בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2004 17:11 לינק ישיר 

א שטיקל גמרא

תַּנְיָא
אָמֵר רַבִּי יְהוּדָה מִשּׁוּם רַבִּי עֲקִיבָא
מִפְנֵי מַה אָמְרָה תּוֹרָה
הֵבִיאוּ עֹמֶר בְּפֶסַח
מִפְנֵי שֶׁהַפֶּסַח זְמַן תְּבוּאָה הוּא
אָמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא
הֵבִיאוּ לְפָנַי עֹמֶר בְּפֶסַח
כְּדֵי שֶׁתִּתְבָּרֵךְ לָכֶם תְּבוּאָה שֶׁבְּשָׂדוֹת
וּמִפְנֵי מַה אָמְרָה תּוֹרָה
הֵבִיאוּ שְׁתֵּי הַלֶּחֶם בַּעֲצֶרֶת
מִפְנֵי שֶׁעֲצֶרֶת זְמַן פֵּרוֹת הָאִילָן הוּא
אָמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא
הֵבִיאוּ לְפָנַי שְׁתֵּי הַלֶּחֶם בַּעֲצֶרֶת
כְּדֵי שֶׁיִּתְבָּרְכוּ לָכֶם פֵּרוֹת הָאִילָן
וּמִפְנֵי מַה אָמְרָה תּוֹרָה
נִסְכוּ מַיִם בְּחַג
אָמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא
נִסְכוּ לְפָנַי מַיִם בְּחַג
כְּדֵי שֶׁיִּתְבָּרְכוּ לָכֶם גִּשְׁמֵי שָׁנָה
וְאִמְרוּ לְפָנַי בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה
מַלְכֻיּוֹת זִכְרוֹנוֹת וְשׁוֹפְרוֹת
מַלְכֻיּוֹת
כְּדֵי שֶׁתַּמְלִיכוּנִי עֲלֵיכֶם
זִכְרוֹנוֹת
כְּדֵי שֶׁיַּעֲלֶה זכרוניכם לְפָנַי לְטוֹבָה
וּבְמַה
בְּשׁוֹפַר
אָמֵר רַבִּי אבהו
לָמָה תוקעין בְּשׁוֹפַר שֶׁל אַיִל
אָמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא
תִּקְעוּ לְפָנַי בְּשׁוֹפַר שֶׁל אַיִל
כְּדֵי שֶׁאֶזְכֹּר לָכֶם עֲקֵדַת יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם
וּמַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם
כְּאִלּוּ עֲקַדְתֶּם עַצְמְכֶם לְפָנַי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 17:12 לינק ישיר 

רבי סעדי-ה גאון זצ"ל, זאגט צעהן טעמים אויף תקיעת שופר:

1) ווייל ראש השנה איז דער טאג וואס דער אייבערשטער איז געווארן קעניג אויף דער וועלט. און פאר קעניגן בלאזט מען מיט טראמפייטערס דעם טאג ווען זיי ווערן קעניג.

2) ווייל ראש השנה איז דער ערשטער טאג פון עשרת ימי תשובה. וועקט מען אויף מיט דעם די מענטשן זיי זאלען תשובה טוהן.

3) צו דערמאנען דעם זכות פון "קבלת התורה" וואס איז געווען מיט א שטארקען שופר. אזוי ווי עס שטייט: "וקול שופר חזק מאד".

4) צו דערמאנען די מוסר רייד פון די נביאים וואס זענען געגליכען צו א שופר. אזוי ווי עס שטייט: "כשופר הרם קולך".

5) צו דערמאנען פון דעם חורבן בית המקדש, וואס די גוים האבן דעמאלס געבלאזען מיט שופרות. און דורך דעם וועלן מיר בעטן אז דער דריטער בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.

6) אונז צו דערמאנען ווי יצחק האט געהאט מסירות נפש ביי די עקידה, און מיר זאלען געהאלפן ווערן און זכות פון די עקידה אויך האבן מסירות נפש ביי עבודת ה'.

7) אז מיר זאלן זיך שרעקן.אין מען זאל תשובה טוהן ווייל די קול פון א שופר שרעקט איבער א מענטש.

8) צו דערמאנען אז עס גייט זיין דער יום הדין הגדול והנורא, ווען משיח וועט קומען און מיר זאלן מורא האבען.

9) מיר זאלן זיך אריין טראכטן, און גלייבען, ווי אזוי משיח וועט איינזאמלען אלע אידן פון גלות מיט א שופר אונץ אויסלייזן במהרה בימנו.

10) אונז צו דערמאנען "תחיית המתים", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "כל יושבי תבל ושכני ארץ כנשא נס הרים תראו וכתקע שופר תשמעו: (ישעיה יח-ג)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:30 לינק ישיר 

בין כסה לעשור


צום גדלי'
ביים חורבן בית ראשון, ווען נבוזראדן האט פארטריבן די אידן אין גלות האט ער איבערגעלאזט אין ארץ ישראל א קליינע צאל אידן ארימעלייט, צו ארבייטן אין די פעלדער לטובת המלך. בפקודת נבוכדנאצר מלך בבל האט מען געשטעלט גדלי' בן אחיקם אלץ מושל איבער די שארית יהודה. ווען דאס איז באקאנט געווארן, זענען אלע אידן וועלכע זענען אנטלאפן בשעת'ן חורבן צו די שכינות'דיגע לענדער ווי עמון, מואב און אדום, און אויך די אלע אידן וועלכע האבן זיך באהאלטן און די פעלדער בשעת'ן חורבן, גלייך צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל, און אזוי האט זיך צוריק אנטוויקלט א שטיקל ישוב אין ארץ ישראל.

בעוה"ר האט די רעגירונג פון גדלי' נישט געהאט קיין קיום מער ווי זעקס וואכן, ביז עס איז אויפגעשטאנען איינער ישמעאל בן נתני', זייענדיג מזרע מלכות בית דוד, האט ער מקנא געווען די מלוכה פון גדלי', און צוזאמען מיט 10 אנדערע מענטשען זענען זיי באפאלן גדלי' מיט זיינע נאנטע מענטשן, און זיי אלע גע'הרג'עט און אנטלאפן קיין ארץ עמון.

נאך די דאזיגע פאסירונג האט דער גאנצער ישוב מורא געהאט אז נבוכדנאצר הרשע וועט זיכער חושד זיין די אידן אז זיי האבן אויסגעפלאנט דאס הרג'ענען פון גדלי', כדי מורד צו זיין אין איהם, דעריבער זענען זיי געגאנגען צו ירמי' הנביא וואס איז געבליבן אין ארץ ישראל נאכ'ן חורבן "ע"פ הדיבור", און געפרעגט וואס מען זאל טוהן. ירמי' הנביא האט זיי געענטפערט אז זיי זאלען בלייבן אין ארץ ישראל און עס וועט זיי גארנישט געשעהן. זיי, וואס האבן נישט געגלייבט זייער נביא, זענען געפארען קיין מצרים, ווי זיי זענען נעבאך אומגעקומען שפעטער דורך נבוכדנצר הרשע.

עס זענען דא וואס זאגן אז מען האט גע'הרג'עט גדלי' בן אחיקם ראש השנה, און מען האט נאר אפגעשטיפט די תענית אויף צומארגענס, אנדערע זאגן אז מען האט איהם טאקע גע'הרג'עט למחרתו של ראש השנה (ג' תשרי).

עשרת ימי תשובה
אין די "עשרת ימי תשובה" ביי שחרית און מנחה זאגט מען אבינו מלכנו, אפילו ס'איז דא א ברית מילה. חוץ עיו"כ, און מנחה ע"ש, און שבת.

ביים בענטשען זענען דא וואס פירן זיך אין די עשרת ימי תשובה צו זאגן: "הרחמן הוא יחדש עלינו את השנה הזה לטובה ולברכה". אנדערע פירן זיך דאס צו זאגן ביז נאך שמיני עצרת.

הנהגות טובות:
וועגן עשרת ימי תשובה דרשנ'ט די גמרא (ר"ה י"ח) דעם פסוק "דרשו ה' בהמצאו", אז אין די טעג הערט דער אייבערשטער צו א תפלת יחיד, פונקט ווי א תפלת רבים א גאנץ יאהר.

אין די עשרת ימי תשובה דארף מען נזהר זיין אפי' אין אזעלכע זאכן וואס א גאנץ יאהר איז דער מענטש זיך מקיל. למשל אויב מאיזה טעם, עסט מען א גאנץ יאהר "פת עכו"ם" זאל מען זיך אין די טעג אנשטרענגען און עסען נאר "פת ישראל". די אחרונים זאגן אז דער טעם דערפון איז ווייל אויב מיר וועלען זיך נוהג זיין במדת חסידות, דאס הייסט "לפנים משורת הדין" וועט דער רבוש"ע אויך זיך מיט אונז פירן במדת החסידות, און דן זיין לפנים משורת הדין, דאס הייסט אז אויב ע"פ דין קומט זיך ח"ו נישט קיין גוטע יאהר, וועט ער דאך געבען א גוט געבענטשט יאהר.

אויך דארף מען פראבירען וואס ווייניגער צו עוסק זיין במסחר, ווי אויך זאל מען זיך שטארק אפגעבען מיט לערנען ספרי מוסר. איידער מען גייט שלאפן זאל מען מאכן א חשבון הנפש און תשובה טוהן אויף אלע נישט גוטע מעשים, כאטש מען דארף דאס טוהן א גאנץ יאהר, אבער אין די טעג דארף מען נאך מער עוסק זיין אין תשובה.

אין די טעג דארף מען מרבה זיין בצדקה. איין טעם ווייל מיר זאגן דאך ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזרה.

נאך א טעם, ווייל אין אמת'ן וואלט מען געדארפט פאסטן אין די עשרת ימי תשובה, נאר וויבאלד עס איז א שוואכע דור איז מען מקיל, אבער אזוי פיל דארף מען כאטש טוהן און אויסלייזען דעם פאסט און געבען וואס מער צדקה.

אסאך ערליכע יודן פירן זיך צו קויפן א אתרוג פאר יום הקדוש כדי אז מיר זאלען גיין צום יום הדין מיט נאך א זכות.

דער משנה ברורה ברענגט פון "יערות דבש" אז די 7 טעג וואס איז צווישען ראש השנה און יום כיפור, קומט מכפר צו זיין אויף די 7 טעג פון די וואך פון א גאנץ יאהר.

שבת שובה:
עס איז א מנהג ישראל צו גיין שבת שובה, צו הערען פון א חכם א דרשה, מעורר צו זיין לתשובה און צו הערן הלכה ודברי תורה.

עס שטייט אין בני יששכר, אז דער טעם פארוואס מען גייט הערען א דרשה איז, ווייל עס שטייט אין מדרש אז בשעת א חכם דרש'ענט איז דער אייבערשטער מוחל די עבירות פון כלל ישראל.

שלש עשרה מדות:
א טאג פאר עיו"כ שטייט מען אויף אביסל פריער ווי די אנדערע ימי הסליחות צו זאגן די סליחות פון "שלש עשרה מדות".

טייל פירען זיך צו גיין צו תשליך ביים טייך אין דעם טאג. (אנשטאט ראש השנה). עס איז דא אסאך טעמים אין דעם, די ליקוטי מהרי"ח ברענגט איין טעם ווייל די פסוקים וואס מען זאגט ביי תשליך זענען כנגד די י"ג מדות.

אין אסאך ערטער פירט מען זיך צו זאגן גאנץ תהילים בציבור אין דעם טאג. אויך פירען זיך אנדערע צו ליינען פון א ספר תורה די "סדר הקרבנות". דער טעם איז וויבאלד ביי בית ראשון האט שלמה המלך ע"ה אנגעהויבן אין דעם טאג "ח' תשרי", דעם חנוכת המזבח מיט עבודת הקרבנות.

כפרות:
עס איז א מנהג בני אשכנז צו נעמען א האן פאר א זכר און א הין פאר א נקבה ארומצודרייען העכער'ן קאפ. הגם דער בית יוסף האלט נישט פון דעם מנהג, משום דרכי אמורי, אבער דער רמ"א שרייבט אז עס איז א מנהג ותיקין, און מען זאל זיך יא אזוי פירען און מען זאל נישט משנה זיין.

אסאך פירן זיך אוועקצוגעבן די כפרות פאר עניים. מען דארף אבער זיין געווארענט אז דער ארימאן זאל נישט באליידיגט ווערן, און באטראכטען ווי מען ווארפט ארויף אויף איהם די עבירות. אין אזא פאל זאל מען בעסער אויסלייזן די כפרה און געבן די געלט פאר'ן ארימאן.

טייל פירן זיך צו נעמען פאר יעדן קינד א באזונדערע כפרה. אנדערע פירן זיך צו נעמען איין כפרה פאר אלע זכרים און איין כפרה פאר אלע נקיבות, בפרט ביי גרויסע משפחות וואס קענען נישט ערלויבן א באזונדערע כפרה פאר יעדן קינד.


סליחות:
מיר פירן זיך צו זאגן ווייניג סליחות ערב יום הכיפורים, ווייל די נאכט פון ערב יום הכיפורים ווערט גערעכענט ווי דער אנהויב פונעם יום טוב.
כפרות:
דער מנהג איז, צו שלאגן כפרות און זיי שחט'ען ערב יום כיפור פארטאגס, ווייל דעמאלט זענען די "רחמים מתגברים", אנדערע זענען אבער מקפיד צו שחט'ען נאך שחרית אזוי ווי קרבנות וואס מען האט גע'שחט'ען דוקא נאכן עלות השחר.

מען דארף זייער נזהר זיין אז מען זאל זיך נישט יאגן, אז מען זאל קענען מאכען די "בדיקת הסכין" ווי עס דארף צו זיין, אז מען זאל נישט ח"ו גורם זיין א מכשול פון איסור נבילה, וואס דעמאלט איז "יצא שכרו בהפסדו". עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן וועגן דעם מכשול, געשלאגן כפרות מיט געלט.

גלייך נאכ'ן שחיטה דארף מען נעמען זאמד וואס איז שוין צוגעגרייט, און מען מאכט א ברכה "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על כיסוי הדם בעפר", און מען דעקט צו די בלוט פון די שחיטה מיט זאמד.

תפלת שחרית
ביי תפלת שחרית זאגט מען נישט קיין למנצח, און נישט קיין תחנון, ווייל ערב יום כיפור איז א יום טוב. אויך זאגט מען נישט קיין מזמור לתודה, ווייל ערב יום כיפור האט מען נישט געברענגט קיין קרבן תודה אין בית המקדש, וויבאלד ביינאכט דארף מען פאסטען. (ווי מיר האבען געלערנט אין מסכת ביצה דף י"ט ע"ב - אין מביאין קדשים לבית הפסול) קומט אויס אז אויב מען איז מקריב א קרבן תודה ערב יום כיפור, מאכט מען פון א קרבן וואס מען מעג באמת עסען "לשני ימים ולילה", אז מען זאל נאר קענען עסען איין טאג.

מען פירט זיך נישט צו זאגן אבינו מלכנו, חוץ ווען יו"כ געפאלט אום שבת זאגט מען ערב יום כיפור ביי שחרית אבינו מלכנו, וויבאלד מען זאגט עס נישט אום שבת.

קברי צדיקים:
עס זענען דא וואס פירן זיך צו גיין ערב יום כיפור צו קברי צדיקים.

מצוות אכילה:
עס איז א מצוה צו עסען ערב יום כיפור און מרבה זיין בסעודה. דאס עסען ווערט גערעכנט אזוי ווי א תענית, ווי די גמרא זאגט (ברכות ח:, יומא פא:) אז דער וואס עסט און טרינקט ערב יום הכיפורים איז "כאילו התענה תשיעי ועשירי" (אזוי ווי ער וואלט געפאסט די ניינטע טאג און די צענטע טאג פון תשרי). א טייל פוסקים האלטען אז עס איז א מצוה מן התורה.

עס ווערט געברענגט פארשידענע טעמים אויף די מצוה, איין טעם כדי זיך צוצוגרייטן צום מצות היום, מען זאל האבן כח צו פאסטן.

נאך א טעם, ווייל דער עצם טאג פון יום כיפור איז דאך א יום טוב, וואס דער אייבערשטער האט געגעבן צו כלל ישראל אלץ א יום סליחה וכפרה, מען זאל זיך קענען אויסרייניגען דעם נפש און די נשמה, דערפאר מאכט מען יוהכ"פ א שהחיינו. ממילא וויבאלד יוה"כ אליין דארף מען צו פאסטען, מאכט מען די סעודת יו"ט, עיוה"כ.
פרויען זענען אויך מחויב אין דער מצוה כאטש פרויען זענען פטור פון מצות עשה שהזמן גרמא, אבער ווייל דאס איז דאך א הכנה צום פאסטען, זענען זיי אויך מחויב אין דעם.

מען וואשט זיך בייטאג צו א סעודה, און מען פירט זיך צו עסן פיש. פלייש עסט מען נאר בשר עוף און נישט קיין בשר בהמה. אויך פירט מען זיך צו עסען קרעפלעך.

מקוה:
מען איז מחויב צו גיין אין מקוה ערב יום כיפור. עס איז דא פארשידענע מנהגים ווען מען זאל גיין אין מקוה, עטליכע פירען זיך צו גיין פאר מנחה, עטליכע פירן זיך צו גיין נאך'ן סעודה המפסקת. אסאך פירען זיך צו גיין ביידע מאהל.

תפלת מנחה:
די גמרא זאגט (יומא דף פז.) אז מען דארף זיך מתוודה זיין ערב יום כיפור ביי מנחה, ווייל מען איז חושש אז מחמת די סעודה המפסקת וועט פאסירען א שטרויכלונג אז ער וועט נישט קענען יוה"כ מתוודה זיין.

דער שליח ציבור ביי מנחה זאל זיין איינער וואס איז ראוי צו דאווענען בימים הנוראים.

ביי מנחה איז מען מרבה בצדקה. די מענטשען וואס פירען זיך צו שלאגן כפרות מיט געלט, ברענגען די געלט צו שוהל ביי מנחה און זיי טיילן דאס אויס פאר עניים.

סעודה המפסקת:
נאך מנחה עסט מען די סעודה המפסקת. מען איז מקפיד נישט צו עסען קיין פיש (אגב מאכט פיש זייער דארשטיג) ווי אויך טאהר מען נישט עסען קיין מילכיגס.

אויב מען וויל עסען אדער טרינקען נאכן סעודה זאל מען מאכן א תנאי און ארויסזאגן בפירוש אז מען וויל עסען נאכן בענטשען.

נירות יום כיפור:
די פרויען ווען זיי צונדען לעכט מאכן א ברכה "להדליק נר של יום הכיפורים, און אויך א שהחינו". עס איז וויכטיג אז זיי זאלן וויסן אז וויבאלד זיי האבן שוין געמאכט שהחיינו ביי לעכט צינדען, איז אויב זיי גייען אין שוהל זאלן זיי נישט מאכן קיין שהחינו אין שוהל מיט די ציבור.

געזונט לעכט:
עס איז א מנהג אז מען צינד יום כיפור א "געזונט לעכט". מען צינד נאר איין לעכט פאר א גאנצע משפחה. עס איז דא צווי מנהגים ווי מען צינד די לעכט. אסאך פירן זיך צו צינדן די לעכט אין שוהל, אנדערע פירען זיך דאס צו צינדען אין די היים. די וואס צינדען און שוהל, פירען זיך אזוי ווייל טאמער עס וועט זיך אויסלעשען זאל מען נישט טראכטן אז דאס איז ח"ו א שלעכטע סימן, וועגן דעם נעמען זיי דאס און שוהל און מישען דאס אויס מיט די אנדערע לעכט.

אויב עס האט זיך אויסגעלאשן די "געזונט לעכט" פירט מען זיך דאס נאכאמאל אנצוצונדען מוצאי יום כיפור. אנדערע פירן זיך דאס אנצוצונדען הושענה רבא.

ברכת הבנים:
מען פירט זיך אז דער פאטער בענטשט אלע קינדער "ברכת כהנים" און דערנאך "ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה", פאר די טעכטער זאגט מען "כשרה רבקה רחל ולאה". נאכדעם זאגט מען דעם יהי רצון מיט א געוויין און א בקשה צום רבונו של עולם, אז די קינדער זאלן אויפוואקסען בתורה ובמצוות וכו' וכו'...



עניני תשובה:
וואס הייסט תשובה טוהן? תשובה, איז טייטש צוריקקערן. תשובה טוהן, מיינט מען מיט'ן הארץ, מיט'ן גאנצן רצון, וויל מען זיך צוריקקערן צו השי"ת און צו זיין תורה הקדושה.

דער הייליגער רמב"ם ערקלערט (רמב"ם הלכות תשובה פרק שני הלכה ב' והלכה ט') די הויפּט יסודות פון תשובה זענען איינגעטיילט אויף 4 חלקים:
1) עַזִיבַת הַחֵטא:
2) קַבָּלָה עַל הָעָתִיד:
3) חַרָטָה:
4) וִידוּי בְּפֶּה:

1. עַזִיבַת הַחֵטא:
עַזִיבַת הַחֵטא מיינט, אז מען זאל אויפהערן צו זינדיגן, נישט טון מער עבירות, דאס הייסט די נישט גוטע מעשים וואס מען האט ביז יעצט געטוהן.

2. קַבָּלָה עַל הָעָתִיד:
קַבָּלָה עַל הָעָתִיד מיינט, אז מען נעמען אויף זיך אמת'דיג, קיינמאל מער נישט צו טון די עבירה.

3. חַרָטָה:
חַרָטָה מיינט אז מען דארף חרטה האבן, עס זאל אמת'דיג לייד טוהן און וויי טוהן מיט'ן גאנצן הארץ אז מען האט געזינדיגט קעגן דער גרויסן באשעפער, מען האט געטוהן זאכן וואס די תורה הקדושה ערלויבט נישט, מען זאל פארשטיין ווי שלעכט און ביטער עס איז, וואס מען האט פארלאזט דעם באשעפער, מיט זיין תורה און מצוות.

4. וִידוּי בְּפֶּה:
וִידוּי בְּפֶּה מיינט, אז מיט'ן מויל דארף מען ארויסצוזאגן, מודה ומתודה צו זיין פאר השי"ת, אז מען האט געזינדיגט, און מען וועט שוין קיינמאל נישט זינדיגן.

בֵּין אָדָם לְחַבֵירוֹ:
די אלע אויסגערעכנטע זאכן זענען נאר ביי עבירות שבין אדם למקום, ווען מען האט געזינדיגט נאר קעגן באשעפער. אויב אבער מען האט געזינדיגט קעגן א מענטש, געשעדיגט, געשאלטן, פארשעמט אדער מצער געווען, אדער געלט שאדן געמאכט, דארף מען קודם פאר אלעם: אפצאלן דעם געלט שאדן פאר די מענטשן, דאס איז נאך נישט גענוג, נאר מען דארף איבערבעטן, מפייס זיין, דעם מענטש, דעם חבר, דערנאך בעטן השי"ת אז ער זאל אויך מוחל זיין.

אין רמ"א שטייט אז מען דארף זיין א וותרן און מוחל זיין א צווייטען וואס וויל זיך איבערבעטן און נישט חלילה זיין מחזיק במחלוקת, בפרט אין די טעג וואס מ'בעט "כתבנו בספר החיים", דורכדעם וואס מ'איז מעביר על מדותיו איז מען זוכה לאריכות ימים, ולקבלת התפלות, ווייל דער רבש"ע פירט זיך מיט'ן מענטש מדה כנגד מדה, ווי די גמרא דרשנט (מגילה כח.) אויפ'ן פסוק נושא עון ועובר על פשע, כל שמעביר על מדותיו מעבירין לו על כל פשעיו, (דער וואס איז א מעביר על המידות איז מען איהם מוחל אויף אלע זיינע עבירות).

עס ווערט געברענגט אז ווען מען בעט איבער דעם חבר זאל מען זעהן אז ער זאל ארויסזאגן מיט'ן מויל "מחול לך" אדער "איך בין דיר מוחל". ווייל מיר ווייסען דאך אז די עשרה הרוגי מלכות איז געשעהן אלץ עונש פון די מעשה פון יוסף מיט די ברודער. פרעגן די מפרשים: "יוסף האט דאך מוחל געווען די ברודער", נאר איינער פון די תרוצים זענען אז ער האט נישט בפירוש ארוסגעזאגט "מחול לך".

עס ווערט געברענגט אין ספרים הק' אויף די הפטורה פון שבת שובה: "שובה ישראל עד ה' אלהיך כי כשלת בעונך, קחו עמכם דברים ושובו אל ה', אמרו אליו כל תשא עון וקח טוב". א מענטש וואס טוט כסדר עבירות האט כסדר תירוצים פארוואס ער האט דאס געטוהן, אבער ערשט ווען די מענטש טוט תשובה זעט ער איין וואס פאר א זינד ער האט געטון, דאס זאגט די פסוק, "שובה ישראל עד ה' אלוקיך כי כשלת בעונך" יעצט פארן תשובה זאגסטו כסדר "כשלת" ביסט וועגען דעם און דעם געשטרויכלט געווארען, דאס הייסט אז די ווייסט נישט אפילו ווי גרויס די עבירה איז, "קחו עמכם דברים ושובו אל ה'" קודם זאלסטו תשובה טוהן און נאכדעם וועט זיין "אמרו אליו כל" (כל מיינט אפילו די קליינע עבירות) נאכדעם וועסטו שוין זעהן אז אפילו "כל" די קליינע עבירות איז אויך זייער גרויס, דעמאלס וועט זיין "תשא עון" וועסטו ריכטיג תשובה טוהן, און דו וועסט ריין ווערען פון אלע עבירות.

יום כיפור איז נקבע געווארן אלץ א "יום סליחה" נאך גלייך דער ערשטע יאהר זייענדיג אין די מדבר נאכ'ן חטא העגל, ווען משה רבינו ע"ה איז אראפגעקומען פון הימל מיט די לוחות שניות און ער האט איבערגעגעבן פאר כלל ישראל די בשורה טובה אז דער רבונו של עולם האט געזאגט "סלחתי", איז שוין דעמאלט באשטימט געווארן יום כיפור אלץ א יום "סליחה וכפרה. (עיין רש"י שם)

יום כיפור פאר זיך איז מכפר אינגאנצען אויף אלע עבירות לא תעשה'ס כל זמן זיי זענען נישט קיין חייבי כריתות אדער מיתות בי"ד, ובזמן שביהמ"ק היה קיים האט דער שעיר המשתלח וואס מ'האט געשיקט לעזאזל מכפר געווען אויף אלע עבירות פון כלל ישראל אפילו די הארבע עבירות ווי כריתות מיתות בית דין, חילול ה'. בעוונותינו הרבים וואס מיר האבן נישט דעם שעיר המשתלח, כדי צו קענען מתקן זיין אלע עבירות חמורות ביז חילול השם שרייבט דער רבינו יונה (שע"ת שער א' מ"ז) א עצה דערויף, "בחסד ואמת יכופר עון", אז מען זאל זיך מדבק זיין במדת צדקה, וואס איז מציל מיסורין וממות.
כדי זוכה צו זיין לסליחה ומחילה אין יום כיפור, דארף מען תשובה טאהן ווייל יום כיפור איז נאר מכפר "לשבים" דאס מיינט פאר די וואס טוען תשובה, כאטש עס איז דא א מאן דאמר אז יום כיפור איז מכפר אפילו לשאינו שבים, אבער מיר פסק'נען נישט אזוי.

מ'דארף מהרהר זיין בתשובה אויף אלע חטאים פון א גאנץ לעבן. נישט נאר אויף די עבירות פון די יאהר, נאר אפילו אויף די עבירות פון א גאנץ לעבן וואס מען האט שוין תשובה געטוהן אויף דעם, ווי עס שטייט אין פסוק "וחטאתי נגדי תמיד".

הגם תשובה בעיקר איז א מצוה שבלב, חרטה על העבר וקבלה להבא, איז באזונדער א מצות עשה פון "ווידוי בפה", דאס מיינט ארויס זאגן מיט'ן מויל אז מ'האט געזינדיגט, און אז מען טוט אויף דעם תשובה. אויב מען זאגט נאר ארויס די עבירה אבער מען טוט נישט תשובה אויף דעם איז דאס גארנישט ווערט, און עס איז גלייך ווי א "טובל ושרץ בידו". די זעלבע איז וועגן עבירות פון "בין אדם לחבירו", אויב מען טוט תשובה אויף דעם אבער אויב מען האט נישט איבערגעבעטען דעם חבר, איז דאס גארנישט ווערט. און פונקט ווי ביי גזילה דארף מען קודם צוריק געבען די גזילה, און נאכדעם זיך מתודה זיין.

דער עיקר מצות וידוי איז מען יוצא דורך זאגן "אבל אנחנו ואבותינו חטאנו" (רמ"א תר"ז ס"ג). בשעת מען זאגט ווידוי קלאפט מען אויפן הארץ, דערמיט צו זאגן אז די גלוסטעניש פון הארץ האט גורם געווען צו זינדיגן.

א מענטש וואס ווייסט ביי זיך אז ער איז נכשל געווארען אין א געוויסע חטא, זאל ער בשעת ווידוי ארויסזאגן דעם חטא, און תשובה טוהן אויף דעם.

במשך גאנץ יום כיפור זאגט מען 10 מאהל וידוי, 1 מאהל ביי מעריב, 4 מאהל ביי די 4 תפלות, 4 מאהל ביי חזרת הש"ץ, און 1 מאהל ביי מנחה. דאס איז קעגען די 10 מאהל וואס דער כהן גדול האט ארויסגעזאגט דעם שם המפורש יום כיפור אין די בית המקדש.

די אנשי כנסת הגדולה האבן אריינגעשטעלט אין דאווענען, אז השי"ת איז א "פותח יד בתשובה לקבל פושעים וחטאים", השי"ת עפענט א טיר, לייגט צו א האנט, צו העלפן תשובה טוהן, ער איז שנעל מוחל מיט תשובה, פאר פושעים און פאר זינדיגע, ער לאזט זיך שנעל איבערבעטן, מיט תפלה ותחנונים. כי לך מיחלות עינינו, מיר האפן, מיר ווענדן זיך אונזערע אויגן, נאר צו אונזער דערבארעמדיגן באשעפער, ווער עס שטייט און ווארט אויף אידישע תפלות, וואס קומען פון ערליכע אידישע הערצער, אונטער איין רגע קען מען אמת'דיג תשובה טוהן.

עס ווערט געברענגט פון הייליגען קאז'ניצער מגיד, אז ער האט אזוי געזאגט, מיר ווייסען דאך אז תשובה דארף זיין מיט שמחה און בטחון אויף דעם גרויסן חסד פון דעם אייבערשטן, אז ער פארלאזט אונז קיינמאהל נישט. דערפאר קען זיין דער טעם, פארוואס מען זאגט נישט קיין תחנון ערב ראש השנה, כדי צו ווייזען אז מיר דארפן נישט פאלען אויפן פנים, נאר שטיין מיט אהבה און שמחה פאר דעם אייבערשטן.


לאמיר זיך טאקע אלע יעצט מקבל זיין און תשובה טוהן באמת !! !
שם החג:
יום כיפור ווערט אנגערופן "יום הקדוש". אין בני יששכר (מאמר ח') שטייט א טעם, ווייל וויבאלד יום כיפור איז אזוי הויך, וויל מען באהאלטען דעם נאמען. וועגן דעם הייסט אויך נישט מסכת יומא, מסכת יום כיפור, אזוי ווי מסכת שבת וכדו'.

קדושת היום:
יום כיפור איז אזא הייליגע טאג, און יודען זענען גלייך צו מלאכי השרת.

א שנת החמה האט 365 טעג אין די יאהר, די ווארט "השטן" איז נאר גמטרי' 364, דאס קומט מרמז זיין אז איין טאג אין דעם יאהר האט נישט דער שטן קיין רשות צו מקטרג צו זיין. און דעם טאג איז יום כיפור (גמרא)

וויבאלד מיר זענען דומה צו מלאכים וועגן דעם זאגן מיר אין דעם טאג ברוך שם ביי קריאת שמע הויך, פונקט אזוי ווי די מלאכים וואס זאגן ברוך שם הויך, ווייל בעצם האט נאר יעקב אבינו געזאגט ברוך שם, ווען ער האט געבענטשט די קינדער, אבער משה רבינו האט דאס נישט געשריבן ביי פרשת קריאת שמע, ווייל דאס איז צוג'גנב'עט געווארן פון די מלאכים, וועגן דעם זאגט מען דאס א גאנץ יאהר שטיל, אבער יו"כ ווייל מיר זענען אזוי ווי מלאכים זאגן מיר דאס הויך.

איסור מלאכה - וחמש עינוים
אלע זאכן וואס זענען אסור אין שבת וועגן מלאכה, איז אסור יום כיפור. ווי אויך זענען דא 5 עינוים וואס מען טאהר נישט טוהן און יום כיפור דאס זענען נישט עסען, טרינקען, וואשן, שמירן, אנטאן שיך וכו'. לויט טייל פוסקים זענען אלע 5 עינויים אסור מן התורה, אבער עסען און טרינקען איז די הארבסטער.

אויב מען איז פארשמירט געווארען מעג מען אפוואשען דער פלאץ וואס האט זיך פארשמירט. ווען מען וואשט זיך די הענט פאר נעגל וואסער וכדו' מעג מען נאר וואשן ביז די עקען פון די פינגער.

תפלת זכה
דער רמב"ן האלט, אז פארנאכט אנהויב יום הקדוש דארף מען זיך מתוודה זיין. דעריבער איז דער מנהג ביי טייל קהילות ישראל צו זאגן בציבור פאר כל נדרי, אשמנו וגו'. ביי רוב תפוצות ישראל איז מען יוצא דעם רמב"ן דורך זאגן תפלת זכה.

כל נדרי:
דער באדייט פון זאגן "כל נדרי" איז כדי מבטל צו זיין אלע נדרים ושבועות פונעם קומענדיגן יאר, עפ"י הגמרא (נדרים כג:) "הרוצה שלא יתקיימו נדריו כל השנה יעמוד בראש השנה ויאמר כל נדר שאני עתיד לידור יהא בטל" אויב א מענטש וויל נישט אז זיינע נדרים זאלן חל זיין, זאל ער זאגן אנהייב יאהר, "אלע נדרים וואס איך גיי מאכן א גאנץ יאהר זאל זיין בטל". אבער כדי צו מבטל זיין נדרים וואס מען האט שוין געמאכט, צו דעם דארף מען א בי"ד, ווי מיר פירען זיך צו טוהן ערב ראש השנה, (אנדערע פירען זיך צו מאכן התרת נדרים ערב יום כיפור, ווי מיר האבן שוין דערמאנט אין די קונטרס לראש השנה).

דער טעם ע"פ פשט פארוואס מ'האט פונקט מתקן געווען ליל יום כיפור צו זאגן כל נדרי איז, ווייל דעמאלס געפינט זיך יעדער אין בית המדרש. ע"פ סוד איז דאס א רמז, מתיר צו זיין די שבועה פון גלות השכינה, ווי עס שטייט אין תיקוני זוהר וואס מיר זאגן פאר כל נדרי, קם רבי שמעון וגו'.


קיטל:
מען טוט זיך אהן א ווייסע קיטל. דער רמ"א (תר"י) ברענגט דערויף צוויי טעמים איינס ווייל מיר זענען אזוי ווי מלאכים. א צווייטע טעם כדי זיך צו דערמאנען די יום המות און אזוי וועלען מיר תשובה טוהן ווי עס דארף צו זיין.

טלית:
מען טוט אהן די טלית מבעוד יום. כדי צו קענען מאכן א ברכה לכל הדיעות. אויב מען פארשפעטיגט, און עס איז שוין געווארן נאכט, זאל מען נישט מאכן קיין ברכה.

תפלת מעריב:
מען דאווענט מעריב, מיט אלע פיוטים וואס זענען געדרוקט אין די מחזורים. נאך מעריב זאגט מען די ערשטע 4 קאפיטל תהילים, און אויך שיר היחוד. עס איז א גרויסע ענין אויך צו לערנען משניות מסכת יומא.

בשמים:
מען פירט זיך צו שמעקן דורכן טאג פון יום כיפור "בשמים". דער טעם איז, וויבאלד מען עסט נישט יום כיפור, קומט אויס אז עס פעלט אסאך ברכות כדי משלים צו זיין "מאה ברכות בכל יום" וועגן דעם שמעקען מיר בשמים עטליכע מאהל און אזוי איז מען משלים די הונדערט ברכות.

קריאת התורה:
ביי קריאת התורה ליינט מען פרשת אחרי מות, וועגן די עבודת יום הכיפורים.

כורעים:
ווען מען פאלט כורעים טאהר מען נישט פאלען אויף די ערד, אפילו עס איז נישט קיין שטיינערדיגע ערד, וועגן דעם לייגט מען אויס אויף די ערד גראז אדער אנדערע זאכן כדי אז מען זאל נישט פאלן ממש אויף די ערד.

תפלת נעילה:
תפלת נעילה איז גאר א הויכע תפלה, וועגן דעם אפילו מען איז שוין זייער אפגעשוואכט זאל מען זיך שטארקען און דאווענען נעילה מיט א ברען, ווי מיר ווייסען דאך אז "הכל הולך אחר החותם"

צום סוף נעילה זאגט מען 7 מאהל ה' הוא האלוקים כדי צו באגלייטן די שכינה הקדושה וואס גייט ארויף 7 רקיעים, און וועגן דעם זעלבן טעם בלאזט מען דערנאך שופר.


קידוש לבנה:
א סאך פוסקים האלטען אז מען זאל מקדש זיין די לבנה פאר יום כיפור, אנדערע פוסקים האלטען אז מען זאל מקדש זיין די לבנה מוצאי יום כיפור. מיר פירען זיך צו מקדש זיין מוצאי יום כיפור.

הבדלה-נר ששבת
דער ליקוטי מהרי"ח ברענגט אז ס'איז אן ענין עפ"י סוד צו בלייבן מיט'ן קיטל אנגעטאן ביז נאך הבדלה.

מען גרייט צו א ליכט פאר הבדלה, און אויך בשמים צו שמעקן. דער לעכט דארף מען אנצינדען פון א נר ששבת, דאס מיינט א לעכט וואס האט געברענט יום כיפור, און נישט א נייע פייער וואס מען האט יעצט אנגעצינדען.

דער טעם פארוואס מען נוצט מוצאי יו"כ א נר ששבת, ווייל מוצאי שבת צונט מען אהן די הבדלה ווייל אדם הראשון האט געמאכט א פייער דער ערשטע מאהל מוצאי שבת, אבער מוצאי יום כיפור צינט מען אהן הבדלה וועגן א אנדערע טעם, צו ווייזען אז א גאנצע טאג האט מען נישט געמעגט מאכן קיין פייער און יעצט מעג מען שוין יא. (לבושי שרד)

בניית הסוכה:
מוצאי יום כיפור הייבט מען אהן צו בויען די סוכה, כדי אז מען זאל גיין "מחיל לחיל" פון איין מצוה צום צווייטען.

סעודת מוצאי יום כיפור:
מוצאי יום כיפור איז א שטיקל יום טוב, דערפאר וואשט מען זיך צו א סעודה, און מען איז זיך משמח. א סאך פירן זיך צו זינגען דעם פזמון פון "המבדיל" וואס איז מקובל פון אריז"ל וואס איז געדריקט אין די מחזורים.

אין מדרש שטייט אז מוצאי יום כיפור גייט ארויס א בת קול וואס זאגט: "לֵך אֱכוֹל בְּשִׂמְחָה לַחֲמֶךָ וּשְׁתֵה בְּלֵב יֵינֶך כִּי כְּבַר רָצָה אֱלֹקִים אֶת מַעֲשֶׂיךָ", אמן כן יהי רצון.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:33 לינק ישיר 

ניגונים

רבונו של עולם איך וועל מיט דיר מאכן א בייט, א בייט וועל איך מיט דיר מאכן. (ב"פ)

טאמער ווילסטו פרעגן וואס איך וועל דיר געבן, זאג איך דיר, (ב"פ)

איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, אוי וויי טאטע, (ב"פ)

טאמער ווילסטו פרעגן וואס דו וועסט מיר געבן דערפאר, זאג איך דיר, (ב"פ)

דו וועסט מיר געבן מחילה סליחה וכפרה, אוי וויי טאטע, (ב"פ)

טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר, (ב"פ)

דו וועסט מיר נאך צוגעבן, בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע (ב"פ)

טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט, זאגט איך דיר, (ב"פ)

בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אוי וויי טאטע, (ב"פ)

טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט זאג איך דיר, (ב"פ)

חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע, (ב"פ)

טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט, זאג איך דיר, (ב"פ)

ואכלת ושבעת וברכת את ה' אלוקיך, אוי וויי טאטע, (ב"פ)

די מצריים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר, (ב"פ)

די פרסיים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר, (ב"פ)

די מינים און אפיקורסים שרייען אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט, יא זאג איך דיר, (ב"פ)

אבער איך לוי יצחק בן שרה סאשע שרייט, יתגדל, ויתקדש שמי רבה !!!!!!!!





כל נדרי
עַל דַּֽעַת הַמָּקוֹם מיט'ן ערלויבעניש פון באשעפער וְעַל דַּֽעַת הַקָּהָל און מיט דער צושטימונג פון די מתפללים, בִּישִׁיבָה שֶׁל מַֽעְלָה אין די ישיבה פון הימל (וואו די צדיקים לערנען אין גן עדן) וּבִישִׁיבָה שֶׁל מַֽטָּה, און אין די ישיבה פון דער וועלט אָֽנוּ מַתִּירִין ערלויבן מיר (דער שליח ציבור און די צוויי אידן וואס שטייען מיט'ן חזן) לְהִתְפַּלֵּל עִם הָעֲבַרְיָנִים מתפלל צו זיין מיט דיוואס זענען עובר אויף די גזירות און חרמות פון קהל.

כָּל נִדְרֵי אלע נדרים (וואס מ'נעמט אן אויף זיך צו טאן אדער נישט צו טאן) וֶאֱסָרֵי און איסורים, וּשְׁבוּעֵי אדער מ'שווערט וַחֲרָמֵי אדער מ'אסר'ט מיט א חרם, וְקוֹנָמֵי וְכִנּוּיֵי וְקִנּוּסֵי (די דריי ווערטער "קונם קונס קנוי" זענען אויסדריקן פון א נדר און אן איסור), דּאִנְדַֽרְנָא וואס איך וועל א נדר טאן וּדְאִשְׁתַּבַּֽעְנָא, אדער איך וועל מיך שווערן וּדְאַחֲרֵֽמְנָא אדער איך וועל א חרם מאכן וְדִאֲסַֽרְנָא עַל נַפְשָׁתָֽנָא אדער איך וועל אסר'ן אויף מיר, מִיּוֹם כִּפֻּרִים זֶה פון דעם היינטיגן יום כפור עַד יוֹם כִּפֻּרִים הַבָּא עָלֵֽינוּ לְטוֹבָה ביז צום קומענדיגן יום כפור, בְּכֻלְּהוֹן אִחֲרַֽטְנָא בְהוֹן אויף אלע האב איך חרטה (יעצט נאך איידער איך שווער מיך) כֻּלְהוֹן יְהוֹן שָׁרָן אלע זאלן זיין ערלויבט שְׁבִיקִין שְׁבִיתִין זאלן זיין פארלאזט און פארשטערט בְּטֵלִין וּמְבֻטָּלִין זאלן זיין בטל און וועטלאז לָא שְׁרִירִין וְלָא קַיָּמִין זאלן נישט האבן קיין האַפט און קיין קיום נִדְרָֽנָא לָא נִדְרֵי די נדרים זענען קיינע נדרים וֶאֱסָרָֽנָא לָא אֱסָרֵי און די איסורים זענען נישט אסור וּשְׁבוּעָתָֽנָא לָא שְׁבוּעוֹת אוןדי שווערונגען זענען קיינע שבועות.
וְנִסְלַח און עס זאל פארגעבן ווערן לְכָל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל צו די גאנצע געמיינדע פון די אידישע קינדער וְלַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם און צום גר וואס וואוינט צווישן זיי, כִּי לְכָל הָעָם בִּשְׁגָגָה ווייל צום גאנצן פאלק איז עס אן אומוויליגקייט, (די עבירות האט מען געטאן אומוויליג):

סְלַח נָא פארגעב לַעֲוֹן הָעָם הַזֶּה צום זינד פון דעם פאלק כְּגֹֽדֶל חַסְדֶּךָ לויט דיין גרויסן חסד, וְכַאֲשֶׁר נָשָֽׂאתָה לָעָם הַזֶּה און אזוי ווי דו האסט שוין מוחל געווען פאר דעם פאלק (די אידן) מִמִּצְרַֽיִם וְעַד הֵֽנָּה פון מצרים ביז דא (אייביג ווען די אידן האבן געזינדיגט האט דער אייבערשטער מוחל געווען) וְשָׁם נֶאֱמַר און דארט שטייט אין פסוק (אז דער אייבערשטער האט געענטפערט פאר משה רבינו:)

וַיֹּאמֶר יי און דער אייבערשטער האט געזאגט סָלַֽחְתִּי כִּדְבָרֶֽךָ איך האב מוחל געווען פאר די אידן) אזוי ווי דיינע רייד (אזוי ווי משה רבינו האט מתפלל געווען אז דער אייבערשטער זאל מוחל זיין פאר די אידן).

בָּרוּךְ אַתָּה, יְיָ געלויבט ביזסטו באשעפער אֱלֹהֵֽינוּ אונזער גאט, מֶֽלֶךְ הָעוֹלָם דער קעניג פון די וועלט, שֶׁהֶחֱיָֽנוּ וואס ער האט אונז דערלעבט וְקִיְּמָֽנוּ און ער האט אונז דערהאלטן וְהִגִּיעָֽנוּ און ער האט אונז דערגרייכט לַזְּמַן הַזֶּה צו דער צייט.

ווידוי לתפלת לחש
(אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ באשעפער אונזער גאט און דער גאט פון אונזערע עלטערן), אָנָא איך בעט דיר תָּבֹא לְפָנֶֽיךָ תְּפִלָּתֵֽנוּ זאלקומען פאר דיר אונזערע תפלות, וְאַל תִּתְעַלַּם מִתְּחִנָּתֵֽנוּ, און פארהייל דיך נישט (דו זאלסט זיך נישט מאכן פארהוילן) פון אונזער געבעט שֶׁאֵין אָנוּ עַזֵּי פָנִים ווייל מיר זענען נישט עזות'דיג וּקְשֵׁי עֹֽרֶף, און נישט האט נאקיג לוֹמַר לְפָנֶֽיךָ פאר דיר צו זאגן יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ, באשעפער אונזער גאט און דער גאט פון אונזערע עלטערן צַדִּיקִים אֲנַֽחְנוּ אז מיר זענען צדיקים וְלֹא חָטָֽאנוּ, און מיר האבן נישט געזינדיגט אֲבָל אבער דער אמת איז (אז מיר אנערקענען אז) אֲנַֽחְנוּ וַאֲבוֹתֵֽינוּ חָטָֽאנוּ מיר און אוזערע עלטערן האבן געזינדיגט.

אָשַֽׁמְנוּ מיר האבן געשילדיגט, בָּגַֽדְנוּ מיר האבן געפעלשט, גָּזַֽלְנוּ מיר האבן גע'גזל'ט, דִּבַּֽרְנוּ דֹֽפִי מיר האבן גערעדט פוסטע רייד, הֶעֱוִֽינוּ מיר האבן געמאכט אז מ'זאל פארקורמען די ריכטיגע וועג, וְהִרְשַֽׁעְנוּ און מיר האבן געמאכט אז מ'זאל שלעכטס טאן, זַֽדְנוּ מיר האבן בייז-וויליג געזינדיגט, חָמַֽסְנוּ מיר האבן גערויבט, טַָפַֽלְנוּ שֶֽׁקֶר מיר האבן זיך באהאפטן מיט ליגענט, יָעַֽצְנוּ רָע מיר האבן שלעכט גע'עצה'עט, כִּזַּֽבְנוּ מיר האבן ליגענט געזאגט, לַֽצְנוּ מיר האבן געשפעט, מָרַֽדְנוּ מיר האבן ווידערגעשפעניגט, נִאַֽצְנוּ מיר האבן געצערנט, סָרַֽרְנוּ מיר האבן אפגעקערט פון גוטן וועג עָוִֽינוּ מיר האבן פארקרומט דעם גוטן וועג, פָּשַֽׁעְנוּ מיר האבן געטאן פארברעכנס, צָרַֽרְנוּ מיר האבן באליידיגט מענטשן, קִשִּֽׁינוּ עֹֽרֶף מיר זענען געווען האט-נאקיג רָשַֽׁעְנוּמיר האבן געטאן רשעות, שִׁחַֽתְנוּ מיר האבן פארדארבן, תִּעַֽבְנוּ מיר האבן פאראומווירדיגט, תָּעִֽינוּ מיר האבן אוועק-געבלאנדזשעט תִּעְתָּֽעְנוּ דעריבער זענען מיר פארבלאנדזשעט געווארן.

סַֽרְנוּ מִמִּצְוֹתֶֽיךָ וּמִמִּשְׁפָּטֶֽיךָ הַטּוֹבִים, מיר האבן זיך אפגעקערט פון דיינע גוטע מצוות און געריכטן וְלֹא שָֽׁוָה לָֽנוּ. און מיר האבן עס נישט געאכטעט וְאַתָּה צַדִּיק עַל כָּל הַבָּא עָלֵֽינוּ און דו ביזט גערעכט אויף אלעם וואס קומט אויף אונז כִּי אֱמֶת עָשִֽׂיתָ ווייל דו האסט ריכטיג געטאן וַאֲנַֽחְנוּ הִרְשָֽׁעְנוּ און מיר האבן שלעכטס געאטן.

מַה נֹאמַר לְפָנֶֽיךָ וואס זאלן מיר זאגן פאר דיר באשעפער (ד.מ. די שטארף וואס מיר ליידן) יוֹשֵׁב מָרוֹם וואס דו וואוינסט אין הימל וּמַה נְסַפֵּר לְפָנֶֽיךָ און וואס זאלן מיר דערציילן צו דיר, שׁוֹכֵן שְׁחָקִים וואס דו רוה'עסט דאך אין הימל וואס הייסט שחקים הֲלֹא כָּל הַנִּסְתָּרוֹת וְהַנִּגְּלוֹת אַתָּה יוֹדֵֽעַ דו ווייסט דאך אלע באהאלטענע און אפענע זאכן.

אַתָּה יוֹדֵֽעַ רָזֵי עוֹלָם דו באשעפער ווייסט די סודות פון די וועלט וְתַעֲלוּמוֹת סִתְרֵי כָּל חָי און די פארהוילענע באהאלטענעקייט פון אלע לעבעדיגע, אַתָּה חוֹפֵשׁ כָּל חַדְרֵי בָֽטֶן דו זוכסט אלע קעמערלעך פון די געדערים (דער אייבערשטער ווייסט אלע באהאלטענע מחשבות) וּבוֹחֵן כְּלָיוֹת וָלֵב און דו פריווסט די נירן און דאס הארץ, אֵין דָּבָר נֶעְלָם מִמֶּךָּ קיין זאך איז נישט פארהוילן פון דיר וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּֽגֶד עֵינֶֽיךָ. און קיין זאך איז נישט באהאלטן פון דיר וּבְכֵן און דעריבער יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ, יְיָ אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ זאל זיין דיין ווילן באשעפער אוזער גאט און דער גאט פון אונזערע עלטערן שֶׁתִּסְלַח לָֽנוּ עַל כָּל חַטֹּאתֵֽינוּ אז דו זאלסט אונז פארגעבען אלע אוזערע עבירות וְתִמְחָל לָֽנוּ עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵֽינוּ, און דו זאלסט אונז מוחל זיין אויף אלע אונזערע זינד וּתְכַפֶּר לָֽנוּ עַל כָּל פְּשָׁעֵֽינוּ און דו זאלסט אונז פארגעבן אויף אלע אונזערע פארברעכנס.

עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּאֹֽנֶס וּבְרָצוֹן, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר געצווינגען און ווילנדיג וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶֽיךָ בְּאִמּוּץ הַלֵּב. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט שטארקן דאס הארץ (מ'וויל נישט זיין אונטערטעניג) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּבְלִי דָֽעַת אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר אומוויסנדיג, וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּבִטּוּי שְׂפָתָֽיִם און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט ארויסזאגן פון די ליפן (נישט געהעריג דאווענען און ברכות זאגן) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּגִלּוּי עֲרָיוֹת, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט מיעוס'ע עבירות וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בַּגָּלוּי וּבַסָּֽתֶר. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר אפענערהייט און באהאלטענערהייט עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּדַֽעַת וּבְמִרְמָה, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט וויסן און מיט שווינדל וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּדִבּוּר פֶּה און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר וואס מיר האבן גערעדט מיט'ן מויל (וואס מ'טאר נישט רעדן) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּהוֹנָֽאַת רֵֽעַ, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט אויסנארן אנדערע וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּהַרְהוֹר הַלֵּב און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט טראכטן אין הארץ (שלעכטע מחשבות) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּוְעִידַת זְנוּת, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט מיעוס'ע צוזאמענקומענגען וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּוִדּוּי פֶּה. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט מתודה זיין מיט'ן מויל (מיר האבן בלויז מיט'ן מויל געזאגן אז מיר אנערקענען די עבירות אבער מיר האבן נישט אמת'דיג חרטה) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּזִלְזוּל הוֹרִים וּמוֹרִים, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט גרינג שעצן עלטערן או רבנים וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּזָדוֹן וּבִשְׁגָגָה. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר בייזוויליג און אומוויליג עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּחֹֽזֶק יָד, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט שטארקן די האנט (צו שלאגן יענעם) וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּחִלּוּל הַשֵּׁם. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט פאשוועכן דיין נאמן (געטוהן עבירות ווען אנדערע אידן האבן געזעהן, און מיט דעם געווען א חוטא ומחטיא את הרבים דאס הייסט אז די אנדערע אידן האבן זיך וועגן דעם אפגעלערנט צו גרינג-שעצן מצוות, און ח"ו טוהן עבירות) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּטֻמְאַת שְׂפָתָֽיִם, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט מטמא זיין די ליפן (צו רעדן מיעוס'ע ווערטער) וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּטִפְשׁוּת פֶּה. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט רעדן נער'ישקייט עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּיֵֽצֶר הָרָע, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט אנרייצן דעם יצר הרע צו זינדיגן וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בּיוֹדְעִים וּבְלֹא יוֹדְעִים און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר דורך מאכן שאדן פאר יענעם, סיי אויב יענע ווייסט דערפון, און סיי אויב יענער ווייסט נישט דערפון.

וְעַל כֻּלָּם און אויף די אלע דערמאנטע עבירות אֱלֽוֹהַּ סְלִיחוֹת בעטן מיר דיך באשעפער וואס פארגעבט סְלַח לָֽנוּ פארגעב אונז מְחַל לָֽנוּ זיי אונז מוחל כַּפֶּר-לָֽנוּ פארגעב אונז.

עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּכַֽחַשׁ וּבְכָזָב אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט לייקענען און ליגענט זאגן, וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּכַפַּת שֹֽׁחַד . און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט שוחד (מ'טאר נישט געבן שוחד און דער דיין טאר נישט נעמען שוחד צו פסק'ענען איינזייטיג) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּלָצוֹן, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט שפעטעריי וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּלְשׁוֹן הָרָע. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט רעדן שלעכטס אויף אנדערע. עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּמַשָּׂא וּבְמַתָּן, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר אין האנדלען נישט עהרליך וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּמַאֲכָל וּבְמִשְׁתֶּה. און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט עסן און טרינקען (מ'האט געגעסן וואס מ'טאר נישט, אדער מ'האט געגעסן און געטרונקען אן א פאר ברכה אדער נאך ברכה) עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּנֶֽשֶׁךְ וּבְמַרְבִּית אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט נעמען אדער געבן רבית (פראצענט), וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּנְטִיַּת גָּרוֹן און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דערמיט גיין אויסגעצויגן מיט שטאלצקייט . עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּשִֽׂיחַ שִׂפְתוֹתֵֽינוּ, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר דערמיט וואס מיר האבן גערעדט מיט די ליפן (פוסטע רייד און לשון הרע ורכילות) וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּשִׂקּוּר עָֽיִן און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט'ן קוקן מיט די אויגן וואו מ'טאהר נישט. עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּעֵינַֽיִם רָמוֹת אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט הַאפערדיגע אויגן (זיך האלטן גרויס), וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּעַזּוּת מֵֽצַח און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט עזות-פנים-שאפט.

וְעַל כֻּלָּם און אויף די אלע דערמאנטע עבירות אֱלֽוֹהַּ סְלִיחוֹת בעטן מיר דיך באשעפער וואס פארגעבט סְלַח לָֽנוּ פארגעב אונז מְחַל לָֽנוּ זיי אונז מוחל כַּפֶּר-לָֽנוּ פארגעב אונז.

עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּפְרִֽיקַת עֹל אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דירמיט ארונטערווארפן פון זיך דעם יאך פון תורה און מצוות וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּפְלִילוּת און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר צו משפט'ן נישט ריכטיג. עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּצְדִיַּת רֵֽעַ אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט באטריגן ארבייטער (נישט באצאלן אין צייט אדער מ'האט זיי אויסגענארט), וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּצָרוּת עָֽיִן און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דירמיט אומפארגינערישקייט. עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּקַלּוּת רֹאשׁ אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט לייכטזיניגקייט, וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּקַשְׁיוּת עֹֽרֶף און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דירמיט הארטנעקיגקייט (מ'וויל נישט פאלגן און נישט צוהערן מוסר רייד. עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּרִיצַת רַגְלַֽיִם לְהָרַע, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט לויפן מיט די פיס צו טון שלעכטס וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּרְכִילוּת און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר ארומגייענדיג און רעדן פון אנדערע מענטשען. עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּשְׁבֽוּעַת שָׁוְא אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דירמיט שווערן פאלש (אדער נישט איינגעהאלטן וואס מ'האט געשוואוירן, וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּשִׂנְאַת חִנָּם און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דירמיט אומזינסטע פיינטשאפט [שנאת חנם מיינט נישט פיינט האבן א מענטש פאר "גארנישט" עס מיינט פיינט האבן א מענטש וואס די תורה לאזט נישט פיינט האבן. אבער מען דארף יא פיינט האבן א מענטש וואס די תורה הייסט פיינט האבן. ווער איז דאס? דאס איז א בעל עבירה וואס מען האט שוין געווארענט און ער וויל נישט אויפהערן צו זינדיגן, מוז מען איהם פיינט האבן ווי לאנג ער טוט נישט תשובה]. עַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בִּתְשֽׂוּמֶת-יָד, אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט נישט באצאלן וואס מ'איז שולדיג וְעַל חֵטְא שֶׁחָטָֽאנוּ לְפָנֶיךָ בְּתִמהוֹן לֵבָב און אויף די עבירה וואס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר מיט א פארשטאפט הארץ.

וְעַל כֻּלָּם און אויף די אלע דערמאנטע עבירות אֱלֽוֹהַּ סְלִיחוֹת בעטן מיר דיך באשעפער וואס פארגעבט סְלַח לָֽנוּ פארגעב אונז מְחַל לָֽנוּ זיי אונז מוחל כַּפֶּר-לָֽנוּ פארגעב אונז.

וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם עוֹלָה. און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב צו ברענגען אויף זיי א קרבן עולה וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם חַטָּאת. און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב צו ברענגען אויף זיי א קרבן חטאת. וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם קָרְבָּן עוֹלֶה וְיוֹרֵד און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב צו ברענגען אויף זיי א קרבן עולה ויורד (וואס א רייכע מענטש "עולה" ברענגט א גרעסערן קרבן און אן ארימאן ברענגט א קלענערן קרבן). וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם אָשָׁם וַדַּאי וְתָּלוּי און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב צו ברענגען אויף זיי א זיכערע אשם, און אויב מען איז נישט זיכער צו מען האט עובר געווען דעם עבירה דארף מען ברענגען א קרבן אשם תלוי (און ווען מען דערמאנט זיך אז מען האט געזינדיגט ברענגט מען דעמאלס א אשם ודאי). וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם מַכַּת מַרְדוּת און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב דערויף שלעק (ווען מען פאלגט נישט דעם בית דין). וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם מַלְקוּת אַרְבָּעִים און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב (איינס ווייניגער ווי) פערציג שלעק [אויב מען איז עובר א לאו] וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם מִיתָה בִּידֵי שָׁמָֽיִם און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב צו שטארבן דורך א שטראף פון הימל. וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם כָּרֵת וַעֲרִירִי און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב צו פארשניטן ווערן מיט די קינדער (שטארבן פאר די צייט, און אויך די קינדער שטארבן).

וְעַל חֲטָאִים שֶׁאָֽנוּ חַיָּבִים עֲלֵיהֶם אַרְבַּע מִיתוֹת בֵּית דִין און פאר די עבירות וואס מיר זענען מחויב פיר ערליי טויט שטראף, וואס בית דין באשטראפט. און דאס זענען די פיר ערליי טויט שטראף: סְקִילָה פארשטיינערען (אויב מען איז מחלל שבת אדער מ'דינט עבודה זרה שְׂרֵפָה, פארברענען (פאר געוויסע עבירות) הֶֽרֶג הרג'ענען מיט א שווערד (אויב מען האט גע'הרג'עט א מענטש וְחֶֽנֶק דערווערגן (א פאלטשער נביא און נאך געוויסע עבירות). עַל מִצְוַת עֲשֵׂה פאר א מצוה וואס מ'מוז טאן וְעַל מִצְוַת לֹא תַעֲשֶׂה און פאר א מצוהוואס מיר זענען געבאטן דאס פון צו טון, בֵּין שֶׁיֵּשׁ בָּהּ קוּם עֲשֵׂה סיי עס איז דא דערביי צו טאן (די מצוה), וּבֵין שֶׁאֵין בָּהּ קוּם עֲשֵׂה און סיי עס איז נישטא דערביי צו טאן (די מצוה פון שבת איז צו רוה'ען און נישט טאן קיין ארבעט), אֶת הַגְּלוּיִם לָֽנוּ עבירות וואס מיר האבן געטאן און זענען באוואוסט פאר אונז וְאֶת שֶׁאֵינָם גְּלוּיִם לָֽנוּ און עבירות וואס מיר האבן געטאן און זענען נישט באוואוסט פאר אונז (מ'האט עס פאגעסן, אדער מ'האט דאס געטאן נישט טראכטענדיג) אֶת הַגְּלוּיִם לָֽנוּ די וועלכע זענען באוואוסט פאר אונז כְּבָר אֲמַרְנוּם לְפָנֶֽיךָ האבן מיר זיי שוין געזאגט פאר דיר, וְהוֹדִֽינוּ לְךָ עֲלֵיהֶם און מיר האבן שוין מתוודה געווען אויף זיי וְאֶת שֶׁאֵינָם גְּלוּיִם לָֽנוּ און די וועלכע זענען נישט באוואוסט פאר אונז לְפָנֶֽיךָ הֵם גְּלוּיִם וִידוּעִים זענען זיי באוואוסט פאר דיר רבונו של עולם, כַּדָּבָר שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט אין פסוק הַנִּסְתָּרֹת לַייָ אֱלֹהֵֽינוּ די פארבארגענע זאכן איז באוואוסט צום אויבערשטן אונזער גאט, וְהַנִּגְלֹת און וואס עס איז באוואוסט לָֽנוּ וּלְבָנֵֽנוּ עַד עוֹלָם פאר אונז און פאר אונזערע קינדער לַעֲשׂוֹת אֶת כָּל דִּבְרֵי הַתּוֹרָה הַזֹּאת עַד עוֹלָם צו טון (מקיים צו זיין) אלע מצות פון די גאנצע תורה ביז אייביג,. כִּי אַתָּה סָלְחַָן לְיִשְׂרָאֵל ווייל דו פארגעבט פאר די אידן וּמָחֳלָן לְְשִׁבְטֵי יְשֻׁרוּן און דו דו ביזט מוחל פאר די שבטים פון די אידן בְּכָל דּוֹר וָדוֹר אין יעדן דור, וּמִבַּלְעָדֶֽיךָ און אויסער דיר אֵין לָֽנוּ מֶֽלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵֽחַ האבן מיר נישט קא קעניג וואס פארגעבט און איז מוחל אֶלָּא אָֽתָּה נאר דיר.

אֱלֹהַי באשעפער, עַד שֶׁלֹא נוֹצַֽרְתִּי איידער איך בן באשאפן געווארן אֵינִי כְדַאי בין איך נישט ווערט (אז איך זאל באשאפן ווערן), וְעַכְשָׁו שֶׁנוֹצַרְתִּי און איצט אז איך בין באשאפן געווארן כְּאִלּוּ לֹא נוֹצַֽרְתִּי איז גלייך ווי איך וואלט נישט באשאפן געווארן, עָפָר אֲנִי בְּחַיָּי איך בין שטויב (ווערטלאז) ביים לעבן, קַל וָחֹמֶר איז דאך אודאי (אז איך בין שטויב) בְּמִיתָתִי ביים שטארבן, הֲרֵי אֲנִי לְפָנֶֽיךָ אצינד בין איך פאר דיר כִּכְלִי מָלֵא בוּשָׁה וּכְלִמָּה אזוי ווי א כלי פול מיט שאנד (איך בין גאר פארשעמט) צוליב מיינע עבירות, יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ עס זאל זיין דיין ווילן, יְיָ אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי באשעפער מיין גאט און דער גאט פון מיינע עלטערן, שֶׁלֹּא אֶחֱטָא עוֹד (העלף מיך) אז איך זאל מער נישט זינדיגן, וּמַה שֶּׁחָטָאתִי לְפָנֶֽיךָ און וואס איך האב געזינדיגט פאר דיר מְחוֹק בְּרַחֲמֶֽיךָ הָרַבִּים מעק אויס מיט דיין פיל רחמנות אֲבָל לֹא עַל יְדֵי יִסּוּרִים אבער נישט דורך ווייטאג וָחֳלָיִם רָעִים אדער שלעכטע קרענק (אויב מ'ליידט ווייטאג און קרענק (ח"ו) איז דאס אפקומעניש.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:43 לינק ישיר 

עבודת יום הכיפורים


אין יום כיפור האט מען מקריב געווען די פאלגענדע קרבנות:
א) קרבנות פון כהן גדול, געברענגט צוליב יום כיפור (פרשת אחרי מות)
ב) קרבנות פון ציבור, געברענגט צוליב יום כיפור (פרשת אחרי מות)
ג) קרבנות תמיד פון יעדען טאג (פרשת פנחס)
ד) קרבנות מוסף פון יום כיפור (פרשת פנחס)

א) קרבנות כהן גדול:
1 פר (חטאת פנימית)
1 איל (עולה)
(קרבנות פון כהן גדול האט ער געברענגט פון זיין אייגענע געלט.)
"בזאת יבא אהרן אל הקדש בפר בן בקר לחטאת, ואיל לעולה".

ב) קרבנות ציבור:
1 שעיר (חטאת פנימית, הוא השעיר אשר עלה עליו הגורל לה')
און אויך א שעיר לעזאזל וואס דאס איז נישט קיין קרבן.
אויך א איל לעולה (איל העם) וואס ווערט דערמאנט אין פרשת אחרי און אויך אין פרשת פנחס ביי די מוספים, כאטש מען האט דאס נישט מקריב געווען מיט די מוספים, נאר מען האט דאס מקריב געווען צוזאמען מיט די איל כהן גדול [אילו ואיל העם]
וועלען מיר דאס אויסרעכענען מיט די מוספים.
"ומאת בני ישראל יקח שני שעירי עזים לחטאת ואיל אחד לעולה'"

ג) קרבנות תמיד:
1 כבש (תמיד של שחר)
1 כבש (תמיד בין הערבים)
"את הכבש האחד תעשה בבוקר ואת הכבש השני תעשה בין הערבים"
ד) מוספים:
1 פר (עולה)
1 איל (עולה)
7 כבשים (עולה)
1 שעיר (חטאת)
דער סך הכל פון קרבנות וואס מען האט מקריב געווען יו"כ איז געווען
15 קרבנות.
3 ספיציעלע קרבנות יום הכיפורים - 2 תמידים - 10 מוספים

בגדי לבן:
אלע עבודות פון דעם טאג האט דער כהן גדול געטוהן, (אנדערש ווי א גאנץ יאהר וואס אנדערע כהנים האבן געמעגט טוהן די עבודה). די עבודות פון תמידין און מוספין האט דער כהן גדול געטוהן מיט די שמונה בגדי זהב וויא געווענטליך, און די עבודות וואס זענען געווען ספעציעל פאר יו"כ (עבודות פנים) האט ער געטוהן אין די 4 בגדי לבן (מכנסיים - כתונת - אבנט - מצנפת) די בגדי לבן ווערען אנגערופען "לבן" ווייל זיי זענען געווען נאר פון לינען, דער טעם פארוואס דער כהן גדול האט אלע עבודת "פנים" געטוהן מיט בגדי לבן, איז ווייל "אין קטיגר נעשה סניגר" דאס מיינט דער זעלבע וואס רעדט שלעכטס קען נישט קומען און רעדען גוטס, און אזוי ווי די עגל איז געווען פון גאלד, טוט מען נישט אהן קיין גאלד ווען מ'וויל רעדען און בעטען גוטס פאר כלל ישראל.

טבילה וקידוש ידים ורגלים:
5 מאהל האט זיך די כהן גדול געטוישט די קליידער אין דעם טאג, און יעדע מאהל וואס ער האט זיך געטוישט זיינע בגדים האט ער זיך גע'טובל'ט, מקדש געווען די הענט און די פיס, געטוהן די עבודה, און נאכאמאהל מקדש געווען די הענט און די פיס, קומט אויס אז, 5 מאהל האט ער זיך געטויבעלט, און 10 מאהל האט ער זיך געוואשען די הענט און די פיס. עס ווערט איינגעטיילט אין 5 סדרים, ווי פאלגענד:

סדר 1: טבילה בגדי זהב קידוש ידים ורגלים עבודת חוץ קידוש ידים ורגלים
סדר 2: טבילה בגדי לבן קידוש ידים ורגלים עבודת פנים קידוש ידים ורגלים
סדר 3: טבילה בגדי זהב קידוש ידים ורגלים עבודת חוץ קידוש ידים ורגלים
סדר 4: טבילה בגדי לבן קידוש ידים ורגלים עבודת פנים קידוש ידים ורגלים
סדר 5: טבילה בגדי זהב קידוש ידים ורגלים עבודת חוץ קידוש ידים ורגלים

אריין גיין אין קודש קדשים:
4 מאהל איז די כהן גדול אריין אין קדש קדשים
1) צו מקטיר זיין די קטורת 2) צו שפריצען די בלוט פון פר
3) צו שפריצען די בלוט פון שעיר 4) ארויסצונעמען די כף ומחתה פון די קטורת

שם המפורש:
10 מאהל דארכ'ן טאג האט די כהן גדול ארויסגעזאגט די שם המפורש, און בשעת די יודען האבען דאס געהערט, זענען זיי געפאלען אויף זייער פנים און געזאגט "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד.
די 10 מאהל זענען:
3 מאהל ביי די ווידוי פון זיין הויזגעזונד (אויפ'ן פר כהן גדול)
1 מאהל ביי קריאת השם (לה' חטאת)
3 מאהל ביי די ווידוי פון זיינע זונד און די זונד פון זיינע ברודער די כהנים
(אויפ די זעלבע פר כהן גדול)
3 מאהל ביי די ווידוי פון גאנץ כלל ישראל (שעיר המשתלח לעזאזל)
עבודת יום הכיפורים - מפרשת אחרי מות
(א) וַיְדַבֵּר יי אֶל משֶׁה אַחֲרֵי מוֹת שְׁנֵי בְּנֵי אַהֲרֹן בְּקָרְבָתָם לִפְנֵי יי וַיָּמֻתוּ: (ב) וַיֹּאמֶר יי אֶל משֶׁה דַּבֵּר אֶל אַהֲרֹן אָחִיךָ וְאַל יָבֹא בְכָל עֵת אֶל הַקֹּדֶשׁ מִבֵּית לַפָּרֹכֶת אֶל פְּנֵי הַכַּפֹּרֶת אֲשֶׁר עַל הָאָרֹן וְלֹא יָמוּת כִּי בֶּעָנָן אֵרָאֶה עַל הַכַּפֹּרֶת: (ג) בְּזֹאת יָבֹא אַהֲרֹן אֶל הַקֹּדֶשׁ בְּפַר בֶּן בָּקָר לְחַטָּאת וְאַיִל לְעֹלָה: (ד) כְּתֹנֶת בַּד קֹדֶשׁ יִלְבָּשׁ וּמִכְנְסֵי בַד יִהְיוּ עַל בְּשָׂרוֹ וּבְאַבְנֵט בַּד יַחְגֹּר וּבְמִצְנֶפֶת בַּד יִצְנֹף בִּגְדֵי קֹדֶשׁ הֵם וְרָחַץ בַּמַּיִם אֶת בְּשָׂרוֹ וּלְבֵשָׁם: (ה) וּמֵאֵת עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל יִקַּח שְׁנֵי שְׂעִירֵי עִזִּים לְחַטָּאת וְאַיִל אֶחָד לְעֹלָה: (ו) וְהִקְרִיב אַהֲרֹן אֶת פַּר הַחַטָּאת אֲשֶׁר לוֹ וְכִפֶּר בַּעֲדוֹ וּבְעַד בֵּיתוֹ: (ז) וְלָקַח אֶת שְׁנֵי הַשְּׂעִירִם וְהֶעֱמִיד אֹתָם לִפְנֵי יי פֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד: (ח) וְנָתַן אַהֲרֹן עַל שְׁנֵי הַשְּׂעִירִם גֹּרָלוֹת גּוֹרָל אֶחָד לַיי וְגוֹרָל אֶחָד לַעֲזָאזֵל: (ט) וְהִקְרִיב אַהֲרֹן אֶת הַשָּׂעִיר אֲשֶׁר עָלָה עָלָיו הַגּוֹרָל לַיי וְעָשָׂהוּ חַטָּאת: (י) וְהַשָּׂעִיר אֲשֶׁר עָלָה עָלָיו הַגּוֹרָל לַעֲזָאזֵל יָעֳמַד חַי לִפְנֵי יי לְכַפֵּר עָלָיו לְשַׁלַּח אֹתוֹ לַעֲזָאזֵל הַמִּדְבָּרָה: (יא) וְהִקְרִיב אַהֲרֹן אֶת פַּר הַחַטָּאת אֲשֶׁר לוֹ וְכִפֶּר בַּעֲדוֹ וּבְעַד בֵּיתוֹ וְשָׁחַט אֶת פַּר הַחַטָּאת אֲשֶׁר לוֹ: (יב) וְלָקַח מְלֹא הַמַּחְתָּה גַּחֲלֵי אֵשׁ מֵעַל הַמִּזְבֵּחַ מִלִּפְנֵי יי וּמְלֹא חָפְנָיו קְטֹרֶת סַמִּים דַּקָּה וְהֵבִיא מִבֵּית לַפָּרֹכֶת: (יג) וְנָתַן אֶת הַקְּטֹרֶת עַל הָאֵשׁ לִפְנֵי יי וְכִסָּה עֲנַן הַקְּטֹרֶת אֶת הַכַּפֹּרֶת אֲשֶׁר עַל הָעֵדוּת וְלֹא יָמוּת: (יד) וְלָקַח מִדַּם הַפָּר וְהִזָּה בְאֶצְבָּעוֹ עַל פְּנֵי הַכַּפֹּרֶת קֵדְמָה וְלִפְנֵי הַכַּפֹּרֶת יַזֶּה שֶׁבַע פְּעָמִים מִן הַדָּם בְּאֶצְבָּעוֹ: (טו) וְשָׁחַט אֶת שְׂעִיר הַחַטָּאת אֲשֶׁר לָעָם וְהֵבִיא אֶת דָּמוֹ אֶל מִבֵּית לַפָּרֹכֶת וְעָשָׂה אֶת דָּמוֹ כַּאֲשֶׁר עָשָׂה לְדַם הַפָּר וְהִזָּה אֹתוֹ עַל הַכַּפֹּרֶת וְלִפְנֵי הַכַּפֹּרֶת: (טז) וְכִפֶּר עַל הַקֹּדֶשׁ מִטֻּמְאֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וּמִפִּשְׁעֵיהֶם לְכָל חַטֹּאתָם וְכֵן יַעֲשֶׂה לְאֹהֶל מוֹעֵד הַשֹּׁכֵן אִתָּם בְּתוֹךְ טֻמְאֹתָם: (יז) וְכָל אָדָם לֹא יִהְיֶה בְּאֹהֶל מוֹעֵד בְּבֹאוֹ לְכַפֵּר בַּקֹּדֶשׁ עַד צֵאתוֹ וְכִפֶּר בַּעֲדוֹ וּבְעַד בֵּיתוֹ וּבְעַד כָּל קְהַל יִשְׂרָאֵל: (יח) וְיָצָא אֶל הַמִּזְבֵּחַ אֲשֶׁר לִפְנֵי יי וְכִפֶּר עָלָיו וְלָקַח מִדַּם הַפָּר וּמִדַּם הַשָּׂעִיר וְנָתַן עַל קַרְנוֹת הַמִּזְבֵּחַ סָבִיב: (יט) וְהִזָּה עָלָיו מִן הַדָּם בְּאֶצְבָּעוֹ שֶׁבַע פְּעָמִים וְטִהֲרוֹ וְקִדְּשׁוֹ מִטֻּמְאֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל: (כ) וְכִלָּה מִכַּפֵּר אֶת הַקֹּדֶשׁ וְאֶת אֹהֶל מוֹעֵד וְאֶת הַמִּזְבֵּחַ וְהִקְרִיב אֶת הַשָּׂעִיר הֶחָי: (כא) וְסָמַךְ אַהֲרֹן אֶת שְׁתֵּי יָדָו עַל רֹאשׁ הַשָּׂעִיר הַחַי וְהִתְוַדָּה עָלָיו אֶת כָּל עֲוֹנֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאֶת כָּל פִּשְׁעֵיהֶם לְכָל חַטֹּאתָם וְנָתַן אֹתָם עַל רֹאשׁ הַשָּׂעִיר וְשִׁלַּח בְּיַד אִישׁ עִתִּי הַמִּדְבָּרָה: (כב) וְנָשָׂא הַשָּׂעִיר עָלָיו אֶת כָּל עֲוֹנֹתָם אֶל אֶרֶץ גְּזֵרָה וְשִׁלַּח אֶת הַשָּׂעִיר בַּמִּדְבָּר: (כג) וּבָא אַהֲרֹן אֶל אֹהֶל מוֹעֵד וּפָשַׁט אֶת בִּגְדֵי הַבָּד אֲשֶׁר לָבַשׁ בְּבֹאוֹ אֶל הַקֹּדֶשׁ וְהִנִּיחָם שָׁם: (כד) וְרָחַץ אֶת בְּשָׂרוֹ בַמַּיִם בְּמָקוֹם קָדוֹשׁ וְלָבַשׁ אֶת בְּגָדָיו וְיָצָא וְעָשָׂה אֶת עֹלָתוֹ וְאֶת עֹלַת הָעָם וְכִפֶּר בַּעֲדוֹ וּבְעַד הָעָם: (כה) וְאֵת חֵלֶב הַחַטָּאת יַקְטִיר הַמִּזְבֵּחָה: (כו) וְהַמְשַׁלֵּחַ אֶת הַשָּׂעִיר לַעֲזָאזֵל יְכַבֵּס בְּגָדָיו וְרָחַץ אֶת בְּשָׂרוֹ בַּמָּיִם וְאַחֲרֵי כֵן יָבוֹא אֶל הַמַּחֲנֶה: (כז) וְאֵת פַּר הַחַטָּאת וְאֵת שְׂעִיר הַחַטָּאת אֲשֶׁר הוּבָא אֶת דָּמָם לְכַפֵּר בַּקֹּדֶשׁ יוֹצִיא אֶל מִחוּץ לַמַּחֲנֶה וְשָׂרְפוּ בָאֵשׁ אֶת עֹרֹתָם וְאֶת בְּשָׂרָם וְאֶת פִּרְשָׁם: (כח) וְהַשּׂרֵף אֹתָם יְכַבֵּס בְּגָדָיו וְרָחַץ אֶת בְּשָׂרוֹ בַּמָּיִם וְאַחֲרֵי כֵן יָבוֹא אֶל הַמַּחֲנֶה: (כט) וְהָיְתָה לָכֶם לְחֻקַּת עוֹלָם בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בֶּעָשׂוֹר לַחֹדֶשׁ תְּעַנּוּ אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם וְכָל מְלָאכָה לֹא תַעֲשׂוּ הָאֶזְרָח וְהַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכֲכֶם: (ל) כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יי תִּטְהָרוּ: (לא) שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן הִיא לָכֶם וְעִנִּיתֶם אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם חֻקַּת עוֹלָם: (לב) וְכִפֶּר הַכֹּהֵן אֲשֶׁר יִמְשַׁח אֹתוֹ וַאֲשֶׁר יְמַלֵּא אֶת יָדוֹ לְכַהֵן תַּחַת אָבִיו וְלָבַשׁ אֶת בִּגְדֵי הַבָּד בִּגְדֵי הַקֹּדֶשׁ: (לג) וְכִפֶּר אֶת מִקְדַּשׁ הַקֹּדֶשׁ וְאֶת אֹהֶל מוֹעֵד וְאֶת הַמִּזְבֵּחַ יְכַפֵּר וְעַל הַכֹּהֲנִים וְעַל כָּל עַם הַקָּהָל יְכַפֵּר: (לד) וְהָיְתָה זֹּאת לָכֶם לְחֻקַּת עוֹלָם לְכַפֵּר עַל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִכָּל חַטֹּאתָם אַחַת בַּשָּׁנָה וַיַּעַשׂ כַּאֲשֶׁר צִוָּה יי אֶת משֶׁה:
דער סדר פון די עבודת כהן גדול אין יום כיפור:
עבודת יו"כ פון די מחזור (נוסח ספרד):



אַתָּהּ כּוֹנַנְתָּ עוֹלָם דו רבש"ע האסט גרונטפעסטיגט די וועלט מֵרֹאשׁ פון אנפאנג יָסַדְתָּ תֵּבֵל האסט געפאנדאמענטעט די וועלט וְהַכֹּל פָּעַלְתָּ און האסט אלעס געמאכט וּבְרִיּוֹת בּוֹ יִצַּרְתָּ, און האסט באשאפן אין די וועלט באשעפענישן, בְּשׁוּרְךָ עוֹלַם תֹּהוּ וָבֹהוּ אז דו האסט געזען אז די וועלט איז פוסט און ליידיג וְחֹשֶׁךְ עַל פְּנֵי תְּהוֹם און פינסטער איבער'ן אפגרונד, גֵּרַשְׁתָּ אֹפֶל האסט פארטריבן פינסטערניש וְהִצַּבְתָּ נֹגַהּ, און האסט אוועק געשטעלט ליכטגקייט, גֹּלֶם תַּבְנִיתְךָ דעם מענטשליכן פארעם פון דיין געשטאלט מִן הָאֲדָמָה יָצַרְתָּ האסטו פון דער ערד באשאפן, וְעַל עֵץ הַדַּעַת און נישט צו עסן פון עץ הדעת אוֹתוֹ פָּקַדְתָּ האסטו אים אנגעזאגט, דְּבָרְךָ זָנַח דיין באפעל האט ער פארלאזט וְנִזְנַח מֵעֵדֶן און ער איז פארטריבן געווארן פון גן עדן, וְלֹא כְלִיתוֹ און דו האסט אים נישט פארלענדט לְמַעַן אֶרֶך אַפֶּךָ ווייל דו האסט אים פארלענגערט דיין צארן, הִגְדַּלְתָּ פִּרְיוֹ דו האסט גרויס געמאכט זיינע פרות וּבֵרַכְתָּ זַרְעוֹ און געבענטשט זיינע קינדער וְהִפְרִיתָם בְּטוּבְךָ און דו האסט זיי געפרוכטבערט מיט דיין גוטס וְהוֹשַׁבְתָּם שֶׁקֶט און האסט זיי באזעצט רוהאיג (זאלן האבן אלעס גוט'ס) וַיִפְרְקוּ עֹל און זיי האבן ארונטערגענומען דעם יאך (נישט געוואלט האבן דעם עול מלכות שמים) וַיֹאמְרוּ לָאֵל און האבן געזאגט צום באשעפער סוּר מִמֶּנּוּ קער דיך אפ פון אונז, (דאס איז דער דור המבול) וַהֲסִירוֹתָ יָד און דו האסט אוועק גענומען דיין האנט (ד.מ. אז דער אייבערשטער האט אפגעטאן פון זיי די השגחה) כְּרֶגַע אזוי ווי איין אויגן בליק כְּחָצִיר אֻמְלְלוּ זענען זיי פארוועלגט געווארן (אזוי ווי גראז ווערט פאראטרוקענט, ד.מ. עס איז געקומען דער מבול און אלעס חרוב געמאכט, זָכַרְתָּ בְּרִית דו האסט געדענקט דעם בונד לְתָמִים בְּדוֹרוֹ צום אויפריכטיגן צדיק אין זיין דור (ד.מ. נח) וּבִזְכוּתוֹ און וועגן זיין זכות שַׂמְתָּ לְעוֹלַם שְׁאֵרִית האסטו געמאכט פאר די וועלט אן איבערבלייבונג (ער און זיינע קינדער זענען ניצול געווארן אין די תיבה) חוֹק בְּרִית קֶשֶׁת דער געזעצליכער בונד פון רעגן בויגן לְמַעֲנוֹ כָּרַתָּ האסטו וועגן אים געשניטן (דער אייבערשטער האט געשוואוירן פאר נח מער נישט צו ברענגען א מבול און געגעבן דערויף דעם צייכן א רעגן בויגן וּבְאַהֲבַת נִיחוֹחוֹ און וועגן זיינע ליבליבע קרבנות בָּנָיו בֵּרַכְתָ האסטו געבענטשט זיינע קינדער, טָעוּ בְּעָשְׁרָם זיי האבן פאראירט צוליב זייער רייכקייט, (דאס איז דער דור הפלגה) וַיִבְנוּ מִגְדָּל און געבויט א טורעם וַיֹאמְרוּ און זיי האבן געזאגט לְכוּ וְנַעֲלֶה הָרָקִיעַ קומט לאמיר ארויפגיין אין הימל לְהִלָּחֵם בּוֹ צו מלחמה האלטן מיט דעם אייבערשטן, יָחִיד דער איינציגער (ד.מ. אברהם אבינו) אָב הֲמוֹן דער פאטער פון פילע פעלקער פִּתְאוֹם כְּכוֹכָב זָרַח האט פלוצלינג אויפגעשיינט ווי א שטערן מֵאוּר כַּשְׂדִים פון טאל פון כשדים לְהָאִיר בְּחֹשֶׁךְ צו באלייכטן אין פינסטערניש כַּעַסְךָ הֵפַרְתָּ דו האסט פארשטערט דיין צארן בְּשׁוּרְךָ פְּעָלוֹ אז דו האסט געזען זיינע מעשים טובים וּלְעֵת שֵׂיבָתוֹ און אויף זיין עלטער לְבָבוֹ חָקַרְתָּ האסטו געפארשט זיין הארץ (און געפונען באגלייבט אזוי ווי מיר זאגן ביים דאווענען ומצאת את לבבו נאמן לפניך) לִוְיתָ חֵן א ליבליכע באהעפטונג מִמֶּנּוּ הוֹצֵאתָ האסט פון אים (פון אברהם) ארויסגעברענגט (ד.מ. יצחק אבינו) טְלֶה טָהוֹר א ריין לעמעלע מִכֶּבֶשׂ נִבְחָר אויסגעוויילט פון שעף (ער איז חשוב'ער ביים אויבערשטן ווי א קרבן) מִגִּזְעוֹ פון זיינע צווייגן אִישׁ תָּם הוֹצֵאתָ האסטו ארויסגעברענגט אן אויפריכטיגן מענטש (ד.מ. יעקב אבינו וואס ער ווערט אנגערופן איש תם) חָתוּם בִּבְרִיתְךָ גע'חתמ'עט מיט דיין בונד, מֵרֶחֶם לֻקַּח איז ער פון מוטער לייב גענומען געווארן (ד.מ. ער איז געבוירן געווארן גע'מל'עט) נָתַתָּ לוֹ דו האסט אים געגעבן, שְׁנֵים עָשָׂר שְׁבָטִים צוועלף שבטים אֲהוּבֵי עֶלְיוֹן געליבטע פון אויבערשטן עֲמוּסִים מִבֶּטֶן אנגעלאדענט אויף דעם אייבערשטן פון זייער געבורט, נִקְרָאוּ ווערן זיי אנגערופן (לויט'ן פסוק עמוסים מני בטן) שַׂמְתָּ עַל לֵוִי אויף לוי האסטו געטאן לִוְיַת חֵן וְחֶסֶד א באגלייטונג פון חן און ליבשאפט, וּמִכָּל אֶחָיו און פון אלע זיינע ברידער כֶּתֶר לוֹ עִטַּרְתְּ האסטו איהם באקרוינט מיט א קרוין (פון כהונה און לויה) עַמְרָם נִבְחַר מִזֶּרַע לֵוִי עַמְרָם איז אויסדערוועלט פון לוי'ס קינדער אַהֲרֹן קְדוֹשׁ ה' אהרן דער הייליגער פאר'ן אייבערשטען לְשָׁרֶתְךָ קִדַּשְׁתָּ האסטו געהייליגט דיך צו דינען, (צו זיין דער כהן גדול) פֵּאֲרַתּוֹ בְּבִגְדֵי שְׂרָד דו האסט אים באשיינט מיט כהונה קליידער וּבְקָרְבְּנוֹתָיו און מיט זיינע קרבנות הֵפֵר כַּעַסְךָ האט ער פארשטערט דיין צארן, צִיץ א שטערן טאץ וּמְעִיל און א אויבער העמד חֹשֶׁן א חושן וְאֵפוֹד און א שירץ כְּתֹנֶת א העמד וּמִכְנְסֵי בַּד און הויזן פון לען מִצְנֶפֶת א הוט וְאַבְנֵט און א גארטל קָרְבְּנוֹת פָּרִים קרבנות פון אקסן וְעוֹלוֹת כְּבָשִׂים און קרבן עולה'ס פון שעף וּשְׁחִיטַת שְׂעִרִים או שעכטן ציגן וְנִיתּוּחַ אֵלִים און צושניידן וויעדער (און מקריב זיין די גלידער) רֵיחַ קְטֹרֶת דער גערוך פון די שמעקעדיגע געווירצן רוֹקֵחַ מִרְקַחַת מיינסטעריש אויסגעמישט וּבְיִעוּר גֶּחָלִים (און דאס ארויפלייגן) אויף ברענעדיגע קוילן וּזְרִיקַת דַם און שפרוצן בלוט פון קרבנות וּסְפִירַת יֹשֶׁר און א פונקטליכע ציילונג (פון די יום כפור'דיגע קרבנות דארף מען שפריצן זיבן מאל ציילענדיג יעדע שפריץ באזונדער אזוי ווי ס'איז ערקלערט ווייטער) שׁוֹעַת קְטֹרֶת דער אייבערשטער קערט זיך (ד.מ. ער נעמט אן) צום קטרת וּתְפִלַּת אֱמֶת און אמת'דיגע געבעט וּקְדֻשָּׁתוֹ און זיין הייליגקייט (פון כהן גדול) מְכַפֵּר עֲווֹנוֹתֵינוּ איז מכפר אונזערע עבירות, תֹּכֶן בּוּץ די צאל פון די לענענע בגדים וַעֲרִיכַת אֶבֶן און אן אנרעכטונג פון די טייערע שטיינער (פון חשן און אפוד) מְחֻגָר בְּכֻלָּם אז ער איז אנגעגארטעלט מיט די אלע בגדים כְּמַלְאָךְ מִכָאֵל מְשָׁרֵת ער דינט דעם אויבערשטען אזוי ווי דער מלאך מיכאל.

תִּכַּנְתָּ כָל אֵלֶּה דו האסט דאס אלעס אנגעגרייט לִכְבוֹד אַהֲרֹן פאר'ן כבוד פון אהרן כֵּלִי כַּפָּרָה לְיִשְׂרָאֵל שַׂמְתּוֹ דו האסט אים געמאכט צו מכפר זיין אויף די אידן, וְעַל יָדוֹ און דורך אים סְלִיחַת הֶעָווֹן נָתַתָּ האסטו געגעבן פארגעבונג פון די עבירות, תַּחַת אַהֲרֹן נאך אַהֲרֹן מִגִּזְעוֹ לַעֲמֹד שטייט אויף איינער פון זיינע קינדער לְשָׁרֵת לְפָנֶיךָ צו דינען פאר דיר (צו טון די עבודה פון בית המקדש) בְּיוֹם הַסְּלִיחָה אינעם טאג פון פארגעבונג (אום יום כיפור) תּוֹרַת מַעֲשֵׂה די דינים וואס מ'דארף טון וַעֲבוֹדַת הַיּוֹם און די עבודה פון טאג שִׁבְעַת יָמִים בְּזִבּוּלֵנוּ יִלְמוֹד לערענט ער זיבן טאג אין אונזער בית המקדש (ווייל זיבן טאג פאר יום כפור מוז ער זיין אין בית המקדש) וּמַזִין עָלָיו שְׁלִישִׁי וּשְׁבִיעִי און מ'שפריצט אויף אים (פון אפר פרה) דעם דריטן טאג און דעם זיבעטן טאג (אפשר איז ער טמא געווארן נישט וויסענדיג) שְׁלוּמֵי זִקְנֵי עָם די זקנים פון בית דין וְחַכְמֵי אֶחָיו הַכֹּהֲנִים און די תלמידי חכמים פון זיינע ברידער די כהנים תָּמִיד יְסוֹבְבוּהוּ נעמען אים שטענדיג ארום (ד.מ. זענען כסדר מיט אים) עַד בֹּא יוֹם הֶעָשׂוֹר ביז עס קומט דעם צעהנטער טאג (יום כיפור) וְעֶרֶב יוֹם הַכִּפּוּרִים שַׁחֲרִית, און ערב יום כפור אינדערפרי מַשְׁבִּיעִים אוֹתוֹ באשווערט מען אים בְּמִי שֶׁשִׁכֵּן שְׁמוֹ בַּבַּיִת הַזֶּה, מיט'ן אויבעשטענ'ס נאמען וואס רוהט אין דעם הויז (בית המקדש) שֶׁלֹּא יְשַׁנֶּה ער זאל נישט פארענדערן, מִכָּל מַה שֶׁאָמְרוּ לוֹ פון אלעס וואס זיי האבן איהם געלערנט. (ער זאל טאן די עבודה נאר אזוי ווי זיי האבן אים געלערנט (פארוואס האט מען אים געדארפט באשווערן? ) שֶׁמָּא יֵשׁ בְּלִבּוֹ טאמער האט ער אין הארץ צַד מִינוּת אפיקורסשע געדאנקען, הוּא פֹּרַשׁ וּבוֹכֶה דער כהן גדול דרייעט זיך אוועק און וויינט עַל שֶׁחָשְׁדוּהוּ ווייל מ'האט אים חושד געווען וְהֵם פּוֹרְשִׁים וּבוֹכִים און זיי (די וואס האבן אים באשוואוירן) דרייען זיך אוועק און וויינען שֶׁחָשְׁדוּ ווייל זיי האבן חושד געווען לְמִי שֶׁמַּעֲשָׂיו סְתוּמִים איינעם וואס מ'ווייסט נישט זיינע מעשים שֶׁמָּא אֵין בְּלִבּוֹ כְּלוּם טאמער האט ער נישט קיינע שלעכטע געדאנקען וְאוֹמְרִים לוֹ און מ'זאגט אים רְאֵה זעה נאר לִפְנֵי מִי אַתָּה נִכְנַס, פאר וועם גייסטו אריין (מארגן אום יום כיפור, צו טאן די גאנצע עבודה) לִמְקוֹם אֵשׁ לַהֶבֶת שַׁלְהֶבֶת צו א פלאץ פון פלאמעדיג פייער און פלאקער (דאס איז א משל אויף השראת השכינה אין קודש הקדשים) קְהַל עֲדָתֵינוּ אונזער געמיינדע עָלֶיךָ יִסְמוֹכוּ פארלאזן זיך אויף דיר וְעַל יָדֶיךָ און דורך דיר תְּהֵא סְלִיחָתֵנוּ וועט זיין אונזער פארגעבונג. צִוּוּהוּ זיי האבן אים אנגעזאגט (ווי אזוי צו טאן די עבודה) וְהִרְגְלוּהוּ און זיי האבן אים איינגעוואוינט (יעדן טאג מקריב צו זיין די קרבנות) עַד בֹּא יוֹם הֶעָשׂוֹר ביז עס קומט דער צענטער טאג (יום כיפור) וְעֶרֶב יוֹם הַכִּפּוּרִים שַׁחֲרִית און ערב יום כפור אינערפרי הָיוּ מַעֲמִידִין אוֹתוֹ האט מען אים געשטעלט בְּ שַׁעַר הַמִּזְרָח ביים מזרח טויער (פון בית המקדש) וּמַעֲבִירִין לְפָנָיו און מ'פירט אריבער פאר איהם פָּרִים וְאֵילִים וּכְבָשִׂים אקסן, ווידערן, און שעף, כְּדֵי שֶׁיְּהֵא מַכִּיר וְרָגִיל בַּעֲבוֹדָה כדי ער זאל דערקענען און זיין איינגעוואוינט מיט די עבודה (ער זאל זיך דערמאנען וועלכע עבודה ער וועט דארפן טון מיט די פארשידענע ערליי קרבנות)


הפשטת בגדי יום טוב
סדר 1 "עבודת חוץ בבגדי זהב"
א גאנצע נאכט איז דער כהן גדול געווען אנגעטוהן זיינע אייגענע יו"ט'דיגע בגדים. אזוי ווי עס איז געווארען לעכטיג דער מזרח זייט, האט מען אויסגעשפרייט א ליילעך פון לינען צווישען דעם כהן גדול און'ם פאלק, און:
פָּרְשׂוּ לוֹ סָדִין שֶׁל בּוּץ בְּהַגִּיעַ עֵת שְׁחִיטַת כֶּבֶשׂ הַתָּמִיד לַעֲשׂוֹת מְחִיצָה בֵּינוֹ וּבֵין הָעָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּאֵימָה וְיִרְאֶה וּבוֹדֵק עַצְמוֹ מֵחוֹצְצֵי טְבִילָה. שָׂשׂ עַל מִצְוָה לְקַיֵּם דָּתוֹ וּפָשַׁט בִּגְדֵי חוֹל

טבילה על גג שער המים (ובחול היתה) - לבישת בגדי זהב - קידוש ידים ורגלים וְיָרַד וְטָבַל וְעָלָה וְנִסְתַּפָּג כְּמוֹ שֶׁהֻזְהַר. נָתְנוּ לוֹ בִּגְדֵי זָהָב וְלָבַשׁ וְקִדֵּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו מִקִּתּוֹן שֶׁל זָהָב:
1 שחיטת קרבן התמיד ער האט גע'שחט'ן רוב פון די 2 סימנים פון קרבן תמיד של שחר, און געלאזט פאר א צווייטע כהן צו ענדיגען די שחיטה, ער האט מקבל געווען דאס בלוט, און געשפריצט אויפ'ן מזבח החצון אזוי ווי דער הלכה איז. מִיָּד מְקַבֵּל אֶת כֶּבֶשׁ הַתָּמִיד וְשׁוֹחֵט בּוֹ רֹב שְׁנַיִם וּמֵנִיחַ לְאַחַר לִגְמֹר הַשְּׁחִיטָה וּמְקַבֵּל אֶת הַדָּם וּזְרָקוֹ עַל הַמְּזַבֵּחַ כְּמִצְוָתוֹ
2 הטבת חמש נרות ער איז אריין אין היכל, און ער האט גערייניגט 5 לעכט פון די מנורה. לִפְנִים לְהֵיכָל יִכָּנֵס לְהֵטִיב חָמֵשׁ נֵרוֹת
3 קטורת של שחר ער האט מקטיר געווען דעם קטורת של שחר אויף דעם מזבח הפנימי. וּלְהַקְטִיר קְטֹרֶת הַבֹּקֶר
4 הטבת שתי נרות ער האט גערייניגט די איבריגע צוויי לעכט פון די מנורה. וּלְהֵטִיב אֶת שְׁתֵּי הַנֵּרוֹת הַנִּשְׁאָרוֹת
5 תמיד של שחר ער איז ארויסגעגאנגען צום עזרה, און ער האט געזאלצען די איברים פון'ם תמיד, און זיי מקריב געווען אויפ'ן מזבח החיצון. און ער האט מקטיר געווען די מנחה, און די ערשטע האלב פון די מנחת חביתין (וואס דער כהן גדול האט געדארפט מקריב זיין יעדן טאג פון יאהר, האלב אינדעפריה מיט'ן תמיד של שחר, און האלב פארנאכט מיט דעם תמיד של בין הערבים) און האט געגאסען די וויין אויפן מזבח החצון. בשעת'ן גיסען האבען די לויים געזינגען. וְיָצָא וְהִקְרִיב אֶת הָרֹאשׁ וְאֶת הָאֵבָרִים כְּמִצְוָתָן וּמַקְטִיר מִנְחַת הַתָּמִיד כְּמִשְׁפָּטָהּ. כְּכָל יוֹם יַעֲשֶׂה מִנְּחַת הַסֹּלֶת וּמִנְחַת חֲבִתִּין וְיִנַּסֵךְ אֶת הַיַּיִן בְּכָל כְּלֵי שִׁיר.
6 מוסף היום מען האט מקריב געווען 1 פר און 7 כבשים פאר א עולה, און זייערע מנחות אזוי ווי עס שטייט אין פרשת פנחס (דער וויין פון די מוספים, האט מען דערווייל נאך נישט געגאסען) וְאַחַר הַתָּמִיד מַקְרִיב פַּר הָעוֹלָה וְשִׁבְעַת הַכְּבָשִׂים שֶׁל מוּסַף הַיּוֹם וּמִנְחָתָם.
7 מוסף של שבת, אויב יום כיפור איז געפאלען אין שבת, האט מען יעצט מקריב געווען 2 כבשים פאר א עולה, מיט זייער מנחות און זייערע נסכים, אויך האט מען אנגעראכטען די לחם הפנים אויף דעם שלחן, און מקטיר געווען די 2 בזיכי לבונה פון'ם לחם הפנים. וּבְיוֹם הַשַּׁבָּת מַקְרִיב קֹדֶם מוּסַף הַיּוֹם כְּבָשִׂים שֶׁל מוּסַף שַׁבָּת וּמִנְחָתָם וְעוֹרֵךְ לֶחֶם הַפָּנִים וּמַקְטִיר הַבָזִיכִין כְּמִשְׁפָּטָן.
קידוש ידים ורגלים - הפשטת בגדי זהב יָבֹא מִיַּד לְבֵית הַפַּרְוָה וּבַקֹּדֶשׁ הָיְתָה וּפָרְשׂוּ לוֹ סָדִין שֶׁל בּוּץ בֵּינוֹ לְבֵין הָעָם כְּבָרִאשׁוֹנָה. טֶרֶם יִפְשֹׁט בִּגְדֵי זָהָב מְקַדֵּשׁ בִּנְקִיּוֹת יָדָיו וְרַגְלָיו. חָל וּפָשַׁט בִּגְדֵי זָהָב
סדר 2 "עבודת פנים בבגדי לבן"
טבילה - לבישת בגדי לבן - קידוש ידים ורגלים
וְיָרַד וְטָבַל כְּמוֹ שֶׁהֻזְהַר וְעָלָה וְנִסְתַּפָּג. זְהָבִים מַעֲבִיר וּלְבֵנִים לוֹבֵשׁ שֶׁעֲבוֹדַת הַיּוֹם בְּבִגְדֵי לָבָן. וּמִהֵר וְקִדֵּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו
8 ווידוי ראשון ער איז געקומען צו זיין פר (פר כהן גדול) וואס איז געשטאנען צווישען דעם "אולם" און דעם "מזבח", זיין קאפ איז געווען צו דרום און זיין פנים איז געווען אויסגעדרייט צו מערב און דער כהן גודל איז געשטאנען אויף מזרח, און זיין פנים צו מעריב זייט און ער האט אנגעליינט זיינע צוויי הענט און זיך מתודה געווען אויף זיינע זינד, און אויף די זינד פון זיין הויזגעזונד. דריי (3) מאהל האט דער כהן גדול יעצט ארויסגעזאגט די שם המפורש. וּבָא לוֹ תְּחִלָּה אֵצֶל פָּרוֹ וּפָּרוֹ הָיָה עוֹמֵד בַּצָפוֹן כְּנֶגֶד בֵּין הָאוּלָם וְלַמִּזְבֵּחַ רֹאשׁוֹ לְדָרוֹם וּפָנָיו לְמַעֲרָב וְהַכֹּהֵן עוֹמֵד בְּמִזְרָח וּפָנָיו לְמַעֲרָב. הָיָה עוֹמֵד בְּאֵימָה לִפְנֵי אֵל עֶלְיוֹן וְאוֹמֵר עָלָיו דִּבְרֵי וִדּוּי וְסָמַךְ שְׁתֵּי יָדָיו עָלָיו וְהִתְוַדָּה. וְכַךְ הָיָה אוֹמֵר: אָנָּא הַשֵּׁם, חָטָאתִי, עָויתִי, פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ אֲנִי וּבֵיתִי. אָנָּא בַשֵּׁם, כַּפֶּר נָא לַחֲטָאִים, וְלַעֲוֹנוֹת וְלִפְשָׁעִים, שֶׁחָטָאתִי וְשֶׁעָותִי, וְשֶׁפָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ אֲנִי וּבֵיתִי, כַּכָּתוּב בְּתוֹרַת מֹשֶׁה עַבְדֶּךָ מִפִּי כְבוֹדֶךָ: כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יְיָ. וְהַכֹּהֲנִים וְהָעָם הָעוֹמְדִים בָּעֲזָרָה, כְּשֶׁהָיוּ שׁוֹמְעִים אֶת הַשֵּׁם הַנִּכְבָּד וְהַנּוֹרָא, מְפֹרָשׁ יוֹצֵא מִפִּי כֹהֵן גָּדוֹל בִּקְדֻשָּׁה וּבְטָהֳרָה, הָיוּ כּוֹרְעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים וְנוֹפְלִים עַל פְּנֵיהֶם, וְאוֹמְרִים: בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד. וְאַף הוּא הָיָה מִתְכַּוֵּן כְּנֶגֶד הַמְבָרְכִים לִגְמוֹר אֶת הַשֵּׁם וְאוֹמֵר לָהֶם: תִּטְהָרוּ. וְאַתָּה בְּטוּבְךָ מְעוֹרֵר רַחֲמֶיךָ וְסוֹלֵחַ לְאִישׁ חֲסִידֶיךָ
9 גורל
ער איז געגאנגען צום "שער נקנור" וואס איז געווען אין די מזרח זייט פון'ם עזרה, און צפון זייט פון'ם מזבח. דער "סגן" איז געשטאנען אויף זיין רעכטע זייט, און דער "ראש בית אב" איז געשטאנען אויף זיין לינקער זייט, און דארט זענען געווען צוויי שעירים וואס זייער פנים איז געווען צו מערב זייט און זייער ריקן איז געווען צו מזרח זייט, איינס אויף זיין רעכטע זייט און איינס אויף זיין לינקע זייט. עס איז דארט געווען 2 גורלות, אויף איינער איז געווען געשריבען לה' און אויפ'ן צווייטען איז געווען געשריבען לעזאזל, און זיי זענען ביידע געווען אין א קעסטל, דער כהן גדול האט אריינגעשטעקט זיינע ביידע הענט, און ארויסגענומען ביידע גורלות, דער גורל וואס איז ארויס געקומען פון זיין רעכטע האנט האט ער ארוייפגלייגט אויף די שעיר וואס איז געשטאנען אויף זיין רעכטע זייט, און דער גורל וואס איז ארויס געקומען פון זיין לינקע האנט האט ער ארויפגעלייגט אויף די שעיר וואס איז געשטאנען אויף זיין לינקע זייט. (אויב עס איז ארויס דער גורל, לה' אויף די רעכטע זייט, איז געווען א גוטע סימן) דָּרַךְ וּבָא לוֹ לְשַׁעַר נִקְנוֹר וְהוּא לְמִזְרָח הָעֲזָרָה לִצְפוֹן הַמִּזְבֵּחַ הַסְּגָן מִיְּמִינוֹ וְרֹאשׁ בֵּית אָב מִשְּׂמֹאלוֹ וְשָׁם שְׁנֵי שְׂעִירִים פְּנֵיהֶם לַמַּעֲרָב וַאֲחוֹרֵיהֶם לְמִזְרָח אֶחָד לִימִינוֹ וְאֶחָד לִשְׂמֹאלוֹ. טָרַף בְּקַלְּפִי וְהֶעֱלָה שְׁנֵי גּוֹרָלוֹת. גּוֹרָל יָמִין כְּשֶׁהוּא שֶׁל שֵׁם יִתְּנֵּהוּ עַל הַשָּׂעִיר
10 קריאת שם ער האט גערופען א נאמען אויף דעם שעיר וואס אויף איהם איז ארויף דער גורל לה', און ער האט געזאגט "לה' חטאת" (יעצט דערמאנט ער שוין דער שם המפורש דער פערטע (4) מאהל) ער האט אנגעבונדען א רויטע בענדל פון וואל אויף דער קאפ פון דער שעיר המשתלח, און איהם אוועק געשטעלט ביים טויער פון מזרח, און אויפן שעיר לה' האט ער אויך אנגעבונדען א רויטע בענדל אנקעגען די מקום השחיטה. וְאוֹמֵר לַיְיָ חַטָּאת. וְהַכֹּהֲנִים וְהָעָם הָעוֹמְדִים בָּעֲזָרָה, כְּשֶׁהָיוּ שׁוֹמְעִים אֶת הַשֵּׁם הַנִּכְבָּד וְהַנּוֹרָא, מְפֹרָשׁ יוֹצֵא מִפִּי כֹהֵן גָּדוֹל בִּקְדֻשָּׁה וּבְטָהֳרָה, הָיוּ כּוֹרְעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים וְנוֹפְלִים עַל פְּנֵיהֶם, וְאוֹמְרִים: בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד. בִּשְׂעִיר עֲזָאזֵל לָשׁוֹן שֶׁל זְהוֹרִית מִשְׁקַל שְׁתֵּי סְלָעִים בֵּין קַרְנָיו יִקְשֹׁר וִיעַמְּדֵהוּ בְּשַׁעַר הַמִּזְרָח כְּנֶגֶד בֵּית שִׁלּוּחוֹ. אַף בְּשָּׂעִיר שֶׁהוּא שֶׁל שֵׁם יִקְשֹׁר לָשׁוֹן שֶׁל זְהוֹרִית כְּנֶגֶד בֵּית שְׁחִיטָתוֹ בְּצַוָּאר
11 ווידוי שני ער איז נאכאמאהל צוריק געקומען צו זיין פר, און אנגעליינט זיינע ביידע הענט, און אויף איהם מתוודה געווען אויף זיינע זינד, און אויף די זינד פון זיינע ברודער די כהנים, (יעצט האט ער ארויסגעזאגט די שם המפורש נאך 3 מאהל, צוזאמען איז שוין 7 מאהל) וּבָא לוֹ שֵׁנִית אֵצֶל פָּרוֹ וְאוֹמֵר עָלָיו וִדּוּי בֵּיתוֹ וּוִדּוּי אֶחָיו הַכֹּהֲנִים וְסָמַךְ שְׁתֵּי יָדָיו עָלָיו וְהִתְוַדָּה. וְכַךְ הָיָה אוֹמֵר: אָנָּא הַשֵּׁם, חָטָאתִי, עָויתִי, פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ אֲנִי וּבֵיתִי וּבְנֵי אַהֲרֹן עַם קְדוֹשֶׁךָ. אָנָּא בַשֵּׁם, כַּפֶּר נָא לַחֲטָאִים, וְלַעֲוֹנוֹת וְלַפְּשָׁעִים, שֶׁחָטָאתִי וְשֶׁעָותִי, וְשֶׁפָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ אֲנִי וּבֵיתִי וּבְנֵי אַהֲרֹן עַם קְדוֹשֶׁךָ, כַּכָּתוּב בְּתוֹרַת מֹשֶׁה עַבְדֶּךָ מִפִּי כְבוֹדֶךָ: כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יְיָ. וְהַכֹּהֲנִים וְהָעָם הָעוֹמְדִים בָּעֲזָרָה, כְּשֶׁהָיוּ שׁוֹמְעִים אֶת הַשֵּׁם הַנִּכְבָּד וְהַנּוֹרָא, מְפֹרָשׁ יוֹצֵא מִפִּי כֹהֵן גָּדוֹל בִּקְדֻשָּׁה וּבְטָהֳרָה, הָיוּ כּוֹרְעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים וְנוֹפְלִים עַל פְּנֵיהֶם וְאוֹמְרִים: בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד. וְאַף הוּא הָיָה מִתְכַּוֵּן כְּנֶגֶד הַמְּבָרְכִים לִגְמֹר אֶת הַשֵּׁם וְאֹמֶר לָהֶם תִּטְהָרוּ. וְאַתָּה בְּטוּבְךָ מְעוֹרֵר רַחֲמֶיךָ וְסוֹלֵחַ לְשֵׁבֶט מְשָׁרְתֶךָ.
12 שחיטת פרו ער האט גע'שחט'ן זיין פר, רוב פון די 2 סימנים, און איבערגעגעבען פאר א צווייטע כהן צוצוענדיגען, דערווייל האט ער מקבל געווען דעם דם פון'ם פר און א כלי שרת, און געגעבען צו א כהן, ער זאל דאס מישען א גאנצע צייט, כדי אז עס זאל נישט פארגליווערט ווערען. ער איז געשטאנען און געמישט אויפ'ן פערדע טרעפ וואס איז געווען אין דער עזרה. "שמן ההיכל ולחוץ" אַחַר וִדּוּי שָׁקַד בְּעָצְמָה לַעֲשׂוֹת חַטָּאתוֹ וְחַטָּאת הָעָם. בָּדַק סַכִּין וְשָׁחַט פָּרוֹ רֹב שְׁנַיִם וּמֵרֵק אַחֵר אֶת הַשְּׁחִיטָה וְקִבֵּל דָּמוֹ בְּמֻזְרָק טָהוֹר. גַּם לַחֲבֵרוֹ יִתֵּן מִיַּד לְמָרֵס בְּדָמוֹ כְּדֵי שֶׁלֹּא יִקְרשׁ. דָּם זֶה הִנִּיחוֹ בְּיַד מִי שֶׁמְמָרֵס בּוֹ בָּעֲזָרָה עַל הָרוֹבֶד הָרְבִיעִי שֶׁמִּן הַהֵיכָל וְלַחוּץ
13 קטורת בקודש קדשים ער האט גענומען א פאן (מחתה) פון רויט גאלד, א גרינגע, וואס קען אין זיך האלטען 3 קבים פון קוילען, און וואס האט געהאט א לאנגע הענטל, ער איז ארויף אויפ'ן שפיץ פון'ם מזבח החצון ביי מערב זייט, און ער האט אוועק געשארט פון די אויבערשטער קוילען, ער האט אריינגעשויבעלט א פולע פאן, און דאס אוועקגעשטעלט אויפ'ן פערדע טרעפ פונ'ם עזרה וואס פירט אריין צום היכל. ער האט גענומען א פילע הויפען מיט קטורת "דקה מן הדקה" אין אריין געלייגט אין א לעפל (כף).
ער האט גענומען די פאן מיט די קוילען אין זיין רעכטע האנט, און די לעפל מיט קטורת אין זיין לינקע האנט, און אזוי איז ער אריין אין'ם קודש קדשים.
ער האט אוועקגעלייגט די פאן מיט די קוילען צווישען די צוויי בדים (אין'ם צווייטע בית המקדש האט ער דאס אוועקגעשטעלט אויפ'ן אבן שתיה) נאכדעם האט ער אנגעכאפט די לעפל מיט די קטורת מיט זיינע ציין, און אזוי אריינגעשארט די קטורת אריין אין זיינע צוויי הענט. נאכדעם האט ער ארויפגעהויפענט די קטורת אויף די ברענעדיגע קוילען, זייער שטאט, כדי אז עס זאל זיך נישט אויסלעשען, ער האט געווארט ביז די קודש קדשים איז געווארען פיל מיט רויך, (דאס איז געווען דער ערשטער [1] מאהל וואס ער איז אריין אין'ם קודש קדשים) נאכדעם איז ער ארויסגעגאנגען. ער איז ארויסגעגאנגען די זעלבע וועג אזוי ווי ער איז אריין, דאס הייסט מיט די פנים צום ארון. וְנָטַל מַחְתָּה שֶׁל זָהָב אָדֹם קַלָּה מַחֲזֶקֶת שְׁלוֹשָׁה קַבִּין וְיָדָהּ אֲרוּכָה וְעָלָה לְרֹאשׁ הַמְּזַבֵּחַ וּפִנָה גֶּחָלִים שֶׁמַּחֲצִיתָן גַּחֶלֶת וּמַחֲצִיתָן שַׁלְהֶבֶת אֵילָךְ וְאֵלָךְ וְחָתָה מִן הַלּוֹחֲשׁוֹת מִצַּד מַעֲרָב הַמִּזְבֵּחַ. הוֹרִידָהּ מְלֵאָה גַּחֲלֵי אֵשׁ לוֹחֲשׁוֹת וְהִנִּיחָהּ עַל הָרוֹבֶד הָרְבִיעִי שֶׁבְּעֲזָרָה. הוֹצִיאוּ לוֹ כַּף רֵיקָן וּמַחְתָּה מְלֵאָה קְטוֹרֶת דַּקָּה מִן הַדַּקָּה. וְחָפַן מִמֶּנָּה מְלֹּא חָפְנָיו לֹא מְחוּקוֹת וְלֹא גְּדוּשׁוֹת אֶלָּא טְפוּפוֹת וְנָתַן לְתּוֹךְ הַכַּף וְנוֹתֵן בִּימִינוֹ מַחְתַּת הַגֶּחָלִים וּבִשְׂמֹאלוֹ כַּף הַקְּטֹרֶת. זֵרַז עַצְמוֹ וְנִכְנַס לְקֹדֶשׁ הַקָּדָשִׁים עַד שֶׁמַּגִּיעַ לָאָרוֹן וְהִנִּיחַ הַמַּחְתָּה בֵּין בַּדֵּי הָאָרוֹן וּבְבַיִת שֵׁנִי מַנִּיחַ עַל אֶבֶן הַשְּׁתִיָּה. חָפַן כָּל הַקְּטֹרֶת שֶׁבְּכַף בְּחִפָּזוֹן וְצָבַר עַל הַגֶּחָלִים לְצַד מַעֲרָב וּמַמְתִּין שָׁם עַד שֶׁנִּתְמַלֵּא הַבַּיִת כֻּלּוֹ עָשָׁן. טְהוֹר לֵב פָּסַע וְשָׁב לַאֲחוֹרָיו פָּנָיו לַקֹּדֶשׁ וַאֲחוֹרָיו לַהֵיכָל עַד שֶׁיָּצָא מִן הַפָּרֹכֶת

14 תפלה קצרה ער האט מתפלל געווען א קורצע תפלה אויף רעגען, אויף מלכות בית דוד, און אויף פרנסה, און נאכדעם איז ער ארויס פונ'ם היכל. וּמִתְפַּלֵּל בְּהֵיכָל תְּפִלָּה קְצָרָה סָמוּךְ לַפָּרֹכֶת. וְכָךְ הָיְתָה תְּפִלָּתוֹ שֶׁל כֹּהֵן גָּדוֹל. יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ וֶאֱלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ. שֶׁתְּהֵא שָׁנָה זוּ הַבָּאָה עָלֵינוּ וְעַל כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּכָל מָקוֹם שֶׁהֵם אִם שְׁחוּנָה גְּשׁוּמָה, וְאַל יִכָּנֵס לְפָנֶיךָ תְּפִלַּת עוֹבְרֵי דְּרָכִים לְעִנְיַן הַגֶּשֶׁם בְּשָׁעָה שֶׁהָעוֹלָם צָרִיךְ לוֹ. וְשֶׁלֹּא יִצְטָרְכוּ עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּפַרְנָסָה זֶה לָזֶּה וְלֹא לְעַם אַחֵר. שָׁנָה שֶׁלֹּא תַּפִּיל אִשָּׁה פְּרִי בִּטְנָהּ. וְשֶׁיִּתְּנוּ עֲצֵי הַשָּׂדֶה אֶת תְּנוּבָתָם וְלֹא יַעֲדֵי עֲבִיד שִׁלְּטָן מִדְּבֵית יְהוּדָה
15 הזאת דם הפר בקודש קדשים ער האט גענומען די בלוט פון דער פר פונ'ם כהן וואס האט געמישט, מיט דעם איז ער אריין אין'ם קודש קדשים און געשפריצט אחת למעלה ושבע למטה, (דאס איז שוין געווען דער צווייטער מאהל [2] וואס ער איז אריין אין'ם קודש קדשים) ער איז ארויס פונ'ם קודש קדשים און אוועק געשטעלט די בלוט אויף א גאלדענעם געשטעל וואס איז געשטאנען אין'ם היכל. יָצָא וְנָטַל דַּם הַפָּר מִמִּי שֶׁמְּמָּרֵס בּוֹ וְנִכְנַס לְמָקוֹם שֶׁנִּכְנַס וְעָמַד בְּמָקוֹם שֶׁעָמַד וְהִזָּה מִמֶּנּוּ לִפְנֵי הַכַּפֹּרֶת בֵּין בַּדֵּי הָאָרוֹן אַחַת לְמַעְלָה וְשֶׁבַע לְמַטָּה וְלֹא הָיָה מִתְכַּוֵּן לְהַזּוֹת לֹא לְמַעְלָה וְלֹא לְמַטָּה אֶלָּא כְּמַצְלִיף. וְכַךְ הָיָה מוֹנֶה: אַחַת, אַחַת וְאַחַת, אַחַת וּשְׁתַּיִם, אַחַת וְשָׁלֹשׁ, אַחַת וְאַרְבַּע, אַחַת וְחָמֵשׁ, אַחַת וָשֵׁשׁ, אַחַת וָשֶׁבַע. יָצָא מִקָּדְשֵׁי הֲקָּדָשִׁים וְהִנִּיחוֹ עַל כַּן הַזָּהָב שֶׁהָיָה בְּהֵיכָל
16 שחיטת השעיר מען האט איהם געברענגט דעם שעיר החטאת, "וואס איז ארויס דער גורל לה'" און גע'שחט'ן רוב פון די צוויי סימנים. ער האט געגעבען פאר א צווייטע כהן צו ענדיגען, און מקבל געווען דעם דם אין א כלי שרת. כְּצֵאתוֹ הֵבִיאוּ לוֹ שְׂעִיר חַטָּאת שְׁחָטוֹ וְקִבֵּל דָּמוֹ בְּמֻזְרָק טָהוֹר
17 הזאת דם השעיר
בקודש קדשים ער איז אריין מיט די בלוט אין'ם קודש קדשים, אין געשפריצט "בין הבדים", אחת למעלה ושבע למטה, (דאס איז דער דריטער מאהל [3] וואס ער איז אריין אין'ם קודש קדשים). ער איז ארויס, און ער האט אוועקגעשטעלט דאס בלוט אויף דער צווייטע גאלדענעם געשטעל, וואס איז געשטאנען אין'ם היכל. לִפְנִים יִכָּנֵס לְהַזּוֹת מִדָּמוֹ בֵּין שְׁנֵי בַּדֵּי הָאָרוֹן כְּסֵדֶר דַּם הַפָּר אַחַת לְמַעְלָה וְשֶׁבַע לְמַטָּה, וְלֹא הָיָה מִתְכַּוֵּן לְהַזּוֹת לֹא לְמַעְלָה וְלֹא לְמַטָּה אֶלָּא כְּמַצְלִיף. וְכַךְ הָיָה מוֹנֶה: אַחַת, אַחַת וְאַחַת, אַחַת וּשְׁתַּיִם, אַחַת וְשָׁלֹשׁ, אַחַת וְאַרְבַּע, אַחַת וְחָמֵשׁ, אַחַת וָשֵׁשׁ, אַחַת וָשֶׁבַע. יָצָא וְהִנִּיחוֹ עַל כַּן הַזָּהָב הַשֵּׁנִי שֶׁהָיָה בְּהֵיכָל.
18 הזאת דם הפר על הפרוכת ער האט גענומען דער דם הפר וואס איז געשטאנען אויפ'ם ערשטע גאלדענעם געשטעל, און ער האט געשפריצט אין'ם היכל קעגען דעם פרוכת, אחת למעלה ושבע למטה, און ער האט צוריק געלייגט דעם דם הפר אויפ'ן גאלדענעם געשטעל. מֵהַר וְנָטַל דַּם הַפָּר מִן הַכַּן שֶׁהִנִּיחַ עָלָיו וְטוֹבֵל אֶצְבָּעוֹ עַל כָּל הֲזָיָה וְהִזָּה מִמֶּנּוּ עַל הַפָּרֹכֶת כְּנֶגֶד הָאָרוֹן מִבַּחוּץ אַחַת לְמַעְלָה וְשֶׁבַע לְמַטָּה, וְלֹא הָיָה מִתְכַּוֵּן לְהַזּוֹת לֹא לְמַעְלָה וְלֹא לְמַטָּה אֶלָּא כְּמַצְלִיף. וְכַךְ הָיָה מוֹנֶה: אַחַת, אַחַת וְאַחַת, אַחַת וּשְׁתַּיִם, אַחַת וְשָׁלֹשׁ, אַחַת וְאַרְבַּע, אַחַת וְחָמֵשׁ, אַחַת וָשֵׁשׁ, אַחַת וָשֶׁבַע. נָחַץ וְהִנִּיחַ דַּם הַפָּר
19 הזאת דם השעיר על הפרוכת ער האט גענומען דער דם השעיר וואס איז געשטאנען אויפ'ם צווייטע גאלדענעם געשטעל, און ער האט געשפריצט אין'ם היכל קעגען דעם פרוכת, אחת למעלה ושבע למטה. וְנָטַל דַּם הַשָּׂעִיר וְעָשָׂה לְדָמוֹ כַּאֲשֶׁר עָשָׂה לְדַם הַפָּר וְהִזָּה עַל הַפָּרֹכֶת כְּנֶגֶד הָאָרוֹן מִבַּחוּץ אַחַת לְמַעְלָה וְשֶׁבַע לְמַטָּה, וְלֹא הָיָה מִתְכַּוֵּן לְהַזּוֹת לֹא לְמַעְלָה וְלֹא לְמַטָּה אֶלָּא כְּמַצְלִיף. וְכַךְ הָיָה מוֹנֶה: אַחַת, אַחַת וְאַחַת, אַחַת וּשְׁתַּיִם, אַחַת וְשָׁלֹשׁ, אַחַת וְאַרְבַּע, אַחַת וְחָמֵשׁ, אַחַת וָשֵׁשׁ, אַחַת וָשֶׁבַע
20 הזאת הדמים על מזבח הזהב ער האט גענומען דער דם הפר אין ארייגעגאסען אין'ם דם השעיר, און נאכדעם צוריקגעגאסען, כדי אז עס זאל זיך גוט אויסמישען, און ער האט געשפריצט אויפ'ן מזבח הזהב, אויף די פיר עקען (על ארבע קרנות) ער האט אנגעהויבען ביי מזרחית צפונית, און געענדיקט ביי דרומית מזרחית. נאכדעם האט ער אוועקגעשארט די אש און די קוילען פון אינמיטען מזבח ביז ער האט געקענט זעהן די גאלד פונ'ם מזבח, און ער האט דארט געשפריצט 7 מאהל. שָׂשׂ וְעֵרָה דַּם הַפָּר לְתוֹךְ הַמֻּזְרָק שֶׁבּוֹ דַּם הַשָּׂעִיר וְנָתַן הַמָּלֵא בְּרֵיקָן כְּדֵי שֶׁיִּתְעָרְבוּ יָפֶה יָפֶה זֶה בַּזֶּה וּבָא וְעָמַד לִפְנִים מִמִּזְבַּח הַזָּהָב בֵּין הַמִּזְבֵּחַ וְהַמְּנוֹרָה וּמַתְחִיל לְהַזּוֹת מִדַּם הַתַּעֲרֹבֶת. עַל אַרְבַּע קַרְנוֹתָיו יִתֵּן כְּסִדְרָן, מַתְחִיל מִקֶּרֶן מִזְרָחִית צְפוֹנִית וּמְסַיֵּם בְּקֶרֶן דְּרוֹמִית מִזְרָחִית וְחוֹתֶה הַגֶּחָלִים וְהָאֵפֶר שֶׁבְּמִזְבַּח הַזָּהָב הֵילָךְ וְהֵילָךְ עַד שֶׁמְּגַלֶּה זְהָבוֹ, וּמַזֶּה מִדַּם הַתַּעֲרֹבֶת עַל טָהֳרוֹ שֶׁל מִזְבֵּחַ שֶׁבַע פְּעָמִים.
21 שפיכת השיריים ער איז ארויסגעגאנגען פונ'ם היכל און אויסגעגאסען די איבריגע בלוט אויפ'ן יסוד מערבי פונ'ם מזבח החצון. פָּסַע וְיָצָא לְצַד דָּרוֹם חוּץ לְאוּלָם, וְשָׁפַךְ אֶת הַשִּׁירַיִם עַל יְסוֹד מֵעֲרָבִי שֶׁל מִזְבֵּחַ הַחִיצוֹן
22 ווידוי שלישי ער איז צוגעגאנגען צום שעיר המשתלח, וואס איז געשטאנען ביים "שער נקנור" און אנגעליינט אויף איהם זיינע צוויי הענט, און מתוודה געווען אויף די זינד פון כלל ישראל. (ביי דער ווידוי האט ער געזאגט דער שם המפורש 3 מאהל, צוזאמען האט ער שוין געזאגט דער שם המפורש 10 מאהל) צָעַד וּבָא לוֹ אֵצֶל הַשָּׂעִיר הַמִּשְׁתַּלֵּחַ לַעֲזָאזֵל לְהִתְוַדּוֹת עָלָיו אַשְׁמַת קְהָלוֹ, וְסָמַךְ שְׁתֵּי יָדָיו עָלָיו וְהִתְוַדָּה. וְכַךְ הָיָה אוֹמֵר: אָנָּא הַשֵּׁם, חָטְאוּ, עָווּ, פָּשְׁעוּ לְפָנֶיךָ עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל. אָנָּא בַשֵּׁם, כַּפֶּר נָא לַחֲטָאִים, וְלַעֲוֹנוֹת וְלַפְשָׁעִים, שֶׁחָטְאוּ וְשֶׁעָווּ, וְשֶׁפָּשְׁעוּ לְפָנֶיךָ עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל, כַּכָּתוּב בְּתוֹרַת מֹשֶׁה עַבְדֶּךָ מִפִּי כְבוֹדֶךָ: כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יְיָ וְהַכֹּהֲנִים וְהָעָם הָעוֹמְדִים בָּעֲזָרָה, כְּשֶׁהָיוּ שׁוֹמְעִים אֶת הַשֵּׁם הַנִּכְבָּד וְהַנּוֹרָא, מְפֹרָשׁ יוֹצֵא מִפִּי כֹהֵן גָּדוֹל בִּקְדֻשָּׁה וּבְטָהֳרָה, הָיוּ כּוֹרְעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים וְנוֹפְלִים עַל פְּנֵיהֶם, וְאוֹמְרִים: בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד. וְאַף הוּא הָיָה מִתְכַּוֵּן כְּנֶגֶד הַמְּבָרְכִים לִגְמֹר אֶת הֵשֵׁם וְאוֹמֵר לָהֶם תִטְהָרוּ. וְאַתָּה בְּטוּבְךָ מְעוֹרֵר רַחֲמֵךְ וְסוֹלֵחַ לַעֲדַת יְשֻׁרוּן.
23 שילוח השעיר ער האט געשיקט דעם שעיר צום מדבר, צו א פארשניטען און וויסט ארט, דורך א כהן וואס איז געווען אנגעגרייט פאר דעם פון נעכטען, ווען ער איז אנגעקומען צו א הויכע בארג, האט ער צוטיילט דעם רויטען בענדל אין האלב, האלב האט ער געבונדען צום שטיין, און די אנדערע העלפט האט ער צוגעבונדען צווישען זיינע הערנער, ער האט איהם געשטיפט מיט זיינע צוויי הענט צוריק צו וועגס, און עס האט זיך אראפגעקוילערט דעם בארג, און ביז ער איז נאר אנגעקומען צום האלבען בארג איז שוין געווען צובראכען יעדע גלידער באזונדער, און ער האט געזאגט "כך ימחו עונות עמך בית ישראל". קָרָא לְאֶחָד מִן הַכֹּהֲנִים הַמְּזֻמָּן מֵאֶתְמוֹל לְהוֹלִיכוֹ, וּמְסָרוֹ לוֹ וְהוֹלִיכוֹ אֶל אֶרֶץ גְּזֵרָה לְמִדְבַּר שָׁמֵם. וּכְשֶׁהִגִּיעַ לַצּוּק חוֹלֵק לָשׁוֹן שֶׁל זְהוֹרִית שֶׁבְּקַרְנָיו, חֶצְיוֹ קוֹשֵׁר בְּסֶלַע וְחֶצְיוֹ בֵן קַרְנָיו, וּדְחָפוֹ בִּשְׁתֵּי יָדָיו לַאֲחוֹרָיו, וְהוּא הָיָה מִתְגַּלְגֵּל וְיוֹרֵד, וְלֹא הָיָה מַגִּיעַ לַחֲצִי הָהָר עַד שֶׁנַּעֲשָׂה אֵיבָרִים אֵיבָרִים, וְאוֹמֵר כָּךְ יִמָּחוּ עוֹנוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל.
24 הוצאת האימורים ער האט אראפגענומען די פעטן'ס פון'ם פר און פון'ם שעיר, און זיי אריינגעלייגט אין א שיסל כדי זיי שפעטער מקטיר צו זיין. רָץ לוֹ אֵצֶל הַפָּר וְאֵצֶל הַשָּׂעִיר הַנִּשְׂרָפִים וּקְרָעָן וְהוֹצִיא אֵמוּרֵיהֶם וּנְתָנָם בְּמֶגֶס לְהַקְטִירָם עַל גַּבֵּי הַמִּזְבֵּחַ,
25 שילוח הבשר לשריפה ער האט גענומען דאס פלייש, דאס הויט און דאס מיסט, און ער האט זיי (קלען במקלעות) געשיקט צום פאברענען מחוץ למחנה. וּבְשָׂרָן קְלָעָן בְּמִקְלָעוֹת וּמְשַׁלְּחָן בְּיַד אֲחֵרִים לְהוֹצִיאָן לְבֵית הַשְּׂרֵפָה.
26 קריאת התורה נאכדעם וואס מען האט געוואוסט אז דער שעיר המשתלח איז אנגעקומען צום מדבר, איז דער כהן גדול געגאנגען צום עזרת נשים און געזאגט ברכות התורה, (אשר בחר בנו וגו') און געליינט דער סדר העבודה פון פרשת אחרי מות, און אויך פון "אך בעשור לחודש" אין פרשת אמור, און נאכדעם געליינט פון אויסערווייניג פון פרשת פנחס פון "בעשור לחודש השביעי". נאכ'ן ליינען האט ער געמאכט 8 ברכות, 1. על התורה 2. על העבודה 3. על ההודאה 4. על מחילת העון 5. על המקדש 6. על ישראל 7. על הכהנים 8. על שאר התפלה. שָׁב וּבָא לְעֶזְרַת נָשִׁים אַחַר שֶׁהִגִּיעַ הַשָּׂעִיר לַמִּדְבָּר, וּמְבָרֵךְ בִּרְכַּת הַתּוֹרָה שֶׁלְּפָנֶיהָ, וְקוֹרֵא בְּתוֹרַת כֹּהֲנִים, בְּפָרָשַׁת אַחֲרֵי מוֹת, וְאַךְ בֶּעָשׂוֹר, וְגוֹלֵל הַסֵּפֶר תּוֹרָה וּמַנִּיחוֹ בְּחֵיקוֹ וְאוֹמֵר, יוֹתֵר מִמַּה שֶׁקָּרִיתִי לִפְנֵיכֶם כָּתוּב כָּאן. וּבְעָשׂוֹר שֶׁבְּחֹמֶשׁ הַפִּקּוּדִים קוֹרֵא עַל פֶּה, וּמְבָרֵךְ לְאַחֲרֵיהֶם שְׁמוֹנָה בְּרָכוֹת, עַל הַתּוֹרָה, וְעַל הָעֲבוֹדָה, וְעַל הַהוֹדָאָה, וְעַל מְחִילַת הֶעָווֹן, וְעַל הַמִּקְדָּשׁ, וְעַל יִשְׂרָאֵל, וְעַל הַכֹּהֲנִים, וְעַל שְׁאָר הִתְפִּילָה.
קידוש ידים ורגלים - הפשטת בגדי לבן תִּכֵּן צְעָדָיו וּבָא לְבֵית הַטְּבִילָה וְקֻדַּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו, וּפָשַׁט בִּגְדֵי לָבָן
סדר 3 "עבודת חוץ בבגדי זהב"
טבילה - לבישת בגדי זהב - קידוש ידים ורגלים וְיָרַד וְטָבַל, עָלָה וְנִסְתַּפָּג, הֵבִיאוּ לוֹ בִּגְדֵי זָהָב וְלָבַשׁ וְקֻדַּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו,
27 שעיר מוסף ער האט מקריב געווען דעם שעיר החטאת פון מוסף, אזוי ווי יעדע חטאת חצונה של ציבור. וְעָשָׂה שָׂעִיר הַנַּעֲשֶׂה בַּחוּץ שֶׁהוּא מִמּוּסַף הַיּוֹם
28 אילו ואיל העם ער האט מקריב געווען זיין איל, און דער איל פון'ם פאלק. וְאַחַר כָּךְ מַקְרִיב אֶת אֵילוֹ וְאֶת אַיִל הָעָם,
29 הקטרת האימורים ער האט מקטיר געווען די אימירים פון'ם פר און שעיר הנשרפים. וּמַקְטִיר הָאֵמוּרִים שֶׁל פַּר וְשָׂעִיר הַנִּשְׂרָפִים
30 מנחת אילו ואיל העם ער האט מקריב געווען די מנחת נסכים פון "אילו ואיל העם". וְעָשָׂה מִנְחַת שְׁנֵי הָאֵילִים כְּמִשְׁפָּטָן
31 מנחת המוספים ער האט מקריב געווען די מנחה און נסכים פון די מוספים. וְאַחַר כָּךְ הָיָה עוֹשֶׂה נִסְכֵּי כָּל הַמּוּסָפִים כְּמִשְׁפָּטָן
32 תמיד של בין הערבים ער האט מקריב געווען דעם תמיד של בין הערבים. וְאַחַר כָּךְ מַקְרִיב תָּמִיד שֶׁל בֵּין הָעַרְבַּיִם כְּהִלְכָתוֹ.
קידוש ידים ורגלים - הפשטת בגדי זהב
אַחַר כַּלוֹתוֹ מֵעֲשׂוֹת כָּל אֵלֶּה עוֹד בָּא לוֹ לְבֵית הִטְבִּילָה. מִהַר וְקִדֵּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו וּפָשַׁט בִּגְדֵי זָהָב
סדר 4 "עבודת פנים בבגדי לבן"
טבילה - לבישת בגדי לבן - קידוש ידים ורגלים וְיָרַד וְטָבַל עָלָה וְנִסְתַּפָּג. הֵבִיאוּ לוֹ בִּגְדֵי לָבָן לָבַשׁ וְקִדֵּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו.
33 הוצאת כף ומחתה ער איז אריין אין'ם קודש קדשים, און ארויסגענומען די כף ומחתה, וואס ער האט אריינגעפירט אינדעפרי מיט די קטורת. דאס איז שוין דער פערטע מאהל [4] וואס ער איז אריין אין'ם קודש קדשים נִכְנַס לְבֵית קֹדֶשׁ הַקֳּדָשִׁים לְהוֹצִיא אֶת הַכַּף וְאֵת הַמַּחְתָּה שֶׁהִכְנִיס בְּשַׁחֲרִית.
קידוש ידים ורגלים - הפשטת בגדי לבן וְעוֹד בָּא לוֹ לְבֵית הַטְּבִילָה וְקִדֵּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו. וּפָשַׁט בִּגְדֵי לָבָן
סדר 5 "עבודת חוץ בבגדי זהב"
טבילה - לבישת בגדי זהב - קידוש ידים ורגלים וְיָרַד וְטָבַל עָלָה וְנִסְתַּפָּג. הֵבִיאוּ לוֹ בִּגְדֵי זָהָב לָבַשׁ וְקֻדַּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו,
34 קטורת של בין הערבים ער איז אריין אין היכל און ער האט מקטיר געווען די קטורת של בין הערבים אויפ'ן מזבח הפנימי נִכְנַס לְהֵיכָל לְהַקְטִיר אֶת הַקְּטֹרֶת שֶׁל בֵּין הָעַרְבַּיִם
35 השלמת התמיד של בין הערבים ער איז ארויס צום עזרה, און ער האט מקטיר געווען די מנחת התמיד של בין הערבים. ער האט מקטיר געווען די צווייטע העלפט פון'ם מנחת חביתין. ער האט געגאסען אויפ'ן מזבח די נסכים פון'ם תמיד של בין הערבים. און בשעת'ן גיסען האבען די לוים געזונגען. וְיָצָא וְהִקְרִיב מִנְחַת הַתָּמִיד וּמוֹתַר מִנְחַת חַבִיתִּין וְנִסְכֵּי הַתָּמִיד
36 הדלקת הנרות ער האט אנגעצונדען די ליכט פון די מנורה אזוי ווי יעדען טאג, זיך געבוקט, און אזוי ארויס פון'ם היכל. כְּבִשְׁאָר הַיָּמִים. נִכְנַס לְהַדְלִיק אֶת הַנֵּרוֹת וְהִשְׁתַּחֲוָה וְיָצָא
קידוש ידים ורגלים - הפשטת בגדי זהב - לבישת בגדי יו"ט של עצמו וְקִדֵּשׁ יָדָיו וְרַגְלָיו וּפָשַׁט בִּגְדֵי זָהָב. הֵבִיאוּ לוֹ בִּגְדֵי עַצְמוֹ וְלָבַשׁ



וּמְלַוִין אוֹתוֹ עַד בֵּיתוֹ און מ'באגלייט אים ביז זיין הויז, וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֵׂה און ער האט געמאכט א יוֹם טוֹב בְּצֵאתוֹ בְּשָׁלוֹם מִן הַקֹּדֶשׁ ווייל ער איז ארויסגעקומען בשלום פון הייליגקייט.

אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ וואויל איז די (אידישן) פאלק וואס אזוי (אזא עבודה) איז צו אים אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁיּי אֱלֹהָיו וואויל דעם (אידישן) פאלק וואס דער באשעפער איז זיין גאט.

וּבְכֵן כְּמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתְּ תְּפִלַּת כֹּהֵן גָּדוֹל בְּהֵיכַל אזוי ווי דו רבונו של עולם האסט צוגעהערט די תפילה פון כהן גדול אין היכל, כְּמוֹ כֵּן אזוי אויך מִפִּינוּ תִּשְׁמַע וְתוֹשִׁיעַ זאלסטו פון אונז צוהערן אונזער געבעט און אונז העלפן.

יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יי אֱלֹהֵינוּ וֶאֱלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ עס זאל זיין דיין ווילן רבונו של עולם אונזער גאט און דער גאט פון אונזערע עלטערן שֶׁתְּהֵא הַשָּׁנָה הַזֹּאת אז דאס יאר הַבָּאָה עָלֵינוּ וואס קומט אויף אונז וְעַל כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל און אויף דיין גאנץ אידיש פאלק, בְּכָל מָקוֹם שֶׁהֵם איבעראל וואו זיי זענען שְׁנַת אוֹרָה זאל זיין א ליכטיג יאר, שְׁנַת בְּרָכָה א געבענטשט יאר, שְׁנַת גִּילָה א פריילעך יאר שְׁנַת דִּיצָה א יאר פון פרייד, שנת הוֹד א יאר פון פראכט שְׁנַת וַעַד טוֹב א יאר פון גוטע צוזאמענקונפטן, שְׁנַת זִמְרָה א יאר פון געזאנג, שְׁנַת חֶדְוָה א יאר פון פריילעכקייט, שְׁנַת טוֹבָה א יאר פון גוטס, שְׁנַת יְשׁוּעָה א יאר פון געהאלפן ווערן, שְׁנַת כַּלְכָּלָה א יאר פון שפייזונג, שְׁנַת לִמּוּד א יאר פון לערנען תורה, שְׁנַת מְנוּחָה א יאר פון רואינג, שְׁנַת נֶחָמָה א יאר פון טרייסטונג, שְׁנַת שָׂשׂוֹן א יאר פון פרייד, שְׁנַת עֶלְצוֹן א יאר פון פרייליכקייט, שְׁנַת פְּדוּת א יאר פון אויסלייזונג, שְׁנַת צָהֳלָה א יאר פון פרייד שְׁנַת קוֹמְמִיּוּת א יאר פון אויסגעצוגנקייט (נישט זיין אין גלות) שְׁנַת קִבוּץ גָּלֻיּוֹת א יאר פון איינזאמלונג פון גלות (ווערן אויסגעלייזט) שְׁנַת קִבּוּל תְּפִלּוֹת א יאר וואס דער אייבערשטער זאל אננעמען תפילות פון כלל ישראל, שְׁנַת רָצוֹן א יאר פון באוויליגונג, שְׁנַת שָׁלוֹם א יאר פון שלום, שְׁנַת טְלוּלָה גְּשׁוּמָה א יאר פון גענוג טוי און רעגן, שְׁנַת שֹׂבַע א יאר פון זעטיגקייט, שָׁנָה א יאר שֶׁתּוֹלִיכֵנוּ בָּהּ וואס זאלסט אונז פירן קוֹמְמִיּוּת אויסגעצויגן לְאַרְצֵנוּ צו אונזער לאנד, שָׁנָה א יאר שֶׁתְּדַבֵּר בָּהּ עַמִּים זאלסט אונטערטעניגן פעלקער תַּחְתֵּינוּ אונטער אונז, שָׁנָה שֶׁתִּכְתְּבֵנוּ בָּהּ א יאר וואס דו זאלסט אונז איינשרייבן לְחַיִּים טוֹבִים צו א גוט לעבן, שָׁנָה א יאר שֶׁלֹּא יִצְטָרְכוּ עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל לְפַרְנָסָה אז די אידן זאלן נישט דארפן אנקומען אין פרנסה זֶה לְזֶה איינער צום אנדערן וְלֹא לְעַם אַחֵר און נישט צו אן אנדער פאלק, שָׁנָה שֶׁתַּעֲצֹר הַמַּגֵּפָה א יאר וואס דו זאלסט איינהאלטן (עס זאל נישט זיין) מַגֵפָה, וְהַמַּשְׁחִית דער פארדארבער (קראנקהייטן און אנדערע שלעכטס) מֵעָלֵינוּ פון אונז וּמֵעַל כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל און פון דיין גאנץ אידישן פאלק, שָׁנָה שֶׁלֹּא תַּפִּיל אִשָּׁה פְּרִי בִּטְנָה א יאר וואס אידישע פרויען זאלן נישט פארלירן זייער קינדער (ד.מ. אז זיי זאלן האבן אסאך קינדער).

וּבְכֵן וְעַתָּה יי אֱלֹקֵינוּ און יעצט רבונו של עולם אונזער גאט עַל רַחֲמֶיךָ הָרַבִּים אָנוּ בְּטוּחִים אויף דיין פיל בארעמהארציגקייט פארזיכערן מיר זיך וְעַל חֲסָדֶיךָ אָנוּ נִשְׁעָנִים און אויף דיינע חסדים ליינען מיר זיך אן, וְלִסְלִיחוֹתֶיךָ אָנוּ מְקַוִּים און פאר דיין פארגעבונג האפן מיר כִּי אַתָּה יי ווייל דו רבש"ע ביזט אֵל רַחוּם וְחַנּוּן א בארעמהארציגער און א באגנאדיגער גאט אֶרֶךְ אַפַּיִם פארלענגערסט דעם צארן וְרַב חֶסֶד און פיל גוטס וּמַרְבֶּה לְהֵיטִיב און פארמערסט צו טאן גוטס, וּמַנְהִיג אֶת הָעוֹלָם כֻּלּוֹ און פירסט די גאנצע וועלט בְּמִדַּת הַחֶסֶד וּבְמִדַּת הָרַחֲמִים מיט דער מדה פון חסד און רחמים כַּכָּתוּב בְּתוֹרַת מֹשֶׁה עַבְדְּךָ אזוי ווי עס שטייט אין דער תורה, וְיֹאמַר און דער אייבערשטער האט געזאגט אזוי: "אֲנִי אַעֲבִיר כָּל טוּבִי עַל פָּנֶיךָ וְקָרָאתִי בְּשֵׁם יי לְפָנֶיךָ וַחֲנוּתִי אֶת אֲשֶׁר אָחֹן וְרִחַמְתִּי אֶת אֲשֶׁר אֲרַחֵם"

וּבְכֵן און אזוי ארום מַה נֶהֱדָר כֹּהֵן גָּדוֹל ווי שיין איז געווען דער כהן גדול בְּצֵאתוֹ בְּשָׁלוֹם מִן הַקֹּדֶשׁ בשעת ער איז ארויסגעקומען בשלום פון הייליגקייט כְּאֹהֶל הַנִּמְתָּח בְּדָרֵי מַעְלָה אזוי ווי דער לויטערע הימל איז אויסגעצויגן איבער די מלאכים וואס וואוינען אויבן מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כִּבְרָקִים הַיּוֹצְאִים מִזִּיו הַחַיּוֹת אזוי ווי די בליצן וואס גייען ארויס פונעם שיין פון די מלאכים (וואס הייסן חיות הקודש) מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּגֹדֶל גְּדִילִים אזוי ווי מ'פלעכט דעם פאדעם פון בלוי וואל צווישן די ווייסע פעדים פון ציצית בְּאַרְבַּע קְצוֹת אין די פיר זייטן פון טלית (דער תכלת פארב פון די ציצית איז ענליך צום הימל) מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כִּדְמוּת הַקֶּשֶׁת אזוי ווי דער געשטאלט פונעם רעגן בויגן בְּתוֹךְ הֶעָנָן אינעם וואלקן, מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּהוֹד אֲשֶׁר הִלְבִּישׁ צוּר אזוי ווי דאס שיינקייט וואס דער באשעפער האט אנגעקליידעט לִיצוּרִים פאר די באשעפענישן (אדם און חוה) מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּוֶרֶד הַנָּתוּן בְּתוֹךְ גִּנַּת חֶמֶד אזוי ווי א רויז וואס וואקסט אין לוסט גארן מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּזֵר הַנָּתוּן עַל מֵצַח מֶלֶךְ אזוי ווי א קרוין אויפן שטערן פון קעניג מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּחֶסֶד הַנִּתָּן עַל פְּנֵי חָתָן אזוי ווי דער חן וואס איז אויפן פנים פון א חתן מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּטֹהַר הַנָּתוּן בִּצְנִיף טָהוֹר אזוי ווי דאס לויטערקייט וואס איז געגעבן אין א ריינעם קרוין, מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּיוֹשֵׁב בְּסֵתֶר אוזי ווי משה רבינו ווען ער איז געווען פארבארגן (אין הימל) לְחַלּוֹת פְּנֵי מֶלֶךְ צו בעטן דעם קעניג (דעם אייבערשטן) מַרְאֶה כֹּהֵן איז דער געשטאלט (אויסזעהן) פון כהן כְּכוֹכָב הַנֹּגַהּ בִּגְבוּל מִזְרַח אזוי ווי דער שטערן וואס שיינט אויף אין מזרח זייט (וואס פון דארט שיינט עס זייער שיין)





אמת - מה נהדר היה מראה כהן גדול בצאתו בשלום מן הקודש
ובכן כמו ששמעת תפלת כהן גדול בהיכל כמו כן מפינו תשמע ותושיע
יהי רצון מלפניך ה' אלוקינו ואלוקי אבותינו שיבנה בית המקדש במהרה בימינו
ותן חלקינו בתורתיך ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות
א גמר חתימה טובה בסשצ"ג
המו"ל: הרב ירוחם ווייכברויט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:48 לינק ישיר 

עֶרֶב יוֹם הַקָּדוֹשׁ

אוּנְזֶער כִּתָּה.
בְּזוֹ הַשָּׁנָה.
דַאנְקֶען אוּן לוֹיבֶּען.
דֶעם בַּאשֶׁעפֶער פוּן אוֹיבֶען.
אוּן מִצְוֹת אוּן מִדּוֹת אַיין קוֹיפֶען...

לָאמִיר אַלֶע אִין אֵיינֶעם.
דָּא אִין חֵדֶר דֶעם שֵׁיינֶעם.
לֶעבֶּען בִּיְדִידוּת.
מִיט אַלֶע פַיינֶע בְּרִידֶערְס.
מַמֶּשׁ מָלֵא מְתִיקוּת...

הִנֵּה מַה טּוֹב וּמַה נָּעִים.
זִיך פִירֶען בְּמִדּוֹת יְשָׁרִים.
אוֹי בַּאשֶׁעפֶער זִיסֶער.
זֵיי אִיבֶּער אוּנְז אַלֶע אַ הִיטֶער.
גִיבּ אַרַיין חַיּוֹת אִין יֶעדֶען קִינְד.
גוּטֶע מַעֲשִׂים אוּן מִדּוֹת מִיט גֶעזוּנְט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:49 לינק ישיר 

שְׁאֵלוֹת לְיוֹם הַכִּפּוּרִים

א. מַה הֵם הַדְּבָרִים שֶׁעוֹשִׂים בְּעֶרֶב יוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ת. כַּפָּרוֹת, שְׁנֵי סְעוּדוֹת, טְבִילָה בְּמִקְוֶה, שִׂמְחָה.

ב. מַדּוּעַ נוֹהֲגִים לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה בְּעֶרֶב יוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ת. לְהַרְאוֹת שֶׁאָנוּ בְּטוּחִים לְיוֹם הַדִּין.

ג. מַדּוּעַ טוֹבְלִים בְּמִקְוֶה בְּעֶרֶב יוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ת. לִהְיוֹת טָהוֹר בְּיוֹם הַדִּין.

ד. מַה הוּא הַשֵּׁם יוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ת. שֶׁבְּיוֹם זֶה הַקָבָּ"ה מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ לְכָל הַחוֹזְרִים בִּתְשׁוּבָה.

ה. אֵיזֶה לְבוּשׁ מְיֻחָד לוֹבְשִׁים בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ת. בֶּגֶד לָבָן שֶׁקּוֹרִים קִיטְל.

ו. בְּאֵיזֶה תְּפִלָּה אָנוּ מַתְחִילִים עִם כְּנִיסַת יוֹם הַדִּין ?
ת. תְּפִלַּת כָּל נִדְרֵי.

ז. הֵיכָן כְּתִיב בְּתּוֹרָה שֶׁחַיָּבִים לְהִתְעַנּוֹת בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ת. "וְעִנִּיתֶם אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם" (בַּמִּדְבָּר קַפִּיטֶל כ"ט פָּסוּק ז').

ח. מַה אָנוּ אוֹמְרִים בִּתְּפִלַּת מוּסָף שֶׁל יוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ת. סֵדֶר הָעֲבוֹדָה שֶׁל הַכֹּהֵן גָּדוֹל שֶׁהָיָה בְּבֵית הַמִּקְדָּשׁ בְּאוֹתוֹ יוֹם.

ט. אֵיזֶה פָּסוּק הוּא שֶׁאוֹמְרִים אוֹתוֹ כָּל הַשָּׁנָה בְּלַחַשׁ וּבְיוֹם הַכִּפּוּרִים אוֹמְרִים אוֹתוֹ בְּקוֹל רָם ?
ת. "בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד".

י. בְּאֵיזֶה תְּפִלָּה אָנוּ מְסַיְּמִים אֶת הַתְּפִלּוֹת שֶׁל יוֹם הַכִּפּוּרִים ?
ח. תְּפִלַּת נְעִילָה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:50 לינק ישיר 

שְׁאֵלוֹת לְיוֹם כִּפּוּר

לד. וָואס אִיז דֶער מִנְהַג צוּ שְׁלָאגְן כַּפָּרוֹת ?
ת. מֶען בֶּעט בַּיים אוֹיבֶּערְשְׁטְן אַז אוֹיבּ עֶס אִיז חָלִילָה בַּאשֶׁערְט שְׁלֶעכְטְס פַארְן מֶענְטְשׁ זָאל דִי עוֹף זַיין אַ כַּפָּרָה אַ אוֹיסְלֵייזוּנְג פַארְן מֶענְטְשׁ.

לה. פַארְוָואס פִירְט מֶען זִיך צוּ נֶעמֶען וַוייסֶע עוֹפוֹת ?
ת. אַ רֶמֶז צוּ דֶעם וָואס שְׁטֵייט אִין פָּסוּק (יְשַׁעְיָה קַפִּיטֶל א' פָּסוּק י"ח) לְכוּ נָא וְנִוָּכְחָה יֹאמַר ה' אִם יִהְיוּ חֲטָאֵיכֶם כַּשָּׁנִים כַּשֶּׁלֶג יַלְבִּינוּ אִם יַאְדִּימוּ כַתּוֹלָע כַּצֶּמֶר יִהְיוּ, אַז מֶען וֶועט וַוייס מַאכְן אוּנְזֶערֶע עֲבֵרוֹת.

לו. פַאר וֶועמֶען פִירְט מֶען זִיך צוּ גֶעבְּן דִי כַּפָּרוֹת ?
ת. פַאר אָרֶעמֶע לַייט, אָדֶער מֶען לֵייזְט עֶס אוֹיס אוּן דִי גֶעלְט גִיט מֶען פַאר אָרֶעמֶע לַייט.

לז. פַארְוָואס טָאר מֶען נִישְׁט גֵיין יוֹם כִּפּוּר מִיט קַיין שִׁיך ?
ת. 1) וַוייל דִי תּוֹרָה הָאט גֶעהֵייסְן זִיך פַּיינִיגְן אִין דֶעם טָאג אוּן דָאס אִיז אֵיינְס פוּן דִי פַּיינִיגוּנְגֶען ("וְעִנִּיתֶם אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם" (פַּרְשֶׁת פִּינְחָס קַפִּיטֶל כ"ט פָּסוּק ז').
2) וַוייל נָאך אָדָם הָרִאשׁוֹן'ס חֵטְא אִיז דִי עֶרְד גֶעשָׁאלְטְן גֶעוָוארְן מַאכְט מֶען אַ צְוִוישְׁן שֵׁייד צְוִוישְׁן דִי פוּס אוּן דִי עֶרְד, אוּן מֶען גֵייט מִיט שִׁיך, אָבֶּער אִין דֶעם הֵיילִיגְן טָאג יוֹם כִּפּוּר וֶוערְט דִי עֶרְד אוֹיך גֶעהֵיילִיגְט דַארְף מֶען נִישְׁט קַיין צְוִוישְׁן שֵׁייד.

לח. פַארְוָואס טוּהְט מֶען אָן אַ קִיטְל אִין דֶעם הֵיילִיגְן טָאג ?
ת. 1)צוּ וַוייזְן אַז אִין דֶעם טָאג זֶענֶען אוּנְז וַוייס אֲזוֹי וִוי דִי מַלְאָכִים וָואס זֵיי הָאבֶּן נִישְׁט קַיין יֵצֶר הָרַע, אוּן אוּנְז הָאבֶּן אוֹיך נִישְׁט קַיין יֵצֶר הָרַע אִין יוֹם כִּפּוּר.
2) דָאס אִיז אַ רֶמֶז צוּ דֶעם אַז דֶער בַּאשֶׁעפֶער וֶועט וַוייס מַאכְן אוּנְזֶערֶע עֲבֵרוֹת, וַוייל עֲבֵרוֹת וֶוערֶען אָנְגֶערוּפְן רוֹיט אוּן וֶוען מֶען מֶעקְט זֵיי אוֹיס וֶוערֶען זֵיי וַוייס.
3) וַוייל אַ נִפְטַר טוּהְט מֶען אָן אַ קִיטְל, אוּנְז צוּ דֶערְמַאנֶען אַז אַ מֶענְטְשׁ לֶעבְּט נִישְׁט אוֹיף אֵייבִּיג, אוּן מֶען דַארְף אָפְּגֶעבְּן אַ דִּין וְחֶשְׁבּוֹן פַארְן בַּאשֶׁעפֶער וֶוערְט מֶען צוּ בְּרָאכְן אוּן מֶען טוּהְט תְּשׁוּבָה.

לט. פַארְוָואס זָאגְט מֶען פַאר כָּל נִדְרֵי דֶעם פָּסוּק (תְּהִלִּים קַפִּיטֶל צ"ז פָּסוּק י"א) "אוֹר" זָרוּעַ לַצַּדִּיק ?
ת. וַויל עֶס פְלֶעגְט זַיין אַ מִנְהָג בַּיי עֶרְלִיכֶע אִידְן צוּ זָאגְן דֶעם פָּסוּק וֶוען מֶען הָאט אָנְגֶעצוּנְדְן לִיכְט לִכְבוֹד יוֹם כִּפּוּר.

מ. פַארְוָואס זָאגְט מֶען כָּל נִדְרֵי (3) דְרַיי מָאהְל ?
ת. וַויל דֶער סֵדֶר פוּן דִי חֲכָמִים אִיז צוּ זָאגְן יֶעדֶע זַאך (3) דְרַיי מָאהְל כְּדֵי צוּ פַאר שְׁטַארְקֶען דִי זַאך.

מא. פַארְוָואס שְׁמֶעקְט מֶען בְּשָׂמִים אִין דֶעם טָאג ?
ת. וַוייל יֶעדְן טָאג דַארְף מֶען מַאכְן (100) הוּנְדֶערְט בְּרָכוֹת, אוּן יוֹם כִּפּוּר בַּיי שְׁמוֹנֶה עֶשְׁרֵה אִיז וֵויינִיגֶער וִוי (18) אַכְטְצֶען בְּרָכוֹת אוּן מֶען פַאסְט מַאכְט מֶען נִישְׁט קַיין בְּרָכוֹת אוֹיפְן עֶסְן, אוּן מֶען בֶּענְטְשְׁט נִישְׁט, פֶעלְט דָאך צוּ דִי (100) הוּנְדֶערְט בְּרָכוֹת, דֶערְפַאר מַאכְן אוּנְז אַ בְּרָכָה אוֹיף דִי בְּשָׂמִים מַשְׁלִים צוּ זַיין דִי הוּנְדֶערְט בְּרָכוֹת.

מב. פַארְוָואס זֶענֶען יוֹם כִּפּוּר עוֹלֶה (6) זֶעקְס מֶענְטְשֶׁן אוּן נִישְׁט (5) פִינֶעף אֲזוֹי וִוי אַלֶע אַנְדֶערֶע יָמִים טוֹבִים ?
ת. וַוייל אִין דִי טָאג טָאר מֶען נִישְׁט טוּהְן קַיין שׁוּם מְלָאכָה אֲפִלּוּ צוּם עֶסְן, אוּן עֶס אִיז הֵיילִיגֶער פוּן אַלֶע יָמִים טוֹבִים, אִיז וֶועגְן דִי חָשׁוּבְ'קֵייט פוּן דִי טָאג הָאט מֶען צוּ גֶעלֵייגְט אַז נָאך אַ מֶענְטְשׁ זָאל עוֹלֶה זַיין.

מג. פַארְוָואס זָאגְט מֶען דִי הַפְטוֹרָה פוּן יוֹנָה הַנָּבִיא בַּיי מִנְחָה ?
ת. וַוייל דָארְט וֶוערְט גֶעבְּרֵיינְגְט אַז דֶער עִקֶר אִיז נִישְׁט דָאס פַאסְטֶען, דֶער עִקֵּר אִיז צוּ פַאר בֶּעסֶערְן דִי מַעֲשִׂים אוּן בֶּאֱמֶת חֲרָטָה הָאבֶּן אוּן תְּשׁוּבָה טוּהְן אֲזוֹי וִוי מִיר זֶעהְען בַּיי דִי מַעֲשֶׂה פוּן נִינְוֵה.

מד. פַארְוָואס בַּיי תְּפִלַּת נְעִילָה אַנְשְׁטַאט "כָּתְבֵנוּ" זָאגְט מֶען "חָתְמֵנוּ" ?
ת. וַוייל דֶעמָאלְטְס אִיז שׁוֹין דֶער סוֹף פוּן דֶעם מִשְׁפָּט אוּן מֶען חַתְמֶ'עט שׁוֹין אָפּ אַלֶעס וָואס מֶען הָאט גֶעפַּסְקֶנְט בַּיים מִשְׁפָּט.

מה. פַארְוָואס בְּלָאזְט מֶען שׁוֹפָר מוֹצָאֵי יוֹם כִּפּוּר נָאכֶען זְמַן פוּן מוֹצְאֵי שַׁבָּת ?
ת. 1) דָאס אִיז אַ סִימָן אַז בִּיז יֶעצְט אִיז דִי שְׁכִינָה הַקְּדוֹשָׁה גֶעוֶוען מִיט אוּנְז, אוּן יֶעצְט אִיז זִי אַרוֹיף צוּרִיק אִין הִימְל, אֲזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִּים קַפִּיטֶל מ"ז פָּסוּק ו') "עָלָה אֱלוֹקִים בִּתְרוּעָה".
2) וַוייל דִי שׁוֹפָר הָאט אוּנְז גֶעהָאלְפְן בַּיים מִשְׁפָּט, יֶעצְט וֶוען אוּנְז גֵייעֶן אֲרוֹיס זַכַּאי, גֶעזֶעגֶענֶען אוּנְז זִיך מִיטְן שׁוֹפָר.
3) אַלְץ זֵכֶר צוּ דֶעם שׁוֹפָר וָואס מֶען הָאט גֶעבְּלָאזְן שׁוֹפָר יוֹם כִּפּוּר וֶוען עֶס אִיז גֶעוֶוען יוֹבֵל.
4) וַויל אִין דֶעם טָאג הָאט דֶער יֵצֶר הָרַע נִישְׁט גֶעוֶועלְטִיגְט, אוּן יֶעצְט קוּמְט עֶהְר צוּרִיק וִויל מֶען אִיהְם פַארְמִישְׁן מִיטְ'ן שׁוֹפָר.
5) מִיט דֶעם לָאזְט מֶען וִויסְן אַז עֶס אִיז שׁוֹין בַּיינַאכְט, מֶען זָאל שׁוֹין אָנְגְרֵייטְן צוּ עֶסְן פַאר דִי וָואס הָאבֶּן גֶעפַאסְט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:52 לינק ישיר 

תּוֹרָה לְפַּרְשֶׁת הַאֲזִינוּ

1. שְׁטֵייט אִין (קַפִּיטֶל ל"ב פָּסוּק ב') "יַעֲרֹף כַּמָטָר לִקְחִי" עֶהְר זָאל טְרָאפֶּען אֲזוֹי וִוי רֶעגֶען מַיין לֶערְנוּנְג "תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי" זִי וֶועט רִינֶען אֲזוֹי וִוי טוֹי (טַל) מַיין זָאגֶען, דָאס מֵיינְט "לִקְחִי" מַיין לֶערְנֶען זָאל זַיין "כַּמָּטָר" אֲזוֹי וִוי רֶעגֶען "יַעֲרֹף" זָאל עֶס טְרָאפֶּען דָאס מֵיינְט עֶס רֶעגֶענְט אַ סַאך שְׁטַארְק אֲזוֹי זָאל מֶען לֶערְנֶען אַ סַאך אוּן שְׁטַארְק, אָבֶּער "אִמְרָתִי" מַיין זָאגֶען דָאס מֵיינְט דָאס רֶעדֶען "כַּטַּל" אֲזוֹי טוֹי (טַל) "תִּזַּל" זָאל עֶס רִינֶען דָאס מֵיינְט דֶע רֶעדֶען סְתַּם דַארְף נִישְׁט זַיין אַ סַאך נָאר אֲזוֹי וִוי רִינֶען וִוי וֵויינִיגֶער רֶעדֶען, מֶען דַארְף טְרַאכְטֶען פַאר מֶען רֶעדְט אֲרוֹיס אַ וָוארְט צוּ מֶען דַארְף דָאס זָאגֶען.
(אַבַּרְבְּנַאל)

2. שְׁטֵייט אִין (קַפִּיטֶל ל"ב פָּסוּק ב') "יַעֲרֹף" עֶהְר זָאל טְרָאפֶּען "כַּמָּטָר" אֲזוֹי וִוי רֶעגֶען "לִקְחִי" מַיין לֶערְנוּנְג וְגוֹ', "כִּשְׂעִירִים" אֲזוֹי וִוי שְׁטוּרֶעם וִוינְטֶען "עֲלֵי דֶּשֶׁא" אוֹיף דִי גְרָאז, וָואס דִי רֶעגֶען טוּהְט אוֹיף שְׁפִּירְט מֶען נִישְׁט גְלַייך אוֹיפֶען פְּלַאץ נָאר נָאך אַ שְׁטִיקֶעל צַייט וֶוען עֶס הֵייבְּט אָן וַואקְסֶען דִי זֶעלְבֶּע זַאך אִיז בַּיי תּוֹרָה אֲפִלּוּ עֶס אִיז דָּא אַזֶעלְכֶע וָואס שְׁפִּירֶען נִישְׁט גְלַייך דָאס גוּטְס אָבֶּער שְׁפֶּעטֶער וֶועט עֶהְר שְׁפִּירֶען, וַוייל דִי לֶעכְטִיגְקֵייט פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה בְּרֶענְגְט אִיהְם צוּ צוּם גוּטֶען וֶועג, אָבֶּער מֶען קֶען דָאך פְרֶעגֶען אַז מֶען זֶעהְט אַזֶעלְכֶע מֶענְטְשֶׁען וָואס לֶערְנֶען תּוֹרָה אָבֶּער זֵיי פִירֶען זִיך נִישְׁט אוֹיף אֲזוֹי וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין?, אוֹיף דֶעם אִיז דִי עֶנְטְפֶער "כִּשְׂעִירִים עֲלֵי דֶּשֶׁא" אֲזוֹי וִוי רֶעגֶען טוּהְט אוֹיף נָאר אוֹיבּ עֶס אִיז אָנְגֶעזֵייט גְרָאז אוּן נִישְׁט אוֹיף לֵיידִיגֶע עֶרְד דִי זֶעלְבֶּע אִיז בַּיי תּוֹרָה עֶס הֶעלְפְט נָאר וִוי עֶס אִיז דָּא יִרְאַת שָׁמַיִם דָארְט קְלֶעבְּט זִיך אָהְן דִי תּוֹרָה עֶהְר זָאל שְׁטַייגֶען הֶעכֶער אוּן הֶעכֶער. (שְׁאֵרִית מְנַחֵם)


3. שְׁטֵייט (קַפִּיטֶל ל"ב פָּסוּק ג') "כִּי שֵׁם ה' אֶקְרָא הָבוּ גֹּדֶל לֵאֱלֹקֵינוּ" וֶוען אִיךְ וֶועל רוּפֶען אוּן דֶערְמַאנֶען דֶעם שֵׁם הַמְּפֹרָשׁ גִיבְּט גְרוֹיסְקֵייט צוּ אוּנְזֶער בַּאשֶׁעפֶער, פוּן דֶעם פָּסוּק לֶערֶענְט אֲרוֹיס רַבִּי יְהוּדָה אִין גְּמָרָא בְּרָכוֹת אַז מֶען דַארְף זָאגֶען בִּרְכַּת הַתּוֹרָה פַאר מֶען לֶערֶענְט, אוֹיבּ אֲזוֹי פַאר וָואס טְרֶעפֶען מִיר נִישְׁט אִין דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה אַז מֹשֶׁה רַבֵּינוּ הָאט גֶעזָאגְט בִּרְכַּת הַתּוֹרָה נָאר דָּא אִין הַאֲזִינוּ? נָאר מֶען קֶען זָאגֶען אַז דִי חֲכָמִים זָאגֶען אַז בַּיי מֹשֶׁה רַבֵּינוּ אִיז גֶעוֶוען "שְׁכִינָה מְדַבֶּרֶת מִתּוֹךְ גְּרוֹנוֹ" דִי שְׁכִינָה הָאט גֶערֶעדְט פוּן מֹשֶׁה רַבֵּינוּ דָאס מֵיינְט וֶוען מֹשֶׁה רַבֵּינוּ הָאט גֶערֶעדְט אִיז דָאס גֶעוֶוען דִי קוֹל פוּן דִי שְׁכִינָה וָואס אִיז אֲרוֹיס גֶעקוּמֶען פוּן זַיין הַאלְדְז, אִיז אוֹיבּ אֲזוֹי אִיז מֹשֶׁה רַבֵּינוּ גֶעוֶוען פָּטוּר פוּן צוּ מַאכֶען אַ בְּרָכָה וַוייל נִישְׁט עֶהְר הָאט גֶערֶעדְט דִי תּוֹרָה וָואס אִיז פוּן אִיהְם אֲרוֹיס גֶעקוּמֶען, אָבֶּער "שִׁירַת הַאֲזִינוּ" הָאט מֹשֶׁה גֶעזָאגְט פוּן זִיך אֲלֵיין פַאר זַיין שְׁטַארְבֶּען אִיז דֶערְפַאר אִיז עֶהְר דָּא גֶעוֶוען מְחֻיָּב צוּ מַאכֶען אַ בְּרָכָה אוּן דָאס זָאגֶען דִי חֲכָמִים "כִּי שֵׁם ה' אֶקְרָא" וֶוען דּוּ גֵייסְט רוּפֶען דֶעם בַּאשֶׁעפֶערְס נָאמֶען דָאס מֵיינְט דּוּ גֵייסְט לֶערְנֶען דִי תּוֹרָה אִיז קֹדֶם "הָבוּ גֹּדֶל לֵאֱלֹקֵינוּ" גִיבּ קֹדֶם גְרוֹיסְקֵייט דָאס מֵיינְט זָאג קֹדֶם בִּרְכַּת הַתּוֹרָה.
(אַדְמוֹ"ר מִסָאכָאטְשׁוֹב זְצַ"ל)





4. שְׁטֵייט אִין (קַפִּיטֶל ל"ב פָּסוּק ד') "הַצּוּר" דֶער שְׁטַארְקֶער בַּאשֶׁעפֶער "תָּמִים" גַאנְץ אֱמֶת'דִיג "פָּעֳלוֹ" אִיז זַיין וֶוערְק וְגוֹ' "צַדִּיק" יֶעדֶער זָאגְט אַז עֶהְר אִיז אַ צַדִּיק "וְיָשָׁר הוּא" אוּן עֶס אִיז רֶעכְט אֲזוֹי צוּ זָאגֶען דָאס מֵיינְט וָואס דֶער בַּאשֶׁעפֶער טוּהְט דַארְף אֲזוֹי צוּ זַיין אֲפִלּוּ אוּנְז פַארְשְׁטֵייעֶן נִישְׁט, עֶס אִיז אַ מָשָׁל צוּ אַ טַאטֶע וָואס הָאט גֶעהַאט אַ אֵיינְצִיג זוּהְן אוּן דֶער זוּהְן אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר קְרַאנְק אוּן עֶס אִיז גֶעקוּמֶען זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶער דָאקְטֶער אוּן עֶהְר הָאט אָנְגֶעוָוארֶנְט דֶעם טַאטֶען אַז עֶהְר זָאל אַכְטוּנְג גֶעבֶּען אַז דֶער זוּהְן זָאל נִישְׁט עֶסֶען חַס וְחָלִילָה קַיין פֶעטֶע פְלֵיישׁ וַוייל עֶס אִיז אַ סַכָּנָה פַאר זַיין לֶעבֶּען. אֵיין מָאל הָאט דֶער טַאטֶע גֶעדַארְפְט אַוֶועק פָארֶען פַאר זַיינֶע גֶעשֶׁעפְטֶען הָאט עֶהְר אָנְגֶעזָאגְט דִי מַאמֶע זָאל אַכְטוּנְג גֶעבֶּען אוֹיף אִיהְם זֵייעֶר שְׁטַארְק אוּן וֶוען דִי מַאמֶע הָאט נִישְׁט גֶעזֶעהְן אִיז דֶער קִינְד צוּ גֶעגַאנְגֶען צוּם טָאפּ אוּן אֲרוֹיס גֶעכַאפְּט אַ פֶעט שְׁטִיקֶעל פְלֵיישׁ אוּן עֶס אוֹיפְגֶעגֶעסֶען אוּן עֶהְר אִיז גְלַייך גֶעוָוארֶען זֵייעֶר קְרַאנְק אוּן פּוּנְקְט אִיז דֶער טַאטֶע אַ הֵיים גֶעקוּמֶען אוּן עֶהְר אִיז מִיטְן קִינְד גֶעלָאפֶען צוּם דָאקְטֶער אוּן מִיט פִיהְל שְׁוֶוערִיגְקֵייט אִיז גֶעלוּנְגֶען אֲרוֹיס צוּ נֶעמֶען דֶעם זוּהְן פוּן דִי סַכָּנָה. וֶוען דֶער קִינְד אִיז גֶעזוּנְט גֶעוָוארֶען הָאט דֶער טַאטֶע גֶעמַאכְט אַ גְרוֹיסֶע סְעוּדָה פַאר דִי גַאנְצֶע שְׁטָאט אוּן וֶוען מֶען הָאט אַרַיין גֶעבְּרֶענְגְט דִי גֶעשְׁמַאקֶע פֶעטֶע עֶסֶען הָאט עֶהְר פַארְטְרִיבֶּען זַיין אֵיינְצִיג קִינְד פוּן דִי סְעוּדָה, הָאבֶּען זִיך אַלֶע מֶענְטְשֶׁען גֶעוואוּנְדֶערְט אוּן גֶעפְרֶעגְט אֵיינֶער דֶעם אַנְדֶערֶען דֶער טַאטֶע אִיז אַזַא אַכְזָר אַזַא רָשָׁע עֶהְר פַארְטְרַייבְּט זַיין אֵיינְצִיג קִינְד פוּן אַזַא פַיינֶע סְעוּדָה, אָבֶּער נָאר דֶער טַאטֶע אֲלֵיין הָאט גֶעוואוּסְט דֶער טַעַם פַארְוָואס עֶהְר פַארְטְרַייבְּט זַיין זוּהְן וַוייל עֶהְר הָאט אִיהְם לִיבּ אוּן עֶהְר הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט עֶס זָאל אִיהְם שָׁאדֶען צוּם גֶעזוּנְט. דִי זֶעלְבֶּע אִיז בַּיים בַּאשֶׁעפֶער מֶען וואוּנְדֶערְט זִיך אַ סַאך מָאל וֶוען מֶען זֶעהְט אַ צַדִּיק וָואס הָאט נִישְׁט וָואס אָנְצוּטוּהְן אוּן וָואס צוּ עֶסֶען אָבֶּער אוּנְז דַארְפֶען גְלוֹיבֶּען אַז דֶער בַּאשֶׁעפֶער טוּהְט אַלֶעס פַאר זַיין טוֹבָה וַוייל " צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא" דֶער בַּאשֶׁעפֶער פִירְט רִיכְטִיג זַיין וֶועלְט.
(חָפֵץ חַיִּים)

תּוֹרָה לְיוֹם כִּפּוּר

5. מֶען זָאגְט יוֹם כִּפּוּר בַּיי דִי יוֹצְרוֹת "מַסְטִין בְּכֶּבֶל אֱסֹר" דֶעם שָׂטָן בִּינְדְט צוּ מִיט שְׁטְּרִיק פַארְוָואס דַארְף מֶען אִיהְם צוּ בִּינְדֶען, יוֹם כִּפּוּר קֶען עֶהְר דָאך נִישְׁט רֶעדֶען קַיין שְׁלֶעכְט'ס אוֹיף אִידֶען? זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּארְדִיטְשׁוֹבֶער זְצַ"ל אַז עֶס שְׁטֵייט אַז דִי מַלְאָכִים הָאבֶּען פִיס אֲזוֹי וִוי אַ "עֵגֶל" אַ קַאלְבּ אוּן דֶער שָׂטָן קֶען יוֹם כִּפּוּר נִישְׁט רֶעדֶען קַיין שְׁלֶעכְט'ס אוֹיף דִי אִידֶען, הוֹיבְּט עֶהְר אוֹיף דִי פִיס כְּדֵי צוּ דֶערְמַאנֶען דִי זִינְד פוּן דֶעם "עֵגֶל" פַאר דֶעם שְׁטֵייט "מַסְטִין" דֶעם יֵצֶר הָרַע "בְּכֶּבֶל" מִיט שְׁטְּרִיק "אֱסֹר" בִּינְדְט צוּ כְּדֵי עֶהְר זָאל נִישְׁט קֶענֶען אוֹיפְהוֹיבֶּען דִי פִיס צוּ דֶערְמַאנֶען דֶעם זִינְד פוּן דֶעם עֵגֶל.

6. "צוֹם" מֵיינְט פַאסְטֶען "קוֹל" מֵיינְט תְּפִלָּה "מָמוֹן" מֵיינְט צְדָקָה. מִיט דִי דְרַיי זַאכֶען טוּהְט מֶען תְּשׁוּבָה. מֶען קֶען זָאגֶען "צוֹם" מֵיינְט מִלָּשׁוֹן "צִמְצוּם" אַיינְצוֹימֶען "קוֹל" מֵיינְט מֶען רֶעדֶען וֶוען מֶען רֶעדְט הֶערְט מֶען אַ קוֹל. דָאס מֵיינְט מֶען זָאל אַיינְצוֹימֶען דָאס רֶעדֶען פּוּנְקְט וִוי "מָמוֹן" פּוּנְקְט וִוי בַּיי גֶעלְד צוֹימְט מֶען אֵיין וִוי מֶעהְר, מֶען גִיט נִישְׁט אוֹיס גֶעלְד סְתַּם אֲזוֹי דִי זֶעלְבֶּע זָאל מֶען נִישְׁט רֶעדֶען סְתַּם לָשׁוֹן הָרַע אָדֶער זַאכֶען וָואס מֶען דַארְף נִישְׁט, אֲזוֹי וֶועט מֶען קֶענֶען תְּשׁוּבָה טוּהְן.

7. מֶען זָאגְט יוֹם כִּפּוּר בַּיי דִי יוֹצְרוֹת "סִתְרוֹ יֹשֶׁר עֲצָתוֹ אֱמוּנָה פְּעֻלָּתוֹ אֱמֶת". "סִתְרוֹ" אִיז פוּן לָשׁוֹן "נִסְתָּר" בַּאהַאלְטֶען דָאס מֵיינְט אַז אוּנְז פַארְשְׁטֵייעֶן נִישְׁט דֶעם בַּאשֶׁעפֶער'ס וֶועגֶען וַוייל עֶס אִיז דָּא זַאכֶען וָואס זֶעהְט אוּנְז אוֹיס אַז עֶס וָואלְט גֶעדַארְפְט זַיין פּוּנְקְט פַארְקֶערְט אָבֶּער דֶער בַּאשֶׁעפֶער פִירְט זַיינֶע וֶועגֶען וַוייל עֶהְר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת'דִיגֶען גוּט'ס אִיז דָאס מֵיינְט "סִתְרוֹ" זַיינֶע בַּאהַאלְטֶענֶע וֶועגֶען "יֹשֶׁר" אִיז פוּן לָשׁוֹן "יָשָׁר" גְלַייך אֲפִלּוּ אוּנְז פַארְשְׁטֵייעֶן נִישְׁט, וָואס אִיז דִי עֵצָה צוּ דֶעם "עֲצָתוֹ אֱמוּנָה" דִי "עֵצָה" אִיז אַז "אֱמוּנָה" מֶען זָאל גְלוֹיבֶּען "פְּעֻלָּתוֹ אֱמֶת" אַז זַיינֶע טוּהוּנְגֶען זֶענֶען אֱמֶת.
(אֱמֶת וֶאֱמוּנָה)

8. פַארְוָואס קְלַאפְּט מֶען זִיך בַּיי עַל חֵטְא אוּן בַּיי אָשַׁמְנוּ מִיט דִי הֶענְט? וַוייל דִי הֶענְט זֶענֶען דָאך עֵדוּת אוֹיף וָואס דֶער מֶענְטְשׁ זִינְדִיגְט אֲזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט וְחוֹתָם יַד כָּל אָדָם בּוֹ דִי הֶענְט פוּן יֶעדֶען אֵיינֶעם שְׁרַייבְּט אַרַיין וָואס עֶהְר אֲלֵיין הָאט גֶעטוּהְן, אוּן דִי הֲלָכָה אִיז וֶוען מֶען מִשְׁפָּט אֵיינֶעם אוּן מֶען דַארְף אִיהְם פַארְשְׁטֵיינֶערֶען שְׁטֵייט דָארְט פַּרְשֶׁת שׁוֹפְטִים (קַפִּיטֶל י"ז פָּסוּק ז') "יַד הָעֵדִים תִּהְיֶה בּוֹ בָּרִאשׁוֹנָה" אַז דִי עֵדִים וָואס זֵיי הָאבֶּען אִיהְם פַאר מִשְׁפָּט זֵיי דַארְפֶען אִיהְם גֶעבֶּען דֶעם עֶרְשְׁטֶען קְלַאפּ וֶועגֶען דֶעם קְלַאפְּט מֶען מִיט דִי הֶענְט וַוייל זֵיי זֶענֶען דָּא עֵדוּת אוֹיף דֶעם מֶענְטְשׁ.

9. דֶער כֹּהֵן גָּדוֹל פְלֶעגְט זָאגֶען אַ קוֹרְצֶע תְּפִלָּה אִין קֹדֶשׁ הַקָּדָשִׁים יוֹם כִּפּוּר, אִינְמִיטֶען דִי תְּפִלָּה זָאגְט עֶהְר וְלֹא תִּכָּנֵס לְפָנֶיךָ תְּפִלַּת "עוֹבְרֵי דְּרָכִים" אַז עֶס זָאל נִישְׁט אַרַיין גֵיין פַאר דִּיר דִי תְּפִלָּה פוּן דִי וָואס גֵייעֶן אִין וֶועג דָאס מֵיינְט אַז זֵיי בֶּעטֶען אַז עֶס זָאל נִישְׁט רֶעגֶענֶען זֵיי זָאלֶען קֶענֶען וַוייטֶער גֵיין, אִיז דִי תְּפִלָּה זָאלְסְטוּ נִישְׁט אָן נֶעמֶען נָאר עֶס זָאל וַוייטֶער רֶעגֶענֶען אַז עֶס זָאל וַואקְסֶען אוּן מֶען זָאל הָאבֶּען וָואס צוּ עֶסֶען. פַארְוָואס שְׁטֵייט נִישְׁט "הוֹלְכֵי" דְּרָכִים דִי "גֵייעֶר'ס" פוּן וֶועג נָאר עֶס שְׁטֵייט בְּלָשׁוֹן "עוֹבְרֵי" דְּרָכִים דִי וָואס "גֵייעֶן אַרִיבֶּער" דִי וֶועג? נָאר מֶען קֶען זָאגֶען אַז עֶהְר זָאגְט בְּלָשׁוֹן "עוֹבְרֵי" דְּרָכִים דִי וָואס גֵייעֶן אַרִיבֶּער דֶעם וֶועג דָאס מֵיינְט דֶעם אִידִישֶׁען וֶועג וֶוער עֶס אִיז אַ "עוֹבֵר דֶּרֶךְ ה'" עֶהְר גֵייט אִיבֶּער אוֹיפֶען בַּאשֶׁעפֶער'ס וֶועגֶען, זַיין תְּפִלָּה זָאלְסְטוּ נִישְׁט צוּ הֶערֶען.
(אֱמֶת וֶאֱמוּנָה)

10. מֶען דַארְף פַארְשְׁטֵיין פַארְוָואס גְלַייך נָאך נְעִילָה נָאך אַ גַאנְצֶען טָאג פוּן תְּשׁוּבָה זָאגְט מֶען בַּיי מַעֲרִיב "סְלַח לָנוּ" וָואס הָאט מֶען גֶעזִינְדִיגְט נָאך נְעִילָה בִּיז שְׁמוֹנֶה עֶשְׂרֵה בַּיי מַעֲרִיב? נָאר יֶעדֶער אִיד אוֹיבּ עֶהְר הָאט בֶּאֱמֶת גֶעבֶּעטֶען בַּיים בַּאשֶׁעפֶער עֶהְר זָאל אִיהְם מוֹחֵל זַיין, אִיז אִיהְם דֶער בַּאשֶׁעפֶער זִיכֶער מוֹחֵל אֲזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִּים קַפִּיטֶל קמ"ה פָּסוּק י"ח) קָרוֹב ה' לְכָל קוֹרְאָיו לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאוּהוּ בֶּאֱמֶת, נָאר נָאכֶען דַאוֶוענֶען נְעִילָה טְרַאכְט דֶער מֶענְטְשׁ בַּיי זִיך אַ מַחְשָׁבָה אֶפְשַׁר הָאט מֶען מִיר נִישְׁט מַמָּשׁ אִינְגַאנְצֶען מוֹחֵל גֶעוֶוען אִיז פַאר דִי מַחְשָׁבָה דַארְף מֶען בֶּעטֶען גְלַייך "סְלַח לָנוּ" פַארְוָואס מֶען הָאט אַזַא פַאלְטְשֶׁע מַחְשָׁבָה.
(חִדּוּשֵׁי הָרִי"ם)





נִגּוּנִים לְיוֹם כִּפּוּר

א. אָמְנָם כֵּן, יֶצֶר סוֹכֵן בָּנוּ.
בָּךְ לְהַצְדֵּק רַב צֶדֶק וַעֲנֵנוּ סָלַחְתִּי:
מְחֵה פֶּשַׁע, וְגַם רֶשַׁע, בְּנֵי בְּרִית.
נְהֹג חַסְדֶּךָ, כֵּן הוֹדֶך, לִשְׁאֵרִית סָלַחְתִּי:

ב. תִּתְגַּדֵּל וְתִתְקַדֵּשׁ בְּתוֹךְ יְרוּשָׁלַיִם עִירְךָ לְדוֹר וָדוֹר וּלְנֵצַח נְצָחִים. וְעֵינֵינוּ תִרְאֶינָה מַלְכוּתֶךָ כַּדָּבָר הָאָמוּר בְּשִׁירֵי עֻזֶּךָ:

ג. וּמַלְאָכִים יֵחָפֵזוּן, וְחִיל וּרְעָדָה יֹאחֵזוּן:

ד. זָכְרֵנוּ לְחַיִּים. מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים. וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִּים. לְמַעַנְךָ אֱלֹקִים חַיִּים:

ה. מִי כָמוֹךָ אָב הָרַחֲמִים, זוֹכֵר יְצוּרָיו לְחַיִּים בְּרַחֲמִים:

ו. בְּסֵפֶר חַיִּים. בְּרָכָה וְשָׁלוֹם. וּפַרְנָסָה טוֹבָה.
וּגְזֵרוֹת טוֹבוֹת. יְשׁוּעוֹת וְנֶחָמוֹת. נִזָּכֵר וְנִכָּתֵב לְפָנֶיךָ. אֲנַחְנוּ וְכָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל. לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם:

ז. מֶלֶךְ רַחֲמָן שֶׁתָּשׁוּב וּתְרַחֵם עָלֵינוּ וְעַל מִקְדָּשְׁךָ בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, וְתִבְנֵהוּ מְהֵרָה וּתְגַדֵּל כְּבוֹדוֹ:
אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, גַלֵּה כְּבוֹד מַלְכוּתְךָ עָלֵינוּ
מְהֵרָה, וְהוֹפַע וְהִנָּשֵׂא עָלֵינוּ לְעֵינֵי כָּל חָי, וְקָרֵב פְּזוּרֵינוּ מִבֵּין הַגּוֹיִם, וּנְפוּצוֹתֵינוּ כַּנֵּס מִיַּרְכְּתֵי אָרֶץ, וַהֲבִיאֵנוּ לְצִיּוֹן עִירְךָ בְּרִנָּה, וְלִירוּשָׁלַיִם בֵּית מִקְדָּשְׁךָ בְּשִׂמְחַת עוֹלָם:

ח. וְתֵעָרֵב לְפָנֶיךָ עֲתִירָתֵנוּ כְּעוֹלָה וּכְקָרְבָּן, אָנָא רַחוּם, בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, הָשֵׁב שְׁכִינָתְךָ לְצִיּוֹן עִירְךָ וְסֵדֶר הָעֲבוֹדָה לִיְרוּשָׁלָיִם, וְתֶחֱזֶינָה עֵינֵינוּ בְּשׁוּבְךָ לְצִיּוֹן בְּרַחֲמִים, וְשָׁם נַעֲבָדְךָ בְּיִרְאָה כִּימֵי עוֹלָם וּכְשָׁנִים קַדְמוֹנִיּוֹת.

ט. אֵין קִצְבָה לִשְׁנוֹתֶיךָ, וְאֵין קֵץ לְאֹרֶךְ יָמֶיךָ, וְאֵין לְשַׁעֵר מַרְכְּבוֹת כְּבוֹדֶךָ, וְאֵין לְפָרֵשׁ עֵלוּם שְׁמֶךָ, שִׁמְךָ נָאֶה לְךָ וְאַתָּה נָאֶה לִשְׁמֶךָ, וּשְׁמֵנוּ קָרָאתָ בִּשְׁמֶךָ:
עֲשֵׂה לְמַעַן שְׁמֶךָ וְקַדֵשׁ אֶת שִׁמְךָ עַל מַקְדִּישֵׁי שְׁמֶךָ, בַּעֲבוּר כְּבוֹד שִׁמְךָ, הַמַּקְדִּישִׁים שִׁמְךָ בַּקֹדֶשׁ:

י. וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא לְבַדּוֹ הוּא, הַמַּמְלִיךְ מְלָכִים וְלוֹ הַמְּלוּכָה:

יא. חֲמֹל עַל מַעֲשֶׂיךָ, וְתִשְׂמַח בְּמַעֲשֶׂיךָ, וְיֹאמְרוּ לְךָ חוֹסֶיךָ, בְּצַדְקָךְ עֲמוּסֶיךָ, תֻּקְדַּשׁ אָדוֹן עַל כָּל מַעֲשֶׂיךָ, כִּי מַקְדִּישֶׁיך בִּקְדֻשָּׁתְךָ קִדַּשְׁתָּ, נָאֶה לְקָדוֹשׁ פְּאֵר מִקְּדוֹשִׁים:

יב. עוֹד יִזְכֹּר לָנוּ אַהֲבַת אֵיתָן, אֲדוֹנֵינוּ, וּבַבֵּן הַנֶּעֱקַד יַשְׁבִּית מְדַיְּנֵנוּ, וּבִזְכוּת הַתָּם יוֹצִיא אָיוֹם לְצֶדֶק דִּינֵנוּ, כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדוֹנֵינוּ: (2 נִגּוּנִים)

יג. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. תְּהֵא הַשָּׁעָה הַזֹּאת שְׁעַת רַחֲמִים וְעֵת רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ:

יד. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. שְׁמַע קוֹלֵנוּ חוּס וְרַחֵם עָלֵינוּ:

טו. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. קַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן אֶת תְּפִלָּתֵנוּ:

טז. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ. חָנֵּנוּ וַעֲנֵנוּ כִּי אֵין בָּנוּ מַעֲשִׂים עֲשֵׂה עִמָּנוּ צְדָקָה וָחֶסֶד וְהוֹשִׁיעֵנוּ:

יז. הַיּוֹם תְּאַמְּצֵנוּ
הַיּוֹם תְּבָרְכֵנוּ
הַיּוֹם תְּגַדְּלֵנוּ
הַיּוֹם תִּדְרְשֵׁנוּ לְטּוֹבָה
הַיּוֹם תִּשְׁמַע שַׁוְעָתֵנוּ:
הַיּוֹם תְּקַבֵּל בְּרַחֲמִים וּבְרָצוֹן אֶת תְּפִלָּתֵנוּ:
הַיּוֹם תִּתְמְכֵנוּ בִּימִין צִדְקֶךָ:

יח. אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה'. אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ. שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי. לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ:

יט. חוּס וְחָנֵּנוּ וְרַחֵם עָלֵינוּ וְהוֹשִׁיעֵנוּ. כִּי אֵלֶיךָ עֵינֵינוּ כִּי קֵל מֶלֶךְ חַנּוּן וְרַחוּם אָתָּה.










דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:56 לינק ישיר 

עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר


עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר פִירְט זִיךְ אוֹיפְצוּשְׂטֵיין גַאנְץ פְרִי פַארְטָאגְס אוּן שְׂלָאגְן כַּפָּרוֹת
אַ גַאנְצֶע וָואךְ פוּן עַשֶׁרֶת יְמֵי תְּשׂוּבָה קֶען מֶען אוֹיךְ כַּפָּרוֹת שְׂלָאגְן
עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר גֶעט מֶען אַ סַאךְ צְדָקָה
עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר אִיז זֵיֶיער אַ גְרוֹיסֶע מִצְוָה צוּ עֶסְן אוּן עֶס וֶוערְט גֶערֶעכֶנְט אֲזוֹי וִוי מֶען וָואלְט גֶעפַאסְט.
אוֹיפְ'ן טִישׂ פִירְט מֶען זִיךְ אַרוֹיפְצוּלֵייגְן וֵוייסֶע טִישְׂטִיכֶער אֲזֹוי וִוי יֶעדְן שַׂבָּת.
מֶען עֶסְט צְוֵויי סְעוּדוֹת אִין דֶעם טָאג, אֵיין סְעוּדָה עֶסְט מֶען פְרִי פַאר מִנְחָה, אוּן דִי צְוֵוייטֶע סְעוּדָה עֶסְט מֶען נָאךְ מִנְחָה, דִי צְוֵוייטֶע סְעוּדָה וָוערְט אָנְגֶערוּפְן "סְעוּדָה הַמַפְסֶקֶת", דָאס מֵיינְט דִי לֶעצְטֶע סְעוּדָה מִיט וָואס מֶען הֶערְט אוֹיף צוּ עֶסְן.
אוֹיךְ פִירְט מֶען זִיךְ צוּ עֶסְן רִינְדִיגֶע חַלוֹת אוּן מֶען הֵייבְּט אָן אַ גַאנְצֶע חַלָה לְכָּבוֹד דֶעם טָאג וָואס וֶוערְט גֶערֶעכֶנְט אַלְס יוֹם טוֹב,
אוֹיךְ פִירְט מֶען זִיך אֵיינְצוּטִינְקֶען דִי מוֹצִיא אִין הָאנִיג
בֵּיי דִי עֶרְשְׂטֶע סְעוּדָה אִיז אַ מִצְוָה צוּ עֶסְן פִישׂ אוּן פְלֵיישׂ
בֵּיי דִי צְוֵוייטֶע סְעוּדָה עֶסְט מֶען נִישְׂט קֵיין פִישׂ
מֶען פִירְט זִיךְ צוּ עֶסְן קְרֶעפְּלֶעךְ בֵּיי דִי סְעוּדָה
עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגט אִין דִי סְפָרִים אַז מֶען זָאל אֵיינְלַאדֶענֶען אָרֶעמֶעלֵייט צוּ דִי סְעוּדָה עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר
מֶען פִירְט זִיךְ אָנְצוּטָאן שַׂבָּת'דִיגֶע מַלְבּוּשִׂים בֵּיי דִי בֵּיידֶע סְעוּדוֹת
מֶען פִירְט זִיךְ אוֹיסְצוּלֵייגְן טֶעלֶערְס אוֹיף צְדָקָה צְוֶועקְן אִין בֵּית הַמֶדְרָשׂ פַארְן דַאוֶוענֶען מִנְחָה אוּן מֶען וַוארְפט אִין דֶעם אַרֵיין גֶעלְט פַאר צְדָקָה , דָאס אֶיז זֵייֶער אַ חָשׂוּבֶע זַאךְ אוּן עֶס הֶעלְפְט אַז דִי תְּפִילוֹת זָאלְן אָנְגֶענוּמֶען וֶוערְן.
אוֹיךְ פִירְט מֶען זִיךְ אַז דֶער טַאטֶע בֶּענְטשְׂט דִי קִינְדֶער עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר פַארְנַאכְטְס בֶּעפָאר מֶען גֵייט אִין בֵּית הַמֶדְרָשׂ, עֶר לֵייגְט אַרוֹיף דִי הֶענְט אוֹיף דֶעם קָאפּ פוּן דֶעם קִינְד אוּן עֶר בֶּענְטשְׂט זֵיי אוּן עֶר בֶּעט דֶעם בּאשֶׂעפֶער אַז זֵיי זָאלְן אוֹיסְוַואקְסְן תַּלְמִידֵי חַכָמִים אוּן עֶרְלִיכֶע יוּדְן אוּן מֶען זָאל זֶען פוּן זֵיי אַ סַאךְ נַחַת.
מֶען דַארְף זִיךְ אָפְּשֶׂערְן דִי נֶעגְל, אוּן זִיךְ אָפְּוַואשְׂן לְכָּבוֹד יוֹם טוֹב
מֶען דַארְף אִיבֶּערְצוּבֶּעטְן יֶעדְן וָואס מֶען הָאט וֵויי גֶעטָאן אוּן גֶעטְשֶׂעפֶּעט
וֵוייל אוֹיף אַלֶע עַבֵירוֹת אִיז דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער מוֹחֵל, אוֹיסֶער דָאס וָואס מֶען טוּט קֶעגְן אַ חַבֶר, אִיז דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער נִישְׂט מוֹחֵל נָאר אוֹיבּ מֶען בֶּעט אִיבֶּער דֶעם חַבֶר.
אוּן מֶען דַארְף אוֹיךְ מוֹחֵל זֵיין פַאר יֶעדְן , דֶעמָאלְט אִיז דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער אוֹיךְ מוֹחֵל

פַארְוָואס עֶסְט מֶען פִישׂ עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר ?

דֶער טוֹר בְּרֶענְגְט אַ אִינְטְרֶעסַאנְטֶע מַעֲשֶׁה, אַז אַמָאל הָאט אֵיינֶער פוּן דִי פְּרִיצִים, גֶעוֶועלְטִיגֶערְס פוּן שְׂטָאט בַּאפוֹילְן זֵיין קְנֶעכְט עֶר זָאל גֵיין קוֹיפְן פִישׂ, דֶעמָאלְט אִיז גֶעוֶוען אַ מַאנְגְל אִין פִישׂ, עֶס אִיז נִישְׂט גֶעוֶוען צוּ בַּאקוּמֶען קֵיין פִישׂ, אוּן נָאר אֵיין גְרוֹיסֶער פִישׂ הָאט זִיךְ גֶעפוּנֶען אוֹיפְ'ן מַארְק, דֶערִיבֶּער הָאט מֶען גֶעבֶּעטְן דֶערְפַאר אֵיין גָאלְדֶענֶע רֶענְדְל, דָאס אִיז גֶעוֶוען זֵיֶיער אַסַאךְ גֶעלְט אִין יֶענֶע צֵייט, אוּן דֶער קְנֶעכְט הָאט צוּ גֶעזָאגְט צוּ גֶעבְּן דָאס גָאלְדֶענֶע רֶענְדְל,דָארְט אִיז אוֹיך גֶעוֶוען אַ יוּד וָואס הָאט גֶעאַרְבֶּעט בֵּיי שְׂנֵיידֶערֵיי, עֶר אִיז נִישְׂט גֶעוֶוען קֵיין רֵייכֶער מֶענְטְשׂ אָבֶּער אַזוֹי וִוי עֶר הָאט אוֹיך גֶעוָואלְט קוֹיפְן דֶעם פִישׂ הָאט עֶר אַרוֹיפְגֶעצוֹיגְן דִי פְּרֵייז בִּיז פִינֶעף גִילְדְן, אוּן דֶער שְׂנֵיידֶער הָאט בַּאקוּמֶען דִי פִישׂ.
דֶער קְנֶעכְט פוּן פָּרִיץ אִיז אַהֵיימְגֶעגַאנְגֶען מִיט לֵיידִיגֶע הֶענְט אוּן עֶר הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר זֵיין הֶער, דֶעם הֶערְשֶׂער פוּן דִי שְׂטָאט דִי חוּצְפֶּה פוּן אַן אָרֶעם אִידְל וָואס הָאט אִים אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם פִישׂ,

דֶער פּרִיץ אִיז גֶעוָוארְן זֵייֶער אוֹיפְגֶערֶעגְט, אוּן עֶר הָאט גֶעלָאזְט רוּפְן דֶעם אִיד אוּן עֶר פְרֶעגְט עֶם, בֵּיי וָואס אַרְבֶּעטְסְטוּ? עֶנְטְפֶערְט עֶר, אִיךְ בִּין אַ פָּשׂוּטֶער שְׂנֵיידֶער,
אוֹיבּ אַזוֹי פַארְוָואס הָאסְטוּ גֶעהַאט דִי חוּצְפֶּה דָאס אוֹיסְצוּכַאפְּן פוּן מֵיין קְנֶעכְט?
עֶנְטְפֶערְט דֶער אִיד, "דֶער הֵיינְטִיגֶער טָאג, עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר, הָאט בֵּיי אוּנז אַ בַּאזוּנְדֶער חַשִׂיבוֹת, דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער הָאט אוּנְז בַּאפוֹילְן צוּ עֶסְן אוּן צוּ טְרִינְקֶען צוּ וֵוייזְן אַז אַז מִיר הָאפְן צוּ אוּנְזֶער בַּאשֶׂעפֶער אוּן מִיר גְלֵייבְּן, אַז דֶער דֶערְבַּארֶעמְדִיגֶער בַּאשֶׂעפֶער, וֶועט אוּנְז זִיכֶער מוֹחֵל זֵיין אוֹיף אוּנְזֶערֶע עַבֵירוֹת, דֶערְפַאר הָאבּ אִיךְ בַּאצָאלְט אַזַא טֵייֶערְן פְּרֵייז פַאר דֶעם פִישׂ, אִיךְ וָואלְט בַּאצָאלְט אַפִילוּ דָאפְּלְט אוֹיבּ מֶען וָואלְט גֶעבֶּעטְן פוּן מִיר.

וֶוען דֶער פָּרִיץ הָאט דָאס גֶעהֶערְט אִיז עֶר זֵייֶער גֶערִירְט גֶעוָוארְן פוּן דֶעם טְרֶעפְלִיכְן עֶנְטְפִער פוּן אַ פָּשׂוּטְ'ן אִיד, וָואס אִיז אֲזוֹי פִיל מִיט בִּטָחוֹן אוּן אֶמוּנָה צוּם בַּאשֶׂעפֶער פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט פַאר דֶעם אִיד, זֵייֶער גוּט הָאסְטוּ גֶעטָאן, אוּן עֶר הָאט עֶם אַהֵיימְגֶעשִׂיקְט בְּשָׂלוֹ', פוּן דִי מַעֲשֶׁה זֶעֶען מִיר אַז עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ חַשׂוּבוֹת צוּ עֶסְן פִישׂ אִין דֶעם טָאג פוּן עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר.

דִי מִצְוֹות פוּן יוֹם טוֹב

מֶען דַארְף זִיךְ פֵּיינִיגְן מִיט עֶטְלִיכֶע זַאכְן וָואס דֶער מֶענְטְשׂ וֶוערְט דוֹרְךְ דֶעם צוּבְּרָאכְן דוֹרְךְ דֶעם
מֶען טָאר נִישְׂט עֶסְן אָדֶער טְרִינְקֶען
מֶען טָאר נִישְׂט זִיךְ נִישְׂט וַואשְׂן (דִי הֶענְט מֶעג זִיךְ אָפְּגִיסְן נָאר בִּיז צוּם צְוֵוייטְן בֵּיין פוּן דִי פִינְגֶער)
מֶען טָאר זִיךְ נִישְׂט שְׂמִירְן
מֶען טָאר נִישְׂט אָנְטָאן קֵיין לֶעדֶערְנֶע שִׂיךְ
מֶען טָאר נִישְׂט אַרְבֶּעטְן

דֶער סֵדֶר פוּן דַאוֶוענֶען

אִין דֶעם הֵיילִיגְן טָאג יוֹם כִּיפּוּר דַאוְונְט מֶען פִינֶעף תְּפִילוֹת
מַעֲרִיב שַׂחֲרִית מוּסַף מִנְחָה נְעִילָה
בֵּיינַאכְט דַאוֶוענְט מֶען מַעֲרִיב, אוּן צוּפְרִי דַאוֶוענְט מֶען ,שַׂחֲרִית אוּן נָאךְ דֶעם מוּסַף, אוּן נָאכְדֶעם מִנְחָה, אוּן דֶערְנָאךְ דַאוֶוענְט מֶען נְעִילָה.
בֵּיי דִי אַלֶע שְׂמוֹנָה עֶשְׁרֵה'ס פוּן יוֹם כִּיפּוּר צוּפְרִי זָאגְט מֶען כֶּתֶר
מֶען דַאוֶוענְט זֵייעֶר עֶרְלִיךְ אוּן מֶען בֶּעט דֶעם בַּאשֶׂעפֶער אַז עֶר זָאל מוֹחֵל זֵיין אוֹיף אַלֶע עַבֵירוֹת אוּן עֶר זָאל אוֹיפְשְׂרֵייבְּן אַ גוּט גֶעבֶּענְטשְׂט יָאר פַאר אַלֶע יוּדִישֶׂע קִינְדֶער אוּן אַז מָשִׂיחַ זָאל שׂוֹין קוּמֶען אָמֵן





מחזור לילדים קטנים

כל נדרי

כָּל נִדְרֵי. וֶאֱסָרֵי. וּשְׁבוּעֵי. וַחֲרָמֵי. וְקוֹנָמֵי. וְקִנּוּסֵי. וְכִנּוּיֵי. דְּאִנְדַּרְנָא. וּדְאִשְׁתַּבַּעְנָא. וּדְאַחֲרִימְנָא. וּדְאָסַרְנָא עַל נַפְשָׁתָנָא:מִיּוֹם כִּפּוּרִים זֶה. עַד יוֹם כִּפּוּרִים הַבָּא עָלֵינוּ לְטוֹבָה. בְּכֻלְּהוֹן אִיחֲרַטְנָא בְהוֹן. כֻּלְּהוֹן יְהוֹן שָׁרָן. שְׁבִיקִין. שְׁבִיתִין. בְּטֵלִין וּמְבֻטָּלִין. לָא שְׁרִירִין וְלָא קַיָּמִין:נִדְרָנָא לָא נִדְרֵי. וֶאֱסָרָנָא לָא אֱסָרֵי. וּשְׁבוּעָתָנָא לָא שְׁבוּעוֹת:

וְנִסְלַח לְכָל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. וְלַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם. כִּי לְכָל הָעָם בִּשְׁגָגָה:

סְלַח נָא לַעֲוֹן הָעָם הַזֶּה כְּגֹדֶל חַסְדֶּךָ וְכַאֲשֶׁר נָשָׂאתָה לָעָם הַזֶּה מִמִּצְרַיִם וְעַד הֵנָּה. וְשָׁם נֶאֱמַר:

וַיֹּאמֶר יְהֹוָה סָלַחְתִּי כִּדְבָרֶךָ:

בָּרוּךְ אַתָּה יְהֹוָה אֱלֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְּמָנוּ וְהִגִּיעָנוּ לַזְּמַן הַזֶּה:
מעריב ליל יום כפור
אֵל מֶלֶךְ נֶאֱמָן:
שְׁמַע יִשְׂרָאֵל יְהֹוָה אֱלֹהֵינוּ יְהֹוָה אֶחָד:
בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד:
וְאָהַבְתָּ אֵת יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ:וְהָיוּ הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם עַל לְבָבֶךָ:וְשִׁנַּנְתָּם לְבָנֶיךָ וְדִבַּרְתָּ בָּם בְּשִׁבְתְּךָ בְּבֵיתֶךָ וּבְלֶכְתְּךָ בַדֶּרֶךְ וּבְשָׁכְבְּךָ וּבְקוּמֶךָ:וּקְשַׁרְתָּם לְאוֹת עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ:וּכְתַבְתָּם עַל מְזֻזוֹת בֵּיתֶךָ וּבִשְׁעָרֶיךָ:
וְהָיָה אִם שָׁמֹעַ תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹתַי אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּה אֶתְכֶם הַיּוֹם לְאַהֲבָה אֶת יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם וּלְעָבְדוֹ בְּכָל לְבַבְכֶם וּבְכָל נַפְשְׁכֶם:וְנָתַתִּי מְטַר אַרְצְכֶם בְּעִתּוֹ יוֹרֶה וּמַלְקוֹשׁ וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ וְתִירשְׁךָ וְיִצְהָרֶךָ:וְנָתַתִּי עֵשֶׂב בְּשָׂדְךָ לִבְהֶמְתֶּךָ וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ:הִשָּׁמְרוּ לָכֶם פֶּן יִפְתֶּה לְבַבְכֶם וְסַרְתֶּם וַעֲבַדְתֶּם אֱלֹהִים אֲחֵרִים וְהִשְׁתַּחֲוִיתֶם לָהֶם:וְחָרָה אַף יְהֹוָה בָּכֶם וְעָצַר אֶת הַשָּׁמַיִם וְלֹא יִהְיֶה מָטָר וְהָאֲדָמָה לֹא תִתֵּן אֶת יְבוּלָהּ וַאֲבַדְתֶּם מְהֵרָה מֵעַל הָאָרֶץ הַטֹּבָה אֲשֶׁר יְהֹוָה נֹתֵן לָכֶם:וְשַׂמְתֶּם אֶת דְּבָרַי אֵלֶּה עַל לְבַבְכֶם וְעַל נַפְשְׁכֶם וּקְשַׁרְתֶּם אֹתָם לְאוֹת עַל יֶדְכֶם וְהָיוּ לְטוֹטָפֹת בֵּין עֵינֵיכֶם:וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם לְדַבֵּר בָּם בְּשִׁבְתְּךָ בְּבֵיתֶךָ בְלֶכְתְּךָ בַדֶּרֶךְ וּבְשָׁכְבְּךָ וּבְקוּמֶךָ:וּכְתַבְתָּם עַל מְזוּזוֹת בֵּיתֶךָ וּבִשְׁעָרֶיךָ:
לְמַעַן יִרְבּוּ יְמֵיכֶם וִימֵי בְנֵיכֶם עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר נִשְׁבַּע יְהֹוָה לַאֲבֹלָתֵת לָהֶם כִּימֵי הַשָּׁמַיִם עַל הָאָרֶץ:
וַיֹּאמֶר יְהֹוָה אֶל משֶׁה לֵּאמֹר:דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם וְעָשֹוּ לָהֶם צִיצִת עַל כַּנְפֵי בִגְדֵיהֶם לְדֹרֹתָם וְנָתְנוּ עַל צִיצִת הַכָּנָף פְּתִיל תְּכֵלֶת:וְהָיָה לָכֶם לְצִיצִת וּרְאִיתֶם אֹתוֹ וּזְכַרְתֶּם אֶת כָּל מִצְוֹת יְהֹוָה וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם:לְמַעַן תִּזְכְּרוּ וַעֲשִׂיתֶם אֶת כָּל מִצְוֹתָי וִהְיִיתֶם קְדשִׁים לֵאלֹהֵיכֶם:אֲנִי יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לִהְיוֹת לָכֶם לֵאלֹהִים אֲנִי יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם. אֱמֶת:

אַל נָא תָשֵׁת עָלֵינוּ חַטָּאת אֲשֶׁר נוֹאַלְנוּ וַאֲשֶׁר חָטָאנוּ:
חָטָאנוּ צוּרֵנוּ סְלַח לָנוּ יוֹצְרֵנוּ

שִׁמְךָ מֵעוֹלָם עוֹבֵר עַל פֶּשַׁע. שַׁוְעָתֵנוּ תַאֲזִין בְּעָמְדֵנוּ לְפָנֶיךָ בִּתְפִלָּה:תַּעֲבֹר עַל פֶּשַׁע לְעַם שָׁבֵי פֶשַׁע. תִּמְחֶה פְשָׁעֵינוּ מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ:

לְדָוִד מִזְמוֹר, לַיהֹוָה הָאָרֶץ וּמְלוֹאָהּ תֵּבֵל וְישְׁבֵי בָהּ:כִּי הוּא עַל יַמִּים יְסָדָהּ, וְעַל נְהָרוֹת יְכוֹנְנֶהָ:מִי יַעֲלֶה בְּהַר יְהֹוָה, וּמִי יָקוּם בִּמְקוֹם קָדְשׁוֹ:נְקִי כַפַּיִם וּבַר לֵבָב, אֲשֶׁר לֹא נָשָׂא לַשָּׁוְא נַפְשִׁי, וְלֹא נִשְׁבַּע לְמִרְמָה:יִשָּׂא בְרָכָה מֵאֵת יְהֹוָה, וּצְדָקָה מֵאֱלֹהֵי יִשְׁעוֹ:זֶה דּוֹר דֹּרְשָׁו, מְבַקְשֵׁי פָנֶיךָ, יַעֲקֹב סֶלָה:שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם, וְהִנָּשְׂאוּ פִּתְחֵי עוֹלָם וְיָבוֹא מֶלֶךְ הַכָּבוֹד:מִי זֶה מֶלֶךְ הַכָּבוֹד, יְהֹוָה עִזּוּז וְגִבּוֹר, יְהֹוָה גִּבּוֹר מִלְחָמָה:שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם וּשְׂאוּ פִּתְחֵי עוֹלָם, וְיָבֹא מֶלֶךְ הַכָּבוֹד:מִי הוּא זֶה מֶלֶךְ הַכָּבוֹד, יְהֹוָה צְבָאוֹת הוּא מֶלֶךְ הַכָּבוֹד סֶלָה
אֲדֹנָי שְׁפָתַי תִּפְתָּח וּפִי יַגִּיד תְּהִלָּתֶךָ:

בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ, אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ, אֱלֹהֵי אַבְרָהָם, אֱלֹהֵי יִצְחָק, וֵאלֹהֵי יַעֲקֹב, הָאֵל הַגָּדוֹל הַגִּבּוֹר וְהַנּוֹרָא, אֵל עֶלְיוֹן, גּוֹמֵל חֲסָדִים טוֹבִים, וְקוֹנֵה הַכֹּל, וְזוֹכֵר חַסְדֵּי אָבוֹת, וּמֵבִיא גוֹאֵל, לִבְנֵי בְנֵיהֶם לְמַעַן שְׂמוֹ, בְּאַהֲבָה:
זָכְרֵנוּ לְחַיִּים, מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים, וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִּים, לְמַעַנְךָ אֱלֹהִים חַיִּים:
מֶלֶךְ עוֹזֵר וּמוֹשִׂיעַ וּמָגֵן:בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מָגֵן אַבְרָהָם:

אַתָּה גִבּוֹר לְעוֹלָם אֲדֹנָי, מְחַיֵּה מֵתִים אַתָּה רַב לְהוֹשִׂיעַ:מוֹרִיד הַטָּל:
מְכַלְכֵּל חַיִּים בְּחֶסֶד, מְחַיֵּה מֵתִים בְּרַחֲמִים רַבִּים, סוֹמֵךְ נוֹפְלִים, וְרוֹפֵא חוֹלִים, וּמַתִּיר אֲסוּרִים, וּמְקַיֵּם אֱמוּנָתוֹ לִישֵׂנֵי עָפָר. מִי כָמוֹךָ בַּעַל גְּבוּרוֹת, וּמִי דּוֹמֶה לָּךְ, מֶלֶךְ מֵמִית וּמְחַיֶּה וּמַצְמִיחַ יְשׂוּעָה: מִי כָמוֹךָ אָב הָרַחֲמִים, זוֹכֵר יְצוּרָיו לְחַיִּים בְּרַחֲמִים:
וְנֶאֱמָן אַתָּה לְהַחֲיוֹת מֵתִים. בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מְחַיֵּה הַמֵּתִים:

אַתָּה קָדוֹשׂ וְשִׂמְךָ קָדוֹשׂ וּקְדוֹשִׂים בְּכָל יוֹם יְהַלְלוּךָ סֶּלָה. כִּי אֵל מֶלֶךְ גָּדוֹל וְקָדוֹשׂ אָתָּה:

לְדוֹר וָדוֹר הַמְלִיכוּ לָאֵל כִּי הוּא לְבַדּוֹ מָרוֹם וְקָדוֹשׂ:
וּבְכֵן יִתְקַדֵּשׂ שִׂמְךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ עַל יִשְׁרָאֵל עַמֶּךָ וְעַל יְרוּשָׂלַיִם עִירֶךָ וְעַל צִיּוֹן מִשְׂכַּן כְּבוֹדֶךָ וְעַל מַלְכוּת בֵּית דָּוִד מְשִׂיחֶךָ וְעַל מְכוֹנָךְ וְהֵיכָלָךְ:

וּבְכֵן תֵּן פַּחְדְּךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ עַל כָּל מַעֲשֶׁיךָ, וְאֵימָתְךָ עַל כָּל מַה שֶׂבָּרָאתָ, וְיִירָאוּךָ כָּל הַמַּעֲשִׁים, וְיִשְׂתַּחֲווּ לְפָנֶיךָ כָּל הַבְּרוּאִים, וְיֵעָשׁוּ כֻלָּם אֲגֻדָּה אֶחָת, לַעֲשׁוֹת רְצוֹנְךָ בְּלֵבָב שָׂלֵם. כְּמוֹ שֶׂיָּדַעְנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ, שֶׂהַשָׂלְטָן לְפָנֶיךָ, עֹז בְּיָדְךָ, וּגְבוּרָה בִּימִינֶךָ, וְשִׂמְךָ נוֹרָא עַל כָּל מַה שֶׂבָּרָאתָ:

וּבְכֵן תֵּן כָּבוֹד יְיָ לְעַמֶּךָ, תְּהִלָּה לִירֵאֶיךָ, וְתִקְוָה טוֹבָה לְדוֹרְשֶׂיךָ, וּפִתְחוֹן פֶּה לַמְיַחֲלִים לָךְ, שִׁמְחָה לְאַרְצֶךָ, וְשָׁשׁוֹן לְעִירֶךָ, וּצְמִיחַת קֶרֶן לְדָוִד עַבְדֶּךָ, וַעֲרִיכַת נֵר לְבֶן יִשַׂי מְשִׂיחֶךָ, בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ:

וּבְכֵן צַדִּיקִים יִרְאוּ וְיִשְׁמָחוּ, וִישָׂרִים יַעֲלֹזוּ. וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ. וְעוֹלָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ, וְכָל הָרִשְׂעָה כֻּלָּהּ כֶּעָשָׂן תִּכְלֶה. כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׂלֶת זָדוֹן מִן הָאָרֶץ:

וְתִמְלוֹךְ אַתָּה הוּא יְיָ אֱלֹהֵינוּ מְהֵרָה לְבַדֶּךָ, עַל כָּל מַעֲשֶׁיךָ, בְּהַר צִיּוֹן מִשְׂכַּן כְּבוֹדֶךָ, וּבִירוּשָׂלַיִם עִיר קָדְשֶׂךָ, כַּכָּתוּב בְּדִבְרֵי קָדְשֶׂךָ, יִמְלוֹךְ יְיָ לְעוֹלָם אֱלֹהַיִךְ צִיּוֹן לְדֹר וָדֹר הַלְלוּיָהּ:
קָדוֹשׂ אַתָּה וְנוֹרָא שְׂמֶךָ, וְאֵין אֱלוֹהַּ מִבַּלְעָדֶיךָ, כַּכָּתוּב, וַיִּגְבַּהּ יְיָ צְבָאוֹת בַּמִּשְׂפָּט, וְהָאֵל הַקָּדוֹשׂ נִקְדַּשׂ בִּצְדָקָה. בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ, הַמֶּלֶךְ הַקָּדוֹשׂ:
אַתָּה בְחַרְתָּנוּ מִכָּל הָעַמִּים, אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ וְרָצִיתָ בָּנוּ, וְרוֹמַמְתָּנוּ מִכָּל הַלְּשׂוֹנוֹת, וְקִדַּשְׂתָּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ, וְקֵרַבְתָּנוּ מַלְכֵּנוּ לַעֲבוֹדָתֶךָ, וְשִׂמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׂ עָלֵינוּ קָרָאתָ:

וַתִּתֶּן לָנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה אֶת יוֹם (לשבת הַשַּׁבָּת הַזֶּה לִקְדֻשָּׁה וְלִמְנוּחָה וְאֶת יוֹם) הַכִּפּוּרִים הַזֶּה לִמְחִילָה וְלִסְלִיחָה וּלְכַפָּרָה וְלִמְחָל בּוֹ אֶת כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ (לשבת בְּאַהֲבָה ) מִקְרָא קֹדֶשׁ זֵכֶר לִיצִיאַת מִצְרָיִם:

אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ יַעֲלֶה וְיָבוֹא וְיַגִּיעַ וְיֵרָאֶה וְיֵרָצֶה וְיִשָׂמַע וְיִפָּקֵד וְיִזָּכֵר זִכְרוֹנֵנוּ וּפִקְּדוֹנֵנוּ וְזִכְרוֹן אֲבוֹתֵינוּ וְזִכְרוֹן מָשִׂיחַ בֶּן דָּוִד עַבְדֶּךָ וְזִכְרוֹן יְרוּשָׂלַיִם עִיר קָדְשֶׂךָ וְזִכְרוֹן כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׁרָאֵל לְפָנֶיךָ. לִפְלֵיטָה לְטוֹבָה לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׂלוֹם בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים הַזֶּה: זָכְרֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בּוֹ לְטוֹבָה. וּפָקְדֵנוּ בוֹ לִבְרָכָה. וְהוֹשִׂיעֵנוּ בוֹ לְחַיִּים טוֹבִים:וּבִדְבַר יְשׂוּעָה וְרַחֲמִים חוּס וְחָנֵּנוּ. וְרַחֵם עָלֵינוּ וְהוֹשִׂיעֵנוּ. כִּי אֵלֶיךָ עֵינֵינוּ. כִּי אֵל מֶלֶךְ חַנּוּן וְרַחוּם אָתָּה:

אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ מְחֹל לַעֲוֹנוֹתֵינוּ בְּיוֹם (לשבת הַשַּׁבָּת הַזֶּה וּבְיוֹם) הַכִּפּוּרִים הַזֶּה. מְחֵה וְהַעֲבֵר פְּשָׂעֵינוּ וְחַטֹּאתֵינוּ מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ. כָּאָמוּר אָנֹכִי אָנֹכִי הוּא מוֹחֶה פְשָׂעֶיךָ לְמַעֲנִי וְחַטֹּאתֶיךָ לֹא אֶזְכֹּר:וְנֶאֱמַר מָחִיתִי כָעָב פְּשָׂעֶיךָ וְכֶעָנָן חַטֹּאתֶיךָ שׂוּבָה אֵלַי כִּי גְאַלְתִּיךָ:וְנֶאֱמַר כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יְיָ תִּטְהָרוּ:(לשבת אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ רְצֵה נָא בִמְנוּחָתֵנוּ) קַדְּשֵׂנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. שַׁבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ וְשַׁמְּחֵנוּ בִּישׂוּעָתֶךָ. (לשבת וְהַנְחִילֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה וּבְרָצוֹן שַׂבַּת קָדְשֶׂךָ וְיָנוּחוּ בוֹ כָּל יִשְׁרָאֵל מְקַדְּשֵׁי שְׂמֶךָ) וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת. כִּי אַתָּה סָלְחָן לְיִשְׁרָאֵל וּמָחֳלָן לְשִׂבְטֵי יְשֻׂרוּן בְּכָל דּוֹר וָדוֹר וּמִבַּלְעָדֶיךָ אֵין לָנוּ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ (אֶלָּא אָתָּה):
בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ לַעֲוֹנוֹתֵינוּ וְלַעֲוֹנוֹת עַמּוֹ בֵּית יִשְׁרָאֵל וּמַעֲבִיר אַשְׂמוֹתֵינוּ בְּכָל שָׂנָה וְשָׂנָה, מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ מְקַדֵּשׂ (לשבת הַשַּׁבָּת וְ) יִשְׁרָאֵל וְיוֹם הַכִּפּוּרִים:

אֶת לַחֲשִׂי עֲנֵה נָא. זַעֲקִי רְצֵה נָא. הָאֵל קָדוֹשׂ
אָדוֹן לְקוֹל עַמֶּךָ. זְכֹר רַחֲמֶיךָ. נוֹרָא וְקָדוֹשׂ:
עַד יוֹם מוֹתוֹ תְּחַכֶּה לּוֹ לִתְשׁוּבָה. לְהַנְטוֹתוֹ לִתְחִיָּה:
אָנָּא סְלַח נָא. פֶּשַׁע וְעָוֹן שָׂא נָא. וְכֹחֲךָ יִגְדַּל נָא. קָדוֹשׁ:
אָנָּא רַחוּם כַּפֵּר. עֲוֹן צָגִים תְּהִלָּתְךָ לְסַפֵּר. וְיֻחַקּוּ לְחַיִּים טוֹבִים בַּסֵּפֶר. קָדוֹשׁ:
מֶלֶךְ שֹׁכֵן עַד. לְבַדְּךָ מְלֹךְ עֲדֵי עַד. הָאֵל קָדוֹשׁ:
מֶלֶךְ מַאֲזִין שַׁוְעָה. לְעַמּוֹ מֵחִישׁ יְשׁוּעָה. נוֹרָא וְקָדוֹשׁ:


הַיּוֹם יִכָּתֵב בְּסֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת. הַחַיִּים וְהַמָּוֶת. אָנָּא כַּנָּה. עוּרִי נָא. הִתְעוֹרְרִי נָא. עִמְדִי נָא. הִתְיַצְּבִי נָא. קוּמִי נָא. חַלִּי נָא. בְּעַד הַנֶּפֶשׁ חֲנִי נָא. פְּנֵי דַּר עֶלְיוֹן:

יִמְלֹךְ יְיָ לְעוֹלָם אֱלֹהַיִךְ צִיּוֹן לְדֹר וָדֹר הַלְלוּיָהּ:
וְאַתָּה קָדוֹשׁ יוֹשֵׁב תְּהִלּוֹת יִשְׂרָאֵל, אֵל נָא:

*נֵחָשֵׁב כְּצָג בְּאִיתוֹן. דְּחוֹת בְּפִלּוּלִי עֲקַלָּתוֹן. וְנַקְדִּישְׁךָ בְּשַׁבַּת שַׁבָּתוֹן. קָדוֹשׁ:
הַיּוֹם בְּפָתְחֲךָ סְפָרִים חוֹן אֹם שִׁמְךָ מְפָאֲרִים. וְנַקְדִּשְׁךָ בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים. קָדוֹשׁ:
מַשְׂטִין בְּכֶבֶל אֱסֹר. וְתִקְוַת אֲסִירַי בְּשֹר. וְנַקְדִּישְׁךָ בְּצוֹם הֶעָשֹוֹר. קָדוֹשׁ:

וּמִפְּנֵי חֲטָאֵינוּ גָּלִינוּ מֵאַרְצֵנוּ וְנִתְרַחַקְנוּ מֵעַל אַדְמָתֵנוּ וְאֵין אֲנַחְנוּ יְכוֹלִים לַעֲשׂוֹת חוֹבוֹתֵינוּ בְּבֵית בְּחִירָתֶךָ בַּבַּיִת הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ שֶׁנִּקְרָא שִׁמְךָ עָלָיו מִפְּנֵי הַיָּד שֶׁנִּשְׁתַּלְּחָה בְּמִקְדָּשֶׁךָ:יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ מֶלֶךְ רַחֲמָן שֶׁתָּשׁוּב וּתְרַחֵם עָלֵינוּ וְעַל מִקְדָּשְׁךָ בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים. וְתִבְנֵהוּ מְהֵרָה וּתְגַדֵּל כְּבוֹדוֹ:אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, גַלֵּה כְּבוֹד מַלְכוּתְךָ עָלֵינוּ מְהֵרָה וְהוֹפַע וְהִנָּשֵׂא עָלֵינוּ לְעֵינֵי כָּל חָי וְקָרֵב פְּזוּרֵינוּ מִבֵּין הַגּוֹיִם וּנְפוּצוֹתֵינוּ כַּנֵּס מִיַּרְכְּתֵי אָרֶץ:וַהֲבִיאֵנוּ לְצִיּוֹן עִירְךָ בְּרִנָּה וְלִירוּשָׁלַיִם בֵּית מִקְדָּשְׁךָ בְּשִׂמְחַת עוֹלָם וְשָׁם נַעֲשֶׂה לְפָנֶיךָ אֶת קָרְבְּנוֹת חוֹבוֹתֵינוּ תְּמִידִים כְּסִדְרָם וּמוּסָפִים כְּהִלְכָתָם:
וְאֶת מוּסַף (לשבת וְאֶת מוּסְפֵי יוֹם הַשַּׁבָּת הַזֶּה וְ) יוֹם הַכִּפּוּרִים הַזֶּה נַעֲשֶׂה וְנַקְרִיב לְפָנֶיךָ בְּאַהֲבָה כְּמִצְוַת רְצוֹנֶךָ כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְתָּ עָלֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ עַל יְדֵי משֶׁה עַבְדֶּךָ מִפִּי כְבוֹדֶךָ כָּאָמוּר:
לשבת וּבְיוֹם הַשַּׁבָּת שְׁנֵי כְבָשִׂים בְּנֵי שָׁנָה תְּמִימִם, וּשְׁנֵי עֶשְׂרֹנִים סֹלֶת מִנְחָה בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן וְנִסְכּוֹ:עֹלַת שַׁבַּת בְּשַׁבַּתּוֹ עַל עֹלַת הַתָּמִיד וְנִסְכָּהּ:

אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ מְחֹל לַעֲוֹנוֹתֵינוּ בְּיוֹם (לשבת הַשַּׁבָּת הַזֶּה וּבְיוֹם) הַכִּפּוּרִים הַזֶּה. מְחֵה וְהַעֲבֵר פְּשָׁעֵינוּ וְחַטֹּאתֵינוּ מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ. כָּאָמוּר אָנֹכִי אָנֹכִי הוּא מוֹחֶה פְשָׁעֶיךָ לְמַעֲנִי וְחַטֹּאתֶיךָ לֹא אֶזְכֹּר:וְנֶאֱמַר מָחִיתִי כָעָב פְּשָׁעֶיךָ וְכֶעָנָן חַטֹּאתֶיךָ שׁוּבָה אֵלַי כִּי גְאַלְתִּיךָ:וְנֶאֱמַר כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יְיָ תִּטְהָרוּ:
(לשבת אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ רְצֵה נָא בִמְנוּחָתֵנוּ) קַדְּשֵׁנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. שַׂבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ וְשַׂמְּחֵנוּ בִּישׁוּעָתֶךָ. (לשבת וְהַנְחִילֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה וּבְרָצוֹן שַׁבַּת קָדְשֶׁךָ וְיָנוּחוּ בוֹ כָּל יִשְׂרָאֵל מְקַדְּשֵׁי שְׁמֶךָ) וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת. כִּי אַתָּה סָלְחָן לְיִשְׂרָאֵל וּמָחֳלָן לְשִׁבְטֵי יְשֻׁרוּן בְּכָל דּוֹר וָדוֹר וּמִבַּלְעָדֶיךָ אֵין לָנוּ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ (אֶלָּא אָתָּה):
בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ לַעֲוֹנוֹתֵינוּ וְלַעֲוֹנוֹת עַמּוֹ בֵּית יִשְׂרָאֵל וּמַעֲבִיר אַשְׁמוֹתֵינוּ בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה, מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ מְקַדֵּשׁ (לשבת הַשַּׁבָּת וְ) יִשְׂרָאֵל וְיוֹם הַכִּפּוּרִים:










דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:58 לינק ישיר 


מעשה פון יונה הנביא



דעם באשעפערס שליח קיין נינוה אין מיטן ים
דער חשובסטע'ר פון די תלמידים פון אלישע הנביא, איז געווען יונה, עם האט אלישע געשיקט ער זאל זאל זאלבן יהוא אלץ קעניג פון די יודן, יהוא בן חנני איז געווען דער איינציגער מלך צווישן די קעניגן פון די יודן וואס האט נישט געזינדיגט און נישט געמאכט זינדיגן, ווען יונה האט אים געזאלבט אלץ מלך, האט אים אלישע געזאגט,"אזוי זאלסטו זאגן צו די יודן, דער באשעפער האט מיך געשיקט אז עטץ זאלטץ תשובה טון, לאזט אפ ענקערע האלצערנע און שטיינערדיגע אפגעטער און דינט נאר דעם באשעפער אליין , און אויב עטץ וועט זיך נישט צוהערן און עטץ וועטץ נישט תשובה טון דעמאלט וועט חלילה שלעכט און ביטער זיין ענקער גורל, די הייליגע שטאט ירושלים וועט חרוב ווערן און עטץ וועטץ גיין אין גלות!"
די יודן האבן זיך צוגעהערט צו די נבואה פון יונה'ן אן האבן תשובה געטון, דער באשעפער האט דאס געזעהן און האט זיי נישט געשטראפט, ס'איז אריבער א צייט און די אידן וואס האבן געלעבט מיט שלו' אין רואיגקייט אין זייער לאנד, זענען געקומען צו יונה'ן און אים געזאגט אז "די ביזט א פאלשער נביא, דו האסט דאך געזאגט אז ירושלים וועט חרוב ווערן און מיר וועלן פארטריבן ווערן פון אונזער לאנד, און דערווייל פעלט אונז גארנישט, דער באשעפער האט נישט גערעדט צו דיר, דו האסט אליין אויסגעטראכט די אלע ווערטער פון דיין הארץ!" אזוי האבן זיי עם פארגעווארפן און די ווערטער האבן זייער אויפגערעגט און באליידיגט דעם נביא,
א קארצע צייט נאכדעם האט דער באשעפער ווידער גערעדט צו יונה הנביא "שטיי אויף און גיי צו די גרויסע שטאט נינוה וואס איז און אשור, און זאג צו אירע מענטשן, אויב עטץ וועט נישט אפלאזן ענקער שלעכטע וועג, אויב עטץ וועט נישט אויפהערן צו גנב'ענען און צו גזל'ען וועט דער באשעפער ענק פארניכטן ח"ו,
ווען יונה האט געהערט די ווערטער פונעם באשעפער, האט ער געטראכט ביי זיך אין הארץ, " איך ווייס אז די מענטשן פון נינוה וועלן תשובה טון און דער באשעפער וועט פאר זיי נישט טון קיין שלעכטס און דעמאלטס וועלן זיי קומען צו מיר און וועלן זאגן אז איך בין א פאלשער נביא ווייל מיינע ווערטער זענען נישט מקוים געווארן, איז דען מיר נישט גענוג אז די אידן רופן מיך א פאלשער נביא? איך וועל נישט גיין קיין נינוה זאגן די נבואה, איך וויל נישט אז די פעלקער זאלן מיך פארשעמען, איך וועל אנטלויפן אין א פרעמד לאנד, אין טמא'דיגע לאנד, אין דארט וועט דער באשעפער זיכער נישט רעדן צו מיר, און ער וועט מיר נישט הייסן נבואה זאגן פאר די שטאט נינוה,
אן רשות פון באשעפער איז יונה געגאנגען קיין יפו די פארט שטאט און האט געפרעגט ווען עס פארט אפ א שיף צו די שטאט "תרשיש" "צוריק מיט צוויי טעג איז די שיף אפגעפארן , און ערשט נאך א לאנגע צייט וועט זי צוריקקומען", האבן די ארבייטער פונעם פארט געענטפערט פאר יונה'ן,
שטייענדיג אזוי און קלערענדיג וואס צו טון האט מען דערזעהן אז די שיף קומט צוריק צום ברעג, דער באשעפער האט געוואלט אויספראבירן יונה'ן צו ער וועט טאקע אנטלויפן, איבערדעם האט ער ארומגעשליידערט די שיף און די מאטראזן האבן געמוזט צוריקברענגען די שיף, ווען יונה האט דאס געזען האט געטראכט ביי זיך אז דאס איז זיכער א צייכן פון הימל אז דער באשעפער איז מסכים אז איך זאל גיין קיין תרשיש, ער האט תיכף ארויסגענומען געלט און ער גוט באצאלט פאר דעם שיפסקאפיטאן כדי ער זאל זיך נישט אויפהאלטן און גלייך ארויס אויפ וועג,
א טאג נאכן אפפארן האבן די כוואליעס פון ים ארום די שיף אנגעהויבן זייער שטארק צו ווארפן און שליידערן די שיף א שטורעם ווינט האט געבלאזן און די שיף איז כמעט צובראכן געווארן ,
די פאסאזשירן פון די שיף זענען זייער פארוואונדערט געווארן ווען זיי האבן געזעהן אז די אנדערע שיפן ארום און ארום שווימען זיך זייער רואיג און פארן זיך געמיטלעך, ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, האבן זיי געטראכט ביי זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג ביי זיי, האבן זיי אנגעהויבן צו בעטן צו זייערע אפגעטער, און זיי האבן אפגעמאכט ציווישן זיך" אז דער גאט וואס וועט זיי מציל זיין פון דערטראנקען ווערן דער וועט זיין אונזער גאט, און נאר אים וועלן מיר דינען",
מיט שרעק און מיט האפענונג האבן אלע אנגעהויבן צו בעטען פון זייערע געטשקעס, שעה'ן זענען אריבער און דער ים האט זיך נישט בארואיגט, די שטורעמס זענען אלץ שטערקער געווארן, און דער שרעק פון דעם טויט איז אלץ גרעסער געווארן,
פלוצלינג האט זיך דער שיפסקאפיטאן דערמאנט אז ער זעט נישט דעם מענטש וואס ארויפגעקומען אויף די שיף אין די שטאט "יפו" און ער האט אים אנגעהויבן צו זיכן ביז ער האט אין דעם קעלער פון די שיף דערזעהן יונה'ן שלאפנדיג און ער האט גארנישט געוויסט וואס עס האט פאסירט אויפן ים,
דער שיפסקאפיטאן האט אים אויפגעוועקט און האט געשריגן צו עם וואס שלאפסטו די ווייסט נישט אין וואס א סכנה די שיף געפינט זיך, די פילסט גאר נישט ווי די שיף ווארפט זיך ארויפ און אראפ, שטיי אויף און בעט און דאווען צו דיין גאט,
האט יונה געזאגט פאר עם אז ער איז א איד און ער דינט דעם באשעפער פון די אידן און פאר אים האט ער מורא, האט זיך דער שיפסקאפיטאן זייער געפרייט, און ער האט עם געזאגט, איך האב שוין אסאך געהערט פון דעם באשעפער פון די אידן און פון זיין גרויסקייט, בעט פון עם ער זאל טון נסים, אזוי ווי ער האט געטון צו דיין פאלק אויפן ים סוף,
יונה הנביא האט געוואוסט אז דער גאנצער שטארעם איז נאר וועגן אים, און אז ער האט דאס גורם געווען, ווייל ער וויל אנטלויפן פון די שליחות וואס דער באשעפער האט עם געשיקט, האט ער געזאגט פאר דעם שיפסקאפיטאן, איך ווייס אז דער גאנצער שטארעם איז געקומען נאר צוליב מיר, איז אויב די ווילסט ראטעווען די שיף מיט אירע מענטשן, ווארף מיך אריין אין ים וועט זיך דער שטארעם אויפהערן,
דער שיפסקאפיטאן מיט די מענטשן וואס האבן זיך געפינען אויף די שיף זענען געווען זייער גוטע מענטשן, האבן זיי נישט געוואלט אריינווארפן יונה'ן אין ים, און האבן נישט געוואלט גלייבן וואס יונה זאגט צו זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, האבן זיי געווארפן גורל, אויף אלע מענטשן פון די שיף, און דער גורל איז אויסגעפאלן אויף יונה'ן, דעמאלטס האבן זיי געגלייבט אז ער זאגט אמת, דאך האבן זיי רחמנות געהאט אויף יונה'ן און זיי האבן עם נישט געוואלט אריין ווארפן און ים, זיי האבן אריינגעוואפן אלע זייערע זאכן אין ים , כדי די שיף זאל גרינגער ווערן און זיי האבן פראבירט צו צי שווימען צום ברעג פון דעם ים אבער עס איז נישט געגאנגען, האבן זיי נישט געהאט קיין אנדערן אויסוועג און זיי האבן אויפגעהויבן יונה'ן און זיי האבן צוביסלעך אריינגעליינגט אין וואסער אריין, אזוי ווי זיינע פיס האבן נאר אנגערירט דאס וואסער, האט זיך דער שטארעם פונעם ים אפגעשטעלט, האבן זיי אים צוריק אריינגענומען אין די שיף, האט דער ים זיך נאך אמאל אנגעהויבן צו שטארעמען, האבן זיי אים נאכאמאל אריינגעלייגט אין וואסער, האט זיך דער ים ווידער בארואיגט, האבן זיי עם נאכאמאל צוריק געברענגט אין די שיף, האט דער ים ווידער געשטארעמט,
צום דריטן מאל, האבן זיי עם אריינגעלאזט אין וואסער ביז צום האלז, האט דער ים ווידער אויפגעהערט צו שטארעמען, האבן זיי שוין געוואוסט זיכער אז דער גאנצער שטארעם איז נאר צוליב אים, אנהאלטענדיג יונה'ן אין וואסער,האבן זיי געבעטן דעם באשעפער און געזאגט, באשעפער פון די וועלט, מיר ווילן נישט טויטן דעם מענטש, מיר קענען אים נישט און מיר ווייסן נישט וואס עס זענען זיינע זינד, און פארוואס עס איז אויף אים נגזר געווארן אז ער זאל שטארבן, ער אליין פאדערט פון אונז אז מיר זאלן אים אריין ווארפן אין ים, וועגן דעם ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע עצה,ניצל צו ווערן טוען מיר זיין ווילן און מיר ווארפן עם אריין אין וואסער מיט א שווער הארץ, אין זיי האבן אים אויסגעלאזט, און אזוי ווי ער איז אריינגעפאלן אין וואסער איז דער ים שטיל געווארן אין די שיף איז געפארן ווייטער ראויגערהייט.

יונה אין די געדערעם פון די פיש
אזוי ווי יונה איז אריין געפאלן אין דעם ים האט דער באשעפער אגעגערייט א גרויסן פיש און דער פיש האט אים אריינגענומען אין זיך, דער פיש איז געווען זייער גרויס אין יונה האט אין דעם פיש געקענט געהעריג ארום שפאצירן, אזוי ווי אין א גרויסע זאל, א דיימאנט שטיין האט געהאנגען אינעווייניג אין די פיש, און פון דעם שטיין האט ארויס געשיינט א שטארקע ליכטיגקייט, אזוי ווי די זון אין מיטן טאג, די צוויי אויגן פון די פיש איז געווען פאר יונה'ן אזוי ווי צוויי ליכטיגע פענסטער, און דורך זיי האט דער נביא געקענט זען אלעס וואס עס קומט פאר און די טיפענישן פונעם ים,
גלייך נאך דעם וואס דער פיש האט איינגעשלינגען יונה'ן האט דער פיש געזאגט צו אים, "וויסן זאלסטו אז דער לויתן איז דער קעניג פון אלע פיש, יעדן טאג מוז איין גרויסע פיש צושטעלן זיך צו עם און ער עסט אים אויף, היינט איז געקומען מיין רייע און איך שווים יעצט צו עם, כדי ער זאל מיך אויפעסן, האט יונה עם געזאגט "האב נישט קיין מורא און זארג נישט, נעם מיך צום לויתן און איך וועל דיך מציל זיין".
ווען דער פיש איז שוין געשטאנען פארן לויתן, האט יונה געזאגט צו אים, "וויסן זאלסטו אז דורך דיר בין איך אראפ אין די טיפענישן פונעם ים, ווייל איך האב געוואלט זעהן דעם פלאץ וואו די וואוינסט", האט דער לויתן געפרעגט מיט וואונדער יונה'ן פארוואס האסטו דאס געטון?" , האט אים יונה געענטפערט, " איך האב געוואלט זעהן דעם פיש וואס איז גרייט פאר די צדיקים ווען משיח וועט קומען, דעמאלט וועל איך דיך שלעפן מיט א שטריק צו די טריקעניש, דיך צו שחט'ן פאר די גרויסע סעודה וואס דער אייבירשטער וועט מאכן פאר די צדיקים", אזוי ווי דער לויתן האט דאס געהערט האט ער זיך זייער דערשראקן, און ער איז אנטלאפן און דער פיש וואס יונה איז אין אים געווען , איז ניצל געווארן,
ווען די סכנה איז אריבער, האט יונה געזאגט צום פיש " איך האב דיך געראטעוועט דיין לעבן דארפסטו מיר באצאלן דערפאר, איבערדעם פארלאנג איך פון דיר די זאלסט מיר ווייזן אלעס וואס עס איז פארהאנען אין ים, אלע אוצרות און אלע וואונדערליכע זאכן פון די טיפענישן פון ים", זייער גערען האט דער פיש גענומען ארום פירן יונה הנביא אים די טיפענישן פונעם ים, און ער האט עם אלעס געוויזן,
אינעם וואסער האט יונה געזען טיפע גרובער, האט אים דער פיש געזאגט, פון דא טרינקט דער לויתן ווען ער איז דארשטיג, פלוצלינג האט יונה געפיליט אז עס בלאזט זייער א הייסער ווינט, האט עם דער פיש געזאגט "דאס מאכט אויך דער לויתן מיט זיין אטעם זייט ער א דורך דאס ים וואסעם",
אין די טיפענישן פון דעם ים האט יונה געזען דעם גיהינום, פון דארט האט דער פיש עם געפירט צום היכל ה' און האט עם געוויזן די פראכט פונעם באשעפער,אונטער'ן היכל ה' האט ער געזעהען דעם אבן השתיה אן ארום דעם שטייען מענטשן און בעטן זיך ביים באשעפער, האט יונה געפרעגט דעם פיש, ווער זענען די מענטשן?, האט דער פיש געענטפערט, "דאס זענען די בני קרח וואס די ערד האט זיי איינגעשלינגען און פון דעמאלטס שטייען זיי און בעטן רחמים אויף זייער טאטען",
דער פיש האט ווייטער געפירט יונה'ן ביז צום ים סוף און ער האט עם געוויזן דאס פלאץ וואו די אידן זענען אריבערגעגאנגען אין טריקעניש ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, דריי טעג און דריי נעכט איז דער פיש ארומגעשווימען מיט יונה'ן, אין די גאנצע צייט האט יונה הנאה געהאט פון אלעם וואס ער האט געזען, ביז ער האט פארגעסן וואו ער געפינט זיך און האט נישט מתפלל געווען צו השי"ת אז ער זאל אים ארויסנעמען פון דעם פיש. דער אייבירשטער האט געווארט אויף די תפילה פון דעם נביא, און ווייל ער האט נישט אזוי געטון איז דער אייבירשטער אויף אים ברוגז געווען, און ער האט אים אזוי געזאגט, "איך האב עם אריינגעברענגט אין א גרויסן פיש, אין א באקוועם פלאץ האב איך אים אריינגעברענגט כדי ער זאל נישט ליידן קיין צער, און ער האט פאר מיר נישט מתפלל געווען אפילו נישט איין מאל, וועגן דעם וועל איך עם אריינטון אין א פיש וואס איז פיל מיט קליינע פישעלעך, דארט וועט עם שוין נישט זיין באקוועם, עס וועט עם זיין ענג, און ווען עס וועט עם זיין שלעכט וועט ער מיך געדענקען און ער וועט צו מתפלל זיין צו מיר",
באלד איז אקעגענגעקומען א אנדערע גרויסע פיש, און האט געזאגט פאר די פיש וואס יונה איז אין איר געווען, "איך בין געשיקט געווארן אויפן באפעל פונעם הייליגן באשעפער איינצושלינגען אין מיר דעם נביא, וואס געפינט זיך אין דיר, שפיי אים אויס און איך וועל מיר גיין מיין וועג, אין אויב די פאלגסט מיך נישט, וועל איך איינשלינגן דיך צוזאמען מיט דעם נביא וואס איז אין דיר",
האט דער פיש פון יונה'ן געזאגט פאר דעם אנדערען פיש, ווער זאגט אז די זאגט אמת, אז דער באשעפער האט דיך געשיקט, האט דער פיש געענטפערט, "דער לויתן דער קעניג פון די פיש וועט עדות זאגן אויף דעם,אז איך זאג אמת, און זיי זענען ביידע געשווימען צום לויתן, האט דער לויתן געזאגט, "אויך איך האב געהערט אז דער באשעפער פון די וועלט האט איר באפוילן איינצושלינגען דעם נביא,לאז איר מקיים זיין דעם באפעל פון באשעפער", אזוי ווי די פיש האט דאס געהערט האט זי תיכף געפאלגט און האט אויסגעשפיגען יונה'ן, און די אנדערע פיש האט געעפענט איר מויל, און האט איינגעשלינגען יונה'ן ,
אינעווייניג אין די נייע פיש איז דאס פלאץ פאר יונה'ן זייער ענג געווען, די טויזענטער פישלעך וואס זענען דארט געווען האבן אים זייער ענג געמאכט דאס פלאץ, ער האט זיך נישט געקענט רירן, אזוי ער געווען אין א צרה, האט ער אנגעהויבן מתפלל צו זיין צום אייבירשטן,"העלף מיר און נעם מיך ארויס פון דעם פלאץ, יעצט ווייס איך שוין אז ס'איז אוממעגליך זיך צו באהאלטן פון דיר און עס איז אוממעגליך צו אנטלופן פון דיר, ווייל די גאנצע וועלט איז פיל פון דיין כבוד", דער באשעפער האט צו געהערט צו יונה'ס תפילה, אבער ער האט אים נישט ארויס גענומען פון דעם פיש, ביז יונה האט צוגעזאט אז ער וועט גיין און טון וואס דער אייבירשטער האט עם געהייסן,און ער וועט גיין דארט ווי דער באשעפער האט אים געשיקט, ערשט נאכדעם האט דער באשעפער באפוילן פאר די פיש אז זי זאל אים אויסשפייען, ווייט פון די טריקעניש האט אים די פיש אויסגעשפיגן, אויף דעם פלאץ ווי וואו עס האבן זיך געפונען די מענטשן מיט די שיף וואס פון איר האט מען אים אריינגעווארפן אין ים אריין,
זעענדיג פלוצלינג יונה'ן פאר זייערע אויגן, האבן זיי זיך זייער דערשראקן פון אים, זיינע קליידער און האר פון קאפ זענען געווען פארברענט, פון די גרויסע היץ וואס עס איז געווען אינעווייניג אין די פיש וואו ער איז געווען, זיי האבן נישט געגעלייבט אז ער איז געבליבן לעבן, נאכדעם וואס זיי האבן אים ארייגעווארפן אין וואסער.
נאכדעם וואו ער האט פאר זיי דערציילט זיינע וואונדעליכע פאסירונגען וואס ער האט מיטגעמאכט, האבן זיי אלע ארייגעווארפן זייערע אפגעטער אין ים אריין און זיי האבן געזאגט,"מיר דארפן שוין מער נישט אנקומען צו זיי, יעצט האבן מיר געזען ווער עס איז דער גרויסער באשעפער, מיר האבן געזען דאס גרויסקייט פון דעם באשעפער פון די אידן,און מיר זעען שוין דאס אומווערדיגקייט פון אלע אפגעטער, און ווי הילפלאז זיי זענען",אלע מענטשן פון די שיף זענען ארויף קיין ירושלים, און זיי האבן זיך מגייר געווען און זיי זענען געווארן אידן.

די מענטשן פון נינוה טוען תשובה
נאכדעם ווי יונה איז ניצל געווארן, איז ער געגאנגען קיין נינוה אזוי ווי ער האט צוגעזאגט פאר'ן אייבירשטן, און ער האט פאר זיי איבערגעגעבן די נבואה פון דעם באשעפער.
נינוה איז געווען זייער א גרויסע שטאט, עס האבן דארט געוואוינט פינף הונדערט טויזענט מענטשן, אין דעם גרויסן מארק האט זיך יונה אוועק געשטעלט, און האט אויסגערופן מיט א הויעך קול, "נאך פערציג טעג וועט די שטאט נינוה, ווערן איבערגעדרייט,אויב איר וועט נישט תשובה טון, און אויב איר וועט נישט און אויפהערן צו טון שלעכטס", די ווערטער פון דעם נביא זענען געהערט געווארן אין אלע עקן פון די שטאט, ווען דער קעניג פון די שטאט האט געהערט וואס דער נביא זאגט, איז ער זייער דערשראקן געווארן, און ער האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין קעניגליכע שטיהל, און ער האט אראפגענומען זיין קרוין פון זיין קאפ, און האט אויסגעטון זיינע קעניגליכע קליידער, און ער האט געלאזט אויסרופען אין דעם גאנצן לאנד,"הערט זיך צו צי מיינע רייד, אלע מענטשן פון מיין לאנד,פון היינט אן זאלט איר נישט עסן און נישט טרינקען דריי טעג און דריי נעכט, ביז דער באשעפער וועט רחמנות האבן אויף אונז און ער וועט מבטל זיין די שלעכטע גזירה",
די מענטשן פון נינוה האבן געגלייבט וואס יונה הנביא האט געזאגט, און זיי האבן אנגעטון זעק און געקלאגט און געוויינט און געפאסט און זיי האבן אמת'דיג תשובה געטון, יעדער האט צוריק געגעבן וואס ער האט ג'עגנב'ט, און ג'עגזל'ט, זיי האבן צווארפן זייערע הייזער און צוריק געגעבן אפילו די העלצער וואס זיי האבן שוין אריינגעבויט אין זייערע הייזער.
דער באשעפער האט געזען זייערע מעשים טובים, ווי שטארק זיי האבן תשובה געטון האט ער רחמנות באקומען אויף זיי און ער האט מבטל געווען די שלעכטע גזירה פון זיי.

קקיון דיונה
ווען יונה הנביא האט געזען אז דער באשעפער האט זיך מרחם געווען אויף די שטאט נינוה, און ער האט מקבל געווען זייער תשובה, האט ער זיך אראפגעווארפן אויף די ערד און ער האט געזאגט, "רבונו של עולם איך ווייס אז איך האב געזינדיגט פאר דיר ווען איך בין פון דיר אנטלאפן צום ים , בעט איך דיך אז די זאלסט מיר מוחל זיין ,האט אים דער באשעפער געענטפערט, איך האב דיר שוין מוחל געווען, און ווען מען האט דיך אריינגעווארפן אין ים אריין האב איך געשיקט א פיש זאל דיך אריין נעמען אין איר,די זאלסט נישט דערטראנקען ווערן, און ווען עס איז דיר געווארן ענג אינעווייניג אין די פיש האב איך דיך פון איר ארויסגענומען פון איר.
ווען יונה הנביא איז ארויס פון די שטאט נינוה,איז געווען זייער א שטארקע היץ און די זין האט זייער געברענט אויף יונה'ס קאפ, און ער דערפון זייער שוואך געווארן, און ער האט אראפגעזעצט אפרוען, און ער איז איינגעשלאפן, און עס האבן אנגעהויבן צוקריכן אויף עם פארשידענע קריכערס און מארישקעס, און האבן אים שרעקליך געביסן, דער באשעפער האט דאס צוגעזען, האט געמאכט אז עס זאל ארויסוואקסן העכער דעם פלאץ ווי יונה הנביא איז געשלאפן א בוים וואס הייסט "קקיון", עס האט זייער ברייטע בלעטער,און דאס האט עם באשיצט פון די ברענעדיגע זין, און אויך זענען די אלע קריכעדיגע פארשווינדן געווארן.
ווען יונה האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף און ער האט געזען דעם בוים וואס באשיצט אים, האט ער זיך זייער געפרייט,און ער האט געדאנקט דעם באשעפער דערפאר, אבער עס איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט, און דער באשעפער האט געשיקט א קליין ווערעמל-אין עס האט אויפגעגעסן דאס ווארצל פון בוים און דער בוים איז פארטרינקעט געווארן, און די זין האט נאכאמאל אנגעהויבן צו ברענען אויף יונה'ס קאפ, און אלע קריכעדיגע זענען צוריק געקומען, און האבן אים ווייטער געפייניגט אזוי שטארק אז יונה האט דאס שוין נישט געקענט אויסהאלטן,און ער האט געבעטן דעם באשעפער אז ער זאל עם שוין אוועקנעמען פון די וועלט,ווען דער באשעפער האט געהערט זיין געוויין, האט ער אים געפרעגט, פארוואס וויינסטו?, האט ער געענטפערט, ווייל עס טוט מיר וויי אויף דעם בוים וואס איז פארטריקענט געווארן, האט עם דער באשעפער געזאגט, "די וויינסט און עס טוט דיר וויי און די האסט רחמנות אויף א בוים וואס דו האסט נישט אנגעפלאנצט, נאר עס איז איבערנאכט ארויס געשפראצט, און איך זאל נישט רחמנות האבן אויף די גרויסע שטאט נינוה און אויף אירע איינוואוינער וועלעכע איך האב באשאפן",
ווען יונה הנביא האט געהערט די ווערטער פון השי"ת, האט ער איינגעזען אז רבש"ע איז גערעכט ,און ער האט חרטה געהאט אויף דעם וואס ער האט געטון, און ער האט זיך אנגערופן, "רבש"ע איך בעט דיך פיר ווייטער דיין וועלט מיט רחמים".

דער סוף פון די מענטשן פון נינוה
פערציג יאר זענען די מענטשן פון נינוה געגאנגען אין דעם גוטן וועג, נאכדעם זענען זיי צוריק געגאנגען צו זייערע שלעכטע מעשים וואס זיי האבן געטון בעפאר, און זיי האבן אינגאנצן פארגעסן די שטראפ-רייד וואס יונה הנביא האט פאר זיי געזאגט, ווען דער באשעפער האט דאס געזען האט ער געזאגט פאר יונה'ן, גיי קער איבער די שטאט נינוה אויף אלע אירע איינוואוינער, און יונה האט תיכף געפאלגט השי"ת, און ער האט איבערגעקערט די שטאט נינוה .










.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 02:04 לינק ישיר 

שאלות לחידודא

1) וועלכע זאך טוהט מען יום כפור אנדערש ווי אלע ימים טובים און שבתים אויסער תפילות און נישט עסן און אויסטוהן די שיך?
2) וועלכע באוואוסטע תפילה וואס מ'זאגט אגאנץ יאהר זאגט מען יום כפור נאר צוויי מאהל?
3) וואס באגעגנט מען דריי מאהל א טאג און מ'מאכט זיך כמעט נישט וויסענדיג דערפון, און דריי מאהל א יאהר מאכט מען א גאנצע עסק דערפון?
4) איך בין איינציג, מיט נאך פינעף בין איך אינדרויסן מיט זיבן, מיט נאך עלעף וועט מען איבער זאגן וואס מ'האט ביי מיר גענדיגט, נאך פיר זענען אזוי ווי מיר אבער נישט פונקטליך און איינער איז יא פונקטליך אבער אויך נישט ממש אינגאנצן, ווער בין איך?




די ענטפער אויף יום כפור איז
א) אלע טוהען אן א טלית יום כפור ביינאכט נישט נאר דער חזן!
ב) עלינו זאגט מען אגאנץ יאהר דריי מאהל א טאג און יום כפור זאגט מען דאס נאר צוויי מאהל ביינאכט ביי מעריב און אינמיטן שמונה עשרה ביי מוסף !
ג) עלינו באגעגנט מען דריי מאהל א טאג און מ'מאכט זיך כמעט נישט וויסנדיג דערפון מ'פליהט דאס אפ און דריי מאהל א יאהר צוויי טעג ראש השנה און יום כפור זאגט מען דאס אינמיטן שמונה עשרה און דער חזן בוקט זיך מ'מאכט פון דעם אגאנצן עסק !
ד) איינציג מיינט יום כפור איז דא נאר איין טאג נאך פינעף בין איך אידרויסן מיט נאך זיבן ד.מ. סוכות איז אין פינעף טעג ארום מיט די שבעה רועים, מיט נאך עלעף וועט מען איבער זאגן וואס מ'האט ביי מיר גענדיגט דאס איז שיר המעלות ממעמקים ענדיגט מען יום כפור צו זאגן און אין עלעף טעג ארום הושענא רבה זאגט מען דאס נאכאמאהל, נאך פיר זענען ווי מיר אבער נישט פונקטליך דאס איז צום גדלי', עשרה בטבת, תענית אסתר, שבעה עשר בתמוז, פאסט מען אבער נישט פון אנפאנג נאכט, און איינער איז יא פונקטליך אבער אויך נישט ממש אינגאנצן דאס איז תשעה באב ווייל מ'פאסט טאקע פון ביינאכט אבער וועגן טרויער און יום כפור איז א יום טוב !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 02:25 לינק ישיר 

פארוואס האבן די חכמים ז"ל נישט מתקן געווען צו האלטן צוויי טעג יום כפור אין חוץ לארץ אזוי ווי אלע אנדערע ימים טובים? ווייל עס איז א סכנה צו פאסטן צוויי טעג דערפאר זאל מען אויך נישט מחמיר זיין אויף זיך און האלטן צוויי:

פארוואס איז פונקט דער טאג יום כפור באשטימט געווארן אז דער באשעפער זאל מוחל זיין די עבירות? ווייל ביים חטא העגל האט דער באשעפער געוואלט פארלענדען די אידן און משה האט געבעטן ביים הייליגן באשעפער אז ער זאל זיי מוחל זיין.און אין דעם טאג יום כפור איז משה אראפגעקומען פון בארג וואו דער הייליגערבאשעפער האט גערוהט, נאכדעם וואס משה איז שוין געווען די דריטע מאהל צו פערציג טעג צו מתפלל זיין אויף די אידישע קינדער און דער הייליגער באשעפער האט זיי מוחל געווען מיט א גוטן ווילן פארדעם איז דער טאג באשטימט געווארן אויף א טאג וואס דער הייליגער באשעפער איז מוחל אויף די עבירות.

דער טעמי המנהגים ברענגט נאך א טעם אז ווען אדם הראשון האט געזינדיגט האט דער הייליגער באשעפער אנגעהויבן צו רעדן מיט אים אין יום כפור.

נאך א טעם ואס ווערט געברענגט פון מדרשים אז די מעשה פון די עקידה איז געווען יום כפור דערפאר איז דער טאג הפארבליבן פאר א טאג וואס דער הייליגער באשעפער איז מוחל ווער ס'טוהט תשובה.

פארוואס האט דער הייליגער באשעפער באפוילן אז מ'זאהל אין דעם טאג זיך פייניגן ד.מ. פאסטן יום כפור אזוי ווי ס'שטייט ועינתם את נפשותיכם? ווייל דער הייליגער באשעפער האט געוואלט אז מ'זאל אין דעם טאג תשובה טוהן און ס'איז אסאך גרינגער תשובה צו טוהן ווען דער קערפער איז געפייניגט און צובראכן ביי זיך.

יום כפור איז אנדערש ווי תשעה באב ווייל תשעה באב פאסט מען וועגן טרויער און יום כפור איז א יום טוב נאר מ'פאסט צו זיין צובראכן מ'זאל קענען תשובה טוהן.

מ'דארף זאגן ווידוי אין דעם טאג ווייל תשובה האט אין זיך עטליכע חלקים אפטוהן פון זיך און פון זיין מחשבה די עבירה און אפמאכן ביי זיך נישט צו טוהן נאכאמאהל און חרטה האבן אויף דעם וואס ער האט דערצערנט דעם הייליגן באשעפער און מ'דארף זיך מתוודה זיין ארויס זאגן מיטן מויל וואס מ'האט געטוהן און טאקע חרטה האבן אויף דעם.

פאר יום כפור איז א מנהג צו שלאגן כפרות מ'בעט ביים הייליגן באשעפער אז אויב ס'איז באשערט חס ושלום שלעכט'ס פאר א מענט'שזאל די עוף זיין א כפרה א אויסלייזונג פאר'ן מענט'ש.

מ'פירט זיך צו נעמען ווייסע עופות א רמז צו וואס ס'שטייט אז מ'וועט ווייס מאכן אונזערע עבירות.


פארוואס זאגט מען פאר כל נדרי דעם פסוק אור זרוע לצדיק? ווייל ס'פלעגט זיין א מנהג ביי ערליכע אידן צו זאגן דעם פסוק ווען מ'האט אנגעצונדן די ליכט לכבוד יום כפור.

פארוואס זאגט מען כל נדרי דריי מאהל? ווייל דער סדר פון די חכמים איז צו זאגן יעדע זאך דריי מאהל כדי צו פארשטארקערן די זאך.

פון וואו שטאמט די התעוררות ניגון פון כל נדרי? פון די אנוסים פון שפאניע וואס זיי זענען געווען באהאלטן אין די קעלער'ס צו דאווענען אין יום כפור וועגן זיי האבן מורא געהאט פון די אינקעוויזיציע אז מ'זאל זיי נישט כאפן און זיי האבן דארט געזינגען דעם טרויעריגן ניגון מיט גרויס געוויין זיי האבן זיך מתיר נדר געווען אויף אלע שבועות וואס זיי האבן געדארפט שווערן צום שפאנישן געריכט צו האלטן די גוי'שע גלויבן פון דארט איז פארשפרייט געווארן דער התעוררות ניגון ביי אלע אידן.




הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטש'וב זי"ע האט געזאגט אז והסר שטן מלפנינו ומאחרינו גייט ארויף אויף ערב יום כפור און פורים וואס אין די טעג קומט דער שטן מיט א קטרוג אויף אידן, פורים זאגט ער קוק נאר ווי זיי שיכור'ן זיך און לאזן זיך וואיל גיין, ווייזט מען אים מלפנינו קוק אויפ'ן פריערדיגן טאג תענית אסתר ווי זיי האבן געפאסט אגאנצן טאג געגעבן צדקה, און ערב יום כפור טענה'עט ער אז זיי עסן און טרינקען אגאנצן טאג ווייזט מען אים מאחרינו קוק נאר וואס פאר א שווערן טאג ווארט זיי מארגן יום כפור.

יום כפור זאגט מען אנו מלאי עון אונז זענען פול מיט עבירות ואתה מלא רחמים און דו באשעפער ביזט פול מיט רחמנות פלעגט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע זאגן ווי גרויס איז שוין דער גאנצער לוי יצחק אפילו ווען ער איז פול מיט עבירות, אבער דו ביזט דאך פול מיט רחמים דו ביזט דאך אן א סוף איז דאך דיין רחמנות אויך אן א סוף.איז האב רחמנות און שרייב אונז אן א גוט יאהר.

הרה"ק ר' נפתלי מראפשיץ זי"ע פלעגט שטיין יום כפור ביים דאווענען שטארק איינגעבויגן מיט הכנעה פארן הייליגן באשעפער איינמאל איז אונטער אים געשטאנען א גביר און ער האט נישט געהאט וואו צו לייגן זיין גרויסן מחזור ווייל מיט איין האנט האט ער געדארפט קלאפן על חטא האט ער געלייגט דעם מחזור אויפ'ן ראפשיצער'ס רוקן נאכן דאווענען האט אים דער ראפשיצער געזאגט אזוי טוהט מען? דו אליין זינדיגסט און זאגסט אויף מיר.


דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע האט אמאל ערב יום כפור פאר כל נדרי ווען אלע זענען שוין געווען אין שול גענומען א ליכט און אנגעהויבן זוכן אונטער די בענק פרעגט מען אים וואס זוכט דער רבי האט ער גענטפערט איך זיך א שיכור'ער איד און איך קען בשום אופן נישט טרעפן, גלייך האט ער זיך אוועק געשטעלט אויסטענה'ן מיטן באשעפער זעה רבונו של עולם האסט געבעטן די אידן צו עסן און צו טרינקען ערב יום כפור און האסט זיי צוגעזאגט אז ווער ס'עסט אין דעם טאג איז גלייך אזוי ווי ער האט געפאסט ווען דו וואלסט אזא טאג געגעבן פאר די אנדערע פעלקער וויפל שיכורים פון זיי וואלטן זיך געוואלגערט אין די גאסן צובלוטיגטע און געהארגעטע איז געב א קוק אויף דיינע געטרייע אידן זיי האבן היינט געפראוועט צוויי סעודות און יעצט איז נאכנישט נאכט און אלע שטייען שוין דא אין שול אויף זייערע פיס געהייליגט און גערייניגט און זענען גרייט זיך צו פייניגן דורכ'ן פאסטן אזוי ווי דו האסט זיי געבעטן און זיי זענען זיך מתוודה און זיי טוהן תשובה מיטן גאנצן הארץ איז זאג דו אליין פארדינען זיי דען נישט אז דו זאלסט זיי מוחל זיין זייערע אלע עבירות און זיי חתמ'ענען א שנת גאולה וישועה?

איינמאל האט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע געזאגט כל נדרי מיט א געוואלדיגע התעוררות אינמיטן האט ער זיך געפילט זייער שוואך האט ער זיך אוועק געשטעלט און געזאגט רבונו של עולם איך האב שוין נישט קיין כח ווייטער צו זאגן, פון יעצט זאג דו ויאמר ה' סלחתי כדבריך.

דער חפץ חיים זי"ע האט אמאל געזאגט דער עיקר איז נישט זיך צו קלאפן אין הארץ אריין נאך יעדן על חטא, נאר פאר יעדן על חטא זאל דאס הארץ קלאפן און אפהאלטן פון די עבירה .

הרה"ג ר' מרדכי באנעט זי"ע האט געפרעגט דעם רבין ר' בונם זי"ע פארוואס האט מען מסדר געווען די על חטא לויטן א"ב ? האט אים דער רבי ר' בונם גענטפערט מיר האבן אזוי פיל עבירות אויף וואס מיר דארפן קלאפן און ווען ס'וואלט נישט געווען לויטן א"ב וואלט מען נישט געוואוסט ווען מ'זאל אויף הערן צו קלאפן.

מ'זאגט על חטא שחטאנו לפניך ביצר הרע מ'דארף פארשטיין וואס עפעס זאגט מען דא ביצר הרע איעדע עבירה איז דאך מיטן יצר הרע ווען נישט אים וואלט מען דאך נישט געטוהן די עבירה? דער תפארת שלמה זי"ע ענטפערט אז ווען דער יצר הרע רעדט צו אז מ'זאל טוהן א עבירה טוהט ער זיין ארבעט ווי ס'דארף צו זיין ווייל אויף דעם איז ער דאך באשאפן געווארן, אבער ס'איז דא אמאל וואס דער יצר הרע ווערט פרום און ער רעדט איין צו טוהן מצוות למשל ער רעדט איין ס'איז א מצוה יענעם צו שלאגן אדער יענעם צו פארשעמען ווייל ער האט געטוהן א שלעכטע זאך דעמאלט אדער ווען דער טאטע הייסט גיין אויספאסטן יום כפור הייסט דער יצר הרע ניין בעט דיין טאטן אז דו ווילסט פאסטן לענגער ווייל ס'איז א מצווה צו פאסטן איז מיט דעם טוהט דער יצר הרע נישט זיין ארבעט ווייל ער דארף נישט צו רעדן מצוות ווייל אויף דעם איז שוין דא א צווייטער מלאך, איז אויף אזעלכע מצוות וואס ער רעדט צו באגייט ער אליין אויך א עבירה ווייל ער טוהט נישט זיין ארבעט איז דאס זאגט מען דא על חטא שחטאנו לפניך די זינד וואס אונז האבן געזינדיגט פאר דיר מיר האבן אנגענומען דאס וואס ער האט אונז איינגערעדט אז זיי זענען מצוות ביצר הרע בשותפות מיטן יצר הרע ווייל ער אליין האט דאך דא אויך א עבירה.

נאך כל נדרי האט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע געגעבן א קלאפ אויפן טיש און דער עולם איז שטיל געווארן און ער האט זיך אנגערופן רבותי די הייליגע חז"ל זאגן כל האומר דבר יעדער וואס זאגט נאך אזאך בשם אומרו אין דעם נאמען פון דעם וואס האט געזאגט די זאך מביא גאולה לעולם ברענגט ער א גאולה אויף דער וועלט, איז אויב אזוי טייערע ליבע אידן זאג איך בשם אומרו ויאמר ה' סלחתי כדבריך.

הרה"ק ר' נפתלי מראפשיץ זי"ע האט געזאגט אויב א איד וויל זוכה זיין בדין האב איך פאר אים א עצה ער זאל זעהן צום ווייניגסטנס דריי טעג פאר יום כפור נישט צו זינדיגן, ווייל די גמרא זאגט רשעים יצר הרע שופטן אז די רשעים ווערן גע'משפט דורכן יצר הרע אליין און ס'איז דא א דין אז שונא אסור לדין אז א שונא טאר נישט זיין קיין דיין צו דעם וואס ער האט פיינט און די חז"ל זאגן איזהו שונא וואס מיינט א שונא כל שלא דבר עמו שלשה ימים דער וואס רעדט נישט מיט'ן חבר (וועגן פיינטשאפט)דריי טעג איז וויבאלד ער וועט זיך אכטונג געבן דריי טעג נישט צו זינדיגן וועט ער נישט האבן קיין שייכות מיטן יצר הרע ווערט שוין דער יצר הרע זיין שונא און ער קען אים נישט פאסקענען ווייל שונא אסור לדין.

א איד איז אמאל געקומען אין די עשרת ימי
תשובה צום הייליגן ריזשינער זי"ע און ער האט זיך געבעטן רבי איך וויל תשובה טוהן אויף מיינע זינד האט אים דער ריזשינער געפרעגט נו פארוואס טוהסטו נישט תשובה זאגט ער ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי פרעגט אים דער ריזשינער צוריק און זינדיגן האסטו יא געוואוסט ווי אזוי האט ער גענטפערט איך האב קודם געטוהן און דערנאך האב איך זיך דערוואוסט אז איך האב געזינדיגט אויב אזוי זאגט אים דער ריזשינער טוה יעצט אויך די זעלבע האב חרטה און דער חשבון וועט שוין פון זיך אליין קומען.

דער הייליגער בעל שם טוב איז געקומען אין א שטאט פאר ראש השנה און ער האט געהערט אז דער רב איז דארט דער בעל תפלה און ער זינגט ביי די ווידויים ביי אשמנו און ביי על חטא פרייליכע און לעבעדיגע ניגונים האט אים דער בעל שם טוב געפרעגט פארוואס ער פירט זיך אזוי האט אים דער רב גענטפערט אז דער קנעכט וואס רייניגט די שמוץ ביים קעניגס פאלאץ זינגט זיך אגאנצע צייט אונטער פרייליכע ניגונים ווייל ער ווייסט אז דער קעניג האט א נחת רוח פון זיין ארבעט וואס ער רייניגט אים גוט אויס זיין פאלאץ פון יעדן שטיקל שמוץ און דער קעניג אליין פרייט זיך אויך איז די זעלבע איז דא איך בין אזוי ווי יענער וואס רייניגט ביים קעניג אונז זענען זיך מטהר פון יעדן שטיקל שמוץ פון יעדע עבירה איז וועגן דעם זינג איך פרייליכע און לעבעדיגע ניגונים ווייל איך ווייס אז איך טוה א נחת רוח פארן מלך מלכי המלכים.

דער רבי ר' שמעלקע פון ניקלשבורג זי"ע האט אמאל געזאגט א משל אז א זוהן פון א קעניג האט געזינדיגט צו זיין טאטן און איינער פון דעם קעניגס שרים האט אייביג גערעדט שלעכט'ס אויפן זוהן און דער זוהן האט נישט געקענט צוקומען צום טאטן, אמאל איז דער הער אוועק געפארן איז דער זוהן געלאפן צום טאטן און זיך צעוויינט אז ער וויל זיך צוריק קערן צו אים און ער האט חרטה אויף זיינע אלע זאכן וואס ער האט געטוהן ביז היינט פארשטייט זיך אז דער טאטע האט גלייך רחמנות באקומען אויפן זוהן און אים צוריק גענומען צו זיך, די זעלבע איז ביי אונז דער יצר הרע איז דער שר וואס רעדט אייביג אן שלעכט'ס אויף אונז און יום כפור איז ער נישט דא קענען מיר גרינגער אנקומען צום טאטן אין הימל און זיך אויסבעטן א גוט יאהר און ער זאל אונז צוריק קערן צו אים.

הרה"ק ר' דוד פורקס זי"ע האט אמאל געהערט יום כפור דעם חזן הרה"ק ר' מרדכי מזאסלב זי"ע זאגן דעם ווידוי אשמנו מיט א אוסטערלישן שיינעם ניגון האט ער זיך גלייך אנגערופן רבונו של עולם ווען די אידן וואלטן נישט געזינדיגט פון וואו וואלסטו גענומען אזא שיינעם זיסן אשמנו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 07:27 לינק ישיר 

א הערצליכע דאנק

כה לחי
כורמיזא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2004 07:56 לינק ישיר 

שיינע זאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.