בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עצה-הילף: מיט ADOBE ACROBAT WRITER

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2004 00:05 לינק ישיר 
עצה-הילף: מיט ADOBE ACROBAT WRITER

מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ - איך זעה אז דער עולם דא העלפט זיך ארויס זייער שיין, וויל איך אויך אנפרעגן מיין פראבלעם

ווען איך פרינט א קורעל דראה פייל צו אדובי אקרובאט פרינטעער געדויערט עס שעה'ן צו פרינטן. וואס קען איך טוהן דערצו
איך פלעג נישט האבן געם פראבלעם פאר ווינדאוס עקס. פי.
און איך האב נאך אלץ נישט דעם פראבלעם אין ווארד אדער אנדערע פראגראמען, נאר אין קורעל דראה.

ווייסט איינער אן עצה, איז דאס א סעטינג, צו וואס
ביטע העלפט מיר



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2004 00:10 לינק ישיר 

פראביר עס צו פרינטען צו אן אנדערע פאסטסקריפט דרייבער ווי למשל agfa studio set2000 און דערנאך עפען אויף די פייל מיט אדובי דעסטילער און עס וועט ווערען א PDF פייל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2004 00:28 לינק ישיר 

יישר כח פאר די ענטפער אזוי שנעל, וואו קען קיך טרעפן די פרינטער דרייווער וואס דו שרייבסט איז דאס דא אין ווינדאוס.



תוקן על ידי - jewboy - 01/09/2004 0:34:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2004 01:54 לינק ישיר 

כורמיזא, אתה ענק, ניסיתי, וסוכ"ס זה עובד, עס ארבייט ב"ה, א ריזין יישר כח, חילך לאורייתא!
אהוי כמה שעות הלכו לי לריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2004 01:55 לינק ישיר 

עס גייט נאך גרינגער,
ביי PORT אין פרינטער סעטינג, האב איך עם געשיקט צו PDF פארט, און ס'ווערט גלייך א PDF



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2004 16:51 לינק ישיר 

די חסרון מיט די PDF פארט איז אז מ'קען נישט אנשטעלען וויאזוי די PDF זאל באהאנדלען די פיקטשערס און עס קען פארלירן DPI, משא"כ ביי דיסטילר קענסטו אנשטעלען וויאזוי ער זאל באהאנדלען איעדע זאך פונקטלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 00:29 לינק ישיר 

אפשר קענסטו מיר טון א טובה און זען טאמער די פארשטייסט מיין פראבלעם, ווען איך נעם א Davka File מיט נקודות אין איך מאך עס פאר א PDF File מיט Distiller און איך טו עס Importen ביי Corel קומט נישט ארויס די Fonts אפילו עס איז Embedded, ביי די Acrobat Reader מאכט עס זיך שיין אויף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 16:51 לינק ישיר 

DAVKA
האט זייער א פיינע TECH SUPPORT
אויב טאקע די האסט א LEGIT COPY פון דעם DAVKA PROGRAM



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2004 17:02 לינק ישיר 

האסט נישט ארויס געשריבען וועלכע ווערסיע פון אקראבאט און קארעל די נוצט, וועל איך דיר שרייבען לויט אקראבאט 6 און קארעל 11,

איך שטעל זיך פאר אז די ווילסט אריין ברענגען א PDF פייל אין קארעל און נישט קיין PRN.

אין אקראבאט מאך SAVE AS, און סעלעקט פאסט סקריפט (PS.*) פארמאט, דערנאך עפען אויף אין קארעל די PS פייל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 17:40 לינק ישיר 

א גרויסע יישר כח עס האט געארבעט זייער גוט מיא Adobe 5 און Corel 11 איך האב א כשר'ע Davke Platinum אבער ווען איך האב זיי געריפען האבען זיי נישט געוויסט מיר צו ענטפערען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 15:22 לינק ישיר 

אויב די פאנטס זענען עמבעדעד אין די פי.די.עף. פייל וועסטו איס נאר קענען עפענען אין אקראבאט אדער אימפארטן אין אינדיזיין אדער קוארק, צו האבן די אביליט צו עדיטן די פייל איז דא "איין" סאלושען, עס הייסט Pitstop עס איז א אקראבאט פלאגין.
וועסט נישט קענען עפענען די פייל נישט אין קארעל אין נישט אין אפי' אין אילוסטרעיטאר.
די סיבה:
ווען די עפענסט די פייל אין קארעל, פראבירט קארעל עס צו מאכן ווי מעהר מעגליך עדיטעבל, דאס הייסט צו לאזון די טעקסט און אזוי ווי קארעל מיט נקודות האבן זיך פיינט, וועט עס נישט גיט אויסקומען.

אדער קענסטו קאנווערטן די טעקסט צו outlines וועט עס אריינקומען אין קארעל ווי א טויטע וועקטאר פיקטשע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 22:03 לינק ישיר 

יוסעלע,
א PDF פייל קען מען סעיווען אפילו פאר א ווארד פייל אדער א RTF, און אויב מ'וויל עס זאל ניצען עמבעדעט פאנטס קען מען עס סעיווען פאר PS פארמאט.

PITSTOP איז געמאכט אז אויב מ'וויל די PDF זאל בלייבען א PDF נאר מיט געוויסע שינויים, דעמאלטס ניצט מען דער פלאג אין. למשל די קאלירען אין WORD זענען נאר RGB קען מען נוצען PITSTOP זאל קאנווערטען די קאלארס פאר CMYK. (אגב, ס'איז אינטערעסאנט אז מייקראסאפט האט זיך נאך נישט אריין געריקט אין די מארקעט פון דעזיינען און פרינטינג ווי ADOBE, אפילו געהעריג צעטיילען קאלירען קענען זיי נישט...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2004 00:28 לינק ישיר 

אוודאי קענסטו עס סעיווען פאר א ווארד פייל, די איפארמאציע איז איד די פייל, די פונט עמבעדינג העלפט נאר אויף צו עפענען די פייל אין אקראבאט, אדער אן אימפארט צו א אפליקאציע וואס לייגט אוועק כמות שהוא, אויב וויל אימפארט די PDF צו אן עדיטינג פראגאם, וועסטו ווייטער האבן די אינפארמאציע אבער די עדיטינג פראגראם וועט "נישט" זיכן די פונט אין די פייל, ער וועט פרובירן צו מעטשן די פונט מיט די פונטס פון די לייברערי. ממילא ווען די ברענגסט אריין די פייל אין קארעל וועט די טעקסט פארפארן.

די סיבה פארוואס ווארד האט נישט די אלע מעלות וואס די האסט דערמאנט איז זייער פשוט.
"ווארד" איז א סעקרעטעירל פראגראם, געמאכט צו שרייבן בריוו, שיקן פאסט, ווארד איז "נישט געמאכט" געווארן אויף וואס אונז יודעלעך טוען דערמיט, דהיינו דרוקן ספרים, מאכן עדס. "יא" ווארד קען עס מאכן, אבער עס איז נישט געמאכט געווארן פאר דעם, ממילא וועסטו קיין מאהל נישט זעהן קיין סעפערעישאנס אין ווארד.

די פלא איז פארוואס קארעל האט עס, ס'איז ס"ה א קינדער פראגראם, פראפעשיאנעלס נוצען אילוסטרעיטאר אדער עטליעסט פריהענד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2004 00:32 לינק ישיר 

אינטערסאנט.
איך האב עס יעצט גיטעסט: איך געשריבן א טעקסט פייל אין Textedit און עס גיעפנט אין אילוסרעיטאר סי.עס. האט די אפליקאציע מיר מודיע געווען אז ער גייט קאנווערטן די טעקסט צו אוטליינס כדי צו פריסערוון די ארגינעלע אויסזעהן.

איך וואלט געראהטן צו נוצען אילוסטרעיאר און נישט קארעל (חוץ פון דעם קארעל מיט PDF'ס קומען זיך נישט גוט אויס).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עצה-הילף: מיט ADOBE ACROBAT WRITER
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext