בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

רובאשקין זוכט צו האקען פרייזען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2004 19:51 לינק ישיר 

איך האב דאך יעצט מסביר געווען אז די מעשה איז נישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ.

קרית יואל זיכט נישט צו געבן ביליגע פרייזען.
קרית יואל זיכט נישט די טובה פון די קאסטימערס.
ביי מילך און אנדערע אייטעמס לאזן זיי נישט קיין קאמפעטישאן.

דא ביי מיעל מארט שפילט מען א שמוציגע פאליטיק.
אין די צייט וואס די אחים וויינשטאק האבן זיך מוסר נפש געווען אז עס זאל זיין ביליג פלייש, מישט מען יעצט פאליטיק.

איך זאג נישט אז ר' אהרן איז דער רוקן ביין פון די רובאשקין פלייש, אבער עפעס געשעפטן גייט פאר. נישט אומזיסט בעט מען ר' אהרן ער זאל פארן קיין אייאווע.

זייט ווען איז ר' אהרן אין די השגחה ביזנעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 19:54 לינק ישיר 

פשטידא

וואס די זאגסט וועגען ר' אהרן אינטערסירט מיך אינגאנצען נישט, אבער דאס וואס די זאגסט אז רובאשקין טוט א רשעות שאין כמוהו דארפסטו בעסער מסביר זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2004 19:59 לינק ישיר 

הערטס ענק אויף צו שלאגען ווי קליינע קינדער, קאמפעטישען איז גאוד פאר ביזנעס אין אלע הינזיכטען
רעביסטווע, סוטס, מילך, אין יעצט פלייש, מען דארף נאך א גיטען קאמפעטישען פאר קדם, מיעל מארט רייט אויפן עולם גענוג לאנג, אלעס האט א שיעור

און אויב גאב"ד קרית יואל וויל שטיצען וועמען ער וויל און ווער עס שטיצט עם אשרי לו ואשרי חלקו.

וויינשטאק שטיצט וויליאמסבורג מיט געלט זאלען זיי שטיצען מיעל מארט, און אויב רובאשקין וועט שטיצען קרית יואל מיט געלט זאל קרית יואל שטיצען רובאשקין

ובדרך אגב, רובאשקין זענען חסידישיע ליובאוויטשע יודען וואס זענען מדקדק קלה כבחמורה, און בפרט אין שחיטה איז ליובאוויטש מער מחמיר ווי אנדערע, עני טיים אזוי כשר ווי עמפייער ווי מיעל מארט שעכט זייערע עופות, מיטען הכשר פין דעם מחרף ומגדף מסלף תורת אמת ישראל בעלסקי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 20:02 לינק ישיר 

ביי רובאשקין קען זיך מאכען א פראבלעם פון מעשיחסטישע שוחטים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 20:14 לינק ישיר 

HOTWIRE

דאס אז בעלסקי איז א מחרף ומגדף איז אמת 100% איך האב איהם געהערט אויף א טעיפ ווי ער חוזיק'ט אפ דעם חתם סופר עפרא לפימיה!

דאס אז לובאוויטש איז מער מחמיר איז אויך אמת לגבי שחיטה
אבער איך וויל נישט עסען פון א משיח'סט קיין שום בשר אזא אמונה טפילה איז חוץ אונזער אמונה.

ווייס איך נישט וואס ווייסמאנדל גייט טוהן אויב פאר א פאר $$$ גייט ער מטהר זיין די משגועים איז טאקע אך און וויי

אויף 'קדם' מיז מען אויף מאכן אן עקסטערע אשכול.

זיי זענען די ריכטיגע פרנסים המתגאים על הציבור.

כמעט עס איז נישט דא א סעודה א שבת א טאג וואס גאנץ כלל ישראל צאלט נישט קיין שטייער צו די הערצוג משפחה.

און דער מאנאפאל איז טיעף טיעף אריינגעווארצעלט זיי האבען אלע צייטונגען אלע רבנים אלע אונז אלע!

IN THE BACK POCKET




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2004 20:40 לינק ישיר 

יאסי
אויך אבי געשאסען.

איינער האט דיר געזאגט אז די זאלסט נישט קאמפיטען מיט קדם? פארקערט איך זע אז מיט אלע קאמפעטישאן קויפט דער עולם קדם מיט גפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2004 21:23 לינק ישיר 

ווער עס קען די כשר'ע מארקעט ווייסט אז קדם וויין טוט כל מיני שטיק נישט לאזען קיין קאמפעטישען אבער כידוע וואס וואולט געוועהן קרימינאל אין דער מארקעט איז פיין פאר אונז ווייל אללע שרייען 'מסור מסור,

אויב קדם קען זאגען פאר א ליקער סטאר אויב די נעמסט תירוש וכדומה. וועל איך דיר נישט סופלייען מיט מיינע וויין איז עס קרימינאל לויט דעם געזעץ אבער ווער וועט גיין צום US ATORNEY?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2004 21:27 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין פון קדם גפן דערציילט מיר איינער וואס איז אין די לעבל פרינטינג ליין אז קדם גפן און משפחה איז איין משפחה זיי דארפן פשוט א נייעם נאמען פאר די טעקסעס
רבותי ווען איר עסט משפחה פראדוקטן רעדטס ענק נישט איין אז עטס עסטס עפעס בעסערס ניין עטץ עסטס די זעלבע LOW QUELITY uווי גפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 23:26 לינק ישיר 

עקשטיין, זאג נאר, אין ניו סקווער קען מען באקומן קר"י מילך? פארוואס זאל קר"י יא אריין נעמן סקווערע מילך.

חוץ מזה אין קר"י קען מען באקומען גאלדען פלא אויך, דעסטןןעגן קויפט רוב עולם די קר"י מילך ווייל ס' איז בעסער, משא"כ סקווערע מילך האט מען מיט גרויס פאמפע אריין געברענגט אין וומב"ג אפאר יאר צוריק, דאך קויפט עס כמעט קיינער ווייל עס איז די שוואכסטע קוואליטעט.

וועגן מיל מארט, ווען איחוד האט באשטעלט פלייש פאר פסח 2 יאר צוריק, צו פארקויפן פאר ביליג, האט מילמארט די לעצטע מינוט צוריק געצויגן די דעליווערי אינטערן דריק פון נועם המדות UTA, און געלאזט הונדערטער מענטשן שיעור אן פלייש אויף יו"ט, (די לעצטע מינוט האט מען באקומען פון מאנטריאל), נא זאג די דארף מען נישט קיין קאמפאטישן?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 23:35 לינק ישיר 

משפחה איז רוקח נישט קדם (אסטרייכער פון סקווירא)

משיחיסטן זענען נישט קיין אפיקורסים, זיי מעגען האלטען אז זייער רבי איז משיח אדער ראוי צו זיין משיח, לעבעדיג צו טויט, עס איז נישט קיין אפיקורסות, העכסענס משוגעת.

אויב די קענסט היסטאריע אביסלע ווייסטו אז אמאליגע חסידים האבין אייביג געהאלטין אז זייער רבי איז משיח, און לובלין ביים חוזה (נישט אז די ליובאוויטשער רבי איז די חוזה) האט מען געפרעגט פארוואס דארף מען בעטן ולירושלים עירך וואס פעלט אין לובלין. ווי אויך און ריזשין האט מען געהאלטען די ריזשנער פאר משיח, ר' ברוך ממעזיבוז וכו'

אין נאך פריער רבי עקיבא מיט בר כוכבא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 23:52 לינק ישיר 

ס'איז נישט ריכטיג, משפחה איז א קאמפאטישען מיט קדם און מ'האפט אז ער וועט זיך געהעריג אריין רוקען אין די מארקעט אז קדם זאל נישט קענען פאדערען פרייזען העכער פון די שוויות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 00:13 לינק ישיר 

ווי אזוי האט דער חכם יהודאי הגה"צ מוואדיסלאוו זצ"ל
דיזעגנירט די ליבאביטשער משיחיתטען (עס האט נאך דעלמאס נישט געהאלטען אזוי ווייט אין דער משיחיתטשער באווענגונג איז נאך געווען באהאלטען)מיט זיינע קלוגע אויגען

עס איז די רעליגיע וואס ענדלט דאס מערסטע צו אידישקייט

אין נישט איך נישט דו וועלען עסען פין א שחיטה וואס א משיחיסט
האט געשאחטען (די אראבער שחטען אויך האלאל פלייש )

תוקן על ידי - ekstein - 08/09/2004 0:17:14



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 01:07 לינק ישיר 

לאמיר נישט פארפארען אבער אמאליגע חסידים האבען נישט געהאלטען אויף טויטע רבי'ס אז זיי זענען משיח ווייל דאס איז קעגען חז"ל, און ממילא אפיקורסוס.


גפן זע איך אז ווי פיל קאמפעטישאן זיי האבען איז עס נאך די שטערקסטע.


אגב איך זע גארנישט שלעכט מיט נו סקווערער מילעך, איך קויף עס כסדר.

תוקן על ידי - עפשטיין - 08/09/2004 1:31:14



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 01:22 לינק ישיר 

מ'זאגט נאך אז אויב מ'לאזט ארויס א פאלשע קלאנג אויף איינעם אז ער איז געשטארבן איז עס א סגולה פאר אריכות ימים, די גרעסטע ראי' איז די ליבאוויטשער רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 01:39 לינק ישיר 

עס איז לעצטענס דא באהאלטין 2 סעקיאריטי גארדס אויף דעם ביה''ח

ווייל מען האט עיהם געסטראשעט מיטן לעבען

תוקן על ידי - 13Hooper - 08/09/2004 1:43:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > רובאשקין זוכט צו האקען פרייזען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.