בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פאול פאר די 3 בעסטע שרייבערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/9/2004 23:23 לינק ישיר 
פאול פאר די 3 בעסטע שרייבערס


מיר עפענען א פאול וועמען איהר האלט זענען די 3 בעסטע שרייבערס דא אויף חדשות אנ''ש עס וועט לויפען פאר בערך צוויי וואכן אין נאכדעם וועט מען שרייבן ווער איז #1 #2 אין 3#

דא זענען די ראָעלס


מען קען שטימען פאר 3 מעמבערס מיט אנצייכענען א נאמבער 3-1 נאמבער 1 מיינט אז ער איז דער בעסטער שרייבער
נאכדעם #2 ביז #3

מען מעג שרייבען שבחים אויף דע קאנדידאטען אין אויך אנווייזונגען אין לינקס ווי דער קאנדידאט האט זיך אויסגעצייכענט מיט זיין סטייל תוכן אין שיינע שפראַך וכו׳


מען טאר נישט שרייבען דא קיין פאליטיק

מען קען נישט שטימען פאר זיך אליין אפילו מיט א אנדערע ניק

הצלחה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2004 08:32 לינק ישיר 

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1043860
#1 זיידיאנטשי

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1098860
#2 כורמיזא

#3 מיז איך נאך דעסיידען


תוקן על ידי - 13Hooper - 12/09/2004 8:41:48



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2004 15:51 לינק ישיר 

אופס, אזא שווערע דעסיז'ען בפרט אז מ'באגרעניצט אונז נאר אויף 3 מיינונגען.
פאריעדעם וואס איז תורם פאר דעם פארום קומט זיך אן עקסטערע דאנק ווי קען מען אפשאצען ווער מער ווער ווייניגער, וואס פאר מיר איז גאר נוצבאר איז פאר'ן צווייטען אינגאנצען נישט קיין ארטיקל. נו, לאמיר מאכען א שטיקעל פשרה איך וועל נאר וואטען פאר *אינגערמאן* וואס לדעתי האט ער אסאך משקיע געווען אז דער פארום זאל האבען א געשמאק און חברים זאל'ן זיך פילן דא באקוועם.

#1 אינגרמאן.

איך וואלט עכט געדארפט בוחר זיין אין *תג* ווייל ער האט מיר א געוואלד ארויס געהאלפען, אבער תג האט א פאלעסי (ע"פ פקודת הרב שלו) אז ער שרייבט נאר אין זיין אשכול, כאטש ער וואלט געקענט העלפען אין אנדערע נושאים אויך.

פותחים בכבוד אכסניה אונזער באליבטע JEWBOY, אוי איך געדענק די גוטע צייטען ווען די ביזט געווען די עמוד התוך פון'ם פארום. דיין מיינונג איז אונז נאך אלטץ וויכטיג! ווען גייט מען שוין זוכה זיין דו זאלסט אונז מהנה זיין כמקדם.

באטשי איז מיר נעלם געווארען, ער פלעגט ממש אינטרהאלטען דא, חבל על דאבדין.

זיידעיאנטשי האט זיך פיין אריין געארבעט וכל הכבוד .

קעכער אז מ'שרייבט איידל און באשיידען, די מערסטע וואס פארדינט דערפון איז די שרייבער אליין, כה לחי.

yohcee718 א בקיא אין אזוי סאך פעלדער, לא יאומן.

עקשטיין אין דיין זכות גיי איך כמעט נישט אויף די אינטערנעט, אויב עס איז דא וויכטיגע נייעס האסטו דאס שוין צוגעברענגט, זכותך תעמוד לעד.

13Hooper קארצע הערות מיט אסאך תוכן.

גיי רעכען אויס אלע, לאמיר פראבירן וואס איך געדענק, אופס איך האב פארגעסען סעמי ווער ווייזט וואס מיט אים גייט פאר ממש יעדע ווארט אויסגערעכנט, ממנו ילמדו געט אכטונג אויף כבוד האדם כאטש עס איז נישט מער ווי א ניק...

יוסף90/חורינר/שפצלך10/וכו' וזה לאומת זה שור שנגח ממש אין מילים
זיסקייט, SHIA, טאגליכט
דישיגוטער
קאנדאהר, נייטראל, געזעגענען, אויסשווארץ, וכו'
תודה מקרב לב

תוקן על ידי - כורמיזא - 12/09/2004 16:06:48



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2004 16:24 לינק ישיר 

איך בין נישט צו לאנג דא ממילא קען איך נישט אזוי יעדן איינעם
פון די לעצטיגע וואכן און (2-3) חדשים קען מען זאגן אז:

1) אינגערמאן
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1009722
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1094355
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1094481

2) כורמיזא
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=962071
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1094728
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=4&topic_id=109697

3) באטשי
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1033849
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1019491
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1021102

פארשטייט זיך אז סדא נאך אנדערע
אבער היות מבעט פאר 3 פרוביר איך מיר צו האלטן צו די תקנות

זעלבספארשטענדליך אז Jewboy דארף מען אוודאי נישט דערמאנען
און אז די שאלה וואלט געווען ווער סשרייבט די מערסטע וואלט דאס גאנץ זיכער געווען ekstein

די פאול איז א גיטע געדאנק - קנאת סופרים תרבה חכמה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 19:37 לינק ישיר 

It seems like there are not many people on this forum who take the time to write, including me. And the ones who do, most of the time are writing Satmar politic which to me is just a bunch of garbage, so it's one though decision for me



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 20:55 לינק ישיר 

כומיזא
שכויעך פאר א גוט ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2004 21:26 לינק ישיר 

אה ווא, אה ווא, ס'פעלט נישט אויס, ס'פעלט נישט אויס, מאכט נישט קיין טומעל, ס'מיר גיט אויבן אן אויכעט, ס'גוט ס'גוט, קרעימעש קעיק איז אויך גוט, דארף נישט דוקא פשו'טע קעיק

איך בין איבערגענומען פון די אלע גוטע ווערטער
כורמיזא און זיידי , א שיינעם דאנק, <blush>

צו קענען אריינגעבן א פולקאמע ליסטע דארף איך האבן מער צייט צו טראכטן און נאכקוקן, און כ'בין זייער ביזי זיך גריטן צו די הייליגע טעג,

אבער אויפ'ן ערשטן געדאנק איז דאס מיין מיינונג

דאס ווייסט שוין יעדער מער ווייניגער אז מיין סטיל ענדעלט שטארק צו די נומבער 1
"כורמיזא"
כ'קען עם נישט פערזענליך (דערווייל) אבער מיר פארשטייען זיך דא דא בעסטע

"יוחי-יוסי718 (כ'האב אויך דיסלעקסציע)(:

זיי שרייבן שטענדיג זאכליכע תגובות און באלערענדע טעמעס, נישט סתם נארישע אטאקעס און פאליטיק.

"זיידי", ווען באבי האט עם נישט נערוועז עמאכט... (:

איך עגרי אויך מיט כורמיזא איבער "קעכער"

באשטי פךעגט אריינברענגן די הומאר, ער איז פארלוירן געווארן ערגעץ, אפשר איז ער געפארן אויף אומאן

סעמי איז געוואלדיג אבער ער שרייבט זעלטן

נער תמים איז אויך גוט אבער שרייבט ווייניג לעצטענס

עקשטיין איז דער נייעס-רעפארטער פון פורם

last but not least
JEWBOY פאר'ן געבן די פלאטפורמע און ברענגן די בילדער

אבער כ'בעט עם ער זאל ברענגן מער בילדער
און מער שרייבן און אויפברענגן אינטערסאנטע טעמעס... נישט נאר פון ציפעדיגע פיסטוקעס

כ'בעט מחילה פון וועם כ'האב פארגעסן
און איך ריזערוו זיך די רעכט צוצולייגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 22:04 לינק ישיר 

כ'האב געהאט א שמועס מיט קעכער נעכטן כ'האב עם געזאגט אז פאר נאמבער וואן וואלט איך געלייגט צווי באט כ'ווייס נישט וועם איך זאל אנרופן # 1 ווייל ביידע זענען ביי מיר נאמבער וואן.

און דאס זענען "אינגערמאן & כורמיזא"

נאמבער טוו וואלט איך געלייגט יאנטשי.

נאמבער טרי סעמי & יוסי718

איך העט ווען געלליגט נאך אפאר אויף די ליסט, כ'האב נישט קיין צייט יעצט איבערצוקלעטרן אלעס....

איך האף מ'וועט נישט זיין ברוגז אויף מיר וועם כ'האב נישט אויסגערעכנט ס'איז נאר דא דריי טעשויסעס.

-----
א גוט געבענטשט יאר

תוקן על ידי - jewboy - 13/09/2004 22:37:08



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 22:14 לינק ישיר 

אזוי ווי איך גלייך זייער די סאטמארע גארביטש, וועל איך וואוטן פאר די צוויי:

1) יוסף90, מיט זיינע אלע ניקס

2) שורשנגח, מיט זיינע אלע ניקס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 22:59 לינק ישיר 

1} JEWBOY THE ONE AND ONLY צו שרייבט ער פון ארץ ישראל אדער בילדער פון אמעריקע, נישט קיין נפקא מינה, ער האט עס

2} אסאך שותפים כורמיזא SAMMY YOSI718 אינגערמאן באטשי זיידיאנטשי

3}קרן התורה יוסף90 מיט זיינע ניק איטשעחסיד מיט זיינע ניקס גארפילד KJFIREMAN



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2004 01:00 לינק ישיר 

תודה לכולם.....
איני רוצה לדרג לפי הסדר ....123
אלא אני יכתוב את שלושתם כאחד.
כרמיזא . אינגרמאן.(מגיע לו בזכות ולא בחסד).ואחרון אחרון חביב מנהל הפורום שלנו דז'בוי...


אגב. דז'בוי .אתה כתבת למעלה "תפסתי שיחה עם קעכער ודברנו....
תגיד לי אני מכיר אותך מאיזה מקום ? נפגשנו פעם ? ...
ולסיום אני ג"כ מכניס לרשימה הנ"ל את יוסף 90 (עד 120) .יוסף אני רואה אותך מדי פעם . "אוהבים אותך חבר"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 01:39 לינק ישיר 

קעכער די ראלס וואס דזובוי האט אראפ געלייגט זענען נישט וועמען די האסט ליב פערזענליך און וועמען נישט,
עס האנדעלט דא נישט וועגען א שדוך מען וואעט דא ווער עס זענען די בעסטע 3 שרייבערס אפגעזען ווי מען האלט אין פאליטיק אדער נאנטקייט צו דעם קאנדיטאט,
טאמער דו האלטס אז יוסף 90 איז פון די 3 דעמאלסט כל הכבוד

מעיק אפ יאר מיינד די קענסט דזובוי אדער נישט דאס פאלגענדע האסטו אליין געשריבען

(מי שמכיר אותי יודע שאני ישמח מאוד מהשלום הזה !!!(תשאל את דג'בוי)ואני שמח על כל פלג שמצטרף לעדה .)

תוקן על ידי - 13Hooper - 14/09/2004 1:56:00



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 01:42 לינק ישיר 

איך לייען נישט קיין סך; כ'בין יוצא מיט דורכפארן. אבער דאס ווייסט דאך יעדער איז זיידיאנטשי איז סופער.

(צו זאגן אז "דזשובאָי איז דהי בעסט" וואלט געווען דאס זעלבע ווי זאגן "גוט יום-טוב", "מים-אחרונים וואסער" אא"וו.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 02:45 לינק ישיר 

1 מןהסתם

2 jewboy

3 באטשי הגם איך בין נישט מסכים מיט איעם אבער זיין הומאר אין פריש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2004 03:19 לינק ישיר 

גארפיעלד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2004 06:34 לינק ישיר 

1. עקשטיין (ער מאכט דעם פארום זייער אינטערעסאנט.)

2. אינגערמאן, סמי, זיידי יאנטשי, כורמיזא, באטשי און אלע זייערס גלייכן (פאר זייער סענס אף יומאר.)

3. יוסף90, געזעגענען, שור שנגח, מקוה איד און אלע זייער גלייכן (פאר'ן האלטן אונז גוט אינפארמירט וואס ס'טוט זיך אפ אין סאטמאר.)

לכתחלה האב איך געוואלט געבן פאר דזשובוי דעם נאמבער 1 אבער דאן האב איך באשלאסן אז דזשובוי איז צו חשוב אז איך זאל אים אפשאצן מיט א פשוט'ע 1.

אגב, קען מיר איינער ערקלערן פארוואס נאכ'ן ליינען דזשובוי'ס מעסעדזשעס האב איך אלעמאל א פרייליכן שמייכל אויפ'ן פנים? ער האט עפעס א וואונדערליכן חוש צו מאכן מענטשן לאכן.

און די פאני זאך איז אז זיין סענס אף יומאר איז סאך בעסער אויף היידפארק ווי צווישן מענטשן פריוואט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פאול פאר די 3 בעסטע שרייבערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext