שרעקליכע מכשול בשגגה מתחת ידי "דער בלאט"
א שרעקליכע מכשול איז ארויס בשגגה מתחת ידי די רעדאקציע פון דער בלאט, וואס איז פארזעהן געווארן, אבער ס'איז שומו שמים, און מוז ארויסגעברענגט ווערן כדי זיי זאלן מער נזהר זיין אין עתיד.
אין עדיטאריעל פון פארגאנגענעם פרייטאג פ' עקב, דאכט זיך ס'איז געווען די "הנהגת התורה אייכם" ארטיקל, איז געשטאנען דערמאנט דער פסוק "תועבת ה' גם שניהם", מיט'ן שם ארויסגעשריבן מיט די ד' אותיות, השם ישמרינו, וואס האט ליידער גורם געווען צו א בזיון ה', ווען מענטשן ווארפן דאס אין מיסט.
איך האב באמערקט היינט אנדערפרי, אין פאליש פון ביהמ"ד האט זיך געוואלגערט א צעקנייטשטע אלטע בלאט, און ס'האט זיך ארויסגעריסן פון מיר א ספאנטאנע "השם ישמרינו" אז אלע ארומיגע האבן געמיינט ח"ו נאר א טראגעדיע האט פאסירט, ביז כ'האב זיי דאס אנגעוויזן, האבן זייך אויך געזאגט דאס זעלבע.
מאנכע - געשטימט קעגן דער בלאט - זענען שוין באלד געקומען צו מסקנות, יא... דאס פאסירט ווען מען רייסט אראפ רבנים דיינים תלמידי חכמים......!!!!!!
אבער ווי אלע ווייסן דאס דא, נעם איך 'נישט' קיין שטעלונג אין די פאליטיק.
איך טייל נאר מיט די שוידערליכע מכשול בשגגה, און רוף צו די בלאט רעדאקציע און אלע אנדערע חרדישע צייטונגן צו מאכן זיכער עס פאסירט נישט נאכמאמאל!!!!
 |
|
|