זייט מקטרג צו זיין, דערפאר בלאזט מען אויף די רעכטע זייט, אז דער שטן זאל נישט קענען מקטרג זיין.

בשעת'ן בלאזן שופר זאל דער אויבערשטער חלק פונ'ם שופר זיין ארויף, ווייל עס שטייט אין פסוק "עלה אלוקים בתרועה".
רמ"א סי' תקפ"ה ס"ב

מען קען יוצא זיין תקיעת שופר פון סיי וועלכע שופר פון כבשים ועיזים, אבער מצוה מן המובחר איז צו נעמען א שופר של איל כדי מעורר צו זיין דעם זכות פון "עקידת יצחק" ווייל דער רבונו של עולם זאגט: "תקעו לפני בשופר של איל, כדי שאזכור לכם עקידתו של יצחק, ומעלה אני עליכם כאלו עקדתם עצמכם לפני" בלאז פאר מיר מיט א שופר פון א "וויעדער" כדי אז איך זאל דערמאנען פאר אייך דעם "עקידת יצחק" און איך וועל דאס פארעכענען פאר אייך, אזוי ווי איר אליין האט זיך געלאזט שחט'ן (בונדען) פאר מיר.

עס איז א מצוה צו נעמען א שופר וואס איז איינגעבויגן מרמז צו זיין אז די יודען זאלן בייגן זייערע הערצער צו אונזער טאטע אין הימל.

געווענדליך ביי אלע מצוות וואס זענען "חובת היום" ווי למשל ד' מינים וכדו' איז מען מחמיר נישט צו עסן פאר'ן מקיים זיין דעם מצוה, אבער ביי תקיעת שופר, וויבאלד מען בלאזט ערשט נאך חצות, פירן זיך אסאך מענטשן מקיל צו זיין און זיי עסן פאר תקיעת שופר. עס זענען דא וואס פירן זיך צו מאכען קידוש, אנדערע פירן זיך אבער, נישט צו מאכען קידוש ביז נאך די תקיעות, און זיי עסן אהן קידוש.

אין אמת'ן וואלט מען געווען מחויב צו בלאזן שופר באלד אינדערפרי, ווייל מען דארף זיך צוּאֵיילֶן צו טוהן מצוות. נאר מען בלאזט שופר פאר מוסף, וועגן א מעשה וואס איז געשעהן. איינמאהל האט מען געבלאזן שופר גלייך אינדערפרי, און די גוים האבן געמיינט אז די אידן האבן אויסגערופן א מלחמה קעגן זיי, ווייל ביי מלחמות פלעגט מען בלאזן שופר. זענען די גוים אויפגעשטאנען קעגן זיי און אויסגעהרג'עט אסאך פון זיי, דערפאר האט מען באשטימט צו בלאזן שופר פאר מוסף. און ווען די גוים וועלן זעהן אז צום ערשט ליינט מען קריאת שמע און מען דאווענט און מען ליינט די תורה, וועלן זיי פארשטיין אז דאס איז א טייל פון די דאווענען און נישט קיין אויסרוף פון מלחמה.
(תוספות ר"ה לב ע"ב בשם הירושלמי)


מען באהאלט דעם שופר
בשעת מען זאגט די ברכות פון שופר באהאלט מען דעם שופר, דער טעם איז ווייל בשעת אברהם אבינו האט געבויעט דער מזבח האט ער באהאלטן יצחק כדי דער שטן זאל נישט קענען ווארפן א שטיין אויף יצחק און איהם מאכן פאר א בעל מום. און וויבאלד מיר בלאזן שופר פון אן "איל" וואס איז א זכר אויף עקידת יצחק, דערפאר פארדעקט מען דעם שופר ביז מען בלאזט דערמיט.
אלף המגן סי' תקפ"ה אות ז'

פאר'ן בלאזן זאגט מען 7 מאל דאס קאפיטל "למנצח לבני קרח וכו'" ווייל דעם מזמור פלעגן די לויים זינגן אין בית המקדש בשעת די עבודה ראש השנה, דערפאר זאגט מען דעם מזמור ראש השנה.

מען זאגט דעם קאפיטל זיבן מאהל ווייל די צאל ווערטער ווען מען זאגט זיבן מאל דעם מזמור אינאיינעם מיט די ווערטער פון די פסוקים פון "מן המצר" ביז "ומשפטיך למדני" באטרעפט פינף הונדערט מיט זיבן און אכציג פונקט דאס זעלבע ווי דאס ווארט "שופר" מיטן כולל.

אויך ווערט דערמאנט אין דעם קאפיטל 7 מאהל דעם ווארט "אלוקים" וואס דאס איז מרמז אויף דעם מדת הדין, און דורך'ן זאגן איז מען מבטל אלע דינים, און דער מדת הדין ווערט איבערגעדרייט אויף מדת הרחמים.

מן המצר
מיר זאגן זיבן פסוקים פון רחמים, פון מן המצר וגו', און דערנאך נאך זעקס פסוקים וואס די ראשי תיבות פון אנהייב די פסוקים זענען "קרע שטן" דאס מיינט אז מען איז מעורר מיט די פסוקים אז אין זכות פון די מצוה פון תקיעת שופר זאל דער כח פון שטן צוריסן ווערן.

די ברכות פון תקיעת שופר גייען ארויף אויף אלע 100 קולות. וועגן דעם זאל מען נישט אויסרעדען ביז נאך מען האט שוין געהערט אלע תקיעות, אבער בדיעבד אויב מען האט אויסגערעדט דארף מען נישט מאכען נאך א ברכה.

אינמיטן די ערשטע 30 קולות דארף מען נאך מער מקפיד זיין נישט אויסצורעדען, וועגן דעם איז דא וואס פירן זיך נישט צו זאגן דעם "יהי רצון" וואס עס שטייט אין די מחזורים נאך יעדער סדר (צווישן תשר"ת תש"ת תר"ת) און מען האט נאר אינזינען די ווערטער. אבער אנדערע פירן זיך דאס יא צו זאגן.

מען דארף הערן יעדער תקיעה פון אנהייב ביז'ן סוף, וועגן דעם אויב מען האט נישט געהערט דעם גאנצן תקיעה, אפילו מען האט געהערט א שיעור תקיעה, ווי למשל אויב מען איז ארויסגעגאנגן ביים סוף פון'ם לעצטן תקיעה, אדער מען איז אריינגעקומען ווען מען האט שוין אנגעהויבן צו בלאזן דעם ערשטן תקיעה, איז מען לויט רוב פוסקים נישט יוצא.

וועגן דעם דארף מען זיין געווארענט נישט צו היסן אדער מאכען קיין גערידער אינמיטן די תקיעות, כדי אז מען זאל קענען הערן יעדע קול פון אנהייב ביז'ן סוף. מען דארף טאקע זיין געווארענט אנצוזאגן די קינדער אז מען זאל זיין שטיל פון אנהייב ביז'ן סוף. די קליינע קינדער וואס מען קען נישט האלטן שטיל אזא לאנגע צייט, זאל מען בכלל נישט ברענגן אין שוהל.

אויב מען בלאזט פאר א יחיד וואס קען נישט קומען אין שוהל, זאל מען נישט בלאזן די ערשטע 3 שעה פונ'ם טאג ווייל די ערשטע 3 שעה פון טאג זענען א צייט פון דינים. צו מען זאל מאכען א ברכה פאר א יחיד, ווענדט זיך פאר וועמען מען בלאזט. אויב מען בלאזט פאר א מאן, קען דער בעל תוקע מאכען דעם ברכה, אפילו ער האט שוין יוצא געווען, אבער אויב ער בלאזט פאר א פרוי, טאהר ער נישט מאכען דעם ברכה ווייל א פרוי איז פטור פון תקיעת שופר אזוי ווי אלע "מצוות עשה שהזמן גרמא", וועגן דעם זאל זי אליין מאכען דעם ברכה.

דער וואס איז געקומען שפעט אין שוהל, און מען האט שוין געמאכט די ברכות, זאל ער אליין מאכן די ברכות צווישן איינער פון די סדרים, און שפעטער נאכ'ן דאווענען זאל ער משלים זיין די תקיעות.

עס איז נישט קיין חילוק וועלכע מין קול עס קומט ארויס פון דעם שופר, צו עס איז א דינע קול אדער א דיקע קול, יעדע מין קול השופר איז כשר.

דער טעם פארוואס מען מאכט א ברכה: "לשמוע קול שופר" (צו הערן) און נישט "לתקוע שופר" (צו בלאזן שופר), ווייל דער עיקר פון די מצוה איז נישט צו בלאזן נאר צו הערן, און אויב מען בלאזט און מען הערט נישט איז מען נישט יוצא.
(טור)

רבי סעדי-ה גאון זצ"ל, זאגט צעהן טעמים אויף תקיעת שופר:

1) ווייל ראש השנה איז דער טאג וואס דער אייבערשטער איז געווארן קעניג אויף דער וועלט. און פאר קעניגן בלאזט מען מיט טראמפייטערס ווען זיי ווערן קעניג.

2) ווייל ראש השנה איז דער ערשטער טאג פון עשרת ימי תשובה. וועקט מען אויף מיט דעם די מענטשן זיי זאלן תשובה טוהן.

3) צו דערמאנען פון "קבלת התורה" וואס איז געווען מיט א שטארקן שופר. אזוי ווי עס שטייט: "וקול שופר חזק מאד".

4) צו דערמאנען די מוסר רייד פון די נביאים וואס זענען געגליכען צו א שופר. אזוי ווי עס שטייט: "כשופר הרם קולך".

5) צו דערמאנען פון דעם חורבן בית המקדש, וואס די גוים האבן דעמאלס געבלאזן מיט שופרות. און דורך דעם וועלן מיר בעטן אז דער דריטער בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.

6) אונז צו דערמאנען ווי יצחק האט געהאט מסירות נפש ביי די עקידה, און מיר זאלן אויך האבן מסירות נפש ביי עבודת ה'.

7) אז מיר זאלן זיך שרעקן. ווייל די קול פון א שופר שרעקט איבער א מענטש.

8) צו דערמאנען אז היינט איז דער יום הדין הגדול והנורא, און מיר זאלן מורא האבן.

9) מיר זאלן זיך אריין טראכטן, און גלייבן, ווי אזוי משיח וועט איינזאמלען אלע אידן פון גלות מיט א שופר.

10) אונז צו דערמאנען "תחיית המתים", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "כל יושבי תבל ושכני ארץ כנשא נס הרים תראו וכתקע שופר תשמעו: (ישעיה יח-ג)

מלכיות - זכרונות - שופרות
עס שטייט אין די גמרא ראש השנה דף ט"ז עמוד א' אז דער אייבערשטער זאגט צו די יודישע קינדער: "זאגט'ס פאר מיר ראש השנה פסוקים פון מלכיות, פסוקים פון זכרונות און פסוקים פון שופרות. פסוקים פון מלכיות כדי אז עטס זאלט'ס מיך מאכען קעניגן איבער אייך, און פסוקים פון זכרונות, כדי עטס זאלט'ס געדענקט ווערן פאר מיר, פסוקים פון שופרות ווייל דורך דעם שופר ווערט איר געדענקט ווערן פאר מיר צום גוט'ן".

די משנה זאגט אין פרק ד' אין מסכת ראש השנה, אז מען זאל זאגן צען פסוקים פון מלכיות, צען פסוקים פון זכרונות, און צען פסוקים פון שופרות. די גמרא זאגט אויף דעם דריי טעמים:

1) קעגן די צען הללוהו'ס וואס שטייט אין קאפיטעל ק"נ פון תהילים, וואס דארט שטייט וועגן בלאזן שופר.

2) קעגן די עשרת הדברות וואס ביי מתן תורה האט מען אויך געבלאזן שופר.

3) קעגן די צען מאהל "ויאמר" וואס שטייט ביי בריאת העולם, און ראש השנה איז געענדיגט געווארן דער בריאה.

די צען פסוקים זענען דריי פון תורה דריי פון כתובים און דריי פון נביאים, און די צענטע איז נאך איינס פון תורה. מען זאגט די פסוקים פון כתובים פאר נביאים ווייל די פסוקים פון כתובים זענען פון תהילים וואס דוד המלך האט געמאכט, וואס ער איז עלטער געווען פון רוב נביאים. מען ענדיגט מיט א פסוק פון תורה, ווייל די גמרא זאגט, אז ווער עס ענדיגט מיט תורה דער איז געלויבט.

איידער מען זאגט די פסוקים פון מלכיות זאגט מען "עלינו לשבח" ווייל מיר לויבן דעם אייבערשטן וואס ער האט אונז געגעבן שכל צו נעמען איבער אונז דעם אייבערשטער'ס קעניגרייך.

סדר הקולות
עס שטייט אין פסוק (ויקרא כ"ה-ט): "והעברת שופר תרועה בחדש השביעי בעשור לחדש ביום הכיפורים תעבירו שופר". דאס ווארט "והעברת" און אויך "תעבירו" זאגן חז"ל אז עס מיינט איין לאנגע "תקיעה". און אז עס שטייט דאך "והעברת-תרועה-תעבירו" קומט אויס אז סיי פאר די תרועה און סיי נאך די תרועה דארף מען בלאזן א תקיעה. כאטש דער פסוק שטייט ביי יום כיפור פון יובל, אז ווען עס קומט דער פופציגסטן יאהר, דארף מען בלאזן מיט א שופר ראש השנה, דאך דרש'ענען חז"ל אז עס גייט אויך ארויף אויף ראש השנה.

דאס ווארט "תרועה" ווייסט מען נישט וואס דאס מיינט, צו מיינט דאס אזוי ווי דריי לאנגע קרעכצן, אויף א שטאַטן אויפן, וואס מיר רופן דאס אהן א שברים, אדער מיינט דאס ניין קורצע קרעכצן, אזוי ווי ווען מען וויינט אויף א שנעלן אופן, וואס מיר רופן דאס אהן א תרועה, אדער אפשר מיינט דאס גאהר ביידע, סיי דריי לאנגע קרעכצן און סיי ניין קורצע קרעכצן. וואס ביי אונז איז דאס א שברים תרועה.

דערפאר פיהרט מען זיך צו בלאזן אלע מיני וועגן, כדי צו זיין פארזיכערט אז מען האט געבלאזן דאס וואס די תורה האט געהייסן: מען בלאזט סיי תשר"ת (תקיעה שברים תרועה תקיעה) נאכדעם בלאזט מען תש"ת (תקיעה שברים תקיעה) און נאכדעם בלאזט מען תר"ת (תקיעה תרועה תקיעה) צוזאמען זענען דא 10 קולות.

דאס איז גוט אויב די תורה וואלט געהייסן בלאזן ראש השנה נאר איין מאהל תרועה, אבער וויבאלד די תורה לערנט אונז אז מען דארף בלאזן ראש השנה דריי מאהל תרועה, ווייל עס שטייט ביי יום כיפור פון יובל איין מאהל תרועה, "והעברת שופר תרועה" (פרשת בהר, וואס מיר האבן שוין פריער דערמאנט אז מען לערנט ארויס דעם פסוק אויך אויף ראש השנה), און ביי די פסוקים פון ראש השנה אליינס שטייט נאך צוויי מאהל תרועה, "שבתון זכרון תרועה (פרשת אמור) און יום תרועה יהיה לכם" (פרשת פנחס), וועגן דעם כדי צו זיין פארזיכערט אז מען האט יוצא געווען די מצוות התורה, דארף מען בלאזן 10 קולות פאר יעדע מאהל וואס עס שטייט "תרועה", צוזאמען איז 30 קולות.

למעשה פירן מיר זיך צו בלאזן 30 קולות פאר מוסף. נאכדעם בלאזט מען ביי די שטילע שמונה עשרה פון מוסף 30 קולות, (10 נאך די פסוקים פון מלכיות - 10 נאך די פסוקים פון זכרונות - 10 נאך די פסוקים פון שופרות) נאכדעם בלאזט מען נאך 30 קולות ביי די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, (ביי די זעלבע ערטער) און וויבאלד מיר ווילן משלים זיין צו 100 קולות בלאזט מען נאך 10 קולות ביי די לעצטע קדיש פון מוסף.

תוספות זאגט אין מסכת ראש השנה, אז דער טעם פארוואס מען איז משלים צען קולות, אז עס זאל זיין צוזאמען 100 קולות, איז ווייל ווען מען האט גע'הרג'עט סיסרה, האט זיין מאמע געוויינט הונדערט קרעכצן, וועגן דעם בלאזן מיר הונדרעט קולות, כדי צו מבטל זיין די 100 קרעכצן פון די כח הטומאה.

די תקיעות וואס מען בלאזט איידער מען הייבט אהן צו דאווענען מוסף ווערן אנגערופן "תקיעות דמיושב" (די תקיעות פון זיצן). ווייל אין די צייטן פון חז"ל פלעגט מען זיצן ביי די תקיעות פון פאר מוסף. אבער היינטיגע צייטן האט מען זיך איינגעפיהרט צו שטיין אויך ביי די תקיעות פון פאר מוסף. די תקיעות וואס מען בלאזט אינמיטן מוסף ביי די פסוקים פון "מלכיות, זכרונות, און שופרות" ווערן אנגערופן "תקיעות דמעומד" (די תקיעות פון שטיין). ביי די תקיעות מוז מען שטיין ווייל זיי זענען די עיקר תקיעות. אויך וועט ער מיינען אז דאס איז שוין דער שופר פון משיח וואס איז געקומען אויסלייזן די אידן פון גלות.
(גמרא - רש"י ראש השנה ט"ז:)

חז"ל האבן מתקן געווען אז מען זאל צוויי מאהל בלאזן, כדי צו פארמישן דעם שטן ווען ער וועט זעהן ווי שטארק באליבט די מצוות זענען אויף די אידן.

די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה אזוי: "אמר רבי יצחק, למה תוקעין בראש השנה, למה תוקעין, רחמנה אמר תקעו, תקעו בחודש שופר, אלא למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין, ותוקעין ומריעין כשהן עומדין, כדי לערבב השטן". (ר' יצחק האט געפרעגט: "פארוואס בלאזט מען מיט א שופר ראש השנה?" פרעגט אויף דעם די גמרא: "וואס הייסט פארוואס מען בלאזט, די תורה האט דאך געהייסן בלאזן, ווי עס שטייט אין די תורה: "תקעו בחודש שופר," ענטפערט די גמרא: "ר' יצחק האט געמיינט צו פרעגן פארוואס מען בלאזט צוויי מאהל, איין מאהל ווען מען זיצט (תקיעות דמיושב) און איין מאהל ווען מען שטייט (תקיעות דמעומד)" ענטפערט די גמרא: "כדי צו פארטומלען און צומישן דעם שטן, אז ער זאל נישט קענען מקטרג זיין".

דרשה לתקיעת שופר
עס איז דא א מנהג אין אסאך ערטער אז פאר תקיעת שופר זאגט די רב א דרשה, און איז מעורר לתשובה.

שופר בשבת
דערפאר בלאזט מען נישט קיין שופר אום שבת, ווייל חז"ל האבן חושש געווען אז אזוי ווי די מצוה פון בלאזן שופר דארף דאך יעדער איד מקיים זיין, און נישט יעדער קען אליינס בלאזן, קען אמאהל זיין אז מען וועט ארויסטראגן דעם שופר דורך א רשות הרבים, און גיין דערמיט ד' אמות צו א חכם זיך אויסלערנען ווי אזוי צו בלאזן, דערפאר האבן זיי גוזר געווען אז מען טאר נישט בלאזן שבת קיין שופר.












דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:41 לינק ישיר 

שיעורי התקיעות


די תקיעה פון תש"ת און די תקיעה פון תר"ת דארף נעמען ווייניגער צייט ווי די תקיעה פון תשר"ת, ווייל:
א תקיעה דארף נעמען אזוי לאנג ווי א תרועה. קומט אויס אז די תקיעה פון תש"ת דארף נאר נעמען אזוי לאנג ווי א שברים, און די תקיעה פון תר"ת דארף נאר נעמען אזוי לאנג ווי א תרועה, אבער די תקיעה פון תשר"ת דארף נעמען אזוי לאנג ווי שברים תרועה צוזאמען.


אזוי לאנג ווי וויפיל כוחות, דארף נעמען א תקיעה?
א כח איז בערך א האלבע סעקונדע



למטה לכתחלה למעלה
תקיעה
של תשר"ת 9 18 אין לו שיעור

תקיעה
של תש"ת ותר"ת 6 9 אין לו שיעור


אויב מען האט מקיל געווען און געבלאזן א קורצע "תקיעה" און ביים "שבר" האט מען מחמיר געווען אין געבלאזן א לאנגע שברים (לענגער ווי די תקיעה) האט מען נישט יוצא געווען, ווייל עס קומט אויס אז די "שבר" איז נישט קיין "שבר", נאר עס איז א "תקיעה", וועגן דעם זאל מען אכטונג געבן אז די תקיעה זאל אייביג נעמען לענגער ווי די שברים.
סדר תקיעת שופר
1) לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי קֹֽרַח, מִזְמוֹר. כָּל הָעַמִּים תִּקְעוּ כָף, הָרִֽיעוּ לֵאלֹהִים בְּקוֹל רִנָּה. כִּי יְהוָֹה עֶלְיוֹן נוֹרָא, מֶֽלֶךְ גָּדוֹל עַל כָּל הָאָֽרֶץ. יַדְבֵּר עַמִּים תַּחְתֵּינוּ, וּלְאֻמִּים תַּֽחַת רַגְלֵֽינוּ. יִבְחַר לָֽנוּ אֶת נַחֲלָתֵֽנוּ, אֶת גְּאוֹן יַעֲקֹב אֲשֶׁר אָהֵב, סֶֽלָה. עָלָה אֱלֹהִים בִּתְרוּעָה, יְהוָֹה בְּקוֹל שׁוֹפָר. זַמְרוּ אֱלֹהִים, זַמֵּֽרוּ; זַמְרוּ לְמַלְכֵּֽנוּ, זַמֵּֽרוּ. כִּי מֶֽלֶךְ כָּל הָאָֽרֶץ אֱלֹהִים, זַמְּֽרוּ מַשְׂכִּיל. מָלַךְ אֱלֹהִים עַל גּוֹיִם, אֱלֹהִים יָשַׁב עַל כִּסֵּא קָדְשׁוֹ. נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָֽפוּ, עַם אֱלֹהֵי אַבְרָהַָם; כִּי לֵאלֹהִים מָגִנֵּי אֶֽרֶץ, מְאֹד נַעֲלָה.

2) לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי קֹֽרַח, מִזְמוֹר. כָּל הָעַמִּים תִּקְעוּ כָף, הָרִֽיעוּ לֵאלֹהִים בְּקוֹל רִנָּה. כִּי יְהוָֹה עֶלְיוֹן נוֹרָא, מֶֽלֶךְ גָּדוֹל עַל כָּל הָאָֽרֶץ. יַדְבֵּר עַמִּים תַּחְתֵּינוּ, וּלְאֻמִּים תַּֽחַת רַגְלֵֽינוּ. יִבְחַר לָֽנוּ אֶת נַחֲלָתֵֽנוּ, אֶת גְּאוֹן יַעֲקֹב אֲשֶׁר אָהֵב, סֶֽלָה. עָלָה אֱלֹהִים בִּתְרוּעָה, יְהוָֹה בְּקוֹל שׁוֹפָר. זַמְרוּ אֱלֹהִים, זַמֵּֽרוּ; זַמְרוּ לְמַלְכֵּֽנוּ, זַמֵּֽרוּ. כִּי מֶֽלֶךְ כָּל הָאָֽרֶץ אֱלֹהִים, זַמְּֽרוּ מַשְׂכִּיל. מָלַךְ אֱלֹהִים עַל גּוֹיִם, אֱלֹהִים יָשַׁב עַל כִּסֵּא קָדְשׁוֹ. נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָֽפוּ, עַם אֱלֹהֵי אַבְרָהַָם; כִּי לֵאלֹהִים מָגִנֵּי אֶֽרֶץ, מְאֹד נַעֲלָה.

3) לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי קֹֽרַח, מִזְמוֹר. כָּל הָעַמִּים תִּקְעוּ כָף, הָרִֽיעוּ לֵאלֹהִים בְּקוֹל רִנָּה. כִּי יְהוָֹה עֶלְיוֹן נוֹרָא, מֶֽלֶךְ גָּדוֹל עַל כָּל הָאָֽרֶץ. יַדְבֵּר עַמִּים תַּחְתֵּינוּ, וּלְאֻמִּים תַּֽחַת רַגְלֵֽינוּ. יִבְחַר לָֽנוּ אֶת נַחֲלָתֵֽנוּ, אֶת גְּאוֹן יַעֲקֹב אֲשֶׁר אָהֵב, סֶֽלָה. עָלָה אֱלֹהִים בִּתְרוּעָה, יְהוָֹה בְּקוֹל שׁוֹפָר. זַמְרוּ אֱלֹהִים, זַמֵּֽרוּ; זַמְרוּ לְמַלְכֵּֽנוּ, זַמֵּֽרוּ. כִּי מֶֽלֶךְ כָּל הָאָֽרֶץ אֱלֹהִים, זַמְּֽרוּ מַשְׂכִּיל. מָלַךְ אֱלֹהִים עַל גּוֹיִם, אֱלֹהִים יָשַׁב עַל כִּסֵּא קָדְשׁוֹ. נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָֽפוּ, עַם אֱלֹהֵי אַבְרָהַָם; כִּי לֵאלֹהִים מָגִנֵּי אֶֽרֶץ, מְאֹד נַעֲלָה.

4) לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי קֹֽרַח, מִזְמוֹר. כָּל הָעַמִּים תִּקְעוּ כָף, הָרִֽיעוּ לֵאלֹהִים בְּקוֹל רִנָּה. כִּי יְהוָֹה עֶלְיוֹן נוֹרָא, מֶֽלֶךְ גָּדוֹל עַל כָּל הָאָֽרֶץ. יַדְבֵּר עַמִּים תַּחְתֵּינוּ, וּלְאֻמִּים תַּֽחַת רַגְלֵֽינוּ. יִבְחַר לָֽנוּ אֶת נַחֲלָתֵֽנוּ, אֶת גְּאוֹן יַעֲקֹב אֲשֶׁר אָהֵב, סֶֽלָה. עָלָה אֱלֹהִים בִּתְרוּעָה, יְהוָֹה בְּקוֹל שׁוֹפָר. זַמְרוּ אֱלֹהִים, זַמֵּֽרוּ; זַמְרוּ לְמַלְכֵּֽנוּ, זַמֵּֽרוּ. כִּי מֶֽלֶךְ כָּל הָאָֽרֶץ אֱלֹהִים, זַמְּֽרוּ מַשְׂכִּיל. מָלַךְ אֱלֹהִים עַל גּוֹיִם, אֱלֹהִים יָשַׁב עַל כִּסֵּא קָדְשׁוֹ. נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָֽפוּ, עַם אֱלֹהֵי אַבְרָהַָם; כִּי לֵאלֹהִים מָגִנֵּי אֶֽרֶץ, מְאֹד נַעֲלָה.

5) לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי קֹֽרַח, מִזְמוֹר. כָּל הָעַמִּים תִּקְעוּ כָף, הָרִֽיעוּ לֵאלֹהִים בְּקוֹל רִנָּה. כִּי יְהוָֹה עֶלְיוֹן נוֹרָא, מֶֽלֶךְ גָּדוֹל עַל כָּל הָאָֽרֶץ. יַדְבֵּר עַמִּים תַּחְתֵּינוּ, וּלְאֻמִּים תַּֽחַת רַגְלֵֽינוּ. יִבְחַר לָֽנוּ אֶת נַחֲלָתֵֽנוּ, אֶת גְּאוֹן יַעֲקֹב אֲשֶׁר אָהֵב, סֶֽלָה. עָלָה אֱלֹהִים בִּתְרוּעָה, יְהוָֹה בְּקוֹל שׁוֹפָר. זַמְרוּ אֱלֹהִים, זַמֵּֽרוּ; זַמְרוּ לְמַלְכֵּֽנוּ, זַמֵּֽרוּ. כִּי מֶֽלֶךְ כָּל הָאָֽרֶץ אֱלֹהִים, זַמְּֽרוּ מַשְׂכִּיל. מָלַךְ אֱלֹהִים עַל גּוֹיִם, אֱלֹהִים יָשַׁב עַל כִּסֵּא קָדְשׁוֹ. נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָֽפוּ, עַם אֱלֹהֵי אַבְרָהַָם; כִּי לֵאלֹהִים מָגִנֵּי אֶֽרֶץ, מְאֹד נַעֲלָה.

6) לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי קֹֽרַח, מִזְמוֹר. כָּל הָעַמִּים תִּקְעוּ כָף, הָרִֽיעוּ לֵאלֹהִים בְּקוֹל רִנָּה. כִּי יְהוָֹה עֶלְיוֹן נוֹרָא, מֶֽלֶךְ גָּדוֹל עַל כָּל הָאָֽרֶץ. יַדְבֵּר עַמִּים תַּחְתֵּינוּ, וּלְאֻמִּים תַּֽחַת רַגְלֵֽינוּ. יִבְחַר לָֽנוּ אֶת נַחֲלָתֵֽנוּ, אֶת גְּאוֹן יַעֲקֹב אֲשֶׁר אָהֵב, סֶֽלָה. עָלָה אֱלֹהִים בִּתְרוּעָה, יְהוָֹה בְּקוֹל שׁוֹפָר. זַמְרוּ אֱלֹהִים, זַמֵּֽרוּ; זַמְרוּ לְמַלְכֵּֽנוּ, זַמֵּֽרוּ. כִּי מֶֽלֶךְ כָּל הָאָֽרֶץ אֱלֹהִים, זַמְּֽרוּ מַשְׂכִּיל. מָלַךְ אֱלֹהִים עַל גּוֹיִם, אֱלֹהִים יָשַׁב עַל כִּסֵּא קָדְשׁוֹ. נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָֽפוּ, עַם אֱלֹהֵי אַבְרָהַָם; כִּי לֵאלֹהִים מָגִנֵּי אֶֽרֶץ, מְאֹד נַעֲלָה.

7) לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי קֹֽרַח, מִזְמוֹר. כָּל הָעַמִּים תִּקְעוּ כָף, הָרִֽיעוּ לֵאלֹהִים בְּקוֹל רִנָּה. כִּי יְהוָֹה עֶלְיוֹן נוֹרָא, מֶֽלֶךְ גָּדוֹל עַל כָּל הָאָֽרֶץ. יַדְבֵּר עַמִּים תַּחְתֵּינוּ, וּלְאֻמִּים תַּֽחַת רַגְלֵֽינוּ. יִבְחַר לָֽנוּ אֶת נַחֲלָתֵֽנוּ, אֶת גְּאוֹן יַעֲקֹב אֲשֶׁר אָהֵב, סֶֽלָה. עָלָה אֱלֹהִים בִּתְרוּעָה, יְהוָֹה בְּקוֹל שׁוֹפָר. זַמְרוּ אֱלֹהִים, זַמֵּֽרוּ; זַמְרוּ לְמַלְכֵּֽנוּ, זַמֵּֽרוּ. כִּי מֶֽלֶךְ כָּל הָאָֽרֶץ אֱלֹהִים, זַמְּֽרוּ מַשְׂכִּיל. מָלַךְ אֱלֹהִים עַל גּוֹיִם, אֱלֹהִים יָשַׁב עַל כִּסֵּא קָדְשׁוֹ. נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָֽפוּ, עַם אֱלֹהֵי אַבְרָהַָם; כִּי לֵאלֹהִים מָגִנֵּי אֶֽרֶץ, מְאֹד נַעֲלָה.

מִן הַמֵּצַר קָרָֽאתִי יָהּ, עָנָֽנִי בַּמֶּרְחַב יָהּ: קוֹלִי שָׁמָֽעְתָּ, אַל תַּעְלֵם אָזְנְךָ לְרַוְחַָתִי לְשַׁוְעָתִי: רֹאשׁ דְּבָרְךָ אֱמֶת, וּלְעוֹלָם כָּל מִשְׁפַּט צִדְקֶֽךָ: עֲרֹב עַבְדְּךָ לְטוֹב, אַל יַעַשְׁקֽוּנִי זֵדִים: שָׂשׂ אָנֹכִי עַל אִמְרָתֶֽךָ, כְּמוֹצֵא שָׁלָל רָב: טוּב טַעַם וָדַֽעַת לַמְּדֵֽנִי, כִּי בְמִצְוֹתֶֽיךָ הֶאֱמָֽנְתִּי: נִדְבוֹת פִּי רְצֵה נָא, יְיָ, וּמִשְׁפָּטֶֽיךָ לַמְּדֵֽנִי:

בָּרוּךְ אַתָּה, יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ, מֶֽלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר קִדְּשָֽׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו, וְצִוָּֽנוּ לִשְׁמֽוֹעַ קוֹל שׁוֹפָר.
בָּרוּךְ אַתָּה, יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ, מֶֽלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁהֶחֱיָֽנוּ וְקִיְּמָֽנוּ וְהִגִּיעָֽנוּ לַזְּמַן הַזֶּה.



פאר מוסף (30 קולות)
מלכיות זכרונות שופרות

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תרועה תקיעה
12

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה שברים תקיעה
9

תקיעה תרועה תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
9

ביי די שטילע שמנה עשרה (30 קולות)
מלכיות זכרונות שופרות

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10

ביי די הויכע שמנה עשרה (30 קולות)
מלכיות זכרונות שופרות

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10

ביי די לעצטע קדיש פון נאך מוסף (10 קולות)

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה גדולה

10

30 + 30 + 30 + 10 =100




שלש של תורה
ככתוב בתורתיך, ה' ימלך לעלם ועד: (שמות טו-יח)
ונאמר, לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל ה' אלוקיו עמו ותרועת מלך בו: (במדבר כג-כא)
ונאמר, ויהי בישרון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל: (דברים לג-ה)



שלש של כתובים
ובדברי קדשך כתוב לאמר, כי לה' המלוכה ומושל בגוים: (תהלים כב-כט)
ונאמר, ה' מלך גאות לבש לבש ה' עז התאזר אף תכון תבל בל תמוט: (תהלים צג-א)
ונאמר, שאו שערים ראשיכם והנשאו פתחי עולם ויבא, מלך הכבוד וגו': (תהלים כד-ז)



שלש של נביאים
ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמור, כה אמר ה' מלך ישראל וגאלו ה' צבאות אני ראשון ואני אחרון ומבלעדי אין אלוקים: (ישעיה מד-ו)
ונאמר, ועלו מושיעים בהר ציון לשפט את הר עשיו והיתה לה' המלוכה: (עבדיה א-כא)
ונאמר, והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד: (זכריה יד-ט)



חתימה בשל תורה
ובתורתך כתוב לאמור, שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד: (דברים ו-ד)



3 של תורה + 3 של כתובים + 3 של נביאים + 1 של תורה =10



שלש של תורה
ככתוב בתורתך, ויזכר אלוקים את נח ואת כל החיה ואת כל הבהמה אשר אתו בתבה ויעבר אלוקים רוח על הארץ וישוכו המים: (בראשית ח-א)
ונאמר, וישמע אלוקים את נאקתם ויזכר אלוקים את בריתו את אברהם את יצחק ואת יעקב: (שמות ב-כד)
ונאמר, וזכרתי את בריתי יעקוב ואף את בריתי יצחק ואף את בריתי אברהם אזכור והארץ אזכור: (ויקרא כו-מב)


שלש של כתובים
ובדברי קדשך כתוב לאמר, זכר עשה לנפלאתיו חנון ורחום ה': (תהלים קיא-ד)
ונאמר, טרף נתן ליראיו יזכור לעולם בריתו: (תהלים קיא-ה)
ונאמר, ויזכור להם בריתו וינחם כרב חסדיו: (תהלים קו-מה)


שלש של נביאים
ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמור, הלך וקראת באזני ירושלים לאמר כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולתיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה: (ירמיה ב-ב)
ונאמר, וזכרתי אני את בריתי אתך בימי נעוריך והקימותי לך ברית עולם: (יחזקאל טז-ס)
ונאמר, הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים כי מדי דברי בו זכור אזכרנו עוד על כן המו מעי לו רחם ארחמנו נאם ה': (ירמיה לא-יט)


חתימה בשל תורה
וזכרתי להם ברית ראשונים אשר הוצאתי אתם מארץ מצרים לעיני הגוים להיות להם לאלוקים אני ה': (ויקרא כו-מה)

3 של תורה + 3 של כתובים + 3 של נביאים + 1 של תורה =10



שלש של תורה
ככתוב בתורתיך, ויהי ביום השלישי בהיות הבקר ויהי קלת וברקים וענן כבד על ההר וקל שפר חזק מאד ויחרד כל העם אשר במחנה: (שמות יט-טז)
ונאמר, ויהי קול השופר הולך וחזק מאוד משה ידבר והאלוקים יעננו בקול: (שמות יט-יט)
ונאמר, וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים ואת קול השופר ואת ההר עשן וירא העם וינעו ויעמדו מרחק: (שמות כ-יח)



שלש של כתובים
ובדברי קדשך כתוב לאמר, עלה אלקים בתרועה ה' בקול שופר: (תהלים מז-ו)
ונאמר, בחצוצרות וקול שופר הריעו לפני המלך ה' : (תהלים צח-ו)
ונאמר, תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו וגו': (תהלים פא-ד)



שלש של נביאים
ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר, כל יושבי תבל ושכני ארץ כנשא נס הרים תראו וכתקע שופר תשמעו: (ישעיה יח-ג)
ונאמר, והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האבדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקודש בירושלים: (ישעיה כז-יג)
ונאמר, וה' עליהם יראה ויצא כברק חצו וה' אלוקים בשופר יתקע והלך בסערות תימן וגו': (זכריה ט-יד)



חתימה בשל תורה
וביום שמחתכם ובמועדיכם ובראשי חדשיכם ותקעתם בחצוצרות על עלתיכם ועל זבחי שלמיכם והיו לכם לזכרון לפני אלקיכם אני ה' אלוקיכם: (במדבר י-י)

3 של תורה + 3 של כתובים + 3 של נביאים + 1 של תורה =10





(ברוך עד שמו באהבה) זָכְרֵֽנוּ לְחַיִּים געדענק אונז צו לעבן מֶֽלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים דער קעניג וואס ער וויל אין לעבן וְכָתְבֵֽנוּ בְּסֵֽפֶר הַחַיִּים און פארשרייב אונז אין דעהם ספר פון לעבן לְמַעַנְךָ פאר דיינעט וועגן אֱלֹקִים חַיִּים דער גאט וואס לעבט אויף אייביג (מלך עוזר עד ומצמיח ישועה) מִי כָמוֹךָ ווער איז אזוי ווי דיר אָב הָרַחֲמִים א פאטער א דערבארימדיגער זוֹכֵר יְצוּרָיו וואס ג'דענקט זיינע באשעפענישן לְחַיִּים בְּרַחֲמִים צום לעבן מיט רחמנות (ונאמן עד מחיה המתים) אַתָּה קָדוֹשׁ די ביסט הייליג
וְשִׁמְךָ קָדוֹשׁ
און דיין נאמען איז הייליג
וּקְדוֹשִׁים
און הייליגע (יודען)
בְּכָל יוֹם
יעדען טאג
יְהַלְלוּךָ סֶּלָה
זיי טוען דיר לויבן אייביג
כִּי קל מֶלֶךְ גָּדוֹל
אז א שטארקער גאט און א גרויסער קעניג
וְקָדוֹשׁ אָתָּה
און א הייליגער ביסטו
לְדוֹר וָדוֹר
אין א יעדע דור
הַמְלִיכוּ לָקל
זאלט איהר מאכען קעניגן גאט
כִּי הוּא לְבַדּוֹ
ווייל נאר ער אליינס
מָרוֹם וְקָדוֹשׁ:
איז דערהויבן און הייליג
וּבְכֵן
אין אזוי בעטן מיר דיר
יִתְקַדֵּשׁ שִׁמְךָ
עס זאל געהייליגט ווערן דיין נאמען
ה' אֱלֹקֵינוּ
אייבערשטער אונזער גאט
עַל יִשְּׁרָאֵל עַמֶּךָ
אויף דיין יודישע פאלק (ווען די וועסט זיי אויסלייזן פון גלות)
וְעַל יְרוּשָׁלַיִם עִירֶךָ
אין אויף דיין שטאט ירושלים (ווען זי וועט גיבויעט ווערן)
וְעַל צִיּוֹן
אין אויף ציון
מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ
ווי דיין כבוד פלעגט דארט רוען
וְעַל מַלְכוּת
און אויף די מלוכה
בֵּית דָוִד מְשִׁיחֶךָ
פון די משפחה פון דוד דיין געזאלבטער
וְעַל מְכוֹנָךְ
און אויף דיין אנגעגרייטער בית המקדש
וְהֵיכָלָךְ:
און אויף דיין היכל - דער קדשי קדשים
וּבְכֵן
און אזוי בעטן מיר דיך
תֵּן פַּחְדְּךָ
גיב דיין שרעק
ה' אֱלֹקינוּ
אייבערשטער אונזער גאט
עַל כָּל מַעֲשֶּׁיךָ
אויף אלע דיינע ווערק (אין די צייט פון דער גאולה)
וְאֵימָתְךָ
און דיין פארכט
עַל כָּל מַה שֶׂבָּרָאתָ.
אויף אלע מענטשן וואס דו האסט באשאפן
וְיִירָאוּךָ
און עס זאלן מורא האבן פון דיר
כָּל הַמַּעֲשִּׁים.
אלע דיינע ווערק
וְיִשְׁתַּחֲווּ לְפָנֶיךָ
און עס זאלן זיך בוקן פאר דיר
כָּל הַבְּרוּאִים.
אלע באשעפענישן
וְיֵעָשֹּׁוּ כֻּלָם
אין אלע זאלן געמאכט ווערן
אֲגֻדָּה אֶחָת
איין בינד
לַעֲשֹּׁוֹת רְצוֹנְךָ
צו טוהן דיין ווילן
בְּלֵבָב שָׁלֵם.
מיטן גאנצן הארץ
כְּמוֹ שֶׁיָּדַעְנוּ
אזוי ווי מיר ווייסן
ה'אֱלֹקינוּ
באשעפער אונזער גאט
שֶׁהַשָׂלְטָן לְפָנֶיךָ
אז דאס געוועלטיגקייט איז פאר דיר
עֹז בְּיָדְךָ
אז די מאכט איז אין דיין האנט
וּגְבוּרָה בִּימִינֶךָ.
און די שטארקייט איז אין דיין רעכטע האנט
וְשִׁמְךָ נוֹרָא
און דיין נאמען איז פארכטיג
עַל כָּל מַה שֶׂבָּרָאתָ:
אויף אלעם וואס דו האסט באשאפן
וּבְכֵן
און אזוי בעטן מיר דיך
תֵּן כָּבוֹד ה' לְעַמֶּךָ.
געב כבוד באשעפער צו דיין פאלק
תְּהִלָּה לִירֵאֶיךָ.
א לויב צו די יודען וואס פארכטן זיך פון דיר
וְתִקְוָה טוֹבָה
און ערפיל די גוטע האפענונג (וואס זיי ווארטן אויף די גאולה)
לְדוֹרְשֶׁיךָ.
צו די וואס פארשטן דיך
וּפִתְחוֹן פֶּה
און זיי וועלן קענען עפענען דאס מויל (פאר זייער פיינט)
לַמְיַחֲלִים לָךְ.
די וואס האפן צו דיר
שִּׁמְחָה לְאַרְצֶךָ
א פרייד וועט זיין צו דיין לאנד
וְשָּׁשֹּׁוֹן לְעִירֶךָ.
און לוסטיגקייט וועט זיין צו דיין שטאט (ירושלים)
וּצְמִיחַת קֶרֶן
און עס זאל שפראצן די קעניגרייך
לְדָוִד עַבְדֶּךָ.
צו דיין קנעכט דוד (דאס מיינט דער מלך המשיח וואס קומט ארויס פון דוד)
וַעֲרִיכַת נֵר
און אן אנברייטונג פון ליכטיגקייט
לְבֶן יִשַׁי מְשִׁיחֶךָ
פאר דעם זון פון ישי וואס ער איז דיין געזאלבטע
בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ:
שנעל אין אונזער צייטן
וּבְכֵן
און אויף דעמאלס בעטן מיר
צַדִּיקִים יִרְאוּ
צדיקים זאלן שוין זעהן די ישועה פונ'ם אייבערשטן
וְיִשְּׁמָחוּ
און זיי זאלן זיך פרייען
וִישָׁרִים יַעֲלֹזוּ.
און די וואס גייען אויפ'ן גלייכע וועג זאלן ליסטיג ווערן
וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ
און די חסידים זאלן מיט געזאנג זיך פרייען
וְעוֹלָתָהּ
און די אלע וואס מאכען אומרעכט
תִּקְפָּץ פִּיהָ
וועט פארשלאסן ווערן זייער מויל
וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ
און אלע שלעכטס אינגאנצן
כְּעָשָׁן תִּכְלֶה
אזוי ווי די רויעך וועט זי פארלענט ווערן
כִּי תַעֲבִיר
ווען דו וועסט אפטוהן
מֶמְשֶׁלֶת זָדוֹן
די געוועלטיגקייט (פון מלכות אדום)
מִן הָאָרֶץ:
פון דער וועלט
וְתִמְלֹךְ אַתָּה הוּא ה' אֱלֹקינוּ
און דו באשעפעפער אונזער גאט אליין זאלסט קעניגן
מְהֵרָה לְבַדֶּךָ

עַל כָּל מַעֲשֶּׁיךָ.
אויף אלע דיינע ווערק
בְּהַר צִיּוֹן
אויף דעם בארג ציון
מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ.
ווי עס איז די ריאונג פון דיין כבוד
וּבִירוּשָׁלַיִם עִיר קָדְשֶׁךָ
און אין ירושלים דיין הייליגע שטאט
כַּכָּתוּב
אזוי ווי עס שטייט
בְּדִבְרֵי קָדְשֶׁךָ
אין דיינע הייליגע רייד
יִמְלֹךְ ה' לְעוֹלָם
גאט וועט קעניגן אויף אייביג
אֱלֹקיִךְ צִיּוֹן
דיין גאט וואס וואוינט אין ציון
לְדֹר וָדֹר הַלְלוּיָהּ:
וועט קעניגן אין אלע דורות - לויבט גאט
קָדוֹשׁ אַתָּה
דו ביסט הייליג
וְנוֹרָא שְׁמֶךָ
און דיין נאמען איז פארכטיג
וְאֵין אֱלוֹקַ
און עס איז נישט דא קיין גאט
מִבַּלְעָדֶיךָ.
אויסער דיר
כַּכָּתוּב
אזוי ווי עס שטייט געשריבן
וַיִגְבַּהּ ה' צְבָקוֹת
דער באשעפער ווערט דערהויבן
בַּמִּשְׁפָּט
דורך די משפט (וואס ער טוט מיט די רשעים)
וְהָקֵל הַקָּדוֹשׁ
און דער הייליגער גאט
נִקְדַּשׁ בִּצְדָקָה:
ווערט געהייליגט דורך די צדקה וואס ער טוט מיט די אידן
בא"י הַמֶּלֶךְ הַקָּדוֹשׁ:
געלויבט ביסטו אייבערשטער דער הייליגער קעניג
אַתָּה בְחַרְתָּנוּ

מִכָּל הָעַמִּים

אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ

וְרָצִיתָ בָּנוּ

וְרוֹמַמְתָּנוּ מִכָּל הַלְּשׁוֹנוֹת

וְקִדַּשְׁתָּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ

וְקֵרַבְתָּנוּ מַלְכֵּנוּ לַעֲבוֹדָתֶךָ

וְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ

עָלֵינוּ קָרָאתָ

וַתִּתֶּן לָנוּ

ה' אֱלֹקינוּ

בְּאַהֲבָה

אֶת יוֹם הַזִכָּרוֹן הַזֶּה

יוֹם תְּרוּעָה

מִקְרָא קֹדֶשׁ

זֵכֶר לִיצִיאַת מִצְרָיִם:

אֱלֹקינוּ

וֵאלֹקי אֲבוֹתֵינוּ

יַעֲלֶה וְיָבוֹא

וְיַגִּיעַ וְיֵרָאֶה

וְיֵרָצֶה וְיִשָׂמַע

וְיִפָּקֵד וְיִזָּכֵר

זִכְרוֹנֵנוּ וּפִקְדוֹנֵנוּ

וְזִכְרוֹן אֲבוֹתֵינוּ

וְזִכְרוֹן

מָשִׁיחַ בֶּן דָּוִד

עַבְדֶּךָ

וְזִכְרוֹן יְרוּשָׁלַיִם

עִיר קָדְשֶׁךָ

וְזִכְרוֹן

כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְּׁרָאֵל

לְפָנֶיךָ

לִפְלֵיטָה לְטוֹבָה

לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים

לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם

בְּיוֹם הַזִּכָּרוֹן הַזֶּה.

זָכְרֵנוּ ה' אֱלֹקינוּ בּוֹ לְטוֹבָה

וּפָקְדֵנוּ בוֹ לִבְרָכָה

וְהוֹשִׁיעֵנוּ בוֹ לְחַיִּים טוֹבִים

וּבִדְבַר יְשׁוּעָה וְרַחֲמִים

חוּס וְחָנֵּנוּ

וְרַחֵם עָלֵינו ּוְהוֹשִׁיעֵנוּ

כִּי אֵלֶיךָ עֵינֵינוּ

כִּי קל מֶלֶךְ חַנּוּן וְרַחוּם אָתָּה

אֱלֹקינוּ
אונזער גאט
וֵאלֹקי אֲבוֹתֵינוּ
און דער גאט פון אונזערע עלטערן
מְלוֹךְ, עַל כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ
אנפלעק דיין קעניגרייך, אויף די גאנצע וועלט
בִּכְבוֹדֶךָ
מיט דיין כבוד
וְהִנָּשֵּׁא
אין ווער דערהויבן
עַל כָּל הָאָרֶץ
אויף די גאנצע וועלט
בִּיקָרֶךָ
מיט דיין טייערע כבוד
וְהוֹפַע בַּהֲדַר גְּאוֹן עֻזֶּךָ
אין שיין אויף, מיט דיין גרויס אין שטארקע שיינקייט
עַל כָּל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל אַרְצֶךָ
אויף אלע וואס וואוינען אין דער ערד, אויף דיין ערד
וְיֵדַע כָּל פָּעוּל, כִּי אַתָּה פְּעַלְתּוֹ
אין עס זאל וויסן אלע דיינע ווערק, אז דו האסט איהם געווערקט
וְיָבִין כָּל יְצוּר, כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ
אין יעדע באשעפעניש זאל פארשטיין, אז דו האסט איהם באשאפן
וְיֹאמַר, כֹּל אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְּאַפּוֹ
אין עס זאל זאגן, יעדער וואס האט א נשמה אין זיינע נאז לעכער
ה' אֱלֹקי יִשְּׁרָאֵל מֶלֶךְ
דער אייבערשטער דער גאט פון די יודען איז דער קעניג
וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָׁלָה:
און זיין קעניגרייך, געוועלטיגט אין אלעס
קַדְּשֵׁנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ
הייליג אונז מיט דיינע מצות
וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ
אין געב אונזער חלק אין דיין תורה
שַּׁבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ
מאך אונז זאט פין דיין גוטסקייט
וְשַּׁמַּח נַפְשֵׁנוּ בִּישׁוּעָתֶךָ
אין מאך אונז פרייען מיט דיין הילף
וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת
און רייניג אונזערע הערצער,דיך צו דינען מיט אמת
כִּי אַתָּה אֱלֹקים אֱמֶת
ווייל דו ביסט דער אמת'ער גאט
וּדְבָרְךָ אֱמֶת וְקַיָּם לָעַד:
און דיינע רייד זענען אמת און די לעבסט אויף אייביג
בָּרוּךְ אַתָּה ה'
געלויבט ביסטו אייבערשטער
מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ
דער קעניג אויף דער גאנצער וועלט
מְקַדֵּשׁ יִשְּׁרָאֵל
ער הייליגט די יודען
וְיוֹם הַזִּכָּרוֹן:
און דעם טאג פון געדענקעניש
(רצה עד תמיד לעולם ועד) וּכְתוֹב און פארשרייב לְחַיִּים טוֹבִים צו א גוט לעבן כָּל בְּנֵי בְרִיתֶֽךָ אלע מענטשן פון דיין בונד (וכל החיים עד ברוב עוז ושלום) בְּסֵֽפֶר חַיִּים אין דעם ספר פון לעבן בְּרָכָה וְשָׁלוֹם פון בענטשונג און פרידען וּפַרְנָסָה טוֹבָה און פון א גוטע פרנסה וּגְזֵירוֹת טוֹבוֹת און פון גוטע גזירות יְשוּעוֹת וְנֶחָמוֹת פון ישועות און פון רייסטונגן נִזָּכֵר וְנִכָּתֵב לְפָנֶֽיךָ זאלן מיר ג'דענקט ווערן און מיר זאלן פארשריבן ווערן פאר דיר אֲנַֽחְנוּ, וְכָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל אונז, און דיין גאנצע יודישע פאלק לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם צו א גוטן לעבן און צו פרידען (ברוך אתה ה' המברך את עמו ישראל בשלום)




מלכיות
עָלֵֽינוּ לְשַׁבֵּֽחַ

לַאֲדוֹן הַכֹּל

לָתֵת גְּדֻלָּה

לְיוֹצֵר בְּרֵאשִׁית,

שֶׁלֹּא עָשָֽׂנוּ

כְּגוֹיֵי הָאֲרָצוֹת

וְלֹא שָׂמָֽנוּ

כְּמִשְׁפְּחוֹת הָאֲדָמָה

שֶׁלֹא שָׂם חֶלְקֵֽנוּ כָּהֶם

וְגֹרָלֵֽנוּ כְּכָל הֲמוֹנָם

וַאֲנַֽחְנוּ כּוֹרְעִים

וּמִשְׁתַּחֲוִים וּמוֹדִים

לִפְנֵי מֶֽלֶךְ, מַלְכֵי הַמְּלָכִים

הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא

שֶׁהוּא נוֹטֶה שָׁמַֽיִם

וְיֹסֵד אָֽרֶץ

וּמוֹשַׁב יְקָרוֹ בַּשָּׁמַֽיִם מִמַּֽעַל

וּשְׁכִינַת עֻזּוֹ

בְּגָבְהֵי מְרוֹמִים

הוּא אֱלֹהֵֽינוּ אֵין עוֹד

אֱמֶת מַלְכֵּֽנוּ

אֶֽפֶס זוּלָתוֹ

כַּכָּתוּב בְּתוֹרָתוֹ

וְיָדַעְתָּ הַיּוֹם

וַהֲשֵׁבֹתָ אֶל לְבָבֶֽךָ

כִּי יְיָ הוּא הָאֱלֹהִים

בַּשָּׁמַֽים מִמַּֽעַל

וְעַל הָאָֽרֶץ מִתָּֽחַת

אֵין עוֹד:

וְעַל כֵּן

נְקַוֶּה לְךָ יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ

לִרְאוֹת מְהֵרָה

בְּתִפְאֶֽרֶת עֻזֶּךָ,

לְהַעֲבִיר גִלוּלִים

מִן הָאָֽרֶץ

וְהָאֱלִילִים כָּרוֹת יִכָּרֵתוּן

לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַּי

וְכָל בְּנֵי בָשָׂר

יִקְרְאוּ בִשְׁמֶֽךָ

לְהַפְנוֹת אֵלֶֽיךָ

כָּל רִשְׁעֵי אָֽרֶץ.

יַכִּֽירוּ וְיֵדְעוּ

כָּל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל

כִּי לְךָ תִּכְרַע כָּל בֶּֽרֶךְ

תִּשָּׁבַע כָּל לָשׁוֹן

לְפָנֶֽיךָ יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ

יִכְרְעוּ וְיִפֹּלוּ

וְלִכְבוֹד שִׁמְךָ

יְקָר יִתֵּֽנוּ

וִיקַבְּלוּ כֻלָּם

אֶת עוֹל מַלְכוּתֶֽךָ

וְתִמְלֹךְ עֲלֵיהֶם מְהֵרָה

לְעוֹלָם וָעֶד

כִּי הַמַּלְכוּת

שֶלְךָ הִיא,

וּלְעֽוֹלְמֵי עַד תִּמְלוֹךְ בְּכָבוֹד

כַּכָּתוּב בְּתוֹרָתֶֽךָ

ה' יִמְלֹךְ לְעוֹלָם וָעֶד:

וְנֶאֱמַר,

לֹא הִבִּיט אָוֶן בְּיַעֲקֹב

וְלֹא רָאָה עָמֵל בְּיִשְׂרָאֵל

ה' אֱלֹקָיו עִמּוֹ

וּתְרוּעַת מֶלֶךְ בּוֹ:

וְנֶאֱמַר

וַיְהִי בִּישֻׁרוּן מֶלֶךְ

בְּהִתְאַסֵּף רָאשֵׁי עָם

יַחַד שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל:

וּבְדִבְרֵי קָדְשְׁךָ

כָּתוּב לֵאמֹר

כִּי לה' הַמְּלוּכָה

וּמוֹשֵׁל בַּגֵּוִים

וְנֶאֱמָר

ה' מָלָך

גֵּאוּת לָבֵש

לָבֵש ה'

עֹז הִתְאַזָר

אַף תִּכּוֹן תֵּבֵל

בַּל תִּמּוֹט

וְנֶאֱמַר,

שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם

וְהִנָּשְׂאוּ פִּתְחֵי עוֹלָם

וְיָבֹא, מֶלֶךְ הַכָּבוֹד

מִי זֶה מֶֽלֶךְ הַכָּבוֹד

יְיָ עִזּוּז וְגִבּוֹר

יְיָ גִּבּוֹר מִלְחָמָה

שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם

וּשְׂאוּ פִּתְחֵי עוֹלָם

וְיָבֹא מֶֽלֶךְ הַכָּבוֹד

מִי הוּא זֶה מֶֽלֶךְ הַכָּבוֹד

יְיָ צְבָאוֹת

הוּא מֶֽלֶךְ הַכָּבוֹד, סֶֽלָה

וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ

הַנְּבִיאִים

כָּתוּב לֵאמֹר

כֹּה אָמַר ה'

מֶלֶךְ יִשְׂרָאֵל וְגֹאַלֹו

ה' צְבָאוֹת

אֲנִי רִאשׁוֹן וַאֲנִי אַחֲרוֹן

וּמִבִּלְעֲדֵי אֵין אֱלֹהִים:

וְנֶאֱמַר

וְעָלוּ מוֹשׁעִים בְּהַר צִיּוֹן

לִשְׁפֹּט אֶת הַר עֵשָיו

וְהָיְתָה לה' הַמְּלוּכָה

וְנֶאֱמָר,

וְהָיָה ה' לְמֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ

בַּיּוֹם הַהוּא יִהְיֶה

ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד

וּבְתוֹרָתְךָ כָּתוּב לֵאמֹר

שְׁמַע יִשְׂרָאֵל

ה' אֱלֹקֵינוּ

ה' אֶחָד:


כאן אומרים או"א מלוך עד ויום הזיכרון (עיין למעלה)

זכרונות
אַתָּה זוֹכֵר מַעֲשֵׂה עוֹלָם

וּפוֹקֵד כָּל יְצֽוּרֵי קֶדֶם

לְפָנֶיךָ נִגְלוּ כָּל תַּעֲלוּמוּת

וַהֲמוֹן נִסְתָּרוֹת שֶׁמִּבְּרֵאשִׁית

אֵין שִׁכְחָה לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶֽךָ

וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ

אַתָּה זוֹכֵר אֶת כָּל הַמִּפְעָל

וְגַם כָּל הַיָּצוּר

לֹא נִכְחָד מִמֶּֽךָּ

הַכֹּל גָּלוּי וְיָדֽוּעַ לְפָנֶיךָ

יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ

צוֹפֶה וּמַבִּיט

עַד סוֹף כָּל הַדּוֹרוֹת

כִּי תָבִיא חֹק זִכָּרוֹן

לְהִפָּקֵד כָּל רֽוּחַ וָנָפֶשׁ

לְהִזָּכֵר מַעֲשִׂים רַבִּים

וַהֲמוֹן בְּרִיּוֹת לְאֵין תַּכְלִית,

מֵרֵאשִׁית כָּזֹאת הוֹדָֽעְתָּ

וּמִלְּפָנִים אוֹתָהּ גִּלִּֽיתָ

זֶה הַיּוֹם תְּחִלַּת מַעֲשֶֽׂיךָ

זִכָּרוֹן לְיוֹם רִאשׁוֹן

כִּי חֹק לְיִשְׂרָאֵל הוּא,

מִשְׁפָּט לֵאלֹהֵי יַעֲקֹב

וְעַל הַמְּדִינוֹת בּוֹ יֵאָמֵר

אֵיזוֹ לַחֶֽרֶב, וְאֵיזוֹ לַשָּׁלוֹם

אֵיזוֹ לָרָעָב, וְאֵיזוֹ לַשּׂבַע

וּבְרִיּוֹת בּוֹ יִפָּקֵדוּ

לְהַזְכִּירָם לַחַיִּים וְלַמָּֽוֶת

מִי לֹא נִפְקָד כְּהַיּוֹם הַזֶּה

כִּי זֵכֶר כָּל הַיָּצוּר לְפָנֶיךָ בָּא

מַעֲשֵׂה אִישׁ וּפְקֻדָּתוֹ

וַעֲלִילוֹת מִצְעֲדֵי גָבֶר

מַחְשְׁבוֹת אָדָם וְתַחְבּוּלוֹתָיו

וְיִצְרֵי מַעַלְלֵי אִישׁ

אַשְׁרֵי אִישׁ

שֶׁלֹּא יִשְׁכָּחֶֽךָּ

וּבֶן אָדָם יִתְאַמֶּץ בָּךְ

כִּי דוֹרְשֶֽׁיךָ לְעוֹלָם

לֹא יִכָּשֵֽׁלוּ

וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח

כָּל הַחוֹסִים בָּךְ

כִּי זֵכֶר כָּל הַמַּעֲשִׂים

לְפָנֶיךָ בָּא,

וְאַתָּה דוֹרֵשׁ

מַעֲשֵׂה כֻלָּם

וְגַם אֶת נֹֽחַ

בְּאַהֲבָה זָכַֽרְתָּ

וַתִּפְקְדֵהוּ

בִּדְבַר יְשׁוּעָה וְרַחֲמִים

בַּהֲבִיאֲךָ אֶת מֵי הַמַּבּוּל

לְשַׁחֵת כָּל בָּשָׂר

מִפְּנֵי רֹֽעַ מַעַלְלֵיהֶם

עַל כֵּן זִכְרוֹנוֹ בָּא לְפָנֶיךָ

יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ

לְהַרְבּוֹת זַרְעוֹ כְּעַפְרוֹת תֵּבֵל

וְצֶאֱצָאָיו כְּחוֹל הַיָּם,

כַּכָּתוּב בְּתוֹרָתְךָ

וְיִזְכֹּר אֱלֹקִים אֶת נֹחַ

וְאֶת כֹּל הַחַיָּה

וְאֵת כָּל הַבְּהֵמָה

אֲשֶׁר אִתּוֹ בַּתֵּבָה

וְיַעֲבֹר אֱלֹקִים

רוּחַ עַל הָאָרֶץ

וְיָשֹׁכּוּ הַמַּיִם:

וְנֶאֱמַר,

וְיִשְׁמַע אֱלֹקִים אֶת נַאֲקָתָם

וְיִזְכֹּר אֱלֹקִים אֶת בְּרִיתוֹ

אֶת אַבְרָהָם אֶת יִצְחָק וְאֶת יַעֲקֹב

וְנֶאֱמַר,

וְזָכַרְתִּי אֶת בְּרִיתִי יַעֲקֹב

וְאַף אֶת בְּרִיתִי יִצְחָק

וְאַף אֶת בְּרִיתִי אַבְרָהָם אֶזְכֹּר

וְהָאָרֶץ אֶזְכֹּר:

וּבְדִבְרֵי קָדְשְׁךָ כָּתוּב לֵאמֹר

זֵכֶר עָשָׂה לְנִפְלְאוֹתָיו

חַנּוּן וְרַחוּם ה'

וְנֶאֱמַר,

טֶרֶף נָתַן לִירֵאָיו

יִזְכֹּר לְעוֹלָם בְּרִיתוֹ:

וְנֶאֱמַר

וְיִזְכֹּר לָהֶם בְּרִיתוֹ

וְיִנָּחֵם כְּרֹב חֲסָדָיו

וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ הַנְּבִיאִים

כָּתוּב לֵאמֹר,

הָלוֹךְ וְקָרָאתָ

בְּאָזְנֵי יְרוּשָׁלַיִם

לֵאמֹר

כֹּה אָמַר ה'

זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ

אַהֲבַת כְּלוּלוֹתַיִךְ

לֶכְתֵּךְ אַחֲרֵי בַּמִּדְבָּר

בְּאֶרֶץ לֹא זָרוּעַ:

וְנֶאֱמָר,

וְזָכַרְתִּי אֲנִי

אֶת בְּרִיתִי אוֹתָךְ

בִּימֵי נְעוּרַיִךְ

וַהֲקִימוֹתִי לָךְ

בְּרִית עוֹלַם:

וְנֶאֱמַר,

הַבֵּן יַקִּיר לִי אֶפְרַיִם

אִם יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים

כִּי מִדֵּי דַּבְּרִי בּוֹ

זָכֹר אֶזְכְּרֶנוּ עוֹד

עַל כֵּן הָמוּ מֵעַי לוֹ

רַחֵם אֲרַחְמֶנוּ נְאוּם ה'


אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ

זָכְרֵֽנוּ בְּזִכָּרוֹן טוֹב לְפָנֶיךָ

וּפָקְדֵֽנוּ

בִּפְקֻדַּת יְשׁוּעָה וְרַחֲמִים

מִשְּׁמֵי שְׁמֵי קֶדֶם

וּזְכָר לָֽנוּ,

יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ

אֶת הַבְּרִית וְאֶת הַחֶֽסֶד

וְאֶת הַשְּׁבוּעָה

אֲשֶׁר נִשְׁבַּֽעְתָּ לְאַבְרָהָם אָבִֽינוּ

בְּהַר הַמֹּרִיָּה

וְתֵרָאֶה לְפָנֶיךָ

עֲקֵדָה

שֶׁעָקַד אַבְרָהָם אָבִֽינוּ

אֶת יִצְחָק בְּנוֹ

עַל גַּבֵּי הַמִּזְבֵּֽחַ

וְכָבַשׁ רַחֲמָיו

לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ

בְּלֵבָב שָׁלֵם.

כֵּן יִכְבְּשׁוּ רַחֲמֶֽיךָ

אֶת כַּעַסְךָ מֵעָלֵֽינוּ

וּבְטוּבְךָ הַגָּדוֹל

יָשׁוּב חֲרוֹן אַפְּךָ

מֵעַמְּךָ וּמֵעִירְךָ וּמִנַּחֲלָתֶֽךָ

וְקַיֶּם לָֽנוּ

יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ

אֶת הַדָּבָר שֶׁהִבְטַחְתָּֽנוּ

בְּתוֹרָתֶֽךָ

עַל יְדֵי מֹשֶׁה עַבְדֶּֽךָ

מִפִּי כְבוֹדֶֽךָ,

כָּאָמוּר

וְזָכַרְתִּי לָהֶם בְּרִית רִאשׁוֹנִים

אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אוֹתָם

מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם

לְעֵינֵי הגוים

לִהְיוֹת לָהֶם לֶאֱלֹקִים

אֲנִי ה'

כִּי זוֹכֵר כָּל הַנִּשְׁכָּחוֹת

אַתָּה הוּא מֵעוֹלָם

וְאֵין שִׁכְחָה

לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶֽךָ

וַעֲקֵדַת יִצְחָק

לְזַרְעוֹ

הַיּוֹם

בְּרַחֲמִים תִּזְכּוֹר

בָּרוּךְ אַתָּה, יְיָ

זוֹכֵר הַבְּרִית


שופרות
אַתָּה נִגְלֵֽיתָ בַּעֲנַן כְּבוֹדֶֽיךָ

עַל עַם קָדְשֶׁךָ

לְדַבֵּר עִמָּם

מִן הַשָּׁמַֽיִם הִשְׁמַעְתָּם קוֹלֶֽךָ

וְנִגְלֵֽיתָ עֲלֵיהֶם בְּעַרְפַלֵּי טֹהַר

גַּם כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ חָל מִפָּנֶֽיךָ

וּבְרִיּוֹת בְּרֵאשִׁית חָרְדוּ מִמֶּֽךָּ

בְּהִגָּלוֹתְךָ מַלְכֵּֽנוּ עַל הַר סִינַי

לְלַמֵּד לְעַמְךָ תּוֹרָה וּמִצְווֹת

וַתַּשְׁמִיעֵם אֶת הוֹד קוֹלֶךָ

וְדִבְּרוֹת קָדְשְׁךָ מִלַּהֲבוֹת אֵשׁ

בְּקֹלֹת וּבְרָקִים עֲלֵיהֶם נִגְלֵֽיתָ

וּבְקוֹל שֹׁפָר עֲלֵיהֶם הוֹפָֽעְתָּ

כַּכָּתוּב בְּתוֹרָתֶֽךָ

וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְׁלִישִׁי

בְּהִיּוֹת הַבֹּקֶר

וַיְהִי קוֹלוֹת וּבְרָקִים

וְעָנָן כָּבֵד עַל הָהָר

וְקוֹל שׁוֹפַר חָזַק מְאֹד

וְיֶחְרַד כָּל הָעָם

אֲשֶׁר בַּמַּחְנֶה:

וְנֶאֱמַר,

וַיְהִי קוֹל הַשּׁוֹפָר

הוֹלֵךְ וְחָזַק מְאוֹד

מֹשֶׁה יְדַבֵּר

וְהָאֱלֹקִים יַעֲנֶנוּ בְּקוֹל:

וְנֶאֱמָר,

וְכָל הָעָם

רוֹאִים אֶת הַקּוֹלוֹת

וְאֶת הַלַּפִּידִים

וְאֶת קוֹל הַשּׁוֹפָר

וְאֶת הָהָר עָשֵׁן

וַיַרא הָעָם וְיָנוּעוּ

וְיַעַמְדוּ מֵרָחֹק:

וּבְדִבְרֵי קָדְשְׁךָ

כָּתוּב לֵאמֹר,

עָלָה אֱלֹקִים בִּתְרוּעָה

ה' בְּקוֹל שׁוֹפַר:

וְנֶאֱמַר,

בַּחֲצוֹצְרוֹת

וְקוֹל שׁוֹפַר

הָרִיעוּ לִפְנֵי הַמֶּלֶךְ ה' :

וְנֶאֱמַר,

תִּקְעוּ בַּחֹדֶשׁ שׁוֹפַר

בַּכֶּסֶא לְיוֹם חַגֵּנוּ

כִּי חֹק לְיִשְׂרָאֵל הוּא

מִשְׁפָּט לֶאֱלֹקֵי יַעֲקֹב

ונֶאֱמַר:

הַלְלוּיָהּ

הַלְלוּ אֵל בְּקָדְשׁוֹ

הַלְלֽוּהוּ בִּרְקִֽיעַ עֻזּוֹ

הַלְלֽוּהוּ בִּגְבוּרֹתָיו

הַלְלֽוּהוּ כְּרֹב גֻּדְלוֹ

הַלְלֽוּהוּ בְּתֵֽקַע שׁוֹפָר,

הַלְלֽוּהוּ בְּנֵֽבֶל וְכִנוֹר

הַלְלֽוּהוּ בְּתֹף וּמָחוֹל

הַלְלֽוּהוּ בְּמִנִּים וְעֻגָב

הַלְלֽוּהוּ בְּצִלְצְלֵי שָֽׁמַע

הַלְלֽוּהוּ בְּצִלְצְלֵי תְרוּעָה

כֹּל הַנְּשָׁמָה

תְּהַלֵּל יָהּ

הַלְלוּיָהּ

וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ

הַנְּבִיאִים

כָּתוּב לֵאמֹר,

כָּל יוֹשְׁבֵי תֵּבֵל

וְשׁוֹכְנֵי אֶרֶץ

כִנְשוֹא נֵס הָרִים תִּרְאוּ

וּכְתקֹעַ שׁוֹפָר תּשְׁמָעוּ:

וְנֶאֱמַר,

וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא

יִתָּקַע בַּשּׁוֹפָר גָּדוֹל

וּבָאוּ הָאוֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר

וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם

וְהִשְׁתַּחֲווּ לה'

בְּהַר הַקֹּדֶשׁ

בִּירוּשָׁלַיִם:

וְנֶאֱמַר,

וה' עֲלֵיהֶם יֵרָאֶה

וְיָצָא כַּבָּרָק חִצּוֹ

וה' אֱלֹקִים

בַּשּׁוֹפָר יִתְקַע

וְהָלַךְ בְּסַעֲרוֹת תֵּימָן

ה' צְבָאֹות יָגֵן עֲלֵיהֶם

כֵּן תָּגֵן עַל עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל

בִּשְׁלוֹמֶךְ

אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ

תְּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל לְחֵרוּתֵֽנוּ

וְשָׂא נֵס לְקַבֵּץ גָּלֻיּוֹתֵֽינוּ

וְקָרֵב פְּזוּרֵֽינוּ מִבֵּין הַגּוֹיִם

וּנְפוּצוֹתֵֽינוּ כַּנֵּס מִיַּרְכְּתֵי אָֽרֶץ.

וַהֲבִיאֵֽנוּ לְצִיּוֹן עִירְךָ בְּרִנָה

וְלִירוּשָׁלַֽיִם בֵּית מִקְדָּשְׁךָ

בְּשִׂמְחַת עוֹלָם

ושָׁם נַעֲשֶׂה לְפָנֶֽיךָ

אֶת קָרְבְּנוֹת חוֹבוֹתֵֽינוּ

כִּמְצֻוֶּה עָלֵֽינוּ בְּתוֹרָתֶֽךָ

עַל יְדֵי מֹשֶה עַבְדֶּֽךָ

מִפִּי כְבוֹדֶֽךָ, כָּאָמוּר

וּבְיוֹם שִׂמְחַתְכֶם

וּבְמוֹעֲדֵיכֶם

וּבְרָאשֵׁי חָדְשֵׁיכֶם

וּתְקַעְתֶּם בַּחֲצוֹצְרוֹת

עַל עוֹלוֹתֵיכֶם

וְעַל זִבְחֵי שַׁלְמֵיכֶם

וְהָיוּ לָכֶם לְזִכָּרוֹן

לִפְנֵי אֱלֹקֵיכֶם

אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם:

כִּי אַתָּה שׁוֹמֵֽעַ קוֹל שׁוֹפָר

ומַאֲזִין תְּרוּעָה

וְאֵין דּֽוֹמֶה לָּךְ

בָּרוּךְ אַתָּה, יְיָ

שׁוֹמֵֽעַ

קוֹל תְּרוּעַת עַמּוֹ יִשְׂרָאֵל

בְּרַחֲמִים



משל פון קדושת לוי
א מלך האט פארשיקט זיין איינציג קינד, צו א ווייטע מדינה. ער איז אנגעקומען אין א דארף. דארט האט ער פארברענגט זיינע יאהרן. ער האט אינגאנצן פארגעסן פון זיינע גוטע צייטן, אז ער איז א בן מלך. ער איז געווארן א פויער, ווי אלע דארפסלייט, אויך זיינע טבעיות זענען געווארן פארגרעבט. אפילו די שפראך פון זיין פאטער די קעניג, האט ער שוין אינגאנצן פארגעסן.

עס האט זיך אמאהל געמאכט, אז דער פויער האט געהערט אז דער קעניג קומט אויף א באזוך צו די מדינה ווי ער האט פארבראכט, האט ער זיך דערמאנט פון זיין אפשטאם, אז ער איז דאך דער נאנסטער צום קעניג, און זיך געכאפט אז ער וואלט זיך געדארפט צוריק קערן. ער איז געקומען צום פאלאץ ווי דער קעניג האט פארוויילט, און נישט געדענקענדיג די שפראך, האט ער זיך גענומען שרייען מיט א הויכע קול. ווי נאר דער קעניג האט דערהערט דער קול, פון זיין איינציג קינד, האט ער שטארק רחמנות באקומען אויף איהם און האט איהם צוריק גענומען צו זיך.

דאס איז דער ענין פון די תקיעות, וואס מיר בלאזן, כדי דער אייבערשטער זאל רחמנות באקומען אויף אונז, אז מיר זענען אזוי דערווייטערט פון איהם, אז מיר קענען נישט אפילו זיין שפראך. מיר קענען נאר שרייען צו איהם מיט'ן קול שופר.

נאך א משל פון קדושת לוי
עס איז געווען א מלך וואס איז געפאהרן צו א גרויסע וואלד צו פאנגן חיות און עופות ווי זיין שטייגער, אבער גייענדיג אין וואלד טיפער און טיפער האט ער פאלוירן דעם גלייכען וועג, און נישט געפונען דעם וועג ארויס. ענדליך האט ער געטראפן עטליכע פויערן און האט זיי געפרעגט ווי דער וועג צוריק איז, אבער זיי וועלכע האבן אפילו נישט געקענט דעם קעניג, האבן נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, ביז דער קעניג האט געטראפן א קלוגער מאן וואס ווען דער קעניג האט איהם געפרעגט ווי דער וועג איז, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער קעניג האט ער מיט גרויס כבוד גלייך געוויזן פאר'ן קעניג דער וועג, און האט איהם באגלייט ביז צום קעניגליכען פאלאץ.

דער חכם האט געפונען ליבשאפט ביים קעניג, און דער קעניג האט איהם געהויבן העכער איבער אלע שרים, און איהם אנגעטוהן טייערע קליידער, און זיינע אלטע דארפישער קליידער האט דער קעניג געהייסן אוועק לייגן אין זיינע אוצרות.

נאך א לאנגע צייט האט דער מענטש געזינדיגט פאר'ן קעניג. דער קעניג האט אויף איהם זייער געצערנט, און באפוילן זיינע שרים אז מען זאל איהם משפט'ן זייער הארב. דער מענטש איז געווארן זייער דערשראקן, וויסנדיג אז זיין שטראף וועט זיין זייער גרויס, איז ער געקומען צום קעניג און געפאלן צו זיינע פיס און זיך געבעטן אז איידער מען פירט אויס דעם משפט זאל מען איהם נאכגעבן איין פארלאנג, מ'זאל איהם אנטוהן זיינע אלטע קליידער מיט וועלכע ער האט ארויסגעפירט דעם קעניג פון וואלד. דער מלך האט איהם דאס נאכגעגעבן. אזוי ווי ער האט צוריק אנגעטוהן זיינע אלטע קליידער, און דער קעניג האט איהם דערזעהן, האט ער זיך דערמאנט אין דעם גרויסע חסד וואס דער מענטש האט מיט איהם געטוהן, איז ער געווארן אנגעפילט מיט רחמנות אויף איהם, און איהם מוחל געווען, און איהם צוריק געשטעלט צו זיין גרויסקייט.

דער נמשל איז אויף אונז יודישע קינדער. ווען דער אייבערשטער איז ארום געגאנגן בשעת מתן תורה, צו אלע פעלקער, און קיינער האט נישט געוואלט מקבל זיין די תורה, נאר אונז יודישע קינדער האבן דאס מקבל געווען מיט שמחה, מיט א גרויס פארגעניגן אז מיר האבן געענטפערט "נעשה" פאר "נשמע", און מקבל געווען עול מלכות שמים, און ממליך געווען דעם אייבערשטן אויף אונז. יעצט האבן מיר זיך פארזינדיגט און מורד געווען אין דעם אייבערשטן, וועגן דעם ווען עס קומט דער יום הדין, וואס יעדע מענטש ווערט גע'משפט און יעדען איז מען דן לויט זיינע מעשים, בלאזן מיר מיט דעם שופר ארויס צו נעמען דעם קלייד וואס מיט דעם האבן מיר מקבל געווען דער הייליגע תורה, ווי עס שטייט אין פסוק "ויהי קול השופר הולך וחזק מאד", וועט אונז דער אייבערשטער דורך דעם געדענען דעם זכות, און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, און פטר'ן ביים משפט, און אונז פארשרייבן לאלתר לחיים טובים ארוכים ולשלום, אמן כן יהי רצון.

נאך א משל פון קדושת לוי
א קנעכט האט אמאהל געזינדיגט אנטקעגן זיין קעניג. ער האט זיך געבעטן ביים קעניג אז ער זאל איהם מוחל זיין, האט דער קעניג געזאגט אז דו זאלסט דיך אליין משפט'ן, און ווי אזוי די פארשטייסט אז דיין משפט זאל ארויסקומען אזוי זאל זיין.

דער קנעכט, ווען ער האט דאס געהערט, איז איהם געווארן זייער ביטער, און האט אנגעהויבן צו וויינען צום קעניג, אז ער זאל נישט אזוי טוהן, ווייל דעמאלט ווייסט ער גאנץ זיכער אז ער וועט זיין שולדיג לויט דעם דין, ווייל ער אליין קען נישט פסק'ענען לפנים משורת הדין, האט ער דערפאר געבעטן דעם קעניג אז דער קעניג זאל איהם משפט'ן ווייל דער קעניג איז א באגנעדיגער און האט רחמנות אויף יעדן, און קען טוהן וואס ער וויל, און האט די מעגליכקייט מוחל צו זיין.

דער נמשל איז, מיר בעטן דעם אייבערשטן, "אל תבוא במשפט עמנו" דער אייבערשטער זאל אונז נישט מאכן פאר די ריכטערס, אז מיר אליין זאלן זיך אפ'פסק'ענען ווייל "כי לא יצדק לפניך כל חי" מיר ווייסן אז לויט דעם דין זענען מיר שולדיג, און מיר קענען נישט פסק'ענען "לפנים משורת הדין" נאר מיר בעטן דיר רבונו של עולם, אז דו זאלט אונז משפט'ן ווייל די ביסט א באגנעדיגער וואס פארמערט מוחל צו זיין, און דו קענסט טוהן מיט אונז א גענאדע און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, מיט דיין גרויס רחמנות.
משל פון צאנזער רב
דער הייליגע צאנזער רב זי"ע פלעגט זאגן דעם משל. א קעניג האט געהאט א זוהן וואס ער האט זייער שטארק ליב געהאט. אמאהל האט דער זוהן געזינדיגט אנטקעגן זיין טאטן, האט דער קעניג ארויס געטריבן דעם זוהן פון זיין פאלאץ, די גאנצע צייט וואס דער זוהן איז נאך געווען נאנט צום טאטן האבן די מענטשן וואס זענען געווען נאנט צום קעניג רחמנות געהאט אויף איהם און זיי האבן איהם געגעבן צו עסן, דערנאך ווען דער זוהן איז אוועק געפארן זייער ווייט פון זיין טאטן ווי קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז דער קעניג'ס זוהן, האט ער שוין מער נישט געהאט ווער ס'זאל איהם געבן צו עסן, האט ער געדארפט פארקויפן זיינע קליידער כדי ער זאל קענען קויפן עפעס צו עסן, דערנאך האט ער געדארפט פארקויפן אלעס וואס ער האט נאר פארמאגט, ביז ער האט זיך אליינס אויך געדארפט פארקויפן און ער איז געוואן א פאסטוך פון שאף.

יאהרן לאנג האט ער געפאשעט די שעף ביז ער האט פארגעסן אז ער איז א קינד פון א קעניג, און ער האט שוין אויך געזונגן דעם זעלבן ניגון ווי אלע פאסטוכער פלעגן זינגן ווען זיי האבן געפאשעט די שעף.

אבער איין זאך האט איהם שטארק וויי געטאהן, ווייל אלע אנדערע פאסטוכער וואס זענען שוין געווען לאנגע יארן פאסטוכער פלעגן שוין האבן א דאך פון שטרוי, אז ווען עס האט גערעגענט האבן זיי זיך דארט געקענט באהאלטן כדי עס זאל נישט אויף זיי רעגענען, און ער האט דאס נאך נישט געהאט.

אמאהל איז דער קעניג אדורך געפארן דארט, און דער סדר איז געווען אז ווער עס האט עפעס געדארפט פונ'ם קעניג, האט געשריבן זיין פארלאנג אויף א צעטל, און האט דאס אריין געווארפן אין דעם וואגן ווי דער קעניג איז א דורך געפארן, און דער קעניג פלעגט זיי געבן וואס זיי האבן פארלאנגט.

דער זוהן האט אויך אריין געווארפן זיין צעטל און האט געבעטן אז דער קעניג זאל אים געבן א דאך פון שטרוי, כדי ער זאל נישט נאס ווערן פונ'ם רעגן.

דער קעניג האט באלד דערקענט די שריפט אז דאס איז פון זיין זוהן, האט ער געהאט דערפון גרויס צער, אז זיין זוהן האט אינגאנצן פארגעסן אז ער איז זיין קינד, און ער בעט נישט אז ער זאל איהם אהיים נעמען, נאר ער בעט א דאך פון שטרוי?.

דער נמשל איז, מיר אידישע קינדער, וואס זענען שוין ליידער אזוי פיל יאהרן אין דעם שווערן גלות האבן מיר שוין ליידער פארגעסן אז מיר זענען קינדער פון דעם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און יעצט גייט אונזער טאטע א דורך אונז, יעצט איז די צייט וואס יעדער קען בעטן פון איהם זיין פארלאנג, איז זייער וויכטיג אז מיר זאלן בעטן פון איהם, "טאטע, נעם אונז שוין אהיים צו דיר", און מיר זאלן נישט מתפלל זיין אויף קיין דאך פון שטרוי, וואס מיינט למשל בעטן אויף פרנסה, וכדו', נאר דער עיקר איז אז מיר זאלן מתפלל זיין אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלמה במהרה בימינו אמן.

משל אויף דעם וואס מיר זאגן
"הנני העני"
עס האט געוואוינט אין א דארף א סוחר א גרויסע עושר, וואס פלעגט אריינפארן אין שטאט איינמאל א חודש כדי איינצוקויפן וואס ער דארף צו זיין געשעפט. זיינע פריינד פונ'ם דארף פלעגן איהם מיטגעבן א ליסטע פון זייערע געברויכן וואס פעלט פאר זיי אויס, וויבאלד ער איז שוין ממילא אין שטאט זאל ער שוין פאר זיי אויך איינקויפן. ער האט דאס גערן געטאהן. זיינע פריינד האבן אים מיטגעשיקט געלט או ער האט געקויפט פאר דעם געלט זייערע געברויכן, עס פלעגט זיך אמאל טרעפן אז זיי האבן נישט מיט געשיקט גענוג געלט, אדער די סחורה וואס זיי האבן געזוכט איז טייערע געווארן, פלעגט דער סוחר אויסלייגן פון זיין טאש וויפיל געלט עס האט אויסגעפעלט און האט געקויפט אלע זייערע געברויכן, און ווען ער איז צוריק געקומען אין דארף האבן די פריינד איהם צוריק באצאלט די געלט וואס ער האט אויסגעלייגט, אזוי האט זיך עס געפירט א לאנגע צייט.

מיט א צייט שפעטער איז דער סוחר געשטארבן, או אנשטאט אים האבן די דארפ'ס מענטשן געשיקט אן ארימאן, ער זאל זיי איינקויפן אין שטאט אלע זייערע געברויכן, זיי האבן אים געגעבן א גענויע ליסטע און אויך געלט, ער זאל האבן מיט וואס צו קויפן, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דער ארימאן וועט נישט האבן קיין געלט אויסצולייגן אויב עס וועט אויספעלן.

דאס זעלבע זאגט דער שליח ציבור, איך בין צו ארעם אין מעשים טובים אז איך זאל קענען דערפון אויסלייגן פאר אייך אז דורכדעם זאלט איר געהאלפן ווערן, דערפאר זאלט איר זיך נישט פארלאזן בלויז אויף מיר, נאר איר זאלט זיך אליין אנגרייטן גענוג מעשים טובים, אז אין אייערע אייגענע זכותים זאלט איר קענען ביים בית דין של מעלה פארשריבן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה בגשמיות וברוחניות.


משל פון ערבי נחל (ר"ה דרוש א')
עס איז געווען א גרויסער קעניג וואס ער איז געווען דער גרעסטער קעניג צווישן אלע אנדערע קעניגן. ער האט געהאט א בת יחידה, זייער א שיינע, אזוינס וואס מען זעהט נישט אין די גאנצע וועלט. זי איז געווען א געלונגענע און א געראטענע, און א גרויסע בעלת מידות. דער קעניג האט איר זייער שטארק ליב געהאט.

ווען עס איז געקומען די צייט וואס מען האט איר געדארפט חתונה מאכן, האט יעדער געמיינט אז דער קעניג וועט אוודאי וועלן טוהן א גרויסן און בכבוד'יגן שידוך מיט זיין געראטענע טאכטער, און דערפאר וועט ער זיך נאר וועלן משדך זיין מיט אן אנדערן קעניג. אלע קעניגן פון די וועלט וועלכע האבן געהאט א זוהן אויף שידוכים, האבן אויך אזוי געטראכט דערפאר האבן זיי געשיקט בריוו צום קעניג אז זיי ווילן זיך משדך זיין מיט איהם.

אבער דער קעניג האט געטראכט ביי זיך, אזוי ווי ער איז דאך דער גרעסטער קעניג צווישן אלע אנדערע קעניגן, און די אלע אנדערע קעניגן זענען גאר אינטערטעניגט אונטער איהם, זענען זיי ביי איהם גערעכענט אזוי ווי זיינע קנעכט, און נישט ווי קעניגן, איז איהם נישט קיין גרויסע מעלה זייער יחוס אז זיי זענען קעניגן, און עס איז איהם בכלל נישט קיין גרויסער כבוד זיך משדך צו זיין מיט זיי.

דער קעניג האט געהאט זייער א גוטן פריינד וואס איז נישט געווען קיין קעניג אבער ער איז געווען זייער שטארק געטריי פאר דעם קעניג, ער האט געוואוינט אין אן אנדערע מדינה זייער ווייט פונ'ם קעניג, און דער קעניג האט איהם זייער שטארק ליב געהאט, נאך אזא גוטן פריינד האט ער נישט געהאט אין די גאנצע וועלט, און דער קעניג האט איהם שטענדיג געוואלט געדענען, און וויבאלד ער האט געוואוינט זייער ווייט אוועק פון איהם, האט ער אויפגעקריצט זיין בילד אויף זיין קעניג'ליכן שטוהל, כדי אז ער זאל קענען שטענדיג טראכטן פון איהם, און זאל איהם קיינמאהל נישט פארגעסן. פון גרויס ליבשאפט צו דעם גוטן פריינד, האט דער קעניג געוואלט זיך משדך זיין נאר מיט איהם, און נעמען זיין זוהן פאר זיין געלונגענעם טאכטער. כאטש דער קעניג וועט דארפן שיקן זיין טאכטער ווייט אוועק פון איהם, פונדעסטוועגן דאך פון גרויס ליבשאפט צו דעם גוטן פריינד האט דער קעניג נאר געוואלט זיך משדך זין מיט דעם גוטן פריינד.

דער קעניג האט אבער מורא געהאט אז אזוי ווי דער זוהן פון זיין פריינד איז נישט אויפגעוואקסן אין א הויז פון א קעניג, וועט ער נישט וויסן ווי אזוי מען דארף זיך באנעמען מיט א קעניג'ס א טאכטער, האט ער געבעטן פון זיין גוטן פריינד אז קודם זאלן זיי קומען וואוינען עטליכע יאהר נאנט צו איהם, כדי זיין זוהן זאל זעהן ווי אזוי מען דארף זיך מיט זיין טאכטער באנעמען, און דערנאך וועט ער צוריק קענען גיין וואוינען נעבן זיין טאטן.

ווען דער שידוך איז געשלאסן געווארן, און ער איז געווארן דעם קעניג'ס איידעם, האבן מענטשן איהם זייער שטארק מקנא געווען, וואס דעריבער האבן זיי איהם זייער שטארק פיינד געהאט. זיי פלעגן שטענדיג גיין צום קעניג און רעדן שלעכטס אויף איהם, כדי דער קעניג זאל איהם שטארק באשטראפן. וויבאלד דאס געזעץ איז געווען אז ווער עס איז שולדיג דארף מען איהם באשטראפן, אפילו אז ער איז דעם קעניג'ס א קינד, האט דער קעניג גערופן זיין איידעם אז ער מוז קומען צו איהם אויף א משפט.

אבער דאס האט יא דער קעניג געטוהן, ער האט אפגעשטופט די צייט ווען ער וועט איהם משפט'ן, און האט איהם אויסגעזאגט אלע טענות וואס די מענטשן טענה'ן אנטקעגן איהם, כדי ער זאל זיך קענען געהעריג מסדר זיין זיינע טענות, ער זאל זיך קענען פארענטפערן אנטקעגן זיינע שונאים.

ווען עס האט זיך אמאל געמאכט אז די פיינד האבן געהאט גאר שטארקע גרויסע און ערנסטע טענות אנטקעגן דעם איידעם, און די טענות זענען געווען גערעכטע אנטקעגן איהם, פלעגט די טאכטער פונ'ם קעניג אליין אריבער גיין צו איר טאטן און צו די ריכטערס, און אליינס טענה'ן און זיך אננעמען אויף איר מאן'ס זייט, און דעמאלטס איז דער איידעם געווען פארזיכערט אז מען וועט איהם גארנישט באשטראפן, נאר פארקערט מען וועט נאך גאהר באשטראפן זיינע פיינד וואס קומען רעדן שלעכטס אויף איהם, צום קעניג.

דאס אלעס איז נאר גוט געווען ווען דער איידעם פלעגט נאך מכבד זיין די טאכטער פונ'ם קעניג אזוי ווי עס פאסט זיך פאר דעם קעניג'ס טאכטער.

אמאהל האט פאסירט אז דער איידעם האט שטארק פארשעמט זיין ווייב, און ער האט איר זייער שטארק געשלאגן אז אירע ביינער זענען שטארק צובראכן געווארן, און זי איז קראנק געווארן, זי איז געווארן א בעלת מום, דערנאך האט ער איר ארויסגעווארפן פון זיין הויז און האט איר געווארפן צו די מיסט. ער האט פארגעסן אלע טובות וואס זיין ווייב און זיין שווער דער קעניג פלעגן איהם שטענדיג טוהן, דערפאר האבן זיך יעצט גענומען זיינע פיינד איבער איהם, און זענען געלאפן צו קעניג, און גערעדט אנטקעגן איהם.

ווען דער קעניג האט געהערט די גרויסע און ערנסטע ווערטער אנטקעגן זיין איידעם, האט ער געשיקט אז מען זאל איהם רופן אז ער זאל קומען צו איהם צו א משפט, ער האט איהם פארציילט פונקטליך וואס די קלאגע אנטקעגן איהם זענען, און אז ער זאל קומען צו דעם באשטימטן צייט ווען דער משפט וועט זיין. אויך זאל ער מיט ברענגן זיין טאכטער ווען ער קומט, ווייל זי איז שוין לאנג נישט געווען ביי איהם און ער וויל איר זעהן.

ווען דער איידעם האט געהערט אז ער דארף קומען צו א משפט, האט איהם אנגעכאפט א מורא'דיגן שרעק און ציטער, ער האט אנגעהויבן שטארק צו קלאגן און וויינען און שרייען: "ווי ביטער איז מיר יעצט, וואס וועל איך קענען ענטפערן ביי דעם משפט, וויי און ביטער איז מיר ווען מען וועט מיך שטראפן, ווי אזוי וועל איך קענען זיגן ביים משפט, ביז יעצט פלעג איך מיט נעמען מיין ווייב און זי האט זיך אנגענומען אויף מיין זייט, האב איך געוואוסט אז עס וועט מיר גארנישט זיין, אבער יעצט אז זי איז מיר געווארן א שונא, כאטש איך וואלט אפשר איר געקענט איבערבעטן אז זי זאל צוריק ווערן מיין פריינד אזוי ווי עס פלעגט זיין שטענדיג, אבער איך האב איר יעצט אזוי שטארק צושלאגן, אז זי קען זיך נישט רירן פון פלאץ, און די צרה איז נאך גרעסער פאר מיר אז פונקט יעצט האט דער קעניג באפוילן אז איך זאל איר מיט ברענגן צו איהם, וויי איז מיר, ביטער איז צו מיר, ווי אזוי וועל איך קענען קוקן דעם קעניג אין פנים אריין, אז זיין טאכטער קען נישט מיט קומען צו איהם, ווייל זיא איז שטארק קראנק און זי ליגט גאר פארשמירט אין מיסט".

אזוי וויינענדיג איז ער אריבער צו זיין טאטן וואס איז געווען דעם קעניג'ס בעסטער גוטער פריינד, און האט איהם אלעס דערציילט, און האט איהם געזאגט: "יעצט איז די צייט וואס נאר דו קענסט מיר דא ארויסהעלפן, ווייל איך קען מיך אויף קיינעם שוין מער נישט פארלאזן, נאר אויף דיר טאטע! וואס דו ביזט דעם קעניג'ס בעסטער פריינד דיך וועט ער זיכער א טובה טוהן, און אהן דיר, קען איך נישט גיין צום קעניג".

דער טאטע וואס האט אזוי רחמנות געהאט אויף זיין זוהן, און ער האט געוואלט גיין צום קעניג בעטן דער טובה, האט אים געזאגט: "ווי אזוי קען איך גיין צום קעניג און בעטן אויף דיר, ער ווייסט דאך וואס די האסט אפגעטוהן פאר זיין געראטענע טאכטער, ער וועט מיר דאך זאגן, "דו ביזט דאך באמת מיין גוטער פריינד, ווי אזוי קענסטו זיך איינהאלטן און צוזעהן דאס שלעכטס וואס דיין זוהן האט געטוהן צו מיין געלונגענע טאכטער, אמת דער קעניג האט מיך זייער ליב, אבער זיין אייגענעם טאכטער האט ער נאך מער ליב.

הער זיך צו מיין קינד. איין עצה האב איך. איך וועל גיין צום קעניג און איהם בעטן א טובה ער זאל אפשטיפן די צייט פון דעם משפט, דאס וועט ער זיכער טוהן פאר מיר, און ביז דעווייל בעט דיך איבער מיט זיין טאכטער, מיט וואס עס איז נאר מעגליך, נעם איר ארויס פון די מיסט, זי זאל זיך אפוואשן, זי זאל זיין ריין. גיב אלע מיני רפואות וואס איז נאר מעגליך, כדי עס זאל מעגליך זיין אז זי זאל קענען גיין צו איר טאטן, כאטש עס איז נישט מעגליך זי זאל זיין אזוי ווי פריער, אבער אז זי וועט זיין ביים קעניג, דארט וועט שוין זיין אלעס צוגעשטעלט אז זי זאל האבן די מעגליכקייט צוריק צוקומען צו אירע כוחות, זי זאל זיין שטארק און געזונט ווי פריער. נאר זעה מיין קינד, בעט זיך איבער מיט איר זי זאל דיר ווערן א גוטע פריינד, איידער עס קומט דעם טאג פונ'ם משפט, אז זי זאל קענען קומען צו איר טאטן, און איך וועל אויך דארט זיין ביים משפט, און אויב דו וועסט אזוי טוהן וועסטו נישט דארפן מורא האבן.

דעם נמשל איז אזוי. דער הייליגער באשעפער איז דער גרעסטער קעניג. די תורה איז די טאכטער פונ'ם רבוש"ע (ברתא דמלכא) עס איז נישט דא אזוי ווי איר חכמה אין דעם גאנצע וועלט. ווען דער אייבערשטער האט געוואלט באווייזן איר גרויסקייט און געבן די תורה, האבן די מלאכים געזאגט "תנה הודך על השמים" געב די תורה פאר די פייערדיגע מלאכים. אבער דער אייבערשטער האט נישט געוואלט, ווייל לויט די גרויסקייט פון דעם גרויסן קעניג, זענען די פייערדיגע מלאכים ווי פשוט'ע קנעכט. דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן זיינע גוטע פריינד וואס ער האט זייער ליב, דאס זענען די אבות הקדושים, און פון גרויס ליבשאפט האט דער אייבערשטער אויסגעקריצט די צורה פון יעקב אבינו אויף זיין כסא הכבוד (מדרש). און דער אייבערשטער האט געוואלט געבן זיין טאכטער פאר זיינע קינדער, בעסער ווי צו געבן פאר די מלאכי מרום. כאטש מיר זענען נאר מענטשן און נישט מלאכים. דאס איז אלעס נאר פון גרויס ליבשאפט צו אונזערע עלטערן, האט ער געגעבן די תורה הקדושה צו אונז וואס מיר וואוינען אין "א ווייטע מדינה" וואס דאס איז דער וועלט.

אבער וויבאלד דער אייבערשטער האט חושש געווען אז מיר פארשטייען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירן מיט די כבוד פון דער אייבערשטער אין מיט זיין טאכטער די תורה, דערפאר האט ער געגעבן די תורה מיט "קולות וברקים", און ער האט משרה געווען אויף יעדער איינציגע יוד "רוח הקודש" און זיי האבן משיג געווען גאהר הויכע זאכן. ווי אויך האט משה רבינו אונז אויפגעכאוועט עטליכע יאהר מיט די זיסקייט פון די תורה. פארן געבן די תורה האט דער אייבערשטער אונז קודם געהייליגט און צוגעגרייט, און ערשט דעמאלס האט ער אונז געגעבן די תורה אויף די וועלט.

איז דען דאס א קלייניקייט זיך צו משדך זיין צום קעניג אליין, אזעלכע פשוט'ע מענטשן, וואס זענען נישט קיין מלאכים? ניין! דאס איז גאר א גרויסע זאך, און דערפאר האבן מיר אסאך שונאים, דאס זענען די קליפות און די מקטריגים, וואס זענען אונז מקנה. וועגן דעם קומען זיי אייביג מקטרג זיין אז אידן זינדיגן, און זיי שרייען און זיי מאנען א דין פון דער רבונו של עולם.

דער אייבערשטער וואס איז א מלך המשפט, קען נישט אפזאגן פאר די אלע וואס בעטן א משפט. וואס טוט ער? לאזט ער אונז וויסן ווען עס וועט זיין דער משפט כדי אז מיר זאלן זיך קענען גוט אנגרייטן צום משפט, און אזוי ארום ארויסגיין פון דעם משפט ריין.

אמאהל אבער אין די צייט ווען עס קומען גאהר שטארקע מקטריגים און זיי קומען מיט שטארקע טענות, וואס מען וועט נישט קענען ארויס גיין ריין ביים משפט, בעטן מיר פון די תורה הקדושה, אז זי זאל מיטקומען מיט אונז און זיך אננעמען און ארויסהעלפן ביים דין, ווי מיר זאגן דאך ביי די סליחות פון צום גדלי' "תורה הקדושה התחנני בבקשה".

דאס איז אבער נאר ווי לאנג מיר האבן מכבד געווען די תורה, ווי עס דארף צו זיין, און מיר האבן געלערנט תורה לשמה, דעמאלס העלפט די תורה, און זי קומט און זי נעמט זיך אן פאר אונז. אבער בעוונותינו הרבים וואס מיר האבן זיך געקריגט מיט די תורה, און מיר האבן נישט קובע געווען עתים לתורה, און דאס איז נישט גענוג נאר מיר האבן איר געמאכט פאר א בעלת מום, ווייל די רמ"ח מצוות עשה זענען קעגן די רמ"ח איברים, און די שס"ה גידים, זענען קעגן די שס"ה לא תעשה, און דער וואס איז עובר אויף די תורה הקדושה, ווערט זיין נשמה א מחוסר אבר ח"ו, און דאס איז נישט גענוג, נאר מיר האבן נאך איר געווארפן צו די מיסט ווי עס איז ידוע אז אויב מען לערנט תורה לגאוה, אדער לקנטר, גייט דער גאנצער תורה צו די קליפות, און ווי אויך אויב מען איז נישט מתקן די מיאוס'ע עבירות וואס מען האט געטוהן, און מען לערנט תורה בשעת מען איז אנגעשמירט פון זיי, ווערט די גאנצער תורה וואס ער האט געלערנט איבער געגעבן צו זיי, און אויף דעם שטייט אין פסוק "ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי וגו'" פארוואס האסטו געלערנט תורה אין די צייט וואס דו ביסט געווען אנגעשמירט מיט אזעלכע עבירות. דאס האבן מיר געטוהן צו די תורה, און מיר האבן פארגעסן די אלע טובות וואס זי פלעגט אונז טוהן.

אינצווישן איז געקומען דער יום הדין הגדול והנורא, און די מקטריגים האבן זיך פארמערט אזוי ווי אייביג. דער רבונו של עולם דער מלך מלכי המלכים איז אונז מודיע ווען עס וועט זיין דער משפט, און אז מיר זאלן זיך גרייטן זיך אנקעגן צושטעלן, און ער בעט אונז "ברענג מיט די תורה וואס איר האט געלערנט א גאנץ יאהר", ווייל דאס האט ער אזוי ליב, און אויף איר שטייט די וועלט. כאפט דאך א שרעק און א פארכט פון דעם יום הדין, און מיר שרייען און וויינען: "ווי אזוי וועלן מיר קענען ארויסגיין ריין ביים משפט, ביי יעדע משפט איז נאר געווען די תורה אונזער אונטערליינער, און דא איז זי גאהר געווארן אונזער פיינט".

און נאך מער פון אלעס האט דאך דער מלך געהייסן אז מיר זאלן מיטברענגן די תורה מיט אונז, ווי אזוי קענען מיר דען קומען מיט אזא תורה, וואס איז פארשמירט און איז א בעלת מום. עס קען דאך זיין אז נישט נאר זאל דער אייבערשטער אונז נישט העלפן ח"ו, נאר פארקערט ח"ו ער וועט אויך צולייגן כעס ר"ל.

דער איינציגסטער צו וועמען מיר קענען זיך ווענדען איז צו אונזערע אבות הקדושים, און מיר זאלן זיי בעטן אז זיי זאלן קומען צום קעניג, און דאס איז די תקיעות וואס מיר בלאזן ראש השנה, וועלכע וועקן אויף די אבות הקדושים, ווייל תקיעה איז מרמז אויף חסד וואס דאס איז אברהם אבינו, תרועה איז מרמז אויף גבורה וואס דאס איז יצחק, און שברים איז מרמז אויף תפארת וואס דאס איז יעקב. און מיר בעטן זיך ביי זיי און בפרט ביי יעקב אבינו, וועמענס צורה איז איינגעקריצט אויפן כסא הכבוד, ווייל זיי זענען די "אוהבי המלך מלכי המלכים".

די הייליגע אבות הקדושים, פון גרויס רחמנות אויף אונז ווילן אונז העלפן, אבער (עיין שם מעשה נורא) ווי קענען זיי דען העלפן ווען מיר האבן שלעכטס געטוהן מיט די טאכטער פונ'ם קעניג וועט ער דאך אויף זיי זייער ברוגז זיין פארוואס זיי נעמען זיך ענדערש אהן פאר זייערע קינדער, ווי איידער פארן טאכטער פונ'ם קעניג, די הייליגע תורה הקדושה.

דער איינציגסטער זאך וואס די אבות הקדושים קענען טוהן איז, בעטן אז מען זאל אפשטיפן דער משפט, דאס זענען די עשרת ימי תשובה, און געגעבן צייט אז מיר זאלן פארעכטן אונזער מעשים און ארויסשלעפן די תורה פון די קליפות און איר איבערבעטן, אז זי זאל ווערן צוריק אונזער פריינד, און אזוי וועט זי זיך אננעמען פאר אונז להוציא כאור משפטינו אמן וכן יהי רצון.

צווייטע משל פון ערבי נחל
עס איז געווען א גרויסער קעניג וואס האט געהאט א בן יחיד, וואס ער האט אים זייער שטאק ליב געהאט, ער האט געווארנט דעם זוהן אז ער זאל שטענדיג נאר גיין צוזאמען מיט אים, ער זאל זיך קיינמאהל נישט אוועק רירן פון אים ווייל עס איז דא רויבערס וואס ווילן אים אוועק כאפן.

אמאהל מאכט זיך אז דער זוהן האט פארגעסן דערפון און האט זיך אוועק גערירט פון זיין טאטן, און באלד האבן די רויבערס אים צוגעכאפט, און האבן אים אוועק געפירט אין א ווייטע לאנד, זיי האבן געטוהן מיט אים וואס זיי האבן געוואלט, זיי פלעגן אים שטארק שלאגן, און צוקלאפן, אנטוהן גרויסע געוואלדיגע יסורים אז עס איז ממש נישט געווען צום אויסהאלטן.

דער זוהן פלעגט שטענדיג שיקן בריוון פאר זיין טאטן דעם קעניג, אז דער קעניג זאל וויסן וואס די רויבערס טוהן אפ מיט אים, ער פלעגט זיך באקלאגן און זיך בעטן צו זיין טאטן דער קעניג, כדי דער קעניג זאל אים קומען צו הילף און ארויס ראטעווען פון די רויבערס.

די רויבערס פלעגן אבער צו'גנב'ענען די בריוון, און פלעגן דאס צו באהאלטן, און האבן נישט געלאזט קיינמאל די בריווען אז זיי זאלן אנקומען צום קעניג. אויף דעם פלעגט דער זוהן שטענדיג שטארק צו וויינען, אז ער האט נישט קיין וועג צו פארציילן זיין טאטן זיין ווייטאג.

עס האט זיך אמאהל געמאכט, אז דער זוהן האט געהערט פון איינעם, אז יעדער יאר האט דער קעניג א מנהג אז ער האט א באשטימטע טאג ווען ער פארט דא אדורך אין די לאנד, איז דער זוהן אנטלאפן כדי ער זאל זיין אויף דעם וועג ווי דער קעניג גייט אדורך, כדי זיין טאטע זאל אים זעהן און ער וועט זיך אויסוויינען צום טאטן, און ער וועט אוודאי רחמנות האבן אויף אים, און וועט אים אהיים נעמען.

וואס האבן די רויבערס געטאן, זיי האבן דאך מורא געהאט אז דער קעניג וועט זיך נוקם זיין אין זיי, דערפאר האבן זיי געבויעט א שטארקע וואנט פון אייזן, כדי דער זוהן זאל נישט קענען זעהן זיין טאטן ווען ער וועט אדורך גיין דא אין לאנד, און אויך זיין געשריי וועט דער קעניג נישט קענען הערן. ווען דער זוהן האט דאס דערזעהן האט ער ערשט אנגעהויבן צו וויינען אויף זיין מצב, ווייל ער האט פארלוירן זיין איינציגסטן האפענונג.

דער זוהן האט געהט א טייערן שטיין פונ'ן אוצר פון זיין טאטן דעם קעניג, וואס ער האט שטענדיג געהאט באהאלטן מיט זיך, און קיינער האט פון דעם נישט געוואוסט. דער שטיין האט געהאט א סגולה, אז ווען מען קלאפט דערמיט, צופאלט יענער זאך, נישט קיין חילוק ווי שטארק יענע זאך איז, און אויב ער וועט מיט דעם קלאפן אויפן מויער וועט די גאנצע מויער איינפאלן. דער סגולה שטיין האט אבער נאר געארבייט מיט צוויי תנאים, דער שטיין האט געמוזט זיין ריין בשעת'ן קלאפן, און אויך בשעת'ן קלאפן האט מען געדארפט וויינען און זיין בהכנעה. אויף דעם שטיין האט ער זיך געטרייסט.

ווען דער טאג איז אנגעקומען, דער קעניג איז אנגעקומען דא אין שטאט, האט דער זוהן גענומען דעם שטיין און אנגעהויבן צו קלאפן דערמיט אין דעם וואנט, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, די וואנט רירט זיך נישט עס צוברעכט זיך נישט. מיר קענען פארשטיין פארוואס דער שטיין האט נישט געארבייט, ווייל זייענדיג אזוי לאנג מיט די רויבערס האט ער פארגעסן די אלע איינצעלהייטן וועגן דעם שטיין.

אזוי פלעגט דער זוהן יעדער יאר טוהן, און קיינמאהל איז איהם נישט געלונגן צו צוברעכן די וואנט. נאך עטליכע יאהר וואס ער האט אזוי געטוהן, און עס האט איהם גארנישט געהאלפן, איז ער געווארן זייער צובראכן און צוקלאפט, און האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען, ווייל ער האט שוין מער נישט קיין האפענונג, דער טייערע שטיין וואס האט דער סגולה, ארבייט שוין אויך נישט. אזוי וויינענדיג האט ער געקלאפט מיט דעם שטיין אויף דער וואנט און וויבאלד זיינע טרערין האבן שטארק אפגעוואשן דעם שטיין און ער איז יעצט געווען שטארק צובראכן איז פלוצלונג צו זיין וואונדער דער וואנט איינגעפאלן. באלד האט ער געזעהן זיין טאטן דעם קעניג. ער האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען און קלאגן צו זיין טאטן, און האט געשריגן "טאטע טאטע" האב רחמנות אויף מיר, עס איז מיר דא זייער ביטער. דער טאטע האט באקומען גרויס רחמנות אויף איהם און האט איהם תיכף גענומען צו זיך, און ער האט זיך נוקם געווען אין די רויבער אויף אלע צרות וואס זיי האבן געטאן צו זיין זוהן.

דער נמשל איז אזוי, דער קעניג איז דער אייבערשטער, און דער קינד דער בכור דאס איז כלל ישראל, און עס ווערט געברענגט אין זוהר הק' אז די גוים און די שרים טוען אוועקכאפן כלל ישראל, די גוים כאפן אוועק די גופים, און די שרים כאפן אוועק די נשמות, דאס מיינט מען דער יצר הרע וואס מאכט זינדיגן די נשמה. אונזער טאטע אין הימל האט אונז אנגעווארענט אז מיר זאלן פון איהם נישט אוועק גיין, כדי אז מיר זאלן נישט פארכאפט ווערן פון זיי. ווי עס שטייט אין פסוק "אחרי ה' אלהיכם תלכו ובו תדבקון", ווייל אויב דו וועסט זיך דערווייטערן פון איהם איז נישט מעגליך זיך צו ראטעווען פון די רויבערס, און דו וועסט אריינפאלן אין זייערע הענט. אזוי ווי מיר טרעפן אין תהילים ווי דוד המלך זאגט "אל תרחק ממני" דו זאלסט זיך נישט דערווייטערן פון מיר, ווייל אויב יא "כי צרה קרובה". עס האט אמאהל פאסירט אז מיר האבן זיך יא פון איהם דערווייטערט, און מיר זענען אריינגעפאלן אין די הענט פון די רויבערס, אונזערע גופים אין די הענט פון די גוים, און אונזערע נשמות אין די הענט פון די שרים. זיי האבן אונז אוועקגעפירט צו א ווייטע מדינה, און זיי טוען מיט אונז וואס זיי ווילן, און די אלע בריוו וואס מיר שיקן צום טאטן דורך אונזער תפלות און תחנונים, איהם צו מודיע זיין אונזער צער, טוען די קליפות צושטערן דורך דעם וואס זיי זענען מבלבל אונזערע מחשבות, און די תפלות זענען מיט מחשבות זרות, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש "כל צלותא דלאו איהו בדחילו ורחימו לכלבא אתמסר ח"ו ונשארים התפלות חחת ידיהם ח"ו. (די אלע תפלות וואס זענען נישט ריין גייען באלד צו די קליפות). איין מאהל אין יאהר איז דא וואס דער אייבערשטער בכבודו ובעצמו איז ביי אונז, ווי עס שטייט אז אין דעם יום הדין איז דער אייבערשטער מקדים צו די בתי כנסיות צו הערן די תפלות פון יודישע הערצער. וואס טוען מיר, מיר לויפן אין שוהל אריין צו דער פלאץ ווי אונזער טאטע געפונט זיך ווי עס שטייט אין פסוק: "דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב". דאס איז דאך דער בעסטע צייט צו וויינען און זיך בעטן ביים רבונו של עולם אז ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און מיר זאלן זיך איבערבעטן מיט איהם, ווייל דער רבונו של עולם ווערט אנגערופן "מלך מתרצה בדמעות" און נאר מיט דעם קענען מיר איהם איבערבעטן. אזוי ווי די רויבערס זעהן וואס עס גייט דא פאהר, אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט'ן טאטן און ער וועט אונז אויסלייזן, מאכן זיי א מחיצה צווישן אונז און דער רבונו של עולם, כדי אז מיר זאלן נישט קענען זעהן אונזער פאטער, און אז ער זאל נישט קענען הערן אונזערע תפלות. ווי עס שטייט אז ווען עס קומען די הייליגע טעג, זענען דא ספעציעלע קליפות ר"ל וואס זיי טוען פארשטאפן די הערצער פון כלל ישראל, ווי דער זוהר הקדוש שרייבט אז דער וואס עס קומט נישט צו וויינען אין די טעג איז א סימן אז זיין הארץ איז נישט אין ארדענונג, (עיין בהלכות ומנהגים) און אז ער איז פוהל מיט עבירות. דאס איז דער מחיצה של ברזל וואס זיי האבן אויפגעבויעט, און וועגן דעם ווערן אונזערע תפלות נישט ליידער געהערט.

עס איז אבער געבליבן ביי אונז איין האפענונג, א "אבן טוב", דאס איז "תקיעת שופר" וואס דער סגולה איז אז עס קען צוברעכן דער "חומה". דאס איז אונזער איינציגסטער האפענונג, ווי חז"ל זאגן אז א יאהר וואס מען האט נישט געבלאזן אין אנהייב, וועט מען צום סוף יאהר קרעכצן ח"ו. אבער מיר טוען דאס, יאהר איין, און יאהר אויס, און עס העלפט נישט, און מיר זיצן דא נאך אלץ אין גלות, דאס איז ווייל מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו נוצן די סגולה שטיין, ווייל עס שטייט אין זוהר הקדוש, אז שופר מיינט תשובה און אהן תשובה העלפט נישט דער שופר. וועגן דעם דארף דער בעל תוקע און דער בעל תפלה זיין א ריכטיגע בעל תשובה ווייל כלל ישראל איז אנהענגיק אין זיי. דאס מוז צוגיין מוט א מורא'דיגע הכנעה, מיט א געוויין און מיט א גרויסע ציטער, ווייל אויב נישט העלפט נישט דער סגולה. און מיט דעם קען מען פארשטיין פשט אין פסוק: "אם יתקע שופר בעיר" אפילו מען זאל בלאזן שופר אין שטאט" קען דאס נישט העלפן אויב "והעם לא יחרדו", אויב דער פאלק טוט נישט תשובה ווי עס דארף צו זיין, עס איז פונקט ווי מען וואלט בכלל נישט געבלאזן, און דאס איז נישט ווייל דער אייבערשטער וויל נישט הערן אונזערע תפלות ח"ו, נאר דאס איז ווייל מיר האבן נישט אראפגעווארפן דער "מחיצה של ברזל" דורך די "קול השופר". וועגן דעם שטייט פון אריז"ל אז בשעת תקיעת שופר זאל יעדע מענטש מתודה זיין שטילערהייט זיינע חטאים, און אזוי וועלן מיר ווערן פול מיט תשובה און געוויין, און אפלאזן פון אונזער חטאים, און דורך דער הכנעה זענען מיר פארזיכערט אז דער וואנט וועט צובראכן ווערן, און דעמאלס וועלן מיר קענען זיך בעטן צום אייבערשטן, און עס וועט ווערן דערוועקט זיין רחמנות, און עס וועט לייכטן אויף אונז דער כבוד פון דעם אייבערשטן, און ער וועט אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות, נאך דעם יאהר בב"א.



לשנה טובה - סימנים
לְשָנָה טוֹבָה צו א גוטע יאהר תִּכָתֵב זאלסטו אשריבן ווערן וְתֵחָתֵם און זאלסט ג'חתם'ט ווערן לְאַלְתְּר באלד לְחַיִים טוֹבִים צו גוטע לעבן אַרוּכִים לאנגע וּלְשָלוֹם און צו פרידע יְהִי רָצוֹן עס זאל זיין דיין ווילן שֶתְּחַדֵש אז דו זאלסט באנייען עָלֵינוּ אויף אונז שָנָה טוֹבָה א גוט יאהר וּמְתוּקָה און א זיסע יְהִי רָצוֹן עס זאל זיין דיין ווילן שֶיִרְבּוּ זְכֻיוֹתֵנוּ אז עס זאלן זיך פארמער'ן ונזרע זכות'ים יְהִי רָצוֹן עס זאל זיין דיין ווילן שֶנִהיֶ' לְרֹאש וְלֹא לְזָנָב מיר זאלן זיין צו א קאפּ און נישט צו א וויידל וְשֶנִפְרֶה וְנִרְבֶה כְּדָגִים און מיר זאלן פרוכטבארן און מיר זאלן זיך מערן אזוי ווי פיש.
בראש השנה יכתבון
בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן כַּמָּה יַעַבְרוּן, וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת מִי בְקִצּוֹ, וּמִי לֹא בְקִצּוֹ מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּֽיִם מִי בַחֶֽרֶב, וּמִי בַחַיָּה מִי בָרָעָב, וּמִי בַצָּמָא מִי בָרַֽעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה מִי בַחֲנִיקָה, וּמִי בִסְקִילָה מִי יָנֽוּחַ, וּמִי יָנֽוּעַ מִי יִשָּׁקֵט, וּמִי יִטָּרֵף מִי יִשָּׁלֵו, וּמִי יִתְיַסָּר מִי יֵעָשֵׁר וּמִי יֵעָנִי וּמִי יִשָּׁפֵל, מִי יָרוּם וּתְשׁוּבָה וּתְפִלָּה וּצְדָקָה מַעֲבִירִין אֶת רֹֽעַ הַגְּזֵרָה כִּי כְּשִׁמְךָ כֵּן תְּהִלָּתֶֽךָ קָשֶׁה לִכְעוֹס וְנֽוֹחַ לִרְצוֹת כִּי לֹא תַחְפּוֹץ בְּמוֹת הַמֵּת כִּי אִם בְּשׁוּבוֹ מִדַּרְכּוֹ וְחָיָה וְעַד יוֹם מוֹתוֹ תְּחַכֶּה לוֹ אִם יָשׁוּבמִיַּד תְּקַבְּלוֹ אֱמֶת כִּי אַתָּה הוּא יוֹצְרָם וְאַתָּה יוֹדֵֽע יִצְרָם כִּי הֵם בָּשָׂר וָדָם אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָפָר וְסוֹפוֹ לֶעָפָר בְּנַפְשׁוֹ יָבִיא לַחְמוֹ מָשׁוּל כְּחֶֽרֶס הַנִּשְׁבָּר כְּחָצִיר יָבֵשׁ וּכְצִיץ נוֹבֵל כְּצֵל עוֹבֵר, וּכְעָנָן כָּלָה וּכְרֽוּחַ נוֹשָֽׁבֶת וּכְאָבָק פּוֹרֵֽחַ וְכַחֲלוֹם יָעוּף וְאַתָּה הוּא מֶֽלֶךְ אֵל חַי וְקַיָּם אֵין קִצְבָה לִשְׁנוֹתֶֽךָ וְאֵין קֵץ לְאֹֽרֶךְ יָמֶֽיךָ וְאֵין לְשַׁעֵר מַרְכְּבוֹת כְּבוֹדֶךָ וְאֵין לְפָרֵשׁ עִלּוּם שְׁמֶֽךָ שִׁמְךָ נָאֶה לְךָ וְאַתָּה נָאֶה לִשְׁמֶֽךָ וּשְׁמֵנוּ קָרָֽאתָ בִּשְׁמֶֽךָ עֲשֵׂה לְמַֽעַן שְׁמֶֽךָ וְקַדֵשׁ אֶת שִׁמְךָ עַל מַקְדִּישֵׁי שְׁמֶֽךָ בַּעֲבוּר כְּבוֹד שִׁמְךָ הַנַּעֲרָץ וְהַנִּקְדָּשׁ כְּסוֹד שִֽׂיחַ שַׂרְפֵי קֹֽדֶשׁ הַמַּקְדִּישִׁים שִׁמְךָ בַּקֹּֽדֶשׁ דָּרֵי מַעְלָה עִם דָּֽרֵי מַֽטָּה קוראי......
חמול
חֲמוֹל עַל מַעֲשֶֽׂיךָ וְתִשְׂמַח בְּמַעֲשֶֽׂיךָ וְיֹאמְרוּ לְךָ חוֹסֶֽיךָ בְּצַדֶּקְךָ עֲמוּסֶֽיךָ, תֻּקְדַּשׁ אָדוֹן עַל כָּל מַעֲשֶֽׂיךָ כִּי מַקְדִּישֶֽׁיךָ בִּקְדֻשָּׁתְךָ קִדַּֽשְׁתָּ נָאֶה לְקָדוֹשׁ פְּאֵר מִקְּדוֹשִׁים.
וכול מאמינים
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא אֵל אֱמוּנָה, הַבּוֹחֵן וּבוֹדֵק גִּנְזֵי נִסְתָּרוֹת וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא בּוֹחֵן כְּלָיוֹת, הַגּוֹאֵל מִמָּוֶת וּפוֹדֶה מִשַּֽׁחַת. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא גּוֹאֵל חָזָק, הַדָּן יְחִידִי לְבָאֵי עוֹלָם. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא דַּיַּן אֱמֶת, הֶהָגוּי בְּאֶהְיֶה אֲשֶׁר אֶהְיֶה. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא הָיָה וְהֹוֶה וְיִהְיֶה, הַוַּדַּאי שְׁמוֹ כֵּן תְּהִלָּתוֹ. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא וְאֵין בִּלְתּוֹ, הַזּוֹכֵר לְמַזְכִּירָיו טוֹבוֹת זִכְרוֹנוֹת. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא זוכֵר הַבְּרִית, הַחוֹתֵךְ חַיִּים לְכָל חָי. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם, הַטּוֹב, וּמֵטִיב לָרָעִים וְלַטּוֹבִים. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא טוֹב לַכֹּל, הַיּוֹדֵעַ יֵצֶר כָּל יְצוּרִים. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא יוֹצְרָם בַּבָּֽטֶן, הַכֹּל יָכוֹל וְכוֹלְלָם יָחַד. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא כֹּל יָכוֹל, הַלָּן בְּסֵתֶר בְּצֵל, שַׁדָּי. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא לְבַדּוֹ הוּא, הַמַּמְלִיךְ מְלָכִים וְלוֹ הַמְּלוּכָה. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא מֶֽלֶךְ עוֹלָם, הַנּוֹהֵג בְּחַסְדּוֹ כָּל דּוֹר. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא נוֹצֵר חָֽסֶד, הַסּוֹבֵל וּמַעְלִים עַֽיִן מִסּוֹרְרִים. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא סוֹלֵֽחַ סֶֽלָה, הָעֶלְיוֹן וְעֵינוֹ אֶל יְרֵאָיו. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא עֽוֹנֶה לָֽחַשׁ, הַפּוֹתֵחַ שַֽׁעַר לְדוֹפְקֵי בִּתְשׁוּבָה. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא פְּתוּחָה יָדוֹ, הַצּוֹפֶה לָרָשָׁע וְחָפֵץ בְּהִצָּדְקוֹ. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא צַדִּיק וְיָשָׁר הַקְּצַר בְּזַֽעַם וּמַאֲרִיךְ אַף. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא קָשֶׁה לִכְעוֹס, הָרַחוּם, וּמַקְדִּים רַחֲמִים לְרֹֽגֶז. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא רַךְ לִרְצוֹת, הַשָּׁוֶה וּמַשְׁוֶה קָטֹן וְגָדוֹל. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא שֽׁוֹפֵט צֶֽדֶק, הַתָּם וּמִתַּמֵּם עִם תְּמִימִים. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא תָּמִים פָּעֳלוֹ.
לאל עורך דין:
וּבְכֵן לְךָ הַכֹּל יַכְתִּירוּ לְאֵל עוֹרֵךְ דִּין לְבוֹחֵן לְבָבוֹת בְּיוֹם דִּין לְגוֹלֶה עֲמֻקּוֹת בַּדִּין. לְדוֹבֵר מֵישָׁרִים בְּיוֹם דִּין לְהוֹגֶה דֵעוֹת בַּדִּין. לְוָתִיק ועוֹשֶׂה חֶֽסֶד בְּיוֹם דִּין
לְזוֹכֵר בְּרִיתוֹ בַּדִּין. לְחוֹמֵל מַעֲשָׂיו בְּיוֹם דִּין לְטַהֵר חוֹסָיו בַּדִּין. לְיוֹדֵע מַחֲשָׁבוֹת בְּיוֹם דִּין לְכּוֹבֵשׁ כַּעֲסוֹ בַּדִּין. לְלוֹבֵשׁ צְדָקוֹת בְּיוֹם דִּין לְמוֹחֵל עֲוֹנוֹת בַּדִּין. לְנוֹרָא תְהִלּוֹת בְּיוֹם דִּין לְסוֹלֵֽחַ לַעֲמוּסָיו בַּדִּין. לְעוֹנֶה לְקוֹרְאָיו בְּיוֹם דִּין לְפוֹעֵל רַחֲמָיו בַּדִּין. לְצוֹפֶה נִסְתָּרוֹת בְּיוֹם דִּין לְקוֹנֶה עֲבָדָיו בַּדִּין. לְרַחֵם עַמּוֹ בְּיוֹם דִּין לְשׁוֹמֵר אוֹהֲבָיו בַּדִּין. לְתוֹמֵךְ תְּמִימָיו בְּיוֹם דִּין.






בלאזן שופר חודש אלול
אפילו דאס בלאזן שופר פון חודש אלול וועלכע איז בלויז א מנהג האט א געוואלדיגע חשיבות און מען טאהר דאס נישט גרינג האלטן, ווי עס האט דערציילט הרה"צ רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע וואס ער האט דאס געהערט פון הייליגן שינאווער רב זי"ע

אין די צייטן פונ'ם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, זענען אמאל צוויי חברים געגאנגן אינאיינעם שפעט ביינאכט איבער א בריק.

אזוי גייענדיג, באמערקט איינער פון זיי אז דער חבר באגלייט איהם מער נישט, האט ער זיך אפגעשטעלט ווארטן, טראכטנדיג, געוויס האט זיך יענער געדארפט אפשטעלן, און ער וועט איהם שוין נאכקומען.

אבער ווען די צייט האט זיך פארצויגן, און יענער איז נאך אלץ נישט אפירגעקומען האט ער זיך גענומען זוכן אויף אלע זייטן, און שפעטער איז ער אויך אריין אין שטאט מאכן א קול אז אנדערע זאלן זיך אויך באטייליגן אינעם זוכן. ווען עס האט אנגעפאנגן צו טאגן האט מען געהאפט אז יעצט אין די ליכטיגקייט וועט מען איהם זיכער טרעפן.

מען האט געזוכט אין וואסער אינטערן בריקל אויף וועלכן זיי זענען געגאנגן, ווי אויך אין די גאנצע געגנט ארום, אבער מען האט גארנישט געטראפן.
אזוי האט מען זיך צוגעוואוינט צום מצב, זיין פרוי די עגונה האט זיך פון צייט צו צייט געוואנדן צו פארשידענע גוטע אידן זיי זאלן אויף איר מתפלל זיין אז זי זאל טרעפן איר מאן.

מיט יאהרן שפעטער איז זי לויט די עצה פון גוטע פריינט געפארן קיין ליז'ענסק צום הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, און זי האט פאר איהם אויסגעגאסן איר ביטער הארץ. ווי דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט אויסגעהערט איר צובראכן הארץ האט ער אראפגעשריבן א בריוול און ער האט געזאגט פאר די פרוי צו וועלכן וואלד זי זאל גיין מיט'ן בריוו, און ער האט איר אנגעזאגט אז ווען זי וועט דארט זעהן פארביי גיין א חברותא פון מענטשן, זאל זי זיי איבערגעבן דעם בריוו.

זעלבספארשטענליך אז ביי די ערשטע געלעגנהייט האט זי אפגערייזט צום דערמאנטן וואלד, אזוי ווארטנדיג צו באגעגענען די ערשטע פארבייגייענדיגע חברותא, באמערקט זי מיטאמאל ווי עס קומען אקעגן א חברותא פון פריצים און מיליטער לייט וועלכע האבן אנגעווארפן אזא מורא'דיגן פחד, דאס זענען אין אמת'ן געווען רוחות פון די סטרא אחרא רח"ל, אזוי אז זי איז געפאלן אין אוממאכט, און דערפאר האט זי זיי געלאזט פארבייגיין אנדעם זי זאל זיי האבן איבערגעגעבן דעם בריוו.

ווען זי האט זיך געשטארקט און זיי נאכגעגאנגן האט זי געזעהן ווי זיי גייען אריין אין א דערנעבנדיגן פאלאץ. האט זי זיך אראפגעשטעלט אינדרויסן ווארטן צו האבן די מעגליכקייט איבערצוגעבן דעם בריוו, מיטאמאל קומט איינער ארויס און אויף זיין פראגע וואס זי וויל האט זי איהם איבערגעגבן דעם בריוו.

ווי יענער איז אריין מיטן בריוו האט זיך ארויסגעהערט פארווארפן: "וואס מישט ער זיך שטענדיג אריין אין אונזערע געשעפטן? שוין ווייטער זאגט ער אונז דעות! זאל ער זיך אפלאזן פון אונז!" מיינענדיג דעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.

וואס האבן מיר צו טוהן, האבן זיי געפרעגט דארפן מיר זיך רעכענען מיטן בריוו צו נישט?

יא! - איז געווען דער ענטפער פונעם עלטסטן צווישן זיי מיר האבן נישט קיין ברירה, און מיר דארפן אויספאלגן זיין בריוו.

אויף דעם האט זיך געעפנט די טיר און זיי האבן ארויסגעווארפן איר מאן, וועלכער איז גארנישט געווען צו דערקענען, ער איז געווען שמוציג און באוואקסן און ניטאמאל געקענט רעדן.

ערשט ווען זי האט געדונגן א וואגן איהם אהיימצופירן און נאך עטליכע חדשים זיך אויסרוען, האט ער דערציילט ווי די כוחות האבן איהם רח"ל פארכאפט, און איהם געפייניגט מיט אויסער געווענליכע יסורים, אויסער חודש אלול ווען אידישע קינדער בלאזן שופר, פלעגן זיי א גאנצן חודש ליגן אויף דער ערד ממש ווי נישט קיין לעבעדיגע, הערנדיג דעם קול שופר. נאר אדאנק דעם קול שופר פון דעם חודש "אפילו דאס איז נאר א מנהג", האב איך כאטש אלול געהאט מנוחה.

דער גוי האט אונז געמיינט
הרה"ק ר' משה קאברינער זי"ע האט פארציילט, אז ער איז אמאהל געפארן מיט הרה"ק ר' מנדל מלכוביץ זי"ע אין חודש אלול, און זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין א קרעטשמע, האט ער געטראפן דארט גויים זיצן, האט ער געהערט ווי איינער פון די פריצים רופט זיך אהן, "דער וואס וועט נישט ארבייטן ווי עס דארף צו זיין דער חודש, וועט נישט האבן וואס צו עסן א גאנץ יאהר". האט זיך אנגערופן דער צדיק צו זיינע חסידים און געזאגט "איר הערט וואס ער זאגט"?

די עבירות זענען געווארן מצוות
איין יאהר איז די רבי ר' אלימלך זי"ע, געווען זייער צוטראגן אין די סליחות טעג. פארשטייט זיך אז עס איז פארגעקומען א געפערליכע קטרוג אויף כלל ישראל, עס איז שוין געקומען ערב ראש השנה, און די רבי איז נאך אלץ פארטראכט, אין זיינע געדאנקן, ער האט אפילו נישט געקענט רעדען מיט קיינעם. עס איז שוין געקומען ראש השנה, האט ער שוין כמעט נישט געקענט שטיין אויף די פיס. אזוי האט מען אנגעהויבן דאווענען הודו. אזוי ווי מען איז אנגעקומען צו די ווערטער "פִּתַּֽחְתָּ שַׂקִּי וַתְּאַזְּרֵֽנִי שִׂמְחָה" האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און אנגעהויבן צו טאנצן, און אזוי האט מען ווייטער געדאווענט מיט שמחה, אויך די צווייטע טאג איז צוגעגאנגן די דאווענען מיט א מורא'דיגע שמחה. ביים טיש פון די צווייטע טאג האט די רבי געהייסן די חסידים טרינקן לחיים, און ער האט אנגעהויבן דערציילן אזוי: גאנץ חודש אלול האט די שטן געהאלטן אין איין ברענגן זעק מיט עבירות, און ביי סליחות האב איך געזעהן אז עס איז גארנישט ווייניגער געווארן, און אזוי אויך ראש השנה. אזוי ווי מען האט שוין געהאלטן ביים משפט'ן האט מען אויפגעמאכט די אלע זעקלעך מיט עבירות, און צום ערשטוינונג, זענען זיי אלע געווען אנגעפילט מיט מצוות. האט דער שטן געטענה'ט אז "איינער האט צוגע'גנב'עט די עבירות", האט דער אייבערשטער געענפערט, די גמרא זאגט דאך אז העושה תשובה מאהבה, זדונות נעשה לו כזכיות, דאס הייסט אז אויב מען טוט תשובה מאהבה, ווערן פון די עבירות, מצוות. און אזוי ווי די יודען האבן תשובה געטוהן מאהבה, זענען זייערע עבירות געווארן מצוות, און וועגן דעם האט זיך איבערגעביטן די זעק פון עבירות צו מצוות. דאס איז געווען דער גרויסע פרייד ביים דאווענען, און ער האט געטייטשט דעם פסוק אזוי "פִּתַּֽחְתָּ שַׂקִּי" ווען מען האט אויפגעמאכט דעם זאק, וַתְּאַזְּרֵֽנִי שִׂמְחָה" איז געווארן א פרייד.

תקיעת שופר אויף א שיף
דער היילגער רבי אלעזר רוקח מאמסטרדאם זצ"ל איז געפארן קיין ארץ ישראל אין יאהר ת"ק לפ"ק. זייענדיג א לענגערע צייט אויף די שיף איז ער אויך געווען אויף דעם שיף ראש השנה. אינמיטן די נאכט פון ראש השנה, איז געווארן זייער א גרויסע שטורעם אין די ים, עד כדי כך, אז עס איז געווארן א לאך אין'ם שיף און עס האט אנגעהויבן אריינצוקומען די וואסער אין שיף. די אלע גוים זענען געווען פארנומען, עטליכע ארויסצושעפן די וואסער פון שיף, און אנדערע צו פראבירן צו פארשטאפן די לעכער. אבער ר' אלעזר זי"ע איז געווען פארנומען אין זיין הייליגע עבודה. אזוי ווי עס איז געווארן זייער ערנסט די מצב, זענען די תלמידים געגאנגן צום רבי'ן און איהם פארציילט די מצב פון'ם שיף, אז די שיף האלט זיך שוין ביים איינזונקן. אזוי ווי די רבי האט דאס געהערט, האט ער זיך אנגערופן, "שנעל שנעל" גרייט אייך צו, אז אזוי ווי עס וועט ווערן טאג זאל מען קענען בלאזן שופר און נאך מקיים זיין די מצוות התורה פון תקיעת שופר. אזוי ווי עס האט זיך געטאגט, האט זיך די רבי גענומען בלאזן, כדי מקיים צו זיין די מצוה פון תקיעת שופר. אזוי ווי ער האט געענדיגט בלאזן האט זיך די וואסער אפגעשטעלט און מ'האט געקענט פארשטאפן די לעכער פון'ם שיף, און זיי זענען אלע געראטעוועט געווארן.

דער רבי ר' בונם פון פשיסחא זי"ע, האט צוגעלייגט צו דער מעשה אזוי: "איך בין זיכער אז ר' אלעזר האט נישט געטראכט דורכ'ן בלאזן שופר צו אפשטעלן דעם ים, ער האט נאר געוואלט אריינכאפן נאך א מצוה ווילאנג ער לעבט, נאר די זכות פונ'ם מצוה איז זיי בייגעשטאנען און זיי געראטעוועט".

ער האט שוין א הרהור תשובה
עס איז אמאהל געווען א יוד וואס האט אריינגענומען זיין זון ביי זיך אין'ם געשעפט. ווי באקאנט, קען מען אין א געשעפט אנטרעפן פארשידענע מענטשן, און צווישן זיי אזעלכע וואס זענען נישט אזוי ערליך. מיט די צייט האט דער זון אנגעטראפן שלעכטע חבירים און אזוי איז ער אוועק פונ'ם אידישע וועג. פארשטייט זיך אז דער טאטע האט דערפון געהאט זייער אסאך עגמת נפש. דער טאטע איז איהם זייער דערגאנגן די יאהרן אז ער זאל זיך צוריק קערן צום יודישן וועג, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, אזוי לאנג ביז דער קינד האט זיך שוין גארנישט געוואלט צוהערן צום טאטן. מיט א ביטער געוויין איז די טאטע געגאנגן צום הייליגער רבי יעקב יצחק די יוד הקדוש פון פשיסכע זי"ע, און פארציילט זיין ביטערן צושטאנד. די רבי האט איהם געענפערט, "געב נאך פאר'ן קינד וואס ער וויל נאר, אבער צוקריג זיך נישט מיט'ן קינד, כדי אז דו זאלסט קענען פועל'ן ביי איהם אז ער זאל מיטקומען מיט דיר דא אהער צו מיר דער קומענדיגע ראש השנה". אזוי איז טאקע געווען ער איז געקומען מיט'ן קינד ראש השנה צום הייליגער רבי יעקב יצחק פון פשיסכע זי"ע, אזוי ווי דער רבי האט אנגעהויבן דאווענען איז אריין אין דעם קינד א מורא'דיגע הרהור תשובה, און ער איז געווארן זייער א ערליכער יוד.

דער רבי איז משפיע פרנסה
דער היילגער לובלינער זי"ע האט אמאל ראש השנה אויפ'ן וועג גייענדיג צו די תקיעות געטראפן דעם בדחן, האט דער בדחן געפרעגט דעם רבי'ן "וואס גייט דער רבי בלאזן" האט דער רבי געענפערט "וואס די וועסט מיר הייסן וועל איך בלאזן" האט דער בדחן געבעטן "זאל דער רבי בלאזן גרויסע פעסער, אנגעפילט מיט גאלדענע רענדלעך" האט דער הייליגע לובלינער זי"ע געזאגט, אויב אזוי וועל איך טאקע אזוי טוהן. יענער יאהר איז געווארן א גרויסע שפע פון פרנסה.

ער וויל נאר קענען די כוונות
דער הייליגע רבי פון לובלין זי"ע, האט איין יאהר מכבד געווען דעם רבי'ן פון פשיסחא צו בלאזן שופר, מיינענדיג אז וויבאלד בלאזן שופר איז א "חכמה ואינה מלאכה" און דער הייליגער רבי פון פשיסחא איז געווען גאר א גרויסע חכם וגדול, האט ער געהלטן אז ער איז זייער פאסיג צו זיין דער בעל תוקע. ראש השנה פאר די תקיעות האט איהם דער הייליגער רבי פון לובלין אויסגעלערנט די סודות און די עניני התקיעות. אזוי ווי מען איז אריין אין בית המדרש, האט איהם דער רבי פון פשיסחא געזאגט אז ער האט קיינמאהל אין זיין לעבן נאכנישט געבלאזן מיט א שופר, האט דער רבי פון לובלין געפרעגט, אויב אזוי פארוואס האסטו מסכים געווען צו בלאזן? האט ער איהם געענפערט אז ער האט זיך דאס אויסגעלערנט פון משה רבינו. דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אז ער זאל גיין ארויסנעמען די יודען פון מצרים, האט משה געזאגט, "כי יאמרו לי מה שמו מה אומר אליכם" האט דער אייבערשטער איהם אויסגעזאגט זיין נאמן, און אזוי ווי ער האט זיך אויסגעלערנט די נאמען פון דעם אייבערשטן, האט ער געזאגט אז ער קען נישט רעדען. איך האב אויך אזוי געטוהן, קודם האב איך געוואלט וויסן די סודות תקיעת שופר, יעצט אבער זאג איך, אז איך ווייס נישט ווי אזוי מען בלאזט. און ער האט טאקע נישט געבלאזן.

אשר לו הים והוא עשהו
אין די צייטן פון פאר דעם ערשטן וועלט'ס קריג, ווען רוסלאנד און דייטשלאנד האבן זיך ארום געקריגט וועמען עס געהערט עפעס א געוויסער ים, האט מען דערציילט פאר הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע וועגן די קריגעריי. האט זיך דער רבי אנגערופן, מיט דעם ניגון פון ימים נוראים: "די רוסן זאגן אז די ים געהערט פאר זיי, און די דייטשן זאגן אז די ים געהערט פאר זיי. אבער מיין יאסעלע (ר' יוסף קראקאוויצער ז"ל, בעל תפילה אין בעלזא) זאגט: "אשר לו הים והוא עשהו, ויבשת ידיו יצרו", דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און עס געהערט צו איהם".

סליחות מיט לעקאך און ברוינפן
עס איז שוין שפעט ערב ראש השנה פארטאגס, און דער הייליגער בארדיטשעווער איז נאך נישט אריין געקומען צו סליחות. א וויילע שפעטער קומט ער אריין מיט א פלעשל ברוינפן מיט לעקאך אין האנט. נאכן דאווענען האט ער דערציילט, אז עס איז געווען א גרויסע קטרוג אין הימל, בין איך ארויס זייער פרי פון שטוב, מיט לעקאך און ברוינפן, און געטראפן א יודיש יונגעל, און איהם געפרעגט, ווילסטו אביסעל לעקאך און ברוינפן? איז ער קודם געגאנגן און געוואשן די הענט, געזאגט ברכות התורה, און נאכדעם געמאכט א שיינע ברכה, און געגעסן. נאכדעם בין איך ווייטער געגאנגן און געטראפן א גוישע קינד, און איהם געפרעגט די זעלבע, און פארשטייט זיך ער האט דאס זאפארט אויפגעגעסן, נישט געוואשן, נישט ברכות וכדו'. נאכדעם האב איך געזאגט: "רבונו של עולם, קוק א חילוק צווישן א יוד און א גוי" און אזוי האב איך געקענט מבטל זיין די שלעכטע גזירה.

בלאז ווייטער, איך וויל אויך הערן
עס האט פאסירט אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה, ווען אפאהר יודען האבן געטראפן א שופר. ראש השנה זענען זיי אויפגעשטאנען זייער פרי, כדי קיינער זאל זיי נישט באמערקן בלאזן שופר. אינמיטן פונ'ם בלאזן קומט אריין איינער פון די הויפט אפיצירן, האבן זיי זיך זייער דערשראקן און שנעל באהאלטן דעם שופר. רופט זיך אהן די גרויסע אפיציר, "איך בין אויך א יוד, בלאז ווייטער איך וויל כאטש הערן 30 קולות".

א צובראכען הארץ
דער בעל שם טוב זי"ע האט פאר ראש השנה געלערנט מיט רבי וואלף קיצעס זי"ע (וואס ער איז געווען זיין בעל תוקע), די כוונות וואס מען דארף אינזין האבן ביי תקיעת שופר. ער האט איהם אויפגעשריבן אויף א צעטל אלע כוונות. ווען עס איז אנגעקומען דער צייט פון תקיעת שופר, האט ער נישט געקענט טרעפן דעם צעטל, ווען ער איז געגאנען בלאזן איז ער געווען זייער צוטראגן פאר דעם וואס ער האט נישט פינקטלעך געדענקט די כוונות פון די תקיעות. נאכען דאווענען האט איהם דער בעש"ט זי"ע געזאגט "די כוונות זענען אזוי ווי שליסלעך וואס עפענען די טויערן פון הימל. אבער עס געשעהט אסאך מאהל וואס די שלעסער ווערן פארשטאפט און פארקלעבט און מ'קען זיי נישט עפענען. אבער א צובראכען הארץ איז אזוי ווי א אייזערנע האק וואס קען עפענען אלע שלעסער און שפאלטן אלע שטארקע טויערן"! ממילא אז דו ביסט געווען צובראכען איז דאס פיל שטערקער ווי די כוונות.

לקונה עבדיו בדין
מיר ווייסן דאך אז די הייליגע בארדיטשוב'ע רב זי"ע פלעגט אייביג מלמד זכות זיין פאר כלל ישראל. עס האט אמאהל פאסירט ראש השנה האט דער בארדיטשעווער רב געזעהן ווי דער שטן ברענגט גאנצע פעק און זעק מיט עבירות פון כלל ישראל, ווען דער שטן איז אוועק ברענגן נאך, האט דער הייליגער בארדיטשובער באמערקט אז אויף די רעכטע זייט איז דער גן עדן, און אויף די לינקע זייט איז דער גהינום, איז דער הייליגער בארדיטשובער געגאנגן און ער האט אריינגעווארפן אלע עבירות און דעם פייער פון'ם גהינום און זיי אלע פאברענט. און אזוי כסדר, ווען דער שטן האט געברענגט נאך פעק, האט זיי דער רבי פון בארדיטשוב פאברענט אין פייער פון'ם גהינום.

נאך זייער אסאך מאהל האט דער שטן באמערקט, אז עס זאמעלט זיך גארנישט אהן. ווי ער האט באמערקט דעם בארדיטשוב'ע דארט שטיין, האט ער זיך באלד געכאפט וואס דא גייט פאהר, האט דער שטן געזאגט צום רבונו של עולם. "רבונו של עולם, א גנב דארף דאך באצאלן כפל, און אויב ער האט נישט, שטייט דאך "ונמכר בגניבתו, ער דארף זיך יעצט לאזן פארקויפן, איך וויל איהם אפקויפן, פאר א קנעכט", האט דער אייבערשטער געענפערט, אלעס געהערט דאך פאר מיר, ממילא קויף איך איהם פאר א קנעכט. מיט דעם קען מען טייטשן "לקונה עבדיו בדין," דער באשעפער האט אפגעקויפט דעם הייליגע בארדיטשעווער רב אין'ם יום הדין. אזוי איז כלל ישראל געראטעוועט געווארן יענעם יאהר פונ'ם שטן.

אסאך יצחק'לעך
דער הייליגער ישמח משה האט אמאהל פאר תקיעת שופר, צוזאמען גערופן אלע קינדער פון שוהל לעבן ארון הקודש, און זיי געפרעגט, "זענט איר אלע מסכים צו פארברענט ווערן אויף קידוש השם" און אלע האבן הויך געענפערט, "יא", האט זיך דער היילגער ישמח משה אויסגעדרייט צום ארון הקודש, און געזאגט, רבונו של עולם, טויזענטער יאהרן שטייען שוין כלל ישראל און שרייען "ועקידת יצחק היום ברחמים תזכור" דא האסטו הונדרעטער אזעלכע יצחק'לעך וואס זענען זיך גרייט מקריב צו זיין פאר דיר. און מיט דעם כוונה איז ער צוגעגאנגן צו תקיעת שופר.

ובכן תן פחדך
אין די שטאט אניפאלי, דער שטאט ווי די הייליגער רבי ר' זושא האט געוואונט האט אמאהל פאסירט אז עס איז פארלוירן געווארן זייער אסאך געלט פון די שאץ קאמערן פון'ם גראף. דער גלח וואס האט זייער פיינט געהאט די יודען האט איינגערעדט דעם גראף אז וויבאלד דער גראף האט אמהל געהאט יודישע ארבייטער, איז זיכער אז די יודען האבן דאס געגנב'עט.

באלד האט ער געלאזט רופן די דריי ראשי הקהילה און זיי געווארענט אז אויב מען וועט נישט טרעפן דער גנב וועט מען פארטרייבן אלע יודען פון'ם שטאט אניפאלי.

באלד זענען זיי אריינגעגאנגן צום הייליגע רבי'ן און פארציילט זייער ביטע. די רבי האט זיך פון גארנישט דערשראקן, ער האט באלד געשיקט איינער פון זיינע חסידים, און געהייסן זאגן פאר'ן גראף, אז ער זאל ווארטן א יאהר, און ער וועט טרעפן דער גנב, און אז נישט וועט ער אליינ'ס באצאלן דער גניבה.

צום יאהר האט די רבי ר' זושא זי"ע געהייסן, אז דער גראף זאל צוזאמען רופן ביי איהם אין פאלאץ, אלע זיינע ארבייטער.

ווען די הייליגע רבי איז אריין געקומען, האט ער באלד געזאגט, "דא פעלט איינער", מען האט נאכגעזוכט, און טאקע באמערקט אז דער גוי וואס רייניגט דער שטאל פון די פערד איז נישט דא.

אזוי ווי דער גוי איז אריין, האט די הייליגע רבי אנגעהויבן דאווענען די שמונה עשרה פון ראש השנה, אזוי ווי ער איז אנגעקומען צו די ווערטער "ובכן תן פחדך" איז געפאלן אויף יענעם גוי א מורא'דיגן פחד, און ער איז באלד געפאלן צו די פיס פונ'ם רבי'ן, און געזאגט, "ראבינער, איך בעט דיר, הער אויף צו זאגן די ווערטער, ווייל נאך אביסעל און איך שטארב" און אזוי איז מען געוואהר געווארן אז דער גוי איז גאהר געווען דער גנב, און אזוי זענען אלע יודען געראטעוועט געווארן.
* * *
אויך איז דא א ענדליכע מעשה מיט'ן הייליגן רבי ר' זושא, אז עס איז אריין ביי איהם אין שטאט א מיליטער אויף מלחמה, איז מען באלד געלאפן דערציילן דער רבי. האט דער רבי אויפגעמאכט דער פענסטער אין ארויסגעשריגן פון פענסטער דריי מאהל "ובכן תן פחדך" און עס איז אויף זיי געפאלן א מורא'דיגע פחד און זיי זענען אלע אנטלאפן.

א גאנץ יאהר א בעל תוקע
א חסיד וואס מען האט אויפגענומען אלץ "בעל תוקע" אין א געוויסע שטאט, איז געקומען פרעגן אן עצה פון הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע וואס ער זאל טוהן. ווייל צום ערשט פילט ער אז ער איז נישט פאסיג צו זיין א "בעל תוקע", און צווייטענס פארשטייט ער נישט די אלע כוונות וואס ווערן געברענגט אין ספרים הקדושים וואס מען דארף אינזין האבן ביים בלאזן שופר. האט איהם דער בעלזא רב זי"ע געענטפערט: "דו זאלסט בלויז אינזינען האבן צוויי כוונות, איין כוונה ביים בלאזן שופר, און איין כוונה א גאנץ יאהר. ביים בלאזן שופר זאלסטו אינזין האבן אז די תורה האט באפוילן צו בלאזן שופר. און א גאנצע יאהר זאלסטו גוט געדענקן און אינזין האבן, אז דו ביסט א "בעל תוקע" ראש השנה".

עס איז נאר געבליבן דריי
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט דערציילט, אז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע ווען ער איז געווען ביים הייליגן רבי ר' בער זי"ע, איז אליהו הנביא צו אים געקומען (צום רבי ר' אלימלך) און דערציילט אז דער וועלט שטייט אויף די תפלות פון דריי צדיקים, וואס זענען, ער אליינס, (דער רבי ר' אלימלך) און זיין ברודער דער רבי ר' זושא, און אויך דער רבי ר' שמעלקא. האט זיך דער רבי ר' אלימלך זייער שטארק געוואונדערט פארוואס אליהו הנביא האט נישט אויסגערעכנט די תפלות פון זיין רבין דער רבי ר' בער זי"ע, אבער שפעטער אין יענעם יאהר י"ט כסלו איז דער רבי ר' בער נסתלק געווארן, האט ער שוין פארשטאנען פארוואס אליהו הנביא האט אים נישט אויסגערעכענט.

א פארלאנג אויף משיח
אמאהל אין דעם ערשטן טאג ראש השנה ווען דער רבי ר' שמעלקא פון ניקלישבורג זי"ע איז אריין געקומען אין בית המדרש צו די תקיעות, האט ארום גענומען דעם גאנצן "עולם" א גרויס התעוררות און אלע האבן אויסגעבראכן אין א געוויין. און מיט דעם התעוררות האבן זיי אויך געדאווענט מוסף. אין דעם צווייטן טאג האט זיך דאס זעלבע איבער גע'חזר'ט, אז באלד ווען דער צדיק איז אריין געקומען האבן זיי אויסגעבראכן אין א געוויין. האט זיך דער צדיק אנגערופן: "עס שטייט אין פסוק (שמואל א' כ-כז) : "מדוע לא בא בן ישי גם תמול גם היום אל הלחם" (פארוואס איז בן ישי נישט געקומען היינט און נעכטן צו די סעודה). - קען מען מרמז זיין, אז דער פסוק פרעגט: "מדוע לא בא בן ישי" - פארוואס איז משיח נאך נישט געקומען, נאך דעם וואס עס איז געווען אזא גרויסע התעוררות? דער תירוץ איז: "גם תמול גם היום" - סיי נעכטן און סיי היינט: "אל הלחם" - דאווענט מען נאר פאר ברויט, מ'האט נאר אינזין די אייגענע פרנסה און געברויך. מ'האט גארנישט קיין צער פארוואס די גלות דויערט אזוי לאנג, און מען פארלאנגט גארנישט פון באשעפער אז משיח זאל קומען"!!!

די רבי'ס עבירות
עס ווערט דערציילט, אז איינמאהל איז דער ראפשיצער רב זי"ע געווען אויף ראש השנה ביים רבין פון לובלין זי"ע. ווען דער רבי פון לובלין איז צוריק געקומען פון תשליך, האט ער באגעגענט דעם ראפשיצער רב ווי ער לויפט. האט ער איהם געפרעגט: "ווי אהין לויפסט דו?" האט דער ראפשיצער רב געענטפערט: "איך גיי צוזאמען קלויבן די עבירות וואס דער רבי האט אריין געווארפן אין טייך, ווייל וואס ביים רבי'ן איז אן עבירה, זענען ביי אנדערע מענטשן מצוות.

סיפורי תשובה
שטייט אין ספר זכרון לראשונים אז אמאל ראש חודש אלול איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געשטאנען ביים פענסטער און פונקט איז דעמאלט אריבער געגאנגן א שוסטער א גוי, וועלכער פלעגט זיך ארומדרייען איבער די הייזער זיך אנצוטראגן צו פארעכטן שיך. זעענדיג דעם קדושת לוי ביים פענסטער, איז דער שוסטער צוגעגאנגן צו איהם און געפרעגט, איר האט גארנישט וואס צו פאררעכטן. הערענדיג די דאזיגע ווערטער, האט זיך דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע זיך זייער צעוויינט, און האט זיך געזעצט אויף די ערד און געזטגט: "וויי איז צו מיר, עס דערנענטערן זיך די ימי הדין, און איך האב נאך גארנישט פארראכטן, נישט אומזיסט האט דער גוי מיך געפרעגט צו איך האב עפעס צו פאררעכטן, ער איז מסתמא א שליח פון הימל מיך צו דערמאנען אז איך האב אסאך וואס צו מתקן זיין".

הרה"ק ר' משה קאברינער זצ"ל האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געשפילט מיט זיינע חבירים אינדרויסן אויף דער גאס. האט איהם זיין שוועסטער אנגעשריגן: "משה'לע" היינט שפילסטו דיך אויך, היינט איז דאך ראש חודש אלול, אפילו די פיש אין וואסער ציטערן היינט, און דו שפילסט זיך אזוי רואיג" הערענדיג די ווערטער פון זיין שוועסטער, האט איהם אנגעכאפט א ציטערניש. ער האט געזאגט אז נאך היינט ווען עס קומט ראש חודש אלול דערמאן איך זיך פון איר געשריי, און עס כאפט מיר אהן א שרעק.



מיט בערך 900 יאהר צוריק, אין דער שטאט "מגנצא" אין דייטשלאנד, האט געוואוינט א גרויסע צדיק, מיט'ן נאמען "רבי אמנון".

רבי אמנון איז געווען א גרויסע עושר, און אויך זייער א קלוגע מענטש, מיט א שיין געשטאלט, אזוי ארום איז ער געווארן א מקורב למלכות, און צוליב דעם האבן די יודען געהאט אסאך טובות.

טראץ דעם וואס דער מלך האט זייער ליב געהאט רבי אמנון, דאך האט ער נישט געקענט פארטראגן אז ער איז א יוד. ער האט כסדר גערעדט צו איהם און פארגעלייגט, אז ער זאל זיך שמד'ן, אבער, רבי אמנון פלעגט איהם ענטפערן "אלעס קען איך דיר טוהן, אבער דאס נישט".

איין מאהל האט דער קעניג געלאזט רופן רבי אמנון און איהם געזאגט "הער זיך צו רבי אמנון, שוין יאהרן וואס איך בעט דיר אז דו זאלסט זיך שמד'ן און איך האב גארנישט געפועל'ט ביי דיר, יעצט וויל איך שוין פון גארנישט הערן, איך גיב דיר איינס פון צוויי ברירות. וועסטו זיך שמד'ן, איז גוט, און איך וועל דיר מאכען פאר'ן גרעסטן האר אין מיין פאלאץ, און אויב נישט וויל איך דיר מער נישט דא זעהן, און אויך די יודען וועל איך פארטרייבן פון מיין לאנד".

רבי אמנון איז געווארן פארציטערט, נישט ווייל ער האט געוואלט בלייבן אינ'ם פאלאץ, פונקט פאקערט, ער איז געווען זייער צופרידען צו פארלאזן דעם פאלאץ, און קענען זיצן און לערנען, ווי איידער פאברענגן די צייט מיט'ן קעניג, אבער ער האט געטראכט ווי אזוי קען ער דאס טוהן פאר זיינע טייערע ברידער, אז זיי זאלן ווערן ארויסגעווארפן פון דעם לאנד.

נאך אפאהר מינוט טראכטענדיג, האט רבי אמנון געענפערט, "געב מיר דריי טעג איבערצוטראכטן", און דער קעניג האט מסכים געווען.

אזוי ארויסגייענדיג פון'ם פאלאץ איז רבי אמנון געווארן זייער צובראכען, און ער האט זייער חרטה געהאט פארוואס ער האט נישט געענטפערט מיט א שטארקייט, אז ער וועט בשום אופן נישט אוועקגיין פון די אמת'ער אמונה.

די גאנצע דריי טעג האט רבי אמנון געפאסט און געוויינט און געבעטן די אייבערשטער אז ער זאל איהם מוחל זיין פאר זיין ענטפער.

ווען עס איז געקומען די דריטע טאג, האט רבי אמנון באשלאסן אז ער גייט נישט צום קעניג. אזוי ווי דער קעניג האט געזעהן אז רבי אמנון קומט נישט, איז ער געווארן מלא כעס, און האט געשיקט באוואפענטע סאלדאטן זאלן איהם ברענגן געבונדען אין קייטן.

ווען מען האט געברענגט רבי אמנון אין פאלאץ, האט די קעניג אויסגערופן און געשריגן "ביסטו גרייט זיך צו שמד'ן? פארוואס ביסטו נישט געקומען צום באשטימטער צייט? אויב אבער וועסטו זיך שמד'ן וועל איך דיר מוחל זיין".

האט רבי אמנון געענטפערט מיט א שטאלצקייט "ניין! איך וועל מיר קיינמאהל נישט שמד'ן, איך גלייב נאר אין דער בורא עולם".

אויב אזוי, האט דער קעניג געזאגט, "קלויב זיך אליין אויס דיין שטראף, דערפאר וואס דו האסט געזינדיגט קעגן מיר".

האט רבי אמנון געענפערט "ניין! נישט קעגן דיר האב איך געזינדיגט, נאר קעגן דעם הייליגן באשעפער האב איך געזינדיגט, וועגן דעם בעט איך דיר אז דו זאלסט אפשניידען מיין צונג, ווייל מיט'ן צונג האב איך דיר געבעטן אז דו זאלסט ווארטן דריי טעג, און איך האב דיר נישט באלד געזאגט אז איך וועל מיך קיינמאל נישט שמד'ן".

האט דער קעניג באלד געזאגט "ניין ! דאס נישט, נאר דיינע פיס וועל איך אפשניידען ווייל זיי זענען נישט געקומען צום באשטימטער צייט, און אויך דיינע הענט וועל איך אפשניידען ווייל זיי האבן נישט געוויזן קיין צייכן פון שמד".

דער ברוטאלער קעניג האט באלד באפוילן זיינע קנעכט אז זיי זאלן אזוי טוהן. זיי האבן טאקע אזוי געטוהן, און כסדר אינמיטן שניידען האט מען איהם געפרעגט, "ווילסטו אננעמען אונזער גלויבונג, לאזט מען דיר אפ" אבער רבי אמנון האט ווייטער געזאגט מיט א שטארקייט, "ניין, חס ושלום, קיינמאהל וועל איך נישט פארלאזן די ריכטיגע גלויבונג, אפילו מען וועט מיר אנטוהן די ערגסטע יסורים" און אזוי האבן זיי ווייטער געשניטן נאך און נאך, און רבי אמנון האט מקבל געווען זיין עונש באהבה.

נאכדעם האט מען גענומען די אלע שטיקלעך און זיי צוריק געשטעלט אויפ'ן בעט, דארט ווי רבי אמנון איז געלעגן. און אזוי האט מען איהם אהיימגעפירט.

עס איז דעמאלס געווען עטליכע טעג פאר ראש השנה, און ער איז אזוי געלעגן מיט יסורים אין די היים.

ווען עס איז געקומען ראש השנה האט רבי אמנון געבעטן אז מען זאל איהם אריינפירן אין שוהל אריין, און אוועקשטעלן לעבן דעם חזן.

ווען מען האט איהם אריינגעפירט אין שוהל האט מען דעמאלס געהאלטן פאר כתר פון מוסף. אזוי ווי מען האט אריינגעפירט רבי אמנון און שוהל, א צובלוטיגטע, זענען אלע דערציטערט געווארן, עס איז זיי געפאלן א גרויסע פחד ומורא, און עס האט געהערשט א שטילקייט.

אין די שטילקייט האט מען נישט געהערט נאר רבי אמנון'ס שטימע. ער האט אנגעהויבן מיט די תפלה "ונתנה תוקף" וואס ער האט דעמאלס מחבר געווען. ווען ער האט געענדיגט, האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה.

נאך ראש השנה איז רבי אמנון געקומען אין חלום צו זיין תלמיד ר' קלונימוס בן ר' משולם און ער האט איהם אויסגעלערנט די תפלה "ונתנה תוקף", ער האט איהם געבעטן אז ער זאל ארומשיקן דער תפלה אין אלע לענדער פאר אן אייביגע זכרון.

פון דעמאלט אהן זאגן די אידן אין אלע תפוצות די דאזיגע תפילה מיט גרויס כוונה, ראש השנה און יום כיפור, פאר קדושת כתר פון מוסף.


זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן

א כתיבה וחתימה טובה
און א גוט געבענטשט יאהר



בעהשי"ת
ניגון היום הרת עולם - ביודיש


הַיּוֹם הֲרַת עוֹלָם היינט איז געוועהן, דער באשאפונג פונ'ם וועלט,
הַיּוֹם יַעֲמִיד בַּמִּשְׁפָּט היינט ווערן, צום משפט געשטעלט,
כָּל יְצוּרֵי עוֹלָמִים אלע באשעפענישן, פון דער גאנצע וועלט,
אִם כְּבָנִים ס'ווערט געמשפ'ט באזונדער,
אִם כַּעֲבָדִים יעדער מיט רעכט,
אִם כְּבָנִים אדער ווי קינדער,
אִם כַּעֲבָדִים אדער ווי קנעכט,

אִם כְּבָנִים אויב דו וועסט אונז משפט'ן, ווי אן אייגן קינד,
רַחֲמֵֽנוּ האב רחמנות, אויף אונז אצינד,
כְּרַחֵם אָב עַל בָּנִים ווי א טאטע האט רחמנות, אויף זיין איינציג קינד,

וְאִם כַּעֲבָדִים און אויב ווי קנעכט, זענען מיר,
עֵינֵינוּ לְךָ תְלוּיוֹת טוען אונזערע אויגן, האפן צו דיר,
עַד שֶׁתְּחָנֵּנוּ צו באקומען ליבשאפט, אהן קיין שיעור,

וְתוֹצִיא כָאוֹר געבן פאר אונז חן,
מִשְׁפָּטֵֽנוּ ארויסגעבן דעם משפט ריין,
אָיוֹם קָדוֹשׁ אוי באשעפער דער פארכטיגער.

וְתוֹצִיא כָאוֹר געבן פאר אונז חן,
מִשְׁפָּטֵֽנוּ ארויסגעבן דעם משפט ריין,
אָיוֹם קָדוֹשׁ אוי באשעפר דער הייליגער.


ניגון ונתנה תוקף - ביודיש
ע"י הר"ר שמואל לורנס שליט"א (אביסל פארענדערט פאר אן עלטערע קלאס)
1 וּנְתַנֶּה תֹּקֶף און מיר וועלן פארציילן די שטארקייט
קְדֻשַּׁת הַיּוֹם, די הייליגקייט פון דעם טאג
1 כִּי הוּא נוֹרָא וְאָיֹם ווייל ער איז פארכטיג און שרעקעדיג
וּבוֹ תִּנָּשֵׂא מַלְכוּתֶךָ. און אין איהם וועט דערהויבן ווערן דיין קעניגרייך
1 וְיִכּוֹן בְּחֶסֶד כִּסְּאֶךָ און עס ווערט אנגעגרייט מיט גענאדע דיין שטוהל
וְתֵשֵׁב עָלָיו בֶּאֱמֶת, און דו זיצט אויף איהם מיט אמת'דיקייט
1 אֱמֶת עס איז אמת
כִּי אַתָּה הוּא דַּיָּן וּמוֹכִיחַ. אז דו ביסט דער דיין און דער באשטראפער
2 וְיוֹדֵעַ און דו ווייסט
וָעֵד און דו ביסט דער עדות
וְכוֹתֵב און דו שרייבסט
וְחוֹתֵם, און דו זיגעלסט
וְסוֹפֵר און דו ציילסט
וּמוֹנֶה און דו רעכענסט
וְתִזְכֹּר און דו געדענקסט
כָּל הַנִּשְׁכָּחוֹת. אלע פארגעסענע זאכן
2 וְתִפְתַּח און דו עפענסט
אֶת סֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת דער ספר פון אלע געדענקענישן
וּמֵאֵלָיו און פון זיך אליין
יִקָּרֵא, ווערט עס געליינט
וְחוֹתֵם יַד און דאס זיגל פון'ם האנט
כָּל אָדָם בּו.ֹ פון יעדען מענטש איז אין דעם
3 וּבַשּׁוֹפָר גָּדוֹל און מיט א גרויסע שופר
יִתָּקַע ווערט געבלאזן אין הימל
וְקוֹל דְּמָמָה דַּקָּה און א שטילע דינע קול
יִשָּׁמַע, ווערט געהערט
3 וּמַלְאָכִים און די מלאכים
יֵחָפֵזוּן טוען זיך איילן
וְחִיל און א שרעקעניש
וּרְעָדָה און א ציטערניש
יֹאחֵזוּן. טוט זיי אנכאפן
1 וְיֹאמְרוּ און זיי זאגן
הִנֵּה יוֹם הַדִּין, אט איז די טאג פון די משפט
1 לִפְקֹד עַל צְבָא מָרוֹם צו קוקן אויף די מיליטער פון הימל
בַּדִּין. אין דעם דין
1 כִּי לֹא יִזְכּוּ בְּעֵינֶיךָ ווייל זיי וועלן נישט גערעכט בלייבן אין דיינע אויגן
בַּדִּין, אין דעם דין
1 וְכֹל בָּאֵי עוֹלַם און אלע וואס קומען אויף די וועלט
יַעֲבְרוּן לְפָנֶיךָ ווערן אריבער געפירט פאר דיר
כִּבְנֵי מְרֹן. אזוי ווי יונגע שאף
2 כְּבַקָּרַת אזוי ווי דאס באקוקן
רוֹעֶה פון א פאסטאך
עֶדְרוֹ, זיין סטאדע שאף
מַעֲבִיר צֹאנוֹ ער טוט אריבער פירן זיין שאף
תַּחַת שִׁבְטוֹ. אונטער זיין ריט
3 כֵּן תַּעֲבִיר אזוי טוסטו אריבער פירן
וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה, און די ציילסט און די רעכענסט
וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ און די געדענקסט דאס זעהל
כָּל חַי פון אלע לעבעדיגע
3 וְתַחְתֹּךְ קִצְבָּה און די שנייסט א באשטימונג
לְכָל בְּרִיוֹתֶיך צו אלע דיינע באשעפענישן
וְתִכְתֹּב און די שרייבסט
אֶת גְּזַר דִּינָם: דער פסק פון זייער דין

א) פארוואס רעכענט זיך שוין די הייליגע טעג פון ט"ו באב ?
ב) וועלכע מנהג ברענגט די מהרי"ל וועגן שרייבן א בריוו אין חודש אלול?
ג) פארוואס איז חודש אלול באשטימט געווארן צו תשובה?
ד) ווען האבן מיר געזעהן אז די פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יו"כ זענען ימי תשובה?
ה) וואס מיינט "אני לדודי ודודי לי"?
ו) אויף וואס איז מרמז די פסוקים וואס די ר"ת איז אלול?
1. א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים:
2. א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י:
3. ומל ה' אלוקיך א'ת ל'בבך ו'את ל'בב זרעך:
ז) וועגן וואס האט מען מתקן געוועהן צו בלאזן ר"ח אלול?
ח) און פארוואס בלאזט מען גאנץ חודש אלול? (2)
ט) אין די קאפיטל לדוד ה' אורי וגו' וואס איז מרמז:
אורי? ישעי? כי יצפננו בסכה? לולא האמנתי?
י) אויב מ'זאגט צעהן קאפיטלך תהילים גאנץ חודש אלול וויפיל קומט דאס אויס?
יא) און אויף וואס איז דאס מרמז?
יב) פארוואס זאגן מיר סליחות לכל הפחות פיהר טעג? (2)
יג) ווען זאגט יעדער סליחות ווען ס'איז נאכט?
יד) ווען מ'שטייט אויף צו סליחות פארטאגס, ווען זאגט מען ברכת התורה?
טו) וועלכע זאך דארף דער בעל תפילה האבן און אויב ער האט דאס נישט קען ער נישט זיין קיין בעל תפלה?
טז) וואסארע טלית זאל דער בעל תפלה אנטוהן צו סליחות? און פארוואס?
יז) פארוואס הייבט מען אהן סליחות מיט "אשרי יושבי"?
יח) וועלעכע שטיקלעך הייבט מען נישט אהן "אלוקינו ואלוקי אבותינו"?
יט) פארוואס זאגט מען "אשמנו" בלשון רבים?
כ) וועלכע פון די סליחות טעג, שטייט מען אויף די פריסטע און מ'זאגט די מערסטע?
כא) פארוואס בלאזט מען נישט שופר ערב ראש השנה? (2)
כב) וואס פיהרט מען זיך צו מאכען ערב ראש השנה מיט א בית דין?
כג) פארוואס דארף'ן מיר זיך וואשן און שערן לכבוד ראש השנה?
כד) קויפן א מעסער ערב ראש השנה אויף וואס איז דאס מרמז?
כה) וואס איז די מזל פון חודש תשרי?
כו) פארוואס משפט דער אייבערשטער די יודען דוקא ראש השנה?
כז) ווער זענען געדענקט געווארן ראש השנה פאר ישועות? (5)
כח) וועלכע נעמען נאך האט ראש השנה? (3)
כט) וועלכע ווארט לייגט מען צו ביי קדיש?
ל) פארוואס זאגט מען "מכל ברכתא" אנשטאט "מן כל ברכתא"?
לא) וואס איז די דין אויב מ'האט פאגעסן צו זאגן "זכרנו לחיים"?
לב) און אויב מ'האט נישט געזאגט "המלך הקדוש"?
לג) און אויב מ'האט נישט געזאגט המלך המשפט?
לד) די קאפיטל "לדוד מזמור לה' הארץ ומלואה" איז א סגולה אויף?
לה) אויב איינער ווערט פלוצליג נתעורר און נעמט זיך וויינען אויף וואס איז דאס א סימן?
לו) וואס מערקט אן די ספר "יושר דברי אמת" וועגן כוונת התפלה?
לז) פארוואס וואונטשט מען לשנה טובה וכו' נאר די ערשטע נאכט?
לח) פארוואס לויט א טייל פוסקים מאכט מען מען נישט קיין "שהחיינו" די צווייטן טאג ראש השנה?
לט) פארוואס עסט מען ראש השנה "רונדיגע חלות" (2)
מ) פארוואס טינקט מען איין אין האניג פון בינען (און נישט פון טייטלן) ?
מא) פארוואס עסט מען א ראש כבש אדער פון א ווידער?
מב) פארוואס עסט מען נישט קיין ניס אין די הייליגע טעג? (2)
מג) וועלכע 5 טעג שטייט מען אויף פריער בהשכמה?
1) ________א ________ 2) ________ ________ב 3) ________ר 4) ________ה 5) ________ם
וואס זאגט ר' יהודה החסיד אויף דער וואס האט אינזינען יעדן ווארט פון "אדון עולם" ?
מד) פארוואס שלאפט מען נישט ראש השנה בייטאג?
מה) וואס איז דער טעם פון תשליך?
מו) ווי אזוי האט ר' יאשי' פארענפערט די פסוק פון "אשרי העם יודעי תרועה"?
מז) וועלכע רמז זאגט דער רמב"ם וועגן תקיעת שופר?
מח) פארוואס בלאזט מען נישט קיין שופר באלד אינדעפרי אזוי ווי אלע מצוות התורה?
מט) מען מעג עסן פאר תקיעת שופר, אדער נישט?
נ) פארוואס דארף דער בעל תוקע אדער דער בעל מקרא זיין א תלמיד חכם?
נא) וואס איז די עיקר כוונה וואס מען דארף האבן ביי תקיעת שופר? (רבי ר' אלימלך)
נב) פארוואס איז א מצוה צו נעמען א שופר של איל?
נג) פארוואס איז א מצוה אז דער שופר זאל זיין איינגעבויגן?
נד) בדיעבד אויב מען האט אויסגערעט נאך דער ברכה פון תקיעת שופר, דארף מען מאכען נאך א ברכה?
נה) אויב ווען מען איז אריינגעקומען אין שוהל, האט מען שוין אנגעהויבן בלאזן די ערשטע תקיעה, דאס הייסט, אז מען האט נישט געהערט די אנהייב פון די תקיעה, אבער מען האט געהערט א "שיעור תקיעה", איז מען יוצא?
נו) אויב ווען מען איז ארויסגעגאנגן פון שוהל, אינמיטן בלאזן די לעצטע תקיעה, דאס הייסט, אז מען האט נישט געהערט די סוף פון די תקיעה, אבער מען האט געהערט א "שיעור תקיעה", איז מען יוצא?
נז) פארוואס זאל מען נישט בלאזן די ערשטע 3 שעות פון טאג?
נח) וואס זאל מען טוהן אויב מען קומט און שוהל און דער חזן האט שוין געמאכט די ברכות שופר ?
נט) פארוואס זענען פרויען פטור פון מצוות תקיעת שופר?
ס) וואס איז די חילוק "לגבי ברכת שופר" צו מען בלאזט פאר א מאן אדער פאר א פרוי?
סא) פארוואס מאכט מען די ברכה "לשמוע" און נישט "לתקוע"?
סב) וואס זענען די 10 טעמים פון תקיעת שופר פון רבי סעדי' גאון:
סג) פארוואס זאגט מען 10 פסוקים פון מלכיות זכרונות און שופרות? (3)
סד) פארוואס זאגט מען קודם עלינו לשבח?
סה) ביי וועלכע ענין אין די תורה שטייט די פסוק "והעברת שופר תרועה"?
סו) חז"ל זאגן אז והעברת מיינט? תרועה מיינט? תעבירו מיינט?
סז) ווען דער תורה זאגט "תרועה" קען דאס מיינען א? אדער א? אדער א?
סח) שרייב די חשבון ווי אזוי קומען מיר אהן צו 100 קולות? און ווען בלזט מען זיי (וועלכע סדר)?

סט) וועלכע תקיעות ווערן אנגערופן תקיעות דמיושב? און וועלכע תקיעות דמעומד? און פארוואס?

ע) ווי לאנג דארף נעמען א תקיעה פון סדר תשר"ת: למטה? לכתחלה? למעלה?

עא) ווי לאנג דארף נעמען א תקיעה פון סדר תר"ת און סדר תש"ת: למטה? לכתחלה? למעלה?

עב) אויב מען בלאזט א שברים זייער לאנג און אין די זעלבע סדר א קורצע תקיעה (עס האט אבער די שיעור תקיעה, איז מען יוצא אדער נישט?


פז. יתקדש שמך:

פח. על כל מה שבראת:
פט. שהשלטן לפניך:
צ. תהלה ליראיך:
צא. ותקוה טובה:
צב. לדורשיך:
צג. למיחלים לך:
צד. והנשא:
צה. ביקרך:

הצלחה רבה!!!!

שם התלמיד: ________________________________% __________





(1) חלה איינגעטונקן אין האניג

(2) קרא, (SQUASH)
(קודם יברך בורא פרי האדמה, ויכוין לפטור כל מיני פרי האדמה, ויאכל קצת ואח"כ יאמר)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שתקרע רוע גזר דיננו, ויקראו לפניך זכיותינו: (ויאכל)

(3) רוביא (BLACK EYED PEAS) אדער מייערן
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שירבו זכיותינו: (ויאכל)

(4) כרתי (LEEK)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שיכרתו שונאנו: (ויאכל)

(5) סילקא (OR SPINACH BEETS)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שיסתלקו אויבינו ומשטיננו: (ויאכל)

(6) תמרים (DATES)
(קודם יברך בורא פרי העץ, ויכוין לפטור כל מיני פרי העץ, ויאכל קצת ואח"כ יאמר)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שיתמו שונאינו ואויבינו: (ויאכל)

(7) רמונים ( POMEGRANATE )
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שירבו זכיותינו, כרמון: (ויאכל)

(8) עפעל איינגעטונקן אין האניג
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה: (ויאכל)

(9) ראש כבש, אדער ראש דגים
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שנהיה לראש ולא לזנב: (ויאכל)

(10) דגים (דער קאפ, און דער אויג פונ'ם פיש)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שתשגיח עלינו בעינא פקיחא, ושנהיה לראש ולא לזנב, ושנפרה ונרבה כדגים: (ויאכל)





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:45 לינק ישיר 

דברי תורה לראש השנה

דער טעם פארוואס אנהייב פון חודש אלול געפאלט אייביג אויס אין פרשת שופטים, ווייל חודש אלול איז די צייט פון תשובה וואס יעדער איד דארף אריינקוקן אין זיך, זעהן וואס מען דארף פארעכטן, איז דאס ערשטע און דער אנהייב פון תשובה, אז מען זאל שטעלן אויף'ן מויל, אויף די אויגן, און אויף די אויערן, ריכטיגע ריכטערס, דאס מיינט, אז מען זאל אכטונג געבן אויף זיי נישט צו רעדן, נישט צו זעהן און נישט צו הערן נאר וואס מען מעג, און אויב טרעפט זיך אז מען האט פארגעסן און מען האט יא גערעדט אדער געזעהן און געהערט וואס מען האט נישט געטארט, זאל מען זיך באשטראפן מיט א קנס ווי למשל געבן צדקה וכדו', אזוי וועט מען שוין מער אכטונג געבן אויף זיך. אין פרשת שופטים שטייט "שופטים ושוטרים תתן לך" קען מען טייטשען, "שופטים ושוטרים תתן לך" דו זאלסט זיך אליין מאכען פאר א שופט און א שוטר, דאס הייסט אז דו זאלסט זיך אליין באשטראפען, אויב דו פירסט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און אזוי וועסטו תשובה טוהן ווי עס דארף צו זיין דעריבער לייענט מען די פרשה אנהייב חודש אלול וואס דאס איז א חודש פון תשובה.
(בני יששכר)

דער אייבערשטער מיט זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס ער האט אויף זיינע געטרייע אידישע קינדער, ווארט און האפט און קוקט ארויס אז זיי זאלן תשובה טוהן און זיך אומקערן צוריק צו איהם, דערפאר ווען עס קומט דער חודש פון תשובה טוט דער אייבערשטער אריינברענגען און אריינדרינגען אין יעדן יודיש הארץ א פארכט און א מורא פון דעם אייבערשטען, מען זוכט ווי אזוי צו פארעכטן וואס מען האט ביז היינט נישט גוט געטוהן. דאס לערנען אונז חז"ל, אז דער פסוק: "אריה שאג מי לא יירא", (ווען א לייב שרייט ווער האט נישט קיין מורא, און זיין הארץ צעגייט נישט פאר פחד?!) איז מרמז אויף די הייליגע טעג, ווייל "אריה" איז ראשי תיבות א'לול, ר'אש השנה, י'ום הכפורים, ה'ושענא רבה. דאס ווייזט אז אין די פיר צייטן איז יעדן איד'ס הארץ פול מיט מורא און פחד פון דעם אייבערשטען און מען טוט תשובה מיט'ן גאנצן הארץ און מען פארעכט די מעשים פון א גאנץ יאהר.
(בני יששכר חודש אלול)

עס שטייט אין פסוק "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי מָה אֶתבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", מיר ווייסען דאך אז ווען עס קומט חודש אלול, טוט מען תשובה, אבער דער ריכטיגער וועג איז אז א גאנץ יאהר זאל מען אכטונג געבן אויף זיך, נישט געשטרויכלט צו ווערן אין קיין שום עבירה, נאר שטענדיג צו דינען דער אייבערשטען און אויספאלגען די הייליגע תורה און וואס די חכמים לערנען אונז. "תמוז און אב" וואס זיי זענען די שוואכסטער חדשים פונ'ם יאהר ווערען אנגערופען "עֵינָי". דער מזל פון חודש אלול איז "בתולה". יעצט קען מען פארשטיין די רמז אין פסוק: "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי", אויב מען פירט זיך אויף אפילו אין די צוויי חדשים לויט'ן בונד, לויט די געזעצן און אנווייזונגען פון די תורה הקדושה, דעמאלס "מָה אֶתְבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", דארף מען נישט אסאך אריינקלערן ווי אזוי תשובה צו טוהן ווען חודש אלול קומט, ווייל מען איז שוין צוגעגרייט פון פריער.
(עבודת ישראל לט"ו באב)




שנהיה לראש ולא לזנב: פון'ם רבי'ן פון לובלין זי"ע ווערט געברענגט: אז ווען מען עסט דעם קאפ, און מען זאגט "יהי רצון שנהיה לראש" זאל מען אינזינען האבען און מתפלל זיין אז מיר זאלען זוכה זיין צו זיין תלמידים און באהאפטען צו דעם צדיק הדור, וואס ווערט אנגערופען: "ראש".

שנהיה לראש ולא לזנב: דאס ווארט "לראש" איז ראשי תיבות ל'עשות ר'צון א'בינו ש'בשמים.
(בשם הרה"ק מדז'יקוב זללה"ה)

שירבו זכיותינו: ווי אזוי קען א מענטש בעטן צו פארמערן זיינע זכותים? נאר מיר בעטן, אז מיר זאלען זוכה זיין צו טוהן תשובה מאהבה. וואס דעמאלטס ווערן די עבירות במזיד איבער געקערט אויף "זכותים".
(תורת חיים)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים... למענך אלקים חיים: אונזער געבעט איז: "זכרנו לחיים" מיר זאלען זוכה זיין צו אזא סארט לעבן וואס: "מלך חפץ בחיים" וואס דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלען לעבן, דאס הייסט נאר מיט תורה ומצות "למענך אלקים חיים" און דאס לעבן זאל זיין נאר פאר דעם אייבערשטן.
(ספר החיים - אחי המהר"ל)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וגו' למענך אלוקים חיים: דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע פלעגט כסדר מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און ער פלעגט זאגען "רבונו של עולם, דער גאנצע זאך וואס כלל ישראל דארף פרנסה, און אלעס גוט'ס, איז נאר כדי אויפצוהאדעווען ערליכע יודישע דורות, זיי צו קענען שיקען לערנען, צו מענג זיין דעם הייליגען שבת, צו קענען געבען צדקה, און צו קענען מקיים זיין אלע דיינע הייליגע מצות, אויב אזוי אוודאי זאלסטו זיי העלפען". אויף דעם האט דער הייליגער רבי דוד משה מטשורטקוב זצ"ל געטייטשט, מיר בעטען "זכרינו לחיים וגו'" אלעס נאר ווייל "למענך אלקים חיים" אלעס דארף מען נאר פאר דיינעט וועגען, דאס הייסט, צו טוהן מצות ומעשים טובים.

אבינו מלכנו כתבנו בספר פרנסה וכלכלה: מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן: "אבינו מלכנו כתבנו" שרייב אונז אריין "בספר" אז מיר זאלן קענען לערנען תורה, אבער צו דעם האבן מיר אויך שטארק נויטיג "פרנסה וכלכלה" פרנסה מיט אלע געברויך. ווייל אנדערש וועלן מיר נישט קענען לערנען קיין תורה.
(תפארת שלמה)

אשרי איש שלא ישכחך ובן אדם יתאמץ בך: דאס ווארט "איש" איז מרמז אויף צדיקים, און "בן אדם" איז מרמז אויף פראסטע מענטשן. "אשרי איש", וואויל איז פאר דער חשוב'ער מענטש "שלא ישכחך", וואס פארגעסט דיך קיינמאהל נישט. "ובן אדם", אבער דער פראסטער מענטש "יתאמץ", שטארקט זיך אין תשובה, "בך" - מיט די כ"ב (22) אותיות פון די הייליגע תורה.
(קדושת לוי)

המלך: דער הייליגער רבי אהרן הגדול פון קארלין זי"ע האט אמאהל גע'חלש'ט ווען ער האט געזאגט "המלך". שפעטער ווען מען האט איהם געפרעגט וואס דאס איז געווען, האט ער גענפערט, אז ער האט זיך דערמאנט אין די גמרא גיטין דף נ"ו, וואס דער גמרא דערציילט, אז ווען מען האט ארויסגעטראגען ר' יוחנן בן זכאי פון ירושלים, כדי צו רעדען צו אספסיינוס קיסר, האט ער געזאגט "שלמא עלך מלכא" פרידען איז צו דיר קעניג, האט אִספַסיָינוּס קיסר געזאגט "דו ביסט מחויב מיתה, ווייל אויב איך בין יא א קעניג, פארוואס ביסטו נישט געקומען ביז יעצט", אזוי אויך האט דער הייליגער קארלינער געזאגט: "ווען איך האב געזאגט המלך, האב איך געטראכט די זעלבע וועגען מיר, אז דער טענה איז דאך אסאך אסאך מער לגבי דער מלך מלכי המלכים "ווי בין איך געווען ביז יעצט ?"

כי עמך הסליחה למען תורא: א מענטש וואס האט עבירות, ווייסט גארנישט וואס עס מיינט "יראת שמים" ווייל עס איז דא א מחיצה צווישען איהם און דעם אייבערשטען, אבער ווען מען נעמט אוועק זיינע עבירות פארשטייט ער שוין וואס עס מיינט "יראת שמים" דאס איז פשט, "כי עמך הסליחה" דו טוסט אונז מוחל זיין, "למען תורא" כדי אז מען זאל מורא האבען פון דיר.
(הרה"ק רבי מרדכי מלכוביץ זי"ע)

ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון: עס איז שווער צו פארשטיין, פארוואס דארפן די מלאכים ציטערען, איז דען ביי זיי דא עבירות? נאר דער אייבערשטער וויל אז די מלאכים זאלען רעדן גוטס פאר די אידן, די מלאכים ווייסען אז דאס איז דער ווילען פון באשעפער, דערפאר ציטערען זיי, טאמער זיי וועלן נישט אויספיהרן די ארבעט פון רעדן גוטס, ווי עס דארף צו זיין.
(השר שלום מבעלזא זי"ע)

ובכן צדיקים יראו וישמחו: עס איז דא זייער א גרויסע חילוק, צווישען יראת שמים, און אנדערע מיני יראות, אלע אנדערע מיני יראות, ברענגט צו דאגה, אבער יראת שמים, איז פונקט פאקערט, אויב מען האט יראת שמים ברענגט דאס צו שמחה. דאס איז דער פשט, "ובכן צדיקים יראו" ווען די צדיקים האבען מורא פאר'ן אייבערשטן, "וישמחו" קומען זיי צו, צו שמחה.
(תפארת שלמה)

דער הייליגער אמרי חיים זי"ע טייטשט "ובכן צדיקים וגו'" ווען צדיקים פרייען זיך, זיי טאנצען, און זיי זינגען פאר'ן אייבערשטען, אפילו דעמאלס איז נאך אלץ, "יראו" זענען זיי פיל מיט פחד און מורא פאר'ן אייבערשטען.

באין מליץ יושר מול מגיד פשע: דער עיקר וואס א מענטש דארף טראכטן ווען ער טוט תשובה, איז איינצוזעהן זיין נידריגקייט, און דאס וועט זיין פאר איהם א "מליץ יושר". "באין", ווען א מענטש האלט זיך נידריג אזוי ווי גארנישט, "מליץ יושר", דאס אליין איז שוין פאר איהם א מליץ יושר, "מול מגיד פשע", קעגן דעם שטן, וואס רעדט שלעכטס.
(קדושת לוי)

וצונו לשמוע קול שופר: דער גמרא אין ראש השנה דף ט"ז ע"א, פרעגט, למה תוקעין בראש השנה, פארוואס בלאזט מען שופר ראש השנה? ענפערט אויף דעם די גמרא ? רחמנא אמר תקעו, וואס הייסט פארוואס מען בלאזט? ווייל די תורה האט געהייסען בלאזען ! האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע געטייטשט דער גמרא אזוי, וועלעכע כוונה דארף מען האבען ביים בלאזען, איז די תירוץ "רחמנא אמר תקעו" אז דער הייליגער באשעפער האט געהייסען בלאזען.

אשרי העם יודעי תרועה: דער גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז תקיעת שופר איז "חכמה ואינה מלאכה" האט אויף דעם דער הייליגער רבי ר' ברוך ממז'בוז' זי"ע געטייטשט, אז חז"ל האבען אונז מיט דעם געלערנט, וואס עס איז דער עיקר פון תקיעת שופר, דער עיקר איז די "חכמה" דאס מיינט די רוחניות'דיגע כוונה פון שופר, אבער סתם געבלאזען איז גארנישט ווערט.

לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלוקיו עמו ותרועת מלך בו: דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט טייטשען, "לא הביט און ביעקב וגו'" דער וואס זעהט נישט קיין שלעכטס אין יודישע קינדער, נאר אייביג זיכט ער גוטס אויף די יודישע קינדער, אייביג איז ער זיי דן לכף זכות, פאר אזא איינער איז "ה' אלוקיו עמו" דער אייבעשרטער איז מיט איהם.

כי זוכר כל הנשכחות אתה הוא מעולם: "זוכר" דער אייבערשטער געדענקט, "כל הנשכחות" דאס וואס דער מענטש פארגעסט. אויב דער מענטש פארגעסט זיינע עבירות און ער טוט נישט כסדר תשובה אויף זיי, געדענקט זיי דער אייבערשטער. און אויב דער מענטש געדענקט זיינע עבירות, און ער טוט כסדר תשובה אויף זיי, דעמאלס פארגעסט זיי דער אייבערשטער, און ער איז איהם מוחל אויף די עבירות. דער זעלבע איז ביי מצות, אויב א מענטש געדענקט זיינע מצות, דאס הייסט ער האלט זיך גרויס וועגן זיינע מצות, דעמאלס פארגעסט כביכול דער אייבערשטער פון זיי, אבער אויב א מענטש פארגעסט זיינע מצות, דאס הייסט ער האלט נישט אז ער האט בכלל געטוהן א מצוה, דעמאלס, געדענקט זיי דער אייבערשטער, און גיבט איהם שכר.
(הרה"ק מריז'ין זי"ע)

ויהי קול השופר הולך וחזק מאד: דער קול השופר העלפט אז מען זאל קענען מקיים זיין תורה ומצות ווי עס דארף צו זיין, "ויהי קול השופר הולך", דורך דעם קול השופר, ווערט מען א הולך, דאס הייסט א הולך בדרכי ה', "וחזק מאוד" עס וועט דיר אויך מחזק זיין, צו קענען ביישטיין דעם יצר הרע.
(תפארת שלמה)

תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו כי חוק לישראל הוא משפט לאלוקי יעקב: "חוק" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסען נישט דעם טעם, "משפט" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסען יא דעם טעם, "תקעו בחודש שופר וגו' כי חוק לישראל הוא" ביי אונז איז דאס טאקע א חוק מיר פארשטייען נישט דעם טעם דערפון, אבער "משפט לאלוקי יעקב" ביים באשעפער איז דאס א משפט, די באשעפער ווייסט דאך יא דעם טעם דערפון.
(תפארת שלמה)


הטוב ומטיב לרעים ולטובים: לכאורה וואלט דאך געדארפט קודם שטיין "לטובים" און נאכדעהם "אפילו לרעים", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי הערשל זידיטשובער זי"ע, "הטוב ומטיב לרעים" דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב פאר דעם וואס האלט זיך פאר א בעל עבירה, ווייל א ענו האלט אייביג אז ער איז שלעכט. "ולטובים" און אפילו אזעלעכע מענטשען וואס האלטען זיך גרויס, אז זיי זענען גרויסע צדיקים, איז דער אייבערשטער אויך א טוב ומטיב.

הטוב ומטיב לרעים ולטובים: דער הייליגער רבי ר' בונם האט אזוי געטייטשט, לרעים ולטובים, אפילו אזעלעכע מענטשען וואס אמאהל זענען זיי שלעכט, און אמאהל זענען זיי גוט, איז דער אייבערשטער פאר זיי אויך א טוב ומטיב.

עלה אלוקים בתרועה: "תרועה" איז א לשון פון פריינדשאפט. דער פסוק איז מרמז, אז מען קען נישט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון דעם הייליגען טאג, נאר דורך אחדות און פריינדשאפט צווישן אידן.
(בית אהרן - קארלין)


והעברת שופר תרועה בחודש השביעי: ו'העברת ש'ופר ת'רועה ב'חודש ה'שביעי, איז ראשי תיבות "תשובה". צו ווייזען אז דער עיקר פון בלאזען שופר, איז כדי נתעורר צו ווערן צו תשובה.
(חסד לאברהם)


תקיעה שברים תרועה: "תקיעה שברים תרועה" איז בגימטריא: "אבות אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד". דאס איז א רמז אז דורך תקיעת שופר ווערט אויפגעוועקט דער זכות פון די זיבען פאסטאכער וואס ווערן אנגערופען "אבות".
(ארן עדות)

שופר: מען זאגט נאך פון הרה"ק ר' יושע מבעלזא זי"ע, אז ער האט אמאל געזאגט "ווי אזוי קענען מיר דען אנכאפען אין האנט דעם שופר פון גרויס ציטערניש פון דעם הייליגען טאג? נאר וויבאלד חז"ל האבען מתקן געווען צו בלאזען שופר א גאנצן חודש פריער, געוויינען מיר זיך אביסל צו, צו די הייליגע עבודה"!

שופר: די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה (ט"ז.) "אז דערפאר בלאזט מען די תקיעות סיי ווען מען זיצט און סיי ווען מען שטייט, כדי צו פארמישען דעם "שטן". איז רש"י מפרש: "אז דער שטן ווערט צומישט ווען ער זעהט אז די אידן האבן אזוי שטארק ליב די מצוות". דער בעל הפלאה זצ"ל גיבט דאס צו פארשטיין אזוי: תקיעת שופר איז געמאכט צו אויפוועקען די אידן תשובה צו טוהן. און ווען די אידן בלאזען איבער נאכאמאהל און נאכאמאהל, ווייזען זיי דערמיט אז זיי טוהן תשובה דורך אהבה. און תשובה מאהבה דרייט איבער די אלע עבירות אויף "זכיות". דערפאר ווערט דער שטן צומישט און איז נישט מקטרג אויף אזוי פיהל עבירות, ווייל ווי מער עבירות ער וועט אויסרעכענען אלץ מער זכויות וועלן די אידן באקומען! דער רבי ר' בונם פון פשיסכא זי"ע איז דאס מסביר אויף דעם אופן: דער עיקר תירוץ וואס א איד האט פארוואס ער האט נישט געדינט דעם אייבערשטען ווי עס דארף צו זיין, איז ווייל ער איז געווען פַארְפְּלָאגְט און באשעפטיגט אין פרנסה. וואס דורך דעם איז ער נישט געווען רוהיג צו לערנען און טוהן מצוות. דער שטן אבער, טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ. א איד דארף האבן מסירות נפש און נישט קוקען אויף קיין שום שטערונג. אבער ווען מיר בלאזען שופר, און דער שטן ווערט צומישט פון אזוי פיהל תקיעות און ער הערט אויף צו רעדן שלעכטס, זעהט ער אליין איין, אז ווען מען ווערט צומישט איז נישט מעגליך אויסצופיהרן די ארבעט ווי עס דארף צו זיין.

שופר: עס שטייט אין תהלים קאפיטל קכ"ו, "אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה". (דעמאלטס ווען משיח וועט קומען, וועט אנגעפוהלט ווערן אונזער מויל מיט געלעכטער און אונזער צינג מיט געזאנג) . די ווערטער זענען ראשי תיבות "שופר". מרמז צו זיין, אז ווען משיח וועט קומען וועט מען בלאזען שופר אין די זכות וואס מיר בלאזען היינט שופר אין ראש השנה.
(מהר"ש מבעלזא)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:47 לינק ישיר 

עומדים בהשכמה
ערב ראש השנה שטייט מען אויף פריער ווי אלע סליחות טעג און מען פארמערט צו זאגן סליחות, כדי מיר זאלן ארויס גיין אינגאנצן ריין אין דעם גרויסן "יום הדין".
(מטה אפרים)
יום צום
אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז ערב ראש השנה זאל מען פאסטען, דער מקור דערפון איז אין מדרש תנחומא (ויקרא כג-מ) וואס ווערט געברענגט אין טור אורח חיים סימן תקפ"א, א שיינע משל:
עס איז אמאהל געווען א לאנד וואס איז שולדיג געווען אסאך געלט פאר'ן קעניג, עס איז אריבער א לאנגע צייט און מען האט נישט געהאט דאס געלט צו באצאלען, ביז דער קעניג איז געקומען מיט א גרויסע מיליטער איינצומאנען די שטייערען. אזוי ווי די קעניג האט שוין געהאלטען צעהן מיל פונ'ם שטאט, זענען ארויס די גרויסע לייט פון דעם שטאט, און מקבל פנים געווען דעם קעניג, און געבעטען אז וויבאלד זיי האבען נישט קיין געלט צו באצאלען זאל דער קעניג זיי מוחל זיין דעם חוב. דער קעניג האט רחמנות געהאט און ער האט זיי מוחל געווען א דריטל פון דעם חוב. ווען דער קעניג איז אנגעקומען אביסעל נענטער צום שטאט זענען ארויסגעגאנגן די "בינונים" פון שטאט מקבל פנים זיין דעם קעניג און אויך זיי האבען געבעטען אז דער קעניג זאל מוחל זיין דעם חוב, האט דער קעניג מוחל געווען נאך א דריטעל. ווען דער קעניג איז שוין געווען נאנט צום שטאט זענען ארויסגעגאנגען די גאנצע שטאט מקבל פנים זיין, דעמאלס האט דער קעניג שוין אלעס מוחל געווען.
אזוי אויך ערב ראש השנה פאסטען די חשובע מענטשען איז דער אייבערשטער מוחל א דריטעל פון די עבירות, ווען עס קומט די עשרת ימי תשובה און די "בינונים" פאסטען איז דער אייבערשטער מוחל נאך א דריטעל, און ווען עס קומט יום כיפור און אלע יודען פאסטען איז דער אייבערשטער אונז מוחל אויף אלע אונזערע עבירות.

תקיעת שופר ערב ר"ה
חודש אלול בלאזט מען שופר, אבער ערב ראש השנה נישט. כדי צו מאכן א הפסק צווישן די תקיעות פון "רשות" און "חובה".

נאך א טעם, כדי צו פארמישען דעם שטן, ער וועט מיינען ערב השנה אז עס איז שוין געווען דער יום הדין, ווייל ער זעהט אז מען בלאזט שוין נישט קיין שופר, און ער וועט נישט מער מקטרג זיין.

התרת נדרים
עס זענען דא וואס פירען זיך אז ערב ראש השנה איז מען מתיר די נדרים פון א גאנץ יאהר פאר דריי מענטשן, מיט דעם נוסח וואס שטייט אין די סידורים. (עס זענען דא וואס זענען מתיר נדר ערב יום כיפור)
(אלף למטה)

אויב מען קען נישט קיין לשון הקודש, זאל מען מאכען התרת נדרים אין די שפראך וואס ער קען יא, ווייל מען דארף פארשטיין וואס מען זאגט.
מען נעמט דריי מענטשען (א בית דין) און זיי זעצען זיך אויף איין זייט פון א טיש, און דער מענטש וואס איז מתיר נדר שטייט אויף דער אנדערע זייט טיש, און ער זאגט דער לשון וואס עס שטייט אין די סידורים. מען מעג נעמען קרובים פאר א בית דין ביי התרת נדרים.
דער טעם פארוואס מען מאכט התרת נדרים ערב ראש השנה (אדער ערב יום הקדוש) ווייל דער עבירה פון נישט איינהאלטען א נדר איז זייער הארב און גרויס, אז דאס איז גורם מיתה רח"ל, וויל מען נישט האבען דער עבירה ביים יום הדין.
(אלף המגן סימן תקפ"א)

אויך איז דא א רמז פארוואס מען מאכט התרת נדרים ערב ראש השנה, ווייל אין דער פסוק וואס רעדט זיך פון נדרים שטייט: "לא יחל דברו ככל היוצא מפיו יעשה" די ווערטער ל'א יח'ל דבר'ו ככ'ל זענען סופי תיבות "אלול".
(ש"ך)

קברי צדיקים
טייל פירען זיך צו גיין ערב ראש השנה צו קברי צדיקים, און מען גיבט דארט צדקה פאר עניים.

דער טעם פארוואס מען גייט צו קברי צדיקים איז, כדי אז די צדיקים זאלען פאר אונז מתפלל זיין און זיין מליצי יושר, אין דעם יום הדין.

נאך א טעם, ווייל ביי קברי צדיקים איז א מקום קדוש און די תפלות ווערען דארט מער אנגענומען.

צדקה
ערב ראש השנה א צייט צו געבען צדקה. אויך ווערט געברענגט אז מען זאל ספעציעל מרבה זיין ערב ראש השנה בצדקה, כדי יוצא צו זיין דעם פסוק אין נחמי', "ושלחו מנות לאין נכון לו" וואס דארט רעדט זיך פון ראש השנה.
מכבסין ומסתפרין
מען דארף זיך אפוואשען און אפשערען לכבוד יום טוב. כדי מיט דעם צו ווייזען אז מיר זענען זיכער אז מיר וועלן ארויס גיין ריין ביי דעם משפט. לכתחלה זאל מען זיך שערען פאר חצות.
(מטה אפרים)
דער טור ברענגט פון א ירושלמי אויף די ווערטער "כי מי גוי גדול וגו'" וועלעכע פאלק איז דען אזוי ווי די יודישע פאלק. ביי די אנדערע פעלקער ווען זיי גייען צום משפט טוען זיי זיך אהן אין שווארצע קליידער, לאזען זיך וואקסען די האר און די נעגעל, און זיי טרויערען, ווייל זיי האבען מורא אז זייער משפט וועט ארויסקומען שלעכט. אבער יודען זענען נישט אזוי, זיי קליידען זיך אין ווייסע קליידער, שערען זיך די האר און נעגעל לכבוד ראש השנה, זיי עסען און זיי טרינקען און זיי פרייען זיך ראש השנה, ווייל זיי זענען פיל מיט האפענונג, אז דער אייבערשטער וועט זיי מוחל זיין.
(טור)
טבילה
מען דארף זיך טובל'ן אין א מקוה, אפילו די מענטשן וואס טובל'ן זיך נישט אין מקוה א גאנץ יאהר. (רוקח)
החותך חיים
עס ווערט געברענגט א מנהג פון בעל שם טוב הקדוש זי"ע, צו קויפן א נייע מעסער לכבוד ראש השנה. א רמז צו דער "שם" פון פרנסה "חתך" (שניידען) וואס דאס זענען די סופי תיבות פון "פותח את ידך". עס ווערט געברענגט נאך א רמז אויף דעם, ווייל מיר זאגען דאך ביים דאווענען ראש השנה "החותך חיים לכל חי", דאס הייסט, אז דער אייבערשטער שנייט און באשטימט לעבען, פאר אלע לעבעדיגע באשעפענישען.
נאך א טעם ווייל א נייע מעסער שניידט "דין".
הגה"ק מרן מהרי"א מזידיטשוב זצ"ל, האט געזאגט אז יעדער איינער זאל קויפן ערב ראש השנה א נייעם מעסער און זאל דאס אויסשארפען, ווייל דאס איז מסוגל אויף פרנסה א גאנץ יאהר.

מזל החודש
דער מזל פון חודש תשרי איז "מאזנים" א "וואגשאהל" דאס איז דער צייכען אין הימעל אז מען משפט דעם מענטש.
(ר"ן פ"ק דר"ה)
ברכת החודש
מען בענטשט נישט ראש חודש תשרי, אזוי ווי מען בענטשט יעדען ראש חודש. ווייל מיר ווילען פארטומלען דעם שטן ער זאל נישט וויסען ווען עס איז ראש השנה, א סימן דערויף ווייל עס שטייט אין פסוק: "תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו, און דער ווארט בכסא, מיינט באדעקט אז דער חודש זאל זיין באדעקט און באהאלטען מען זאל איהם נישט דערמאנען.
(לבוש סימן תקפ"א)
יום הדין
דער ר"ן ברענגט פון פסיקתא א טעם פארוואס דער אייבערשטער האט באשטימט ראש השנה פאר דעם יום הדין. ווייל אין דעם טאג איז אדם הראשון באשאפען געווארען ווייל די וועלט איז באשאפען געווארען כ"ה אלול, (לויט ר' אליעזר אז בתשרי נברא העולם) קומט דאך אויס אז ראש השנה איז אדם הראשון באשאפען געווארען. און אזוי זאגען מיר דאך ביים דאווענען ראש השנה, "זה היום תחלת מעשיך". דער "ערשטע" שעה אין טאג האט דער אייבערשטער געהאט אין זיין מחשבה צו באשאפען דעם מענטש, דער "צווייטע" שעה האט זיך דער אייבערשטער באראטען מיט די מלאכים אויב ער זאל אים באשאפען. די "דריטע" שעה האט דער אייבערשטער איינגעזאמעלט די ערד וואס אדם הראשון איז דערפון באשאפען געווארען. די "פערטע" שעה האט אים דער אייבערשטער געקנעטען אזוי ווי מען קנעט א טייג. דער "פינפטע" שעה האט איהם דער אייבערשטער אויספארמירט. דער "זעקסטע" שעה האט דער אייבערשטער פארטיג געמאכט זיין גוף, ער זאל ווערען פלייש מיט ביינער און אדערען, און א הויט ארויף געצויגען. דער "זיבעטע" שעה האט דער אייבערשטער אריינגעבלאזען אין איהם א נשמה. דער "אכטע" שעה האט דער אייבערשטער איהם אריין געפירט אין גן עדן. דער "ניינטע" שעה האט איהם דער אייבערשטער באפוילען אז ער זאל נישט עסען פון דעם עץ הדעת. דער "צענטער" שעה האט ער געזינדיגט און האט געגעסען פון דעם עץ הדעת. דער "עלעפטער" שעה האט אים דער אייבעשטער גע'משפט אז ער זאל שטארבען. דער "צוועלעפטע" שעה האט דער אייבערשטער פארגרינגערט זיין משפט אז ער זאל בלייבען לעבען, און ער איז ארויס פון דעם משפט ריין.


דער סדר פון די וועלט איז, אז ווען מען משפט איינער וואס מען האט נישט ליב, משפט מען איהם ווען מען איז נישט צופרידען און אזוי משפט מען איהם צום שלעכטען, אבער ווען מען משפט איינעם וואס מען האט ליב, ווארט מען אויף א צייט וואס מען איז גוט אופגעלייגט, דער אייבערשטער ווייזט ארויס זיין גרויס ליבשאפט צום כלל ישראל מיט דעם וואס ער משפט זיי דוקא אין א חודש וואס ער איז צופרידען, דאס איז דער חודש פון תשרי, וואס אין דעם חודש טוען יודען אזוי פיל מצוות, שופר, יום כיפור, סוכה, ד' מינים, און די מצות זענען מעורר א סאך רחמנות.
(אבודרהם)

יום של ישועות ורפואות
די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה אז "ראש השנה" איז שרה, רחל, און חנה נפקד געווארען, אז זיי וועלען האבן קינדער, אויך איז יוסף הצדיק ארויס פון תפיסה אין "ראש השנה", און אויך האבען די יודען אין מצרים אויפגעהערט צו טוהן עבודת פרך אין ראש השנה, וועגן דעם איז דער טאג, א טאג וואס מען קען זיך אויסבעטען כל מיני ישועות ורפואות.
שמות היום
ראש השנה האט פיר נעמען, 1) ראש השנה, דאס הייסט דער אנהייב פון דער נייע יאהר. 2) יום הזכרון, דאס הייסט דער טאג וואס דער אייבערשטער געדענקט כלל ישראל צו א גוט געבענטשט יאהר. 3) יום הדין, דאס הייסט דער טאג וואס דער אייבערשטער טוט משפט'ן די גאנצע וועלט. 4) יום תרועה, דאס הייסט אז אין דעם טאג איז דא א ספעציעלע מצוה פון בלאזען שופר.
לא אד"ו ראש
דער ערשטער טאג ראש השנה קען נאר אויסגעפאלן אין איינע פון די פיר טעג, מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג, און שבת קודש. אבער זונטאג, מיטוואך, פרייטאג, קען נישט אויסגעפאלן ראש השנה, דער סימן דערצו איז "לא אדו ראש", דאס מיינט אז איינער פון די טעג א' ד' ו', קען נישט אויסגעפאלן "ראש" השנה.

יומא אריכתא
די צוויי טעג ראש השנה ווערען גערעכנט ווי איין לאנגע טאג. מען קען זאגן א טעם, ווייל עס שטייט אין הייליגע ספרים אז די עשרת ימי תשובה, זענען מרמז אויף די עשרת הדברות, און וויבאלד די ערשטע צוויי דברות האט דער אייבעשטער געזאגט אויף איינמאהל, דערפאר זענען די ערשטע צוויי טעג ווי איין לאנגע טאג.
(בשם ר"י אייבשיץ)

נאך א טעם, ווייל ווען דער ערשטער טאג ראש השנה קומט אויס אום שבת, בלאזט מען נישט קיין שופר, ווערט דאך דער שטן נישט פארמישט, קען ער חלילה רעדן שלעכטס אויף די אידן, דעריבער האט מען געמאכט אז ביידע טעג ווערען גערעכנט פאר איין טאג, ווערט נאך נישט פארטיג דער דין ביז דעם אנדערן טאג, וואס דעמאלט בלאזט מען שוין יא שופר, ווערט דער שטן דעמאלט פארמישט, און די אידן קענען שוין גע'משפט ווערן צום גוטן.

סדר התפלה
ביי מעריב פון ראש השנה, פאר קדיש פון שמנה עשרה, זאגט מען דעם פסוק: "תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו", וואס רעדט זיך פון ראש השנה.
פון די קדיש פון פאר שמונה עשרה ביז נאך יום כיפור, דאפעלט מען דעם לשון: לעילא, און מען זאגט "לעילא ולעילא, ווייל אין די טעג ווייזט דער אייבערשטער ארויס זיין גרויסקייט מער ווי א גאנץ יאהר. אויך, אנשטאט די ווערטער "מן כל ברכתא" זאגט מען מכל ברכתא", דער טעם איז, ווייל פון יהא שמי' רבא, ביז ואמרו אמן, דארף זיין 28 ווערטער, און וויבאלד מען האט צוגעלייגט א ווארט "ולעילא" דארף מען אראפ נעמען א ווארט, מאכט מען פון די צוויי ווערטער "מן כל" איין ווארט "מכל".
עס זענען דא וואס פירען זיך אז ביי "עושה שלום" פון סוף קדיש זאגט מען "עושה השלום במרומיו" (מיט א "ה"). און אזוי אויך ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה. ווייל דאס ווארט "השלום" באטרעפט 381, אזוי פיל וויפיל עס באטרעפט די נאמען "ספריאל", דער מלאך וואס ציילט אפ די מענטשן וואס זענען אריין געשריבן אין דעם ספר החיים.
אין די גאנצע עשרת ימי תשובה, ביי די ערשטע צוויי ברכות פון שמונה עשרה לייגט מען צו די שטיקלעך פון "זכרנו לחיים" און "מי כמוך", און ביי די לעצטע צוויי ברכות לייגט מען צו "וכתוב לחיים" און "בספר חיים". אויב מען האט פארגעסען זיי צו זאגען, דארף מען נישט איבער דאווענען.
אנטשטאט "הקל הקדוש", זאגט מען "המלך הקדוש". ווייל די טעג זענען ימי הדין וואס דער אייבערשטער משפט די גאנצע וועלט, און ער ווייזט אז זיין קעניגרייך
געוועלטיגט איבער אלעס. אויב מען האט פארגעסען דאס צו זאגען, דארף מען יא איבער דאווענען.
אין די עשרת ימי תשובה, ביי די ברכה פון "השיבה שופטינו" אנטשטאט "ברוך אתה ה' מלך אוהב צדקה ומשפט" זאגט מען "המלך המשפט". אויב מען האט פארגעסען דאס צו זאגען, דארף מען נישט איבער דאווענען, וויבאלד מען האט שוין ממילא געזאגט די ווארט "מלך".
לדוד מזמור
פון אר"י הקדוש זי"ע ווערט געברענגט, אז מען זאל זאגען ראש השנה ביי מעריב נאך שמונה עשרה דעם קאפיטל "לדוד מזמור לה' הארץ ומלואה" מיט גרויס כוונה. און דאס איז א גרויסע סגולה, אז עס זאל נישט פעלען קיין פרנסה א גאנץ יאהר.
(מטה אפרים)

דער ייטיב פנים ברענגט א טעם פארוואס דער קאפיטל לדוד מזמור איז א סגולה לפרנסה, ווייל באמת וואלט מען גארנישט געטארט מתפלל זיין אין די הייליגע טעג אויף גשמיות'דיגע געברויכען, מיר וואלטן נאר געדארפט מתפלל זיין אז דער אייבערשטער'ס נאמען זאל שוין געהייליגט ווערן, נאר אזוי ווי אלע גשמיות'דיגע געברויכן, דארפן מיר צו קענען דינען דעם אייבערשטען, דערפאר זענען מיר בארעכטיגט מתפלל צו זיין דערויף. וויבאלד מיר זאגן אין דעם קאפיטל, "לה' הארץ ומלואה", אלעס וואס מיר טוען אויף די וועלט, אפילו די גשמיות'דיגע זאכן, איז נאר פאר'ן כבוד פון דעם אייבערשטען, קענען מיר מיט רעכט פארלאנגען אז דער אייבערשטער זאל זיך צוהערן צו די תפלות, און דערפאר איז דאס א סגולה אז די תפלות אויף גשמיות זאלן אויך אנגענומען ווערן, און מיר זאלן האבן פרנסה.

שיר המעלות ממעמקים
ע"פ האר"י ז"ל זאגט מען פון ראש השנה ביז נאך יום כיפור ביי שחרית פאר קדיש פון ברכו דעם קאפיטל פון שיר המעלות ממעמקים. אויב מען האט פאגעסען, דארף מען נישט צוריק גיין. א יחיד וואס האלט נאך אינמיטן פסוקי דזמרה בשעת דער ציבור זאגט שיר המעלות מעג מפסיק זיין און מיטזאגן מיט'ן ציבור.

בעל תפלה
דער שליח ציבור וואס דאווענט ראש השנה זאל זיך שוין דריי טעג פאר ראש השנה צוגרייטען בקדושה וטהרה, ער זאל לערנען ספרי מוסר וואס זענען מעורר דאס הארץ פון מענטש תשובה צו טוהן און מורא האבען פונ'ם אייבערשטען. אויך זאל ער זיך פאהרקוקען די פירוש המלות און דורכלערנען עניני התפלה. אויב ער קען נישט די פשוטע פירוש המלות, פון די יוצרות טאהר ער נישט זיין קיין בעל תפלה, ווייל אויב מען זאגט יוצרות אינמיטען שמנה עשרה און מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט איז דאס א הפסק.


בכייה בתפלה
מען דארף וויינען ביים דאווענען ווייל דורכ'ן וויינען קען מען פועל'ען אז מען זאל ווערען איבערגעשריבען צווישען די צדיקים, אפילו אויב מען איז שוין חלילה געווען פארשריבען צווישען די רשעים.
(אלף המגן)
דער מטה אפרים ברענגט, אז דער אריז"ל האט שטארק געוויינט ראש השנה און יום כיפור, און האט געזאגט אז אויב איינער קומט גארנישט צו וויינען אין די טעג, איז א סימן אז זיין נשמה איז נישט אין ארדענונג.
אויך ברענגט דער מטה אפרים אז אויב איינער ווערט פלוצלונג אינמיטען דאווענען נתעורר שטארק צו וויינען איז דאס א סימן אז יעצט משפט מען איהם.

כריעה וכפיפת ראש
עס זענען דא וואס פירען זיך צו דאווענן ראש השנה און יום כיפור אביסעל איינגעבויגען. מען דארף אבער וויסען אז וויבאלד מען דארף זיך בוקען אנהייב דאווענען 2 מאהל און צום סוף דאווענען 2 מאהל, איז איידער מען קומט אהן צו די אלע פלעצער זאל מען זיך אויפשטעלען גלייך, כדי אז מען זאל זיך קענן בוקען ווי עס דארף צו זיין. אויך טאהר מען זיך נישט בוקען ביי דעם אנהייב און ביים סוף פון די אנדערע ברכות, ווייל מען טאהר זיך נישט בוקען ביי מער ברכות ווי חז"ל האבען געהייסען.

כוונה בתפלה
אסאך מענטשען מאכען א גרויסע טעות מיט דעם וואס זיי לייגען די עיקר התעוררות ביי די צוגעלייגטע תפלות וואס זענען געאייגענט פאר ראש השנה און יום כיפור, אבער ביי פסוקי דזמרה און קרבנות און קריאת שמע און שמנה עשרה, וואס דאס דאווענט מען א גאנץ יאהר זאגען זיי שנעל. זיי ווייסען אבער נישט אז דאס איז די עיקר, און די תפלות וואס מיר לייגען צו ראש השנה און יום כיפור ווי למשל די יוצרות וכדו' זענען נאר אן הוספה, און אן הוספה ווערט נישט אנגענומען אהן די עיקר.
(יושר דברי אמת פרק נ"ו)
מיט דעם וואס מען איז מכוון ביים דאווענען אין די הייליגע טעג, פירט מען מיט דעם ארויף אלע פסול'ע תפלות פון א גאנץ יאהר.
(ערבי נחל)



הלל ראש השנה
די גמרא זאגט אז די מלאכי השרת האבן געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, פארוואס זאגן די אידן נישט קיין שירה פאר דיר ראש השנה און יום כיפור", האט דער אייבערשטער זיי געענטפערט: "איז דען מעגליך אז דער קעניג זיצט אויף זיין שטוהל ווי ער משפט, און די ספרים פון די לעבעדיגע און פון די טויטע זענען פאר אים אפען, זאלן די אידן דעמאלט זאגן פאר מיר שירה.
נאך א טעם קען מען זאגן, וויבאלד הלל ווייזט אויף שמחה און דאס איז נישט קיין וועג פון מוסר אז מען זאל ווייזן אז מיר פרייען זיך היינט ווען מיר שטייען ביים משפט. דאס וואס מיר וואשן זיך און שערען זיך ערב ראש השנה, אדער אנדערע זאכען וואס מיר טוען ראש השנה, צייגן נאר אז מיר זענען נישט באזארגט אבער זיי צייגן נישט אויף קיין שמחה.
(לבוש סי' תקפ"ד ס"א)

מען קען זאגן נאך א טעם ווייל מיר האבן מקובל אז ראש השנה און יום כיפור קומען אין בית המדרש די נשמות פון אונזערע עלטערן וואס זענען שוין נפטר געווארן מיט-צו-דאווענען צוזאמען מיט אונז. לויט דעם קען מען זאגן פשט אין די גמרא "ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפני ויאמרו שירה" וויבאלד די מתים קענען שוין מער נישט זאגן קיין שירה ביז תחיית המתים ווי מיר זאגן ביי הלל "לא המתים יהללו קה ולא כל יורדי דומה" די טויטע קענען נישט לויבן דעם אייבערשטן און נישט די וועלכע נידערן אין קבר, דערפאר זאגן מיר נישט קיין הלל ווייל די טויטע דאווענען צוזאמען מיט אונז, און זיי קענען נישט זאגן קיין הלל, דערפאר זאגן מיר אויך נישט קיין הלל.

לשנה טובה
ראש השנה ביינאכט נאכ'ן דאווענען, וואונטשט מען אהן דעם טאטען, און אויך אנדערע חבירים וכדו' א גוט יום טוב און אויך וואונטשט מען "לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום") פאר די מאמע אדער די שוועסטער זאגט מען "לשנה טובה תכתבי ותחתמי לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום").

כתיבה וחתימה טובה
דער צמח צדק האט געזאגט: "עס זענען דא צוויי מלאכים וואס באגלייטען דעם מענטש ראש השנה ביינאכט די מלאכים הערן וואס יעדער וואונטשט נאכן דאווענען מערבית, "לשנה טובה תכתב ותחתם וגו'" מיט א ריינקייט פון הארצן, גייען די מלאכים ארויף אין הימל, און זענען מליצי יושר אויף אויסצובעטען א שנה טובה ומתוקה.
מיר וואונטשן אז מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט יאהר, און אויך א זיס יאהר, ווייל גוט אליין איז נישט גענוג, ווייל אויף א שלעכטע זאך דארף מען אויך זאגן "גם זו לטובה", דעריבער בעטן מיר אז עס זאל זיין אויך א זיס יאהר, מען זאל שפירן אז ס'איז א גוט יאהר.
נאר אין די ערשטע נאכט וואונטשט מען זיך לשנה טובה, ווייל, צדיקים ווערט געחתמ'ט זייער דין פאר די ערשטע דריי שעה פון די ערשטע טאג. ווייזען מיר מיט דעם אז מיר האלטען יענעם פאר א צדיק.
(לבוש)
קידוש ושהחיינו
מען מאכט קידוש, אזוי ווי אלע אנדערע ימים טובים, עס איז אבער דא געוויסע שינויים. מען זאגט נישט מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון, נאר מען זאגט "את יום הזכרון הזה יום תרועה" אנטשטאטס די ווערטער, "ומועדי קדשיך" זאגט מען "ודברך אמת וקים לעד" און מען ענדיגט, מקדש ישראל ויום הזכרון.
ווי אויבען דערמאנט, ווערען די צוויי טעג ראש השנה גערעכנט ווי א יומא אריכתא, וועגען דעם איז דא א מחלוקת הפוסקים, צו מען זאל מאכען א "שהחיינו" די צווייטע טאג ראש השנה.
מיר פסק'ענען אז מען דארף יא מאכען א שהחיינו, אבער כדי יוצא צו זיין ביידע דעות, פירט מען זיך, אז דער צווייטע טאג ביי קידוש און אזוי אויך בשעת לעכט צינדען, ווען מען גייט מאכען א שהחיינו, לייגט מען אויף די טיש, א נייע פרוכט, אדער מען טוט אהן א נייע בגד, און מען האט אינזין אז דער שהחיינו זאל אויך ארויף גיין אויף דער נייע פרוכט, אדער אויף דער נייע בגד.
דאס זעלבע איז שייך ביי תקיעת שופר די צווייטע טאג, וועגען דעם זענען דא וואס פירען זיך, אז דער בעל תוקע זאל זיך אנטאהן די צווייטע טאג ביי תקיעת שופר, א נייע בגד.
חלות עגולות
מען פירט זיך, אז אין די היילגע טעג עסט מען רונדיגע חלות. די טעם איז, ווייל א רונדיגע חלה, זעהט אויס אזוי ווי א קרוין, צו ווייזען אז מיר בעטען און מיר האפען אז: "מלוך על כל העולם כולו" משיח זאל שוין קומען, און די גאנצע וועלט זאל שוין אנערקענן דעם אייבערשטנס קעניגרייך, אזוי ווי מיר זאגען "ביום ההוא יהיה" אין יענע טאג, ווען משיח וועט קומען, וועלען אלע פעלקער איינזעהן אז, ה' אחד ושמו אחד.
נאך א טעם, ווייל מיר זאגן "ובכן ולך הכל יכתירו" אלע יודן טוען באקרוינען דעם רבונו של עולם.
נאך א טעם, ווייל א רונדיגע זאך האט נישט קיין סוף, צו בעטען אז דער אייבערשטער זאל משפיע זיין גוט'ס אהן קיין סוף.
(חתם סופר)

סימני ליל ר"ה
ראש השנה עסט מען א סאך זאכן וואס ווייזען אויף גוטס. ווייל חז"ל זאגן אז א "סימן" האט א כח אויף צו וועקען חסד אויבן אין הימל.
דער גמרא זאגט אין כריתות דף ו' עמוד א' אזוי: "השתא דאמרת סימנא מילתא היא, יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא קרא ורוביא כרתי סילקא ותמרי". (וויבאלד מיר נעמען אהן אז א סימן מאכט א רושם, זאל א מענטש עסען ראש השנה, קרא, רוביא, כרתי, סילקא, און תמרים.
אזוי ווי עס איז דא פארשידענע מנהגים, וועגען אכילת הסימנים בליל ראש השנה, וועלען מיר דא ברענגען עטליכע פון זיי (כאטש נישט אלע פירען זיך אזוי).
מען טונקט איין חלה אין האניג פון בינען (און נישט פון טייטלען). ווייל מיר ווילען מרמז זיין, אז אפילו בינען זענען שלעכט ווייל זיי שטעכן, אבער עס קומט ארויס פון זיי א גוטע זאך, האניג. אזוי אויך בעטען מיר פון באשעפער אז אפילו עס איז נגזר געווארען אויף אונז שלעכטע גזירות, זאל ארויסקומען פון דעם נאר גוטס.
(לקט יושר)
מען עסט אן עפל איינגעטונקען אין האניג, און מען זאגט "יהי רצון וגו', שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה".
עס איז א מנהג צו עסען א "ראש כבש" (א קאפ פון א שעפסיל). אדער א וויעדער, וועגן צוויי טעמים: 1) שנהי' לראש ולא לזנב. 2) כדי צו דערמאנען דעם זכות פון "עקידת יצחק", און אנשטאט יצחק האט מען גע'שחט'ען א וויעדער.
(טור)
ווען מען עסט דער ראש כבש, אדער ראש דגים, זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וגו', שׁנִהְיֶה לְרֹאשׁ וְלֹא לְזָנָב".
ווען מען עסט די אנדערע חלקים פונ'ם פיש, זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁנִפְרֶה וְנִרְבֶּה כְּדָגִים".
ווען מען עסט דער אויג פונ'ם פיש זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁתַּשְׁגִיחַ עָלֵינוּ בְּעֵינָא פְּקִיחָא"
ווען מען עסט רמונים, זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ, כְּרִמוֹן".
ווען מען עסט קרא, (סקוואש, בלע"ז) זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁתִּקְרַע רוֹעַ גְזַר דִינֵנוּ, וְיִקָרְאוּ לְפָנֶיךָ זְכִיוֹתֵינוּ".
ווען מען עסט "רוביא" (בלעק אייד פיז בלע"ז, אדער מייערען) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ".
ווען מען עסט "כּרתי" (ליק בלע"ז) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁיִכָּרְתוּ שׁונאֵנוּ".
ווען מען עסט "סילקא" (ספיניטש בלע"ז אדער צוויקל) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁיִסְתַּלְקוּ אוֹיבֵינוּ וּמַשְׂטִינֵנוּ".
ווען מען עסט "תמרים" זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וגו', שֶׁיִתַּמוּ שׂונְאֵינוּ וְאוֹיבֵינוּ".

משניות
די מטה אפרים ברענגט אז ביי די סעודות פון ראש השנה זאל מען לערנען די פיר פרקים משניות פון מסכת ראש השנה. מען זאל זיי איינטיילען אז ביי יעדע סעודה זאל מען לערנען איין פרק, ווייל דאס איז א גרויסע סגולה אז מען זאל זוכה זיין ביים דין.
אגוזים
מען עסט נישט קיין אגוזים (וואלנאטס בלע"ז) אין די הייליגע טעג. דער טעם איז ווייל "אגוז" איז בגימטריא 17, און צוזאמען מיט'ן כולל באטרעפט דאס 18, און "חטא" איז אויך בגמטריא 18, און מיר ווילען נישט דערמעאנען "חטא" אין די הייליגע טעג.
נאך א טעם ווייל דאס ברענגט צו היסען און שְׁפֵּייעֶכְטְס וואס שטערט צו דאווענען. (דער צווייטע טעם איז שייך ביי אלע ניס)
(שולחן ערוך)
דער רבי זי"ע האט אמאהל געזאגט בדרך צחות, אז אפילו מען עסט נישט קיין אגוזים זאל מען נישט מיינען אז מען איז מיט דעם יוצא, נאר מען דארף זיך צוריק האלטען פון זינדיגען ח"ו, ווייל "חטא" איז אויך בגמטריא "חטא".
השכמה
אין טור סימן תקפ"ד ווערט געברענגט אז עס זענען דא 5 השכמות, דאס הייסט, טעג וואס אין זיי זאל מען אויפשטיין פארטאגס, און ראש השנה איז איינער פון זיי. די השכמות זענען הושענא רבה, תשעה באב, יום כיפור, ראש השנה, און פורים. עס איז דא אויף דעם א סימן אז די 5 טעג, זענען סופי תיבות אברהם, וסימנך "וישכם אברהם בבוקר".
מען קען זאגן א טעם פארוואס מען דארף אויפשטיין ראש השנה פרי, ווייל עס שטייט אין די גמרא אז ראש השנה די ערשטע דריי שעה פון טאג איז די צייט וואס השי"ת משפט די וועלט, און אויב מען וועט דעמאלט שלאפן ווייזט מען דערמיט אז מען האט ח"ו נישט קיין מורא פון דעם דין, דערפאר דארף מען אויפשטיין פרי.
אויך א גאנצע טאג פירט מען זיך אז מען שלאפט נישט, ווייל עס שטייט אין ירושלמי, אז דער וואס שלאפט ראש השנה, פארשלאפט ער זיין מזל.


אדון עולם
עס זענען דא וואס פירען זיך אז ראש השנה און יום כיפור הייבט אהן דער בעל תפילה "אדון עולם" מיט א ספעציעלע נוסח, ווייל עס ווערט געברענגט פון ר' יהודה החסיד, אז דער וואס האט אינזינען יעדעס ווארט ביי "אדון עולם", איז פארזיכערט אז זיין תפילה וועט געהערט ווערן, און דער שטן וועט נישט מקטרג זיין.
(אלף המגן)

המלך
סתם א שבת, הייבט אהן דער בעל תפלה, פון שחרית "שוכן עד" און יום טוב הייבט ער אהן "הקל" אבער ראש השנה הייבט אהן דער בעל תפלה מיט א הויכע קול "המלך", און אלע זאגען הויך נאך.
תשליך
עס זענען דא וואס פירען זיך צו גיין ראש השנה נאכמיטאג צום טייך צו זאגען תשליך.
איין טעם, אלץ זכר פאר עקידת יצחק. ווייל ווען אברהם און יצחק זענען געגאנגען צו די עקידה, האט זיך דער שטן פארשטעלט פאר א טייך זיי צו שטערן. און מיט מסירות נפש האבן זיי זיך אריין געלאזט אין וואסער ביז זייער האלדז.
נאך א טעם, ווייל אין טייך געפונען זיך פיש, און פיש איז א סגולה אז עס זאל נישט שַׁאטֶען אן עין הרע (א שלעכטע אויג) אויך, כדי אז מיר זאלען זיך מערען אזוי ווי פיש.
נאך א טעם, ווייל עס שטייט אין פסוק: "ותשליך במצולות ים כל חטאתם" אז דער אייבערשטער זאל אריין ווארפען די עבירות פון יודן אין די טיפעניש פון ים.
(מהרי"ל)
נאך א טעם ווייל ראש השנה נעמען מיר אן דעם קעניגרייך פון'ם אייבערשטען אויף אונז, און מיר באקרוינען דער אייבערשטער אויף די גאנצע וועלט, און דער סדר איז אז ווען מען באקרוינט א קעניג זאלבט מען איהם ביי א טייך, מרמז צו זיין אז זיין קעניגרייך זאל זיך ציען אויף א לאנגע צייט, אזוי ווי די טייך וואס ציעט זיך אויס לאנג.
עס זענען דא וואס פירען זיך צו גיין צו תשליך דעם טאג פון שלש עשרה מדות.
די אליה רבה ברענגט אז מען פירט זיך אויסצושאקלען די קליידער ביי תשליך, אראפצושאקלען די קליפות וואס קלעבען זיך אהן דורך די עבירות.
פון אריז"ל ווערט געברענגט אז מען זאל אפשאקלען די עק פון די ציצית.
שטייט פון אריז"ל אז ווען מען זאגט תשליך זאל מען אינזין האבן אז דער אייבעשטער זאל אוועקווארפן אלע עבירות און אויך די אלע מקטריגים זאלן אריינגעווארפען ווערן אין די טיפעניש פון דעם ים פון הימל.



דער אייבערשטער מיט זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס ער האט אויף זיינע געטרייע אידישע קינדער, ווארט און האפט און קוקט ארויס אז זיי זאלן תשובה טוהן און זיך אומקערן צוריק צו איהם, דערפאר ווען עס קומט דער חודש פון תשובה טוט דער אייבערשטער אריינברענגען און אריינדרינגען אין יעדן יודיש הארץ א פארכט און א מורא פון דעם אייבערשטען, מען זוכט ווי אזוי צו פארעכטן וואס מען האט ביז היינט נישט גוט געטוהן. דאס לערנען אונז חז"ל, אז דער פסוק: "אריה שאג מי לא יירא", (ווען א לייב שרייט ווער האט נישט קיין מורא, און זיין הארץ צעגייט נישט פאר פחד?!) איז מרמז אויף די הייליגע טעג, ווייל "אריה" איז ראשי תיבות א'לול, ר'אש השנה, י'ום הכפורים, ה'ושענא רבה. דאס ווייזט אז אין די פיר צייטן איז יעדן איד'ס הארץ פול מיט מורא און פחד פון דעם אייבערשטען און מען טוט תשובה מיט'ן גאנצן הארץ און מען פארעכט די מעשים פון א גאנץ יאהר.
(בני יששכר חודש אלול)

עס שטייט אין פסוק "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי מָה אֶתבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", מיר ווייסען דאך אז ווען עס קומט חודש אלול, טוט מען תשובה, אבער דער ריכטיגער וועג איז אז א גאנץ יאהר זאל מען אכטונג געבן אויף זיך, נישט געשטרויכלט צו ווערן אין קיין שום עבירה, נאר שטענדיג צו דינען דער אייבערשטען און אויספאלגען די הייליגע תורה און וואס די חכמים לערנען אונז. "תמוז און אב" וואס זיי זענען די שוואכסטער חדשים פונ'ם יאהר ווערען אנגערופען "עֵינָי". דער מזל פון חודש אלול איז "בתולה". יעצט קען מען פארשטיין די רמז אין פסוק: "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי", אויב מען פירט זיך אויף אפילו אין די צוויי חדשים לויט'ן בונד, לויט די געזעצן און אנווייזונגען פון די תורה הקדושה, דעמאלס "מָה אֶתְבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", דארף מען נישט אסאך אריינקלערן ווי אזוי תשובה צו טוהן ווען חודש אלול קומט, ווייל מען איז שוין צוגעגרייט פון פריער.
(עבודת ישראל לט"ו באב)
שנהיה לראש ולא לזנב:
פון'ם רבי'ן פון לובלין זי"ע ווערט געברענגט: אז ווען מען עסט דעם קאפ, און מען זאגט "יהי רצון שנהיה לראש" זאל מען אינזינען האבען און מתפלל זיין אז מיר זאלען זוכה זיין צו זיין תלמידים און באהאפטען צו דעם צדיק הדור, וואס ווערט אנגערופען: "ראש".
שנהיה לראש ולא לזנב:
דאס ווארט "לראש" איז ראשי תיבות ל'עשות ר'צון א'בינו ש'בשמים.
(בשם הרה"ק מדז'יקוב זללה"ה)

שירבו זכיותינו:
ווי אזוי קען א מענטש בעטן צו פארמערן זיינע זכותים? נאר מיר בעטן, אז מיר זאלען זוכה זיין צו טוהן תשובה מאהבה. וואס דעמאלטס ווערן די עבירות במזיד איבער געקערט אויף "זכותים".
(תורת חיים)
זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים...למענך אלקים חיים:
אונזער געבעט איז: "זכרנו לחיים" מיר זאלען זוכה זיין צו אזא סארט לעבן וואס: "מלך חפץ בחיים" וואס דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלען לעבן, דאס הייסט נאר מיט תורה ומצות "למענך אלקים חיים" און דאס לעבן זאל זיין נאר פאר דעם אייבערשטן.
(ספר החיים - אחי המהר"ל)
זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וגו' למענך אלוקים חיים:
דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע פלעגט כסדר מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און ער פלעגט זאגען "רבונו של עולם, דער גאנצע זאך וואס כלל ישראל דארף פרנסה, און אלעס גוט'ס, איז נאר כדי אויפצוהאדעווען ערליכע יודישע דורות, זיי צו קענען שיקען לערנען, צו מענג זיין דעם הייליגען שבת, צו קענען געבען צדקה, און צו קענען מקיים זיין אלע דיינע הייליגע מצות, אויב אזוי אוודאי זאלסטו זיי העלפען". אויף דעם האט דער הייליגער רבי דוד משה מטשורטקוב זצ"ל געטייטשט, מיר בעטען "זכרינו לחיים וגו'" אלעס נאר ווייל "למענך אלקים חיים" אלעס דארף מען נאר פאר דיינעט וועגען, דאס הייסט, צו טוהן מצות ומעשים טובים.
אבינו מלכנו כתבנו בספר פרנסה וכלכלה:
מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן: "אבינו מלכנו כתבנו" שרייב אונז אריין "בספר" אז מיר זאלן קענען לערנען תורה, אבער צו דעם האבן מיר אויך שטארק נויטיג "פרנסה וכלכלה" פרנסה מיט אלע געברויך. ווייל אנדערש וועלן מיר נישט קענען לערנען קיין תורה.
(תפארת שלמה)
אשרי איש שלא ישכחך ובן אדם יתאמץ בך:
דאס ווארט "איש" איז מרמז אויף צדיקים, און "בן אדם" איז מרמז אויף פראסטע מענטשן. "אשרי איש", וואויל איז פאר דער חשוב'ער מענטש "שלא ישכחך", וואס פארגעסט דיך קיינמאהל נישט. "ובן אדם", אבער דער פראסטער מענטש "יתאמץ", שטארקט זיך אין תשובה, "בך" - מיט די כ"ב (22) אותיות פון די הייליגע תורה.
(קדושת לוי)

המלך:
דער הייליגער רבי אהרן הגדול פון קארלין זי"ע האט אמאהל גע'חלש'ט ווען ער האט געזאגט "המלך". שפעטער ווען מען האט איהם געפרעגט וואס דאס איז געווען, האט ער גענפערט, אז ער האט זיך דערמאנט אין די גמרא גיטין דף נ"ו, וואס דער גמרא דערציילט, אז ווען מען האט ארויסגעטראגען ר' יוחנן בן זכאי פון ירושלים, כדי צו רעדען צו אספסיינוס קיסר, האט ער געזאגט "שלמא עלך מלכא" פרידען איז צו דיר קעניג, האט אִספַסיָינוּס קיסר געזאגט "דו ביסט מחויב מיתה, ווייל אויב איך בין יא א קעניג, פארוואס ביסטו נישט געקומען ביז יעצט", אזוי אויך האט דער הייליגער קארלינער געזאגט: "ווען איך האב געזאגט המלך, האב איך געטראכט די זעלבע וועגען מיר, אז דער טענה איז דאך אסאך אסאך מער לגבי דער מלך מלכי המלכים "ווי בין איך געווען ביז יעצט ?"

כי עמך הסליחה למען תורא:
א מענטש וואס האט עבירות, ווייסט גארנישט וואס עס מיינט "יראת שמים" ווייל עס איז דא א מחיצה צווישען איהם און דעם אייבערשטען, אבער ווען מען נעמט אוועק זיינע עבירות פארשטייט ער שוין וואס עס מיינט "יראת שמים" דאס איז פשט, "כי עמך הסליחה" דו טוסט אונז מוחל זיין, "למען תורא" כדי אז מען זאל מורא האבען פון דיר.
(הרה"ק רבי מרדכי מלכוביץ זי"ע)
ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון:
עס איז שווער צו פארשטיין, פארוואס דארפן די מלאכים ציטערען, איז דען ביי זיי דא עבירות? נאר דער אייבערשטער וויל אז די מלאכים זאלען רעדן גוטס פאר די אידן, די מלאכים ווייסען אז דאס איז דער ווילען פון באשעפער, דערפאר ציטערען זיי, טאמער זיי וועלן נישט אויספיהרן די ארבעט פון רעדן גוטס, ווי עס דארף צו זיין.
(השר שלום מבעלזא זי"ע)

ובכן צדיקים יראו וישמחו:
עס איז דא זייער א גרויסע חילוק, צווישען יראת שמים, און אנדערע מיני יראות, אלע אנדערע מיני יראות, ברענגט צו דאגה, אבער יראת שמים, איז פונקט פאקערט, אויב מען האט יראת שמים ברענגט דאס צו שמחה. דאס איז דער פשט, "ובכן צדיקים יראו" ווען די צדיקים האבען מורא פאר'ן אייבערשטן, "וישמחו" קומען זיי צו, צו שמחה.
(תפארת שלמה)



באין מליץ יושר מול מגיד פשע:
דער עיקר וואס א מענטש דארף טראכטן ווען ער טוט תשובה, איז איינצוזעהן זיין נידריגקייט, און דאס וועט זיין פאר איהם א "מליץ יושר". "באין", ווען א מענטש האלט זיך נידריג אזוי ווי גארנישט, "מליץ יושר", דאס אליין איז שוין פאר איהם א מליץ יושר, "מול מגיד פשע", קעגן דעם שטן, וואס רעדט שלעכטס.
(קדושת לוי)

וצונו לשמוע קול שופר:
דער גמרא אין ראש השנה דף ט"ז ע"א, פרעגט, למה תוקעין בראש השנה, פארוואס בלאזט מען שופר ראש השנה? ענפערט אויף דעם די גמרא ? רחמנא אמר תקעו, וואס הייסט פארוואס מען בלאזט? ווייל די תורה האט געהייסען בלאזען ! האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע געטייטשט דער גמרא אזוי, וועלעכע כוונה דארף מען האבען ביים בלאזען, איז די תירוץ "רחמנא אמר תקעו" אז דער הייליגער באשעפער האט געהייסען בלאזען.

אשרי העם יודעי תרועה:
דער גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז תקיעת שופר איז "חכמה ואינה מלאכה" האט אויף דעם דער הייליגער רבי ר' ברוך ממז'בוז' זי"ע געטייטשט, אז חז"ל האבען אונז מיט דעם געלערנט, וואס עס איז דער עיקר פון תקיעת שופר, דער עיקר איז די "חכמה" דאס מיינט די רוחניות'דיגע כוונה פון שופר, אבער סתם געבלאזען איז גארנישט ווערט.

לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלוקיו עמו ותרועת מלך בו:
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט טייטשען, "לא הביט און ביעקב וגו'" דער וואס זעהט נישט קיין שלעכטס אין יודישע קינדער, נאר אייביג זיכט ער גוטס אויף די יודישע קינדער, אייביג איז ער זיי דן לכף זכות, פאר אזא איינער איז "ה' אלוקיו עמו" דער אייבעשרטער איז מיט איהם.



כי זוכר כל הנשכחות אתה הוא מעולם:
"זוכר" דער אייבערשטער געדענקט, "כל הנשכחות" דאס וואס דער מענטש פארגעסט. אויב דער מענטש פארגעסט זיינע עבירות און ער טוט נישט כסדר תשובה אויף זיי, געדענקט זיי דער אייבערשטער. און אויב דער מענטש געדענקט זיינע עבירות, און ער טוט כסדר תשובה אויף זיי, דעמאלס פארגעסט זיי דער אייבערשטער, און ער איז איהם מוחל אויף די עבירות. דער זעלבע איז ביי מצות, אויב א מענטש געדענקט זיינע מצות, דאס הייסט ער האלט זיך גרויס וועגן זיינע מצות, דעמאלס פארגעסט כביכול דער אייבערשטער פון זיי, אבער אויב א מענטש פארגעסט זיינע מצות, דאס הייסט ער האלט נישט אז ער האט בכלל געטוהן א מצוה, דעמאלס, געדענקט זיי דער אייבערשטער, און גיבט איהם שכר.
(הרה"ק מריז'ין זי"ע)
ויהי קול השופר הולך וחזק מאד:
דער קול השופר העלפט אז מען זאל קענען מקיים זיין תורה ומצות ווי עס דארף צו זיין, "ויהי קול השופר הולך", דורך דעם קול השופר, ווערט מען א הולך, דאס הייסט א הולך בדרכי ה', "וחזק מאוד" עס וועט דיר אויך מחזק זיין, צו קענען ביישטיין דעם יצר הרע.
(תפארת שלמה)
תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו כי חוק לישראל הוא משפט לאלוקי יעקב:
"חוק" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסען נישט דעם טעם, "משפט" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסען יא דעם טעם, "תקעו בחודש שופר וגו' כי חוק לישראל הוא" ביי אונז איז דאס טאקע א חוק מיר פארשטייען נישט דעם טעם דערפון, אבער "משפט לאלוקי יעקב" ביים באשעפער איז דאס א משפט, די באשעפער ווייסט דאך יא דעם טעם דערפון.
(תפארת שלמה)
הטוב ומטיב לרעים ולטובים:
לכאורה וואלט דאך געדארפט קודם שטיין "לטובים" און נאכדעהם "אפילו לרעים", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי הערשל זידיטשובער זי"ע, "הטוב ומטיב לרעים" דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב פאר דעם וואס האלט זיך פאר א בעל עבירה, ווייל א ענו האלט אייביג אז ער איז שלעכט. "ולטובים" און אפילו אזעלעכע מענטשען וואס האלטען זיך גרויס, אז זיי זענען גרויסע צדיקים, איז דער אייבערשטער אויך א טוב ומטיב.

הטוב ומטיב לרעים ולטובים:
דער הייליגער רבי ר' בונם האט אזוי געטייטשט, לרעים ולטובים, אפילו אזעלעכע מענטשען וואס אמאהל זענען זיי שלעכט, און אמאהל זענען זיי גוט, איז דער אייבערשטער פאר זיי אויך א טוב ומטיב.
עלה אלוקים בתרועה:
"תרועה" איז א לשון פון פריינדשאפט. דער פסוק איז מרמז, אז מען קען נישט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון דעם הייליגען טאג, נאר דורך אחדות און פריינדשאפט צווישן אידן.
(בית אהרן - קארלין)
והעברת שופר תרועה בחודש השביעי:
ו'העברת ש'ופר ת'רועה ב'חודש ה'שביעי, איז ראשי תיבות "תשובה". צו ווייזען אז דער עיקר פון בלאזען שופר, איז כדי נתעורר צו ווערן צו תשובה.
(חסד לאברהם)
תקיעה שברים תרועה:
"תקיעה שברים תרועה" איז בגימטריא: "אבות אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד". דאס איז א רמז אז דורך תקיעת שופר ווערט אויפגעוועקט דער זכות פון די זיבען פאסטאכער וואס ווערן אנגערופען "אבות".
(ארן עדות)
שופר:
מען זאגט נאך פון הרה"ק ר' יושע מבעלזא זי"ע, אז ער האט אמאל געזאגט "ווי אזוי קענען מיר דען אנכאפען אין האנט דעם שופר פון גרויס ציטערניש פון דעם הייליגען טאג? נאר וויבאלד חז"ל האבען מתקן געווען צו בלאזען שופר א גאנצן חודש פריער, געוויינען מיר זיך אביסל צו, צו די הייליגע עבודה"!
שופר:
די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה (ט"ז.) "אז דערפאר בלאזט מען די תקיעות סיי ווען מען זיצט און סיי ווען מען שטייט, כדי צו פארמישען דעם "שטן". איז רש"י מפרש: "אז דער שטן ווערט צומישט ווען ער זעהט אז די אידן האבן אזוי שטארק ליב די מצוות". דער בעל הפלאה זצ"ל גיבט דאס צו פארשטיין אזוי: תקיעת שופר איז געמאכט צו אויפוועקען די אידן תשובה צו טוהן. און ווען די אידן בלאזען איבער נאכאמאהל און נאכאמאהל, ווייזען זיי דערמיט אז זיי טוהן תשובה דורך אהבה. און תשובה מאהבה דרייט איבער די אלע עבירות אויף "זכיות". דערפאר ווערט דער שטן צומישט און איז נישט מקטרג אויף אזוי פיהל עבירות, ווייל ווי מער עבירות ער וועט אויסרעכענען אלץ מער זכויות וועלן די אידן באקומען! דער רבי ר' בונם פון פשיסכא זי"ע איז דאס מסביר אויף דעם אופן: דער עיקר תירוץ וואס א איד האט פארוואס ער האט נישט געדינט דעם אייבערשטען ווי עס דארף צו זיין, איז ווייל ער איז געווען פַארְפְּלָאגְט און באשעפטיגט אין פרנסה. וואס דורך דעם איז ער נישט געווען רוהיג צו לערנען און טוהן מצוות. דער שטן אבער, טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ. א איד דארף האבן מסירות נפש און נישט קוקען אויף קיין שום שטערונג. אבער ווען מיר בלאזען שופר, און דער שטן ווערט צומישט פון אזוי פיהל תקיעות און ער הערט אויף צו רעדן שלעכטס, זעהט ער אליין איין, אז ווען מען ווערט צומישט איז נישט מעגליך אויסצופיהרן די ארבעט ווי עס דארף צו זיין.
שופר:
עס שטייט אין תהלים קאפיטל קכ"ו, "אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה". (דעמאלטס ווען משיח וועט קומען, וועט אנגעפוהלט ווערן אונזער מויל מיט געלעכטער און אונזער צינג מיט געזאנג) . די ווערטער זענען ראשי תיבות "שופר". מרמז צו זיין, אז ווען משיח וועט קומען וועט מען בלאזען שופר אין די זכות וואס מיר בלאזען היינט שופר אין ראש השנה.
(מהר"ש מבעלזא)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:49 לינק ישיר 

משלים

משל פון קדושת לוי
א מלך האט פארשיקט זיין איינציג קינד, צו א ווייטע מדינה. ער איז אנגעקומען אין א דארף. דארט האט ער פארברענגט זיינע יאהרען. ער האט אינגאנצען פארגעסן פון זיינע גוטע צייטן, אז ער איז א בן מלך. ער איז געווארן א פויער, ווי אלע דארפסלייט, אויך זיינע טבעיות זענען געווארן פארגרעבט. אפילו די שפראך פון זיין פאטער די קעניג, האט ער שוין אינגאנצען פארגעסען.
עס האט זיך אמאהל געמאכט, אז דער פויער האט געהערט אז דער קעניג קומט אויף א באזוך צו די מדינה ווי ער האט פארבראכט, האט ער זיך דערמאנט פון זיין אפשטאם, אז ער איז דאך דער נאנסטער צום קעניג, און זיך געכאפט אז ער וואלט זיך געדארפט צוריק קערן. ער איז געקומען צום פאלאץ ווי דער קעניג האט פארוויילט, און נישט געדענקענדיג די שפראך, האט ער זיך גענומען שרייען מיט א הויכע קול. ווי נאר דער קעניג האט דערהערט דער קול, פון זיין איינציג קינד, האט ער שטארק רחמנות באקומען אויף איהם און האט איהם צוריק גענומען צו זיך.
דאס איז דער ענין פון די תקיעות, וואס מיר בלאזן, כדי דער אייבעשטער זאל רחמנות באקומען אויף אונז, אז מיר זענען אזוי דערווייטערט פון איהם, אז מיר קענען נישט אפילו זיין שפראך. מיר קענען נאר שרייען צו איהם מיט'ן קול שופר.


נאך א משל פון קדושת לוי
עס איז געווען א מלך וואס איז געפאהרען צו א גרויסע וואלד צו פאנגען חיות און עופות ווי זיין שטייגער, אבער גייענדיג אין וואלד טיפער און טיפער האט ער פאלוירען דעם גלייכען וועג, און נישט געפונען דעם וועג ארויס. ענדליך האט ער געטראפען עטליכע פויערען און האט זיי געפרעגט ווי דער וועג צוריק איז, אבער זיי וועלכע האבן אפילו נישט געקענט דעם קעניג, האבען נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, ביז דער קעניג האט געטראפען א קלוגער מאן וואס ווען דער קעניג האט איהם געפרעגט ווי דער וועג איז, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער קעניג האט ער מיט גרויס כבוד גלייך געוויזען פאר'ן קעניג דער וועג, און האט איהם באגלייט ביז צום קעניגליכען פאלאץ.
דער חכם האט געפונען ליבשאפט ביים קעניג, און דער קעניג האט איהם געהויבען גרעסער איבער אלע שרים, און איהם אנגעטוהן טייערע קליידער, און זיינע אלטע דארפישער קליידער האט דער קעניג געהייסען אוועק לייגען אין זיינע אוצרות.
נאך א לאנגע צייט האט דער מענטש געזינדיגט פאר'ן קעניג. דער קעניג האט אויף איהם זייער געצערנט, און באפוילען זיינע שרים אז מען זאל איהם משפט'ן זייער הארב. דער מענטש איז געווארען זייער דערשראקן, וויסנדיג אז זיין שטראף וועט זיין זייער גרויס, איז ער געקומען צום קעניג און געפאלען צו זיינע פיס און זיך געבעטן אז איידער מען פירט אויס דעם משפט זאל מען איהם נאכגעבען איין פארלאנג, מ'זאל איהם אנטוהן זיינע אלטע קליידער מיט וועלכע ער האט ארויסגעפירט דעם קעניג פון וואלד. דער מלך האט איהם דאס נאכגעגעבן. אזוי ווי ער האט צוריק אנגעטוהן זיינע אלטע קליידער, און דער קעניג האט איהם דערזעהן, האט ער זיך דערמאנט אין דעם גרויסע חסד וואס דער מענטש האט מיט איהם געטוהן, איז ער געווארען אנגעפילט מיט רחמנות אויף איהם, און איהם מוחל געווען, און איהם צוריק געשטעלט צו זיין גרויסקייט.
דער נמשל איז אויף אונז יודישע קינדער. ווען דער אייבערשטער איז ארום געגאנגען בשעת מתן תורה, צו אלע פעלקער, און קיינער האט נישט געוואלט מקבל זיין די תורה, נאר אונז יודישע קינדער האבן דאס מקבל געווען מיט שמחה, מיט א גרויס פארגעניגן אז מיר האבן געענטפערט "נעשה" פאר "נשמע", און מקבל געווען עול מלכות שמים, און ממליך געווען דעם אייבערשטן אויף אונז. יעצט האבן מיר זיך פארזינדיגט און מורד געווען אין דעם אייבערשטען, וועגן דעם ווען עס קומט דער יום הדין, וואס יעדע מענטש ווערט גע'משפט און יעדען איז מען דן לויט זיינע מעשים, בלאזן מיר מיט דעם שופר ארויס צו נעמען דעם קלייד וואס מיט דעם האבן מיר מקבל געווען דער הייליגע תורה, ווי עס שטייט אין פסוק "ויהי קול השופר הולך וחזק מאד", וועט אונז דער אייבעשטער דורך דעם געדענקן דעם זכות, און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, און פטר'ן ביים משפט, און אונז פארשרייבן לאלתר לחיים טובים ארוכים ולשלום, אמן כן יהי רצון.

נאך א משל פון קדושת לוי
א קנעכט האט אמאהל געזינדיגט אנטקעגן זיין קעניג. ער האט זיך געבעטן ביים קעניג אז ער זאל איהם מוחל זיין, האט דער קעניג געזאגט אז דו זאלסט דיך אליין משפט'ן, און ווי אזוי די פארשטייסט אז דיין משפט זאל ארויסקומען אזוי זאל זיין.
דער קנעכט, ווען ער האט דאס געהערט, איז איהם געווארן זייער ביטער, און האט אנגעהויבן צו וויינען צום קעניג, אז ער זאל נישט אזוי טוהן, ווייל דעמאלט ווייסט ער גאנץ זיכער אז ער וועט זיין שולדיג לויט דעם דין, ווייל ער אליין קען נישט פסק'ענען לפנים משורת הדין, האט ער דערפאר געבעטן דעם קעניג אז דער קעניג זאל איהם משפט'ן ווייל דער קעניג איז א באגנעדיגער און האט רחמנות אויף יעדן, און קען טוהן וואס ער וויל, און האט די מעגליכקייט מוחל צו זיין.
דער נמשל איז, מיר בעטן דעם אייבערשטן, "אל תבוא במשפט עמנו" דער אייבערשטער זאל אונז נישט מאכן פאר די ריכטערס, אז מיר אליין זאלן זיך אפ'פסק'ענען ווייל "כי לא יצדק לפניך כל חי" מיר ווייסן אז לויט דעם דין זענען מיר שולדיג, און מיר קענען נישט פסק'ענען "לפנים משורת הדין" נאר מיר בעטן דיר רבונו של עולם, אז די זאלט אונז משפט'ן ווייל די ביסט א באגנעדיגער וואס פארמערט מוחל צו זיין, און דו קענסט טוהן מיט אונז א גענאדע און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, מיט דיין גרויס רחמנות.


משל פון צאנזער רב
דער הייליגע צאנזער רב זי"ע פלעגט זאגן דעם משל. א קעניג האט געהאט א זוהן וואס ער האט זייער שטארק ליב געהאט. אמאהל האט דער זוהן געזינדיגט אנטקעגן זיין טאטן, האט דער קעניג ארויס געטריבן דעם זוהן פון זיין פאלאץ, די גאנצע צייט וואס דער זוהן איז נאך געווען נאנט צום טאטן האבן די מענטשן וואס זענען געווען נאנט צום קעניג רחמנות געהאט אויף איהם און זיי האבן איהם געגעבן צו עסן, דערנאך ווען דער זוהן איז אוועק געפארן זייער ווייט פון זיין טאטן ווי קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז דער קעניג'ס זוהן, האט ער שוין מער נישט געהאט ווער ס'זאל איהם געבן צו עסן, האט ער געדארפט פארקויפן זיינע קליידער כדי ער זאל קענען קויפן עפעס צו עסן, דערנאך האט ער געדארפט פארקויפען אלעס וואס ער האט נאר פארמאגט, ביז ער האט זיך אליינס אויך געדארפט פארקויפן און ער איז געוואן א פאסטוך פון שאף.
יאהרן לאנג האט ער געפאשעט די שעף ביז ער האט פארגעסן אז ער איז א קינד פון א קעניג, און ער האט שוין אויך געזונגען דעם זעלבן ניגון ווי אלע פאסטוכער פלעגן זינגען ווען זיי האבן געפאשעט די שעף.
אבער איין זאך האט איהם שטארק וויי געטאהן, ווייל אלע אנדערע פאסטוכער וואס זענען שוין געווען לאנגע יארן פאסטוכער פלעגן שוין האבן א דאך פון שטרוי, אז ווען עס האט גערעגענט האבן זיי זיך דארט געקענט באהאלטן כדי עס זאל נישט אויף זיי רעגענען, און ער האט דאס נאך נישט געהאט.
אמאהל איז דער קעניג אדורך געפארן דארט, און דער סדר איז געווען אז ווער עס האט עפעס געדארפט פונ'ם קעניג, האט געשריבן זיין פארלאנג אויף א צעטל, און האט דאס אריין געווארפן אין דעם וואגן ווי דער קעניג איז א דורך געפארן, און דער קעניג פלעגט זיי געבן וואס זיי האבן פארלאנגט.
דער זוהן האט אויך אריין געווארפן זיין צעטל און האט געבעטן אז דער קעניג זאל אים געבן א דאך פון שטרוי, כדי ער זאל נישט נאס ווערן פונ'ם רעגן.
דער קעניג האט באלד דערקענט די שריפט אז דאס איז פון זיין זוהן, האט ער געהאט דערפון גרויס צער, אז זיין זוהן האט אינגאנצען פארגעסן אז ער איז זיין קינד, און ער בעט נישט אז ער זאל איהם אהיים נעמען, נאר ער בעט א דאך פון שטרוי?.
דער נמשל איז, מיר אידישע קינדער, וואס זענען שוין ליידער אזוי פיל יאהרן אין דעם שווערן גלות האבן מיר שוין ליידער פארגעסן אז מיר זענען קינדער פון דעם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און יעצט גייט אונזער טאטע א דורך אונז, יעצט איז די צייט וואס יעדער קען בעטן פון איהם זיין פארלאנג, איז זייער וויכטיג אז מיר זאלן בעטן פון איהם, "טאטע, נעם אונז שוין אהיים צו דיר", און מיר זאלן נישט מתפלל זיין אויף קיין דאך פון שטרוי, וואס מיינט למשל בעטן אויף פרנסה, וכדו', נאר דער עיקר איז אז מיר זאלן מתפלל זיין אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלמה במהרה בימינו אמן.

משל אויף דעם וואס מיר זאגן
"הנני העני"
עס האט געוואוינט אין א דארף א סוחר א גרויסע עושר, וואס פלעגט אריינפארן אין שטאט איינמאל א חודש כדי איינצוקויפן וואס ער דארף צו זיין געשעפט. זיינע פריינד פונ'ם דארף פלעגן איהם מיטגעבן א ליסטע פון זייערע געברויכן וואס פעלט פאר זיי אויס, וויבאלד ער איז שוין ממילא אין שטאט זאל ער שוין פאר זיי אויך איינקויפן. ער האט דאס גערן געטאהן. זיינע פריינד האבן אים מיטגעשיקט געלט או ער האט געקויפט פאר דעם געלט זייערע געברויכן, עס פלעגט זיך אמאל טרעפן אז זיי האבן נישט מיט געשיקט גענוג געלט, אדער די סחורה וואס זיי האבן געזוכט איז טייערע געווארן, פלעגט דער סוחר אויסלייגן פון זיין טאש וויפיל געלט עס האט אויסגעפעלט און האט געקויפט אלע זייערע געברויכן, און ווען ער איז צוריק געקומען אין דארף האבן די פריינד איהם צוריק באצאלט די געלט וואס ער האט אויסגעלייגט, אזוי האט זיך עס געפירט א לאנגע צייט.
מיט א צייט שפעטער איז דער סוחר געשטארבן, או אנשטאט אים האבן די דארפ'ס מענטשן געשיקט אן ארימאן, ער זאל זיי איינקויפן אין שטאט אלע זייערע געברויכן, זיי האבן אים געגעבן א גענויע ליסטע און אויך געלט, ער זאל האבן מיט וואס צו קויפן, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דער ארימאן וועט נישט האבן קיין געלט אויסצולייגן אויב עס וועט אויספעלן.
דאס זעלבע זאגט דער שליח ציבור, איך בין צו ארעם אין מעשים טובים אז איך זאל קענען דערפון אויסלייגן פאר אייך אז דורכדעם זאלט איר געהאלפן ווערן, דערפאר זאלט איר זיך נישט פארלאזן בלויז אויף מיר, נאר איר זאלט זיך אליין אנגרייטן גענוג מעשים טובים, אז אין אייערע זכות זאלט איר קענען ביים בית דין של מעלה פארשריבן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה בגשמיות וברוחניות.

משל פון ערבי נחל (ר"ה דרוש א')
עס איז געווען א גרויסער קעניג וואס ער איז געווען דער גרעסטער קעניג צווישן אלע אנדערע קעניגן, וואס האט געהאט א בת יחידה, זייער א שיינע אזוינס וואס מען זעהט נישט אין די גאנצע וועלט. זיא איז געווען א געלונגענע און א געראטענע, א גרויסע בעלת מידות, און דער קעניג האט איר זייער שטארק ליב געהאט.
ווען עס איז געקומען די צייט וואס מען האט איר געדארפט חתונה מאכן, האט יעדער געמיינט אז דער קעניג וועט אוודאי וועלן טוהן א גרויסן און בכבוד'דיגן שידוך מיט די געראטענע טאכטער, און דערפאר וועט ער זיך נאר וועלן משדך זיין מיט אן אנדערן קעניג. אלע קעניגן פון די וועלט וועלכע האבן געהאט א זוהן אויף שידוכים, האבן אויך אזוי געטראכט דערפאר האבן זיי געשיקט בריוו צום קעניג אז זיי ווילן זיך משדך זיין מיט איהם.
אבער דער קעניג האט געטראכט ביי זיך, אזוי ווי ער איז דאך דער גרעסטער קעניג צווישן אלע אנדערע קעניגן, און די אלע אנדערע קעניגן זענען גאר אינטערטעניגט אונטער איהם, זענען זיי ביי איהם גערעכענט אזוי ווי זיינע קנעכט, און נישט ווי קעניגן, איז איהם נישט קיין גרויסע מעלה זייער יחוס אז זיי זענען קעניגן, און עס איז איהם בכלל נישט קיין גרויסער כבוד זיך משדך צו זיין מיט זיי.
דער קעניג האט געהאט זייער א גוטן פריינד וואס איז נישט געווען קיין קעניג אבער ער איז געווען זייער שטארק געטריי פאר דעם קעניג, ער האט געוואוינט אין אן אנדערע מדינה זייער ווייט פונ'ם קעניג, און דער קעניג האט איהם זייער שטארק ליב געהאט, נאך אזא גוטן פריינד האט ער נישט געהאט אין די גאנע וועלט, און דער קעניג האט איהם שטענדיג געוואלט געדענקן, און וויבאלד ער האט געוואוינט זייער ווייט אוועק פון איהם, האט ער אויפגעקריצט זיין בילד אויף זיין קעניג'ליכן שטוהל, כדי אז ער זאל קענען שטענדיג טראכטן פון איהם, און זאל איהם קיינמאהל נישט פארגעסן. פון גרויס ליבשאפט צו דעם גוטן פריינד, האט דער קעניג געוואלט זיך משדך זיין נאר מיט איהם, און נעמען זיין זוהן פאר זיין געלונגענעם טאכטער. כאטש דער קעניג וועט דארפן שיקן זיין טאכטער ווייט אוועק פון איהם, פונדעסטוועגן דאך פון גרויס ליבשאפט צו דעם גוטן פריינד האט דער קעניג נאר געוואלט זיך משדך זין מיט דעם גוטן פריינד.

דער קעניג האט אבער מורא געהאט אזוי ווי דער זוהן פון זיין פריינד איז נישט אויפגעוואקסן אין א הויז פון א קעניג, וועט ער נישט וויסן ווי אזוי מען דארף זיך באנעמען מיט א קעניג'ס א טאכטער, האט ער געבעטן פון זיין גוטן פריינד אז קודם זאלן זיי קומען וואוינען עטליכע יאהר נאנט צו איהם, כדי זיין זוהן זאל זעהן ווי אזוי מען דארף זיך מיט זיין טאכטער באנעמען, און דערנאך וועט ער צוריק קענען גיין וואוינען נעבן זיין טאטן.
ווען דער שידוך איז געשלאסן געווארן, און ער איז געווארן דעם קעניג'ס איידעם, האבן מענטשן איהם זייער שטארק מקנא געווען, וואס דעריבער האבן זיי איהם זייער שטארק פיינד געהאט. זיי פלעגן שטענדיג גיין צום קעניג און רעדן שלעכטס אויף איהם, כדי דער קעניג זאל איהם שטארק באשטראפן. וויבאלד דאס געזעץ איז געווען אז ווער עס איז שולדיג דארף מען איהם באשטראפן, אפילו אז ער איז דעם קעניג'ס א קינד, האט דער קעניג גערופן זיין איידעם אז ער מוז קומען צו איהם אויף א משפט.
אבער דאס האט יא דער קעניג געטוהן, ער האט אפגעשטופט די צייט ווען ער וועט איהם משפט'ן, און האט איהם אויסגעזאגט אלע טענות וואס די מענטשן טענה'ן אנטקעגן איהם, כדי ער זאל זיך קענען געהעריג מסדר זיין זיינע טענות, ער זאל זיך קענען פארענטפערן אנטקעגען זיינע שונאים.
ווען עס האט זיך אמאל געמאכט אז די פיינד האבן געהאט גאר שטארקע גרויסע און ערנסטע טענות אנטקעגן דעם איידעם, און די טענות זענען געווען גערעכטע אנטקעגן איהם, פלעגט די טאכטער פונ'ם קעניג אליין אריבער גיין צו איר טאטן און צו די ריכטערס, און אליינס טענה'ן און זיך אננעמען אויף איר מאן'ס זייט, און דעמאלטס איז דער איידעם געווען פארזיכערט אז מען וועט איהם גארנישט באשטראפן, נאר פארקערט מען וועט נאך גאהר באשטראפן זיינע פיינד וואס קומען רעדן שלעכטס אויף איהם, צום קעניג.
דאס אלעס איז נאר גוט געווען ווען דער איידעם פלעגט נאך מכבד זיין די טאכטער פונ'ם קעניג אזוי ווי עס פאסט זיך פאר דעם קעניג'ס טאכטער.
אמאהל האט פאסירט אז דער איידעם האט שטארק פארשעמט זיין ווייב, און ער האט איר זייער שטארק געשלאגן אז אירע ביינער זענען שטארק צובראכן געווארן, און זי איז קראנק געווארען, זי איז געווארן א בעלת מום, דערנאך האט ער איר ארויסגעווארפן פון זיין הויז און האט איר געווארפן צו די מיסט. ער האט פארגעסן אלע טובות וואס זיין ווייב און זיין שווער דער קעניג פלעגן איהם שטענדיג טוהן, דערפאר האבן זיך יעצט גענומען זיינע פיינד איבער איהם, און זענען געלאפן צו קעניג, און גערעדט אנטקעגן איהם.
ווען דער קעניג האט געהערט די גרויסע און ערנסטע ווערטער אנטקעגן זיין איידעם, האט ער געשיקט אז מען זאל איהם רופן אז ער זאל קומען צו איהם צו א משפט, ער האט איהם פארציילט פונקטליך וואס די קלאגע אנטקעגן איהם זענען, און אז ער זאל קומען צו דעם באשטימטן צייט ווען דער משפט וועט זיין. אויך זאל ער מיט ברענגען זיין טאכטער ווען ער קומט, ווייל זיא איז שוין לאנג נישט געווען ביי איהם און ער וויל איר זעהן.
ווען דער איידעם האט געהערט אז ער דארף קומען צו א משפט, האט איהם אנגעכאפט א מורא'דיגן שרעק און ציטער, ער האט אנגעהויבען שטארק צו קלאגן און וויינען און שרייען: "ווי ביטער איז מיר יעצט, וואס וועל איך קענען ענטפערן ביי דעם משפט, וויי און ביטער איז מיר ווען מען וועט מיך שטראפן, ווי אזוי וועל איך קענען זיגן ביים משפט, ביז יעצט פלעג איך מיט נעמען מיין ווייב און זי האט זיך אנגענומען אויף מיין זייט, האב איך געוואוסט אז עס וועט מיר גארנישט זיין, אבער יעצט אז זי איז מיר געווארן א שונא, כאטש איך וואלט אפשר איר געקענט איבערבעטן אז זי זאל צוריק ווערן מיין פריינד אזוי ווי עס פלעגט זיין שטענדיג, אבער איך האב איר יעצט אזוי שטארק צושלאגן, אז זי קען זיך נישט רירן פון פלאץ, און די צרה איז נאך גרעסער פאר מיר אז פונקט יעצט האט דער קעניג באפוילן אז איך זאל איר מיט ברענגען צו איהם, וויי איז מיר, ביטער איז צו מיר, ווי אזוי וועל איך קענען קוקן דעם קעניג אין פנים אריין, אז זיין טאכטער קען נישט מיט קומען צו איהם, ווייל זיא איז שטארק קראנק און זי ליגט גאר פארשמירט אין מיסט".
אזוי וויינענדיג איז ער אריבער צו זיין טאטן וואס איז געווען דעם קעניג'ס בעסטער גוטער פריינד, און האט איהם אלעס דערציילט, און האט איהם געזאגט: "יעצט איז די צייט וואס נאר דו קענסט מיר דא ארויסהעלפן, ווייל איך קען מיך אויף קיינעם מער נישט פארלאזן, נאר אויף דיר וואס די ביזט דעם קעניג'ס בעסטער פריינד דיך וועט ער זיכער א טובה טוהן, און אהן דיר, קען איך נישט גיין צום קעניג".
דער טאטע וואס האט אזוי רחמנות געהאט אויף זיין זוהן, און ער האט געוואלט גיין צום קעניג בעטן דער טובה, האט אים געזאגט: "ווי אזוי קען איך גיין צום קעניג און בעטן אויף דיר, ער ווייסט דאך וואס די האסט אפגעטוהן פאר זיין געראטענע טאכטער, ער וועט מיר דאך זאגן, "דו ביזט דאך באמת מיין גוטער פריינד, ווי אזוי קענסטו זיך איינהאלטן און צוזעהן דאס שלעכטס וואס האט פאסירט מיט מיין געלונגענע טאכטער, אמת דער קעניג האט מיך זייער ליב, אבער זיין אייגענעם טאכטער האט ער נאך מער ליב.
הער זיך צו מיין קינד. איין עצה האב איך. איך וועל גיין צום קעניג און איהם בעטן א טובה ער זאל אפשטיפן די צייט פון דעם משפט, דאס וועט ער זיכער טוהן פאר מיר, און ביז דעווייל בעט דיך איבער מיט זיין טאכטער, מיט וואס עס איז נאר מעגליך, נעם איר ארויס פון די מיסט, זי זאל זיך אפוואשן, זי זאל זיין ריין. גיב אלע מיני רפואות וואס איז נאר מעגליך, כדי עס זאל מעגליך זיין אז זי זאל קענען גיין צו איר טאטן, כאטש עס איז נישט מעגליך זי זאל זיין אזוי ווי פריער, אבער אז זי וועט זיין ביים קעניג, דארט וועט שוין זיין אלעס צוגעשטעלט אז זי זאל האבן די מעגליכקייט צוריק צוקומען צו אירע כוחות, זי זאל זיין שטארק און געזונט ווי פריער. נאר זעה מיין קינד, בעט זיך איבער מיט איר זי זאל דיר ווערן א גוטע פריינד, איידער עס קומט דעם טאג פונ'ם משפט, אז זי זאל קענען קומען צו איר טאטן, און איך וועל אויך דארט זיין ביים משפט, און אויב דו וועסט אזוי טוהן וועסטו נישט דארפן מורא האבן.

דעם נמשל איז אזוי. דער הייליגער באשעפער איז דער גרעסטער קעניג. די תורה איז די טאכטער פונ'ם רבוש"ע (ברתא דמלכא) עס איז נישט דא אזוי ווי איר חכמה אין דעם גאנצע וועלט. ווען דער אייבערשטער האט געוואלט באווייזען איר גרויסקייט און געבען די תורה, האבן די מלאכים געזאגט "תנה הודך על השמים" געב די תורה פאר די פייערדיגע מלאכים. אבער דער אייבערשטער האט נישט געוואלט, ווייל לויט די גרויסקייט פון דעם גרויסן קעניג, זענען די פייערדיגע מלאכים ווי פשוט'ע קנעכט. דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן זיינע גוטע פריינד וואס ער האט זייער ליב, דאס זענן די אבות הקדושים, און פון גרויס ליבשאפט האט דער אייבערשטער אויסגעקריצט די צורה פון יעקב אבינו אויף זיין כסא הכבוד (מדרש). און דער אייבערשטער האט געוואלט געבן זיין טאכטער פאר זיינע קינדער, בעסער ווי צו געבן פאר די מלאכי מרום. כאטש מיר זענען נאר מענטשן און נישט מלאכים. דאס איז אלעס נאר פון גרויס ליבשאפט צו אונזערע עלטערן, האט ער געגעבן די תורה הקדושה צו אונז וואס מיר וואוינען אין "א ווייטע מדינה" וואס דאס איז דער וועלט.
אבער וויבאלד דער אייבערשטער האט חושש געווען אז מיר פארשטייען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירען מיט די כבוד פון דער אייבערשטער אין מיט זיין תורה, דערפאר האט ער געגעבן די תורה מיט "קולות וברקים", און ער האט משרה געווען אויף יעדער איינציגע יוד "רוח הקודש" און זיי האבן משיג געווען גאהר הויכע זאכן. ווי אויך האט משה רבינו אונז אויפגעהאדעוועט עטליכע יאהר מיט די זיסקייט פון די תורה. פארן געבן די תורה האט דער אייבעשטער אונז קודם געהייליגט און צוגעגרייט, און ערשט דעמאלס האט ער אונז געגעבן די תורה אויף די וועלט.
איז דען דאס א קלייניקייט זיך צו משדך זיין צום קעניג אליין, אזעלכע פשוט'ע מענטשען, וואס זענען נישט קיין מלאכים? ניין! דאס איז גאר א גרויסע זאך, און דערפאר האבן מיר אסאך שונאים, דאס זענען די קליפות און די מקטריגים, וואס זענען אונז מקנה. וועגן דעם קומען זיי אייביג מקטרג זיין אז יודן זינדיגן, און זיי שרייען און זיי מאנען א דין פון דער רבונו של עולם.
דער אייבערשטער וואס איז א מלך המשפט, קען נישט אפזאגען פאר די אלע וואס בעטען א משפט. וואס טוט ער? לאזט ער אונז וויסן ווען עס וועט זיין דער משפט כדי אז מיר זאלן זיך קענען גוט אנגרייטן צום משפט, און אזוי ארום ארויסגיין פון דעם משפט ריין.
אמאהל אבער אין די צייט ווען עס קומען גאהר שטארקע מקטריגים און זיי קומען מיט שטארקע טענות, וואס מען וועט נישט קענען ארויס גיין ריין ביים משפט, בעטן מיר פון די תורה הקדושה, אז זי זאל מיטקומען מיט אונז און זיך אננעמען און ארויסהעלפען ביים דין, ווי מיר זאגן דאך ביי די סליחות פון צום גדלי' "תורה הקדושה התחנני בבקשה".
דאס איז אבער נאר ווי לאנג מיר האבן מכבד געווען די תורה, ווי עס דארף צו זיין, און מיר האבן געלערנט תורה לשמה, דעמאלס העלפט די תורה, אבער בעוונותינו הרבים וואס מיר האבן זיך געקריגט מיט די תורה, און מיר האבן נישט קובע געווען עתים לתורה, און דאס איז נישט גענוג נאר מיר האבן איר געמאכט פאר א בעלת מום, ווייל די רמ"ח מצוות עשה זענען קעגען די רמ"ח איברים, און די שס"ה גידים, זענען קעגן די לא תעשה, און דער וואס איז עובר אויף די תורה הקדושה, ווערט זיין נשמה א מחוסר אבר ח"ו, און דאס איז נישט גענוג, נאר מיר האבן נאך איר געווארפן צו די מיסט ווי עס איז ידוע אז אויב מען לערנט תורה לגאוה, אדער לקנטר, גייט דער גאנצער תורה צו די קליפות, און ווי אויך אויב מען איז נישט מתקן די מיאוס'ע עבירות וואס מען האט געטוהן, און מען לערנט תורה בשעת מען איז אנגעשמירט פון זיי, ווערט די גאנצער תורה וואס ער האט געלערנט איבער געגעבן צו זיי, און אויף דעם שטייט אין פסוק "ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי וגו'" פארוואס האסטו געלערנט תורה אין די צייט וואס דו ביסט געווען אנגעשמירט מיט אזעלכע עבירות. דאס האבן מיר געטוהן צו די תורה, און מיר האבן פארגעסן די אלע טובות וואס זי פלעגט אונז טוהן.
אינצווישען איז געקומען דער יום הדין הגדול והנורא, און די מקטריגים האבן זיך פארמערט אזוי ווי אייביג. דער רבונו של עולם דער מלך מלכי המלכים איז אונז מודיע ווען עס וועט זיין דער משפט, און אז מיר זאלן זיך גרייטן זיך אנקעגן צושטעלן, און ער בעט אונז "ברענג מיט די תורה וואס איר האט געלערנט א גאנץ יאהר", ווייל דאס האט ער אזוי ליב, און אויף איר שטייט די וועלט. כאפט דאך א שרעק און א פארכט פון דעם יום הדין, און מיר שרייען און וויינען: "ווי אזוי וועלען מיר קענען ארויסגיין ריין ביים משפט, ביי יעדע משפט איז נאר געווען די תורה אונזער אונטערליינער, און דא איז זי גאהר געווארן אונזער פיינט".
און נאך מער פון אלעס האט דאך דער מלך געהייסען אז מיר זאלן מיטברענגען די תורה מיט אונז, ווי אזוי קענען מיר דען קומען מיט אזא תורה, וואס איז פארשמירט און איז א בעלת מום. עס קען דאך זיין אז נישט נאר זאל דער אייבערשטער אונז נישט העלפען ח"ו, נאר פארקערט ח"ו ער וועט אויך צולייגן כעס ר"ל.
דער איינציגסטער צו וועמען מיר קענען זיך ווענדען איז צו אונזערע אבות הקדושים, און מיר זאלן זיי בעטען אז זיי זאלן קומען צום קעניג, און דאס איז די תקיעות וואס מיר בלאזן ראש השנה, וועלכע וועקן אויף די אבות הקדושים, ווייל תקיעה איז מרמז אויף חסד וואס דאס איז אברהם אבינו, תרועה איז מרמז אויף גבורה וואס דאס איז יצחק, און שברים איז מרמז אויף תפארת וואס דאס איז יעקב. און מיר בעטן זיך ביי זיי און בפרט ביי יעקב אבינו, וועמענס צורה איז איינגעקריצט אויפן כסא הכבוד, ווייל זיי זענען די "אוהבי המלך מלכי המלכים".
די הייליגע אבות הקדושים, פון גרויס רחמנות אויף אונז ווילען אונז העלפן, אבער (עיין שם מעשה נורא) ווי קענען זיי דען העלפען ווען מיר האבן שלעכטס געטוהן מיט די טאכטער פונ'ם קעניג וועט ער דאך אויף זיי זייער ברוגז זיין פארוואס זיי נעמען זיך ענדערש אהן פאר זייערע קינדער, ווי איידער פארן טאכטער פונ'ם קעניג, די הייליגע תורה הקדושה.
דער איינציגסטער זאך וואס די אבות הקדושים קענען טוהן איז, בעטען אז מען זאל אפשטיפן דער משפט, דאס זענען די עשרת ימי תשובה, און געגעבן צייט אז מיר זאלן פארעכטן אונזער מעשים און ארויסשלעפן די תורה פון די קליפות און איר איבערבעטען, אז זי זאל ווערן צוריק אונזער פריינד, און אזוי וועט זי זיך אננעמען פאר אונז להוציא כאור משפטינו אמן וכן יהי רצון.
צווייטע משל פון ערבי נחל
עס איז געווען א גרויסער קעניג וואס האט געהאט א בן יחיד, וואס ער האט אים זייער שטאק ליב געהאט, ער האט געווארנט דעם זוהן אז ער זאל שטענדיג נאר גיין צוזאמען מיט אים, ער זאל זיך קיינמאהל נישט אוועק רירן פון אים ווייל עס איז דא רויבערס וואס ווילן אים אוועק כאפן.
אמאהל מאכט זיך אז דער זוהן האט פארגעסן דערפון און האט זיך אוועק גערירט פון זיין טאטן, און באלד האבן די רויבערס אים צוגעכאפט, און האבן אים אוועק געפירט אין א ווייטע לאנד, זיי האבן געטוהן מיט אים וואס זיי האבן געוואלט, זיי פלעגן אים שטארק שלאגן, און צוקלאפן, אנטוהן גרויסע געוואלדיגע יסורים אז עס איז ממש נישט געווען צום אויסהאלטן.
דער זוהן פלעגט שטענדיג שיקן בריוון פאר זיין טאטן דעם קעניג, אז דער קעניג זאל וויסן וואס די רויבערס טוהן אפ מיט אים, ער פלעגט זיך באקלאגן און זיך בעטן צו זיין טאטן דער קעניג, כדי דער קעניג זאל אים קומען צו הילף און ארויס ראטעווען פון די רויבערס.
די רויבערס פלעגן אבער צו'גנב'ענען די בריוון, און פלעגן דאס צו באהאלטן, און האבן נישט געלאזט קיינמאל די בריווען אז זיי זאלן אנקומען צום קעניג. אויף דעם פלעגט דער זוהן שטענדיג שטארק צו וויינען, אז ער האט נישט קיין וועג צו פארציילן זיין טאטן זיין ווייטאג.
עס האט זיך אמאהל געמאכט, אז דער זוהן האט געהערט פון איינעם, אז יעדער יאר האט דער קעניג א מנהג אז ער האט א באשטימטע טאג ווען ער פארט דא אדורך אין די לאנד, איז דער זוהן אנטלאפן כדי ער זאל זיין אויף דעם וועג ווי דער קעניג גייט אדורך, כדי זיין טאטע זאל אים זעהן און ער וועט זיך אויסוויינען צום טאטען, און ער וועט אוודאי רחמנות האבן אויף אים, און וועט אים אהיים נעמען.
וואס האבן די רויבערס געטאן, זיי האבן דאך מורא געהאט אז דער קעניג וועט זיך נוקם זיין אין זיי, דערפאר האבן זיי געבויעט א שטארקע וואנט פון אייזן, כדי דער זוהן זאל נישט קענען זעהן זיין טאטן ווען ער וועט אדורך גיין דא אין לאנד, און אויך זיין געשריי וועט דער קעניג נישט קענען הערן. ווען דער זוהן האט דאס דערזעהן האט ער ערשט אנגעהויבן צו וויינען אויף זיין מצב, ווייל ער האט פארלוירן זיין איינציגסטן האפענונג.
דער זוהן האט געהט א טייערן שטיין פונ'ן אוצר פון זיין טאטן דעם קעניג, וואס ער האט שטענדיג געהאט באהאלטן מיט זיך, און קיינער האט פון דעם נישט געוואוסט. דער שטיין האט געהאט א סגולה, אז ווען מען קלאפט דערמיט, צופאלט יענער זאך, נישט קיין חילוק ווי שטארק יענע זאך איז, און אויב ער וועט מיט דעם קלאפן אויפן מויער וועט די גאנצע מויער איינפאלען. דער סגולה שטיין האט אבער נאר געארבייט מיט צוויי תנאים, דער שטיין האט געמוזט זיין ריין בשעת'ן קלאפן, און אויך בשעת'ן קלאפן האט מען געדארפט וויינען און זיין בהכנעה. אויף דעם שטיין האט ער זיך געטרייסט.
ווען דער טאג איז אנגעקומען, דער קעניג איז אנגעקומען דא אין שטאט, האט דער זוהן גענומען דעם שטיין און אנגעהויבען צו קלאפן דערמיט אין דעם וואנט, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, די וואנט רירט זיך נישט עס צוברעכט זיך נישט. מיר קענען פארשטיין פארוואס דער שטיין האט נישט געארבייט, ווייל זייענדיג אזוי לאנג מיט די רויבערס האט ער פארגעסען די אלע איינצעלהייטן וועגן דעם שטיין.
אזוי פלעגט דער זוהן יעדער יאר טוהן, און קיינמאהל איז איהם נישט געלונגען צו צוברעכן די וואנט. נאך עטליכע יאהר וואס ער האט אזוי געטוהן, און עס האט איהם גארנישט געהאלפן, איז ער געווארן זייער צובראכן און צוקלאפט, און האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען, ווייל ער האט שוין מער נישט קיין האפענונג, דער טייערע שטיין וואס האט דער סגולה, ארבייט שוין אויך נישט. אזוי וויינענדיג האט ער געקלאפט מיט דעם שטיין אויף דער וואנט און פלוצלונג צו זיין וואונדער איז דער וואנט איינגעפאלען. באלד האט ער געזעהן זיין טאטן דעם קעניג. ער האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען און קלאגן צו זיין טאטן, און האט געשריגן "טאטע טאטע" האב רחמנות אויף מיר, עס איז מיר דא זייער ביטער. דער טאטע האט באקומען גרויס רחמנות אויף איהם און האט איהם תיכף גענומען צו זיך, און ער האט זיך נוקם געווען אין די רויבער אויף אלע צרות וואס זיי האבן געטאן צו זיין זוהן.
דער נמשל איז אזוי, דער קעניג איז דער אייבערשטער, און דער קינד דער בכור דאס איז כלל ישראל, און עס ווערט געברענגט אין זוהר הק' אז די גוים און די שרים טוען אוועקכאפן כלל ישראל, די גוים כאפן אוועק די גופים, און די שרים כאפן אוועק די נשמות, דאס מיינט מען דער יצר הרע וואס מאכט זינדיגען די נשמה. אונזער טאטע אין הימל האט אונז אנגעווארענט אז מיר זאלען פון איהם נישט אוועק גיין, כדי אז מיר זאלען נישט פארכאפט ווערען פון זיי. ווי עס שטייט אין פסוק "אחרי ה' אלהיכם תלכו ובו תדבקון", ווייל אויב דו וועסט זיך דערווייטערן פון איהם איז נישט מעגליך זיך צו ראטעווען פון די רויבערס, און דו וועסט אריינפאלען אין זייערע הענט. אזוי ווי מיר טרעפן אין תהילים ווי דוד המלך זאגט "אל תרחק ממני" דו זאלסט זיך נישט דערווייטערן פון מיר, ווייל אויב יא "כי צרה קרובה". עס האט אמאהל פאסירט אז מיר האבן זיך יא פון איהם דערווייטערט, און מיר זענען אריינגעפאלען אין די הענט פון די רויבערס, אונזערע גופים אין די הענט פון די גוים, און אונזערע נשמות אין די הענט פון די שרים. זיי האבן אונז אוועקגעפירט צו א ווייטע מדינה, און זיי טוען מיט אונז וואס זיי ווילען, און די אלע בריוו וואס מיר שיקען צום טאטען דורך אונזער תפלות און תחנונים, איהם צו מודיע זיין אונזער צער, טוען די קליפות צושטערען דורך דעם וואס זיי זענען מבלבל אונזערע מחשבות, און די תפלות זענען מיט מחשבות זרות, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש "כל צלותא דלאו איהו בדחילו ורחימו לכלבא אתמסר ח"ו ונשארים התפלות חחת ידיהם ח"ו. (די אלע תפלות וואס זענען נישט ריין גייען באלד צו די קליפות). איין מאהל אין יאהר איז דא וואס דער אייבערשטער בכבודו ובעצמו איז ביי אונז, ווי עס שטייט אז אין דעם יום הדין איז דער אייבעשטער מקדים צו די בתי כנסיות צו הערען די תפלות פון יודישע הערצער. וואס טוען מיר, מיר לויפן אין שוהל אריין צו דער פלאץ ווי אונזער טאטע געפונט זיך ווי עס שטייט אין פסוק: "דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב". דאס איז דאך דער בעסטע צייט צו וויינען און זיך בעטען ביים רבונו של עולם אז ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און מיר זאלן זיך איבערבעטען מיט איהם, ווייל דער רבונו של עולם ווערט אנגערופן "מלך מתרצה בדמעות" און נאר מיט דעם קענען מיר איהם איבערבעטען. אזוי ווי די רויבערס זעהן וואס עס גייט דא פאהר, אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט'ן טאטען און ער וועט אונז אויסלייזן, מאכן זיי א מחיצה צווישען אונז און דער רבונו של עולם, כדי אז מיר זאלען נישט קענען זעהן אונזער פאטער, און אז ער זאל נישט קענן הערען אונזערע תפלות. ווי עס שטייט אז ווען עס קומען די הייליגע טעג, זענען דא ספעציעלע קליפות ר"ל וואס זיי טוען פארשטאפן די הערצער פון כלל ישראל, ווי דער זוהר הקדוש שרייבט (עיין בהלכות ומנהגים) אז דער וואס עס קומט נישט צו וויינען אין די טעג איז א סימן אז זיין הארץ איז נישט אין ארדענונג, און אז ער איז פוהל מיט עבירות. דאס איז דער מחיצה של ברזל וואס זיי האבן אויפגעבויעט, און וועגען דעם ווערן אונזערע תפלות נישט ליידער געהערט.
עס איז אבער געבליבן ביי אונז איין האפענונג, א "אבן טוב", דאס איז "תקיעת שופר" וואס דער סגולה איז אז עס קען צוברעכן דער "חומה". דאס איז אונזער איינציגסטער האפענונג, ווי חז"ל זאגן אז א יאהר וואס מען האט נישט געבלאזן אין אנהייב, וועט מען צום סוף יאהר קרעכצן ח"ו. אבער מיר טוען דאס, יאהר איין, און יאהר אויס, און עס העלפט נישט, און מיר זיצען דא נאך אלץ אין גלות, דאס איז ווייל מיר ווייסען נישט ווי אזוי צו נוצען די סגולה שטיין, ווייל עס שטייט אין זוהר הקדוש, אז שופר מיינט תשובה און אהן תשובה העלפט נישט דער שופר. וועגן דעם דארף דער בעל תוקע און דער בעל תפלה זיין א ריכטיגע בעל תשובה ווייל כלל ישראל איז אנהענגיק אין זיי. דאס מוז צוגיין מוט א מורא'דיגע הכנעה, מיט א געוויין און מיט א גרויסע ציטער, ווייל אויב נישט העלפט נישט דער סגולה. און מיט דעם קען מען פארשטיין פשט אין פסוק: "אם יתקע שופר בעיר" אפילו מען זאל בלאזן שופר אין שטאט" קען דאס נישט העלפען אויב "והעם לא יחרדו", אויב דער פאלק טוט נישט תשובה ווי עס דארף צו זיין, עס איז פונקט ווי מען וואלט בכלל נישט געבלאזן, און דאס איז נישט ווייל דער אייבערשטער וויל נישט הערען אונזערע תפלות ח"ו, נאר דאס איז ווייל מיר האבן נישט אראפגעווארפן דער "מחיצה של ברזל" דורך די "קול השופר". וועגן דעם שטייט פון אריז"ל אז בשעת תקיעת שופר זאל יעדע מענטש מתודה זיין שטילערהייט זיינע חטאים, און אזוי וועלען מיר ווערן פול מיט תשובה און געוויין, און אפלאזן פון אונזער חטאים, און דורך דער הכנעה זענען מיר פארזיכערט אז דער וואנט וועט צובראכן ווערען, און דעמאלס וועלן מיר קענען זיך בעטען צום אייבערשטן, און עס וועט ווערן דערוועקט זיין רחמנות, און עס וועט לייכטן אויף אונז דער כבוד פון דעם אייבערשטן, און ער וועט אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות, נאך דעם יאהר בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:50 לינק ישיר 

עניני והלכות תקיעת שופר
מדרש ויקרא רבא (כ''ט)
ר' יאשיה האט געזאגט, ס'שטייט אין פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", וואויל איז דער מענטש וואס ווייסט ווי אזוי צו בלאזען שופר. איז לכאורה שווער, ווייסען דען נישט די אומות העולם ווי אזוי צו בלאזען, זיי האבען דאך אזוי פיל מינים פון טראמפייטערס מיט שופרות, אויב אזוי פארוואס זאגט דער פסוק "אשרי העם יודעי תרועה" וואס איז די גרויסקייט פון קענען בלאזען שופר? נאר די פשט איז, "אשרי העם יודעי תרועה", וואויל זענען די יודען וואס זיי ווייסען ווי אזוי איבערצובעטען דעם באשעפער מיט'ן בלאזען, און דער באשעפער שטייט אויף פון כסא דין און זעצט זיך אויף כסא רחמים, און ווערט פיל מיט רחמנות אויף די יודען, און ער דרייט פאר זיי איבער דעם מדת הדין אויף מדת הרחמים דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ד) "אף על פי שתקיעת שופר בראש השנה גזירת המלך הוא, רמז יש בו כלומר עורו ישנים משינתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם וחפשו במעשיכם וחזרו בתשובה וזכרו בוראכם" - "כאטשיג אז בלאזען שופר ראש השנה איז א גזירה פון די פסוק אן קיין טעם, איז אבער דא א רמז אין דעם, עס מיינט צו זאגען, וועקט אייך אויף שלאפעדיגע פון אייער שלאף, און פארדרימלטע וועקט אייך אויף פון אייער דרימל, און באקוקט אייערע מעשים, און קערט אייך צוריק מיט תשובה, און געדענקט אייער באשעפער".

דער של"ה הקדוש שרייבט אז די תקיעות פון תשר"ת איז מרמז ווי פאלגענד: די ערשטע "תקיעה" איז גלייך, אז דער אייבעשטער האט באשאפן א מענטש גלייך, אבער אויב ח"ו דער מענטש זינדיגט ווערט זיין נשמה קראנק, אויף דעם קרעכט'ס מען ווי א "שברים" אזוי ווי מ'קרעכטסט אויף קראנקע מענטשן, און אויב ח"ו ער איז געווארן נאך ערגער, און זיין נשמה ווערט ווי געשטארבן דארף מען שוין וויינען מיט א "תרועה" אזוי ווי מ'וויינט אויף טויטע מענטשן, אבער אז דער מענטש וועט טאקע קרעכצן און וויינען און תשובה טוהן וועט זיין נשמה ווערן אויסגעהיילט און ער וועט ווערן צוריק גלייך ווי א "תקיעה" אזוי זאל א מענטש טראכטן גאנץ חודש אלול ווען ער הערט די תקיעות און שטיין מיט גרויס פארכט און זיך מתודה זיין און תשובה טוהן. אויך ראש השנה זאל ער אריין קלערן אין דעם נאך איידער ער גייט אריין אין די טיפע סודות פונ'ם שופר.

אין אמת'ן וואלט מען געווען מחויב צו בלאזען שופר באלד אינדערפרי, ווייל מען דארף זיך צוּאֵיילֶען צו טוהן מצוות. נאר מען בלאזט שופר פאר מוסף, וועגן א מעשה וואס איז געשעהן. איינמאהל האט מען געבלאזען שופר גלייך אינדערפרי, און די גוים האבן געמיינט אז די אידן האבן אויסגערופען א מלחמה קעגן זיי, ווייל ביי מלחמות פלעגט מען בלאזען שופר. זענען די גוים אויפגעשטאנען קעגן זיי און אויסגעהרג'עט אסאך פון זיי, דערפאר האט מען באשטימט צו בלאזען שופר פאר מוסף. און ווען די גוים וועלן זעהן אז צום ערשט ליינט מען קריאת שמע און מען דאווענט און מען ליינט די תורה, וועלן זיי פארשטיין אז דאס איז א טייל פון די דאווענען און נישט קיין אויסרוף פון מלחמה.
(תוספות ר"ה לב ע"ב בשם הירושלמי)

געווענדליך ביי אלע מצוות וואס זענען "חובת היום" ווי למשל ד' מינים וכדו' איז מען מחמיר נישט צו עסען פאר'ן מקיים זיין דעם מצוה, אבער ביי תקיעת שופר, וויבאלד מען בלאזט ערשט נאך חצות, פירען זיך אסאך מענטשן מקיל צו זיין און זיי עסען פאר תקיעת שופר. עס זענען דא וואס פירען זיך צו מאכען קידוש, אנדערע פירען זיך אבער, נישט צו מאכען קידוש ביז נאך די תקיעות, און זיי עסען אהן קידוש.
דער בעל תוקע דארף זיין א תלמיד חכם כדי אז אויב עס מאכט זיך א שאלה אינמיטען בלאזען זאל ער וויסען וואס צו טוהן, אויך דארף ער וויסען ווי אזוי בודק צו זיין דער שופר צו עס איז כשר. אויב מען טרעפט נישט קיין תלמיד חכם, זאל מען כאטש אויפזיכען א בעל מקרא, (דאס מיינט דער מענטש וואס זאגט פאהר וואס צו בלאזן), וואס זאל זיין א תלמיד חכם.
מען דארף אינזין האבען צו הערען און יוצא זיין די מצוה פון תקיעת שופר. איינער וואס איז ראוי זאל אויך מכווין זיין די כוונות פון תקיעת שופר. ווי פריער דערמאנט דארף מען אויך טרעפען א בעל תוקע, אדער עכ"פ א בעל מקרא, וואס זאל קענען כוונות התקיעות. אבער אין אמת'ן זאגט די הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע אז די עיקר כוונה פון תקיעת שופר איז וואס די גמרא זאגט "רחמנא אמר תקעו" דאס הייסט אז מען זאל טראכטען אז מען טוט דעם רצון ה' פון בלאזן שופר.
די מצוה פון תקיעת שופר איז גאר א געהויבענע און חשוב'ער מצוה, עס זענען באהאלטן אין דעם סודות און כוונות וואס ערליכע יודן, צדיקי אמת, האבן אינזינען, אבער אין הימל האט אויך א גרויס חשיבות ווען מען איז מקיים די מצוה מיט די פשוט'ע כוונה, בלויז ווייל מען וויל מקיים זיין די מצוה וואס דער אייבערשטער האט אונז געהייסן בלאזן שופר, און דערפאר טוען מיר זיין רצון און מיר בלאזן שופר.
(מאור ושמש)

לכתחלה זאל מען לייגען דעם שופר ביי דעם רעכטע זייט פון מויל, אבער אויב דער בעל תוקע ווייסט נאר ווי אזוי צו בלאזען ביים לינקע זייט פון מויל, איז דאס אויך כשר, און בפרט פאר איינער וואס איז א געלינקטע.
דער טעם פארוואס מען בלאזט שופר האלט מען דעם שופר ביי די רעכטע זייט פונ'ם מויל. אויך ווייל אין פסוק שטייט: "והשטן עומד על ימינו לשטנו" דער שטן שטייט אויף די רעכטע זייט מקטרג צו זיין, דערפאר בלאזט מען אויף די רעכטע זייט, אז דער שטן זאל נישט קענען מקטרג זיין.

בשעת'ן בלאזן שופר זאל דער אויבערשטער חלק פונ'ם שופר זיין ארויף, ווייל עס שטייט אין פסוק "עלה אלוקים בתרועה, ה' בקול שופר".
רמ"א סי' תקפ"ה ס"ב

מען קען יוצא זיין תקיעת שופר פון סיי וועלכע שופר פון כבשים ועיזים, אבער מצוה מן המובחר איז צו נעמען א שופר של איל כדי מעורר צו זיין דעם זכות פון "עקידת יצחק" ווייל דער רבונו של עולם זאגט: "תקעו לפני בשופר של איל, כדי שאזכור לכם עקידתו של יצחק, ומעלה אני עליכם כאלו עקדתם עצמכם לפני" בלאז פאר מיר מיט א שופר פון א "איל" כדי אז איך זאל דערמאנען פאר אייך דעם "עקידת יצחק" און איך וועל דאס פארעכענען פאר אייך, אזוי ווי איר אליין האט זיך געלאזט שחט'ן (בונדען) פאר מיר.
עס איז א מצוה צו נעמען א שופר וואס איז איינגעבויגן מרמז צו זיין אז די יודען זאלען בייגען זייערע הערצער צו אונזער טאטע אין הימל.

מען באהאלט דעם שופר
בשעת מען זאגט די ברכות פון שופר באהאלט מען דעם שופר, דער טעם איז ווייל בשעת אברהם אבינו האט געבויעט דער מזבח האט ער באהאלטען יצחק כדי דער שטן זאל נישט קענען ווארפען א שטיין אויף יצחק און איהם מאכן פאר א בעל מום. און וויבאלד מיר בלאזן שופר פון אן "איל" וואס איז א זכר אויף עקידת יצחק, דערפאר פארדעקט מען דעם שופר ביז מען בלאזט דערמיט.
אלף המגן סי' תקפ"ה אות ז'
פאר'ן בלאזן זאגט מען 7 מאל דאס קאפיטל "למנצח לבני קרח וכו'" ווייל דעם מזמור פלעגען די לויים זינגען אין בית המקדש בשעת די עבודה ראש השנה, דערפאר זאגט מען דעם מזמור ראש השנה.
מען זאגט דעם קאפיטל זיבן מאהל ווייל די צאל ווערטער ווען מען זאגט זיבן מאל דעם מזמור אינאיינעם מיט די ווערטער פון די פסוקים פון "מן המצר" ביז "ומשפטיך למדני" באטרעפט פינף הונדערט מיט זיבן און אכציג פונקט דאס זעלבע ווי דאס ווארט "שופר" מיטן כולל.
אויך ווערט דערמאנט אין דעם קאפיטל 7 מאהל דעם ווארט "אלוקים" וואס דאס איז מרמז אויף דעם מדת הדין, און דורך'ן זאגן איז מען מבטל אלע דינים, און דער מדת הדין ווערט איבערגעדרייט אויף מדת הרחמים.

מן המצר
מיר זאגן זיבן פסוקים פון רחמים, פון מן המצר וגו', און דערנאך נאך זעקס פסוקים וואס די ראשי תיבות פון אנהייב די פסוקים זענען מצטרף אויף די ווערטער פון "קרע שטן" דאס מיינט אז מען איז מעורר מיט די פסוקים אז אין זכות פון די מצוה פון תקיעת שופר זאל דער כח פון שטן צוריסן ווערן.
די ברכות פון תקיעת שופר גייען ארויף אויף אלע 100 קולות. וועגען דעם זאל מען נישט אויסרעדען ביז נאך מען האט שוין געהערט אלע תקיעות, אבער בדיעבד אויב מען האט אויסגערעדט דארף מען נישט מאכען נאך א ברכה.
אינמיטען די ערשטע 30 קולות דארף מען נאך מער מקפיד זיין נישט אויסצורעדען, וועגען דעם איז דא וואס פירען זיך נישט צו זאגען דעם "יהי רצון" וואס עס שטייט אין די מחזורים נאך יעדער סדר (צווישען תשר"ת תש"ת תר"ת) און מען האט נאר אינזינען די ווערטער. אבער אנדערע פירען זיך דאס יא צו זאגען.
מען דארף הערען יעדער תקיעה פון אנהייב ביז'ן סוף, וועגען דעם אויב מען האט נישט געהערט דעם גאנצען תקיעה, אפילו מען האט געהערט א שיעור תקיעה, ווי למשל אויב מען איז ארויסגעגאנגען ביים סוף פון'ם לעצטען תקיעה, אדער מען איז אריינגעקומען ווען מען האט שוין אנגעהויבן צו בלאזען דעם ערשטען תקיעה, איז מען לויט רוב פוסקים נישט יוצא.
וועגען דעם דארף מען זיין געווארענט נישט צו היסען אדער מאכען קיין גערידער אינמיטען די תקיעות, כדי אז מען זאל קענען הערען יעדע קול פון אנהייב ביז'ן סוף. מען דארף טאקע זיין געווארענט אנצוזאגען די קינדער אז מען זאל זיין שטיל פון אנהייב ביז'ן סוף. די קליינע קינדער וואס מען קען נישט האלטען שטיל אזא לאנגע צייט, זאל מען בכלל נישט ברענגען אין שוהל.
אויב מען בלאזט פאר א יחיד וואס קען נישט קומען אין שוהל, זאל מען נישט בלאזען די ערשטע 3 שעה פונ'ם טאג ווייל די ערשטע 3 שעה פון טאג זענען א צייט פון דינים. צו מען זאל מאכען א ברכה פאר א יחיד, ווענדט זיך פאר וועמען מען בלאזט. אויב מען בלאזט פאר א מאן, קען דער בעל תוקע מאכען דעם ברכה, אפילו ער האט שוין יוצא געווען, אבער אויב ער בלאזט פאר א פרוי, טאהר ער נישט מאכען דעם ברכה ווייל א פרוי איז פטור פון תקיעת שופר אזוי ווי אלע "מצות עשה שהזמן גרמא", וועגען דעם זאל זי אליין מאכען דעם ברכה.
דער וואס איז געקומען שפעט אין שוהל, און מען האט שוין געמאכט די ברכות, זאל ער אליין מאכן די ברכות צווישען איינער פון די סדרים, און שפעטער נאכ'ן דאווענען זאל ער משלים זיין די תקיעות.
עס איז נישט קיין חילוק וועלכע מין קול עס קומט ארויס פון דעם שופר, צו עס איז א דינע קול אדער א דיקע קול, יעדע מין קול השופר איז כשר.
דער טעם פארוואס מען מאכט א ברכה: "לשמוע קול שופר" (צו הערן) און נישט "לתקוע שופר" (צו בלאזען שופר), ווייל דער עיקר פון די מצוה איז נישט צו בלאזען נאר צו הערן, און אויב מען בלאזט און מען הערט נישט איז מען נישט יוצא.
(טור)




רבי סעדי-ה גאון זצ"ל, זאגט צעהן טעמים אויף תקיעת שופר:

1) ווייל ראש השנה איז דער טאג וואס דער אייבערשטער איז געווארן קעניג אויף דער וועלט. און פאר קעניגן בלאזט מען מיט טראמפייטערס דעם טאג ווען זיי ווערן קעניג.

2) ווייל ראש השנה איז דער ערשטער טאג פון עשרת ימי תשובה. וועקט מען אויף מיט דעם די מענטשן זיי זאלען תשובה טוהן.

3) צו דערמאנען דעם זכות פון "קבלת התורה" וואס איז געווען מיט א שטארקען שופר. אזוי ווי עס שטייט: "וקול שופר חזק מאד".

4) צו דערמאנען די מוסר רייד פון די נביאים וואס זענען געגליכען צו א שופר. אזוי ווי עס שטייט: "כשופר הרם קולך".

5) צו דערמאנען פון דעם חורבן בית המקדש, וואס די גוים האבן דעמאלס געבלאזען מיט שופרות. און דורך דעם וועלן מיר בעטן אז דער דריטער בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.

6) אונז צו דערמאנען ווי יצחק האט געהאט מסירות נפש ביי די עקידה, און מיר זאלען געהאלפן ווערן און זכות פון די עקידה אויך האבן מסירות נפש ביי עבודת ה'.

7) אז מיר זאלן זיך שרעקן.אין מען זאל תשובה טוהן ווייל די קול פון א שופר שרעקט איבער א מענטש.

8) צו דערמאנען אז עס גייט זיין דער יום הדין הגדול והנורא, ווען משיח וועט קומען און מיר זאלן מורא האבען.

9) מיר זאלן זיך אריין טראכטן, און גלייבען, ווי אזוי משיח וועט איינזאמלען אלע אידן פון גלות מיט א שופר אונץ אויסלייזן במהרה בימנו.

10) אונז צו דערמאנען "תחיית המתים", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "כל יושבי תבל ושכני ארץ כנשא נס הרים תראו וכתקע שופר תשמעו: (ישעיה יח-ג)



עס שטייט אין די גמרא ראש השנה דף ט"ז עמוד א' אז דער אייבערשטער זאגט צו די יודישע קינדער: "זאגט'ס פאר מיר ראש השנה פסוקים פון מלכיות, פסוקים פון זכרונות און פסוקים פון שופרות. פסוקים פון מלכיות כדי אז עטס זאלט'ס מיך מאכען קעניגען איבער אייך, און פסוקים פון זכרונות, כדי עטס זאלט'ס געדענקט ווערען פאר מיר, פסוקים פון שופרות ווייל דורך דעם שופר ווערט איר געדענקט ווערען פאר מיר צום גוט'ן".

די משנה זאגט אין פרק ד' אין מסכת ראש השנה, אז מען זאל זאגען צען פסוקים פון מלכיות, צען פסוקים פון זכרונות, און צען פסוקים פון שופרות. די גמרא זאגט אויף דעם דריי טעמים:

1) קעגען די צען הללוהו'ס וואס שטייט אין קאפיטעל ק"נ פון תהילים, וואס דארט שטייט וועגען בלאזען שופר.

2) קעגען די עשרת הדברות וואס ביי מתן תורה האט מען אויך געבלאזען שופר.

3) קעגען די צען מאהל "ויאמר" וואס שטייט ביי בריאת העולם, און ראש השנה איז געענדיגט געווארן דער בריאה.
די צען פסוקים זענען דריי פון תורה דריי פון כתובים און דריי פון נביאים, און די צענטע איז נאך איינס פון תורה. מען זאגט די פסוקים פון כתובים פאר נביאים ווייל די פסוקים פון כתובים זענען פון תהילים וואס דוד המלך האט געמאכט, וואס ער איז עלטער געווען פון רוב נביאים. מען ענדיגט מיט א פסוק פון תורה, ווייל די גמרא זאגט, אז ווער עס ענדיגט מיט תורה דער איז געלויבט.

איידער מען זאגט די פסוקים פון מלכיות זאגט מען "עלינו לשבח" ווייל מיר לויבען דעם אייבערשטען וואס ער האט אונז געגעבען שכל צו נעמען איבער אונז דעם אייבערשטער'ס קעניגרייך.

עס שטייט אין פסוק (ויקרא כ"ה-ט): "והעברת שופר תרועה בחדש השביעי בעשור לחדש ביום הכיפורים תעבירו שופר". דאס ווארט "והעברת" און אויך "תעבירו" זאגען חז"ל אז עס מיינט איין לאנגע "תקיעה". און אז עס שטייט דאך "והעברת-תרועה-תעבירו" קומט אויס אז סיי פאר די תרועה און סיי נאך די תרועה דארף מען בלאזען א תקיעה. כאטש דער פסוק שטייט ביי יום כיפור פון יובל, אז ווען עס קומט דער פופציגסטען יאהר, דארף מען בלאזען מיט א שופר, דאך דרש'ענען חז"ל אז עס גייט אויך ארויף אויף ראש השנה.



דאס ווארט "תרועה" ווייסט מען נישט וואס דאס מיינט, צו מיינט דאס אזוי ווי דריי לאנגע קרעכצן, אויף א שטאַטען אויפן, וואס מיר רופען דאס אהן א שברים, אדער מיינט דאס ניין קורצע קרעכצען, אזוי ווי ווען מען וויינט אויף א שנעלען אופן, וואס מיר רופען דאס אהן א תרועה, אדער אפשר מיינט דאס גאהר ביידע, סיי דריי לאנגע קרעכצן און סיי ניין קורצע קרעכצען. וואס ביי אונז איז דאס א שברים תרועה.
דערפאר פיהרט מען זיך צו בלאזען אלע מיני וועגען, כדי צו זיין פארזיכערט אז מען האט געבלאזען דאס וואס די תורה האט געהייסען: מען בלאזט סיי תשר"ת (תקיעה שברים תרועה תקיעה) נאכדעם בלאזט מען תש"ת (תקיעה שברים תקיעה) און נאכדעם בלאזט מען תר"ת (תקיעה תרועה תקיעה) צוזאמען זענען דא 10 קולות.
דאס איז גוט אויב די תורה וואלט געהייסען בלאזען נאר איין מאהל שופר, אבער וויבאלד די תורה לערנט אונז אז מען דארף בלאזען דריי מאהל, ווייל עס שטייט ביי יום כיפור פון יובל איין מאהל תרועה, "והעברת שופר תרועה" (פרשת בהר), און ביי די פסוקים פון ראש השנה אליינס שטייט נאך צוויי מאהל תרועה, "שבתון זכרון תרועה (פרשת אמור) און יום תרועה יהיה לכם" (פרשת פנחס), וועגען דעם כדי צו זיין פארזיכערט אז מען האט יוצא געווען די מצות התורה, דארף מען בלאזען 10 קולות פאר יעדע מאהל וואס עס שטייט "תרועה", צוזאמען איז 30 קולות.
למעשה פירען מיר זיך צו בלאזען 30 קולות פאר מוסף. נאכדעם בלאזט מען ביי די שטילע שמונה עשרה פון מוסף 30 קולות, (10 נאך די פסוקים פון מלכיות - 10 נאך די פסוקים פון זכרונות - 10 נאך די פסוקים פון שופרות) נאכדעם בלאזט מען נאך 30 קולות ביי די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, (ביי די זעלבע ערטער) און וויבאלד מיר ווילען משלים זיין צו 100 קולות בלאזט מען נאך 10 קולות ביי די לעצטע קדיש פון מוסף.

תוספות זאגט אין מסכת ראש השנה, אז דער טעם פארוואס מען איז משלים צען קולות, אז עס זאל זיין צוזאמען 100 קולות, איז ווייל ווען מען האט גע'הרג'עט סיסרה, האט זיין מאמע געוויינט הונדערט קרעכצן, וועגן דעם בלאזן מיר הונדרעט קולות, כדי צו מבטל זיין די 100 קרעכצן פון די כח הטומאה.

די תקיעות וואס מען בלאזט איידער מען הייבט אהן צו דאווענען מוסף ווערן אנגערופען "תקיעות דמיושב" (די תקיעות פון זיצען). ווייל אין די צייטען פון חז"ל פלעגט מען זיצען ביי די תקיעות פון פאר מוסף. אבער היינטיגע צייטען האט מען זיך איינגעפיהרט צו שטיין אויך ביי די תקיעות פון פאר מוסף. די תקיעות וואס מען בלאזט אינמיטען מוסף ביי די ברכות פון "מלכיות, זכרונות, און שופרות" ווערן אנגערופען "תקיעות דמעומד" (די תקיעות פון שטיין). ביי די תקיעות מוז מען שטיין ווייל זיי זענען די עיקר תקיעות. חז"ל האבן מתקן געווען אז מען זאל צוויי מאהל בלאזען, כדי צו פארמישען דעם שטן ווען ער וועט זעהן ווי שטארק באליבט די מצוות זענען אויף די אידן. אויך וועט ער מיינען אז דאס איז שוין דער שופר פון משיח וואס איז געקומען אויסלייזען די אידן פון גלות.
(גמרא - רש"י ראש השנה ט"ז:)

די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה אזוי: "אמר רבי יצחק, למה תוקעין בראש השנה, למה תוקעין, רחמנה אמר תקעו, תקעו בחודש שופר, אלא למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין, ותוקעין ומריעין כשהן עומדין, כדי לערבב השטן". (ר' יצחק האט געפרעגט: "פארוואס בלאזט מען מיט א שופר ראש השנה?" פרעגט אויף דעם די גמרא: "וואס הייסט פארוואס מען בלאזט, די תורה האט דאך געהייסן בלאזען, ווי עס שטייט אין די תורה: "תקעו בחודש שופר," ענטפערט די גמרא: "ר' יצחק האט געמיינט צו פרעגן פארוואס מען בלאזט צוויי מאהל, איין מאהל ווען מען זיצט (תקיעות דמיושב) און איין מאהל ווען מען שטייט (תקיעות דמעומד)" ענטפערט די גמרא: "כדי צו פארטומלען און צומישען דעם שטן, אז ער זאל נישט קענען מקטרג זיין".

דרשה לתקיעת שופר
עס איז דא א מנהג אין אסאך ערטער אז פאר תקיעת שופר זאגט די רב א דרשה, און איז מעורר לתשובה.

שופר בשבת
דערפאר בלאזט מען נישט קיין שופר אום שבת, ווייל חז"ל האבן חושש געווען אז אזוי ווי די מצוה פון בלאזן שופר דארף דאך יעדער איד מקיים זיין, און נישט יעדער קען אליינס בלאזן, קען אמאהל זיין אז מען וועט ארויסטראגן דעם שופר דורך א רשות הרבים, און גיין דערמיט ד' אמות צו א חכם זיך אויסלערנען ווי אזוי צו בלאזן, דערפאר האבן זיי גוזר געווען אז מען טאר נישט בלאזן שבת קיין שופר.










די תקיעה פון תש"ת און די תקיעה פון תר"ת דארף נעמען ווייניגער צייט ווי די תקיעה פון תשר"ת, ווייל א תקיעה דארף נעמען אזוי לאנג ווי דער תרועה. קומט אויס אז די תקיעה פון תש"ת דארף נאר נעמען אזוי לאנג ווי א שברים, און די תקיעה פון תר"ת דארף נאר נעמען אזוי לאנג ווי א תרועה, אבער די תקיעה פון תשר"ת דארף נעמען אזוי לאנג ווי שברים תרועה צוזאמען.


אזוי לאנג ווי וויפיל כוחות, דארף נעמען א תקיעה?
א כח איז בערך א האלבע סעקונדע



למטה לכתחלה למעלה
תקיעה
של תשר"ת 9 18 אין לו שיעור
תקיעה
של תש"ת ותר"ת 6 9 אין לו שיעור


אויב מען האט מקיל געווען און געבלאזן א קורצע "תקיעה" און ביים "שבר" האט מען מחמיר געווען אין געבלאזען א לאנגע שברים (לענגער ווי די תקיעה) האט מען נישט יוצא געווען, ווייל עס קומט אויס אז די "שבר" איז נישט קיין "שבר", נאר עס איז א "תקיעה", וועגען דעם זאל מען אכטונג געבען אז די תקיעה זאל אייביג נעמען לענגער ווי די שברים.



פאר מוסף (30 קולות)
מלכיות זכרונות שופרות

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תרועה תקיעה
12

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה שברים תקיעה
9

תקיעה תרועה תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
9

















ביי די שטילע שמנה עשרה (30 קולות)
מלכיות זכרונות שופרות

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10

ביי די הויכע שמנה עשרה (30 קולות)
מלכיות זכרונות שופרות

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10
תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה
10

ביי די לעצטע קדיש פון נאך מוסף (10 קולות)

תקיעה שברים תרועה תקיעה

תקיעה שברים תקיעה

תקיעה תרועה תקיעה גדולה

10

30 + 30 + 30 + 10 =100


ה
ככתוב בתורתיך, ה' ימלך לעלם ועד: (שמות טו-יח)
ונאמר, לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל ה' אלוקיו עמו ותרועת
מלך בו: (במדבר כג-כא)
ונאמר, ויהי בישרון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל: (דברים לג-ה)

שלש של כתובים
ובדברי קדשך כתוב לאמר, כי לה' המלוכה ומושל בגוים: (תהלים כב-כט)
ונאמר, ה' מלך גאות לבש לבש ה' עז התאזר אף תכון תבל בל תמוט: (תהלים צג-א)
ונאמר, שאו שערים ראשיכם והנשאו פתחי עולם ויבא, מלך הכבוד וגו': (תהלים כד-ז)


שלש של נביאים
ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמור, כה אמר ה' מלך ישראל וגאלו ה' צבאות אני ראשון ואני אחרון ומבלעדי אין אלוקים: (ישעיה מד-ו)
ונאמר, ועלו מושיעים בהר ציון לשפט את הר עשיו והיתה לה' המלוכה: (עבדיה א-כא)
ונאמר, והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד: (זכריה יד-ט)


חתימה בשל תורה
ובתורתך כתוב לאמור, שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד: (דברים ו-ד)


3 של תורה + 3 של כתובים + 3 של נביאים + 1 של תורה =10


שלש של תורה
ככתוב בתורתך, ויזכר אלוקים את נח ואת כל החיה ואת כל הבהמה אשר אתו בתבה ויעבר אלוקים רוח על הארץ וישוכו המים: (בראשית ח-א)
ונאמר, וישמע אלוקים את נאקתם ויזכר אלוקים את בריתו את אברהם את יצחק ואת יעקב: (שמות ב-כד)
ונאמר, וזכרתי את בריתי יעקוב ואף את בריתי יצחק ואף את בריתי אברהם אזכור והארץ אזכור: (ויקרא כו-מב)


שלש של כתובים
ובדברי קדשך כתוב לאמר, זכר עשה לנפלאתיו חנון ורחום ה': (תהלים קיא-ד)
ונאמר, טרף נתן ליראיו יזכור לעולם בריתו: (תהלים קיא-ה)
ונאמר, ויזכור להם בריתו וינחם כרב חסדיו: (תהלים קו-מה)


שלש של נביאים
ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמור, הלך וקראת באזני ירושלים לאמר כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולתיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה: (ירמיה ב-ב)
ונאמר, וזכרתי אני את בריתי אתך בימי נעוריך והקימותי לך ברית עולם: (יחזקאל טז-ס)
ונאמר, הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים כי מדי דברי בו זכור אזכרנו עוד על כן המו מעי לו רחם ארחמנו נאם ה': (ירמיה לא-יט)


חתימה בשל תורה
וזכרתי להם ברית ראשונים אשר הוצאתי אתם מארץ מצרים לעיני הגוים להיות להם לאלוקים אני ה': (ויקרא כו-מה)
3 של תורה + 3 של כתובים + 3 של נביאים + 1 של תורה =10




שלש של תורה
ככתוב בתורתיך, ויהי ביום השלישי בהיות הבקר ויהי קלת וברקים וענן כבד על ההר וקל שפר חזק מאד ויחרד כל העם אשר במחנה: (שמות יט-טז)
ונאמר, ויהי קול השופר הולך וחזק מאוד משה ידבר והאלוקים יעננו בקול: (שמות יט-יט)
ונאמר, וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים ואת קול השופר ואת ההר עשן וירא העם וינעו ויעמדו מרחק: (שמות כ-יח)




שלש של כתובים
ובדברי קדשך כתוב לאמר, עלה אלקים בתרועה ה' בקול שופר: (תהלים מז-ו)
ונאמר, בחצוצרות וקול שופר הריעו לפני המלך ה' : (תהלים צח-ו)
ונאמר, תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו וגו': (תהלים פא-ד)


שלש של נבאים
ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר, כל יושבי תבל ושכני ארץ כנשא נס הרים תראו וכתקע שופר תשמעו: (ישעיה יח-ג)

ונאמר, והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האבדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקודש בירושלים: (ישעיה כז-יג)
ונאמר, וה' עליהם יראה ויצא כברק חצו וה' אלוקים בשופר יתקע והלך בסערות תימן וגו': (זכריה ט-יד)



חתימה בשל תורה
וביום שמחתכם ובמועדיכם ובראשי חדשיכם ותקעתם בחצוצרות על עלתיכם ועל זבחי שלמיכם והיו לכם לזכרון לפני אלקיכם אני ה' אלוקיכם: (במדבר י-י)

3 של תורה + 3 של כתובים + 3 של נביאים + 1 של תורה =10

סיפורים

בלאזען שופר חודש אלול
אפילו דאס בלאזן שופר פון חודש אלול וועלכע איז בלויז א מנהג האט א געוואלדיגע חשיבות און מען טאהר דאס נישט גרינג האלטן, ווי עס האט דערציילט הרה"צ רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע וואס ער האט דאס געהערט פון הייליגן שינאווער רב זי"ע


אין די צייטן פונ'ם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, זענען אמאל צוויי חברים געגאנגען אינאיינעם שפעט ביינאכט איבער א בריק.
אזוי גייענדיג, באמערקט איינער פון זיי אז דער חבר באגלייט איהם מער נישט, האט ער זיך אפגעשטעלט ווארטן, טראכטנדיג, געוויס האט זיך יענער געדארפט אפשטעלן, און ער וועט איהם שוין נאכקומען.
אבער ווען די צייט האט זיך פארצויגן, און יענער איז נאך אלץ נישט אפירגעקומען האט ער זיך גענומען זוכן אויף אלע זייטן, און שפעטער איז ער אויך אריין אין שטאט מאכן א קול אז אנדערע זאלן זיך אויך באטייליגן אינעם זוכן. ווען עס האט אנגעפאנגען צו טאגן האט מען געהאפט אז יעצט אין די ליכטיגקייט וועט מען איהם זיכער טרעפען.
מען האט געזוכט אין וואסער אינטערן בריקל אויף וועלכן זיי זענען געגאנגען, ווי אויך אין די גאנצע געגנט ארום, אבער מען האט גארנישט געטראפן.
אזוי האט מען זיך צוגעוואוינט צום מצב, זיין פרוי די עגונה האט זיך פון צייט צו צייט געוואנדן צו פארשידענע גוטע אידן זיי זאלן אויף איר מתפלל זיין אז זי זאל טרעפן איר מאן.
מיט יאהרן שפעטער איז זי לויט די עצה פון גוטע פריינט געפארן קיין ליז'ענסק צום הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, און זי האט פאר איהם אויסגעגאסן איר ביטער הארץ. ווי דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט אויסגעהערט איר צובראכן הארץ האט ער אראפגעשריבן א בריוול און ער האט געזאגט פאר די פרוי צו וועלכן וואלד זי זאל גיין מיט'ן בריוו, און ער האט איר אנגעזאגט אז ווען זי וועט דארט זעהן פארביי גיין א חברותא פון מענטשן, זאל זי זיי איבערגעבן דעם בריוו.
זעלבספארשטענליך אז ביי די ערשטע געלעגנהייט האט זי אפגערייזט צום דערמאנטן וואלד, אזוי ווארטנדיג צו באגעגענען די ערשטע פארבייגייענדיגע חברותא, באמערקט זי מיטאמאל ווי עס קומען אקעגן א חברותא פון פריצים און מיליטער לייט וועלכע האבן אנגעווארפן אזא מורא'דיגן פחד, דאס זענען אין אמת'ן געווען רוחות פון די סטרא אחרא רח"ל, אזוי אז זי איז געפאלן אין אוממאכט, און דערפאר האט זי זיי געלאזט פארבייגיין אנדעם זי זאל זיי האבן איבערגעגעבן דעם בריוו.
ווען זי האט זיך געשטארקט און זיי נאכגעגאנגען האט זי געזעהן ווי זיי גייען אריין אין א דערנעבנדיגן פאלאץ. האט זי זיך אראפגעשטעלט אינדרויסן ווארטן צו האבן די מעגליכקייט איבערצוגעבן דעם בריוו, מיטאמאל קומט איינער ארויס און אויף זיין פראגע וואס זי וויל האט זי איהם איבערגעגבן דעם בריוו.
ווי יענער איז אריין מיטן בריוו האט זיך ארויסגעהערט פארווארפן: "וואס מישט ער זיך שטענדיג אריין אין אונזערע געשעפטן? שוין ווייטער זאגט ער אונז דעות! זאל ער זיך אפלאזן פון אונז!" מיינענדיג דעם הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע.
וואס האבן מיר צו טוהן, האבן זיי געפרעגט דארפן מיר זיך רעכענען מיטן בריוו צו נישט?

יא! - איז געווען דער ענטפער פונעם עלטסטן צווישן זיי מיר האבן נישט קיין ברירה, און מיר דארפן אויספאלגן זיין בריוו.
אויף דעם האט זיך געעפנט די טיר און זיי האבן ארויסגעווארפן איר מאן, וועלכער איז גארנישט געווען צו דערקענען, ער איז געווען שמוציג און באוואקסן און ניטאמאל געקענט רעדן.
ערשט ווען זי האט געדונגען א וואגן איהם אהיימצופירן און נאך עטליכע חדשים זיך אויסרוען, האט ער דערציילט ווי די כוחות האבן איהם רח"ל פארכאפט, און איהם געפייניגט מיט אויסער געווענליכע יסורים, אויסער חודש אלול ווען אידישע קינדער בלאזן שופר, פלעגן זיי א גאנצן חודש ליגן אויף דער ערד ממש ווי נישט קיין לעבעדיגע, הערנדיג דעם קול שופר. נאר אדאנק דעם קול שופר פון דעם חודש "אפילו דאס איז נאר א מנהג", האב איך כאטש אלול געהאט מנוחה.

דער גוי האט אונז געמיינט
הרה"ק ר' משה קאברינער זי"ע האט פארציילט, אז ער איז אמאהל געפארען מיט הרה"ק ר' מנדל מלכוביץ זי"ע אין חודש אלול, און זיי האבען זיך אפגעשטעלט אין א קרעטשמע, האט ער געטראפען דארט גויים זיצען, האט ער געהערט ווי איינער פון די פריצים רופט זיך אהן, "דער וואס וועט נישט ארבייטען ווי עס דארף צו זיין דער חודש, וועט נישט האבען וואס צו עסען א גאנץ יאהר". האט זיך אנגערופען דער צדיק צו זיינע חסידים און געזאגט "איר הערט וואס ער זאגט"?

די עבירות זענען געווארען מצוות
איין יאהר איז די רבי ר' אלימלך זי"ע, געווען זייער צוטראגען אין די סליחות טעג. פארשטייט זיך אז עס איז פארגעקומען א געפערליכע קטרוג אויף כלל ישראל, עס איז שוין געקומען ערב ראש השנה, און די רבי איז נאך אלץ פארטראכט, אין זיינע געדאנקען, ער האט אפילו נישט געקענט רעדען מיט קיינעם. עס איז שוין געקומען ראש השנה, האט ער שוין כמעט נישט געקענט שטיין אויף די פיס. אזוי האט מען אנגעהויבען דאווענען הודו. אזוי ווי מען איז אנגעקומען צו די ווערטער "פִּתַּֽחְתָּ שַׂקִּי וַתְּאַזְּרֵֽנִי שִׂמְחָה" האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און אנגעהויבען צו טאנצען, און אזוי האט מען ווייטער געדאווענט מיט שמחה, אויך די צווייטע טאג איז צוגעגאנגען די דאווענען מיט א מורא'דיגע שמחה. ביים טיש פון די צווייטע טאג האט די רבי געהייסען די חסידים טרינקען לחיים, און ער האט אנגעהויבען דערציילען אזוי: גאנץ חודש אלול האט די שטן געהאלטען אין איין ברענגען זעק מיט עבירות, און ביי סליחות האב איך געזעהן אז עס איז גארנישט ווייניגער געווארען, און אזוי אויך ראש השנה. אזוי ווי מען האט שוין געהאלטען ביים משפט'ן האט מען אויפגעמאכט די אלע

זעקלעך מיט עבירות, און צום ערשטוינונג, זענען זיי אלע געווען אנגעפילט מיט מצוות. האט דער שטן געטענה'ט אז "איינער האט צוגע'גנב'עט די עבירות", האט דער אייבערשטער געענפערט, די גמרא זאגט דאך אז העושה תשובה מאהבה, זדונות נעשה לו כזכיות, דאס הייסט אז אויב מען טוט תשובה מאהבה, ווערן פון די עבירות, מצוות. און אזוי ווי די יודען האבען תשובה געטוהן מאהבה, זענען זייערע עבירות געווארען מצוות, און וועגען דעם האט זיך איבערגעביטען די זעק פון עבירות צו מצוות. דאס איז געווען דער גרויסע פרייד ביים דאווענען, און ער האט געטייטשט דעם פסוק אזוי "פִּתַּֽחְתָּ שַׂקִּי" ווען מען האט אויפגעמאכט דעם זאק, וַתְּאַזְּרֵֽנִי שִׂמְחָה" איז געווארען א פרייד.

תקיעת שופר אויף א שיף
דער היילגער רבי אלעזר רוקח מאמסטרדאם זצ"ל איז געפארען קיין ארץ ישראל אין יאהר ת"ק לפ"ק. זייענדיג א לענגערע צייט אויף די שיף איז ער אויך געווען אויף דעם שיף ראש השנה. אינמיטען די נאכט פון ראש השנה, איז געווארען זייער א גרויסע שטורעם אין די ים, עד כדי כך, אז עס איז געווארען א לאך אין'ם שיף און עס האט אנגעהויבען אריינצוקומען די וואסער אין שיף. די אלע גוים זענען געווען פארנומען, עטליכע ארויסצושעפען די וואסער פון שיף, און אנדערע צו פראבירען צו פארשטאפען די לעכער. אבער ר' אלעזר זי"ע איז געווען פארנומען אין זיין הייליגע עבודה. אזוי ווי עס איז געווארען זייער ערנסט די מצב, זענען די תלמידים געגאנגען צום רבי'ן און איהם פארציילט די מצב פון'ם שיף, אז די שיף האלט זיך שוין ביים איינזונקען. אזוי ווי די רבי האט דאס געהערט, האט ער זיך אנגערופען, "שנעל שנעל" גרייט אייך צו, אז אזוי ווי עס וועט ווערען טאג זאל מען קענען בלאזען שופר און נאך מקיים זיין די מצוות התורה פון תקיעת שופר. אזוי ווי עס האט זיך געטאגט, האט זיך די רבי גענומען בלאזען, כדי מקיים צו זיין די מצוה פון תקיעת שופר. אזוי ווי ער האט געענדיגט בלאזען האט זיך די וואסער אפגעשטעלט און מ'האט געקענט פארשטאפן די לעכער פון'ם שיף, און זיי זענען אלע געראטעוועט געווארען.

דער רבי ר' בונם פון פשיסחא זי"ע, האט צוגעלייגט צו דער מעשה אזוי: "איך בין זיכער אז ר' אלעזר האט נישט געטראכט דורכ'ן בלאזן שופר צו אפשטעלן דעם ים, ער האט נאר געוואלט אריינכאפן נאך א מצוה ווילאנג ער לעבט, נאר די זכות פונ'ם מצוה איז זיי בייגעשטאנען און זיי געראטעוועט".



ער האט שוין א הרהור תשובה
עס איז אמאהל געווען א יוד וואס האט אריינגענומען זיין זון ביי זיך אין'ם געשעפט. ווי באקאנט, קען מען אין א געשעפט אנטרעפען פארשידענע מענטשען, און צווישען זיי אזעלכע וואס זענען נישט אזוי ערליך. מיט די צייט האט דער זון אנגעטראפען שלעכטע חבירים און אזוי איז ער אוועק פונ'ם אידישע וועג. פארשטייט זיך אז דער טאטע האט דערפון געהאט זייער אסאך עגמת נפש. דער טאטע איז איהם זייער דערגאנגען די יאהרען אז ער זאל זיך צוריק קערען צום יודישען וועג, אבער עס האט גארנישט געהאלפען, אזוי לאנג ביז דער קינד האט זיך שוין גארנישט געוואלט צוהערען צום טאטען. מיט א ביטער געוויין איז די טאטע געגאנגען צום הייליגער רבי יעקב יצחק די יוד הקדוש פון פשיסכע זי"ע, און פארציילט זיין ביטערען צושטאנד. די רבי האט איהם געענפערט, "געב נאך פאר'ן קינד וואס ער וויל נאר, אבער צוקריג זיך נישט מיט'ן קינד, כדי אז דו זאלסט קענען פועל'ן ביי איהם אז ער זאל מיטקומען מיט דיר דא אהער צו מיר דער קומענדיגע ראש השנה". אזוי איז טאקע געווען ער איז געקומען מיט'ן קינד ראש השנה צום הייליגער רבי יעקב יצחק פון פשיסכע זי"ע, אזוי ווי דער רבי האט אנגעהויבען דאווענען איז אריין אין דעם קינד א מורא'דיגע הרהור תשובה, און ער איז געווארען זייער א ערליכער יוד.

דער רבי איז משפיע פרנסה
דער היילגער לובלינער זי"ע האט אמאל ראש השנה אויפ'ן וועג גייענדיג צו די תקיעות געטראפען דעם בדחן, האט דער בדחן געפרעגט דעם רבי'ן "וואס גייט דער רבי בלאזען" האט דער רבי געענפערט "וואס די וועסט מיר הייסען וועל איך בלאזען" האט דער בדחן געבעטען "זאל דער רבי בלאזען גרויסע פעסער, אנגעפילט מיט גאלדענע רענדלעך" האט דער הייליגע לובלינער זי"ע געזאגט, אויב אזוי וועל איך טאקע אזוי טוהן. יענער יאהר איז געווארן א גרויסע שפע פון פרנסה.

ער וויל נאר קענען די כוונות
דער הייליגע רבי פון לובלין זי"ע, האט איין יאהר מכבד געווען דעם רבי'ן פון פשיסחא צו בלאזען שופר, מיינענדיג אז וויבאלד בלאזען שופר איז א "חכמה ואינה מלאכה" און וויבאלד דער הייליגער רבי פון פשיסחא איז געווען גאר א גרויסע חכם וגדול, האט ער געהלטען אז ער איז זייער פאסיג צו זיין דער בעל תוקע. ראש השנה פאר די תקיעות האט איהם דער הייליגער רבי פון לובלין אויסגעלערנט די סודות און די עניני התקיעות. אזוי ווי מען איז אריין אין בית המדרש, האט איהם דער רבי פון פשיסחא

געזאגט אז ער האט קיינמאהל אין זיין לעבען נאכנישט געבלאזען מיט א שופר, האט דער רבי פון לובלין געפרעגט, אויב אזוי פארוואס האסטו אנגענומען צו בלאזען? האט ער איהם געענפערט אז ער האט זיך דאס אויסגעלערנט פון משה רבינו. דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אז ער זאל גיין ארויסנעמען די יודען פון מצרים, האט משה געזאגט, "כי יאמרו לי מה שמו מה אומר אליכם" דאס הייסט קודם האט ער זיך אויסגעלערנט די נאמען פון דעם אייבערשטען, און נאכדעם אז ער האט שוין געוויסט האט ער געזאגט אז ער קען נישט רעדען. איך האב אויך אזוי געטוהן, קודם האב איך געוואלט וויסען די סודות וועגען תקיעת שופר, יעצט אבער זאג איך, אז איך ווייס נישט ווי אזוי מען בלאזט. און ער האט טאקע נישט געבלאזען.

אשר לו הים והוא עשהו
אין די צייטען פון פאר דעם ערשטן וועלט'ס קריג, ווען רוסלאנד און דייטשלאנד האבן זיך ארום געקריגט וועמען עס געהערט עפעס א געוויסער ים, האט מען דערציילט פאר הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע וועגן די קריגעריי. האט זיך דער רבי אנגערופען, מיט דעם ניגון פון ימים נוראים: "די רוסען זאגען אז די ים געהערט פאר זיי, און די דייטשען זאגן אז די ים געהערט פאר זיי. אבער מיין יאסעלע (ר' יוסף קראקאוויצער ז"ל, בעל תפילה אין בעלזא) זאגט: "אשר לו הים והוא עשהו, ויבשת ידיו יצרו", דער אייבערשטער האט אלעס באשאפען און עס געהערט צו איהם".

סליחות מיט לעקאך און ברוינפען
עס איז שוין שפעט ערב ראש השנה פארטאגס, און דער הייליגער בארדיטשעווער איז נאך נישט אריין געקומען צו סליחות. א וויילע שפעטער קומט ער אריין מיט א פלעשל ברוינפען מיט לעקאך אין האנט. נאכן דאווענען האט ער דערציילט, אז עס איז געווען א גרויסע קטרוג אין הימל, בין איך ארויס זייער פרי פון שטוב, מיט לעקאך און ברוינפען, און געטראפען א יודיש יונגעל, און איהם געפרעגט, ווילסטו אביסעל לעקאך און ברוינפען? איז ער קודם געגאנגען און געוואשען די הענט, געזאגט ברכות התורה, און נאכדעם געמאכט א שיינע ברכה, און געגעסען. נאכדעם בין איך ווייטער געגאנגען און געטראפען א גוישע קינד, און איהם געפרעגט די זעלבע, און פארשטייט זיך ער האט דאס זאפארט אויפגעגעסען, נישט געוואשען, נישט ברכות וכדו'. נאכדעם האב איך געזאגט: "רבונו של עולם, קוק א חילוק צווישען א יוד און א גוי" און אזוי האב איך געקענט מבטל זיין די שלעכטע גזירה.



בלאז ווייטער, איך וויל אויך הערען
עס האט פאסירט אינמיטען די צווייטע וועלט מלחמה, ווען אפאהר יודען האבן געטראפען א שופר. ראש השנה זענען זיי אויפגעשטאנען זייער פרי, כדי קיינער זאל זיי נישט באמערקען בלאזען שופר. אינמיטען פונ'ם בלאזען קומט אריין איינער פון די הויפט אפיצירען, האבען זיי זיך זייער דערשראקען און שנעל באהאלטען דעם שופר. רופט זיך אהן די גרויסע אפיציר, "איך בין אויך א יוד, בלאז ווייטער איך וויל כאטש הערען 30 קולות".

א צובראכען הארץ
דער בעל שם טוב זי"ע האט פאר ראש השנה געלערנט מיט רבי וואלף קיצעס זי"ע (וואס ער איז געווען זיין בעל תוקע), די כוונות וואס מען דארף אינזינען האבן ביי תקיעת שופר. און ער האט איהם אויפגעשריבן אויף א צעטל די אלע כוונות. ווען עס איז אנגעקומען דער צייט פון תקיעת שופר, האט ער נישט געקענט טרעפן דעם צעטל, ווען ער איז געגאנגן בלאזען איז ער געווען זייער צוטראגען פאר דעם וואס ער האט נישט פינקטלעך געדענקט די כוונות פון די תקיעות. נאכען דאווענען האט איהם דער בעש"ט זי"ע געזאגט "די כוונות זענען אזוי ווי שליסלעך וואס עפענען די טויערן פון הימל. אבער עס געשעהט אסאך מאהל וואס די שלעסער ווערן פארשטאפט און פארקלעבט און מ'קען זיי נישט עפענען. אבער א צובראכען הארץ איז אזוי ווי א אייזערנע האק וואס קען עפענען אלע שלעסער און שפאלטן אלע שטארקע טויערן"! ממילא אז דו ביסט געווען צובראכען איז דאס פיל שטערקער ווי די כוונות.

לקונה עבדיו בדין
מיר ווייסען דאך אז די הייליגע בארדיטשוב'ע רב זי"ע פלעגט אייביג מלמד זכות זיין פאר כלל ישראל. עס האט אמאהל פאסירט ראש השנה האט דער בארדיטשעווער רב געזעהן ווי דער שטן ברענגט גאנצע פעק און זעק מיט עבירות פון כלל ישראל, ווען דער שטן איז אוועק ברענגען נאך, האט דער הייליגער בארדיטשובער באמערקט אז אויף די רעכטע זייט איז דער גן עדן, און אויף די לינקע זייט איז דער גהינום, איז דער הייליגער בארדיטשובער געגאנגען און ער האט אריינגעווארפען אלע עבירות און דעם פייער פון'ם גהינום און זיי אלע פאברענט. און אזוי כסדר, ווען דער שטן האט געברענגט נאך פעק, האט זיי דער רבי פון בארדיטשוב פאברענט אין פייער פון'ם גהינום.
נאך זייער אסאך מאהל האט דער שטן באמערקט, אז עס זאמעלט זיך גארנישט אהן. ווי ער האט באמערקט דעם בארדיטשוב'ע דארט שטיין, האט ער זיך באלד

געכאפט וואס דא גייט פאהר, האט דער שטן געזאגט צום רבונו של עולם. "רבונו של עולם" א גנב דארף דאך באצאלען כפל, און אויב ער האט נישט, שטייט דאך "ונמכר בגניבתו" ער דארף זיך יעצט לאזען פארקויפן, איך וויל איהם אפקויפען, פאר א קנעכט, האט דער אייבערשטער געזאגט, אלעס געהערט דאך פאר מיר, ממילא קויף איך איהם פאר א קנעכט. מיט דעם קען מען טייטשען "לקונה עבדיו בדין," דער באשעפער האט אפגעקויפט דעם הייליגען בארדיטשעווער אין'ם יום הדין. אזוי איז כלל ישראל געראטעוועט געווארען יענעם יאהר פונ'ם שטן.

אסאך יצחק'לעך
דער הייליגער ישמח משה האט אמאהל פאר תקיעת שופר, צוזאמען גערופען אלע קינדער פון שוהל צום ארון הקודש, און זיי געפרעגט, "זענט איר אלע מסכים צו גיין אויף קידוש השם" און אלע האבען הויך געענפערט, "יא", האט זיך דער היילגער ישמח משה אויסגעדרייט צום ארון הקודש, און געזאגט, רבונו של עולם, טויזענטער יאהרען שטייען שוין כלל ישראל און שרייען "ועקידת יצחק היום ברחמים תזכור" דא האסטו הונדרעטער אזעלכע יצחק'לעך וואס זענען זיך גרייט מקריב צו זיין פאר דיר. און מיט דעם כוונה איז ער צוגעגאנגען צו תקיעת שופר.

נעם אוועק זייער ארימקייט
דער הייליגער קדושת לוי האט אמאהל מלמד זכות געווען פאר כלל ישראל, און געזאגט אזוי, עס שטייט אז ביי קבלת התורה האבן די יודען באקומען 2 קרוינען און ביי דעם עגל איז דאס צוגענומען געווארען פון זיי. אויך זאגען אונז חז"ל אז "ארימקייט פון יודען, איז ווי א רויטע רויז" דאס הייסט אז עניות איז גוט פאר יודען, ווייל אהן געלט איז זייער שווער צו זינדיגען. קומט אויס אז ארימקייט איז א צירונג.
האט דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "אזוי ווי ביי דעם עגל האט דער אייבערשטער צוגענומען די צירונגען פון די יודען, ווייל זיי האבען געזינדיגט, אויב אזוי, היי יאהר האבען די יודען אויך געזינדיגט, בעט איך דיר, נעם אוועק פון זיי די צירונג, דאס הייסט נעם פון זיי אוועק זייערע ארימקייט".

ובכן תן פחדך
אין די שטאט אניפאלי, דער שטאט ווי די הייליגער רבי ר' זושא האט געוואונט האט אמאהל פאסירט אז עס איז פארלוירען געווארען זייער אסאך געלט פון די שאץ קאמערען פון'ם גראף. דער גלח וואס האט זייער פיינט געהאט די יודען האט איינגערעדט דעם גראף אז וויבאלד דער גראף האט אמהל געהאט יודישע ארבייטער, איז זיכער אז די יודען האבען דאס געגנב'עט.

באלד האט ער געלאזט רופען די דריי ראשי הקהילה און זיי געווארענט אז אויב מען וועט נישט טרעפען דער גנב וועט מען פארטרייבען אלע יודען פון'ם שטאט אניפאלי.
באלד זענען זיי אריינגעגאנגען צום הייליגע רבי'ן און פארציילט זייער ביטע. די רבי האט זיך פון גארנישט דערשראקען, ער האט באלד געשיקט איינער פון זיינע חסידים, און געהייסען זאגען פאר'ן גראף, אז ער זאל ווארטען א יאהר, און ער וועט טרעפען דער גנב, און אז נישט וועט ער אליינ'ס באצאלען דער גניבה.
צום יאהר האט די רבי ר' זושא זי"ע געהייסען, אז דער גראף זאל צוזאמען רופען ביי איהם אין פאלאץ, אלע זיינע ארבייטער.
ווען די הייליגע רבי איז אריין, האט ער באלד געזאגט, "דא פעלט איינער", מען האט נאכגעזוכט, און טאקע באמערקט אז דער גוי וואס רייניגט דער שטאל פון די פערד איז נישט דא.
אזוי ווי דער גוי איז אריין, האט די הייליגע רבי אנגעהויבען דאווענען די שמונה עשרה פון ראש השנה, אזוי ווי ער איז אנגעקומען צו די ווערטער "ובכן תן פחדך" איז געפאלען אויף יענעם גוי א מורא'דיגען פחד, און ער איז באלד געפאלען צו די פיס פונ'ם רבי'ן, און געזאגט, "ראבינער, איך בעט דיר, הער אויף צו זאגען די ווערטער, ווייל נאך אביסעל און איך שטארב" און אזוי איז מען געוואהר געווארען אז דער גוי איז גאהר געווען דער גנב, און אזוי זענען אלע יודען געראטעוועט געווארען.

אויך איז דא א ענדליכע מעשה מיט'ן הייליגען רבי ר' זושא, אז עס איז אריין ביי איהם אין שטאט א מיליטער אויף מלחמה, איז מען באלד געלאפען דערציילען דער רבי. האט דער רבי אויפגעמאכט דער פענסטער אין ארויסגעשריגען פון פענסטער דריי מאהל "ובכן תן פחדך" און עס איז אויף זיי געפאלען א מורא'דיגע פחד און זיי זענען אלע אנטלאפען.

א גאנץ יאהר א בעל תוקע
א חסיד וואס מען האט אויפגענומען אלץ "בעל תוקע" אין א געוויסע שטאט, איז געקומען פרעגן אן עצה פון הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע וואס ער זאל טוהן. ווייל צום ערשט פילט ער אז ער איז נישט פאסיג צו זיין א "בעל תוקע", און צווייטענס פארשטייט ער נישט די אלע כוונות וואס ווערן געברענגט אין ספרים הקדושים וואס מען דארף אינזין האבען ביים בלאזען שופר. האט איהם דער בעלזא רב זי"ע געענטפערט: "דו זאלסט בלויז אינזינען האבען צוויי כוונות, איין כונה ביים בלאזן שופר, און איין כונה א גאנץ יאהר. ביים בלאזן שופר זאלסטו אינזין האבן אז די תורה האט באפוילען צו בלאזען שופר. און א גאנצע יאהר זאלסטו גוט געדענקען און אינזין האבן, אז דו ביסט א "בעל תוקע" ראש השנה".


עס איז נאר געבליבן דריי
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט דערציילט, אז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע ווען ער איז געווען ביים הייליגען רבי ר' בער זי"ע, איז אליהו הנביא צו אים געקומען און דערציילט אז דער וועלט שטייט אויף די תפלות פון דריי צדיקים, וואס זענען, ער אליינס, (דער רבי ר' אלימלך) און זיין ברודער דער רבי ר' זושא, און אויך דער רבי ר' שמעלקא. האט זיך דער רבי ר' אלימלך זייער שטארק געוואונדערט פארוואס אליהו הנביא האט נישט אויסגערעכנט די תפלות פון זיין רבין דער רבי ר' בער זי"ע, אבער שפעטער אין יענעם יאהר י"ט כסלו איז דער רבי ר' בער נסתלק געווארן, האט ער שוין פארשטאנען פארוואס אליהו הנביא האט אים נישט אויסגערעכענט.

א פארלאנג אויף משיח
אמאהל אין דעם ערשטן טאג ראש השנה ווען דער רבי ר' שמעלקא פון ניקלישבורג זי"ע איז אריין געקומען אין בית המדרש צו די תקיעות, האט ארום גענומען דעם גאנצען "עולם" א גרויס התעוררות און אלע האבן אויסגעבראכן אין א געוויין. און מיט דעם התעוררות האבן זיי אויך געדאווענט מוסף. אין דעם צווייטען טאג האט זיך דאס זעלבע איבער גע'חזר'ט, אז באלד ווען דער צדיק איז אריין געקומען האבן זיי אויסגעבראכן אין א געוויין. האט זיך דער צדיק אנגערופען: "עס שטייט אין פסוק (שמואל א' כ-כז) : "מדוע לא בא בן ישי גם תמול גם היום אל הלחם" (פארוואס איז בן ישי נישט געקומען היינט און נעכטן צו די סעודה). - קען מען מרמז זיין, אז דער פסוק פרעגט: "מדוע לא בא בן ישי" - פארוואס איז משיח נאך נישט געקומען, נאך דעם וואס עס איז געווען אזא גרויסע התעוררות? דער תירוץ איז: "גם תמול גם היום" - סיי נעכטן און סיי היינט: "אל הלחם" - דאווענט מען נאר פאר די ברויט, מ'האט נאר אינזינען די אייגענע פרנסה און געברויך. מ'האט גארנישט קיין צער פארוואס די גלות דויערט אזוי לאנג, און מען פארלאנגט גארנישט פון באשעפער אז משיח זאל קומען"!!!
די רבי'ס עבירות
עס ווערט דערציילט, אז איינמאהל איז דער ראפשיצער רב זי"ע געווען אויף ראש השנה ביים רבין פון לובלין זי"ע. ווען דער רבי פון לובלין איז צוריק געקומען פון תשליך, האט ער באגעגענט דעם ראפשיצער רב ווי ער לויפט. האט ער איהם געפרעגט: "ווי אהין לויפסט דו?" האט דער ראפשיצער רב געענטפערט: "איך גיי צוזאמען קלויבען די עבירות וואס דער רבי האט אריין געווארפען אין טייך, ווייל וואס ביים רבי'ן איז אן עבירה, זענען ביי אנדערע מענטשען מצוות.

סיפורי תשובה
שטייט אין ספר זכרון לראשונים אז אמאל ראש חודש אלול איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געשטאנען ביים פענסטער און פונקט איז דעמאלט אריבער געגאנגען א שוסטער א גוי, וועלכער פלעגט זיך ארומדרייען איבער די הייזער זיך אנצוטראגן צו פארעכטן שיך. זעענדיג דעם קדושת לוי ביים פענסטער, איז דער שוסטער צוגעגאנגען צו איהם און געפרעגט, איר האט גארנישט וואס צו פאררעכטן. הערענדיג די דאזיגע ווערטער, האט זיך דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע זיך זייער צעוויינט, און האט זיך געזעצט אויף די ערד און געזטגט: "וויי איז צו מיר, עס דערנענטערן זיך די ימי הדין, און איך האב נאך גארנישט פארראכטן, נישט אומזיסט האט דער גוי מיך געפרעגט צו איך האב עפעס צו פאררעכטן, ער איז מסתמא א שליח פון הימל מיך צו דערמאנען אז איך האב א סאך וואס צו מתקן זיין".

הרה"ק ר' משה קאברינער זצ"ל האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געשפילט מיט זיינע חבירים אינדרויסן אויף דער גאס. האט איהם זיין שוועסטער אנגעשריגן: "משה'לע" היינט שפילסטו דיך אויך, היינט איז דאך ראש חודש אלול, אפילו די פיש אין וואסער ציטערען היינט, און דו שפילסט זיך אזוי רואיג" הערענדיג די ווערטער האט איהם אנגעכאפט א ציטערניש. ער האט געזאגט אז נאך היינט ראש חודש אלול ציטער איך פון איר געשריי.



מיט בערך 900 יאהר צוריק, אין דער שטאט "מגנצא" אין דייטשלאנד, האט געוואוינט א גרויסע צדיק, מיט'ן נאמען "רבי אמנון".
רבי אמנון איז געווען א גרויסע עושר, און אויך זייער א קלוגע מענטש, מיט א שיין געשטאלט, אזוי ארום איז ער געווארען א מקורב למלכות, און צוליב דעם האבען די יודען געהאט אסאך טובות.
טראץ דעם וואס דער מלך האט זייער ליב געהאט רבי אמנון, דאך האט ער נישט געקענט פארטראגען אז ער איז א יוד. ער האט כסדר גערעדט צו איהם און פארגעלייגט, אז ער זאל זיך שמד'ן, אבער, רבי אמנון פלעגט איהם ענטפערן "אלעס קען איך דיר טוהן, אבער דאס נישט".
איין מאהל האט דער קעניג געלאזט רופען רבי אמנון און איהם געזאגט "הער זיך צו רבי אמנון, שוין יאהרען וואס איך בעט דיר אז דו זאלסט זיך שמד'ן און איך האב גארנישט געפועל'ט ביי דיר, יעצט וויל איך שוין פון גארנישט הערען, איך גיב דיר איינס פון צוויי ברירות. וועסטו זיך שמד'ן, איז גוט, און איך וועל דיר מאכען פאר'ן גרעסטען האר אין מיין פאלאץ, און אויב נישט וויל איך דיר מער נישט דא זעהן, און
אויך די יודען וועל איך פארטרייבען פון מיין לאנד".
רבי אמנון איז געווארען פארציטערט, נישט ווייל ער האט געוואלט בלייבען אינ'ם פאלאץ, פונקט פאקערט, ער איז געווען זייער צופרידען צו פארלאזען דעם פאלאץ, און קענען זיצען און לערנען, ווי איידער פאברענגען די צייט מיט'ן קעניג, אבער ער האט געטראכט ווי אזוי קען ער דאס טוהן פאר זיינע טייערע ברידער, אז זיי זאלען ווערען ארויסגעווארפען פון דעם לאנד.
נאך אפאהר מינוט טראכטענדיג, האט רבי אמנון געענפערט, "געב מיר דריי טעג איבערצוטראכטען", און דער קעניג האט מסכים געווען.
אזוי ארויסגייענדיג פון'ם פאלאץ איז רבי אמנון געווארען זייער צובראכען, און ער האט זייער חרטה געהאט פארוואס ער האט נישט געענטפערט מיט א שטארקייט, אז ער וועט בשום אופן נישט אוועקגיין פון די אמת'ער אמונה.
די גאנצע דריי טעג האט רבי אמנון געפאסט און געוויינט און געבעטען די אייבערשטער אז ער זאל איהם מוחל זיין פאר זיין ענטפער.
ווען עס איז געקומען די דריטע טאג, האט רבי אמנון באשלאסען אז ער גייט נישט צום קעניג. אזוי ווי דער קעניג האט געזעהן אז רבי אמנון קומט נישט, איז ער געווארען מלא כעס, און האט געשיקט באוואפענטע סאלדאטען זאלען איהם ברענגען געבונדען אין קייטען.
ווען מען האט געברענגט רבי אמנון אין פאלאץ, האט די קעניג אויסגערופען און געשריגען "ביסטו גרייט זיך צו שמד'ן? פארוואס ביסטו נישט געקומען צום באשטימטער צייט? אויב אבער וועסטו זיך שמד'ן וועל איך דיר מוחל זיין".
האט רבי אמנון געענטפערט מיט א שטאלצקייט "ניין, איך וועל מיר קיינמאהל נישט שמד'ן, איך גלייב נאר אין דער בורא עולם".
אויב אזוי, האט דער קעניג געזאגט, "קלויב זיך אליין אויס דיין שטראף, דערפאר וואס דו האסט געזינדיגט קעגען מיר".
האט רבי אמנון געענפערט "ניין! נישט קעגען דיר האב איך געזינדיגט, נאר קעגען דעם הייליגען באשעפער האב איך געזינדיגט, וועגען דעם בעט איך דיר אז דו זאלסט אפשניידען מיין צונג, ווייל מיט'ן צונג האב איך דיר געבעטען אז דו זאלסט ווארטען דריי טעג, און איך האב דיר נישט באלד געזאגט אז איך וועל מיך קיינמאל נישט שמד'ן".
האט דער קעניג באלד געזאגט "ניין ! דאס נישט, נאר דיינע פיס וועל איך אפשניידען ווייל זיי זענען נישט געקומען צום באשטימטער צייט, און אויך דיינע הענט וועל איך אפשניידען ווייל זיי האבען נישט געוויזען קיין צייכן פון שמד".
דער ברוטאלער קעניג האט באלד באפוילען זיינע קנעכט אז זיי זאלען אזוי טוהן. זיי האבען טאקע אזוי געטוהן, און כסדר אינמיטען שניידען האט מען איהם געפרעגט, "ווילסטו אננעמען אונזער גלויבונג, לאזט מען דיר אפ" אבער רבי אמנון האט ווייטער געזאגט מיט א שטארקייט, "ניין, חס ושלום, קיינמאהל וועל איך נישט פארלאזען די ריכטיגע גלויבונג, אפילו מען וועט מיר אנטוהן די ערגסטע יסורים" און אזוי האבען

זיי ווייטער געשניטען נאך און נאך, און רבי אמנון האט מקבל געווען זיין עונש באהבה.
נאכדעם האט מען גענומען די אלע שטיקלעך און זיי צוריק געשטעלט אויפ'ן בעט, דארט ווי רבי אמנון איז געלעגען. און אזוי האט מען איהם אהיימגעפירט.
עס איז דעמאלס געווען עטליכע טעג פאר ראש השנה, און ער איז אזוי געלעגען מיט יסורים אין די היים.
ווען עס איז געקומען ראש השנה האט רבי אמנון געבעטען אז מען זאל איהם אריינפירען אין שוהל אריין, און אוועקשטעלען לעבען דעם חזן.
ווען מען האט איהם אריינגעפירט אין שוהל האט מען דעמאלס געהאלטען פאר כתר פון מוסף. אזוי ווי מען האט אריינגעפירט רבי אמנון און שוהל, א צובלוטיגטע, זענען אלע דערציטערט געווארען, עס איז זיי געפאלען א גרויסע פחד ומורא, און עס האט געהערשט א שטילקייט.
אין די שטילקייט האט מען נישט געהערט נאר רבי אמנון'ס שטימע. ער האט אנגעהויבען מיט די תפלה "ונתנה תוקף" וואס ער האט דעמאלס מחבר געווען. ווען ער האט געענדיגט, האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה.
נאך ראש השנה איז רבי אמנון געקומען אין חלום צו זיין תלמיד ר' קלונימוס בן ר' משולם און ער האט איהם אויסגעלערנט די תפלה "ונתנה תוקף", ער האט איהם געבעטען אז ער זאל ארומשיקען דער תפלה אין אלע לענדער פאר אן אייביגע זכרון.
פון דעמאלט אהן זאגען די אידן אין אלע תפוצות די דאזיגע תפילה מיט גרויס כוונה, ראש השנה און יום כיפור, פאר קדושת כתר פון מוסף.


זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן

א כתיבה וחתימה טובה
און א גוט געבענטשט יאהר


סדר הסימנים


(1) חלה איינגעטונקען אין האניג
(2) קרא, (SQUASH)
(קודם יברך בורא פרי האדמה, ויכוין לפטור כל מיני פרי האדמה, ויאכל קצת ואח"כ יאמר)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שתקרע רוע גזר דיננו, ויקראו לפניך זכיותינו: (ויאכל)

(3) רוביא (BLACK EYED PEAS) אדער מייערען
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שירבו זכיותינו: (ויאכל)

(4) כרתי (LEEK)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שיכרתו שונאנו: (ויאכל)

(5) סילקא (OR SPINACH BEETS)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שיסתלקו אויבינו ומשטיננו: (ויאכל)

(6) תמרים (DATES)
(קודם יברך בורא פרי העץ, ויכוין לפטור כל מיני פרי העץ, ויאכל קצת ואח"כ יאמר)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שיתמו שונאינו ואויבינו: (ויאכל)

(7) רמונים ( POMEGRANATE )
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שירבו זכיותינו, כרמון: (ויאכל)

(8) עפעל איינגעטונקען אין האניג
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה: (ויאכל)

(9) ראש כבש, אדער ראש דגים
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שנהיה לראש ולא לזנב: (ויאכל)

(10) דגים (דער קאפ, און דער אויג פונ'ם פיש)
יהי רצון מלפני יי אלוהינו ואלוהי אבותינו אבינו שבשמים, שתשגיח עלינו בעינא פקיחא, ושנהיה לראש ולא לזנב, ושנפרה ונרבה כדגים: (ויאכל)








אַתָּה קָדוֹשׁ די ביסט הייליג
וְשִׁמְךָ קָדוֹשׁ און דיין נאמען איז הייליג
וּקְדוֹשִׁים און הייליגע (יודען)
בְּכָל יוֹם יעדען טאג
יְהַלְלוּךָ סֶּלָה זיי טוען דיר לויבען אייביג
כִּי קל מֶלֶךְ גָּדוֹל אז א שטארקער גאט און א גרויסער קעניג
וְקָדוֹשׁ אָתָּה און א הייליגער ביסטו
לדור ודור אין א יעדע דור
המליכו לא-ל זאלט איהר מאכען קעניגען גאט
כי הוא לבדו ווייל נאר ער אליינס
מרום וקדוש איז דערהויבען און הייליג
ובכן אין אזוי בעטען מיר דיר
יתקדש שמך עס זאל געהייליגט ווערען דיין נאמען
ה' אלקינו אייבערשטער אונזער גאט
על ישראל עמך אויף דיין יודישע פאלק (ווען די וועסט זיי אויסלייזען פון גלות)
ועל ירושלים עירך אין אויף דיין שטאט ירושלים (ווען זי וועט גיבויעט ווערען)
ועל ציון אין אויף ציון
משכן כבדך ווי דיין כבוד פלעגט דארט רוען
ועל מלכות און אויף די מלוכה
בית דוד משיחך פון די משפחה פון דוד דיין געזאלבטער
ועל מכונך און אויף דיין אנגעגרייטער בית המקדש
והיכלך און אויף דיין היכל - דער קדשי קדשים
ובכן און אזוי בעטען מיר דיך
תן פחדך גיב דיין שרעק
ה' אלוקינו אייבערשטער אונזער גאט
על כל מעשיך אויף אלע דיינע ווערק (אין די צייט פון דער גאולה)
ואימתך און דיין פארכט
על כל מה שבראת אויף אלע מענטשען וואס דו האסט באשאפען
וייראוך און עס זאלען מורא האבען פון דיר
כל המעשים אלע דיינע ווערק
וישתחוו לפניך און עס זאלען זיך בוקען פאר דיר
כל הברואים אלע באשעפענישען
ויעשו כלם אין אלע זאלען געמאכט ווערען
אגדה אחת איין בינד
לעשות רצונך צו טוהן דיין ווילען
בלבב שלם מיטען גאנצען הארץ
כמה שידענו אזוי ווי מיר ווייסען
ה' אלוקינו באשעפער אונזער גאט
שהשלטן לפניך אז דאס געוועלטיגקייט איז פאר דיר
עוז בידך אז די מאכט איז אין דיין האנט
וגבורה בימינך און די שטארקייט איז אין דיין רעכטע האנט
ושמך נורא און דיין נאמען איז פארכטיג
על כל מה שבראת אויף אלעם וואס דו האסט באשאפען
ובכן און אזוי בעטען מיר דיך
תן כבוד ה' לעמך געב כבוד באשעפער צו דיין פאלק
תהלה ליראיך א לויב צו די יודען וואס פארכטען זיך פון דיר
ותקוה טובה און ערפיל די גוטע האפענונג (וואס זיי ווארטן אויף די גאולה)
לדורשיך צו די וואס פארשטען דיך
ופתחון פה און זיי וועלען קענען עפענען דאס מויל (פאר זייער פיינט)
למיחלים לך די וואס האפען צו דיר
שמחה לארצך א פרייד וועט זיין צו דיין לאנד
וששון לעירך און לוסטיגקייט וועט זיין צו דיין שטאט (ירושלים)
וצמיחת קרן און עס זאל שפראצען די קעניגרייך
לדוד עבדך צו דיין קנעכט דוד (דאס מיינט דער מלך המשיח וואס קומט ארויס פון דוד)
ועריכת נר און אן אנברייטונג פון ליכטיגקייט
לבן ישי משיחך פאר דעם זון פון ישי וואס ער איז דיין געזאלבטע
במהרה בימינו שנעל אין אונזער צייטען
ובכן און אויף דעמאלס בעטען מיר
צדיקים יראו צדיקים זאלען שוין זעהן די ישועה פונ'ם אייבערשטען
וישמחו און זיי זאלען זיך פרייען
וישרים יעלוזו און די וואס גייען אויפ'ן גלייכע וועג זאלען ליסטיג ווערען
וחסידים ברנה יגילו און די חסידים זאלען מיט געזאנג זיך פרייען
ועולתה און די אלע וואס מאכען אומרעכט
תקפץ פיה וועט פארשלאסען ווערען זייער מויל
וכל הרשעה כלה און אלע שלעכטס אינגאנצן
כעשן תכלה אזוי ווי די רויעך וועט זי פארלענט ווערען
כי תעביר ווען דו וועסט אפטוהן
ממשלת זדון די געוועלטיגקייט (פון מלכות אדום)
מן הארץ פון דער וועלט
ותמלוך אתה ה' אלוקינו און דו באשעפעפער אונזער גאט אליין זאלסט קעניגען
על כל מעשיך אויף אלע דיינע ווערק
בהר ציון אויף דעם בארג ציון
משכן כבודיך ווי עס איז די ריאונג פון דיין כבוד
ובירושלים עיר קדשיך און אין ירושלים דיין הייליגע שטאט
ככתוב אזוי ווי עס שטייט
בדברי קדשיך אין דיינע הייליגע רייד
ימלוך ה' לעולם גאט וועט קעניגען אויף אייביג
אלוקיך ציון דיין גאט וואס וואוינט אין ציון
לדור ודור הללוי-ה וועט קעניגען אין אלע דורות - לויבט גאט
קדוש אתה דו ביסט הייליג
ונורא שמך און דיין נאמען איז פארכטיג
ואין אלו-ה מבלעדיך און עס איז נישט דא קיין גאט אויסער דיר
ככתוב אזוי ווי עס שטייט געשריבען
ויגבה ה' צבאות דער באשעפער ווערט דערהויבען
במשפט דורך די משפט (וואס ער טוט מיט די רשעים)
והאל הקדוש און דער הייליגער גאט
נקדש בצדקה ווערט געהייליגט דורך די צדקה וואס ער טוט מיט די יודן
בא"י המלך הקדוש געלויבט ביסטו אייבערשטער דער הייליגער קעניג
אלוקינו ואלוקי אבותינו אונזער גאט און דער גאט פון אונזערע עלטערען
מלוך אנפלעק דיין קעניגרייך
על כל העולם כולו אויף די גאנצע וועלט
בכבודך מיט דיין כבוד
והנשא אין ווער דערהויבען
על כל הארץ אויף די גאנצע וועלט
ביקרך מיט דיין טייערע כבוד
והופע אין שיין אויף
בהדר גאון עזך מיט דיין גרויס אין שטארקע שיינקייט
על כל יושבי תבל אויף אלע וואס וואוינען אין דער ערד
ארצך אויף דיין ערד
וידע כל פעול אין עס זאל וויסען אלע דיינע ווערק
כי אתה פעלתו אז דו האסט איהם געווערקט
ויבין כל יצור אין יעדע באשעפעניש זאל פארשטיין
כי אתה יצרתו אז דו האסט איהם באשאפען
ויאמר אין עס זאל זאגען
כל אשר נשמה באפו יעדער וואס האט א נשמה אין זיינע נאז לעכער
ה' אלקי ישראל מלך דער אייבערשטער דער גאט פון די יודען איז דער קעניג
ומלכותו און זיין קעניגרייך
בכל משלה געוועלטיגט אין אלעס
קדשנו במצותיך הייליג אונז מיט דיינע מצות
ותן חלקנו אין געב אונזער חלק
בתורתיך אין דיין תורה
שבענו מטובך מאך אונז זאט פין דיין גוטסקייט
ושמחנו בישועתך אין מאך אונז פרייען מיט דיין הילף
וטהר לבנו און רייניג אונזערע הערצער
לעבדך באמת דיך צו דינען מיט אמת
כי אתה אלקים אמת ווייל דו ביסט דער אמת'ער גאט
ודברך אמת און דיינע רייד זענען אמת
וקים לעד און די לעבסט אויף אייביג
ברוך אתה ה' געלויבט ביסטו אייבערשטער
מלך על כל הארץ דער קעניג אויף דער גאנצער וועלט
מקדש ישראל ער הייליגט די יודען
ויום הזכרון און דעם טאג פון געדענקעניש

לְשָנָה טוֹבָה צו א גוטע יאהר
תִּכָתֵב זאלסטו פאשריבען ווערען
וְתֵחָתֵם און זאלסט ג'חתם'ט ווערן
לְאַלְתְּר באלד
לְחַיִים טוֹבִים צו גוטע לעבען
אַרוּכִים לאנגע
וּלְשָלוֹם און צו פרידע
יְהִי רָצוֹן עס זאל זיין דיין ווילען
שֶתְּחַדֵש אז דו זאלסט באנייען
עָלֵינוּ אויף אונז
שָנָה טוֹבָה א גוט יאהר
וּמְתוּקָה און א זיסע
יְהִי רָצוֹן עס זאל זיין דיין ווילען
שֶיִרְבּוּ אז עס זאלען זיך פארמער'ן
זְכֻיוֹתֵנוּ אונזרע זכות'ים
יְהִי רָצוֹן עס זאל זיין דיין ווילען
שֶנִהיֶ' לְרֹאש מיר זאלען זיין צו א קאפּ
וְלֹא לְזָנָב און נישט צו א וויידל
וְשֶנִפְרֶה און מיר זאלען פרוכטבארן
וְנִרְבֶה און מיר זאלען זיך מערן
כְּדָגִים אזוי ווי פיש
זָכְרֵֽנוּ געדענק אונז
לְחַיִּים צו לעבען
מֶֽלֶךְ חָפֵץ דער קעניג וואס ער וויל
בַּחַיִּים אין לעבן
וְכָתְבֵֽנוּ און פארשרייב אונז
בְּסֵֽפֶר הַחַיִּים אין דעהם ספר פון לעבען
לְמַעַנְךָ פאר דיינעט וועגען
אֱלֹקִים דער גאט
חַיִּים וואס לעבט אויף אייביג
מִי כָמוֹךָ ווער איז אזוי ווי דיר
אָב א פאטער
הָרַחֲמִים א דערבארימדיגער
זוֹכֵר וואס ג'דענקט
יְצוּרָיו זיינע באשעפענישען
לְחַיִּים צום לעבען
בְּרַחֲמִים מיט רחמנות
וּכְתוֹב און פארשרייב
לְחַיִּים טוֹבִים צו א גוט לעבען
כָּל בְּנֵי בְרִיתֶֽךָ אלע מענטשען פון דיין בונד
בְּסֵֽפֶר חַיִּים אין דעם ספר פון לעבן
בְּרָכָה פון בענטשונג
וְשָׁלוֹם און פרידען
וּפַרְנָסָה טוֹבָה און פון א גוטע פרנסה
וּגְזֵירוֹת טוֹבוֹת און פון גוטע גזירות
יְשוּעוֹת וְנֶחָמוֹת פון ישועות און פון טרייסטונגען
נִזָּכֵר זאלען מיר ג'דענקט ווערען
וְנִכָּתֵב און מיר זאלען פארשריבען ווערען
לְפָנֶֽיךָ פאר דיר
אֲנַֽחְנוּ, וְכָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל אונז, און דיין גאנצע יודישע פאלק
לְחַיִּים טוֹבִים צו א גוטען לעבען
וּלְשָׁלוֹם און צו פרידען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:52 לינק ישיר 

פאר קלענערע קינדער




אוֹיף דֶעם עֶפְּל מַאכְט מֶען אַ בְּרָכָה "בּוֹרֵא פְּרִי הָעֵץ" מֶען טִנְקט דָאס אֵיין אִין הָאנִיג אוּן מֶען עֶסְט אַ שְׂטִיקְל, דֶערְנָאךְ זָאגְט מֶען "יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אַבוֹתֵינוּ שֶׂתְּחַדֵשׂ עָלֵינוּ שָׂנָה טוֹבָה וּמְתוּקָה"- עֶס זָאל בַּאנֵייט וֶוערן אוֹיף אוּנְז אַ גוּט אוּן זִיס יָאר. דֶערְנָאךְ עֶסְט מֶען נָאךְ אַ שְׂטִיקְל.
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶך הָעוֹלָם, בּוֹרֵא פּרי הָעֵץ:
יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אַבוֹתֵינוּ שֶׂתְּחַדֵשׂ עָלֵינוּ שָׂנָה טוֹבָה וּמְתוּקָה:



אַ קָאפּ פוּן אַ פִישׂ אוּן מֶען זָאגְט "יְהִי רָצוֹן שֶׂנִהְיֶה לְרֹאשׁ וְלֹא לְזָנָב" – אַז מֶען זָאל זֵיין צוּ אַ קָאפּ אוּן נִישְׂט צוּ אַן עֶק, דָאס הֵייסְט, נִישְׂט זֵיין אַרָאפְּגֶעזֶען אוּן אַרָאפְּגֶעקוּקְט נִידְרִיגֶער פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטשְׂן, נָאר מֶען זָאל זֵיין גֶערֶעכֶנְט צִוִוישְׂן דִי חָשׂוּבֶ'ע אוּן גְרוֹיסֶע לֵייט אוּן עֶרְלִיכֶע אִידְן.
יְהִי רָצוֹן שֶׂנִהְיֶה לְרֹאשׁ וְלֹא לְזָנָב:



אִינְמִיטְן דִי סְעוּדָה פִירְן מִיר זִיךְ צוּ עֶסְן זִיסֶע מֵיֶיערְן גֶעפְּרֶעגֶלְט אִין הָאנִיג אוּן זָאגְן "יְהִי רָצֹון שֶׂיִרְבּוּ זָכִיוֹתֵינוּ"
יְהִי רָצֹון שֶׂיִרְבּוּ זָכִיוֹתֵינוּ:

אוֹיף אַ טֵייל פְּלֶעצֶער פִירְט מֶען זִיךְ צוּ עֶסְן מִילְגְרוֹימְן אוּן מֶען זָאגְט "יְהִי רָצֹון שֶׂיִרְבּוּ זָכִיוֹתֵינוּ כְּרִמוֹן" עֶס זָאל זִיךְ פַארְמֶערְן אוּנְזֶערֶע זָכִיוֹת אַזוֹי וִוי דִי קֶערֶנְדלֶעךְ פוּן אַ מִילְגרוֹים.



לְשָׂנָה טֹובָה תִּכָתֵב וְתֵחָתֵם לְשָנָה טֹובָה תִּכָּתֵבִי
לְאַלְתְּר לְחַייִם וְתֵחָתֵמִי לְאַלְתְּר לְחַייִם

עֶס שְׂטֵייט אַז גַאנְץ חוֹדֶשׂ אֶלוּל זָאל מֶען זָאגְן יֶעדְן טָאג (10) צֶען קַאפִּיטְלֶעךְ תְּהִלִים.




זוּנְטָאג פַאר רֹאשׂ הַשָׂנָה הֵייבְּט מֶען אָן אוֹיפְשְׂטֵיין פְרִיֶער וִוי אַלֶעמָאל צוּ זָאגְן סְלִיחוֹת בֶּעטְן אַז דֶער אֵייבִּירְשׂטֶער זָאל מוֹחֵל זֵיין אוֹיף אַלֶע עַבֵירוֹת

עֶרֶב רֹאשׂ הַשָׂנָה פִירְט מֶען זִיךְ אוֹיפְצוּשְׂטֵיין פַארְטָאגְס אוּן מֶען זָאגְט אַ סַאךְ סְלִיחוֹת מֶער וִוי אִין דִי אַנְדֶערֶע טָאג פוּן סְלִיחוֹת, אוּן מִיר בֶּעטְן אַז דֶער אֵייבִּישְׂטֶער זָאל אוּנְז מוֹחֵל זֵיין אוֹיף דִי עֲבֵירוֹת פוּן אַ גַאנְץ יָאר, אוּן עֶר זָאל אוּנְז אָנְשְׂרֵייבְּן אַ גוּט יָאר.

עֶרֶב רֹאשׂ הַשָׂנָה בְּלָאזְט מֶען נִישְׂט קֵיין שׂוֹפָר, פַארְוָואס?
וֵוייל דוֹרְךְ דֶעם וָואס מֶען בְּלָאזְט נִישְׂט קֵיין שׂוֹפָר וֶוערְט דֶער שָׁטָן וָואס וִויל רֶעדְן שְׂלֶעכְטְס אוֹיף דִי יוּדְן פַארְמִישְׂט אִין עֶר מֵיינְט אַז עֶס אִיז שׂוֹין גֶעוֶוען רֹאשׂ הַשָׂנָה וָואס דֶעמָאלְטס מִשְׂפְּט דֶער אֵייבִּישְׂטֶער דִי וֶועלְט, אוּן וֶוען עֶר הֶערְט רֹאשׂ הַשָׂנָה אַז מֶען בְּלָאזְט שׂוֹפָר מֵיינְט עֶר אַז דָאס דֶער שׂוֹפָר פוּן מָשִׂיחַ אוּן עֶר דֶערְשְׂרֶעקְט זִיךְ אוּן עֶר קֶען שׂוֹין נִישְׂט רֶעדְן שְׂלֶעכְטס אוֹיף דִי יוּדִישֶׂע קִינְדֶער.

עֶרֶב רֹאשׂ הַשָׂנָה אִיז אַ מִצְוָה זִיךְ אָפְּצוּשֶׂערְן דִי הָאר, אוּן דִי נֶעגְל, אוּן זִיךְ אָפְּוַואשְׂן, אוּן גֵיין אִין מִקְוָה, זִיךְ רֵיינִיגֶען לְכָבוֹד יוֹם טוֹב, אוּן מ'טוּט זִיךְ אָן שֵׂיינֶע יוֹם טוֹב'דִיגֶע זַאכְן.



דֶער יוֹם טוֹב רֹאשׂ הַשָׂנָה אִיז צְוֵויי טֶעג.
דֶער עֶרְשְׂטֶער טָאג רֹאשׂ הַשָׂנָה אִיז דֶער עֶרְשְׂטֶער טָאג פוּנֶעם נֵיֶיעם יָאר, וֶועגְן דֶעם הֵייסְט דָאס רֹאשׂ הַשָׂנָה, דָאס אִיז טֵייטְשׂ דִי אָנְהֵייבּ פוּן יָאר, אוּן אִין דֶעם טָאג וֶוערְן גֶעמִשְׂפָּט אַלֶע בַּאשֶׂעפֶענִישֶׂען פוּן דֶער וֶועלְט אַפִילוּ דִי מַלְאָכִים וֶוערְן אוֹיךְ גֶ'מִשְׂפָּט אִין דֶעם גְרוֹיסְן פָארְכטִיגְן טָאג, אוּן אִין דֶעם טָאג וֶוערְן אַלֶע מֶענְטשֶען אַ דוֹרְךְ גֶעפִירְט פַארְן אֵייבִּירְשְׂטֶען אַזוֹי וִוי וֶוען דֶער פַּאסְטוּךְ בַּאקוּקְט אוּן צֵיילְט אַ דוֹרְךְ גֶעפִירְט פַארְן אֵייבִּירְשְׂטֶען אַזוֹי וִוי וֶוען דֶער פַּאסְטוּךְ בַּאקוּקְט אוּן צֵיילְט אִיבֶּער אַלֶע שֶׂעפֶעלֶעךְ פִירְט עֶר אַ דוֹרְךְ אַ יֶעדָעם שֶׂעפֶעלֶע עֶקְסֶטֶער אִינְטֶער זֵיין שְׂטֶעקְן.



אַזוֹי וֶוערְט יֶעדֶעס בַּאשֶׂעפֶענִישׂ אַדוֹרְךְ גֶעפִירְט פַארְן אֵייבִּירְשְׂטְן אִין דֶעם הֵיילִיגֶער טָאג וֶוען דֶער אֵייבִּישְׂטֶער מִשְׂפָּט אַלֶע בַּאשֶׂעפֶענִישְׂן.




עֶס אִיז אַ גְרוֹיסֶע מִצְוָה צוּ טֵיילְן צְדָקָה עֶרֶב רֹאשׂ הַשָׂנָה

וֵוייל דוֹרְךְ דֶעם וֶוערְן גֶעֶפֶענְט דִי טוֹיֶערְן פוּן רַחֲמָנוּת אִין הִימְל, אַזוֹי וִוי מִיר הָאבְּן רַחֲמָנוּת

אוֹיף דִי אָרִימֶע לֵייט אַזוֹי וֶועט מֶען אוֹיף אוּנְז אוֹיךְ רַחֲמָנוּת הָאבְּן אִין הִימְל,

מֶען פִירְט זִיךְ צוּ קוֹיפְן יֶעדֶעס יָאר פַאר רֹאשׂ הַשָׂנָה אַ נֵיֶיע מֶעסֶער,


וֵוייל רֹאשׂ הַשָׂנָה שְׂנֵייד דֶער אֵייבִּישְׂטֶער אַ לֶעבְּן פַאר יֶעדְן בַּאשֶׂעפֶענִישׂ.



דִי יָמִים טוֹבִים פוּן רֹאשׂ הַשָׂנָה בִּיז שִׁמְחַת תּוֹרָה פִירְט מֶען זִיךְ צוּ עֶסְן רִינְדֶעכִיגֶע חַלוֹת, פַארְוָואס?


וֵוייל דִי רִינְדֶעכִיגֶע חַלוֹת זֶעהן אוֹיס אֲזוֹי וִוי אַ קְרוֹין דָאס אִיז אַ צֵייכְן אוֹיף דֶעם וָואס מִיר זֶענֶען מִתְפַּלֵל אוּן מִיר בֶּעטְן אִין דִי הֵיילִיגֶע טֶעג אַז
מָשִׂיחַ זָאל שׂוֹן קוּמֶען וָואס דֶעמָאלְטס וֶועט יֶעדֶער בַּאקְרוֹינֶען דֶעם אֵייבִּירְשְׂטן פַאר דֶעם קֶענִיג פוּן דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אַפִילוּ אַלֶע גוֹיִם וֶועלֶען דֶעמָאלְטס זֶעהן אַז דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער אִיז דֶער קֶענִיג אִיבֶּער אַלֶע קֶענִיגְ'ן.

נָאכְ'ן דַאוֶוענֶען רֹאשׂ הַשָׂנָה בֵּיינַאכְט וִוינְטשְׂט זִיךְ יֶעדֶער אָן אֵיינֶער פַארְן אַנְדֶערְן
לְשָׂנָה טוֹבָה תִּכָּתֵב וְתֵחָתֵם
לְאַלְתְּר לְחַיים


פַאר פְרוֹיֶען זָאגְט מֶען

לְשָׂנָה טוֹבָה תִּכָּתֵבֵי וְתֵחָתמִי
לְאַלְתְּר לְחַיִים


סדר ברכת המזון

רֹאשׂ הַשָׂנָה בֵּיים בֶּענטְשְׂן זָאגְט מֶען בֵּיי יַעַלֶה וְיָבֹא, יוֹם הַזִכָּרוֹן הַזֶה.
אוֹיבּ מֶען הָאט פַארְגֶעסְן צוּ זָאגְן יַעֲלֶה וְיָבֹא דַארְף מֶען נִישְׂט אִיבֶּער בֶּענטְשְׂן.
בֵּיים סוֹף בֶּענטְשְׂן זָאגְט מֶען,

הָרַחְמָן הוּא יְחַדֵשׂ עָלֵינוּ אֶת הַשָׁנָה הַזֹאת לְטוֹבָה וְלִבְרָכָה אוֹיךְ זָאגְט מֶען מִגְדֹל.

מֶען פִירט זִיךְ אַז נָאכְן אֵיינטִינקֶן דִי מוֹצִיא אִין זַאלְץ טִינְקט מֶען עֶס אוֹיךְ אֵיין


אִין הָאנִיג, מֶען וֵוייזְט מִיט דֶעם אַז אַזוֹי וִוי הָאנִיג אִיז זִיס אַזוי זָאלְן מִיר הָאבְּן אַ זִיס יָאר.

דֶערנָאך נֶעמְט מֶען אַ זִיסֶע עֶפְל אוּן מֶען טִינְקט דָאס אֵיין אִין הָאנִיג אִון מְ'מַאכְט אַ בְּרָכָה בּוֹרֵא פְּרִי הָעֵץ, אוּן מְ'עֶסט אַ שְׂטִיקְל, אוּן דֶערנָאךְ זָאגְט מֶען


עֶס זָאל בַּאנֵייט ווֶערְן אוֹיף אוּנְז אַ גוּט אוּן זִיס יאָר.


דֶערְנָאךְ עֶסְט מֶען פוּן אַ קָאפּ פוּן אַ שֶׂעפְּס אָדֶער פוּן אַּ פִישׂ, אוּן מֶען זָאגְט


אַז מֶען זָאל זֵיין צוּ אַ קָאפ אוּן נִישְׂט צוּ אַ עֶק, דָאס הֵייסְט נִישְׂט זֵיין אַרָאפְּגֶעזֶען אוּן
אַרָאפְּגֶעקוּקְט נִידְערִיגֶער פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטשְׂן, נָאר מֶען זָאל זֵיין גֶערֶעכֶנְט צִוִוישְׂן דִי
חָשׂוּבֶע אוּן גְרוֹיסֶע לֵייט אוּן עֶרְלִיכֶע אִידְן.

אַסַאךְ מֶענְטשְׂן עֶסֶען אוֹיךְ מִילְגְרוֹימֶען אוּן מֶען זָאגְט

יְהִי רָצֹון שֶׂיִרְבּוּ זָכִיוֹתֵינוּ כְּרִמוֹן

אַז עֶס זָאל זִיךְ פַארְמֶערְן אוּנְזֶערֶע זָכִיוֹת אַזוֹי וִוי דִי קֶערְלֶעךְ פוּן אַ מִילְגְרוֹים.

אִינְמִיטְן דִי סְעוּדָה פִירְט מֶען זִיךְ צוּ עֶסְן מֵיֶיערְן גֶעפְּרֶעגֶלְט אִין הָאנִיג אוּן מְ'זָאגְט

יְהִי רָצֹון שֶׂיִרְבּוּ זָכִיוֹתֵינוּ


פוּן רֹאשׂ הַשָׂנָה בִּיז שִׁמְחַת תּוֹרָה פִירְט מֶען זִיךְ אַז מֶען עֶסְט נִישְׂט קֵיין נִיסְלֶעך.
אוֹיךְ נִישְׂט קֵיין זוֹיֶערֶע עֶסְן.

אֵיינְס פוּן דִי וִויכְטִיגְסְטֶע מִצְוֹת פוּן דֶעם טָאג רֹאשׂ הַשָׂנָה אִיז דִי מִצְוָה פוּן שׂוֹפָר. וֵוייל דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער הָאט גֶעהֵייסְן בְּלָאזְן שׂוֹפָר אִין רֹאשׂ הַשָׂנָה.

דֶער וָואס בְּלָאזְט שׂוֹפָר זָאגְט צְוֵויי בְּרָכוֹת.
(1) אַשֶׂר קִדְשָׂנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָנוּ לִשְׂמוֹע קוֹל שׂוֹפָר.
(2) שֶׂהֶחְיָנוּ וְקִימָנוּ וְהִגִיעָנוּ לַזְמַן הַזֶה.

מֶען דַארְף שְׂטֵיין בֵּיי שׂוֹפָר בְּלָאזְן.
מְ'זָאגְט נִישְׂט בָּרוּךְ הא וּבָרוּךְ שְׂמוֹ וֶוען מֶען הֶערְט דִי בְּרָכָה פוּן שׂוֹפָר בְּלָאזְן.
מֶען דַארְף זָאגְן הוֹיעֶךְ אָמֵן.

מֶען טָאר נִישְׂט אוֹיסְרֶעדְן פוּן וֶוען מְ'הֶערְט דִי בְּרָכָה פוּן שׂוֹפָר בִּיז נָאךְ מוּסַף.


אוֹיךְ טוּט דֶער קוֹל פוּן שׂוֹפָר שְׂטַארְקְן אוּן דֶערְפְרֵיֶיען דִי יוּדִישֶׂע צוּבְּרָאכֶענֶע הֶערְצֶער אִין גָלוּת וָואס וַוארְטְן אַזוֹי שְׂוֶוער צוּ הֶערְן דֶעם שׂוֹפָר שֶׂל מָשִׂיחַ.

בְּלָאזְט מֶען יֶעצְט מִיטְ'ן שׂוֹפָר אָנְצוּזָאגְן אִידִישֶׂע קִינְדֶער אַז עֶס וֶועט נָאךְ אַמָאל קוּמֶען דִי צֵייט צוּ הֶערְן דֶעם שׂוֹפָר שֶׂל מָשִׂיחַ.


דִי קִינְדֶער דַארְפְן בֶּעטְן פַאר זֵיֶיערֶע עֶלְטֶערְן,
פַאר זֵיֶיער טַאטֶע אוּן מַאמֶע וָואס גֶעבְּן זִיךְ אָפּ מִיט זֵיי מְגַדֵל צוּ זֵיין אוּן אוֹיפְצִיעֶן צוּ תּוֹרָה, מִצְוֹת אוּן מַעֲשִׁים טוֹבִים, אַז דֶער אֵייבִּישְׂטֶער זָאל זֵיי גֶעבְּן כֹּחַ אוּן גֶעזוּנט מִיט פַּרְנָסָה, אוֹיךְ זָאלְן זֵיי בֶּעטְן פַאר דִי עֶרְלִיכֶע יוּדֶען פוּנֶעם כְּלַל יִשְׁרָאֵל אַז זֵיי זָאלְן זֵיין גֶעזוּנְט אוּן קֶענֶען אָנְגֵיין מִיט זֵייֶער הֵיילִיגֶע אַרְבֶּעט אוּן זֵיי זָאלְן חָלִילָה נִישְׂט וֶוערְן אַוֶועקְגֶענוּמֶען פוּן אוּנְז.

מֶען זָאגְט דֶעם פָּסוּק וְתַשְׂלִיךְ בִּמְצוּלוֹת יָם כָּל חַטאֹתָם, מֶען בֶּעט אַז דֶער אֵייבִּישְׂטֶער זָאל אַוֶועק וַוארְפְן אַלֶע אוּנְזֶערֶע עֲבֵירוֹת איּן דִי טִיפֶענִישְׂן פוּן דֶעם יַם.

אַ טַעֲם פַאר וָואס מֶען גֵייט צוּ אַ יַם וָואס סְ'אִיז דָא פִישׂ

אֲזוֹי וִוי דִי אוֹיגְן פוּן דִי פִישׂ זֶענֶען אַלֶעמָאל אָפֶען אוּן זֵיי שְׂלָאפְן נִישְׂט, אֲזוֹי אוֹיךְ הִיט דֶער אֶייבִּשְׂטֶער אַלֶעמָאל אָפּ דִי יוּדֶען מִיט אָפֶענֶע אוֹיגְן פוּן אָנְהֵייבּ יָאר בִּיז צוּם סוֹף יָאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:54 לינק ישיר 

שאלות למסכת ראש השנה


נאמען_____________
פרק א'

משנה א'
א) וויפיל ראש השנה'ס איז דא? ____________
ב) ווען איז ראש השנה פאר די אידישע קעניגן?____________
ג) ווען איז ראש השנה פאר די גוי'אישע קעניגן?___________
ד) ווען איז ראש השנה למעשר בהמה לויטן תנא קמא?_______
לויט ר' אליעזר ור' שמעון?_______________
ה) ווען איז ראש השנה פאר די ביימער לויט בית שמאי ?______
לויט בית הלל?______
משנה ב'
ו) ווען משפט מען די וואסער ?_____________
משנה ג'
ז) וופיל מאל א יאר שיקט מען שלוחים צו זאגן וועגן ר"ח?____
ח) ווען די בית המקדש איז געשטאנען, אין וועלכע חודש האט מען אויך ארויס געשיקט?________פארוואס?__________
משנה ד'
ט) וועלכע חדשים מעגן די עדות וואס זעהן די לבנה מחלל שבת זיין?______________
י) ווען די בית המקדש איז געשטאנען ווען מעג מען מחלל שבת זיין?_____________
משנה ה'
יא) טאמער מען זעהט די לבנה קלאר איבעראל מעג מען מחלל שבת לויטן תנא קמא?________ לויט ר' יוסי?_________
משנה ז'
יב) א טאטע מיט א זון קענען זיין צוזאמען עדות אז זיי האבן געזעהן די לבנה לויט די תנא קמא?______לויט ר' שמעון____
משנה ט'
יג) עדות וואס האבן געזעהן די נייע לבנה וועלעכע זאכן מעגן זיי טוהן אפילו אום שבת___________________________

פרק ב'

משנה א'
יד) פארוואס האט מען נישט אנגענומען עדות פון יעדן?______
_____________________
משנה ב'
טו) פארוואס וויל מען נישט ניצען די פאקלען?____________
____________
טז) וואס האט מען געטוהן נאכדעם וואס מען ניצט מער נישט די פאקלען?______________________
משנה ה'
יז) וואס האט מען געטוהן אז די עדות זאלן וועלן קומען?_____
__________________
יח) ווער מעג גיין 2000 איילן אויף יעדע זייט אפילו ער קומט פון אויסער א תחום שבת?___________________________

משנה ו'
יט) וויאזוי דארף אויסזעהן די נייע לבנה די שפיצן צו די זון אדער די שפיצן אוועק פון די זון?_______________________
כ) טאמער די ערשטע פאָר עדות שטימען, פרעגט מען אויס שאלות פון די איבריגע עדות?___________________________
משנה ז'
כא) ווען די עדות קומען די 31'סטע טאג דארף די בית דין זאגן מקודש מקודש לויט די תנא קמא?_________________
לויט ר'אלעזר ברבי צדוק?_________________
משנה ח'
כב) ווען די עדות האבן געזאגט אז די 30'סטע נאכט האבן זיי געזעהן די לבנה אבער די 31'סטע נאכט האבן זיי נישט געזעהן ווער האט זיי געגלייבט? ________און ווער נישט?_______
משנה ט'
כג) פארוואס האט רבן גמליאל גוזר געווען אויף ר' יהושע אז ער זאל קומען מיט זיין שטעקן און זיי געלט_______________

פרק ג'

משנה א'
כד) מעג א דיין א תלמיד חכם מאכן קידוש החודש אליינס?____
משנה ב'
כה) מעג מען בלאזן ראש השנה מיט א הארן פון א קו לויט די תנא קמא?__________לויט ר' יוסי?___________
כו) מיט וועלכע שופר האט מען געבלאזן ראש השנה אין בית המקדש?_________________
משנה ד'
כז) מיט וועלכע הארן האט מען געבלאזן ביי א תענית?_______
______________
משנה ה'
כח) מיט וויפיל זאכן איז יובל גלייך צו ראש השנה?_________
משנה ו'
כט) א שופר וואס האט א לאך און מען פארשטאפט עס איז כשר?
_________________________________________
משנה ז'
ל) ווען איינער בלאזט מיט א שופר אריין אין א גרוב האט ער יוצא געווען?___________________________________
לא) ווען איינער גייט אינטער א שול און ער הערט בלאזן שופר האט ער יוצא געווען?_________________________
משנה ח'
לב) פארוואס ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט הויעך האבן די אידן געזיגט?_________________________
____________________________
לג) פארוואס ווען מען האט געקוקט אויפ'ן שלאנג איז מען אויסגעהיילט געווארן?__________________________
_________________________________________


פרק ד'

משנה א'
לד) ווען די בית המקדש איז חרוב געווארן ווי האט ר'יוחנן בן זכאי מתקן געווען אז מען מעג בלאזן אפילו שבת?
לויט די תנא קמא?_____________________________
לויט ר'אלעזר?_______________________________
לויט אמרו לו?________________________________
משנה ב'
לה) א שטאט וואס איז געווען נאנט צו יבנה נאנט מען געמעגט בלאזן שופר אום שבת ?______________
משנה ג'
לו) וויפיל טעג האט מען געשאקלט לולב אין גאנץ ארץ ישראל אין די צייטן פונעם בית המקדש?_________________
משנה ד'
לז) פארוואס האט מען נישט אנגענומען די עדות נאך מנחה?____________________________________
משנה ה'
לח) וואס זאגט מען קודם מלכיות אדער אתה בחרתנו?
לויט ר' יוחנן בו נורי?_________ לויט ר' עקיבא_________
משנה ו'
לט) וועלכע פסוקים טאר מעו נישט דערמאנען ביי מלכיות , זכרונות , שופרות? _________________________

משנה ח'
מ) פארוואס טאר מען נישט ארויפגיין אויף א בוים אדער רייטן אויף א בהמה אום יום טוב ?_______________________
משנה ט'
מא) איינער וואס קען אליין דאווענען מעג ער זיך מוציא זיין מיטן שליח ציבור? לויט'ן תנא קמא______ לויט רבן גמליאל_____

הצלחה רבה !!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:54 לינק ישיר 

מאירקע
ווען די רבנים זאלען זעהן וואס דא טוט זיך וואלטען זיי אלע מתיר געווען דעם אינטערנעט מען קען דא ווערין א תלמוד חכם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 16:58 לינק ישיר 

פארוואס בלאזט מען נישט ערב ראש השנה שופר? כדי צו פארמישן דעם שטן וואס רעדט שלעכט'ס אויף די אידן אז ער זאל נישט וויסן ווען איז ראש השנה אגאנץ חודש אלול ווען ער הערט בלאזן מיינט ער אז ס'איז ראש השנה אבער ערב ראש השנה הערט ער נישט בלאזן מיינט ער אז ראש השנה איז שוין געווען, איז ווען ס'איז טאקע ראש השנה קענען די אידן דאווענען רוהיג און דער שטן וועט נישט פארשטערן די אידישע תפילות,

מ'פירט זיך אז מ'עסט עפל איינגעטונקען אין האניג ווייל עפל איז רומז אויף מעשים און האניג איז רומז אויף חכמה ווייל דבש איז נוטריקן ד'עה ב'ינה ש'כל, דערפאר טונקען מיר איין דעם עפל וואס דאס איז רומז אויף מצוות און מעשים טובים אין האניג וואס דאס איז רומז אויף חכמה ד.מ. צו זאגן אז דער עיקר דארף זיין די מעשים טובים אזוי ווי די משנה זאגט אין אבות אז ס'דארף זיין מעשיו מרובין מחכמתו.

פארוואס דארף זיין די האניג פון בינען? ווייל א בין געט קודם א ביס און דערנאך געט ער די האניג אזוי בעטן מיר ארויס צו גיין פון מדת הדין וואס דאס איז דער ביס צום מדת הרחמים וואס ס'איז אזוי ווי די האניג.

מ'פירט זיך צו נעמען רויע האניג ווייל רוי אין לשון הקודש איז חי וואס ד.מ. לעבעדיג און מיר בעטן אז מיר זאלן פארשריבן ווערן צום לעבן.

מ'פירט זיך צו עסן פיש ווייל פיש פארמערן זיך אין וואסער און וויבאלד זיי זענען באהאלטן אין וואסער שאדט זיי נישט קיין עין הרע, וואונט'שן מיר זיך אז מיר זאלן זיך מערן און ס'זאל אונז נישט שאדן קיין עין הרע אזוי ווי די פיש.

מ'פירט זיך צו עסן דעם קאפ פון די פיש און מ'זאגט שנהיה לראש ולא לזנב ווייל לראש איז נוטריקן ל'עשות ר'צון א'בינו ש'בשמים, ד.מ. אז מיר זאלן זוכה זיין צו טוהן דעם רצון פון טאטן אין הימל.

מ'פירט זיך צו עסן זיסע מייערן ווייל מייערן איז א לשון פון מעהרן און מיר בעטן אז אונזערע זכותים זאלן זיך מערן.

מ'פירט זיך נישט צו עסן ניס ווייל אגוז איז טייט'ש ניס און אגוז באטרעפט 17 צוזאמען מיט'ן כולל ד.מ. מיט נאך איין'ס קומט אויס 18 און חטא באטרעפט אויך 18 איז אין די טעג דערמאנען מיר נישט קיין זונד.

מ'זאגט נאך פון א צדיק אז אגוז באטרעפט חטא פארדעם האלט מען זיך צוריק נישט צו עסן ניס, אבער מ'דארף נישט פארגעסן אז חטא אליין באטראעפט אויך חטא און מ'דארף זיך צוריק האלטן פון צו זינדיגן.

מ'פירט זיך נישט צו שלאפן ראש השנה ווייל ס'ווערט געברענגט אז ווער ס'שלאפט אין אנהייב יאהר ראש השנה ווערט זיין מזל אויך פארשלאפן חס ושלום.

נאך א טעם ווייל שלאפן ווייזט אויף פוילקייט און אין אזא הייליגן טאג וואס מ'משפט אלעמען טאר מען נישט זיין פויל נאר מ'זאל טוהן ווי מער מצוות לערנען און דאווענען און זאגן אסאך תהילים.

דער מנהג איז אז דער חזן זינגט אדון עולם ווייל ראש השנה איז דער מענט'ש באשאפן געווארן און מיט דעם האט זיך געענדיגט בריאת העולם וואס מיט דעם איז באוואוסט געווארן אז דער הייליגער באשעפער איז דער אדון עולם דער הער פון אלע וועלטן.

אנפאנג תפילת שחרית זאגט מען הויעך המלך ווייל ראש השנה ווערט באוואוסט און דערקענט די מלכות שמים און יעדער איז מקבל אויף זיך דעם עול מלכות שמים צופאלגן אלעס וואס ס'שטייט אין די הייליגע תורה,

אין ספר החיים ווערט געברענגט א משל אויף דעם אז איינער איז געפאנגען געווארן דורך רויבער'ס און ווען זיי האבן אים דורך געפירט צווישן פיל מענט'שן אין שטאט פון קעניג'ס פאלאץ האט ער מיט א הויעך קול אויסגעשריגן קעניג האבן זיך די רויבער'ס דערשראקן און זיי האבן אים אפגעלאזט און ער האט זיך אויסגעמישט צווישן די אנדערע מענט'שן און די רויבער'ס האבן אים שוין מער נישט געקענט טרעפן, דער נמשל איז אגאנץ יאהר זענען מיר געפאנגען ביים יצר הרע אבער יעצט אז מ'קומט זיך צוזאמען מיט אנדערע מענט'שן אין שול רופן מיר אויס מיט א הויעך קול המלך כדי ס'זאל אנווארפן א גרויסן פחד אויף'ן יצר הרע און ער זאל אונז אפלאזן און מיר וועלן זיך אויסמישן מיט די אנדערע מענט'שן וועלן מיר שוין קענען געהעריג מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער.

מ'זאגט נישט קיין הלל ראש השנה? ווייל די מלאכים פרעגן פון הייליגן באשעפער פאר וואס לויבן נישט דיינע קינדער מיט הלל אזוי ווי אנדערע ימים טובים? ענטפערט ער זיי ווי אזוי קענעו זיי לויבן מיט א געזאנג אין אזא הייליגע מורא'דיגע וואס ס'זענען אפן די ספרים צו פארשרייבן אויף אגאנץ יאהר ווער ס'זאל לעבן אדער חס ושלום ווער ס'זאל שטארבן.

נאך א טעם ווייל הלל דארף מען זאגן מיט גרויס פרייד און ס'איז נישט שיין אז מ'זאל זיך פרייען פאר ווען מ'איז ארויס פון דין.

מ'בלאזט שופר מיט א שופר פון א ווידעא כדי צו דערמאנען דעם זכות פון עקידת יצחק ווען זיין טאטע אברהם אבינו האט גענומען זיין איינציג באליבט קינד און געוואלט מקריב זיין פאר'ן הייליגן באשעפער און יצחק אבינו איז שוין געווען דעמאלט זיבן דרייסיג יאהר און ער האט זיך געלאזט בונדן צו געשאכטן ווערן פאר'ן הייליגן באשעפער אלעס פון גרויס ליבשאפט צום באשעפער ווייל ער האט אזוי געהייסן אין די לעצטע מינוט ווען ער האט גענומען דעם מעסער אין האנט צו שעכטן יצחק איז געקומען א באפעל פון הימל נישט צו שעכטן יצחק נאר נעמען א ווידער וואס איז דארט געווען צוגעגרייט נאך פון ששת ימי בראשית אז מ'זאהל דאס מקריב זיין אנשטאט יצחק'ן און אברהם האט גענומען דעם ווידער און געשאכטן און פארברענט פאר א קרבן עולה אנשטאט יצחק'ן און די עבודה איז געווען זייער חשוב אין הימל וואס מיט דעם האבן די אבות הקדושים ארויס געוויזן זייער מסירות נפש צום הייליגן באשעפער און צו זיינע מצוות און דערפאר האט דער הייליגער באשעפער ארויפגענומען די אש פון די ווידער און ער האט דאס געלייגט לעבן כסא הכבוד, צו געדענקען דעם זכות פון זייער מסירות נפש פאר זיינע קינדער וועגן דעם זענען מיר אין דעם הייליגן טאג מקיים די מצוה פון תקיעת שופר מיט דעם הארן פון א ווידער כדי צו דערמאנען דעם גרויסן זכות פון עקידת יצחק און דורך דעם האפן מיר אז דער הייליגער באשעפער וועט רחמנות האבן אויף אונז און אונז משפט צום גוטן.

דער שופר איז איינגעבויגן אז מ'זאל זיך איינבייגן און זיין אונטערטעניג דאס הארץ צום הייליגן באשעפער וואס דאס איז דער שליסל צו תשובה און תפילה ווי מ'ברויך ווייל א צובראכן הארץ איז זייער חשוב ביים הייליגן באשעפער און אזא תפילה ווערט נישט פארפאלן.

שופר איז נוטריקן ש'טן ו'אין פ'גע ר'ע ד.מ. אז דורך די מצוה פון תקיעת שופר איז מען זוכה אז ס'זאל נישט זיין קיין שום שטן און קיין שום פגע רע וואס זאלן רעדן שלעכט'ס אויף אידישע קינדער.

מ'בלאזט שופר ווייל ווען משיח וועט קומען וועט מען בלאזן שופר און מ'וועט שעכטן דעם יצר הרע וואס ער איז דער שטן און אויך דער מלאך המות און ווען ער הערט אז מ'בלאזט איין מאהל און נאכאמאהל {פאר מוסף און ביי די שטילע שמונה עשרה און ביי די הויכע שמונה עשרה} מיינט ער אז משיח איז שוין דא און זיין סוף גייט שוין זיין באהאלט ער זיך און ער קומט נישט רעדן שלעכט'ס אויף די אידישע קינדער.

נאך א טעם, ווייל ראש השנה איז דער מענט'ש באשאפן געווארן און דער הייליגער באשעפער האט אין אים אריין געבלאזן זיין נשמה, און דורך דעם ווערט דער מענט'ש דערוועקט אריין צו טראכטן אז ער איז געקומען אויף דער וועלט צו טוהן מצוות און מעשים טובים ברענגט דאס צו דעם מענט'ש תשובה צו טוהן.

מ'בלאזט שופר פאר מוסף און אינמיטן די שמונה עשרה ווייל מיט דעם ווייזן מיר ווי שטארק מיר האבן ליב צו טוהן די מצוות פון הייליגן באשעפער און דורך דעם ווערט דער שטן פארמישט און ער ברענגט נישט אונזערע עבירות און אזוי קענען מיר זיך אויסבעטן אגוט געבענט'שט יאהר.

מ'בלאזט קודם א תקיעה דאס איז א גלייכער קול, צו ווייזן אז קודם וואס א מענט'ש זונדיגט איז ער גלייך, דערנאך בלאזט מען מיט א צובראכן קול שברים תרועה צו ווייזן אז ווען מ'זונדיגט ווערט מען צובראכן, אבער ווען מ'טוהט צוריק תשובה ווערט מען צוריק גלייך אזוי ווי אין אנהייב וועגן דעם בלאזט מען צום סוף א תקיעה.

מ'בלאזט נישט שופר גלייך אינדערפרי נאר פאר מוסף ווייל אמאהל האבן די אידישע קינדער געבלאזן שופר אינדערפרי האבן די גויים געמיינט אז דאס איז א סיגנאל ד.מ. א סימן אז זיי ווילן גיין אין א מלחמה מיט זיי האבן זיי אויסגעהארגעט אסאך מענט'שן פון זיי האט מען מתקן געווען אז מ'זאל דאווענען קודם שחרית און נאכדעם בלאזן שופר וועלן זיי שוין פארשטיין אז דאס געהערט צום סדר פון דעם דאווענע.

ס'ווערט געברענגט אין די הייליגע ספרים אז אין די צייט ווען מ'בלאזט שופר קען מען זיך אויסבעטן אגוט געבענט'שט יאהר און אז דער הייליגער באשעפער זאל אונז מוחל זיין אויף אונזערע עבירות ווייל אין די צייט ווען מ'בלאזט שופר איז דער שטן וואס רעדט שטענדיג שלעכט'ס אויף די אידישע קינדער און ער לאזט נישט צו אז מ'זאל פון הימל געבן גוט'ס פאר אידישע קינדער איז ער דעמאלט באהאלטן, דעריבער זאל מען נישט איביער לאזן די געלעגענהייט און אויספוילן די ריכטיגע ישועה אז מ'זאהל שוין זוכה זיין צו די גאלה שלימה בקרוב צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט.

ס'איז א משל צצו א קעניג וואס ער האט געהאט א בן יחיד וואס ער האט אים איבערגעגעבן איין מדינה פון זיין קעניגרייך מיט איין תנאי אז די שטייערן (טעקס) זאל ער אים אפשיקן, מיט די צייט ווען דער זוהן איז היימיש געווארן מיט יענע איינוואוינער'ס האט ער באשלאסן צוזאמען מיט זיי צו ווידער שפעניגן אין זיין טאטן און האלטן די שטייערן פאר זיך, ווען דער קעניג האט עזעהן אז ס'גייט אריבער א שטיקל צייט און זיין זוהן מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די שטייערן האט ער געשיקט שלוחים צו אים אז ער זאל אריבער קומען און זיך פארגלייכן מיט די שטייערן, און נאך דריי מאהל שיקן שלוחים און זיין זוהן האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון אים האט זיין טאטע באשלאסן ארויס צו גיין קעגן זיין זוהן מיט א גרויסן מיליטער אינמיטן די מלחמה האט דער זוהן באשלאסן זיך אונטער צו געבן ווייל ער האט געוואוסט אז זיין קליין מיליטער וואס ס'איז נישט געלערנט אויף מלחמות וועט נישט קענען באזיגן זיין טאטן'ס געלערנטע מיליטער אבער ווי אזוי קען מען זיך דערנענטערן צום טאטן אינמיטן אזא שווערע מלחמה וואס מ'שיסט אזעלכע שווערע פאלן האט ער באשלאסן מיט זיינע יועצים צו בלאזן מיט שופרות וואס דאס איז א סימן אז מ'געט זיך אונטער און ווען דער קעניג וועט הערן וועט ער רחמנות באקומען אויף זיין זוהן און ער וועט אפשטעלן די מלחמה וועט דער זוהן קענען קומען זיך אויסגלייכן מיט זיין טאט'ן, דער נמשל איז דער באשעפער איז דער קעניג און די אידן זענען דער בן יחיד און דער הייליגער באשעפער האט אונז איבער געגעבן איין מדינה דאס איז דער וועלט און מיר דארפן געבן פאר'ן הייליגן באשעפער די שטייערן דאס איז די תורה און די מצוות און דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן דריי זמנים זיך אויסצוגלייכן ד.מ. צו תשובה טוהן, יעדן נאכט מאכן א חשבון הנפש וואס מ'האט אפגעטוהן אין דעם טאג, די צווייטע איז יעדן ערב שבת וואס מ'האט אפגעטוהן אגאנצע וואך, די דריטע איז יעדן ערב ראש חודש וואס מ'האט אפגעטוהן אגאנצן חודש, אבער אויב מ'האט נישט תשובה געטוהן אין די זמנים איז שוין זייער שווער צו צוקומען צום הייליגן באשעפער תשובה צו טוהן ווייל דער שטן מיט די מקטריגים שטייען ארום און לאזן נישט נאהנט קומען ווער ס'וויל תשובה טוהן, אבער דורך'ן בלאזן שופר ווייזט מען אז מיר ווילן זיין אונטערטעניג, פארטרייבט דער הייליגער באשעפער אלע מקטריגים אזוי ווי דער קעניג וואס האט רחמנות באקומען אויף זיין זוהן אז די תשובה פון אידישע קינדער זאלן קענען אנגענומען ווערן פאר אים.

אין מאגענצע האט געוואוינט א גרויסער צדיק וואס אויסער זיין צדקות האט ער געהאט אסאך חשוב'ע מעלות ער איז אויך געווען א עושר און א מיוחס אויך האט ער זייער שיין אויסגעזעהן און דורך דעם האט דער קעניג מיט זיינע הערן זיך געמאכט באקאנט מיט אים, און זיי האבן אים אנגעהויבן צו בעטן אז ער זאל זיך חס ושלום שמד'ן אבער ס'פארשטייט זיך אז ער האט זיי נישט צוגעהערט ווען דער קעניג האט געזעהן אז ר' אמנון האלט נישט דערביי האט ער זיך פארלייגט אויף אים מיט א פעסטקייט אז ער מוז זיך חס ושלום שמד'ן אזוי אז ר' אמנון האט זיך נישט געקענט א עצה געבן מיט אים, כדי דער קעניג זאל אים אפלאזן האט ר' אמנון געזאגט צום קעניג אז ער דארף האבן דריי טעג צייט איבער צו טראכטן די זאך, אבער ווי נאר ער האט פארלאזט דעם צימער פון קעניג האט ער גלייך חרטה געהאט אויף די ווערטער ווייל דער קעניג קען מיינען אז איך טראכט בכלל טאקע זיך צו שמד'ן און טוישן מיין גלויבן און לייקענען חס ושלום און הייליגן באשעפער, און ער איז שטארק צובראכן געוואןר ביי זיך, דעם דריטן טאג האט דער קעניג געשיקט נאך אים הערן וואס ער האט מחליט געווען, אבער ר' אמנון האט זיך אפגעזאגט פון צו קומען צום קעניג, ביז מ'האט אים געברענגט מיט געוואלד אבער יעצט האט זיין געוועזענער גוטער פריינד דער קעניג גערעדט צו אים שטרענג פארוואס ביזטו נישט געקומען גלייך ווען איך האב דיר געלאזט רופן, האט ר' אמנון גענטפערט ווילנדיג אליין זיך באשטראפן (פארדעם וואס דורך זיינע רייד האט מען געקענט מיינען אז ער לייקנט חס ושלום און הייליגן באשעפער), אז ער וויל אליין ארויס געבן זיין משפט אז די צונג וועלכע האט געזאגט ליגנט זאל אאפגעששניטן ווערן, האט דער קעניג אויסגערופן דאס נישט איך וועל באשטראפן די פיס וואס זענען נישט געקומען אויף מיין באפעל און איך די איבעריגע טיילן פון דעם קערפער וועל איך פייניגן און דער קעניג דער אכזר האט טאקע באפוילן אז מ'זאהל אים אפהאקן שטיקער פון די הענט און פון די פוס און נאך יעדן שטיק וואס מ'האט אפגעהאקט האט מען אים געפרעגט צו ער איז גרייט צו טוישן זיין גלויבן ווייל טאמער ער איז מסכים לאזט מען אים פריי אבער דער הייליגער צדיק ר' אמנון האט זיך ווייטער געלאזט פייניגן ווי איידער זיך אונטער צו געבן ווען דער מערדערישער שפיל איז פארטיג געווארן האט דער קעניג באפוילן אז מ'זאל אים אראפ לייגן און צולייגן לעבן אים די אפגעהאקטע שטיקער און אזוי אים א היים טראגן, טאקע דער מענט'ש האט מיט רעכט פארדינט דעם נאמען אמנון וואס ס'איז פון לשון אמונה וואס ער האט זיך געלאזט אזוי שטארק פייניגן צו ווייזן די גרויסע אמונה וואס מ'דארף האבן אין הייליגן באשעפער אין די נאהנט'סטע ראש השנה פון ווען ס'האט פאסירט די מעשה האט ר' אמנון פארלאנגט אז מ'זאל אים פירן אין שול אריין און אים לייגן לעבן חזן פאר קדושה האט ער געבעטן דעם חזן אז ער זאל אים לאזן עפעס זאגן ווייל ער וויל מקדש זיין דעם הייליגן באשעפער'ס נאמען און ער האט אנ געבהויבן מיט א הויך'ן קול ובכן ולך תעלה קדשה ונתנה תקף קדשת היום די תפלה וואס ער האט דעמאלט צאם געשטעלט ווי נאר ער האט גענדיגט האט ער אויסגעהויעכט זיין הייליגע און ריינע נשמה מיט דריי טעג שפעטער איז ער געקומען אין חלום צו זיין תלמיד ר' קלונימוס בן ר' משולם זי"ע און ער האט מיט אים געלערנט דעם פייט פון ונתנה תקף מיט אלע סודות פון דעם און ער האט אים געבעטן ער זאל דאס מפרסם זיין איבעראל אז מ'זאהל דאס זאגן פון דעמאלט אן איז געבליבן איינגעפירט צו זאגן די תפילה מיט גרויס התעוררות ביידע טעג ראש השנה און אויך יום כפור.

נאך ונתנה תקף שרייט מען הויעך ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה, דער צדיק ר' הלל קאלאמייער זי"ע האט געזאגט האט געזאגט אין א מוסר דרשה אז ראש השנה און יום כפור דאוונט מען מען די הייליגע תפלות אבער ליידער מ'איז נישט מקיים וואס מ'זאגט, האט ער געזאגט א משל דערויף אז א דאקטער האט געשריבן א רעצעפט (ד.מ. אַ פְּרֶעסְקְרִיפְּשְׁן) (ד.מ. אַ פְּרֶעסְקְרִיפְּשְׁן) און ער האט אים אנגעזאגט אז ער זאל דאס לייגן אויפן וואונד אגאנצע וואך דריי מאהל א טאג, נאך אפאר טעג איז ער צוריק געקומען צום דאקטער מיט א טענה אז ס'איז אים נישט בעסער געווארן נאר פארקערט ס'איז אים נאך אסאך ערגער געווארן, האט אים דער דאקטער געפרעגט האסטו נאך געפאלגט אלעס פונקט אזוי ווי איך האב דיר געהייסן האט ער גענטפערט זיכער האב איך געפאלגט און אזוי רעדנדיג נעמט ער ארויס דעם שמוציגן רעצעפט און ווייזט דאס פארן דאקטער און ער זאגט צום דאקטער זעהסט דאס האב איך ארויף געלייגט דריי מאהל א טאג האט זיך דער דאקטער צושריגן אויף אים נאר וואס דו ביזט האסט געדארפט אליין פארשטיין אז איך האב נישט געמיינט אז דו זאלסט לייגן דעם רעצעפט אויף דעם וואונד ווייל א רעצעפט אליין קען נישט היילן, מיט דעם פְּרֶעסְקְרִיפְּשְׁן דארפסטו גיין צום אפטייק ד.מ. צום פארמעסי און ארויס נעמען א זאלב א שמירעכץ און באשמירן דעם וואונד, די זעלבע איז מיט די אידישע תפלות פון די הייליגע טעג, די הייליגע תפלות זענען נאר רעצעפטן און מ'דארף אויספירן וואס ס'שטייט אין די רעצעפטן אזוןי ווי מ'זאגט ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה מיט התלהבות אבער ס'איז נישט גענוג אז מ'זאגט נאר מ'דארף דאס טוהן ווייל אויב נישט זעהט מען אויס ווי יענער וואס האט געלייגט דעם רעצעפט אויף'ן וואונד.

מ'זאגט תשליך ביי א ים, ווייל מיט דעם דערמאנען מיר דעם זכות פון די עקידה ווייל ווען אברהם אבינו איז געגאנגען צו די עקידה מיט יצחק האט זיך דער שטן פארשטעלט פאר א וואסער אז זיי זאלן נישט קענען אדורך גיין און אברהם אבינו איז אריין אין וואסער ביז צום האלד'ז און ער איז שיעור דעטרונקען געווארן דעמאלט איז זיין זכות גרעסער געווארן וועגן זיין מסירות נפש פאר'ן רצון הבורא און דורך דעם זכות זאל מען אונז מוחל זיין.

נאך א טעם ווייל ביי א ים איז דא פיש און א מענט'ש דארף וויסן אז ער איז גלייך צו א פיש וואס זייער סוף איז צו געכאפט ווערן דורך א נעץ, אזוי איז אויך דער סוף פון א מענט'ש געכאפט צו ווערן דורך דעם מלאך המוות און דורך דעם וואס מ'דערמאנט זיך דעם סוף פון א מענט'ש ווערט מען צובראכן ביי זיך און מ'טוהט תשובה,

נאך א טעם ווייל ביי א ים איז דא פיש און אויגן פון פיש זענען שטענדיג אפן און זיי שלאפן נישט אזוי אויך היט דער הייליגער באשעפער שטענדיג אפ די אידן מיט אפענע אויגן אגאנץ יאהר,

מ'שאקלט אפ די עק פון דעם בגד וואס מ'האט אויף זיך ביי די ווערטער ותשליך במצלות ים כל חטאתם ווייל מיט דעם דערמאנען מיר זיך אז מ'דארף אוועק ווארפן אלע עבירות און פון היינט אן און ווייטער זאלן אונזערע קליידער זיין ריין פון עבירות.

מ'רופט דאס אן תשליך ווייל מ'זאגט ותשליך במצלות ים כל חטאתם תשליך איז טייט'ש אוועק ווארפן און מיר בעטן ביים הייליגן באשעפער אז ער זאל אוועק ווארפן אונזערע עבירות אין די טיפענישן פון ים.











בס"ד




דער מאירי אין חבור התשובה ברענגט אז א יונגער וואלף איז אמאל געקומען צו א אלטן וואלף בעטן ער זאל אים ארויס געבן א תשובה ווייל ער שפירט זיך זייער זינדיג וואס טאג און נאכט שטייט ער אין וואלד און הרגעט אנדערע חיות ער רויבט און גאזעל'ט און ער האט זייער מורא פארן יום הדין, האט דער אלטער וואלף אים גענומען מוסר'ן און לערנען ווי אזוי צו תשובה טוהן און אזוי ווי זיי שטייען און רעדן וועגן תשובה דערזעהט דער יונגער וואלף פון דערווייטנ'ס ווי א שעפעלע שפאצירט זיך זאגט ער צום אלטן וואלף טייערער רבי איך בעט דיר ענדיג אביסל שנעלער דיין מוסר ווייל איך זעה פון דערווייטנ'ס א כשר'ע מציאה און איך בין זייער הונגעריג, אזא פנים האט דער וואס טוהט תשובה מיט'ן מויל און טיף אין הארץ טראכט ער ווייטער צו זינדיגן,

דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט אמאל אינמיטן זאגן סליחות אין די ימי התשובה אפגעשטעלט אלעמען און אויסגעשריגן וואס העלפט צו זאגן די סליחות מיר דארפן דערציילן דעם רבונו של עולם אז מיר האבן געזינדיגט ער ווייסט דאך אלעס אליינס דער עיקר איז נעמען אויף זיך נישט צו זינדיגן מער און תשובה צו טוהן.

א גדול בישראל האט אמאל געזאגט אויב ראש השנה געפאלט אין שבת ווי אזוי מעג מען תשובה טוהן אין שבת, תשובה איז דאך חרטה האט מען דאך דערפון עצבות און שבת טאר מען נישט זיין בעצבות נאר מ'קען זאגן אז פיקוח נפש איז דוחה שבת אויב ער וועט ראש השנה נישט טוהן קיין תשובה איז ער דאך אין א סכנה צו פארלוירן ווערן פון ביידע וועלטן.

דער ווארקער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט א ווערטיל אז ווען ראש השנה געפאלט אין שבת גייט מען נישט צו תשליך ווייל צו תשליך טראגט מען מיט אלע עבירות אריין צו ווארפן אין טייך און שבת טאר מען נישט טראגן.

דער הייליגער בארדיט'שובער זי"ע האט געזאגט אז ווען ראש השנה געפאלט אין שבת איז זייער א גוטן טאג ווייל דער משפט מוז זיכער אויסקומען גוט ווייל שרייבן שבת מעג מען נאר ווען ס'איז פיקוח נפש אויף צו טוהן גוט'ס אבער חלילה פארקערט טאר מען נישט שרייבן אין שבת.

ציפהו לשופר זהב אויב ער האט באדעקט דעם שופר מיט גאלד במקום הנחת פה דארטן ווי ס'גייט אריין אין מויל פסול איז עס פסול דער של"ה הקדוש זאגט אז אויב מ'האט זיך פארזינדיגט פאר א חבר מוז מען אים בעטן מחילה און קיין שום תשובה אין דער וועלט העלפט נישט אפילו ציפהו זהב אפילו ער וועט אים באגיסן מיט גאלד במקום הנחת פה ער מוז אים בעטן מחילה מיטן מויל און דעמאלט וועט ווערן אנגענומען זיין תשובה.

ציפהו לשופר זהב אויב די מויל פון מוסר
זאגער (וואס ער איז אזוי ווי א שופר ווייל ער וועקט אויף צו תשובה טוהן) איז אויב ער איז באדעקט מיט גאלד זיין מוסר זאגן איז א געלט געשעפט ער טוהט דאס פאר פרנסה אזא מוסר זאגער איז פסול ס'איז נישט פון טיפן הארץ.

דער טעם פון תקיעת שופר איז כדי לערבב את השטן כדי דער שטן זאל צומישט ווערן דער רבי ר' בונים פון פשיסחא זי"ע זאגט אז די כוונה דערפון איז צו ווייזן דעם שטן א ביישפיל פון אים אליין אז דו ווערסט צומישט פון אזא קלייניגקייט ווי תקיעות און דו ווייסט נישט וואס טוהט זיך מיט דיר איז וואס ווילסטו פון די אידן וואס גייען שטענדיג ארום מיט צוטומלטע מחשבות פול מיט זארג פרנסה און פארשידענע דאגות ווי אזוי קענסטו בכלל האבן טענות אויף זיי פארוואס זיי פירן זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין

ווען דער רבי ר' העשיל זי"ע איז געווען א קליין קינד האט אים זיין טאטע געטראפן פאר די תקיעות ווי ער שטייט אין א ווינקל און ער עסט האט אים זיין טאטע מוסר געזאגט אויף דעם האט ער צוריק גענטפערט זיין טאטן אז ער עסט כדי דער שטן זאל צומישט ווערן ווען ער וועט זעהן ווי איך עס וועט ער מיינען אז מ'האט שוין געדאוונט .

אין ראש השנה ט"ז שטייט תקעו לפני בשופר של איל בלאזט פאר מיר מיט א שופר פון א ווידער כדי שאזכור לכם כדי איך זאל ענק געדענקן עקידת יצחק די עקידה פון


יצחק האט דער רבי ר' בונים'ס טאטע ר' הירש וואידיסלאווער זי"ע געזאגט אין דער אמת'ן כדי צו דערמאנען די עקידה פון יצחק,וואלט מער געפאסט צו נעמען א מעסער ווי א שופר נאר אין דער אמת'ן מיינען מיר נישט צו דערמאנען די גרויסקייט פון די מעשה אז אברהם האט מסכים געווען און יצחק איז גרייט געווען זיך צו לאזן שעכטן נאר דער עיקר מיינען מיר דא צו זאגן אז דער באשעפער וויל נישט קיין מענט'שליכע קרבנות און ער האט אויפגעטוישט דעם קרבן פון יצחק פאר א איל איז בשעת מיר שטעלן זיך אוועק ראש השנה מתפלל זיין צום אובערשטן בעטן מיר אים ער זאל אונז חלילה נישט שטראפן פאר אונזערע זינד און מיר ווייזן אויפן שופר פון דעם איל אז ער זאל זיך מיט אונז אויך אזוי פירן ווי ער האט זיך געפירט מיט יצחק אבינו.

דער דזיקוב'ער רבי זי"ע האט געזאגט אז א בעל תקיעה איז טייט'ש אז מ'איז א באלעבאס אויף די תקיעה צו בלאזן פון שופר און נישט צו בלאזן פון זיך.

דער הייליגער בארדיט'שובער זי"ע האט אמאל פאר די תקיעות אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט רבונו של עולם אין דיין תורה האסטו געשריבן יום תרועה יהיה לכם אז מ'זאל בלאזן איינמאל מיטן שופר זאגן די חז"ל אז ס'ווערט דערמאנט דריי מאל די ווארט תרועה און יעדע תרועה דארף באגלייט ווערן מיט א תקיעה פאר דעם און נאכדעם הייסט דאס שוין ניין מאל

און ווייטער איז א ספק אין דעם תרועה צו
ס'איז ווי א שברים בלאזט מען וועגן דעם דריי מאל תשר"ת תש"ת תר"ת איז שוין דא דרייסיג קולות און ביי די שטילע שמונה עשרה נאך דרייסיג איז שוין זעכציג און ביי די הויכע שמונה עשרה נאך דרייסיג איז שוין ניינציג און ביים לעצטן קדיש נאך צעהן איז שוין הונדערט און דאס טוען מיר אלעס פון דעם איינמאל וואס דו האסט געשריבן אין דיין הייליגע תורה און אויף צו מארגנס בלאזן מיר ווידער הונדערט קולות און דאס ווערט איבער געחז'ערט אין די גאנצע וועלט שוין דורי דורות אלע הייליגן דיין נאמען און זענען מקיים דיינע מצות אן קיין שום ספיקות און מ'טוהט אזוי ווי די חכמים האבן געהייסן בעטן מיר דיר רבונו של עולם געב שוין אויך איין תקיעה דעם תקע בשופר גדול לחרותנו און לייז אונז שוין אויס פון דעם ביטערן גלות און שיק שוין דעם גואל צדק אמן.

יהי רצון שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה מ'דארף פארשטיין טובה אליין איז דאך גענוג צו וואס דארף מען צולייגן ומתוקה און א זיסע? הרה"ק ר' שלמה לייב לענט'שער זי"ע זאגט אז אויף א שלעכטע זאך דארף מען אויך זאגן גם זו לטובה בעטן מיר אז די טובה וואס אונז באקומען זאל טאקע זיין ומתוקה אויך זיס.

פארוואס ליינט מען ראש השנה פונקט די מעשה פון הגר און ישמעאל? הרה"ק ר' דוד מלעלוב זי"ע זאגט כדי צו דערמאנען די ווערטער וואס דער מלאך האט געזאגט צו הגר אל תירא כי שמע אלקים אל קול הנער באשר הוא שם אז מ'האט נישט געפאסקנט
ישמעאל לויט זיינע שפעטערע מעשים אזוי ווי די מקטריגים האבן געפאדערט נאר באשר הוא שם אזוי ווי ער איז דעמאלט געווען, אזוי בעטן מיר אויך פון הייליגן באשעפער אפילו דו ווייסט אז נאך ראש השנה וועלן מיר זיך צוריק קערן צום אלטן וועג און ווייטער זינדיגן חס ושלום אבער באהאנדל אונז יעצט אזוי ווי דו האסט באהאנדלט ישמעאל'ן באשר הוא שם יעצט ראש השנה זענען מיר גוט מיר טוהען תשובה פאסקן אונז צו א גוט געבענט'שט יאר.

פארוואס זאגט מען תשליך ביים ים? הרה"ק מסאטמאר זי"ע זאגט ווייל איינע פון די תנאים פון תשובה איז אז מ'זאל זיך אוועק רייסן פון די טומאה ארט און גיין צו א ארט פון טהרה און מ'וועט אים העלפן צו תשובה טוהן און וואסער איז דאך א מקום טהרה גייט מען צום וואסער זיך דארט מתוודה זיין אויף די עבירות און תשובה טוהן.

דער באשעפער משפט אונז מיט מדת הרחמים ווייל אויב ער וואלט אונז חס ושלום געמשפט מיט מדת הדין וואלט אונז געווען זייער ביטער פארוואס זעצט זיך דער באשעפער בכלל אויפן כסא דין אויב ער האט א כסא רחמים? דער צמח צדיק זי"ע זאגט אז מיט דעם וואס ער זיצט אויפן כסא דין איז גוט פאר די אידן וויל דער באשעפער טראכט ביי זיך איך בין דאך דער בעל הרחמים און דער שטן איז געקומען נאר פאר אפאהר מינוט צו מיר און ער האט מיר דערציילט לשון הרע אויף מיינע טייערע קינדער און איך האב זיך געלאזט איבער רעדן פון אים אזוי שנעל איז מיינע טייערע קינדער וואס קענען זיי טוהן אז דער יצר הרע שטייט זיי אויפן קאפ אגאנצע צייט נישט נאר אפאהר מינוט אזוי ווי ביי מיר זיי קענען דאך אים נישט ביי קומען איז וועגן דעם משפט ער זיי גלייך מיט מדת הרחמים.

דער הייליגער חפץ חיים זאגט א משל אויף דעם וואס ראש השנה בינאכט עסט מען עפל איינגעטונקען אין האניג און מילגרוימען און א ראש כבש, אז אמאל איז א קינד נעבעך געווארן א יתום פון זיין טאטן, און זיין מאמע האט אים געשיקט לערנען אין ישיבה און די מאמע האט נישט געקענט אריבער טראגן דעם צער זיצנדיג א אלמנה אליין איז זי נעבעך אויך נפטר געווארן און דער קינד איז יעצט געבליבן נעבעך אליין אויף דער וועלט אבער ער האט פון גארנישט געוואוסט און ער האט ווייטער געלערנט אין ישיבה און די ראשי ישיבות האבן געטראכט צווישן זיך ווי אזוי קען מען אים איבער געבן די ביטערע בשורה אז זיין מאמע לעבט שוין נישט האבן זיי געטראפן א עצה מ'האט אים גענייט א נייעם שיינעם אנצוג און זיי האבן אריין געלייגט אין טאש א צעטיל און דארט איז געווען געשריבן די ביטערע בשורה און ווען דער קינד האט באקומען דעם אנצוג האט ער זיך זייער געפרייט פארשטייט זיך אז ער האט זיך געפרייט ווייל ער האט נישט געוואוסט וואס ס'איז אים געשריבן אין צעטיל, די זעלבע זעמער אונז מיר פרייען זיך ראש השנה מיט א עפל מיט האניג און מיט מילגרוימען און מיט א קאפ פון א פיש דאס איז אזוי ווי א שיינעם אנצוג אבער ביי יעדן אין טאש ליגט זיין צעטיל אנגעשריבן פון הימל און ווער ווייסט וואס פאר א צעטיל אונז טראגן.





























ראש השנה

א) וואס טוהט מען דריי מאהל א יאהר פאר קידוש, צוויי מאהל מיט א ברכה און איין מאהל אן א ברכה?
ב) וועלכע זאך האבן געוויסע מענט'שן ליב א גאנץ יאהר צו עסן און ראש השנה האלט מען זיך צוריק דערפון און מ'נעמט פונקט די פארקערטע דערפון אויסער ניס און זויערע זאכן?
ג) פארוואס ווארפט מען אוועק די עבירות ביי תשליך מ'האט דאך תשובה געטוהן איז דאך דאס איבערגעדרייט געווארן צו זכותים?
ד) ווען האט מען אנגעהויבן זאגן תשס"ב לדוד ה' אורי?
ה) ווי אזוי קען אויסקומען אז מ'זאהל במשך די גאנצע יאהר נישט ליינען א פרשה אין די תורה?
ו) ווי אזוי קען אויסקומען אז מ'זאהל ליינען די זעלבע פרשה צוויי מאהל אין די זעלבע יאהר?
ז) ס'איז דא א תפילה וואס מ'רופט מיט דאס אן מיט א געוויסע נאמען, שבת און יום טוב האט דאס נישט דעם ריכטיגן אפטייט'ש און אינדערוואכן יא?
ח) וועלכע יאהר זאגט מען איינמאהל מעהר המלך הקדוש ווי יעדע'ס יאהר?
ט) וויפיל אבינו מלכנו'ס איז דא?
י) וועלכע זאך מאכט מען א ברכה אויף דעם און מ'לייגט דאס אריין אין מויל און מ'עסט דאס נישט?
י"א) ווען קען זיין אז מ'זאהל ליינען פינעף טעג איינע נאך די אנדערע און מ'זאהל אין די טעג נישט זאגן קיין הלל?
י"ב) וועלכע ווארט נוצט מען דעם זעלבן ווארט סיי אין די אידישע שפראך און סיי אין לשון הקודש, און אין די אידישע שפראך איז דאס נישט גוט, און אין לשון הקודש איז דאס נישט גוט?

די ענטפער אויף ראש השנה איז
א) תקיעת שופר מאכט מען דריי מאהל א יאהר פאר קידוש צוויי מאהל מיט א ברכה און איינמאהל אן א ברכה, צוויי מאהל מיט א ברכה און פאר קידוש דאס איז ראש השנה פאר קידוש פון צופרי, און איינמאהל אן א ברכה און פאר קידוש דאס איז מוצאי יום כפור און פאר קידוש לבנה !
ב) געוויסע מענט'שן האבן ליב אגאנץ יאהר צו עסן א וויידל אבער ראש השנה טוהט מען פונקט די פארקערטע און מ'נעמט א קאפ און מ'זאגט שנהיה לראש ולא לזנב !
ג) הרה"ק מטאלנא זי"ע האט געזאגט אז מווארפט אוועק די עבירות ביי תשליך אפילו מ'האט שוין תשובה געטוהן דערויף און ס'איז געווארן איבער געדרייט צו זכותים ווייל טאמער מוועט דאס נישט אוועק ווארפן וועלן זיך מענט'שן איינרעדן אז אזעלכע מעשים איז גאר מצוות און ס'איז בכלל נישט קיין עבירות !
ד) דעם ערשטן טאג ראש השנה פון תש"ס האט מען אנגעהויבן צו זאגן לדוד ה' אורי ווייל מ'האט דאס נאך געהאלטן אינמיטן זאגן פון חודש אלול תשנ"ט !
ה) אויב ראש השנה קומט אויס דאנערשטיג אדער שבת ליינט מען א שבת פאר ראש השנה פרשת וילך און די קומענדיגע ראש השנה קומט אויס מאנטיג אדער דינסטיג דעמאלט ליינט מען פרשת וילך שבת שובה קומט אויס אז אין דעם יאהר האט מען נישט געליינט פרשת וילך!
ו) אויב צווישן יום כפור און סכות איז געווען א שבת דארף מען ליינען וילך שבת שובה און די קומענדיגע יאהר קומט אויס ראש השנה דאנערשטיג אדער שבת קודש דארף מען ליינען וילך פאר ראש השנה קומט אויס אז אין דעם יאהר האט מען געליינט צוויי מאהל וילך אנפאנג יאהר און סוף יאהר !
ז) שמונה עשרה האט אינדערוואכן דעם ריכטיגן אפטייטש ווייל מ'זאגט אכצען ברכות און שבת ויום טוב נישט ווייל מ'זאגט נישט קיין אכצען ברכות !
ח) ווען דער ערשטן טאג ראש השנה קומט אויס אין שבת זאגט מען איינמאהל מער המלך הקדוש ווי סתם א יאהר ווייל מ'זאגט המלך הקדוש ביי מגן אבות!
ט) איין אבינו מלכנו איז דא איין באשעפער!
י) דעם שופר!
י"א) ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיג און פרייטיג ליינט מען ראש השנה און אויך שבת און זונטיג ליינט מען ווייל ס'איז צום גדלי' און מאנטיג ליינט מען אזוי ווי יעדן מאנטיג ליינט מען און אין די טעג זאגט מען נישט קיין הלל!
י"ב) שוואך אין אידיש איז נישט גוט, און אין לשון הקודש שבח איז גוט ווייל ס'מיינט א לויב!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 17:00 לינק ישיר 

ניגונים לראש השנה

א. הַיּוֹם הֲרַת עוֹלָם, הַיּוֹם יַעֲמִיד בַּמִּשְׂפָּט כָּל יְצוּרֵי עוֹלָמִים, אִם כְּבָנִים אִם כַּעֲבָדִים, אִם כְּבָנִים רַחֲמֵנוּ כְּרַחֵם אָב עַל בָּנִים:

ב. אֲרֶשֶׂת שְׁפָתֵינוּ יֶעֱרַב לְפָנֶיךָ קֵל רָם וְנִשָׁא, מֵבִין וּמַאֲזִין מַבִּיט וּמַקְשִׂיב לְקוֹל תְּקִיעָתֵנוּ, וּתְקַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן סֵדֶר מַלְכִיוֹתֵינוּ:

אֲרֶשֶׂת שְׁפָתֵינוּ יֶעֱרַב לְפָנֶיךָ קֵל רָם וְנִשָׁא, מֵבִין וּמַאֲזִין מַבִּיט וּמַקְשִׂיב לְקוֹל תְּקִיעָתֵנוּ, וּתְקַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן סֵדֶר זִכְרוֹנוֹתֵינוּ:

אֲרֶשֶׂת שְׁפָתֵינוּ יֶעֱרַב לְפָנֶיךָ קֵל רָם וְנִשָׁא, מֵבִין וּמַאֲזִין מַבִּיט וּמַקְשִׂיב לְקוֹל תְּקִיעָתֵנוּ, וּתְקַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן סֵדֶר שׂוֹפְרוֹתֵינוּ:

ג. זָכְרֵנוּ לְחַיִּים. מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים. וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִּים. לְמַעַנְךָ אֱלֹהִים חַיִּים:

ד. מִי כָמוֹךָ אָב הָרַחֲמִים, זוֹכֵר יְצוּרָיו לְחַיִּים בְּרַחֲמִים:

ה. בְּסֵפֶר חַיִּים. בְּרָכָה וְשָׂלוֹם. וּפַרְנָסָה טוֹבָה.
וּגְזֵרוֹת טוֹבוֹת. יְשׂוּעוֹת וְנֶחָמוֹת. נִזָּכֵר וְנִכָּתֵב לְפָנֶיךָ. אֲנַחְנוּ וְכָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׁרָאֵל. לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׂלוֹם:

ו. מְלֹךְ עַל כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ בִּכְבוֹדֶךָ, וְהִנָּשֵׁא עַל כָּל הָאָרֶץ בִּיקָרֶךָ, וְהוֹפַע בַּהֲדַר גְּאוֹן עֻזֶּךָ עַל כָּל יוֹשְׂבֵי תֵבֵל אַרְצֶךָ:

ז. וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְעַלְתּוֹ וְיָבִין כָּל יְצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ, וְיֹאמַר כֹּל אֲשֶׂר נְשָׂמָה בְאַפּוֹ יְיָ אֱלֹהֵי יִשְׁרָאֵל מֶלֶךְ וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָׂלָה: (3 נִגּוּנִים)

ח. תְּקַע בְּשׂוֹפָר גָּדוֹל לְחֵרוּתֵנוּ וְשָׁא נֵס לְקַבֵּץ גָּלֻיּוֹתֵינוּ וְקָרֵב פְּזוּרֵינוּ מִבֵּין הַגּוֹיִם וּנְפוּצוֹתֵינוּ כַּנֵּס מִיַּרְכְּתֵי אָרֶץ:

ט. הֲבֵּן יַקִּיר לִי אֶפְרַיִם אִם יֶלֶד שַׂעֲשׂוּעִים כִּי מִדֵּי דַבְּרִי בּוֹ זָכֹר אֶזְכְּרֶנּוּ עוֹד עַל כֵּן הָמוּ מֵעַי לוֹ רַחֵם אֲרַחֲמֶנּוּ נְאֻם יְיָ: (2 נִגּוּנִים)

י. מֶלֶךְ רַחֲמָן שֶׂתָּשׂוּב וּתְרַחֵם עָלֵינוּ וְעַל מִקְדָּשְׂךָ בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, וְתִבְנֵהוּ מְהֵרָה וּתְגַדֵּל כְּבוֹדוֹ:
אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, גַלֵּה כְּבוֹד מַלְכוּתְךָ עָלֵינוּ מְהֵרָה, וְהוֹפַע וְהִנָּשֵׁא עָלֵינוּ לְעֵינֵי כָּל חָי, וְקָרֵב פְּזוּרֵינוּ מִבֵּין הַגּוֹיִם, וּנְפוּצוֹתֵינוּ כַּנֵּס מִיַּרְכְּתֵי אָרֶץ:

יא. וְתֵעָרֵב לְפָנֶיךָ עֲתִירָתֵנוּ כְּעוֹלָה וּכְקָרְבָּן, אָנָא רַחוּם, בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, הָשֵׁב שְׂכִינָתְךָ לְצִיּוֹן עִירְךָ וְסֵדֶר הָעֲבוֹדָה לִיְרוּשָׂלָיִם, וְתֶחֱזֶינָה עֵינֵינוּ בְּשׂוּבְךָ לְצִיּוֹן בְּרַחֲמִים, וְשָׂם נַעֲבָדְךָ בְּיִרְאָה כִּימֵי עוֹלָם וּכְשָׂנִים קַדְמוֹנִיּוֹת.

יב. אֵין קִצְבָה לִשְׂנוֹתֶיךָ, וְאֵין קֵץ לְאֹרֶךְ יָמֶיךָ, וְאֵין לְשַׂעֵר מַרְכְּבוֹת כְּבוֹדֶךָ, וְאֵין לְפָרֵשׂ עֵלוּם שְׂמֶךָ, שִׂמְךָ נָאֶה לְךָ וְאַתָּה נָאֶה לִשְׂמֶךָ, וּשְׂמֵנוּ קָרָאתָ בִּשְׂמֶךָ:
עֲשֵׁה לְמַעַן שְׂמֶךָ וְקַדֵשׂ אֶת שִׂמְךָ עַל מַקְדִּישֵׂי שְׂמֶךָ, בַּעֲבוּר כְּבוֹד שִׂמְךָ, הַמַּקְדִּישִׂים שִׂמְךָ בַּקֹדֶשׂ:

יג. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׂהוּא לְבַדּוֹ הוּא, הַמַּמְלִיךְ מְלָכִים וְלוֹ הַמְּלוּכָה:

יד. חֲמֹל עַל מַעֲשֶׁיךָ, וְתִשְׁמַח בְּמַעֲשֶׁיךָ, וְיֹאמְרוּ לְךָ חוֹסֶיךָ, בְּצַדְקָךְ עֲמוּסֶיךָ, תֻּקְדַּשׂ אָדוֹן עַל כָּל מַעֲשֶׁיךָ, כִּי מַקְדִּישֶׂיך בִּקְדֻשָּׁתְךָ קִדַּשְׂתָּ, נָאֶה לְקָדוֹשׂ פְּאֵר מִקְּדוֹשִׂים:

טו. עוֹד יִזְכֹּר לָנוּ אַהֲבַת אֵיתָן, אֲדוֹנֵינוּ, וּבַבֵּן הַנֶּעֱקַד יַשְׂבִּית מְדַיְּנֵנוּ, וּבִזְכוּת הַתָּם יוֹצִיא אָיוֹם לְצֶדֶק דִּינֵנוּ, כִּי קָדוֹשׂ הַיּוֹם לַאֲדוֹנֵינוּ:

טז. וּמַלְאָכִים יֵחָפֵזוּן, וְחִיל וּרְעָדָה יֹאחֵזוּן:

יז. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. תְּהֵא הַשָּׁעָה הַזֹּאת שְׂעַת רַחֲמִים וְעֵת רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ:

יח. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. שְׂמַע קוֹלֵנוּ חוּס וְרַחֵם עָלֵינוּ:

יט. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. קַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן אֶת תְּפִלָּתֵנוּ:

כ. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. חָנֵּנוּ וַעֲנֵנוּ כִּי אֵין בָּנוּ מַעֲשִׁים עֲשֵׁה עִמָּנוּ צְדָקָה וָחֶסֶד וְהוֹשִׂיעֵנוּ:

כא. הַיּוֹם תְּאַמְּצֵנוּ
הַיּוֹם תְּבָרְכֵנוּ
הַיּוֹם תְּגַדְּלֵנוּ
הַיּוֹם תִּדְרְשֵׂנוּ לְטּוֹבָה
הַיּוֹם תִּשְׂמַע שַׂוְעָתֵנוּ:
הַיּוֹם תְּקַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן אֶת תְּפִלָּתֵנוּ:
הַיּוֹם תִּתְמְכֵנוּ בִּימִין צִדְקֶךָ:

כב. אַחַת שָׂאַלְתִּי מֵאֵת ה'. אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׂ. שִׂבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי. לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ:

כג. חוּס וְחָנֵּנוּ וְרַחֵם עָלֵינוּ וְהוֹשִׂיעֵנוּ. כִּי אֵלֶיךָ עֵינֵינוּ כִּי קֵל מֶלֶךְ חַנּוּן וְרַחוּם אָתָּה.


כד. אַתָּה בְחַרְתָּנוּ מִכָּל הָעַמִּים אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ וְרָצִיתָ בָּנוּ וְרוֹמַמְתָּנוּ מִכָּל הַלְּשׂוֹנוֹת וְקִדַּשְׂתָּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ וְקֵרַבְתָּנוּ מַלְכֵּנוּ לַעֲבוֹדָתֶךָ וְשִׂמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׂ עָלֵינוּ קָרָאתָ:
וַתִּתֶּן לָנוּ ה' אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה (לְשַׂבָּת: שַׂבָּתוֹת לִמְנוּחָה וּ)מוֹעֲדִים לְשִׁמְחָה חַגִּים וּזְמַנִּים לְשָׁשׁוֹן אֶת יוֹם (לְשַׂבָּת: הַשַׂבָּת הַזֶּה וְאֶת יוֹם): יוֹם הַזִּכָּרוֹן הַזֶּה יוֹם (זִכְרוֹן) תְּרוּעָה: (לְשַׂבָּת: בְּאַהֲבָה) מִקְרָא קֹדֶשׂ זֵכֶר לִיצִיאַת מִצְרָיִם:

כה. שַׂפְּרוּ מַעֲשֵׁיכֶם וּבְרִית לֹא תוּפָר, נַאֲקַתְכֶם יַאֲזִין שְׂחָקִים שִׂפַּר, וְתִיטַב לַה' מִשּׁוֹר פָּר, קָדוֹשׂ:

כו. כֹּה אָמַר ה' זָכַרְתִּי לְךָ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ אַהֲבַת כְּלוּלוֹתַיִךְ לֶכְתֵּך אַחֲרֵי בַּמִּדְבָּר בְּאֶרֶץ לֹא זְרֻעָה. (2 נִגּוּנִים)

כז. לְךָ אָמַר לִבִּי בַּקְּשׂוּ פָנָי אֶת פָּנֶיךָ אֲבַקֵּשׂ:

כח. לְהִתְוַדַעַ וּלְהִגָלוֹת כִּי הוּא מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ:

כט. זַמְּרוּ אֱלֹהִים זַמֵּרוּ זַמְּרוּ לְמַלְכֵּנוּ זַמֵּרוּ:




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 17:02 לינק ישיר 

יום הדין
דער ר"ן ברענגט פון פסיקתא א טעם פארוואס דער אייבערשטער האט באשטימט ראש השנה פאר דעם יום הדין. ווייל אין דעם טאג איז אדם הראשון באשאפן געווארן ווייל די וועלט איז באשאפן געווארן כ"ה אלול, (לויט ר' אליעזר אז בתשרי נברא העולם) קומט דאך אויס אז ראש השנה איז אדם הראשון באשאפן געווארן. און אזוי זאגן מיר דאך ביים דאווענען ראש השנה, "זה היום תחלת מעשיך". דער "ערשטע" שעה אין טאג האט דער אייבערשטער געהאט אין זיין מחשבה צו באשאפן דעם מענטש, דער "צווייטע" שעה האט זיך דער אייבערשטער באראטן מיט די מלאכים אויב ער זאל אים באשאפן. די "דריטע" שעה האט דער אייבערשטער איינגעזאמעלט די ערד וואס אדם הראשון איז דערפון באשאפן געווארן. די "פערטע" שעה האט אים דער אייבערשטער געקנעטן אזוי ווי מען קנעט א טייג. דער "פינפטע" שעה האט איהם דער אייבערשטער אויספארמירט. דער "זעקסטע" שעה האט דער אייבערשטער פארטיג געמאכט זיין גוף, ער זאל ווערן פלייש מיט ביינער און אדערן, און א הויט ארויף געצויגן. דער "זיבעטע" שעה האט דער אייבערשטער אריינגעבלאזן אין איהם א נשמה. דער "אכטע" שעה האט דער אייבערשטער איהם אריין געפירט אין גן עדן. דער "ניינטע" שעה האט איהם דער אייבערשטער באפוילן אז ער זאל נישט עסן פון דעם עץ הדעת. דער "צענטער" שעה האט ער געזינדיגט און האט געגעסן פון דעם עץ הדעת. דער "עלעפטער" שעה האט אים דער אייבערשטער גע'משפט אז ער זאל שטארבן. דער "צוועלעפטע" שעה האט דער אייבערשטער פארגרינגערט זיין משפט אז ער זאל בלייבן לעבן, און ער איז ארויס פון דעם משפט ריין.

דער סדר פון די וועלט איז, אז ווען מען משפט איינער וואס מען האט נישט ליב, משפט מען איהם ווען מען איז נישט צופרידען און אזוי משפט מען איהם צום שלעכטן, אבער ווען מען משפט איינעם וואס מען האט ליב, ווארט מען אויף א צייט וואס מען איז גוט אופגעלייגט, דער אייבערשטער ווייזט ארויס זיין גרויס ליבשאפט צום כלל ישראל מיט דעם וואס ער משפט זיי דוקא אין א חודש וואס ער איז צופרידען, דאס איז דער חודש פון תשרי, וואס אין דעם חודש טוען יודען אזוי פיל מצוות, שופר, יום כיפור, סוכה, ד' מינים, און די מצוות זענען מעורר א סאך רחמנות.
(אבודרהם)

יום של ישועות ורפואות
די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה אז "ראש השנה" איז שרה, רחל, און חנה נפקד געווארן, אז זיי וועלן האבן קינדער, אויך איז יוסף הצדיק ארויס פון תפיסה אין "ראש השנה", און אויך האבן די יודען אין מצרים אויפגעהערט צו טוהן עבודת פרך אין ראש השנה, וועגן דעם איז דער טאג, א טאג וואס מען קען זיך אויסבעטן כל מיני ישועות ורפואות.

שמות היום
ראש השנה האט פיר נעמען, 1) ראש השנה, דאס הייסט דער אנהייב פון דער נייע יאהר. 2) יום הזכרון, דאס הייסט דער טאג וואס דער אייבערשטער געדענקט כלל ישראל צו א גוט געבענטשט יאהר. 3) יום הדין, דאס הייסט דער טאג וואס דער אייבערשטער טוט משפט'ן די גאנצע וועלט. 4) יום תרועה, דאס הייסט אז אין דעם טאג איז דא א ספעציעלע מצוה פון בלאזן שופר.

לא אד"ו ראש
דער ערשטער טאג ראש השנה קען נאר אויסגעפאלן אין איינע פון די פיר טעג, מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג, און שבת קודש. אבער זונטאג, מיטוואך, פרייטאג, קען נישט אויסגעפאלן ראש השנה, דער סימן דערצו איז "לא אדו ראש", דאס מיינט אז איינער פון די טעג א' ד' ו', קען נישט אויסגעפאלן "ראש" השנה.

יומא אריכתא
די צוויי טעג ראש השנה ווערן גערעכנט ווי איין לאנגע טאג. מען קען זאגן א טעם, ווייל עס שטייט אין הייליגע ספרים אז די עשרת ימי תשובה, זענען מרמז אויף די עשרת הדברות, און וויבאלד די ערשטע צוויי דברות האט דער אייבערשטער געזאגט אויף איינמאהל, דערפאר זענען די ערשטע צוויי טעג ווי איין לאנגע טאג.
(בשם ר"י אייבשיץ)

נאך א טעם, ווייל ווען דער ערשטער טאג ראש השנה קומט אויס אום שבת, בלאזט מען נישט קיין שופר, ווערט דאך דער שטן נישט פארמישט, קען ער חלילה רעדן שלעכטס אויף די אידן, דעריבער האט מען געמאכט אז ביידע טעג ווערן גערעכנט פאר איין טאג, ווערט נאך נישט פארטיג דער דין ביז דעם אנדערן טאג, וואס דעמאלט בלאזט מען שוין יא שופר, ווערט דער שטן דעמאלט פארמישט, און די אידן קענען שוין גע'משפט ווערן צום גוטן.

סדר התפלה
ביי מעריב פון ראש השנה, פאר קדיש פון שמנה עשרה, זאגט מען דעם פסוק: "תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו", וואס רעדט זיך פון ראש השנה.

פון די קדיש פון פאר שמונה עשרה ביז נאך יום כיפור, דאפעלט מען דעם לשון: לעילא, און מען זאגט "לעילא ולעילא, ווייל אין די טעג ווייזט דער אייבערשטער ארויס זיין גרויסקייט מער ווי א גאנץ יאהר. אויך, אנשטאט די ווערטער "מן כל ברכתא" זאגט מען מכל ברכתא", דער טעם איז, ווייל פון יהא שמי' רבא, ביז ואמרו אמן, דארף זיין 28 ווערטער, און וויבאלד מען האט צוגעלייגט א ווארט "ולעילא" דארף מען אראפ נעמען א ווארט, מאכט מען פון די צוויי ווערטער "מן כל" איין ווארט "מכל".

עס זענען דא וואס פירן זיך אז ביי "עושה שלום" פון סוף קדיש זאגט מען "עושה השלום במרומיו" (מיט א "ה"). און אזוי אויך ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה. ווייל דאס ווארט "השלום" באטרעפט 381, אזוי פיל וויפיל עס באטרעפט די נאמען "ספריאל", דער מלאך וואס ציילט אפ די מענטשן וואס זענען אריין געשריבן אין דעם ספר החיים.

אין די גאנצע עשרת ימי תשובה, ביי די ערשטע צוויי ברכות פון שמונה עשרה לייגט מען צו די שטיקלעך פון "זכרנו לחיים" און "מי כמוך", און ביי די לעצטע צוויי ברכות לייגט מען צו "וכתוב לחיים" און "בספר חיים". אויב מען האט פארגעסן זיי צו זאגן, דארף מען נישט איבער דאווענען.

אנטשטאט "הקל הקדוש", זאגט מען "המלך הקדוש". ווייל די טעג זענען ימי הדין וואס דער אייבערשטער משפט די גאנצע וועלט, און ער ווייזט אז זיין קעניגרייך געוועלטיגט איבער אלעס. אויב מען האט פארגעסן דאס צו זאגן, דארף מען יא איבער דאווענען.

אין די עשרת ימי תשובה, ביי די ברכה פון "השיבה שופטינו" אנטשטאט "ברוך אתה ה' מלך אוהב צדקה ומשפט" זאגט מען "המלך המשפט". אויב מען האט פארגעסן דאס צו זאגן, דארף מען נישט איבער דאווענען, וויבאלד מען האט שוין ממילא געזאגט די ווארט "מלך".

לדוד מזמור
פון אר"י הקדוש זי"ע ווערט געברענגט, אז מען זאל זאגן ראש השנה ביי מעריב נאך שמונה עשרה דעם קאפיטל "לדוד מזמור לה' הארץ ומלואה" מיט גרויס כוונה. און דאס איז א גרויסע סגולה, אז עס זאל נישט פעלן קיין פרנסה א גאנץ יאהר.
(מטה אפרים)

דער ייטיב פנים ברענגט א טעם פארוואס דער קאפיטל לדוד מזמור איז א סגולה לפרנסה, ווייל באמת וואלט מען גארנישט געטארט מתפלל זיין אין די הייליגע טעג אויף גשמיות'דיגע געברויכען, מיר וואלטן נאר געדארפט מתפלל זיין אז דער אייבערשטער'ס נאמען זאל שוין געהייליגט ווערן, נאר אזוי ווי אלע גשמיות'דיגע געברויכן, דארפן מיר צו קענען דינען דעם אייבערשטן, דערפאר זענען מיר בארעכטיגט מתפלל צו זיין דערויף. וויבאלד מיר זאגן אין דעם קאפיטל, "לה' הארץ ומלואה", אלעס וואס מיר טוען אויף די וועלט, אפילו די גשמיות'דיגע זאכן, איז נאר פאר'ן כבוד פון דעם אייבערשטן, קענען מיר מיט רעכט פארלאנגן אז דער אייבערשטער זאל זיך צוהערן צו די תפלות, און דערפאר איז דאס א סגולה אז די תפלות אויף גשמיות זאלן אויך אנגענומען ווערן, און מיר זאלן האבן פרנסה.

שיר המעלות ממעמקים
ע"פ האר"י ז"ל זאגט מען פון ראש השנה ביז נאך יום כיפור ביי שחרית פאר קדיש פון ברכו דעם קאפיטל פון שיר המעלות ממעמקים. אויב מען האט פאגעסן, דארף מען נישט צוריק גיין. א יחיד וואס האלט נאך אינמיטן פסוקי דזמרה בשעת דער ציבור זאגט שיר המעלות מעג מפסיק זיין און מיטזאגן מיט'ן ציבור.

בעל תפלה
דער שליח ציבור וואס דאווענט ראש השנה זאל זיך שוין דריי טעג פאר ראש השנה צוגרייטן בקדושה וטהרה, ער זאל לערנען ספרי מוסר וואס זענען מעורר דאס הארץ פון מענטש תשובה צו טוהן און מורא האבן פונ'ם אייבערשטן. אויך זאל ער זיך פאהרקוקן די פירוש המלות און דורכלערנען עניני התפלה. אויב ער קען נישט די פשוטע פירוש המלות, פון די יוצרות טאהר ער נישט זיין קיין בעל תפלה, ווייל אויב מען זאגט יוצרות אינמיטן שמנה עשרה און מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט איז דאס א הפסק.

בכייה בתפלה
מען דארף וויינען ביים דאווענען ווייל דורכ'ן וויינען קען מען פועל'ען אז מען זאל ווערן איבערגעשריבן צווישן די צדיקים, אפילו אויב מען איז שוין חלילה געווען פארשריבן צווישן די רשעים.
(אלף המגן)

דער מטה אפרים ברענגט, אז דער אריז"ל האט שטארק געוויינט ראש השנה און יום כיפור, און האט געזאגט אז אויב איינער קומט גארנישט צו וויינען אין די טעג, איז א סימן אז זיין נשמה איז נישט אין ארדענונג.

אויך ברענגט דער מטה אפרים אז אויב איינער ווערט פלוצלונג אינמיטן דאווענען נתעורר שטארק צו וויינען איז דאס א סימן אז יעצט משפט מען איהם.

כריעה וכפיפת ראש
עס זענען דא וואס פירן זיך צו דאווענען ראש השנה און יום כיפור אביסעל איינגעבויגן. מען דארף אבער וויסן אז וויבאלד מען דארף זיך בוקן אנהייב דאווענען 2 מאהל און צום סוף דאווענען 2 מאהל, איז איידער מען קומט אהן צו די אלע פלעצער זאל מען זיך אויפשטעלן גלייך, כדי אז מען זאל זיך קענען בוקן ווי עס דארף צו זיין. אויך טאהר מען זיך נישט בוקן ביי דעם אנהייב און ביים סוף פון די אנדערע ברכות, ווייל מען טאהר זיך נישט בוקן ביי מער ברכות ווי חז"ל האבן געהייסן.

כוונה בתפלה
אסאך מענטשן מאכען א גרויסע טעות מיט דעם וואס זיי לייגן די עיקר התעוררות ביי די צוגעלייגטע תפלות וואס זענען געאייגענט פאר ראש השנה און יום כיפור, אבער ביי פסוקי דזמרה און קרבנות און קריאת שמע און שמנה עשרה, וואס דאס דאווענט מען א גאנץ יאהר זאגן זיי שנעל. זיי ווייסן אבער נישט אז דאס איז די עיקר, און די תפלות וואס מיר לייגן צו ראש השנה און יום כיפור ווי למשל די יוצרות וכדו' זענען נאר אן הוספה, און אן הוספה ווערט נישט אנגענומען אהן די עיקר.
(יושר דברי אמת פרק נ"ו)

מיט דעם וואס מען איז מכוון ביים דאווענען אין די הייליגע טעג, פירט מען מיט דעם ארויף אלע פסול'ע תפלות פון א גאנץ יאהר.
(ערבי נחל)

הלל ראש השנה
די גמרא זאגט אז די מלאכי השרת האבן געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, פארוואס זאגן די אידן נישט קיין שירה פאר דיר ראש השנה און יום כיפור", האט דער אייבערשטער זיי געענטפערט: "איז דען מעגליך אז דער קעניג זיצט אויף זיין שטוהל ווי ער משפט, און די ספרים פון די לעבעדיגע און פון די טויטע זענען פאר אים אפן, זאלן די אידן דעמאלט זאגן פאר מיר שירה.

נאך א טעם קען מען זאגן, וויבאלד הלל ווייזט אויף שמחה און דאס איז נישט קיין וועג פון מוסר אז מען זאל ווייזן אז מיר פרייען זיך היינט ווען מיר שטייען ביים משפט. דאס וואס מיר וואשן זיך און שערן זיך ערב ראש השנה, אדער אנדערע זאכען וואס מיר טוען ראש השנה, צייגן נאר אז מיר זענען נישט באזארגט אבער זיי צייגן נישט אויף קיין שמחה.
(לבוש סי' תקפ"ד ס"א)

מען קען זאגן נאך א טעם ווייל מיר האבן מקובל אז ראש השנה און יום כיפור קומען אין בית המדרש די נשמות פון אונזערע עלטערן וואס זענען שוין נפטר געווארן מיט-צו-דאווענען צוזאמען מיט אונז. לויט דעם קען מען זאגן פשט אין די גמרא "ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפני ויאמרו שירה" וויבאלד די מתים קענען שוין מער נישט זאגן קיין שירה ביז תחיית המתים ווי מיר זאגן ביי הלל "לא המתים יהללו קה ולא כל יורדי דומה" די טויטע קענען נישט לויבן דעם אייבערשטן און נישט די וועלכע נידערן אין קבר, דערפאר זאגן מיר נישט קיין הלל ווייל די טויטע דאווענען צוזאמען מיט אונז, און זיי קענען נישט זאגן קיין הלל, דערפאר זאגן מיר אויך נישט קיין הלל.

לשנה טובה
ראש השנה ביינאכט נאכ'ן דאווענען, וואונטשט מען אהן דעם טאטן, און אויך אנדערע חבירים וכדו' א גוט יום טוב און אויך וואונטשט מען "לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום") פאר די מאמע אדער די שוועסטער זאגט מען "לשנה טובה תכתבי ותחתמי לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום").

כתיבה וחתימה טובה
דער צמח צדק האט געזאגט: "עס זענען דא צוויי מלאכים וואס באגלייטן דעם מענטש ראש השנה ביינאכט די מלאכים הערן וואס יעדער וואונטשט נאכן דאווענען מערבית, "לשנה טובה תכתב ותחתם וגו'" מיט א ריינקייט פון הארצן, גייען די מלאכים ארויף אין הימל, און זענען מליצי יושר אויף אויסצובעטן א שנה טובה ומתוקה.

מיר וואונטשן אז מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט יאהר, און אויך א זיס יאהר, ווייל גוט אליין איז נישט גענוג, ווייל אויף א שלעכטע זאך דארף מען אויך זאגן "גם זו לטובה", דעריבער בעטן מיר אז עס זאל זיין אויך א זיס יאהר, מען זאל שפירן אז ס'איז א גוט יאהר.

נאר אין די ערשטע נאכט וואונטשט מען זיך לשנה טובה, ווייל, צדיקים ווערט געחתמ'ט זייער דין פאר די ערשטע דריי שעה פון די ערשטע טאג. ווייזן מיר מיט דעם אז מיר האלטן יענעם פאר א צדיק.
(לבוש)

קידוש ושהחיינו
מען מאכט קידוש, אזוי ווי אלע אנדערע ימים טובים, עס איז אבער דא געוויסע שינויים. מען זאגט נישט מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון, נאר מען זאגט "את יום הזכרון הזה יום תרועה" אנטשטאטס די ווערטער, "ומועדי קדשיך" זאגט מען "ודברך אמת וקים לעד" און מען ענדיגט, מקדש ישראל ויום הזכרון.

ווי אויבן דערמאנט, ווערן די צוויי טעג ראש השנה גערעכנט ווי א יומא אריכתא, וועגן דעם איז דא א מחלוקת הפוסקים, צו מען זאל מאכען א "שהחיינו" די צווייטע טאג ראש השנה.

מיר פסק'ענען אז מען דארף יא מאכען א שהחיינו, אבער כדי יוצא צו זיין ביידע דעות, פירט מען זיך, אז דער צווייטע טאג ביי קידוש און אזוי אויך בשעת לעכט צינדען, ווען מען גייט מאכען א שהחיינו, לייגט מען אויף די טיש, א נייע פרוכט, אדער מען טוט אהן א נייע בגד, און מען האט אינזין אז דער שהחיינו זאל אויך ארויף גיין אויף דער נייע פרוכט, אדער אויף דער נייע בגד.

דאס זעלבע איז שייך ביי תקיעת שופר די צווייטע טאג, וועגן דעם זענען דא וואס פירן זיך, אז דער בעל תוקע זאל זיך אנטאהן די צווייטע טאג ביי תקיעת שופר, א נייע בגד.

חלות עגולות
מען פירט זיך, אז אין די היילגע טעג עסט מען רונדיגע חלות. די טעם איז, ווייל א רונדיגע חלה, זעהט אויס אזוי ווי א קרוין, צו ווייזן אז מיר בעטן און מיר האפן אז: "מלוך על כל העולם כולו" משיח זאל שוין קומען, און די גאנצע וועלט זאל שוין אנערקענען דעם אייבערשטנס קעניגרייך, אזוי ווי מיר זאגן "ביום ההוא יהיה" אין יענע טאג, ווען משיח וועט קומען, וועלן אלע פעלקער איינזעהן אז, ה' אחד ושמו אחד.

נאך א טעם, ווייל מיר זאגן "ובכן ולך הכל יכתירו" אלע אידן טוען באקרוינען דעם רבונו של עולם.

נאך א טעם, ווייל א רונדיגע זאך האט נישט קיין סוף, צו בעטן אז דער אייבערשטער זאל משפיע זיין גוט'ס אהן קיין סוף.
(חתם סופר)

סימני ליל ר"ה
ראש השנה עסט מען א סאך זאכן וואס ווייזן אויף גוטס. ווייל חז"ל זאגן אז א "סימן" האט א כח אויף צו וועקן חסד אויבן אין הימל.

דער גמרא זאגט אין כריתות דף ו' עמוד א' אזוי: "השתא דאמרת סימנא מילתא היא, יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא קרא ורוביא כרתי סילקא ותמרי". (וויבאלד מיר נעמען אהן אז א סימן מאכט א רושם, זאל א מענטש עסן ראש השנה, קרא, רוביא, כרתי, סילקא, און תמרים.

אזוי ווי עס איז דא פארשידענע מנהגים, וועגן אכילת הסימנים בליל ראש השנה, וועלן מיר דא ברענגן עטליכע פון זיי (כאטש נישט אלע פירן זיך אזוי). מען טונקט איין חלה אין האניג פון בינען (און נישט פון טייטלען). ווייל מיר ווילן מרמז זיין, אז אפילו בינען זענען שלעכט ווייל זיי שטעכן, אבער עס קומט ארויס פון זיי א גוטע זאך, האניג. אזוי אויך בעטן מיר פון באשעפער אז אפילו עס איז נגזר געווארן אויף אונז שלעכטע גזירות, זאל ארויסקומען פון דעם נאר גוטס.
(לקט יושר)

מען עסט אן עפל איינגעטונקן אין האניג, און מען זאגט "יהי רצון וכו', שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה".

עס איז א מנהג צו עסן א "ראש כבש" (א קאפ פון א שעפסיל). אדער א וויעדער, וועגן צוויי טעמים: 1) שנהי' לראש ולא לזנב. 2) כדי צו דערמאנען דעם זכות פון "עקידת יצחק", און אנשטאט יצחק האט מען גע'שחט'ען א וויעדער.
(טור)

ווען מען עסט דער ראש כבש, אדער ראש דגים, זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שׁנִהְיֶה לְרֹאשׁ וְלֹא לְזָנָב".

ווען מען עסט די אנדערע חלקים פונ'ם פיש, זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁנִפְרֶה וְנִרְבֶּה כְּדָגִים".

ווען מען עסט דער אויג פונ'ם פיש זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁתַּשְׁגִיחַ עָלֵינוּ בְּעֵינָא פְּקִיחָא"

ווען מען עסט רמונים, זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ, כְּרִמוֹן".

ווען מען עסט קרא, (סקוואש, בלע"ז) זאגט מען, "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁתִּקְרַע רוֹעַ גְזַר דִינֵנוּ, וְיִקָרְאוּ לְפָנֶיךָ זְכִיוֹתֵינוּ".

ווען מען עסט "רוביא" (בלעק אייד פיז בלע"ז, אדער מייערן) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ".

ווען מען עסט "כּרתי" (ליק בלע"ז) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִכָּרְתוּ שׁונאֵנוּ".

ווען מען עסט "סילקא" (ספיניטש בלע"ז אדער צוויקל) זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִסְתַּלְקוּ אוֹיבֵינוּ וּמַשְׂטִינֵנוּ".

ווען מען עסט "תמרים" זאגט מען "יְהִי רָצוֹן וכו', שֶׁיִתַּמוּ שׂונְאֵינוּ וְאוֹיבֵינוּ".

משניות
די מטה אפרים ברענגט אז ביי די סעודות פון ראש השנה זאל מען לערנען די פיר פרקים משניות פון מסכת ראש השנה. מען זאל זיי איינטיילן אז ביי יעדע סעודה זאל מען לערנען איין פרק, ווייל דאס איז א גרויסע סגולה אז מען זאל זוכה זיין ביים דין.

אגוזים
מען עסט נישט קיין אגוזים (וואלנאטס בלע"ז) אין די הייליגע טעג. דער טעם איז ווייל "אגוז" איז בגימטריא 17, און צוזאמען מיט'ן כולל באטרעפט דאס 18, און "חטא" איז אויך בגמטריא 18, און מיר ווילן נישט דערמעאנען "חטא" אין די הייליגע טעג.

נאך א טעם ווייל דאס ברענגט צו היסן און שְׁפֵּייעֶכְטְס וואס שטערט צו דאווענען. (דער צווייטע טעם איז שייך ביי אלע ניס)
(שולחן ערוך)

דער גור'ער רבי זי"ע האט אמאהל געזאגט בדרך צחות, אז אפילו מען עסט נישט קיין אגוזים זאל מען נישט מיינען אז מען איז מיט דעם יוצא, נאר מען דארף זיך צוריק האלטן פון זינדיגן ח"ו, ווייל "חטא" איז אויך בגמטריא "חטא".

השכמה
אין טור סימן תקפ"ד ווערט געברענגט אז עס זענען דא 5 השכמות, דאס הייסט, טעג וואס אין זיי זאל מען אויפשטיין פארטאגס, און ראש השנה איז איינער פון זיי. די השכמות זענען הושענא רבה, תשעה באב, יום כיפור, ראש השנה, און פורים. עס איז דא אויף דעם א סימן אז די 5 טעג, זענען סופי תיבות אברהם, וסימנך "וישכם אברהם בבוקר".

מען קען זאגן א טעם פארוואס מען דארף אויפשטיין ראש השנה פרי, ווייל עס שטייט אין די גמרא אז ראש השנה די ערשטע דריי שעה פון טאג איז די צייט וואס השי"ת משפט די וועלט, און אויב מען וועט דעמאלט שלאפן ווייזט מען דערמיט אז מען האט ח"ו נישט קיין מורא פון דעם דין, דערפאר דארף מען אויפשטיין פרי.

אויך א גאנצע טאג פירט מען זיך אז מען שלאפט נישט, ווייל עס שטייט אין ירושלמי, אז דער וואס שלאפט ראש השנה, פארשלאפט ער זיין מזל.

אדון עולם
עס זענען דא וואס פירן זיך אז ראש השנה און יום כיפור הייבט אהן דער בעל תפילה "אדון עולם" מיט א ספעציעלע נוסח, ווייל עס ווערט געברענגט פון ר' יהודה החסיד, אז דער וואס האט אינזינען יעדעס ווארט ביי "אדון עולם", איז פארזיכערט אז זיין תפילה וועט געהערט ווערן, און דער שטן וועט נישט מקטרג זיין.
(אלף המגן)

המלך
סתם א שבת, הייבט אהן דער בעל תפלה, פון שחרית "שוכן עד" און יום טוב הייבט ער אהן "הקל" אבער ראש השנה הייבט אהן דער בעל תפלה מיט א הויכע קול "המלך", און אלע זאגן הויך נאך.


תשליך
עס זענען דא וואס פירן זיך צו גיין ראש השנה נאכמיטאג צום טייך צו זאגן תשליך.

איין טעם, אלץ זכר פאר עקידת יצחק. ווייל ווען אברהם און יצחק זענען געגאנגן צו די עקידה, האט זיך דער שטן פארשטעלט פאר א טייך זיי צו שטערן. און מיט מסירות נפש האבן זיי זיך אריין געלאזט אין וואסער ביז זייער האלדז.

נאך א טעם, ווייל אין טייך געפונען זיך פיש, און פיש איז א סגולה אז עס זאל נישט שַׁאטן אן עין הרע (א שלעכטע אויג) אויך, כדי אז מיר זאלן זיך מערן אזוי ווי פיש.

נאך א טעם, ווייל עס שטייט אין פסוק: "ותשליך במצולות ים כל חטאתם" אז דער אייבערשטער זאל אריין ווארפן די עבירות פון אידן אין די טיפעניש פון ים.
(מהרי"ל)

נאך א טעם ווייל ראש השנה נעמען מיר אן דעם קעניגרייך פון'ם אייבערשטן אויף אונז, און מיר באקרוינען דער אייבערשטער אויף די גאנצע וועלט, און דער סדר איז אז ווען מען באקרוינט א קעניג זאלבט מען איהם ביי א טייך, מרמז צו זיין אז זיין קעניגרייך זאל זיך ציען אויף א לאנגע צייט, אזוי ווי די טייך וואס ציעט זיך אויס לאנג.

עס זענען דא וואס פירן זיך צו גיין צו תשליך דעם טאג פון שלש עשרה מדות.

עס זענען דא וואס האבן מבטל געווען דעם מנהג פון גיין ראש השנה, און געגאנגן אן אנדערע צייט (למשל שלש עשרה מדות) וויבאלד אלע מענטשן גייען אין די זעלבע צייט, קען ח"ו אויסקומען אז עס זאלן זיך צוזאמען קומען מענער און פרויען, וואס דאס איז נישט צניאות'דיג.

די אליה רבה ברענגט אז מען פירט זיך אויסצושאקלען די קליידער ביי תשליך, אראפצושאקלען די קליפות וואס קלעבן זיך אהן דורך די עבירות.

פון אריז"ל ווערט געברענגט אז מען זאל אפשאקלען די עק פון די ציצית.

שטייט פון אריז"ל אז ווען מען זאגט תשליך זאל מען אינזין האבן אז דער אייבערשטער זאל אוועקווארפן אלע עבירות און אויך די אלע מקטריגים זאלן אריינגעווארפן ווערן אין די טיפעניש פון דעם ים פון הימל.


דער טעם פארוואס אנהייב פון חודש אלול געפאלט אייביג אויס אין פרשת שופטים, ווייל חודש אלול איז די צייט פון תשובה וואס יעדער איד דארף אריינקוקן אין זיך, זעהן וואס מען דארף פארעכטן, איז דאס ערשטע און דער אנהייב פון תשובה, אז מען זאל שטעלן אויף'ן מויל, אויף די אויגן, און אויף די אויערן, ריכטיגע ריכטערס, דאס מיינט, אז מען זאל אכטונג געבן אויף זיי נישט צו רעדן, נישט צו זעהן און נישט צו הערן נאר וואס מען מעג, און אויב טרעפט זיך אז מען האט פארגעסן און מען האט יא גערעדט אדער געזעהן און געהערט וואס מען האט נישט געטארט, זאל מען זיך באשטראפן מיט א קנס ווי למשל געבן צדקה וכדו', אזוי וועט מען שוין מער אכטונג געבן אויף זיך. אין פרשת שופטים שטייט "שופטים ושוטרים תתן לך" קען מען טייטשן, "שופטים ושוטרים תתן לך" דו זאלסט זיך אליין מאכען פאר א שופט און א שוטר, דאס הייסט אז דו זאלסט זיך אליין באשטראפן, אויב דו פירסט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און אזוי וועסטו תשובה טוהן ווי עס דארף צו זיין דעריבער לייענט מען די פרשה אנהייב חודש אלול וואס דאס איז א חודש פון תשובה.
(בני יששכר)

דער אייבערשטער מיט זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס ער האט אויף זיינע געטרייע אידישע קינדער, ווארט און האפט און קוקט ארויס אז זיי זאלן תשובה טוהן און זיך אומקערן צוריק צו איהם, דערפאר ווען עס קומט דער חודש פון תשובה טוט דער אייבערשטער אריינברענגן און אריינדרינגן אין יעדן יודיש הארץ א פארכט און א מורא פון דעם אייבערשטן, מען זוכט ווי אזוי צו פארעכטן וואס מען האט ביז היינט נישט גוט געטוהן. דאס לערנען אונז חז"ל, אז דער פסוק: "אריה שאג מי לא יירא", (ווען א לייב שרייט ווער האט נישט קיין מורא, און זיין הארץ צעגייט נישט פאר פחד?!) איז מרמז אויף די הייליגע טעג, ווייל "אריה" איז ראשי תיבות א'לול, ר'אש השנה, י'ום הכפורים, ה'ושענא רבה. דאס ווייזט אז אין די פיר צייטן איז יעדן איד'ס הארץ פול מיט מורא און פחד פון דעם אייבערשטן און מען טוט תשובה מיט'ן גאנצן הארץ און מען פארעכט די מעשים פון א גאנץ יאהר.
(בני יששכר חודש אלול)

עס שטייט אין פסוק "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי מָה אֶתבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", מיר ווייסן דאך אז ווען עס קומט חודש אלול, טוט מען תשובה, אבער דער ריכטיגער וועג איז אז א גאנץ יאהר זאל מען אכטונג געבן אויף זיך, נישט געשטרויכלט צו ווערן אין קיין שום עבירה, נאר שטענדיג צו דינען דער אייבערשטן און אויספאלגן די הייליגע תורה און וואס די חכמים לערנען אונז. "תמוז און אב" וואס זיי זענען די שוואכסטער חדשים פונ'ם יאהר ווערן אנגערופן "עֵינָי". דער מזל פון חודש אלול איז "בתולה". יעצט קען מען פארשטיין די רמז אין פסוק: "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי", אויב מען פירט זיך אויף אפילו אין די צוויי חדשים לויט'ן בונד, לויט די געזעצן און אנווייזונגן פון די תורה הקדושה, דעמאלס "מָה אֶתְבּוֹנָן עַל בְּתוּלָה", דארף מען נישט אסאך אריינקלערן ווי אזוי תשובה צו טוהן ווען חודש אלול קומט, ווייל מען איז שוין צוגעגרייט פון פריער.
(עבודת ישראל לט"ו באב)



ראש השנה: "ראש השנה" איז בגמטריא "בית המקדש", מרמז צו זיין אז דער עיקר וואס א מענטש דארף בעטן ראש השנה איז, אז דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן און אויפבויען די בית המקדש במהרה בימינו.
(ספרים)

שנהיה לראש ולא לזנב: פון'ם רבי'ן פון לובלין זי"ע ווערט געברענגט: אז ווען מען עסט דעם קאפ, און מען זאגט "יהי רצון שנהיה לראש" זאל מען אינזינען האבן און מתפלל זיין אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין תלמידים און באהאפטן צו דעם צדיק הדור, וואס ווערט אנגערופן: "ראש".

שנהיה לראש ולא לזנב: דאס ווארט "לראש" איז ראשי תיבות ל'עשות ר'צון א'בינו ש'בשמים.
(בשם הרה"ק מדז'יקוב זללה"ה)

שירבו זכיותינו: ווי אזוי קען א מענטש בעטן צו פארמערן זיינע זכותים? נאר מיר בעטן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו טוהן תשובה מאהבה. וואס דעמאלטס ווערן די עבירות במזיד איבער געקערט אויף "זכותים".
(תורת חיים)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים... למענך אלקים חיים: אונזער געבעט איז: "זכרנו לחיים" מיר זאלן זוכה זיין צו אזא סארט לעבן וואס: "מלך חפץ בחיים" וואס דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן לעבן, דאס הייסט נאר מיט תורה ומצוות "למענך אלקים חיים" און דאס לעבן זאל זיין נאר פאר דעם אייבערשטן.
(ספר החיים - אחי המהר"ל)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וגו' למענך אלוקים חיים: דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע פלעגט כסדר מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און ער פלעגט זאגן "רבונו של עולם, דער גאנצע זאך וואס כלל ישראל דארף פרנסה, און אלעס גוט'ס, איז נאר כדי אויפצוהאדעווען ערליכע יודישע דורות, זיי צו קענען שיקן לערנען, צו מענג זיין דעם הייליגן שבת, צו קענען געבן צדקה, און צו קענען מקיים זיין אלע דיינע הייליגע מצוות, אויב אזוי אוודאי זאלסטו זיי העלפן". אויף דעם האט דער הייליגער רבי דוד משה מטשורטקוב זצ"ל געטייטשט, מיר בעטן "זכרינו לחיים וגו'" אלעס נאר ווייל "למענך אלקים חיים" אלעס דארף מען נאר פאר דיינעט וועגן, דאס הייסט, צו טוהן מצוות ומעשים טובים.

אבינו מלכנו כתבנו בספר פרנסה וכלכלה: מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן: "אבינו מלכנו כתבנו" שרייב אונז אריין "בספר" אז מיר זאלן קענען לערנען תורה, אבער צו דעם האבן מיר אויך שטארק נויטיג "פרנסה וכלכלה" פרנסה מיט אלע געברויך. ווייל אנדערש וועלן מיר נישט קענען לערנען קיין תורה.
(תפארת שלמה)

אשרי איש שלא ישכחך ובן אדם יתאמץ בך: דאס ווארט "איש" איז מרמז אויף צדיקים, און "בן אדם" איז מרמז אויף פראסטע מענטשן. "אשרי איש", וואויל איז פאר דער חשוב'ער מענטש "שלא ישכחך", וואס פארגעסט דיך קיינמאהל נישט. "ובן אדם", אבער דער פראסטער מענטש "יתאמץ", שטארקט זיך אין תשובה, "בך" - מיט די כ"ב (22) אותיות פון די הייליגע תורה.
(קדושת לוי)

אז ירננו עצי היער מלפני ה' כי בא לשפוט את הארץ: אויב א מענטש וויל וויסן א גוטע סגולה ווי אזוי ער וועט קענען ארויסגיין זכאי בדין, "כי בא לשפוט את הארץ" ראש השנה, וואס דעמאלס משפט דער אייבערשטער דער גאנצע וועלט, "אז ירננו" זאל ער זינגן שירות ותשבחות פאר'ן אייבערשטן.
(ספה"ק)

המלך: דער הייליגער רבי אהרן הגדול פון קארלין זי"ע האט אמאהל גע'חלש'ט ווען ער האט געזאגט "המלך". שפעטער ווען מען האט איהם געפרעגט וואס דאס איז געווען, האט ער גענפערט, אז ער האט זיך דערמאנט אין די גמרא גיטין דף נ"ו, וואס דער גמרא דערציילט, אז ווען מען האט ארויסגעטראגן ר' יוחנן בן זכאי פון ירושלים, כדי צו רעדען צו אספסיינוס קיסר, האט ער געזאגט "שלמא עלך מלכא" פרידען איז צו דיר קעניג, האט אִספַסיָינוּס קיסר געזאגט "דו ביסט מחויב מיתה, ווייל אויב איך בין יא א קעניג, פארוואס ביסטו נישט געקומען ביז יעצט", אזוי אויך האט דער הייליגער קארלינער געזאגט: "ווען איך האב געזאגט המלך, האב איך געטראכט די זעלבע וועגן מיר, אז דער טענה איז דאך אסאך אסאך מער לגבי דער מלך מלכי המלכים "ווי בין איך געווען ביז יעצט ?"

כי עמך הסליחה למען תורא: א מענטש וואס האט עבירות, ווייסט גארנישט וואס עס מיינט "יראת שמים" ווייל עס איז דא א מחיצה צווישן איהם און דעם אייבערשטן, אבער ווען מען נעמט אוועק זיינע עבירות פארשטייט ער שוין וואס עס מיינט "יראת שמים" דאס איז פשט, "כי עמך הסליחה" דו טוסט אונז מוחל זיין, "למען תורא" כדי אז מען זאל מורא האבן פון דיר.
(הרה"ק רבי מרדכי מלכוביץ זי"ע)

ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון: עס איז שווער צו פארשטיין, פארוואס דארפן די מלאכים ציטערן, איז דען ביי זיי דא עבירות? נאר דער אייבערשטער וויל אז די מלאכים זאלן רעדן גוטס פאר די אידן, די מלאכים ווייסן אז דאס איז דער ווילן פון באשעפער, דערפאר ציטערן זיי, טאמער זיי וועלן נישט אויספיהרן די ארבעט פון רעדן גוטס, ווי עס דארף צו זיין.
(השר שלום מבעלזא זי"ע)

ובכן צדיקים יראו וישמחו: עס איז דא זייער א גרויסע חילוק, צווישן יראת שמים, און אנדערע מיני יראות, אלע אנדערע מיני יראות, ברענגט צו דאגה, אבער יראת שמים, איז פונקט פאקערט, אויב מען האט יראת שמים ברענגט דאס צו שמחה. דאס איז דער פשט, "ובכן צדיקים יראו" ווען די צדיקים האבן מורא פאר'ן אייבערשטן, "וישמחו" קומען זיי צו, צו שמחה.
(תפארת שלמה)

איינער פון די צדיקים טייטשן "ובכן צדיקים וגו'" ווען צדיקים פרייען זיך, זיי טאנצן, און זיי זינגן פאר'ן אייבערשטן, אפילו דעמאלס איז נאך אלץ, "יראו" זענען זיי פיל מיט פחד און מורא פאר'ן אייבערשטן.

באין מליץ יושר מול מגיד פשע: דער עיקר וואס א מענטש דארף טראכטן ווען ער טוט תשובה, איז איינצוזעהן זיין נידריגקייט, און דאס וועט זיין פאר איהם א "מליץ יושר". "באין", ווען א מענטש האלט זיך נידריג אזוי ווי גארנישט, "מליץ יושר", דאס אליין איז שוין פאר איהם א מליץ יושר, "מול מגיד פשע", קעגן דעם שטן, וואס רעדט שלעכטס.
(קדושת לוי)

וצונו לשמוע קול שופר: דער גמרא אין ראש השנה דף ט"ז ע"א, פרעגט, למה תוקעין בראש השנה, פארוואס בלאזט מען שופר ראש השנה? ענפערט אויף דעם די גמרא ? רחמנא אמר תקעו, וואס הייסט פארוואס מען בלאזט? ווייל די תורה האט געהייסן בלאזן ! האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע געטייטשט דער גמרא אזוי, וועלעכע כוונה דארף מען האבן ביים בלאזן, איז די תירוץ "רחמנא אמר תקעו" אז דער הייליגער באשעפער האט געהייסן בלאזן.

אשרי העם יודעי תרועה: דער גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז תקיעת שופר איז "חכמה ואינה מלאכה" האט אויף דעם דער הייליגער רבי ר' ברוך ממז'בוז' זי"ע געטייטשט, אז חז"ל האבן אונז מיט דעם געלערנט, וואס עס איז דער עיקר פון תקיעת שופר, דער עיקר איז די "חכמה" דאס מיינט די רוחניות'דיגע כוונה פון שופר, אבער סתם געבלאזן איז גארנישט ווערט.

לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלוקיו עמו ותרועת מלך בו: דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט טייטשן, "לא הביט און ביעקב וגו'" דער וואס זעהט נישט קיין שלעכטס אין יודישע קינדער, נאר אייביג זיכט ער גוטס אויף די יודישע קינדער, אייביג איז ער זיי דן לכף זכות, פאר אזא איינער איז "ה' אלוקיו עמו" דער אייבעשרטער איז מיט איהם.

כי זוכר כל הנשכחות אתה הוא מעולם: "זוכר" דער אייבערשטער געדענקט, "כל הנשכחות" דאס וואס דער מענטש פארגעסט. אויב דער מענטש פארגעסט זיינע עבירות און ער טוט נישט כסדר תשובה אויף זיי, געדענקט זיי דער אייבערשטער. און אויב דער מענטש געדענקט זיינע עבירות, און ער טוט כסדר תשובה אויף זיי, דעמאלס פארגעסט זיי דער אייבערשטער, און ער איז איהם מוחל אויף די עבירות. דער זעלבע איז ביי מצוות, אויב א מענטש געדענקט זיינע מצוות, דאס הייסט ער האלט זיך גרויס וועגן זיינע מצוות, דעמאלס פארגעסט כביכול דער אייבערשטער פון זיי, אבער אויב א מענטש פארגעסט זיינע מצוות, דאס הייסט ער האלט נישט אז ער האט בכלל געטוהן א מצוה, דעמאלס, געדענקט זיי דער אייבערשטער, און גיבט איהם שכר. (הרה"ק מריז'ין זי"ע)

ויהי קול השופר הולך וחזק מאד: דער קול השופר העלפט אז מען זאל קענען מקיים זיין תורה ומצוות ווי עס דארף צו זיין, "ויהי קול השופר הולך", דורך דעם קול השופר, ווערט מען א הולך, דאס הייסט א הולך בדרכי ה', "וחזק מאוד" עס וועט דיר אויך מחזק זיין, צו קענען ביישטיין דעם יצר הרע.
(תפארת שלמה)

תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו כי חוק לישראל הוא משפט לאלוקי יעקב: "חוק" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסן נישט דעם טעם, "משפט" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסן יא דעם טעם, "תקעו בחודש שופר וגו' כי חוק לישראל הוא" ביי אונז איז דאס טאקע א חוק מיר פארשטייען נישט דעם טעם דערפון, אבער "משפט לאלוקי יעקב" ביים באשעפער איז דאס א משפט, די באשעפער ווייסט דאך יא דעם טעם דערפון.
(תפארת שלמה)


הטוב ומטיב לרעים ולטובים: לכאורה וואלט דאך געדארפט קודם שטיין "לטובים" און נאכדעהם "אפילו לרעים", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי הערשל זידיטשובער זי"ע, "הטוב ומטיב לרעים" דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב פאר דעם וואס האלט זיך פאר א בעל עבירה, ווייל א ענו האלט אייביג אז ער איז שלעכט. "ולטובים" און אפילו אזעלעכע מענטשן וואס האלטן זיך גרויס, אז זיי זענען גרויסע צדיקים, איז דער אייבערשטער אויך א טוב ומטיב.

הטוב ומטיב לרעים ולטובים: דער הייליגער רבי ר' בונם האט אזוי געטייטשט, לרעים ולטובים, אפילו אזעלעכע מענטשן וואס אמאהל זענען זיי שלעכט, און אמאהל זענען זיי גוט, איז דער אייבערשטער פאר זיי אויך א טוב ומטיב.

עלה אלוקים בתרועה: "תרועה" איז א לשון פון פריינדשאפט. דער פסוק איז מרמז, אז מען קען נישט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון דעם הייליגן טאג, נאר דורך אחדות און פריינדשאפט צווישן אידן.
(בית אהרן - קארלין)


והעברת שופר תרועה בחודש השביעי: ו'העברת ש'ופר ת'רועה ב'חודש ה'שביעי, איז ראשי תיבות "תשובה". צו ווייזן אז דער עיקר פון בלאזן שופר, איז כדי נתעורר צו ווערן צו תשובה.
(חסד לאברהם)

מלכיות זכרונות שופרות: "שופרות" מען בלאזט מיט א שופר "זכרונות" כדי אז מען זאל געדענקן "מלכיות" אז דער הייליגער באשעפער איז דער קעניג פון דער גאנצער וועלט.
(ספרים)

תקיעה שברים תרועה: "תקיעה שברים תרועה" איז בגימטריא: "אבות אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד". דאס איז א רמז אז דורך תקיעת שופר ווערט אויפגעוועקט דער זכות פון די זיבן פאסטאכער וואס ווערן אנגערופן "אבות".
(ארן עדות)

שופר: מען זאגט נאך פון הרה"ק ר' יושע מבעלזא זי"ע, אז ער האט אמאל געזאגט "ווי אזוי קענען מיר דען אנכאפן אין האנט דעם שופר פון גרויס ציטערניש פון דעם הייליגן טאג? נאר וויבאלד חז"ל האבן מתקן געווען צו בלאזן שופר א גאנצן חודש פריער, געוויינען מיר זיך אביסל צו, צו די הייליגע עבודה"!

שופר: די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה (ט"ז.) "אז דערפאר בלאזט מען די תקיעות סיי ווען מען זיצט און סיי ווען מען שטייט, כדי צו פארמישן דעם "שטן". איז רש"י מפרש: "אז דער שטן ווערט צומישט ווען ער זעהט אז די אידן האבן אזוי שטארק ליב די מצוות". דער בעל הפלאה זצ"ל גיבט דאס צו פארשטיין אזוי: תקיעת שופר איז געמאכט צו אויפוועקן די אידן תשובה צו טוהן. און ווען די אידן בלאזן איבער נאכאמאהל און נאכאמאהל, ווייזן זיי דערמיט אז זיי טוהן תשובה דורך אהבה. און תשובה מאהבה דרייט איבער די אלע עבירות אויף "זכיות". דערפאר ווערט דער שטן צומישט און איז נישט מקטרג אויף אזוי פיהל עבירות, ווייל ווי מער עבירות ער וועט אויסרעכענען אלץ מער זכויות וועלן די אידן באקומען! דער רבי ר' בונם פון פשיסכא זי"ע איז דאס מסביר אויף דעם אופן: דער עיקר תירוץ וואס א איד האט פארוואס ער האט נישט געדינט דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, איז ווייל ער איז געווען פַארְפְּלָאגְט און באשעפטיגט אין פרנסה. וואס דורך דעם איז ער נישט געווען רוהיג צו לערנען און טוהן מצוות. דער שטן אבער, טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ. א איד דארף האבן מסירות נפש און נישט קוקן אויף קיין שום שטערונג. אבער ווען מיר בלאזן שופר, און דער שטן ווערט צומישט פון אזוי פיהל תקיעות און ער הערט אויף צו רעדן שלעכטס, זעהט ער אליין איין, אז ווען מען ווערט צומישט איז נישט מעגליך אויסצופיהרן די ארבעט ווי עס דארף צו זיין.

שופר: עס שטייט אין תהלים קאפיטל קכ"ו, "אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה". (דעמאלטס ווען משיח וועט קומען, וועט אנגעפוהלט ווערן אונזער מויל מיט געלעכטער און אונזער צינג מיט געזאנג) . די ווערטער זענען ראשי תיבות "שופר". מרמז צו זיין, אז ווען משיח וועט קומען וועט מען בלאזן שופר אין די זכות וואס מיר בלאזן היינט שופר אין ראש השנה.
(מהר"ש מבעלזא)

דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין הלכות תשובה (פ"ג ה"ד) "אף על פי שתקיעת שופר בראש השנה גזירת המלך הוא, רמז יש בו כלומר עורו ישנים משינתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם וחפשו במעשיכם וחזרו בתשובה וזכרו בוראכם" - "כאטשיג אז בלאזן שופר ראש השנה איז א גזירה פון די פסוק אן קיין טעם, איז אבער דא א רמז אין דעם, עס מיינט צו זאגן, וועקט אייך אויף שלאפעדיגע פון אייער שלאף, און פארדרימלטע וועקט אייך אויף פון אייער דרימל, און באקוקט אייערע מעשים, און קערט אייך צוריק מיט תשובה, און געדענקט אייער באשעפער".

דער של"ה הקדוש שרייבט אז די תקיעות פון תשר"ת איז מרמז ווי פאלגענד: די ערשטע "תקיעה" איז גלייך, אז דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש גלייך, אבער אויב ח"ו דער מענטש זינדיגט ווערט זיין נשמה קראנק, אויף דעם קרעכט'ס מען ווי א "שברים" אזוי ווי מ'קרעכטסט אויף קראנקע מענטשן, און אויב ח"ו ער איז געווארן נאך ערגער, און זיין נשמה ווערט ווי געשטארבן דארף מען שוין וויינען מיט א "תרועה" אזוי ווי מ'וויינט אויף טויטע מענטשן, אבער אז דער מענטש וועט טאקע קרעכצן און וויינען און תשובה טוהן וועט זיין נשמה ווערן אויסגעהיילט און ער וועט ווערן צוריק גלייך ווי א "תקיעה" אזוי זאל א מענטש טראכטן גאנץ חודש אלול ווען ער הערט די תקיעות און שטיין מיט גרויס פארכט און זיך מתודה זיין און תשובה טוהן. אויך ראש השנה זאל ער אריין קלערן אין דעם נאך איידער ער גייט אריין אין די טיפע סודות פונ'ם שופר.

דער בעל תוקע דארף זיין א תלמיד חכם כדי אז אויב עס מאכט זיך א שאלה אינמיטן בלאזן זאל ער וויסן וואס צו טוהן, אויך דארף ער וויסן ווי אזוי בודק צו זיין דער שופר צו עס איז כשר. אויב מען טרעפט נישט קיין בעל תוקע א תלמיד חכם, זאל מען כאטש אויפזיכען א בעל מקרא, (דאס מיינט דער מענטש וואס זאגט פאהר וואס צו בלאזן), וואס זאל זיין א תלמיד חכם.

מען דארף אינזין האבן צו הערן און יוצא זיין די מצוה פון תקיעת שופר. איינער וואס איז ראוי זאל אויך מכווין זיין די כוונות פון תקיעת שופר. ווי פריער דערמאנט דארף מען אויך טרעפן א בעל תוקע, אדער עכ"פ א בעל מקרא, וואס זאל קענען כוונות התקיעות. אבער אין אמת'ן זאגט די הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע אז די עיקר כוונה פון תקיעת שופר איז וואס די גמרא זאגט "רחמנא אמר תקעו" דאס הייסט אז מען זאל טראכטן אז מען טוט דעם רצון ה' פון בלאזן שופר.

די מצוה פון תקיעת שופר איז גאר א געהויבענע און חשוב'ער מצוה, עס זענען באהאלטן אין דעם סודות און כוונות וואס ערליכע אידן, צדיקי אמת, האבן אינזינען, אבער אין הימל האט אויך א גרויס חשיבות ווען מען איז מקיים די מצוה מיט די פשוט'ע כוונה, בלויז ווייל מען וויל מקיים זיין די מצוה וואס דער אייבערשטער האט אונז געהייסן בלאזן שופר, און דערפאר טוען מיר זיין רצון און מיר בלאזן שופר.
מאור ושמש

לכתחלה זאל מען לייגן דעם שופר ביי דעם רעכטע זייט פון מויל, אבער אויב דער בעל תוקע ווייסט נאר ווי אזוי צו בלאזן ביים לינקע זייט פון מויל, איז דאס אויך כשר, און בפרט פאר איינער וואס איז א געלינקטע.

דער טעם פארוואס ווען מען בלאזט שופר האלט מען דעם שופר ביי די רעכטע זייט פונ'ם מויל, איז ווייל עס שטייט אין פסוק: "והשטן עומד על ימינו לשטנו" דער שטן שטייט אויף די רעכטע זייט מקטרג צו זיין, דערפאר בלאזט מען אויף די רעכטע זייט, אז דער שטן זאל נישט קענען מקטרג זיין.

בשעת'ן בלאזן שופר זאל דער אויבערשטער חלק פונ'ם שופר זיין ארויף, ווייל עס שטייט אין פסוק "עלה אלוקים בתרועה".
רמ"א סי' תקפ"ה ס"ב

מען קען יוצא זיין תקיעת שופר פון סיי וועלכע שופר פון כבשים ועיזים, אבער מצוה מן המובחר איז צו נעמען א שופר של איל כדי מעורר צו זיין דעם זכות פון "עקידת יצחק" ווייל דער רבונו של עולם זאגט: "תקעו לפני בשופר של איל, כדי שאזכור לכם עקידתו של יצחק, ומעלה אני עליכם כאלו עקדתם עצמכם לפני" בלאז פאר מיר מיט א שופר פון א "וויעדער" כדי אז איך זאל דערמאנען פאר אייך דעם "עקידת יצחק" און איך וועל דאס פארעכענען פאר אייך, אזוי ווי איר אליין האט זיך געלאזט שחט'ן (בונדען) פאר מיר.

עס איז א מצוה צו נעמען א שופר וואס איז איינגעבויגן מרמז צו זיין אז די יודען זאלן בייגן זייערע הערצער צו אונזער טאטע אין הימל.

געווענדליך ביי אלע מצוות וואס זענען "חובת היום" ווי למשל ד' מינים וכדו' איז מען מחמיר נישט צו עסן פאר'ן מקיים זיין דעם מצוה, אבער ביי תקיעת שופר, וויבאלד מען בלאזט ערשט נאך חצות, פירן זיך אסאך מענטשן מקיל צו זיין און זיי עסן פאר תקיעת שופר. עס זענען דא וואס פירן זיך צו מאכען קידוש, אנדערע פירן זיך אבער, נישט צו מאכען קידוש ביז נאך די תקיעות, און זיי עסן אהן קידוש.

אין אמת'ן וואלט מען געווען מחויב צו בלאזן שופר באלד אינדערפרי, ווייל מען דארף זיך צוּאֵיילֶן צו טוהן מצוות. נאר מען בלאזט שופר פאר מוסף, וועגן א מעשה וואס איז געשעהן. איינמאהל האט מען געבלאזן שופר גלייך אינדערפרי, און די גוים האבן געמיינט אז די אידן האבן אויסגערופן א מלחמה קעגן זיי, ווייל ביי מלחמות פלעגט מען בלאזן שופר. זענען די גוים אויפגעשטאנען קעגן זיי און אויסגעהרג'עט אסאך פון זיי, דערפאר האט מען באשטימט צו בלאזן שופר פאר מוסף. און ווען די גוים וועלן זעהן אז צום ערשט ליינט מען קריאת שמע און מען דאווענט און מען ליינט די תורה, וועלן זיי פארשטיין אז דאס איז א טייל פון די דאווענען און נישט קיין אויסרוף פון מלחמה.
(תוספות ר"ה לב ע"ב בשם הירושלמי)


מען באהאלט דעם שופר
בשעת מען זאגט די ברכות פון שופר באהאלט מען דעם שופר, דער טעם איז ווייל בשעת אברהם אבינו האט געבויעט דער מזבח האט ער באהאלטן יצחק כדי דער שטן זאל נישט קענען ווארפן א שטיין אויף יצחק און איהם מאכן פאר א בעל מום. און וויבאלד מיר בלאזן שופר פון אן "איל" וואס איז א זכר אויף עקידת יצחק, דערפאר פארדעקט מען דעם שופר ביז מען בלאזט דערמיט.
אלף המגן סי' תקפ"ה אות ז'

פאר'ן בלאזן זאגט מען 7 מאל דאס קאפיטל "למנצח לבני קרח וכו'" ווייל דעם מזמור פלעגן די לויים זינגן אין בית המקדש בשעת די עבודה ראש השנה, דערפאר זאגט מען דעם מזמור ראש השנה.

מען זאגט דעם קאפיטל זיבן מאהל ווייל די צאל ווערטער ווען מען זאגט זיבן מאל דעם מזמור אינאיינעם מיט די ווערטער פון די פסוקים פון "מן המצר" ביז "ומשפטיך למדני" באטרעפט פינף הונדערט מיט זיבן און אכציג פונקט דאס זעלבע ווי דאס ווארט "שופר" מיטן כולל.

אויך ווערט דערמאנט אין דעם קאפיטל 7 מאהל דעם ווארט "אלוקים" וואס דאס איז מרמז אויף דעם מדת הדין, און דורך'ן זאגן איז מען מבטל אלע דינים, און דער מדת הדין ווערט איבערגעדרייט אויף מדת הרחמים.

מן המצר
מיר זאגן זיבן פסוקים פון רחמים, פון מן המצר וגו', און דערנאך נאך זעקס פסוקים וואס די ראשי תיבות פון אנהייב די פסוקים זענען "קרע שטן" דאס מיינט אז מען איז מעורר מיט די פסוקים אז אין זכות פון די מצוה פון תקיעת שופר זאל דער כח פון שטן צוריסן ווערן.

די ברכות פון תקיעת שופר גייען ארויף אויף אלע 100 קולות. וועגן דעם זאל מען נישט אויסרעדען ביז נאך מען האט שוין געהערט אלע תקיעות, אבער בדיעבד אויב מען האט אויסגערעדט דארף מען נישט מאכען נאך א ברכה.

אינמיטן די ערשטע 30 קולות דארף מען נאך מער מקפיד זיין נישט אויסצורעדען, וועגן דעם איז דא וואס פירן זיך נישט צו זאגן דעם "יהי רצון" וואס עס שטייט אין די מחזורים נאך יעדער סדר (צווישן תשר"ת תש"ת תר"ת) און מען האט נאר אינזינען די ווערטער. אבער אנדערע פירן זיך דאס יא צו זאגן.

מען דארף הערן יעדער תקיעה פון אנהייב ביז'ן סוף, וועגן דעם אויב מען האט נישט געהערט דעם גאנצן תקיעה, אפילו מען האט געהערט א שיעור תקיעה, ווי למשל אויב מען איז ארויסגעגאנגן ביים סוף פון'ם לעצטן תקיעה, אדער מען איז אריינגעקומען ווען מען האט שוין אנגעהויבן צו בלאזן דעם ערשטן תקיעה, איז מען לויט רוב פוסקים נישט יוצא.

וועגן דעם דארף מען זיין געווארענט נישט צו היסן אדער מאכען קיין גערידער אינמיטן די תקיעות, כדי אז מען זאל קענען הערן יעדע קול פון אנהייב ביז'ן סוף. מען דארף טאקע זיין געווארענט אנצוזאגן די קינדער אז מען זאל זיין שטיל פון אנהייב ביז'ן סוף. די קליינע קינדער וואס מען קען נישט האלטן שטיל אזא לאנגע צייט, זאל מען בכלל נישט ברענגן אין שוהל.

אויב מען בלאזט פאר א יחיד וואס קען נישט קומען אין שוהל, זאל מען נישט בלאזן די ערשטע 3 שעה פונ'ם טאג ווייל די ערשטע 3 שעה פון טאג זענען א צייט פון דינים. צו מען זאל מאכען א ברכה פאר א יחיד, ווענדט זיך פאר וועמען מען בלאזט. אויב מען בלאזט פאר א מאן, קען דער בעל תוקע מאכען דעם ברכה, אפילו ער האט שוין יוצא געווען, אבער אויב ער בלאזט פאר א פרוי, טאהר ער נישט מאכען דעם ברכה ווייל א פרוי איז פטור פון תקיעת שופר אזוי ווי אלע "מצוות עשה שהזמן גרמא", וועגן דעם זאל זי אליין מאכען דעם ברכה.
דער וואס איז געקומען שפעט אין שוהל, און מען האט שוין געמאכט די ברכות, זאל ער אליין מאכן די ברכות צווישן איינער פון די סדרים, און שפעטער נאכ'ן דאווענען זאל ער משלים זיין די תקיעות.

עס איז נישט קיין חילוק וועלכע מין קול עס קומט ארויס פון דעם שופר, צו עס איז א דינע קול אדער א דיקע קול, יעדע מין קול השופר איז כשר.

דער טעם פארוואס מען מאכט א ברכה: "לשמוע קול שופר" (צו הערן) און נישט "לתקוע שופר" (צו בלאזן שופר), ווייל דער עיקר פון די מצוה איז נישט צו בלאזן נאר צו הערן, און אויב מען בלאזט און מען הערט נישט איז מען נישט יוצא.
(טור)

רבי סעדי-ה גאון זצ"ל, זאגט צעהן טעמים אויף תקיעת שופר:

1) ווייל ראש השנה איז דער טאג וואס דער אייבערשטער איז געווארן קעניג אויף דער וועלט. און פאר קעניגן בלאזט מען מיט טראמפייטערס ווען זיי ווערן קעניג.

2) ווייל ראש השנה איז דער ערשטער טאג פון עשרת ימי תשובה. וועקט מען אויף מיט דעם די מענטשן זיי זאלן תשובה טוהן.

3) צו דערמאנען פון "קבלת התורה" וואס איז געווען מיט א שטארקן שופר. אזוי ווי עס שטייט: "וקול שופר חזק מאד".

4) צו דערמאנען די מוסר רייד פון די נביאים וואס זענען געגליכען צו א שופר. אזוי ווי עס שטייט: "כשופר הרם קולך".

5) צו דערמאנען פון דעם חורבן בית המקדש, וואס די גוים האבן דעמאלס געבלאזן מיט שופרות. און דורך דעם וועלן מיר בעטן אז דער דריטער בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.

6) אונז צו דערמאנען ווי יצחק האט געהאט מסירות נפש ביי די עקידה, און מיר זאלן אויך האבן מסירות נפש ביי עבודת ה'.

7) אז מיר זאלן זיך שרעקן. ווייל די קול פון א שופר שרעקט איבער א מענטש.

8) צו דערמאנען אז היינט איז דער יום הדין הגדול והנורא, און מיר זאלן מורא האבן.

9) מיר זאלן זיך אריין טראכטן, און גלייבן, ווי אזוי משיח וועט איינזאמלען אלע אידן פון גלות מיט א שופר.

10) אונז צו דערמאנען "תחיית המתים", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "כל יושבי תבל ושכני ארץ כנשא נס הרים תראו וכתקע שופר תשמעו: (ישעיה יח-ג)

מלכיות - זכרונות - שופרות
עס שטייט אין די גמרא ראש השנה דף ט"ז עמוד א' אז דער אייבערשטער זאגט צו די יודישע קינדער: "זאגט'ס פאר מיר ראש השנה פסוקים פון מלכיות, פסוקים פון זכרונות און פסוקים פון שופרות. פסוקים פון מלכיות כדי אז עטס זאלט'ס מיך מאכען קעניגן איבער אייך, און פסוקים פון זכרונות, כדי עטס זאלט'ס געדענקט ווערן פאר מיר, פסוקים פון שופרות ווייל דורך דעם שופר ווערט איר געדענקט ווערן פאר מיר צום גוט'ן".

די משנה זאגט אין פרק ד' אין מסכת ראש השנה, אז מען זאל זאגן צען פסוקים פון מלכיות, צען פסוקים פון זכרונות, און צען פסוקים פון שופרות. די גמרא זאגט אויף דעם דריי טעמים:

1) קעגן די צען הללוהו'ס וואס שטייט אין קאפיטעל ק"נ פון תהילים, וואס דארט שטייט וועגן בלאזן שופר.

2) קעגן די עשרת הדברות וואס ביי מתן תורה האט מען אויך געבלאזן שופר.

3) קעגן די צען מאהל "ויאמר" וואס שטייט ביי בריאת העולם, און ראש השנה איז געענדיגט געווארן דער בריאה.

די צען פסוקים זענען דריי פון תורה דריי פון כתובים און דריי פון נביאים, און די צענטע איז נאך איינס פון תורה. מען זאגט די פסוקים פון כתובים פאר נביאים ווייל די פסוקים פון כתובים זענען פון תהילים וואס דוד המלך האט געמאכט, וואס ער איז עלטער געווען פון רוב נביאים. מען ענדיגט מיט א פסוק פון תורה, ווייל די גמרא זאגט, אז ווער עס ענדיגט מיט תורה דער איז געלויבט.

איידער מען זאגט די פסוקים פון מלכיות זאגט מען "עלינו לשבח" ווייל מיר לויבן דעם אייבערשטן וואס ער האט אונז געגעבן שכל צו נעמען איבער אונז דעם אייבערשטער'ס קעניגרייך.

סדר הקולות
עס שטייט אין פסוק (ויקרא כ"ה-ט): "והעברת שופר תרועה בחדש השביעי בעשור לחדש ביום הכיפורים תעבירו שופר". דאס ווארט "והעברת" און אויך "תעבירו" זאגן חז"ל אז עס מיינט איין לאנגע "תקיעה". און אז עס שטייט דאך "והעברת-תרועה-תעבירו" קומט אויס אז סיי פאר די תרועה און סיי נאך די תרועה דארף מען בלאזן א תקיעה. כאטש דער פסוק שטייט ביי יום כיפור פון יובל, אז ווען עס קומט דער פופציגסטן יאהר, דארף מען בלאזן מיט א שופר ראש השנה, דאך דרש'ענען חז"ל אז עס גייט אויך ארויף אויף ראש השנה.

דאס ווארט "תרועה" ווייסט מען נישט וואס דאס מיינט, צו מיינט דאס אזוי ווי דריי לאנגע קרעכצן, אויף א שטאַטן אויפן, וואס מיר רופן דאס אהן א שברים, אדער מיינט דאס ניין קורצע קרעכצן, אזוי ווי ווען מען וויינט אויף א שנעלן אופן, וואס מיר רופן דאס אהן א תרועה, אדער אפשר מיינט דאס גאהר ביידע, סיי דריי לאנגע קרעכצן און סיי ניין קורצע קרעכצן. וואס ביי אונז איז דאס א שברים תרועה.

דערפאר פיהרט מען זיך צו בלאזן אלע מיני וועגן, כדי צו זיין פארזיכערט אז מען האט געבלאזן דאס וואס די תורה האט געהייסן: מען בלאזט סיי תשר"ת (תקיעה שברים תרועה תקיעה) נאכדעם בלאזט מען תש"ת (תקיעה שברים תקיעה) און נאכדעם בלאזט מען תר"ת (תקיעה תרועה תקיעה) צוזאמען זענען דא 10 קולות.

דאס איז גוט אויב די תורה וואלט געהייסן בלאזן ראש השנה נאר איין מאהל תרועה, אבער וויבאלד די תורה לערנט אונז אז מען דארף בלאזן ראש השנה דריי מאהל תרועה, ווייל עס שטייט ביי יום כיפור פון יובל איין מאהל תרועה, "והעברת שופר תרועה" (פרשת בהר, וואס מיר האבן שוין פריער דערמאנט אז מען לערנט ארויס דעם פסוק אויך אויף ראש השנה), און ביי די פסוקים פון ראש השנה אליינס שטייט נאך צוויי מאהל תרועה, "שבתון זכרון תרועה (פרשת אמור) און יום תרועה יהיה לכם" (פרשת פנחס), וועגן דעם כדי צו זיין פארזיכערט אז מען האט יוצא געווען די מצוות התורה, דארף מען בלאזן 10 קולות פאר יעדע מאהל וואס עס שטייט "תרועה", צוזאמען איז 30 קולות.

למעשה פירן מיר זיך צו בלאזן 30 קולות פאר מוסף. נאכדעם בלאזט מען ביי די שטילע שמונה עשרה פון מוסף 30 קולות, (10 נאך די פסוקים פון מלכיות - 10 נאך די פסוקים פון זכרונות - 10 נאך די פסוקים פון שופרות) נאכדעם בלאזט מען נאך 30 קולות ביי די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, (ביי די זעלבע ערטער) און וויבאלד מיר ווילן משלים זיין צו 100 קולות בלאזט מען נאך 10 קולות ביי די לעצטע קדיש פון מוסף.

תוספות זאגט אין מסכת ראש השנה, אז דער טעם פארוואס מען איז משלים צען קולות, אז עס זאל זיין צוזאמען 100 קולות, איז ווייל ווען מען האט גע'הרג'עט סיסרה, האט זיין מאמע געוויינט הונדערט קרעכצן, וועגן דעם בלאזן מיר הונדרעט קולות, כדי צו מבטל זיין די 100 קרעכצן פון די כח הטומאה.

די תקיעות וואס מען בלאזט איידער מען הייבט אהן צו דאווענען מוסף ווערן אנגערופן "תקיעות דמיושב" (די תקיעות פון זיצן). ווייל אין די צייטן פון חז"ל פלעגט מען זיצן ביי די תקיעות פון פאר מוסף. אבער היינטיגע צייטן האט מען זיך איינגעפיהרט צו שטיין אויך ביי די תקיעות פון פאר מוסף. די תקיעות וואס מען בלאזט אינמיטן מוסף ביי די פסוקים פון "מלכיות, זכרונות, און שופרות" ווערן אנגערופן "תקיעות דמעומד" (די תקיעות פון שטיין). ביי די תקיעות מוז מען שטיין ווייל זיי זענען די עיקר תקיעות. אויך וועט ער מיינען אז דאס איז שוין דער שופר פון משיח וואס איז געקומען אויסלייזן די אידן פון גלות.
(גמרא - רש"י ראש השנה ט"ז:)

חז"ל האבן מתקן געווען אז מען זאל צוויי מאהל בלאזן, כדי צו פארמישן דעם שטן ווען ער וועט זעהן ווי שטארק באליבט די מצוות זענען אויף די אידן.

די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה אזוי: "אמר רבי יצחק, למה תוקעין בראש השנה, למה תוקעין, רחמנה אמר תקעו, תקעו בחודש שופר, אלא למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין, ותוקעין ומריעין כשהן עומדין, כדי לערבב השטן". (ר' יצחק האט געפרעגט: "פארוואס בלאזט מען מיט א שופר ראש השנה?" פרעגט אויף דעם די גמרא: "וואס הייסט פארוואס מען בלאזט, די תורה האט דאך געהייסן בלאזן, ווי עס שטייט אין די תורה: "תקעו בחודש שופר," ענטפערט די גמרא: "ר' יצחק האט געמיינט צו פרעגן פארוואס מען בלאזט צוויי מאהל, איין מאהל ווען מען זיצט (תקיעות דמיושב) און איין מאהל ווען מען שטייט (תקיעות דמעומד)" ענטפערט די גמרא: "כדי צו פארטומלען און צומישן דעם שטן, אז ער זאל נישט קענען מקטרג זיין".

דרשה לתקיעת שופר
עס איז דא א מנהג אין אסאך ערטער אז פאר תקיעת שופר זאגט די רב א דרשה, און איז מעורר לתשובה.

שופר בשבת
דערפאר בלאזט מען נישט קיין שופר אום שבת, ווייל חז"ל האבן חושש געווען אז אזוי ווי די מצוה פון בלאזן שופר דארף דאך יעדער איד מקיים זיין, און נישט יעדער קען אליינס בלאזן, קען אמאהל זיין אז מען וועט ארויסטראגן דעם שופר דורך א רשות הרבים, און גיין דערמיט ד' אמות צו א חכם זיך אויסלערנען ווי אזוי צו בלאזן, דערפאר האבן זיי גוזר געווען אז מען טאר נישט בלאזן שבת קיין שופר.




דער מאירי אין חבור התשובה ברענגט אז א יונגער וואלף איז אמאל געקומען צו א אלטן וואלף בעטן ער זאל אים ארויס געבן א תשובה ווייל ער שפירט זיך זייער זינדיג וואס טאג און נאכט שטייט ער אין וואלד און הרגעט אנדערע חיות ער רויבט און גאזעל'ט און ער האט זייער מורא פארן יום הדין, האט דער אלטער וואלף אים גענומען מוסר'ן און לערנען ווי אזוי צו תשובה טוהן און אזוי ווי זיי שטייען און רעדן וועגן תשובה דערזעהט דער יונגער וואלף פון דערווייטנ'ס ווי א שעפעלע שפאצירט זיך זאגט ער צום אלטן וואלף טייערער רבי איך בעט דיר ענדיג אביסל שנעלער דיין מוסר ווייל איך זעה פון דערווייטנ'ס א כשר'ע מציאה און איך בין זייער הונגעריג, אזא פנים האט דער וואס טוהט תשובה מיט'ן מויל און טיף אין הארץ טראכט ער ווייטער צו זינדיגן,

דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט אמאל אינמיטן זאגן סליחות אין די ימי התשובה אפגעשטעלט אלעמען און אויסגעשריגן וואס העלפט צו זאגן די סליחות מיר דארפן דערציילן דעם רבונו של עולם אז מיר האבן געזינדיגט ער ווייסט דאך אלעס אליינס דער עיקר איז נעמען אויף זיך נישט צו זינדיגן מער און תשובה צו טוהן.

א גדול בישראל האט אמאל געזאגט אויב ראש השנה געפאלט אין שבת ווי אזוי מעג מען תשובה טוהן אין שבת, תשובה איז דאך חרטה האט מען דאך דערפון עצבות און שבת טאר מען נישט זיין בעצבות נאר מ'קען זאגן אז פיקוח נפש איז דוחה שבת אויב ער וועט ראש השנה נישט טוהן קיין תשובה איז ער דאך אין א סכנה צו פארלוירן ווערן פון ביידע וועלטן.

דער ווארקער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט א ווערטיל אז ווען ראש השנה געפאלט אין שבת גייט מען נישט צו תשליך ווייל צו תשליך טראגט מען מיט אלע עבירות אריין צו ווארפן אין טייך און שבת טאר מען נישט טראגן.

דער הייליגער בארדיט'שובער זי"ע האט געזאגט אז ווען ראש השנה געפאלט אין שבת איז זייער א גוטן טאג ווייל דער משפט מוז זיכער אויסקומען גוט ווייל שרייבן שבת מעג מען נאר ווען ס'איז פיקוח נפש אויף צו טוהן גוט'ס אבער חלילה פארקערט טאר מען נישט שרייבן אין שבת.

ציפהו לשופר זהב אויב ער האט באדעקט דעם שופר מיט גאלד במקום הנחת פה דארטן ווי ס'גייט אריין אין מויל פסול איז עס פסול דער של"ה הקדוש זאגט אז אויב מ'האט זיך פארזינדיגט פאר א חבר מוז מען אים בעטן מחילה און קיין שום תשובה אין דער וועלט העלפט נישט אפילו ציפהו זהב אפילו ער וועט אים באגיסן מיט גאלד במקום הנחת פה ער מוז אים בעטן מחילה מיטן מויל און דעמאלט וועט ווערן אנגענומען זיין תשובה.

ציפהו לשופר זהב אויב די מויל פון מוסר
זאגער (וואס ער איז אזוי ווי א שופר ווייל ער וועקט אויף צו תשובה טוהן) איז אויב ער איז באדעקט מיט גאלד זיין מוסר זאגן איז א געלט געשעפט ער טוהט דאס פאר פרנסה אזא מוסר זאגער איז פסול ס'איז נישט פון טיפן הארץ.

דער טעם פון תקיעת שופר איז כדי לערבב את השטן כדי דער שטן זאל צומישט ווערן דער רבי ר' בונים פון פשיסחא זי"ע זאגט אז די כוונה דערפון איז צו ווייזן דעם שטן א ביישפיל פון אים אליין אז דו ווערסט צומישט פון אזא קלייניגקייט ווי תקיעות און דו ווייסט נישט וואס טוהט זיך מיט דיר איז וואס ווילסטו פון די אידן וואס גייען שטענדיג ארום מיט צוטומלטע מחשבות פול מיט זארג פרנסה און פארשידענע דאגות ווי אזוי קענסטו בכלל האבן טענות אויף זיי פארוואס זיי פירן זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין

ווען דער רבי ר' העשיל זי"ע איז געווען א קליין קינד האט אים זיין טאטע געטראפן פאר די תקיעות ווי ער שטייט אין א ווינקל און ער עסט האט אים זיין טאטע מוסר געזאגט אויף דעם האט ער צוריק גענטפערט זיין טאטן אז ער עסט כדי דער שטן זאל צומישט ווערן ווען ער וועט זעהן ווי איך עס וועט ער מיינען אז מ'האט שוין געדאוונט .

אין ראש השנה ט"ז שטייט תקעו לפני בשופר של איל בלאזט פאר מיר מיט א שופר פון א ווידער כדי שאזכור לכם כדי איך זאל ענק געדענקן עקידת יצחק די עקידה פון


יצחק האט דער רבי ר' בונים'ס טאטע ר' הירש וואידיסלאווער זי"ע געזאגט אין דער אמת'ן כדי צו דערמאנען די עקידה פון יצחק,וואלט מער געפאסט צו נעמען א מעסער ווי א שופר נאר אין דער אמת'ן מיינען מיר נישט צו דערמאנען די גרויסקייט פון די מעשה אז אברהם האט מסכים געווען און יצחק איז גרייט געווען זיך צו לאזן שעכטן נאר דער עיקר מיינען מיר דא צו זאגן אז דער באשעפער וויל נישט קיין מענט'שליכע קרבנות און ער האט אויפגעטוישט דעם קרבן פון יצחק פאר א איל איז בשעת מיר שטעלן זיך אוועק ראש השנה מתפלל זיין צום אובערשטן בעטן מיר אים ער זאל אונז חלילה נישט שטראפן פאר אונזערע זינד און מיר ווייזן אויפן שופר פון דעם איל אז ער זאל זיך מיט אונז אויך אזוי פירן ווי ער האט זיך געפירט מיט יצחק אבינו.

דער דזיקוב'ער רבי זי"ע האט געזאגט אז א בעל תקיעה איז טייט'ש אז מ'איז א באלעבאס אויף די תקיעה צו בלאזן פון שופר און נישט צו בלאזן פון זיך.

דער הייליגער בארדיט'שובער זי"ע האט אמאל פאר די תקיעות אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געזאגט רבונו של עולם אין דיין תורה האסטו געשריבן יום תרועה יהיה לכם אז מ'זאל בלאזן איינמאל מיטן שופר זאגן די חז"ל אז ס'ווערט דערמאנט דריי מאל די ווארט תרועה און יעדע תרועה דארף באגלייט ווערן מיט א תקיעה פאר דעם און נאכדעם הייסט דאס שוין ניין מאל

און ווייטער איז א ספק אין דעם תרועה צו
ס'איז ווי א שברים בלאזט מען וועגן דעם דריי מאל תשר"ת תש"ת תר"ת איז שוין דא דרייסיג קולות און ביי די שטילע שמונה עשרה נאך דרייסיג איז שוין זעכציג און ביי די הויכע שמונה עשרה נאך דרייסיג איז שוין ניינציג און ביים לעצטן קדיש נאך צעהן איז שוין הונדערט און דאס טוען מיר אלעס פון דעם איינמאל וואס דו האסט געשריבן אין דיין הייליגע תורה און אויף צו מארגנס בלאזן מיר ווידער הונדערט קולות און דאס ווערט איבער געחז'ערט אין די גאנצע וועלט שוין דורי דורות אלע הייליגן דיין נאמען און זענען מקיים דיינע מצות אן קיין שום ספיקות און מ'טוהט אזוי ווי די חכמים האבן געהייסן בעטן מיר דיר רבונו של עולם געב שוין אויך איין תקיעה דעם תקע בשופר גדול לחרותנו און לייז אונז שוין אויס פון דעם ביטערן גלות און שיק שוין דעם גואל צדק אמן.

יהי רצון שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה מ'דארף פארשטיין טובה אליין איז דאך גענוג צו וואס דארף מען צולייגן ומתוקה און א זיסע? הרה"ק ר' שלמה לייב לענט'שער זי"ע זאגט אז אויף א שלעכטע זאך דארף מען אויך זאגן גם זו לטובה בעטן מיר אז די טובה וואס אונז באקומען זאל טאקע זיין ומתוקה אויך זיס.

פארוואס ליינט מען ראש השנה פונקט די מעשה פון הגר און ישמעאל? הרה"ק ר' דוד מלעלוב זי"ע זאגט כדי צו דערמאנען די ווערטער וואס דער מלאך האט געזאגט צו הגר אל תירא כי שמע אלקים אל קול הנער באשר הוא שם אז מ'האט נישט געפאסקנט
ישמעאל לויט זיינע שפעטערע מעשים אזוי ווי די מקטריגים האבן געפאדערט נאר באשר הוא שם אזוי ווי ער איז דעמאלט געווען, אזוי בעטן מיר אויך פון הייליגן באשעפער אפילו דו ווייסט אז נאך ראש השנה וועלן מיר זיך צוריק קערן צום אלטן וועג און ווייטער זינדיגן חס ושלום אבער באהאנדל אונז יעצט אזוי ווי דו האסט באהאנדלט ישמעאל'ן באשר הוא שם יעצט ראש השנה זענען מיר גוט מיר טוהען תשובה פאסקן אונז צו א גוט געבענט'שט יאר.

פארוואס זאגט מען תשליך ביים ים? זאגט דער רבי זיע"א ווייל איינע פון די תנאים פון תשובה איז אז מ'זאל זיך אוועק רייסן פון די טומאה ארט און גיין צו א ארט פון טהרה און מ'וועט אים העלפן צו תשובה טוהן און וואסער איז דאך א מקום טהרה גייט מען צום וואסער זיך דארט מתוודה זיין אויף די עבירות און תשובה טוהן.

דער באשעפער משפט אונז מיט מדת הרחמים ווייל אויב ער וואלט אונז חס ושלום געמשפט מיט מדת הדין וואלט אונז געווען זייער ביטער פארוואס זעצט זיך דער באשעפער בכלל אויפן כסא דין אויב ער האט א כסא רחמים? דער צמח צדיק זי"ע זאגט אז מיט דעם וואס ער זיצט אויפן כסא דין איז גוט פאר די אידן וויל דער באשעפער טראכט ביי זיך איך בין דאך דער בעל הרחמים און דער שטן איז געקומען נאר פאר אפאהר מינוט צו מיר און ער האט מיר דערציילט לשון הרע אויף מיינע טייערע קינדער און איך האב זיך געלאזט איבער רעדן פון אים אזוי שנעל איז מיינע טייערע קינדער וואס קענען זיי טוהן אז דער יצר הרע שטייט זיי אויפן קאפ אגאנצע צייט נישט נאר אפאהר מינוט אזוי ווי ביי מיר זיי קענען דאך אים נישט ביי קומען איז וועגן דעם משפט ער זיי גלייך מיט מדת הרחמים.

דער הייליגער חפץ חיים זאגט א משל אויף דעם וואס ראש השנה בינאכט עסט מען עפל איינגעטונקען אין האניג און מילגרוימען און א ראש כבש, אז אמאל איז א קינד נעבעך געווארן א יתום פון זיין טאטן, און זיין מאמע האט אים געשיקט לערנען אין ישיבה און די מאמע האט נישט געקענט אריבער טראגן דעם צער זיצנדיג א אלמנה אליין איז זי נעבעך אויך נפטר געווארן און דער קינד איז יעצט געבליבן נעבעך אליין אויף דער וועלט אבער ער האט פון גארנישט געוואוסט און ער האט ווייטער געלערנט אין ישיבה און די ראשי ישיבות האבן געטראכט צווישן זיך ווי אזוי קען מען אים איבער געבן די ביטערע בשורה אז זיין מאמע לעבט שוין נישט האבן זיי געטראפן א עצה מ'האט אים גענייט א נייעם שיינעם אנצוג און זיי האבן אריין געלייגט אין טאש א צעטיל און דארט איז געווען געשריבן די ביטערע בשורה און ווען דער קינד האט באקומען דעם אנצוג האט ער זיך זייער געפרייט פארשטייט זיך אז ער האט זיך געפרייט ווייל ער האט נישט געוואוסט וואס ס'איז אים געשריבן אין צעטיל, די זעלבע זעמער אונז מיר פרייען זיך ראש השנה מיט א עפל מיט האניג און מיט מילגרוימען און מיט א קאפ פון א פיש דאס איז אזוי ווי א שיינעם אנצוג אבער ביי יעדן אין טאש ליגט זיין צעטיל אנגעשריבן פון הימל און ווער ווייסט וואס פאר א צעטיל אונז טראגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 17:07 לינק ישיר 



מאירקע

16:54 16/8/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
מאירקע
ווען די רבנים זאלען זעהן וואס דא טוט זיך וואלטען זיי אלע מתיר געווען דעם אינטערנעט מען קען דא ווערין א תלמוד חכם...
kelloggs

ווען דו זאלסט וויסן וויפל רבנים שיקן מיר אריין אין אישי א יישר כח וואלסטו צוגעלייגט א פלייצצע

איך באקום הונדערטער דאנקען און דאס געט דעם מוט יעדן יום טוב צו געבן דעם עולם אין דעם גרוב פון אינטענעץ אביסל הייליגקיים און מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך
וזה שכרי מכל עמלי

יעדער קען ארויס דרוקן און קאפירן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext