|
|
| נשלח ב-2/9/2004 20:08 |
|
| |
מן_הסתם שרייבט:
רובאשקין עד אין בלאט איז א קלארער אנזאג אויף א ביטערע מלחמה אין די פלייש-יאטקע מארקעט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 17:09 |
|
| |
רעדענדיג נעכטן מיט א זון פן ר' מענדל וויינשטאק פון מיעל מארט, האט ער זיך זייער אפגערעדט אויף ר' אהרן דער רב פון קרית יואל.
ער זאגט מיר אז ווייל זיין פעטער אהרן וויינשטאק האט געגעבן א מיליאן דאלאר פאר קווינס ישיבה וויל אים ר' אהרן דערלאנגען א מעסער אין ריקן.
ער זאגט אז זיין פעטער ר' אהרן וויינשטאק האט געבעטן פון ר' אהרן טייטלבוים ער זאל קאלן ר' מאיר בראנדסדארפער אז ער זאל נישט געבן קיין קבלה פאר די שוחטים, ווייל דאס וועט אונטערהאקן דעם עקזיסטענץ פון מיעל מארט.
פון אנדערע קוועלער הער איך אז הרב ווייסמאנדל גייט באקומען א פערטל מיליאן דאלאר א יאר פון רובאשקין פאר די השגחה, און וועגן דעם איז ער גרייט אונטערצוברענגען מיעל מארט.
עס איז קלאר אז די רובאשקין געשעפט איז א רשעות שאין כמוהו, און זיי טוען עס נאר אינטערצוגראבן די היימישע מיעל מארט. רובאשקין האט א גרויסע מארקעט פון די אמעריקאנער אידן און זיי האבן נישט וואס אריינצוקומען האקן פרייזען אויפן חשבון פון א קאמפאני וואס האט זיך מוסר נפש געווען די אלע יארן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 17:42 |
|
| |
מיעל מארט איז ברוגז אויף ר' אהרן ט"ב ווייל ווייסמאנדל האט זיך דורכגערעדט מיט ר' אהרן טייטלבוים איבער דעם הכשר און פארשידענע הלכה'דיגע ענינים און טייטלבוים פראבירט צו העלפן רובאשקין, און גראבט מיט דעם אונטער מיעל מארט.
מ'ווייסט אויך צו זאגן אז ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל האט געבעטן אז טייטלבוים זאל קומען מיט אים קיין אייאווע, ווי רובאשקין האט זייער פלענט פאר בהמה פלייש. אויב וועט טייטלבוים פארן, איז א סימן אז ער באקומט געלט פון רובאשין אין איז א שותף צו די שחיטה קעגן מיעל מארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 18:00 |
|
| |
פשטידא
זאג ר' אהרן האט נישט קיין רעכט צו נעמען ראבאשקין פלייש, וואס א OBLIGATION האט ר' אהרן פאר מיעל מארט, און צו זאגן אז ראבאשקין זוכט נאר צו קלאפן מיעל מארט איז אבסורד, דאס איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסן, און יעדער האט א רעכט צו פראבירן מאכן געלט,
איך שוין נישט מיעל מארט, זיי האבן געשינדן די זיבעטע הויט פונעם היימישן ציבור יארן לאנג, זיי האבן זיך אויף געפירט צו זייערע קאסטעמערס ווי חיות, פרעג נאר די בוטשערס, יעצט ווען ער איז אין פעקל קומט ער וויינען ווי א בין מען זאל עהם שוינען, ראבאשקין קלאפט נישט די פרייז, מיעל מארט האט נאר געריסן און געהויבן די פרייז, יעצט וועסטו זעהן ווי שנעל אהרן וויינשטאק וועט נאכלאזן די פרייז, צו קאמפיטן מיט ראבאשקין, און ביזדערווייל וועט דער ציבור הנאה האבן פון די ביליגע פרייזן,
עס באדערט קיינעם נישט אז ער האט געגעבן 1 מיליון דאלאר פאר קווינס, ער האט א רעכט צו טוהן מיט זיין געלט וואס ער וויל, נאר יעצט צו קומען צו ר' אהרן וויינען פארוואס מען גייט מיט זיין קאמפאטישן ווייזט ארויס זיין אראגאנץ און שטאלצקייט, פאר די מוסדות אין קרית יואל האט ער זיך "זייער" אנגעשטרענגט און געגעבן גאנצע 100 דאלאר ווען פאר בני יואל האט ער געגעבן שווערע טויזנטער דאלאר, ווען בארא פארק האט גיעפנט זייער קעמפ צו קלאפן מחנה בית רחל דקרית יואל איז ער דא געווען מיט 100 טויזנט דאלאר נו לאז עהם חיים דוד כ"ץ העלפן.
ס'איז געווען זייער א שלעכטע MARKETING סטראטעגיע אויס צו שליסן אזא גרויסן ציבור אידן וואס באלאנגען מיט קרית יואל, ער האט זיך כסדר צו געשטעלט צו די שונאים פון ר' אהרן און יעצט בעט ער רחמנות, WHAT A LOOSER.
BY THE WAY, ווי איך ווייס האט דער רבי אויסדריקלעך געזאגט אז ער וויל זאל זיין "צוויי" נו פארוואס פלייש סאפלייערס דארף נאר זיין "איינס".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 18:10 |
|
| |
יענקעלע
איך מיין אז מיר פארשטייען זיך נישט.
איך זעה דאס בילד אנדערש.
די גאנצע רובאשקין שידוך מיט קרית יואל איז נישט פערצופאל. עס איז נישט פאר ביזנעס און נישט פאר ביליגע פלייש.
עס איז אינטערצוגראבן מיעל מארט און נקמה נעמען אין די אחים חשובים משפ' וויינשטאק ווייל זיי האבן געגעבן א מיליאן דאלאר פאר די קווינס ישיבה.
וועסט דאך אוודאי פרעגן פון ווי אים נעם עס
קענסט זיך אליין איבערצייגן אז קרית יואל איז א פארשלאסענע מארקעט. קיין סקווירא מילך קימט דארט נישט אריין אפילו ס'איז ביליגער, אפילו ס'האט א גוטע הכשר פון טארטיקאווער בית דין.
קרית יואל האט יעצט געעפנט א אייגענע בית השחיטה. און עס וואלט געדארפט זיין קעגן זייערע אינטערעסן צו שטיצן רובאשקין. נאר די שנאה צו מיעל מארט און דער רייץ צו פיקסן די וויינשטאק ברידערס שטייט העכער אלעס.
ס'איז דא וואס זאגן אז ר' אהרן טייטלבוים שטייט גאר אינטער די גאנצע זאך. ער האט צוגערעדט ווייסמאנדעל און געווען דער שדכן צווישן ווייסמאנדל און בראנדסדארפער. און ער קען ווייזן אז ער איז נוטראל.
אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 18:40 |
|
| |
דאס וואס די זאגסט איז סברות כרסיות, איך בין נישט באקאנט וואס עס טוהט זיך מיט די מילך אין קרית יואל, צו עס איז יא דא אדער נישטא סקווערע מילך, אבער כך דרכה של עולם, איך שטיץ מיינע ידידים, מיינע מענטשן, דאס הייסט אויף לשון הקודש "הכרת הטוב" פאר אהרן וויינשטאק האבן מיר קיין שום "הכרת הטוב" ער האט זיך נישט געהאלטן פאר א "ידיד" נו פארוואס זאלן מיר נישט גיין קויפן ווי ס'איז ביליגער,
איך וועל זיין הולך רכיל ומגלה סוד, עס איז ידוע אז מען האלט ביים עפענען א בוטשער סטאר אין וויליאמסבורג, איז ווען מען האט געבעטן מיעל מארט זאל סאפלייען פלייש פאר'ן נייעם בוטשער האט אהרן וויינשטאק שטאלצערהייט גענטפערט "לא" מיא א אלף, ער וויל זיך נישט איינרייסן מיט UTA און וועט נישט פארקויפן זיינע פליישן פאר'ן נייעם בוטשער, ער האט געוויסט אז ער איז משה גרויס ער איז דער איינציגער היימישער סאפלייער פון היימישע שחיטה און ער האט זיך אנגעפיפן אויף די קרית יואלער קאסטאמערס, דאס אסאך צו געהאלפן אז מען זאל מוזן גיין זוכן א אנדערן סאפלייער, אמת יעצט איז ער שוין וויליג צו צושטעלן וויפיל פלייש מען וויל אבער איך מיין אז עס איז שוין אביסל TOO LATE.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 18:42 |
|
| |
פשטידא
רובאשקין טוט א רשעות אז זיי גייען אריין אין נאך א מארקעט?
זיי מיר מסביר דיין סברא.
אין אז די זאגסט נאך אז זיי גייען שניידען פרייזען איז דאך אוודאי גוט, ווער קען האבען טענות ווען כלל ישראל וועט צאלען ביליגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 18:54 |
|
| |
איך האב נאכנישט אריינגעקוט אין די פרשה צו דערגיין פינקטליך די פאקטען אין קענען באריכטען דערויף מיט קראנטע אינפארמעשאן
אבער איין פראגע האב איך יא איך האב אן אלטען דאקומענט פין תש"ח ווען מיעל מארט האט זיך געגרינדעט האט עס געהייסען אין די צייטונגען "סיגעטער פלייש געשעפט" פין די סיגעטער קהילה אויף 152 יוס סטריט אין מיטדי שחיטה פינעם סאטמערן שוחט(הרה"ח ר אברהם ווערצבעגער ע"ה)אין דעלמאס צו צו אדוועטייזען מין נאמען פין סאטמער סיגעט וואס איז דאן געווען פארפיינטעט אין די אידישע גאס איז נישט געווען דאן א פלאס
אין מיט אויסשליסליכע השגחה פין כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס איז אריבער30 יאר געווען דער בעל המכשיר פין מיעל מארט
ממילא פארשטיי איך גוט אז אהרן איז בייז דערויף (איך האב עס נאכנישט קאנפארעמעט) וויל אהרןס הכרת הטוב פאר זיין טאטען איז טאקע א זאך וואס חארינער וויל פאר יעדן פרייז אונטער גראבען זיין אויטאראיטעט(אין ער האט נישט געלייבט אז 5 יאר אין ב"ה נשיא אלוקים בתוכינו)
אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס נאכגיין מיט מער אינפארמעשאן
איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין די ישיבה אין איך האב(ליידער צו מיין באדוירען ) פרייואט געלערענט מיט אהרן די סוגיא פין מצות לאו ליהינות ניתנו אין אינמיטען איז ר אהרן וויינשטאק אריינגעקומען אין אהרן האט מיט עם ארום גערעד פינקטליכע דיטעלס וועגן דעם גאנצען פלייש מארקעט האט ער מיר געזאגט אז דער טאטע האט עם געזאגט
אז דאס אז דער חסידישער עולם האט אין כשרות אין פלייש מארקעט דעם העכסען סטאנדארט איז נאר צו פארדאנקען ר אהרן וויינשטאק ווייל ער קארג נישט קיין פעני אין מי אין אלעס וואס איז פארבינגען מיט דעם פאר כשרות
אפשר וועט מיעל מארט מאכן פעיבעיק ..אין עפענען א געשעפט אין קרית יואל ספעציעל פאר ביליג... אין דער קרית יואער עולם וועט קענען האבן פלייש פאר ביליג (ווייל ווי איך הער נאכנישט קאנפארעמט ווייל איך האב נאכנישט געטוען אין דעם פעלד צו אסאך (נאר ווען איך האב געלערענט טריפות אין ארויס גענומען די הוראה)
איז אין קרית די פלייש די טייערעסטע פין אלע חסידשע מקומות
יאכלו ענוים וישבע
תוקן על ידי - ekstein - 07/09/2004 19:45:59
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 19:01 |
|
| |
רבשע: דאס איז א ביזנעס מחלוקה ווי קומט דא ארײן די סאטמער'ע טינופת?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 19:24 |
|
| |
EKSTEIN
אדרבה זאל רובאשקין אויפמאכען א געשעפט אין וויליאמסבורג, אין מיעל מארט אין קרית יואל, ביזנעס איז ביזנעס א מאנאפאל טאר נישט זיין, אין כלל ישראל וועט נאר הנאה האבען פון דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 19:25 |
|
| |
די סאטמארע מיינען אויף זיי שטייט די וועלט פון כשרות.
פשטידה
רובאשקין האט אללע מאהל פון לאנג געהאט א גאר גאר 'היימישע הכשר' טייל. פון הרה"ג ממארגערעטן שליט"א
you cant get more satmar then the Margeretener Rav can you?
מ'קען נישט זיין פויפסט'ליכער פונעם פויפסט
דיין טענה פון רשעות איז טאטאל א פארוקטע אהן זינען און בכלל נישט אפילו אמת'דיג אויף די פאקטען
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 19:28 |
|
| |
עקשטיין,
מי יתן והי', נישט נאר אין קרית יואל זאל ער עפענען פאר ביליג, נאר אויך אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, ובכל מקומות מושבי אחינו בני ישראל, דעמאלטס וועלן מיר זייער דאנקבאר זיין פאר... ראבאשקין, הרב ווייסמאנדל, הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, וואס א דאנק זיי וועלן קענען אחינו בני ישראל נהנה זיין פון ביליגע פליישן, און פאר ר' אהרן וויינשטאק וועלן מיר מוחל זיין בלב שלם פארן רייסן אזעלעכע טייערע פרייזן די אלע יארן,
זאג נאר, ווען G&G קלאדינג האט זיך געפענט און האט געקלאפט די פרייזן פון ראטה, זינגער, פראנקפורטער האט דיר אויך אזוי שטארק וויי געטוהן?, אדער ווען כולל גראסערי אדער סענטראל מארקעטינג קלאפט די פרייזן פון אלע גראסערי סטארס, צו טוהט דיר אויך אזוי וויי?,
COME ON, GET A LIFE
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 19:43 |
|
| |
עקשטיין, העיקר שכחתי,
פון תש"ח איז שוין פאריבער באלד 50 יאר, און טאמער האלסטו אז דאס איז אונז מחייב 50 יאר שפעטער, פארלאנג איך אז אהרן וויינשטאק זאל רעכענען די פרייזן פון פאר 50 יאר צוריק...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2004 19:49 |
|
| |
איך בין נישט דערקעגן פאר נידעריגע פלייש פרייזען
נאר אנצוהאלטען א גוטע השגחה מיט א הויכע סטאנדארט
קאסט געלט
טריפה פלייש(איךמיין ח"ו נישט קיינעם)קאסט פעניס וועל איך וועגן דעם נאכלאזאן דעם סטאנגארט אויך כשרות?
|
|
|
|
|