איך האב ערשט יעצט באקומען דעם בראשור, ווי ס'קוקט אויס גייט דאס זיין די זאלונים ווערסיע פון "אלף שמות", נאר מיט אפאר חילוקים:
ערשטנס, אז די אהרונים זענען געווען אנעסט און קלאר געזאגט אז זיי מאכן זייער "אלף שמות" צו שנארן פאר לויערס, כאטשיג זיי האבן גענוג אין נאך הוצאות פון פרישע בתי מדרשים און מוסדות, און די צייט וואס די זאליס קומען מיט זייער בלאף און קרעפ אז זיי דארפן געלט פאר "הרחבת גבולי הקדושה", זיי האבן נישט קיין גאטס צו זאגן אז זיי דארפן געלט פאר לעגאלע קאסטן.
צווייטענס, וואס איז זייער בולט איז די פאקט אז ביי די "אלף שמות" האט געקאסט איינטריט די ערשטע מאל $600 און די צווייטע מאל $250, און די צייט וואס ביי די "הקהל" גייט עס זיין FREE!!! "כל דכפין ייתי!" זיי ווייסן גאנץ אז אויב זיי בעטן נאר 1$ וועלן זיי דארפן זוכן מנין...
א כלל, איך וויל באמת נישט נאכאמאל אנפאנגען צו דעבאטירן אלטע אויסגעדראשענע דעבאטעס, כאב נאר יעצט באקומען די בראשור, איז מיר דאס בייגעפאלן.
|
|