אפלטון, אפשר ווייסטו וואס עס גייט פאר מיט תוכנית הליבה!
איך האב מברר געווען ביי עטליכע מוסדות וואס זענען אונטער חינוך עצמאי, אלע זאגען זיי פה אחד אז קיינער פאדערט פון זיי גארנישט און מ'גייט גארנישט טוישען ס'איז סתם א אויסגעבלאזענע איי און עס איז א פלא אויף די רבנים וואס האבען געחתמ'ט אז זיי האבען געחתמ'ט אן מברר זיין די זאך.
איין מוסד אין ביתר האט נישט געוואוסט וואו אזוי צו ענטפערען פאר משרד החינוך האט מען זיי מכריח געווען צו שיקען זייער מלמדים אויף 'השתלמות' ביי מומחים (היימישע מומחים מיט א דיפלאמע), און די קנאים האבען זיך ארויף געכאפט דערויף כמוצא שלל רב כאילו אט זעט מען אז די מדינה הייבט שוין אן איינצוטיילן וואס צו טוהן. נו, באמת! איז דאס אזוי געפערליך ווי מ'מאכט דאס?! לאמיר זאגען אז מ'וועט דארפן לערנען ענגליש (עברית און חשבון לערנט מען שוין פון לאנג אין רוב מוסדות) צו דען לערנט מען נישט אין אמעריקע ענגליש אין די מוסדות'ן (אפשר אין סאטמער נישט לויט ווי עס הערט זיך פון די סאטמערע-ענגליש וואס די יונגעלייטלעך רעדען)
און בכלל פארשטיי איך נישט וואס האט דאס מיט די קנאים, דאס האט מער מיט די מוסדות וואס נעמען געלד זיי דארפען זיך זארגען טאמער עפעס און נישט די קנאים?
נשלח ב-1/9/2004 00:15
ס'טוט זיך דא צעטלעך אויף צעטלעך גרויסע ריזיגע מודעות און די גאסן, און אזוי אויך קליינע פליענדיגע צעטלעך און די גאסן, אנגעהויבן פון פאריגע וואך דאנערשטיג שוין, היינט איז ארום געפארן קארס און געגראגערט אויפן קאפ פון די מארגענדיגע עצרת.
לאמיר טאקע זעהן אויב די עדה חרדית קען צו שטעלן א עולם אזוי ווי און די פריערדיגע יארן ווען רב ווייס און רב פריינד האבן געלעבט.
אותם מחאות . ואותם אנשים . ואותם דפוקים שישרפו את הזבל מתחת לבית שלי . איכסססססססססססס
למה שלא ישרפו את הזבל ברחוב יפו (כמו במחאות בממילא בזמנו)למה פה ? הרי הם פוגעים רק בעצמינו !!!!!!
נשלח ב-1/9/2004 01:59
קעכער
אז די האסט נישט ליב הפגנות ווער הייסט דיר וואוינען אין די געסלעך?
איך בין זיכער אז די צאלסט נישט ביליגער אין מאה שערים ווי די וואלסט געצאלט פאר א שיינע דירה אין גוש שמונים אדער שועפת.
זיי זיך מודה אז די האסט יא ליב צו זין אין טשאלענט פון די עקשאן.
נשלח ב-1/9/2004 07:55
ידידי היקר....
אין לי שום בעיה עם ההפגנות !!!. אדרבה עם זה עוזר שיהיה 30 פעם בחודש . אבל למה לשרוף את הפחים פה אצלינו ? . אתה יודע (או מתאר לעצמך) איזה גואל זה ? כמה זה מזיק ומפריע לילדים שלנו ? ואני לא מדבר על מחלות ח"ו שהפלסטיק הבוער מפיץ . איכססססססס
אדרבה . אתם רוצים לשרוף . תשרפו ברחוב יפו . שם זה עוזר יותר !!!!!!!!!!!
הרי המשטרה כבר לא נכנסת לגאולה במקרה כזה אלא סוגרת מאזור ביקור חולים ועד שמואל הנביא את הכבישים .וווווווו "שיחנקו החרדים" ה"י
אז מה זה עוזר .....
רק מה ? צריך הרבה אקשן !!!!!
משום מה לא ראיתי שרבינו הק' כתב את זה בשיטה !!!!!!!!!
ולסיום . תתחילו לשרוף אצלכם את הזבל פעם בשבוע (אצלכם לצערי זה פחים קטנים מפח ולא מפלסטיק)ולאחר שהילדים שלכם יתחילו לסבול מאסטמה ושאר מרעין בישין שזה גורם ה"י אז תביע את דעתך המלומדת !!!
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו !!!!
נשלח ב-1/9/2004 20:36
איך פארשטיי אויך נישט וואס תוכנית הליב"ה האט מיט די כשרער מוסדות, אז זיי נעמען נישט קיין געלט {כח הפועל בנפעל} קען זיי קיינער נישט צווינגען צו לערנען דעם פראגראם פון תוכנית הליב"ה.
איך האב מורא אז א געזונטער ירושלימער חברהמאן איז פשוט איינגעפאלען א פאטענט ווי אזוי צו שלעפן געלטער פון די אמעריקאנער אידען.