נייע ארטיסטן שול: פאפא!!!
היינט צופרי האב איך געדאוונט אין פאפא בית המדרש, איז אין מיין מנין נאכן ענדיגן דאווענען פארגעקומען א געשמאקע און לעבהאפטע דיסקוסיע וועגן די נייע ארטיסטן שול: פאפא!!!
איינער האט געשאסן די באמבע אין דער לופטן און באלד האט זיך אנגעהויבן קולות און טענות. עס איז געווען ממש א רחמנות צו זען ווי עלטערע מענטשן קייען אין אזעלכע נארישקייטן. זה בונה וזה סותר.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס שיף קעגן פאפא האבן די ארטיסטן אפגעקויפט דעם קארנער ביי פען און בעדפארד. האט איינער אויפגעברענגט א פראגע צי פאפא וועט מעגן פארגרעסערן דעם שול, אדער גאר אינגאנצן דארפן פארשפארן דעם בית המדרש, ווייל אז נישט טראגט עס א נאמען "ארטיסטן שול".
אנדערע האבן אנגעהויבן אריינשרייען ווער זאגט אז מען טאר נישט בויען קיין שול נעבן ארטיסטן. עס איז נישטא קיין איין דיין ומורה הוראה בישראל וואס האלט אזוי. פארקערט. עס האבן אנגעהויבן פליען רייעס אז דער אודווארי רב און דער בעטלאהנער רב האבן געבויט זייערע שולן צווישן די ערגסטע גויים, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך אז מ'טאר נישט בויען קיין שול נעבן געמיינע גויים.
האט א צווייטער צוריקגעטענהט: היינט קוקט מען נישט וואס רבנים זאגן. מען קוקט וואס די צייטונגען שרייבן. איין צייטונג זאל נאר אויפברענגען אז עס איז אן ערנסע שאלה צי מען מעג נאך דאווענען אין פאפא וועט באלד ווערט איבעראל א שטינק.
א דריטער האט געזאגט אז קיינער וועט נישט שרייבן קעגן פאפא, ווייל קיין איין צייטונג האט נישט קיין אינטערעס סתם צו באשמוצן פאפא. נישט די צייטונג, נישט דער איד און נישט דער בלאט. אבער מען האט אים אפגעענטפערט אז דער בלאט וועט עס מסתמא יא נוצן, און שרייבן אז דער היתר אויפ'ן מוירטל שול האט גורם געווען אז פאפא טראכט שוין אויך נישט פון אוועקמופן... ווייל ליידער דיינים פסק'נען אז מען מעג בויען לכתחילה נעבן ארטיסטן, איז דאך זיכער אז אוועקמופן דארף מען נישט...
הקיצור, ס'איז געווען ששון ושמחה, ווען איך שטייט ביי דער זייט און וואונדער זיך וויאזוי עלטערע מענטשן קאכן זיך אזוי אין קליינליכע נארישקייטן.
 |
|
|