בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

מרדכי בן דוד - נחמו / חכה לו / עד מתי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/9/2004 23:58 לינק ישיר 
מרדכי בן דוד - נחמו / חכה לו / עד מתי
מצורף קובץ

מרדכי בן דוד - נחמו / חכה לו / עד מתי


זינגער: מרדכי בן דוד

פראדוצירער: מרדכי בן דוד

מוזיק אראנדזשירער: אלי לויפער

קאמפאזירער: מרדכי בן דוד, אלי לויפער

קאור אראנדזשירער: אלי לויפער



MBD נייע טעיפ איז בעיני אבי געזונט סתם ארויס געשאסען, ערשטנס פארשטיי איך נישט וואס די גימיק פון נאר דריי ניגונים איז, איך ווייס נישט אויב זיי מאכען מער געלט אזוי, איך האלט אז אדער זאל ער ארויס געבן א נארמאלע טעיפ אדער אינגאנצען נישט

מרדכי'ס קול הינקעט שוין אונטער לעצטענס, פאר דעם האט ער אדאפטירט דעם נייעם קומזיץ סטייל ווי ער איז מער באקוועם, די טעיפ איז טאקע אויך אויף דעם גאנג

די שטארקייטען פונעם טעיפ זענען: 1) אלי לויפער (ב"ר משה) קונצליכע מוזיק וועלכע געבן פארן טעיפ א פנים, די מוזיק איז זייער גיט געמאכט און ווייזט אויף אליס טאלאנטפולע פעאיגקייטען וואס איז שוין לאנג נישט קיין סוד, 2) דער אינגל עזריאל גרין וועלכע געבט אריין אביסל לעבן אין מרדכיס דעפרעסיע, טאקע א נייע שטימע אבער אויסערגעווענליך גיט

די ערשטע ניגון נחמו איז געקוועטשט און געדרייט און פארפעלט צו זיין עפעס ערנסט, נישטא צופיל קאור, מרדכיס קול איז אביסל אווער די טאפ געצויגען ארויף און אראפ אבער נישט סטעבל, בקיצור קנאפע טרוקען

חכה לו איז נישט קיין שלעכטע ביעט, אבער ווייט פון זיין א ניגון וואס מזאל קענען נאכזונגען, סאיז אבער געשמאק צו הערן, גרין זונגט הערליך, הארמאני איז זייער גוט. וואלט עס ווען געווען אויף א געהעריגע טעיפ מיט נאך ניגונים, נישט געפערליך, אבער אלץ א ניגון אליינס איז עס נישט ווער ווייס וואס

די לעצטע ניגון עד מתי איז שוין יא עפעס מענטשליך, קודם די געוואלדיגע מוזיק וויאזוי סהייבט זיך אן מיט די קאור, נאכדעם מרדכיס נבהלה וואס ער לייגט גיט אראפ, די הויכע פאל עד מתי איז א געלונגענע שטיקל ארויס ברענגענדיג דעם תוכן ווי אויף די ענדע טאטע עד מתי. גרין געבט דא אויך אריין חן זינגענדיג עד מתי זייער הארציג, און די קאור איז זייער זייער שיין. מרדכיס זיפצען און קוויטשענדיג זינגען עד מתי איז נאריש לדעתי, כמיין סווייזט אז ער שפירט זיין קאריערע קומט באלד צו אן ענדע און פרובירט אלע וועגן זען וואס ער קען

איך מיין די בעסטע וועג וויאזוי אראפ צו לייגן די טעיפ איז דורך ארויס ברענגן אז סהאט בעצם נישט קיין נאמען, האסט שוין אמאל געזען א טעיפ מיט דריי נעמען? די גאנצע טעיפ איז אזוי, סתם אין די וועלט אריין. חוץ פון עד מתי איז נישטא וואס צו פארפאסען דא, אויב זענט איר אבער א געשוואירענער מרדכי פען, דעמאלס לייגטס דאס אויך אריין אין די קאלעקשען.
----

ארטיקל אריגינעל געשריבן: 5/8/2004




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/10/2004 22:16 לינק ישיר 

i like mbd but why the fake kvetching on the tape? it sounds sooo fake!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > מרדכי בן דוד - נחמו / חכה לו / עד מתי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext