בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קומט "אלע" אין די "מאסן"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2004 01:08 לינק ישיר 
קומט "אלע" אין די "מאסן"

א קאר פארט יעצט ארום אין וויליאמסבורג אויסרופן עפעס א טיי אוונט. דער אויספיר איז "קומט אלע אי די מאסן". דאס איז א גאנגבארע סלאגאן וואס מען נוצט אין גרויסן. אבער איך מיין אז מען טראכט נישט אריין אז די ווערטער האבן נישט קיין סך פשט. "קומט אלע" איז טייטש "יעדער זאל קומען". "קומט אין די מאסן" מיינט אז דער "עולם זאל קומען אין גרויסן". "קומט אלע אין די מאסן"? וויאזוי טוט מען דאס? וויאזוי קען איך קומען אין די מאסן, זיידעיאנטשי קומען אין די מאסן? דזשובאי קומען אין די מאסן? אינגערמאן קומען אין די מאסן?

הא? נו, ענטפערט שוין דארט אין די מאסן!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 01:30 לינק ישיר 

"קומט אין מאסן" איז אזויווי אסאך אנדערע ווערטער ביי אונז היימישע אידן אן איבערטייטשונג פון ענגליש (העלפט פון איד-בלאט)

אויף ענגליש זאגט מען Come all en masse
די דיקשאנערי פארטייטשט דאס אזוי:
In one group or body; all together
The protesters marched en masse to the capitol

כמיין סהאט נאך עניטיים אזויפיל פשט ווי די "טיי אווענט" לשון גופא...
האט איינער שוין אמאל באקומען טיי ביי אזא אווענט? אפילו ווען ער האט געבעטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2004 01:35 לינק ישיר 

זיידעניו! כ'האב מורא אז דו האסט מיך נישט גוט פארשטאנען!

"קומט אין די מאסן" שטימט. קומט "אלע" אין די מאסן איז שוין, לענ"ד, פראבלעמאטיש. ווייל דאס הייסט אז יעדער אינדיווידועל באזונדער זאל קומען אין די מאסן. יעצט זאג דו אליין, זיידי, אויב דו, איינער אליין, אן באבע צירל ביי דיין זייט - קען קומען אין די מאסן. דו קענסט קומען אין די מאסן נאר אויב דו צוזאמען מיט אלע אלטע אידן וואס זיצן ביי דעם זעלבן חק-שיעור ווי דו.

"טיי אוונט"? דו געדענקסט דאך נאך (דאס יונגווארג ווייסט גארנישט דערפון!) ווען ביי א טיי אוונט האבן מען ווירקליך סערווירט טיי. אך, וואספארא שיינע צייטן געווען דעמאלט, ווי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 01:50 לינק ישיר 

מענטשעלע כהער וואס די זאגסט, כווייס טאקע נישט צו אין ענגליש שטימט צו זאגען come all en masse אפשר נאר come en masse

אין אידיש האבן די אלע לשונות סייווי נישט קיין הענט און קיין פיס מהאט זיך שוין אזוי צוגעוואוינט און מרעדט עם הארצות רעכטס און לינקס, צירל רעגט זיך אלעמאל אזוי, די טראנספארטאציע און די קאנפערענץ, וואס איז נעבעך געשען מיט אונזער אידיש...

די יונגווארג ווייסט טאקע נישט פארוואס סרופט זיך טיי אווענט, מוואלט עס שוין געמעגט רופען "קוגעל אווענט", פאר טיי מוז איך בעטן צירל, האטס מיר א שאנע טויבע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קומט "אלע" אין די "מאסן"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext