בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

רובאשקין זוכט צו האקען פרייזען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2004 01:43 לינק ישיר 


13Hooper סאיז א גוטס

מענין לענין האט איינער געפרעגט פארוואס אלע בית הקברות האבען א וואנט ארום?
beacuse people are dying to get in



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 03:33 לינק ישיר 

פשטידא

מילעך אין אנדערע לאקאלע פראדוקטען איז א הכנסה פאר די קהילה, פלייש האט א הכשר פון נירבאטור, וואס האט דאס מיט אונז?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 03:34 לינק ישיר 

עס איז געווען איין שחיטה וואס האט באקומען א היימישע הכשר אפאר יאר צוריק, דער בעל מכשיר האט נישט געוואלט אז א ליבאוויטשער שוחט זאל בלייבן שחט'ן זאגענדיג אז אויב א טויטער רבי קען מען זאגן אז ער לעבט וואס וועט זיין אויב א הינדל וועט זיין נבילה? וועט ער אויך זאגן אז ער לעבט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 04:21 לינק ישיר 

hello my fellow members!
im sorry for writing in english ,but its easier for me

i would like to put my 2 cents in on this issue

1 meal mart did not tell k.j that they will not sell them meat for theyre williamsburg stores never

mr weinstock didnt "not" give money to kj . it just so happens that nobody from kj ever went to ask for anything and the way of "asking" is not to send a dimwitted fundraiser to blackmail a longtime existing freind of the heimishe community as a whole and satmar
specificaly and especially the bread giver and the iron pillar of the current satmare rebbe and his family.
thirdly about the pricing : anybody that is familiar with the market and the unstability of it knows and respects their ambiguity of always trying their best to cater the best and the highest quality: let it be shochtim mashgichim customer service their product is the top of the line across the board nobody comes close to their product or customer service and to write that they treated their customers like animals is just stupid ... stupid because rubashkin "is " and has been a competition for meal mart for 20 years or so, and so has international & the prices were always cheaper,by the competition the reason that meal mart is still in buisness is because they are the only company known to
respect their customers and communitys needs , because when it comes to price they do not look to compete


and by the way ask any butcher or restraunt in and around our heimishe neighborhoods that buy and sell rubashkin meat to us "medakdikim" without notifying "us chasidishe yiden" which is a story for itself..... ask them : if they need anything and rubashkin doesnt even answer his phones because he does not have or when they get shorted for no good reason or when they get their shipments a week late and nobody even gives a hoot to notify them !!!! ask them who they call and who caters to them and u wil fid that meal mart is the king of the line in all aspects only because they are responsible owners and yiddin with a hartz and bloos runs thru their veins and not "vodka" yechi hamelech..........................and that about sums it all up .in my mind .



i hope i didnt bore anybody ,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 15:49 לינק ישיר 

מויל מאכער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 16:07 לינק ישיר 

גראדע האט מיר איינער צוגעוויזען אז די חשובע וויינשטאק ברודערס האבן געגעבען פאר סאטמער בארא פארק א ריזיגען סכום פאר זייער קרן הבנין אין איך זע נישט ווי זיי האבן מיט פאליטיק
חוץ דעם אז די וויליאמסבורגער קהילה האט בעסער פארשטאנען צו זיי(אין זיך אפגעבען מיט עשירים מיט נארמאלע דרכים פין חיים של עושר וכבוד וואס שינעווער רב טטייטש אז ער מען דארף מתפלל זיין צו האבן א עושר וואס זוכט כבוד אין וועט ער עפעס געבן פאר צדקה נישט קיין טעראר אין עקסטארשאן)אין ווי די קרית יואלע פערדען

אפילו דער ארוני אהרן וועלץ האט פארשטאנען ווי מען רעד ווי א נארמאלער מענטש באקומט מען גרויסע זאכן אין אז קרית יואלע פערדען פארשטייען אנדערשט אין מיינען אז אזוי באקומט מען עשירים איז עס לעכעריגע זאק וואס עקספייערט אין מען אנטלויפט פין זיי

טעראר האט שוין עקספייערט........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 16:11 לינק ישיר 

נישט אין סאטמאר....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 16:53 לינק ישיר 

קינדער סתם שטותים!

די חשובע אחים וויינשטאק ברודער האבן געגעבען פאר בארא פארק 1 מיליאן מיט 3 הונדערט טויזענט דאללער פאר די נייע שטאק אויף די מיידל שולע, אזוי ווי די זאלי'ס האבן געהערט דערפון האבן זיי אנגעהויבען ברענען און זיי האבן ארויף געלייגט אויפן טעלאפאן רבינו שליט"א, וואס כידוע זענען די וויינשטאק גרויסע חסידים פונעם רבין, אזוי האבן זיי ארויסגעשלעפט פון זיי דריי הונדערט טויזענט דאללער פאר זייער לאנטש רום אין קווינס.

אגב זענען זיי נאך נישט פארטיג מיט בארא פארק זיי גייען בקרוב געבן א פרישע ריזען סכום אי"ה, דאס אז חיים דוד כ"ץ האט באקומען 100 טויזענט דאללער איז א גוטער דמיון, און סתם א בלאף און שקר.

די וויינשטאק געבן פאר די מוסדות קרית יואל יעדעס יאר 36 טויזענט דאללער פאר די בודזעשט, און פאר די ישיבה גדולה 10טויזענט דאללער און כסדר געבן זיי שיינע סכומים פאר קרית יואל ווען מען דארף.

זיי גייען געבן פלייש פאר די נייע סאטמאר בוטשער אין ווילי, אן קיין שום פראבלעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 17:23 לינק ישיר 

עקשטיין,
איך ווייס נישט אויב וויינשטאק'ס נישט געבן געלט פאר די מוסדות אין קרית יואל האט צוטוהן מיט פאליטיק, עס איז זייער מעגליך אז מען האט נישט פארשטאנען צו זיי, ווי די שרייבסט, (כאטשיג עס איז אומגלויבליך, ווייל די קרית יואל'ער זענען פונקט אזעלעכע מומחים צו שנארען ווי סיי ווער, זיי קענען זייער גיט די הלכות פון שנארן) אבער די מציאות איז אז זיי האבן נישט געגעבן קיין געלט פאר די מוסדות אין קרית יואל, אבער פאר קווינס, בני יואל, בארא פארק קעמפ וכו' האבן זיי יא געגעבן, אמת, זיי זענען בארעכטיגט צו געבן פארוועם זיי ווילן, אבער אלץ BUSINESS VISE איז עס עס געווען א זייער נארישע סטראטעגיע און יעצט ליידן זיי פון די קאנסעקווענצן.

מילא "מויל מאכער" איז כשמו כן הוא, ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער, קודם לייקענט ער, און דערנאך פארענטפערט ער, די פאקטן זענען, זיי האבן זיך אויף געפירט ווי Bully's איך האב גערעדט צו א MEAL MART סטאר אייגענטימער האט ער מיר געזאגט אז ער וואלט זייער "נישט" געוואלט אז ראבאשקין זאל אריין קומען אין אונזער מארקעט ווייל דאס וועט שאטען פאר זיין ביזנעס, נאר ער האט א נקמה אין וויינשטאק ווייל זיי זענען טעראריסטן וויאזוי זיי פורן זיך אויף מיט קאסטאמערס,

ווידער בנוגע צו זיי האבן יא געוואלט געבן פלייש פארן נייעם בוטשער סטאר צו נישט, איז נישט שייך צו טענה'ען ווייל למעשה איז נאכנישט דא די בוטשער סטאר און זיי קענען זאגן אז זיי וואלטן יא געגעבן פלייש, אבער איין זאך איז זיכער, אז ביי די פסח סטאר פון "איחוד התלמידים" האבן זיי די לעצטע מינוט געקענסלט און נישט געוואלט פארקויפן קיין פלייש, מען האט געמוזט עמערדזשענסי ברענגען פלייש פון מאנטריאל, דאס איז פאקט וואס יעדער ווייסט און מויל מאכער קען לייקענען ביז איבערמארגן עס וועט נישט טוישן דאס מציאות,

לסיכום הדברים, ווען איינער איז אין א פראבלעם, לויפט ער צו זיינע ידידים זאלן עהם העלפן, און מיט זיינע שונאים (אדער נישט אזעלעכע נאנטע ידידים) בעט ער זיך איבער און זאגן חטאתי עוויתי ופשעתי, איך האב געמאכט א טעות און זאגט צו אז ער וועט שוין זיין וואויל, כך הוא דרכה של ביזנעס, אבער נישט ביי די בעלי גאוה די וויינשטאק'ס, זיי ווייסן אז די הנהלה פון קרית יואל זענען נישט זייערע "ידידים" (גערעכטערהייט, צו נישט גערעכט) איז אנשטאט צו ארויף גיין אין אפיס פון די מתיבתא מיט א שיינעם טשעק פאר די מתיבתא אזוי ווי יעדער נארמאלער ביזנעסמאן וואס וויל דיין ביזנעס וואלט געטוהן, קומען זיי מיט טענות היתכן די גייסט און העלפסט מיין קאמפעטישאן, איך האב געראטעוועט כלל ישראל מיט סאפלייען פלייש די אלע יארן און עטץ האטס א פליכט מיך צו שטיצן, איי, די האסט אלע יארן אנגעפילט דיינע טאשן מיט געלט, און ווען איך האב די געבעטן א נדבה פאר "אונזערע" מוסדות האסטו זיך אויסגעלאכט און געגעבן פאר מיינע "קאמפעטישאן'ס, דאס ווילן זיי נישט וויסן,
נו, אין אמעריקע איז דא א ווארט WHAT HAVE YOU DONE FOR ME ''LATELY''...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 17:33 לינק ישיר 

מויל מאכער

you sound like an employee of Meal Mart and thats fine. I agree with most of what you said.
I have a freind who is involved in the Shechita business in Brazil and deals with all world wide shechitas. He tells me that the best and strictest Hechsher is the Nirbater! bar none!

That includes the Edah Hacharedis.
The Shochtim are outstanding Yirai Hashem.

I think its a mistake to accept Rubashkin as a "Haimisher" as long as the lubavitch shochtim are considered acceptble.

We allways expected extra yiras shomaim from a shochet and that includes the tznius of the benei bayis etc.

However unless R. Wiesmandel makes it clear what his criteria are on who can be a shoichet it wont help Rubashkin because the issue is not and never was "CHUMRAS" . Lubavitch was allways MACHMIR so what..

the question is who is the Shoichet and how does his household look like

If you wont accept his child for a shidech then dont rely on his shechitah thats my point.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 18:41 לינק ישיר 

איך האלט אז אפילו וויינשטאק גיט יא געלט פאר קרית יואל אין פאר סאטמאר איז אויך נישט א תירוץ נישט צו לאזען איינעם אריין אין דעם ביזנעס.

עס איז א הפקרות אין אפילו קעגען געזעץ צו האלטען א מאנאפאל אויף אזא פרודוקט ווי פלייש, אז דער עולם וועט ווילן עסען וויינשטאק וועלן זיי ווייטער קויפען וויינשטאק.

עס איז נישט קיין קליין שטעטל וואס מעג האבען נאר איין שוחט, עס איז דא גענוג פאר יעדעם.

נאר וואס דען איך האלט אז רובאשקין האט נישט געמאכט א גוטער פיק מיט נעמען נאר הרב ווייסמאנדל, וואס איז נישט גענוג קיין שטארקער נאמען פאר פלייש להבדיל פון שאקאלאד, אוןד ער עולם וועט ווייטער עסען מיעלמארט.

יוסף אגב איך האב געהערט אנדערשט פון דיר פון בראזיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 18:54 לינק ישיר 

יידל גערעדט צו די זאך
כמיין אויך אז ווייסמאנדל איז א שוואכער קאנדידאט ער איז נישט דער שטארקער מענטש וואס מדארף האבן ווען סקומט צו ערנסטע אחריות ווי כשרות למהדרין אין שחיטה

די שמועה איז טאקע געווען אז רובאשקין ווייסט דערפון פארדעם וויל ער ברענגן מייזעלס כווייס נאר נישט וואס סאיז געווארען צום סוף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 19:31 לינק ישיר 

Yeedle אין זיידי

איהר זענט 100% גערעכט איך האלט אז RUBASHKIN האט געמאכט א גרויסען טעות מיט הרב ווייסמאנדל, שוקולאד איז נישט פלייש!

עס צייגט אויך ווי ווייט די לובאוויטשער עולם איז נישט בתוך ההיימישע חברה צו וויסען וואס פארא רב האט א ברענד נעהם אויף הכשרים ביים היימישען עולם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 20:54 לינק ישיר 

פאר הרב ווייסמאנדעל איז קיינער נישט גענוג כשר אפילו דער וואלאווער איז עיהם נישט גענוג כשר אבער ווען עס קומט צו ביזנעס איז ליבאוויטשער שוחטים אויך גיט ילמדינו רבינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 22:18 לינק ישיר 

13Hooper
צו האט דען הרב ווייסמאנדל שוין געגעבן א הכשר?,
די אלע שטותים צו הרב ווייסמאנדל'ס הכשר איז גענוג גוט פאר'ן היימישן עולם איז נארישקייטן, די ראבאשקינס זענען זייער גוטע ביזנעסלייט און זיי ווייסן וואס זיי טוהן, עטץ טוהט'ס אינטערשאצן הרב ווייסמאנדל, ווער עס קען עהם ווייסט אז ער איז א מאשין, א קאנאן, למעשה גייט ער נישט געבן קיין הכשר אויף "גאנץ" ראבאשקין, ווייל פאר רוב אידישער עולם איז ראבאשקין היינט אויך כשר, ראבאשקין האט עהם גענומען צו באקומען "אויך" דעם היימישן חסידישן עולם, און פאר דעם וועט ער האבן אן אייגענע פלענט מיט אייגענע היימישע שוחטים און ער וועט צו לאזן אויך אנדערע בעלי מכשירים ווי וועד הכשרות דקרית יואל, וועד הכשרות דסקווער, וכו' וכו' און עס וועט זיין יאכלו ענווים וישבעו, דער היימישער עולם וועט זיין זייער צופרידן צו געניסן פונעם היימישן הכשר מיט ביליגע פרייזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > רובאשקין זוכט צו האקען פרייזען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.