| נשלח ב-1/9/2004 21:19 |
|
| |
וויאזוי קען מען זיי מאכן רעדן/שרייבן?
אונזער באליבטער פורום "חדשות אנש בארהב ובעולם" האט צענדליגער (גירסת הצייטונג)/הונדערטער (גירסת דער איד)/טויזענטער (גירסת דער בלאט) מעמבערס
אבער ווינדער איבער ווינדער,..
רובא דרובא פון עולם
זיצט און שווייט...
ליינט און שווייגט..
זאגט נאך און שווייגט...
שיקט ארום צו אנדערע און שווייגט..
אקטיוו זענען אינגאנצן געציילטע שרייבערס, און אינטערעסאנט זענען נאך ווייניגער..
דאס קען אזוי נישט גיין ווייטער!
ביזט דא? ביזט א מעמבער אין אנזער קהלה? מוזטו צולייגן א פלייצע !!
איך שלא פאר א רעזעלאציע פאר דעם (אויב דזשובוי במחילת כבודו וועט מסכים זיין) אז מען זאל נאכקוקן די מעמבערס, און ווער עס איז נישט אקטיוו, ווער עס שרייבט קיינמאל נישט, זאל מען געבן א ווארענונג, און אויב ער שרייבט ווייטער נישט זאל מען איהם...
אויסשליסן... ארויסווארפן.... אפזאגן.... שייגעץ ארויס'ן....
דאס וועט מאכן אז ס'וועט מקויים ווערן ביי פיל מעמבערס ויפתח ה' את פי.. כ'האף נאר א ס'וועט נישט זיין ..פי האתון ח"ו, נאר נוצבארע אינהאלטספולע אינטעליגענטע געדאנקען וואס יעדער וועט אננעמן מיט צופרידהייט
איינער האט עפס אויסצזאגן אוסצושטיין קעגן דעם?
ניין?!
אנגענומען איינשטימיג!!!
די רעזעלאציע איז אנגענומען געווארן אינשטימיג, און זאל פראטאקלירט ווערן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2004 21:43 |
|
| |
ואולי אלה השותקים הם אלה שלא מעניינים?
ואולי נשאיר להם לקיים את עצת חז"ל סייג לחכמה שתיקה?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2004 21:52 |
|
| |
די חילוק פארוואס דער איד האלט אז עס איז דא נאר הונדערט און די בלאט טויזנט איז ווייל דער איד ווייסט אז יוסף90 (יוסף90 X שפצלך10 = 900) האט 900 ניקס
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2004 22:01 |
|
| |
ביי די לוויה פון ר' שלמה זלמן אויערבאך האט דער איד געשריבען טויזענטער האבען זיך באטייליגט.
אבער ביי דעם קבלת פנים פון סאטמארער רבי אין ירושלים האבען זיי געשריבען הונדערט טויזענט משתתפים.
וויפיל וואלט דער בלאט געשריבען אויפן קבלת פנים?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2004 22:33 |
|
| |
רבותי קריכט נישט אוועק פונעם נושא
אונזער טייערער אינגערמאן האט דא אויפגעברענגט א וויכטיגע נקודה, איך בין מסכים מיט אים הונדערט פראצענט, אסאך מאל שרייבט מען און אין קול ואין עונה, ווי שרייט דארט יחצל: זאאאאאג עפעעעעעס.......
פארוואס זאל זיין א קול ענות חלושה? רופט אייך אן! זאגטס עפעס! אז איר האט הנאה פון די וואס שרייבען זאגטס דאס הויעך, און אז נישט... אז נישט וועט מען נישט האבען קיין אנדערע ברירה נאר טון ווי אונזער אינגערמאן שלאגט פאר
געדענקט! מיר האבען געווארענט!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2004 22:56 |
|
| |
אסאך מעמבערס זענען אזעלעכע "חדרי חרדים"ניקעס, זיי זענען נישט נייגעריק צו קאמעטירן, זיי זענען נאר דא זיך צו באלעקן מיט די חסידישע (ארוני/זאלוני) טינופת.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2004 23:15 |
|
| |
זיידי
זאגסט א ווכטיגע נקודה אבער מצד שני די פורומים וואס מעו צווינגט צו שרייבען זענען פיל מיט אזוי פיל נארישקייטען ווייל אפילו די וואס האבען נישט וואס מוסיף צו זיין מוזען שרייבען.
אין אונז ליינער'ס מוזען בוחר זיין אוכל מתוך הפסולת צווישען הונדערטער תגובות אפשר איינס נארמאל.
בעסער צו געבן יעדעם א בחירה צו ער וויל שרייבען צו נישט.
מקוה איד
איך קען צענדליגער מענטשען וואס ליינען דא אבער זיי שרייבען נישט, נישט יעדער פילט זיך גענוג וויכטיג אז דער גאנצער וועלט זאל הערען זיין בויכווייטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2004 02:27 |
|
| |
יא, יא, אבער טייל מאל בלייבט מען נאר מיט די פסולת, אסתרא בלגינא קיש קיש קריא, די וואס רעדן גרינגער זענען געווענליך די וואס רעדן נאריש
No offanse צו קיינעם
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2004 17:08 |
|
| |
יונגערמאן, כ'האב שוין לאנג געטראכט פון דעם באט מען קען נישט ווארפן איינער וואס שרייבט נישט, ווייל אפשר וועט ער זיך אמאל דערמאנען ער האט עפעס צו זאגן און אופסס ער קען נישט שרייבן, כ'ווייס אסידא געוויסיע פורומים ווי מ'מוז שרייבן איינמאל א חודש באט דא איז נישטא אזוי. (א קשיא אויף א מעשה)
און אמאל איז דא מעמבער'ס וואסיטרעסירט זיי נישט די סאטמאר טינופות נאר סתם אנדערע אינטרעסאנטע זאכן און ווי באלד די עולם איז טאג און נאכט ביזי מיט ארי זאלי מילא האבן זיי נישט וואס צו שרייבן.
ב"ה ס'איז געווארן א שטיקל הילף פלאץ פאר מעמבער'ס איינער א JOB, איינער פאטא שאַפ, איינער WORD, און תג, וכו'. יעמאלט קענסטו מערקן איז דא אנדערע מעמבער'ס וואס רופן זיך אן, און די וואס זענען ביזי מיט די סאטמארע טינופות שווייגן געווענליך ביי אזוינע אשכולות, יעדער האט זיין טעיסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2004 17:42 |
|
| |
ווען דו זאלסט יא מזרז זיין מעמבערס צו שרייבן, וואלט אפשר געווען נאך מער נארמאלע אשכולות חוץ די טינופ..
אפשר זאלסטו טאקע נישט אויסווארפן, אבער שיקן א דערמאנונג:
"דו האסט שוין לאנג נישט געשריבן, האסט א גוטע געדאנק, לאז זיך הערן"
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2004 17:53 |
|
| |
אפשר וואלט געווען כדאי צו מאכען גרינגער צו באקומען א אישור כתיבה, ממילא וואלטען אפשר די שרייבער וואס האבען נישט קיין אגענדע זיך אויך איינגעשריבען.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2004 18:13 |
|
| |
אינגעמאן, איך בין דיר מציע אז די זאלסט דיר מאכען נאך א ניק און אויב די שרייבסט עפעס וואס ס'איז פאסיג צו מגיב זיין און קיינער איז נישט מגיב, דאן זיי מגיב מיטן צווייטען ניק
די מציאות ווייזט אז עס איז דא עטליכע חברים וואס ווילען נישט די ערשטע מגיב זיין (פארוואס פונקטלעך ווייס איך נישט, אבער א פאקט) אויב עס איז שוין דא תגובות זענען זיי מגיב.
די אשכול "וואס טוט מען פאר פרנסה???" האט זיך געהאלטען אין איין אראפ ריקען און קיינער האט נישט מגיב אין די צייט וואס אנדערע אשכולות יא האב איך אריין געלייגט א תגובה (נאך 4 שעה פונם גרונדינג) און עס זענען צוגעקומען נאך אפאר תגובות.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2004 18:16 |
|
| |
מנחת, כ'האב גערעדט מיט אפאר מעמבער'ס און געפרעגט אויב ס'איז שווערע שאלות, און רוב האבן געזאגט אסיבכלל נישט שווער נאר זייער סימפל קאָנפערט וואסידא און ח"ח און נאך אנדערע פורומים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2004 18:33 |
|
| |
הרב JEWBOY איך בין אויך א חבר אין בחדרי חרדים ממילא ווייס איך אז עס איז נישט אזוי.
דעם צוגאנג צו באקומען א אישות כתיבה דא דערמאנט פון א פורום וואס הייסט מישקיי.
אבער וויבאלד איך זאג עס נישט פאר קריטיק, נאר פאר א עצה אויף מער שרייבער'ס גיי איך נישט מאכען דערפון א אישו.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2004 03:14 |
|
| |
באקומען אין תיבה אישית
די שאלות זענען באמת נישט שווער.
דער פרט וואס איך האלט אז מען וויל נישט ענטפערן איז אז מען דארף ברענגען א נאמען פון א גולש וואס קען דיך
רוב גולשים ווילען קיינער זאל נישט וויסען ווער זיי זענען, אין נאר פאר די סאטמארער גולשים שטערט עס נישט, ווייל א גרויסע טייל פון זיי זענען שרייבער אין דערבלאט,דעראיד. אין זיי געבען א ניק פון א צווייטע שרייבער, יענער זאל זיי רעקאמענדירן.
וואס האלט דער עולם וועגען די כללים פון שאלות פון JEWBOY?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2004 03:55 |
|
| |
IF YOU READ SOME OF THE RULES ON OTHER FORUM SITES, THEY ALL SAY THAT IT'S BETTER TO BE QUIET THAN TO START A FLAME GOING. NOW I AM NOT SURE IF IT APPLIES TO THIS FORUM AS WELL, SINCE IT SEEMS LIKE ALL THE FUN EMENATES FROM THE STUPID SATMAR POLITICS. BUT TO ME IT'S NO FUN TO READ NONSENSE OF SOME WIERDO
|
|
|
|
|