בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אש פון א טויטען קראכט אריין אין שטוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2004 07:36 לינק ישיר 
אש פון א טויטען קראכט אריין אין שטוב

http://www.oregonlive.com/search/index.ssf?/base/metro_west_news/1094039756318270.xml?oregonian?wn


א פעקעל אש פון א טויטען קערפער קראכט אריין אין שטוב
כמעט גארניט געבליבען פונעם אש

דאס פעקעל אש האט זיך ארויס געגליטשט פון די הענד פון די משפחה פון דעם פארשטארבענם, פליענדיג אין א קליינעם פליגער וואס זיי האבען געדונגען פאר דעם טאג.

די פרוי בּארבּארא וורילאנד האט געהערט דעם קראך וואס איז א דורך דעם דאך פון דעם בוידעם פון איהר הויז וואס געפונט זיך אין דעם שטאט פארעסט גראוו, אבער זי האט נישט געוואוסט וואס צו קלערן אויף דער אורזאך פונעם רעש.

איהרע שכנים פארציילען אז עס איז געקומען פון א פליגער וואס איז געפלויגען איבער דעם הויז. די פאליציי האבען געמיינט אז דאס איז מן הסתם די ארבייט פון טעראריסטען אדער פון מענטשען וואס ווילען אפטוהן שפיצלעך אין טראסקענען חפצים פון פליגערס.

אבער דער אמת'ע מעשה איז, אז די פרוי וורילאנד הויז איז געווארן באווארפן מיט אש פון די קערפּער פון א מאן פון וואשינגטון סטעיט וואס איז על פי טעות ארויס געפאלען פונעם פליגער: א פשוט'ער עקסידענט.

"דאס איז דער ערשטער מאהל וואס אזא מעשה פאסירט דא" האט דער פאליציי שעף אראן אשבאו גאזאגט. " קודם האבען מיר נישט געוואוסט צו איז דאס באמת אן עקסידענט אדער א אומ'אחריות'דיגע אקט."

ערשט דינסטיג איז אנטפלעקט געווארן דער סוד הדבר ווען די משפחה פונעם געשטארבענעם האבען זיך מודה געוועהן.

דער 46 יאריגער מאן איז נאטירליך געשטארבען און זיין לעצטער באגער איז געוועהן אז מ'זאהל זיין קערפער פארברענען איז זיין אש זאל מען צושפרייטן איבער דעם סעמעטערי אין פארעסט גראוו וואס געפונט זיך נעבען די פרוי וורילאנד'ס היים.

די משפחה האט פארציילט פאר די פאליציי אז דער זעקעל אש האט זיך ארויסגעגליטשט ווען דער פליגער איז ארום געפלויגען דעם סעמעטערי. עס איז ארויס געפאלן, -בשעת ביים פענסטער- האבען זיי געפראווט אויפצומאכן דעם פעקעל.

פרוי וורילאנד איז דאן געוועהן ביי דעם סינק פון איהר קיך ווען דער 4 פונט'יגער פעקעל האט אריין געקראכט דורך דעם דאך אין געלאנדעט אין איהר בוידעם. זי האט געזאגט אז "אונזער פלאץ האט זיך געטרייסלט, עס איז נישט געוועהן סתם א זעץ די גאנצע הויז האט געציטערט."

די משפחה באצאלט פאר דעם שאדען צו פאריכטען דעם דאך.

וורילאנד האט געזאגט " איך פארשטיי אז דער געשטארבענער האט געוואלט רוען נעבען אנדערע פון זיין משפחה אין דעם סעמעטערי, איך אבער רחמנות אויך די לייט, ווייל א חלק פון זייער קרוב איז אין אונזער בּוידעם."











דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אש פון א טויטען קראכט אריין אין שטוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext