ברענטש חדשות אנש: חדשות אנש עולם הנגינה
מיט שמחה און לויב צום באשעפער, און מיטן הילף פון אונזער'ס א חשוב'ן מעמבער וואס איז באקאנט אונעם עולם הנגינה זיידיאנטשי האבן מיר געפענט א ברענטש פון חדשות אנש וואס ווערט אנגערופן חדשות אנש עולם הנגינה, דאס וועט זיין אויסדרוקלעך נאר פאר נייעס און אפדעיטס פון חסידישע ניגונים / טעיפס / סי די'ס.
ווען ס'וועט דארט זיין אן אפדעיט אדער א פאראינטרעסירטער נייעס פארן עולם וועט מען דא צושטעלן א לינק.
צו שרייבן אויפן נייעם פארום דארף מען האבן א רשות צו שרייבן, ליינען קען יעדער. (ווער עס איז דא א מעמבער וועט קענען שרייבן דארט אויך מיט די צייט)
בקרוב וועט דער פארום אריבער גיין צו מסורת.
לאמיר האפן אז ס'וועט מצליח זיין און דער עולם וועט הנאה האבן אי"ה.
און א עקסטער'ן שכויח פאר זיידיאנטשי פארן זיך אונטער נעמען עס צו פירן.
חזק וברוך.
ווען איר קליקט אויבן אויפן אתר הפורום קומט איר אטאָמאַטיש אן צום נייעם פארום.
|
|