בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

זענען אונז באמת רחמנים???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/9/2004 14:24 לינק ישיר 
זענען אונז באמת רחמנים???

יעצט אין חודש אלול איז לדעתי גאנץ א פאסיגע צייט פאר אונז אלע, צו מאכען א שטיקעל חשבון הנפש וואס איז אונזער תפקיד אינעם וועלט בפרט אז די דרגה פון די דור איז זייער נידריג.

אין די קאווקאז פון רוסלאנד איז פארגעקומען שרעקליכע רציחות אין די לעצט פאר טעג, גייען זיך ארום יונגע לייט מיט א שמייכל הלוואי דאפעלט זיך די מספר הרוגים, פרעג איך איינעם אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס עס שטערט דיר אז עס לעבען נאך אפאר גויים אויף די וועלט? ענטפערט ער מיר, האסט שוין פארגעסען וואס רוסלאנד האט געטוהן ביז פאר 18 יאר צוריק?

- ניין איך האב גארנישט פארגעסען, אבער איין רציחה פארדעקט נישט די צווייטע בפרט עס רעדט זיך פון אומשולדיגע מענטשען און קינדער. אין תורתינו הקדושה ווערט דערמאנט ביי הוצאה להורג אן ענין פון ובערת הרע כדי די וועלט זאל זיין ריין פון שפיכת דמים. צו דען ווייל דער נרצח איז נישט פון דיין פאלק דעריבער איז שוין נישטא קיין ענין פון רחמנות?

אויפן רבוש"ע איז נישטא קיין קושיות! אבער אויף אונז יא! אפשר זענען אונז שולדיג אז עס קומט פאר אזעלכע רציחות? פארשטייט זיך אז עס באדערט מיר פילפאכיג מער ווען עס פאסירט ביי אונזער פאלק השם ירחם.

אז יעדער איינער דארף האלטען אז 'בשבילי נברא העולם' זאל מען כאטשיג נעמען אחריות ווען עס ווערט חרוב...

עס קען זיין אז די רציחות וועט גורם זיין אז רוסלאנד זאל זיך נוקם זיין אין די טעראריסטען, אבער איך בין נישט זיכער אז עס וועט בעסער ווערען דארעך דעם פאר אונז... (ה"י)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2004 20:25 לינק ישיר 

נו, אזוי לאנג האט דיר געדויערט אויסצוגעפינען אז חסידים זענען די גרעסטע ראסיסטן?

מיט אפאר וואכן צוריק זיץ איך ביים שבת'דיגן טיש פארטראכט. די אשת חיל איז פארנומען געווען מיט די קינדער. אזוי חלומ'נדיג הער איך פלוצלינג וויאזוי מיין יונגל פרעגט מיין פרוי: "מאמי, אמת אז אויף א גוי מעג מען זאגן ימח שמו און אויף א איד נישט?" מיין אשת חיל האט געקוואלן פון גרויס נחת און צוגעשאקלט מיט'ן קאפ "אמת אמת".

איך כאפ אויף דעם שמועס און איך פארטראכט זיך: געוואלד, קוקטס וואספארא חינוך מיר געבן פאר אונזערע קינדער?

ווען מיר זענען געווען קינדער און געפארן אויף א טריפ און מיר זענען דורכגעפארן א גוי'אישן בית הקברות האט מיין מלמד געהייסן יעדן שרייען "כן ירבו". היינט טראכט איך צוריק וויאזוי האט ער געהאט די חוצפה אריינצואווארצלען אין אזעלכע יונגע קינדער אזא בלינדע ראסיזם? שטעלט אייך פאר וואספארא איבערקערעניש עס וואלט געווען ווען גויאישע קינדער פון א פובליק סקול פארן דורך א אידישן ביה"ח און די קינדער שרייען "כן ירבו"

יענעם סעפטעמבער 11 נישט מער געדאכט זענען מיר אלע ארויסגעלאפן פון די ארבעט אין בי. ענד עיטש. און באטראכט די שרעקעדיגע סצענעס. אזוי ארומקוקנדיג זיך זע איך א יונגערמאן מיט א ברייטן שמייכל אויפ'ן פנים שטייט און באטראכט וואס עס שפילט זיך אפ. איך גיי צו צו אים און כ'געב אים א צי ביי די ערמל, "ביזט משוגע? זעסט נישט ווי אלע גוים דא ארום שטייען און וויינען? הער אויף צו לאכן."

ער קוקט מיך אן ווי כ'וואלט פון די לבנה אראפגעקומען און ער זאגט מיר, "נו, ס'איז דאך נאר גוים."

ווי יעדער ווייסט זענען געווען פיל מיט אידן אין די צוויי בילדינגס, אבער נאר וועגן דעם איז סעפטעמבער 11געווען א טראגעדיע?

אפאר חדשים נאך די 9-11 אטאקעס הער איך וויאזוי א קליין בחור'ל זאגט פאר זיינע חברים אין בית המדרש, "הלואי געשענט נאך א סעפטעמבער 11 אטאקע אבער נאר גוים זאלן גע'הרג'עט ווערן."

נישט אומזיסט הערט מען לעצטנס פון אזויפיל אידן וואס ווערן געכאפט מיט פארברעכנס. פון גאר יונג האקן אונזערע מלמדים אריין אין קאפ פאר די קינדער אז א גוי איז א טמאנ'ער מענטש און מען דארף שטיין ווייט פון אים אנשטאטס זיי אויסצולערנען צו האבן רעספעקט פאר א גוי און צו רעספעקטן דאס געזעץ און ווען זיי ווערן עלטער האבן זיי דעריבער נישט קיין שום פראבלעם אויסצושווינדלען דעם טמאנעם גוי ימח שמו וזכרו.

וויפיל פון ענק האבן שוין געהאט אזא מעשה אז ער איז ארויסגעקומען פון א בילדינג און נישט געהאלטן די טיר אפן פאר א גוי און דער גוי האט זיך אויפגערעגט אז חסידים האבן נישט קיין מדות? וויפיל פון ענק האבן שוין געהאט א טובה פון א גוי און נאכדעם געהערט וויאזוי דער גוי זאגט ענק "יו וועלקאם" ווייל איר האט אים פארגעסן צו זאגן "טעינק יו". נישטא קיין שום מוסד וואו די קינדער ווערן אויסגעלערנט וויאזוי זיך אויפצופירן ווען זיי גייען ארויס אין די OUTSIDE WORLD און די רעזולטאטן זענען נישט קיין גוטע.

דאס ראסיזם ביי אונזער היימישער ציבור מוז זיך ענדיגן איינמאל פאר אלעמאל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2004 23:33 לינק ישיר 

זיסקייט כורמייזא

אוי ווי גערעכט איהר זענט ליידער ליידער הערט מען צופיהל דבורים אויף וואס ס'דארף כאפן א שאדער.

דער הלכה איז אבער נישט אזוי עס איז א חיוב גוזר תענית זיין אויף אידען אפילו ווען א 'דבר' (מארד) באפאלט נאר די 'בהמות' פון גוים וכל שכן מענטעשן.

א חוץ דעם וואס דאס איז א שקר'דיקע חינוך הקלוקל. ברענגט דאך דאס ארויס מידות מושחתות ביי א קינד.

ב"ה ביי מיר אין שטוב בין איך געוועהן זייער שטרענג אויף דעם ביי מיר האט מען קיין מאהל ניט געטארט הערען א בייז ווארט אויף קיינעם בפרט אויף שווארצע.

די גאנצע פרשה איז א פארווייטיגדיקע מערערע היימישע וואס זענען אראפ פון דרך באטאנען דעם פרט אויף דעם אינטערנעט ווי ווייט עס הערשט ביי אונז ראסיזם אהן רחמנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2004 08:26 לינק ישיר 

ורחמיו על כל מעשיו מה הוא חנון אף אתה חנון

איך וואלט פארגעשלאגען אז מען זאל אנהויבען אויפקלערין דאס וויכטיקייט פון באנעמונג אפילו מיט גוים סיי די מלמדים מיט די קינדער אין אויך מיט לעקטשערס אזוי ווי הרב נח אלבוים מיט די צויי לאיערס

אויך מיט ארטיקלען אין די היימישע צייטאנגען

איך פארשטיי נישט וויאזוי א יודיש הארץ קען האבען אן אכזריות אין נישט מיט פולען מוט די הינדערטע מאמעס אין טאטעס וואס האבען נעבעך פארלוירען די קליינע קינדער זייערע מיט אזא סאדיסטישע רצוחה רח''ל

איך מיין אז אמאל איז דער פראבלעם געווען ערגער וויא יעצט אלזא לאמיר האפען אז עס גייט צום בעסערען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2004 17:07 לינק ישיר 

איך האף נאר אז איר ווערט מיר נישט דא גאנצע ליבעראלן ווי שיעור-פרעזידענט ליבערמאן און איר וועט באלד אויפהערן מאכן "שאל עשני גוי" חס ושלום, מיט אייער פאליטיקער קארעקטנעס, דאס איז שויןו א צווייטע נקודה, א גוי איז א קליפה און א טומאה.
אבער "רחמנות" דארף מאן האבן על כל מעשיו.

- - - -- -

כ'קלער אז דאס נישט רחמנות האבן האט צו טוהן מיט די צרות מרורות שונות ומשונות וואס אונזער עלטערן און אור עלטערן האבן זיך אנגעליטן פון די גויים בכל מקום שהם ווען יעדער קליין שגצ'ל האט זיך איזדיקעוועט און געפייניגט יעדן אידיש קינד ווען און וויאזוי ער האט געוואלט.

משא"כ היינט צו טאג בחסדי השי"ת אז מ'וואוינט אין מלוכות של חסד וואו עס גילט דעמאקראטישע געזעצן פון איקוועל רייטס, פילט מען נישט די שנאה, און מ'פאר'שטייט דאס שוין בכלל נישט.

כאטש וואס הלכה בידוע עשו שונא ליעקב גייט נאך אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 17:39 לינק ישיר 

אינגרמאן,
איך האב געשריבען בעיקר וועגען 'אונז יודען' און נישט לגבי להבדיל וועגען די גוים...

רחמנות מיינט נישט ווען מ'איז זיך נאר מרחם אויף איינער משלנו, דעמאלטס איז עס מער עגואיזם.

אידען זענען אסאך העכער און חשובער פון גוים וועגען צוויי עיקר סיבות. 1. ווייל די אויבערשטער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק. 2. ווייל אונזער לעבענס שטייגער איז אסאך העכער ווי די פעלקער און עס איז די מערסטע תורם פאר'ן וועלט.

די ערשטע סיבה קען מען נישט צונעמען פון אונז כל זמן מ'איז אן הלכה'דיגע איד (און מ'האט נישט קיין יוחס פראבלעמען).

אויף די צווייטע סיבה דארף מען הארעווען און משקיע זיין און זיך פירען על פי תורה, און טאמער נישט קען מען פארלירען פון די חשיבות.

ווען די תורה געט א מצוה פון צדקה למשל איז דאס נישט ווייל די תורה וויל אז דער ארעמאן זאל האבען געלד, ווייל אויב יא וואלט דאך די רבוש"ע דאס געקענט צושטעלען פאר, אלא מאי די תורה וויל אז אונז זאלען דאס געבען און דאס איז גורם אז די מענטשענס מהות ווערט אויסגעארבעט און די עגואיזם ווערט בטל.

אדער אן אנדערע דוגמא, ביי די מכה פון דם שטייט אין מדרש אז אהרן האט געשלאגען די טייך ווייל משה רבינו האט נהנה געווען דערפון איז נישט גלייך אז ער זאל עס שלאגען. צו דען האט דער טייך אן הרגשה? נאר די תורה לערנט אונז אז דער 'מענטש' טאר נישט זיין קיין כפוי טובה און ס'האט ניטש מיט די טייך. און ווען ער שלאגט ווען די טייך פארדארבט ער זיינע מידות.

אט דאס מיין איך ארויס צוברענגען, אז דאס נישט רחמנות האבען אויף אומות העולם דאס האט אן השפעה אויף אונז זעלבסט, און דאס ווייזט אסאך מאל אז מ'האט נישט אויסגעארבעט די מדות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 02:03 לינק ישיר 

די מפרשי התורה ברענגען בערך וואס די זאגסט אז נאכדעם וואס דער באשעפער האט באפולען אז לא תחיה כל נשמה (עמלק) האט ער געגעבען די ברכה ''ויתן לך רחמים ורוחמיך''



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2004 03:17 לינק ישיר 

WOW. A great subject you brought up. And guess what, it does not contain any Satmar crap... May Hashem help that all topics on this forum should follow in your footsteps. It's great when we converse on some REAL issues

And, yes, I think you are right. But I think that we should not engage in teaching to our chidren about respect since children are a bit too young to understand this very blury line. But I think that by not teaching any negative matter about this subject, we would have solved the problem just fine

(Sorry, I write in english, and it is not necessary that everyone should understand this topic)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > זענען אונז באמת רחמנים???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext