איך מיין אז מען זאל יעצט נעמען א ברעיק פון די סאטמארע טינופת, סיז פארט ערב ר"ה.
כאב היינט אריינגעטראכט, (איך רעד דא צו די סאטמארע אידן), א מענטש מעג דאך אמאל האבן אן ערנסט מינוט אויך, שטעלט אייך פאר, (און איך רעד נישט צו קיין שטריקעס וואס האבן ליידער פראבלעמען מיט אמונה), ליידער און צענטראלע סאטמארע ביהמ"ד ווי טויזענטער ערליכע אידן קומען זיך צוזאם צו אויסבעטן א גוט יאר, דרייט זיך ליידער דארט א גרויסער זעהבארער שטן, דער שטן פון "לא תשנא את אחיך בלבבך", אזא מין שנאה וואס ס'ברענט דארט ליידער פון איין ברודער קעגן דעם אנדערן איז עד לב השמים, איך פרעג ביידע צדדים גלייך איז דארט נישט די לופט פארפעסטעט מיט א געפערליכע ענעמאסיטי, איך זאג נישט אז יעדער איז אזוי, אבער יעדע ריר דארט איז פאליטיק יעדע ריר פרובירט זוכט איין צד צו בעניפיטירן אויפן אנדערן, פארדעם אליין ווייסעך נישט צו סיז כדי צו גיין דארט דאווענען.
סיז דא עפעס א מנהג אז פארן דאווענען זאל מען זאגן "ואהבת לרעך כמוך", אויך דער ר"ר אלימלך זצ"ל פלעגט איבערבעטן זיין גאנצע הויז געזונט יעדן ערב שבת פאר ער איז געגאנגען אין שול, כאטשיג דער ר"ר אלימלך האט זיכער קיינמאל נישט וויי געטאן א אידיש קינד, און ווען ער האט יא איז עס זיכער געווען א מצוה, נאר זעהט עפעס אויס אז דאס אז אידישע קינדער האבן זיך פיינט איינעם דעם צווייטן דאס איז דער גרעסטער מסיך ומבדיל אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן.
איך בין בכלל נישט קיין צדיק, און איך מיין מיך אויך, אבער אונז אונז ברויך מיר זכותים, סיז צייט אמאל צו מקיים זיין דעם ר"ר אלימלך "תן בלבנו שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם"
רבותי אלע אינאיינעם:
ו א ה ב ת - ל ר ע ך - כ מ ו ך
א כתיבה וחתימה טובה!
 |
|
|