בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

ליפא שמעלצר - לעילא ולעילא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/9/2004 08:10 לינק ישיר 
ליפא שמעלצר - לעילא ולעילא

ליפא שמעלצער 'לעילא ולעילא'

פארוועם איז די טעיפּ "נישט" געמאכט?
מ'האט זיך שוין צוגעוואונט אז 'ליפא' איז אפדעטעד מיט די רוח פון די גאס, דעריבער עקספעקטעד פון אים דאס מאל אויך עפעס וואס זאל זיך אריין פאסען אין דעם הגדרה.

פארפאלען, ווער עס גלייך'ט נישט די אמת'ע חסידישע טעם אין נגינה האט נישט אויף וואס צו קויפען דעם טעיפ!

פארוועם יא?
דאס איז אויך אביסעל שווער צו זאגען, ווייל פארט איז דאס מער א טעיפ וואס מ'דארף צו לייגען גאנץ אסאך קאפ בשעת'ן הערן, און דאס באדערט מיר אויך פארוואס האט ער נישט געמאכט א פשוטע חסידישע טעיפ אן די אלע יודישע-ווערטער ניגונים. אבער פארפאלען מ'דארף עס אננעמען אזוי ווי עס איז, איך האף אז לעתיד וועט ער מאכען פשוטע חסידישע טעיפס אויך. (איך שטעל זיך פאר אז די קומענדיגע טעיפ גייט זיין מער מאדערען, און די יעצטיגע טעיפ האט ער געמאכט אין דעם פארעם בעיקר צופרידען צושטעלען זיין רבי'ן...)



איך וועל איבער לאזען פאר זיידעיאנטשי צו מאכען די פולע באריכט, איך וועל נאר שרייבען אפאר נקודות:
די מוזיק איז עקסעלענט, איך מיין אז צווישען די לעצטע פאר טעיפ'ס וואס זענען ארויס געקומען פארנעמט דאס פון די שענסטע פלעצער לגבי די מוזיק.
בפרט דאס זיך באנוצען מיט די ארגענאלע אינסטראמענטען, די פידלעך איז אפשר אביסל מוגזם אבער עס איז א נחת צו הערען כאילו אן אלטען טעיפ מיט א נארמאלע סטודיו.
כמעט אלעס איז אלטע ניגונים, אזוי ווי רוב ניגונים האב איך שוין געקענט, האט עס מיר ממש פארכישוף'ט, איך האב נישט געגלייבט אז עס וועט נאך אמאל געזינגען ווערען די ניגונים. בפרט יעקב אבינו'ס ניגון, (וואס מיין טאטע זאל זיין געזונט פלעגט דאס זינגען ווען ער פלעגט אונז נעמען פון קאנטרי צו באזוכען איינע פון די פַארעמס)
די דעקעל איז לדעתי גאר א געלונגענע ארבעט און עס פאסט זיך גוט צו צום סטייל פון דעם טעיפ:


אויף דעם פילען באריכט ווארט - מיט געדולד - אויף זיידעיאנטשע



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2005 12:48 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ליפא שמעלצר - לעילא ולעילא


זינגער: ליפא שמעלצר

פראדוצירער: ליפא שמעלצר

מוזיק אראנדזשירער: יהושע פריד, אברהם גורארי, שי בעכער, דאני פלאם

קאמפאזירער: אלטע ניגונים, ליפא שמעלצר

קאור אראנדזשירער: זמר



לאמיר אנהויבן מיט אן הקדמה, לעילא ולעילא איז נישט קיין בדרך סארט טעיפ, נאר פונקט ווי אברהם פריד האט זיך געמאכט א מנהג אז ער געבט ארויס איין געהעריגע טעיפ מיט נייע ניגונים און איז מפסיק מיט א חב"דסקער טעיפ וואס איז אויך אויסגעצייכענט אבער מער געוואנדען צו די חסידישע וועלט, אזוי אויך האט ליפא זעט זיך אויס מחליט געווען אז צווישן זיינע געהעריגע טעיפס וואס האט באקומען אסאך קריטיק אין גאר חסידישע קרייזן וועט ער ארויסגעבן א מער חסידישע טעיפ פון וואס אפילו גאר פרומע וועלן הנאה האבן

לעילא ולעילא איז טאקע פון דעם סארט, אבער כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה פונקט ווי ביים געהעריגען טעיפ דערקענט זיך שטארק אן ליפאס געוואלדיגע טאלאנטען און מוזיקאלישען חוש הערט מען דאס אויף טריט און שריט אויך ביי לעילא, ליפא שמעלצט צוזאם אלטע אידישע ניגונים מיט פארצייטישע חסידישע מעלאדיס באגלייט מיט שיין אויסגעארבעטע קאור און באמת טאלאנטפולע מוזיק אראנדזשירונגען, אבער לאמיר זיך אפשטעלן א רגע און שמועסן וועגן אידישע ניגונים

סאיז אמאל געווען א צייט (בערך צוואנציג יאר צוריק) ווען חוץ מרדכי בן דוד און אברהם פריד זענען כמעט נישט געווען אנדערע זינגערס, אויפן חסידישען פראנט זענען אויך געווען זייער ווייניג טעיפס, משה גאלדמאן איז דעמאלס געווען פריש, פון בעלז איז אויך געווען עפעס דא דארט, מאדזיץ האט זיך געלאזט הערן, פון מאל צו מאל איז ארויס געקומען עפעס פון אנדערע חסידות אבער גארנישט איז געווען ערנסט ווי היינט

אין אידישע ניגונים איז אינגאנצען נישט געווען קיין אויסוואל, חוץ ר' יו"ט ערליך ז"ל האט זיך כמעט קיינער נישט אפגעגעבן דערמיט, שפעטער אין יענע תקופה זענען געגאנגען סוקי און דינג צוויי דינאמישע אינגעלייט מיט אן אויסערגעווענליכען געפיל צו מוזיק און נגינה און אהער געשטעלט די ערשטע אין די סעריע פון "היימישע אידישע געזאנגען", חלק א' איז געווען אנגעפילט מיט פארצייטישע אמאליגע אידישע ניגונים פון דער אלטער היים, געזינגען דורך ווארימע חסידישע זינגערס ווי אייזיק האניג און פישל בייגל וואס זענען דעמאלס געווען פריש, איז דאס אבער מורא'דיג אויפגעכאפט געווארען און געווען א זעלטענע הצלחה ביז נאכן דריטען חלק ווי עס האט שוין אנגעהויבן אויסצו-וועפן

דער פאקט איז אבער געבליבן אז ווארימע אידישע ניגונים מיט אן אמאליגען חן איז עפעס פון וואס דער עולם האט הנאה און אברהם פריד האט טאקע נאכדעם ארויס געגעבן צוויי טעיפס פון יו"ט ערליךס ניגונים וואס איז געווען א גרויסע הצלחה און יוסף משה כהנא (היינט לחיים דיסטריביוטערס) האט דעמאלס איינגענומען די חסידישע וועלט מיט לחיים אידן

ליפא שמעלצר האט אין די ערשטע טריט פון זיין קאריערע געוויזן אז א שטיק הארץ ליגט אים ביי די סארט אידישע ניגונים, ווער סגעדענקט נישט וועל איך דערמאנען אז ער איז געווען דער וואס האט געשריבן די גראמען פאר די "פעקל צרות" ניגון פון מיכאל שניצלער, די "ברוך השם" ניגון פון מרדכי, "מיין קינד" פון מענדי וואלד, אזוי אויך זיינע אייגענע טעיפס האבן נאך פון אנהויב אן געהאט אידישע ניגונים (נאר בשמחה, שמע) און ווען סהאט זיך ארויסגעוויזן אז זיין שטארקייט ליגט דארט האט ער טאקע ביי זיינע לעצטע צוויי טעיפס (לטובה, בדרך) געמאכט די רוב פונעם טעיפ אידישע ניגונים

אזויווי אלע געלונגענע פראדזשעקטס האט זיך ביי לעילא ולעילא אויך פארלאנגט איינער וואס זאל עס געבן דירעקשאן און פירן די לייצעס, איז אריין געקומען אין בילד יוסי פראמאוויטש וואס איז דער אגענט פארן נייעם געלונגענעם קאמפאזירער שלום עזרי (רחם, ובדבר, אידעלע פון אייזיק האניג) און געווען דער שדכן צווישן ליפא און ברוך (אליעזר ליפמן) מאשינסקי דער לייברעריען פון היכל מנחם וואס איז א געוואלדיגער ידען אין חסידות (ער איז פון די הויפט עורכים פונעם "בכל יום ויום" לוח) און האט געוואלדיגע קענטעניסן אין אמאליגע חסידישע ניגונים און זייער היסטאריע, צוזאמען האבן זיי געארבעט צוזאם צו קלויבען פאסיגע ניגונים

א ווארט וועגן דעם נאמען "לעילא ולעילא"
ווער סהאט נאך נישט באמערקט איז כדי צו באמערקן אז ליפא איז א געוואלדיגער מומחה צו שפילן מיט ווערטער, ספעציעל האט ער ליב צו ניצען א נאמען וואס איז תרתי משמע, "ליפא שמע" "ליפא לטובה" "ליפא בדרך", וכו', "ליפא לעילא ולעילא" איז מסתמא די בעסטע נאמען פון אלע ער האט דאס טאקע געניצט ביי די עדס "ליפא זינגט לעילא ולעילא"

און לאמיר זיך טאקע שוין נעמען צום טעיפ און די ניגונים אליין אבער כוועל נישט שרייבן קיין סאך וועגן די תוכן פון די ניגונים וויבאלד מאשינסקי שרייבט שוין באריכות ביי יעדן ניגון באזונדער איבער איר היסטאריע און סגעדרוקט אינעם דעקל

1) מען דארף באהאלטען
די טעיפ הייבט זיך אן מיטן אלטען באקאנטען ניגון פון מען דארף באהאלטען וואס ווערט שוין געזונגען אויף היימישע אידישע געזאנגען חלק ב', דארט זינגען זיי עס מיט אן אנדערן נוסח רעדנדיג פון א ספאדיק אנשטאט א ניגון, דער תוכן מיינט אבער די זעלבע אז מען דארף באהאלטען דאס ווארימקייט און חסידישקייט פון אמאל כדי עס זאל בלייבן פאר די קומענדיגע דורות, און עס פאסט טאקע זייער גיט מיט דעם אנצוהייבען דעם טעיפ וואס איז פול מיט פארצייטישע ניגונים און ווערן טאקע דא באהאלטען אויף שפעטער, סאיז נישט אזוי ווייט א ניגון ווי אן אריינפיר וואס ווערט בלויז געזינגען דורכן קאור אן מוזיק אבער מיט הארמאני, און ווי נאר זיי ענדיגן גליטשט זיך ליפא אריין זינגענדיג:

2) אדיר במלוכה - מוזיק: יהושע פריד
ליפא באגלייט פון מוזיק לייגט דא אראפ דעם באקאנטען פיוט פון אדיר במלוכה וואס כלל ישראל פירט זיך צו זינגען נאכן סדר, מקען דא שוין שפירן דעם גאנצען מהלך פונעם טעיפ אז ליפא נעמט אלטע ניגונים וואס זענען שוין צוגעדעקט מיט שטויב און גלאנצט דאס אפ אויף א פראפעשענעל אופן, ער הייבט אן צוביסלעך זינגענדיג דעם ערשטן פאל זייער רואיג, די מוזיק געבט זיך א שטעל אפ א סעקונדע, און די קאור איז ממשיך אביסל שנעלער אבער אויך רואיג דעם אריינפיר צום צווייטן פאל, ליפא זינגט דעם צוויייטען פאל און פוצט עס צו צום סוף ביים שטיקל אן ווערטער מיט א פאסענדן ווידער קול, נאכדעם חוזר חלילה צום שטייטן שטיקל מיט קאור און מוזיק ביים הויכן שטיקל.

סדערקענט זיך שוין אז די קאור און הארמאני איז דא זייער קונצליך געמאכט, סיי ליפאס אייגענע הארמאני ווען ער זינגט, און סיי די קאור און אפילו די מוזיק. די סטייל לויפט כמעט אויפן גאנצן טעיפ. די ניגון ענדיגט זיך שוין אביסל מער ווילד ווען ליפא זינגט שנעל און כאפט שנעל די ווערטער ביז ער שטעלט זיך אפ מיט "אהא הא!" די מיני שטיקלעך געבן צו פעפער און זאלץ כאטש סטאקע נישט היימישע אידישע געזינגען סטייל אבער מקען דאס טרעפן אויף די נדבורנה טעיפס אדער עני חסידישע טעיפ וואס מונה האט געמאכט מוזיק

3) ניגון משיח (לעילא ולעילא) - מוזיק: יהושע פריד
א אידישע ניגון וועגן א משיח סעודה וואס מהאט געמאכט אין סטראפקוב און רעדט בעיקר וועגן ביאת המשיח, א שטייטע און רואיגע ניגון מיט שיינע הארמאני אינצווישען , סהאט שיינע התעוררתדיגע שטיקלעך וואס דרוקט אויס די כיסופין צו די גאולה שלימה און ענדיגט זיך מיט די ווערטער לעילא ולעילא, די סוף איז אויך א סטאפ סטייל ווי די קאור זינגט שמי' דקודשא בריך הוא און ליפא פאלגט נאך מיט א ווידער קול "לעילא ולעילא"

4) ניגון והשיב - מוזיק: יהושע פריד
די באקאנטע והשיב ניגון (כזינג עס יעדן מוצ"ש) באקומט דא א נייע צורה, די ניגון איז איינע פון די ניגונים וואס מקען זינגען סיי שטייט און סיי שנעל און ביידע ברענגן ארויס די טיפקייט פון פירוש המילות, וואס כהאב אגב ביז יעצט נישט געוויסט אז די ניגון איז מיוחס צום רבי ר' אלימלך, קאור און אפשטעל שטיקלעך איז דא לרחצה, בכלליותדיג איז אבער די קאור דא זייער ענליך צו די קאור וואס ליפא האט געמאכט אויף די סקווירא טעיפס, אפשר אפילו אביסל צו שטארק יענע דירעקשאן, די סוף איז ווייטער א ליפא סאלא און הארמאני אבער דאסמאל אן מוזיק נאר זיין קול ענדיגט זיך שטייטליך

5) צווישן קאסוב און קיטוב - מוזיק: אברהם גורארי
ביי די מוזיק אריינפיר פון דעם ניגון הערט מען גראד אז דא קומט עפעס וואס לוינט זיך צולייגן אן אויער, די פידל מיטן גיטאר גרייטן אן דעם וועג פאר די ביסל שנעלערע מוזיק אנגעפירט אויך פון א הארציגן פידל און שטעלט זיך אפ פארן יונגל סאלא ברוך אברהם צימענד וואס לייגט אראפ א מוראדיגע ארבעט (זיינע עלטערן באקומען א שכויח אויפן דעקל), מיט א געוואלדיגע מתיקות זינגט ער "צווישן קאסוב און קיטוב איז א בריקעלע פארהאנען ווי דער הייליגער בעל שם איז (פוסטריט) שפאצירן געגאנגען" און גייט ווייטער צוזאמען מיט ליפא "איז א וואסערל פארהאנען ווי דער הייליגער בעל שם איז (וואסער) זיך טובלן געגאנגען", די ניגון ברענגט ארויס די התיחדות וואס דער בעש"ט האט געמאכט ביים דינען דעם בורא, פון התבודדות, טבילה, יחודים, שירה, וכו', סענדיגט זיך מיט א מייסטערהאפטן "הייליגען בעל שם" פון ליפא און א קאור אפשטעל באגלייט פון וואסער סאונד

6) הבן יקיר - מוזיק: שי בעכער
די מעשה גייט אזוי, ליפא שמעלצר האט געזינגען אויף א חתונה און פארן מצוה טאנץ איז איינער צוגעקומען און געזאגט אז ער וויל עפעס זינגען, סאיז גאנץ א נארמאלע זאך וואס מזעט ביי אסאך חתונות אז קרובים זינגען עפעס און ליפא האט אים איבערגעגעבן די מייק, יענער האט זיך גענומען זינגען דעם ניגון און ליפא זאגט אז ער האט געמיינט אז משיח גייט קומען באותו רגע, ליפא דערציילט אז יענער האט נישט געהאט קיין אנונג וואס מוזיק מיינט אדער וויאזוי מדארף צו זינגען אבער ער האט געזינגען מיט הארץ

ליפא איז מעיד אויף זיך אז הגם ער האט שוין בייגעוואוינט פארשידענע התרגשותדיגע מאמענטן איז ער דעמאלס ווען יענער האט געזונגען מלא טעם "פארוואס וויינסטו" מוראדיג נתעורר געווארן אז סאיז אים געקומען טרערן, די ניגון איז נישט ארויס פון זיין קאפ עטליכע טעג, ביז ער האט יענעם אנגערופען און געפרעגט וואס די מקור פון דעם ניגון איז און יענער האט אים געזאגט אז זיי זענען אייניקלעך פונעם סניגורן של ישראל דער קדושת לוי וואס האט פארפאסט דעם ניגון און פלעגט עס זינגען יום כפור פארן דאווענען, ער האט אויך צוואה געלאזט פאר זיינע אייניקלעך זיי זאלן עס זינגען פאר מצוה טאנץ וואס איז בבחינת יום הכפורים, סהייסט אז ליפא האט דעמאלס מחליט געווען צו טון הלכה למעשה און ארויסגעבן א חסידישע טעיפ מיט די סארט ניגונים אזויווי מהאב מיר שוין פריער ארום גערעדט

וועגן די ניגון איז ממש א שאד צו שרייבן ווייל מדארף עס אויסהערן אנדערש קען מען זיך נישט פארשטעלן די געוואלדיגע עמקות וואס ליגט אין דעם, סהייבט זיך אן מיט א גיט געגנבעטע שטיקל פון איצאק פערלמאן מיט מערסטנס א סאלא פידל אבער גיט אויסגעפוצט מיט דראמאטישע שטורעם און ווידערקול ביטס, די ווערטער רעדן זיך וועגן פחד יום הדין בעיקר וועגן א מאמע וואס זארגט זיך פאר איר קינדס (בן יקיר) וואוילזיין, די הארציגקייט פון "פאוואזשע וויינסטו" מיט די פידל ביי די זייט איז אין לשער, סטרינגס מיט ווידערקול שפילן דא א גרויסע ראלע, די פידל שטיקל ביי 3:38 איז געוואלדיג

די היילייט פון די ניגון לדעתי איז בי 4:00 ווען די קאור ברימט אונטער "מי יחיה ומי יעשר וכו', מיט א ווידערקול פון שמע קולנו און הארציגע פידל שטיקלעך וואס ממש שפילן אויף די סטרונעס פון הארץ און נשמה, כווייס נישט צו סדא נאך א ניגון ביי אונזערע טעיפס וואס איז כמעט אינגאנצן פידל ווי דא אבער מייסטערהאפטיג שיין מתחילתו ועד סופו, כווייס נישט ווער יענער וואס האט עס געזינגען ביי יענע חתונה איז אבער א הארציגן ייש"כ קומט אים זיכער

7) ניגון ריקוד - מוזיק: יהושע פריד
ניגון ריקוד איז מסתמא די איינציגסטע ניגון וואס איך שפרינג איבער ווען כהער די טעיפ, די קאור איז ממש ארויסגענומען פון למרנן, ליפא זינגט כמעט נישט, די איינציגסטע גיטע חידוש איז די מוזיק צום סוף ווי סענדיגט צו מיט ויהי בישורון מלך, סזעט מער אויס ווי מהאט געזיכט אריין צו שטופן נאך א שנעלע ניגון אינעם טעיפ

8) שיר השירים - שלום עליכם - מוזיק: יהושע פריד
זכרתי ימים מקדם, כבין געווען אמאל א יונגער בחור, אין קעמפ אויף א לאנגע פרייטאג נאכמיטאג בין איך שוין צוויי שעה פארן זמן געווען אין ביהמ"ד געזאגט שיר השירים און מעביר סדרה געווען, ווען כהאב געהערט די ניגון האט עס מיר צוריק געברענגט צו יענע מאמענטן מיט די פרישע נאסע פאות און א ציגעלהיים חומש, ישקנו מנשיקות פיהו

ליפא הייבט אן זינגענדיג שיר השירים מלא מתיקות, די קאור פאלגט נאך מיט א הארציגע שטיקל אן ווערטער, די פיאנא נאכדעם דערמאנט מיר פון עפעס א ניגון נאר כקען נישט געדענקן וועלכע, די גיטאר נאכדעם איז ממש פון סיפורי קארליבאך ארויס, דא טוישט זיך די ניגון צו א הארציגע אמשינובער שלום עליכם, ברכוני לשלום איז געוואלדיג, סדא שטיקלעך וואס זענען שווער נאכצוזינגען און מזעט דא ליפאס טאלאנט, ליפא ענדיגט צו מיט ווינטשען שטילערהייט גיט שבת

9) ניגון שמחה - מוזיק: אברהם גורארי
גפן ג'עזונט פ'רנסה נ'חת איז לעצטענס געווארן שטארק אויפגעכאפט, קודם אייזיק האניג ביי שהחיינו און דא ליפא מיט ענבי הגפן, די ניגון איז מיוחס צום שפאלער זיידע, כאטש די ניגון איז בעצם גאנץ פשוט האט עס ליפא גיט צוהאקט און געמאכט פארשידענע שטיקלעך פון סאלא און קאור מיט מוזיק וואס מאכט עס מער אינטערעסאנט, ליפא ענדיגט צו ווי זיין קול ווערט צוביסלעך נעלם מיט א שטילע גיטאר שטיקל (וואס ענדלט שטארק צו ירון גרשובסקי אויף אידישע אוצרות ב' ניגון ט' דער גענעראל)

10) ניגון יעקב אבינו - מוזיק: אברהם גורארי
ליפא הייבט אן די ניגון בלויז זאגענדיג: יעקב אבינו פאשעט די שאף, אז ר' אייזיקל קאלובער האט גענומען ניגונים פון א פאסטוך און עס מעלה געווען ווייס מיר שוין אז די ניגונים וואס פאסטוכער זינגן ביים פאשען די שאף איז נישט אזא פשוטע זאך, סדא א קבלה אז מיט די ניגון האט יעקב אבינו געפאשעט די שאף

די ניגון איז דא זייער אריגינעל אן קיין פענסי עפעקטס נאר די ניגון מיט די אמתע הארציגקייט כמעט אן קאור אבער מיט הערליך צוגעפאסטע מוזיק, די הויכע פאל איז מלא דביקות און בענקשאפט צו די שכינה הקדושה, גורארי האלט זיך אין די ראמען אבער גייט דאך אפאר מאל א טראפ ארויס וואס פעלט אפשר נישט אויס

11) ימים על ימי מלך - מוזיק: דאני פלאם
פאר א טשעינדזש קומט דא ליפאס אן אייגענער ניגון, איין זאך מוז מען אים געבן קרעדיט אז ער איז א סקווירער און ער איז שטאלץ דערמיט, די ניגון האט ער פארפאסט לכבוד סקווירער רבי און סגאנץ גיט, סבאקומט דא הערליכע מוזיק שענער ווי אויפן ארגינעלען און קאור איז אויסערגעווענליך (בפרט 2:20 און 2:30) יחי אדונינו געבט אויך צו א טעם, די מוזיק ענדיגט צו מיט די רבי זאל לעבן א מזל טוב אלע חסידים א מזל טוב

12) ניגון רוזין - מוזיק: אברהם גורארי
ניגון רוזין איז א באקאנטע ניגון וואס מקען הערן אויף אסאך פון די אלטע פלעיס, א פארצייטישע הארציגע ניגון געשפילט דא בלויז דורך מוזיק, סאיז ממשיך צו ניגון המלאכים אויך א דביקותדיגע ניגון, און דא קומט א בלענד אריין פון קה אכסוף דורכן קאור וואס פארכאפט דעם אטעם (1:10) די וועג וויאזוי זיי לייגן אראפ השבת נועם הנשמות איז נישט צום באשרייבן

די קאור ענדיגט זינגענדיג נפשי חולת אהבתיך (מיט ליפא זייער שטיל) און עס פארט אריין צו ליפא זינגען קלי אתה ואודך מיט א מוזיק אינטראדאקשען פון לאמיר דערציילן (1:57) וואס ווערט טאקע געזינגען נאך קלי אודך, לאמיר דערציילן די מעלות פון א הייליגע ניגון קומט ווי ארויס צו ברענגן די גאנצע געדאנק פון די טעיפ און סאיז א געלונגענע וועג צו ענדיגן דעם טאקע וואס הייבט זיך אן אז מדארף באהאלטן א ניגון א אלטן, אז מהערט גיט זינגט ליפא צום סוף די מעלות פון א "חסידישע" ניגון

צו מאכן א סך הכל איז לעילא ולעילא א טאפ אף די ליין קאלעקשן פון עכטע אלטע חסידישע ניגונים מוראדיג באארבעט און אראפגעלייגט דורך ליפא, די מוזיק איז טאקע אביסל געפוצט אבער נישט ווילד און אפילו איינער וואס האט מורא עס צו הערן וועגן ליפא לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן אלץ די ניגונים אויס און אזא איינער וועט איינזען אז ליפא קען דעם מהלך אויך און סאיז הערליך שיין, אסאך פון די קרעדיט קומט זיך פאר אברהם גורארי וועמענס פינגערפרינטס דערקענט זיך אויפן טעיפ, און אויך פאר אלי לאשינסקיס הערליכע מיקס וואס האט זייער א קלארע שארפע שניט

סדא וואס פרעגן ווי קומט ליפא צו אזא מין טעיפ? וואס קען ער שוין צוגעבן צו חסידישע ניגונים וואס אויב איינער זוכט א ווארימע חסידישע זינגער וועט מען ענדערש הערן אייזיק האניג, ירמי' דמן, חיים באנעט, באבוב, ויזניץ, נדבורנא, פרעמישלאן, סקולען, וואס זענען אסאך בעסער ווי ליפא אין דעם הינזיכט

דער תירוץ איז אז אמת אין הארציגקייט און חסידישקייט איז דא בעסער פון ליפא אבער אין דעם גאנצען צוזאם שטעל דער גאנצער הלוך ילך וואס צו זינגען, וויאזוי צו זינגען, די קאור, די הארמאני, די מוזיק, די קנייטשען, די שטיקלעך, ביי דעם אלעם זעט זיך ארויס ליפאס טאלאנטען וואס ווייניג קענען דאס, און כאטש סדא וואס טענהן אז די טעיפ אויב ווערט דאס ווען געזינגען דורך א מער הארציגען חסידישען זינגער וואלט עס געווען צען מאל שענער, לדעתי איז דא געוויסע זאכן וואס קיינער וואלט נישט געקענט אזוי גיט ארויס ברענגן ווי ליפא אליין און פארדעם איז עס טאקע לעילא ולעילא

----





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/6/2005 22:26 לינק ישיר 

איין קליינע הערה,
ביי נומער 2 - אדיר במלוכה, זענען 2 עקסטערע ניגונים, די ערשטע איז א שטייטע און די צווייטע א לעבעדיגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > ליפא שמעלצר - לעילא ולעילא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext