א שמועס מיט הרב ירמי' דמן
א שמועס מיט הרב ירמי' דמן
פאלגענד איז אן אינטערוויו צווישן דעם חסידישען ר' ירמי' דמן און ידידיה מאיר, דאס איז די ערשטע מאל וואס ר' ירמי' גיבט אזא סארט אינטערוויו, עס איז ערשינען אין דעם פארגאנגענעם סוכות תשס"ה אויסגאבע פון דעם ארץ ישראל'דיגן מאגאזין "משפחה", כהאב פרובירט איבערגעזעצן דעם תוכן אויף אידיש אבער נישט ווארט ביי ווארט ממש, געוויסע פלעצער האב איך איך צוגעלייגט א ווארט אין סוגרים (-)
צווישן איין פראגע און צווייטען שרייבט ידידיה מאיר פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן וואס איז נוגע ר' ירמי' און וויאזוי ער זעט דאס פון זיין אויגענבליק, כברענג דא פון די חלקים אויך אן איבערטייטשונג און שטעל דאס אריין אזויווי סאיז געדרוקט דארטען
הרב ירמי' דמן - ערשטע אינטערוויו נאך דרייסיג יאר אין עולם הנגינה
אויף רחוב דובר שלום די הויפט גאס פון קרית בעלז אין ירושלים, איז גרויס די צוגרייטונגען לכבוד יו"ט.
הויפט געסער פון עכטע חסידישע געגנטער זענען פון די פלעצער וואס באקומען ערב יו"ט א פנים ווי פארצייטישע מארקען און הויפען, די געדרייטע גאס וואס טראגט דעם נאמען פונעם ערשטן בעלזן רב איז פול מיט חסידישע אינגעלייט און בחורים, מיט לולבים, ערבות, אתרוגים, שרויפען, העלצער, גארטלעך, און אנדערע הייליגע חפצים מיט וואס אידן גרייטן זיך צום יו"ט.
פארן איד מיטן שיינעם הדרת פנים וואס שפאצירט יעצט אריין אין טויער פון רח' דובר שלום 11 ממש קעגן איבער דעם הערליכן בעלזן ביהמ"ד, איז דא נאך א תפקיד וואס ער מוז ערפילן פאר יו"ט. חוץ די ד' מינים און די סוכה ווי יעדער איינער, האט ער נאך עפעס וואס ער דארף אהער שטעלן: א ניגון. א שיינער ניגון, און נישט סתם א שיינער ניגון נאר א הערליכער ניגון. א ניגון פארן רבין.
"פאר ראש השנה בין איך אריין צום רבין ווינטשען א גיט יאר", פארציילט דער איד מיטן הדרת פנים, ר' ירמי' דמן, "מיר האבן געשמועסט פון חסידות ראפשיץ צו ווי מיינע זיידעס האבן באלאנגט, ומענין לענין האט מיר די רבי דערמאנט אז אין ראפשיץ זינגט מען סוכות שטיקלעך פונעם יום כפורדיגען דאווענען, מיטאמאל האב איך מיר דערמאנט אז אונז פלעגן טאקע זינגען מיט מיין טאטען אין די סוכה הערליכע שטיקלעך וועגן גדלות הבורא פון די תפילות ימים נוראים, למשל (ר' ירמי' נעמט זיך זינגען וואס ער האט געזינגען ביים רבין אין צימער): 'מי לא ייראך מלך הגויים, כי לך יאתה, כי בכל חכמי הגוים ובכל מלכותם מאין כמוך...', פשוטע ניגונים אבער אויך גאר ווארימע און הויכע. די רבי האט מיר געבעטן איך זאל זינגען נאך, ער האט שטארק הנאה געהאט, נאכדעם האט ער מיר געזאגט: דאס איז א שיין שטיקל, לייג צו דערצו א שטיקל בעפאר און א שטיקל דערנאך, און אפשר וועלן מיר האבן א ניגון פאר סוכות...".
זייט דעמאלס איז אריבער ראש השנה, יום כפור, און ביז יעצט האט נאך ר' ירמי' נישט געטראפען א ניגון. סאיז גארנישט אזוי פשוט, צום רבין ביים טיש אין די סוכה קען מען נישט ברענגן סתם א ניגון, אוודאי נישט נאכדעם וואס ער האט ספעציעל געבעטן דערפאר.
אבער ביז יו"ט וועט אנקומען, ביז די רבי וועט ענדיגן די תורה סוכות ביינאכט און וועט ווינקען פארן גבאי ער זאל ווינקען פאר ר' ירמי' אנצוהייבען מיט א ניגון, ביז הונדערטער פאר יו"טדיגע אויגן וועלן קוקען אויף אים מיט האפענונג, ביז דעמאלס איז נאך דא אביסל צייט.
און דער אייבערשטער, אלוקי הניגונים, וועט העלפן.
סדא צוויי זאכן וועגן ר' ירמי' דמן וואס איר האט מסתמא נישט געוואוסט, איינס אז ער איז געבוירן און אויפגעוואקסען אין תל אביב (שכונת התקווה), צווייטענס אז דער חזון איש ז"ל איז געווען זיין סנדק.
די צוויי אינטערעסאנטע פאקטען האבן איין פארבינדונג, און דאס איז ר' ירמיס פאטער ר' איטשע דמן ע"ה, ער איז געווען א איד א ירא שמים וואס זיין גאנץ לעבן איז געווען פול מיט אזעלכע אינטערעסאנטע פארבינדונגען, שכונת התקוה און בעלז, כולל חזון איש און א פיש געשעפט אין דרום תל אביב, א קפדן אין הלכה און א פרייליכער חסיד.
ער האט אויך פארמאגט א שטימע. "מיין טאטע ע"ה איז געווען א בעל מנגן נפלא, א בעל תפלה נפלא", זאגט ר' ירמי', "איך האלט אז סנישט דא היינט קיין סאך אזעלכע בעלי מנגנים. און דאס איז כאטשיג אז זינגען איז נישט געווען קיין עיקר ביים אים, דער עיקר איז געווען ביי אים יראת שמים, ער איז געווען א מדקדק בקלה כבחמורה, א ערליכער איד אן קיין חכמות, אפילו אין די שווערסטע מצבים האט ער אפגעהיט יעדן מנהג".
ידידיה מאיר: א מינוט, כפארשטיי נישט, ער איז געווען א בעלזער אדער א חזון אישניק?
ר' ירמי' דמן: "מיין טאטע ע"ה איז געווען א מלחמה געליטענער וואס האט זיך געראטעוועט פון די נאצישע נעגל, זיין חסידישקייט האט אים געצויגן קיין בעלז, פון דערהיים איז ער געווען א חסיד, אבער נישט קיין בעלזער חסיד מובהק. אונז די קינדער האט ער געשיקט קיין בעלז, און ער האט אפילו געעפנט א בעלזער חדר אין שכונת התקווה, דארט האב איך געלערנט. פון די אנדערע זייט, האט אים זיין פרומקייט געצויגען צום חזון איש, דער חזון איש פלעגט אים רופען "די פרומער חסיד", ער האט געלערנט אין כולל חזון איש און מקפיד געווען אויף אלע חומרות, אין אונזער שטוב אין בני ברק האבן מיר זיך נישט באנוצט מיט קיין לעקטער (שבת), אויך נישט מיט די וואסער לייטונג, ער האט זייער מקפיד געווען דערויף, אונז פלעגן אנגרייטן אמפערס וואסער אינדערהיים, און אין ביהמ"ד האבן מיר מיטגענומען פלעשלעך וואסער, דעם סינק האבן מיר נישט אנגערירט. אבער ער האט אויך מקפיד געווען אז מען זאל נישט באמערקן זיינע הקפדות, אסאך מאל קומט פרומקייט פון רשעות, ביי אים איז דאס געקומען פון ערליכקייט, קיינער האט נישט באמערקט זיינע פרומקייטען, מהאט נישט געוויסט דערפון".
ער האט זיך מתפרנס געווען פונעם פיש געשעפט וואס ער האט געהאט אין שכונת התקוה, אלעס איז געווען אין ארדענונג ביז ער איז איין טאג געוואר געווארן אז סאיז דא א חשש תולעים אין די פיש, ער איז תיכף געפארן קיין בני ברק צו פרעגן דעם חזון איש א פסק הלכה, ווי נאר די חזון איש האט אים געפסקנט האט ער זיך געיאגט דאס מקיים צו זיין, איינע פון די קינדער דערציילן: "ער איז צוריקגעקומען פון בני ברק, סאיז געווען אינמיטן טאג ווען דאס געשעפט איז געווען פול, ער איז אריין אינעווייניג און זיך גענומען שרייען 'ארויס ארויס!', ער האט אויפגעהאנגען א גרויסען צעטל אז די געשעפט איז צוגעמאכט. די געשעפט איז געווען א שותפות צווישן אים און זיין שוואגער, די שוואגער האט זיך גענומען שרייען אויף אים, האט ער אים געזאגט 'אז די ווילסט, עפן דאס געשעפט אליין, איך גיי נישט מכשיל זיין אידן', אזוי זענען מיר געבליבן אן פרנסה".
קרובים פון אמעריקא האבן אים פרובירט צוצורעדן ער זאל מופען קיין אמעריקא, אבער ער האט אפגעזאגט בהוראת החזון איש, צום סוף האט ער געטראפן א פרנסה אן קיין חשש תולעים אדער חשש חוץ לארץ, ער איז געווארן אן איינגעשטעלטער אין א ברענטש פון ביטוח לאומי אין תל אביב.
טוישען פאך האט נישט געמינערט פון זיין צווייטע פאך - וואס איז געווען, זיין א בעל תפלה. מיט די יארן האט ער אויך צו באקומען א העלפער, "פון קינדווייז אן האב איך אלעמאל געזינגען", פארציילט ר' ירמי', "כהאב צוגעהאלפען מיין טאטע אין ביהמ"ד, צומאל האט ער מיר געלאזט זינגען אליין, כבין געווען דעמאלס בלויז אכט יאר אלט. אויך אין חדר יעדן ראש חודש האב איך געהאט חזקה צו זינגען אין לאנטשרום 'יחדשהו', סגעווארן אזא מנהג מדי חודש בחדשו, נאכדעם אין ישיבה קטנה בין איך ארויף א מדרגה... די מנהל פון מוסדות בעלז ר' מרדכי ניימאן פלעגט מיר אויפוועקן עלף אזייגער ביינאכט אין דארמיטארי ווען יעדער איז שוין געשלאפן, און האט מיך געשלעפט צום סעודת ראש חודש טיש ביים רבין, די אנדערע בחורים האבן ניטאמאל געוויסט דערפון".
היינט איז דאס שווער צו גלייבן, אבער בעלז איז קיינמאל נישט געווען א "מוזיקאלישע" חסידות, די בעלזע רביס זענען טאקע צוגעגאנגען צום עמוד דא דארט, אויפן פריערדיגען רב ר' אהרן פארציילט מען אז בשעת ער איז געווען אין קראקא געטא האט ער געוואוינט בשכנות פון אפאר באבובע חסידים און ער פלעגט זיי כסדר בעטן זיי זאלן זינגען זייערע ניגונים, אבער בעלז האט נישט געהאט קיין אייגענע ניגונים. נאך מער, אין בעלז האט מען געקוקט מיט א ביטול אויפן גאנצען ענין פון שירה ונגינה. "כוועל דיר געבן א ביישפיל", זאגט ר' ירמי', "אויב מהאט מכבד געווען איינעם צו זינגען א ניגון ביים טיש אדער ביי שלוש סעודות, האט מען אים געזאגט 'שנעל שנעל, זאג א ניגון', מהאט פשוט נישט געמאכט קיין עסק דערפון".
ידידיה מאיר: אויב אזוי וויאזוי איז נולד געווארן "מקהלת חסידי בעלז"?
ר' ירמי' דמן: "היינטיגע צייטן, האבן מיר זוכה געווען אז די רבי האט אויסגעארבעט דעם ענין פון ניגונים, ער איז אליין א בעל מנגן און א בעל תפלה, און ער האט פארלאנגט פון אונז מיר זאלן זיך אריין טאן דערין. איך געדענק פונקטליך ווען סהאט זיך אנגעהויבן, סאיז געווען אנפאנג ווינטער שנת תשל"ג, די רבי האט געפירט טיש אין ישיבה אויף רחוב אגריפס ירושלים, דעמאלס איז עס געווען די איינציגסטע ישיבה פון בעלז, דארט זעמיר אויפגעוואקסען, דארט האבן מיר געלערנט, ביז דעמאלס ווי דערמאנט האט מען כמעט נישט געזינגען שבת ביים טיש, נאר מנוחה ושמחה האט מען געזינגען, סנאך נישט געווען קיין ברייער, סנאך נישט געווען קיין קאליש, גארנישט, מהאט געזינגען א פשוטע ניגון, פלוצלינג האט די רבי אנגעהויבען פארלאנגען ניגונים, ער האט אנגעהויבן מכבד זיין מענטשן צו זינגען ניגונים, איין שבת האט ער מיר געבעטן צו זינגען 'היה עם פיפיות', צו זינגען 'היה עם פיפיות' אינמיטן טיש? דאס איז געווען א דורכברוך, א חידוש, כהאב געזינגען און יעדער האט געפרעגט 'וואס איז געשען?' סאיז געווען א איבערקערעניש".
ידידיה מאיר: און וויאזוי האט עטס אנגעהויבן ארויסגעבן די טעיפס פון ניגוני חסידי בעלז?
ר' ירמי' דמן: "פון אנפאנג האבן מיר געזינגען מאדזשיצע ניגונים, איך האב אביסל געזינגען ראפשיצע ניגונים וואס כהאב געקענט פון דערהיים. די רבי האט אבער פארלאנגט מער, ער פלעגט מיר רופן און זאגן: הייב אן פארפאסען ניגונים. האבן מיר אנגעהויבן צו פארפאסען און ער האט אונז קאמפלעמינטירט, ער האט הנאה געהאט פון אונזערע ניגונים, ער פלעגט אונז רופן מיר זאלן אים זינגען די ניגונים און ער האט אונז געשטופט עס ארויס צוגעבן, מהאט עס אנגעהויבן זינגען ביי די טישען, סהאט מיר געגעבן א גיטע הרגשה, זעט זיך אויס כהאב געהאט א זכות אריין צו פאלן קיין בעלז... און דעמאלס צום ברית פון אהרן מרדכי שנת תשל"ח, האבן מיר ארויסגעגעבן דעם ערשטן טעיפ".
ידידיה מאיר: ווען איך הער היינט, 25 יאר שפעטער, די ערשטע בעלזע טעיפס הערט זיך עס ווי די היינטיגע, די קאור און די אראנדזשירונגען פון מונה ראזענבלום געבן אזא געפיל, מסתמא דעמאלס איז עס געווען ממש נייע סארט זאך?
ר' ירמי' דמן: "וואספארא שאלה, סאיז געווען א חידוש עצום. ווען אונז האבן אנגעהויבן ארויסגעבן איז געווען נאר מאדזשיץ, חב"ד, יו"ט ערליך, און דוד ווערדיגער. און ווען אונז זענען ארויס געקומען פון די ערשטע איז עס געווען ווי א ערדציטערניש אין די חסידישע וועלט, סאיז געווען כאילו מאדערן, נישט ווי מאיז געווען צוגעוואוינט. בכלל, איז דעם רביןס שיטה ביים בויען די חסידות געווען צו טון אנדערש ווי מאיז געווען צוגעוואוינט, ער האט אלעס פורץ געווען, ער האט זיך נישט געשראקען".
ידידיה מאיר: למשל וואס?
ר' ירמי' דמן: "למשל, צו אונטערזוכען קינדער מיט שוועריגקייטען אין לימודים אין חדר, ווער האט זיך אמאל אומגעקוקט אויף די שוואכערע קינדער? היינט איז אין יעדע תלמוד תורה דא א באזונדערע קלאס פאר די קינדער, די רבי איז געווען דער ערשטער אין דעם הינזיכט. אויך למשל דאס ארויסגעבן א צייטונג ווי די "מחנה החרדי" איז געווען א נייע סארט זאך, און אריין צוברענגן אין 'בית מלכה' די זעלבע מדרגה פון למודים ווי אין 'בית יעקב' איז אויך געווען א חידוש, אמאל האט מען ביי די מיידלעך געלערנט אביסל פון די סדרה, אבסיל וויאזוי צו קאכן און נייען, אבער נישט מער, סנישט געווען קיין ערנסטע פראגראם".
ידידיה מאיר: און סדא דער ענין פון קרוב רחוקים.
ר' ירמי' דמן: "אוודאי, דאס איז נאך ביים רבין פאר אלעמען, סיי קירוב פון אינדרויסן און סיי פון אינעווייניג. די רבי גיבט זיך אפ מיט די שוואכערע, מיט נשירה (בחורים/מיידלעך וואס פאלן אוועק און ווערן כמעט פריי ל"ע), ברוך השם ביי אונז אין בעלז איז כמעט נישטא קיין נשירה, סאך ווייניגער ווי ביי אנדער פלעצער. נאך אין ישיבה קטנה איז דא ספעציעלע כיתות פאר בחורים וואס זענען נישט הונדערט פראצענט, די רבי האט אויך אנגעהויבען א פראיעקט וואס הייסט 'חיים של אושר' וואס איז געווארן א גאר ערנסטע זאך ביי אונז, פאר יעדן אינגערמאן איז דא צוגעשטעלט א מדריך וואס איז פאר אים ווי א וועגווייזער, ער זארגט זיך פאר זיין פרנסה, ער זאל האבן גיטע חברים, אז זיין ווייב זאל האבן ווי צו ארבעטן, און בעיקר ער זאל האבן שיעורי תורה, ער זאל קומען דאווענען. מזארגט זיך פאר אים, סנישט אז מגייט אים נאך, סנישט קיין פאליציי וואס שפיאנירט, מגיבט נאר אכטונג אז קיינער זאל נישט פארפאלן ווערן און חלילה צוגרונט גיין, ווייל די חסידות האט זיך זייער צווואקסען, אין ארץ ישראל אליין איז דא בערך פיר-פינעף טויזענט משפחות בליעה"ר, דאס איז אלעס א חלק פון קירוב אינעווייניג. פאר קירוב רחוקים איז דא די ארגאנאזאציע 'צוהר', און די ישיבה 'תורה ואמונה', היינט צו טאגס וואוינען דא אין ירושלים בערך הונדערט אינגעלייט בעלי תשובה, זיי זענען נישט אלע חסידי בעלז ממש, מפארלאנגט דאס נישט פון זיי, אבער צום סוף שיקן זיי אלע די קינדער קיין בעלז".
ידידיה מאיר: און דאס זינגען איז א חלק פון קירוב?
ר' ירמי' דמן: "כווייס נישט צו די רבי קוקט אויף דעם אזוי, ווען סהאט זיך אנגעהויבן האבן מיר דאך נישט געוויסט אז סוועט דערגרייכן צו אלע שיכטן פונעם ציבור, די געדאנק איז געווען צו געבן בעיקר פארן יונגען עולם א התחדשות דורך זינגען, די רבי האט געוויסט אז ספעלט שטארק אויס, ער האט אבער געוואלט סזאל זיין אריגינעל, נישט די פאלשע מוזיק. אויב סאיז דא ניגונים פונעם חצר דעמאלס זיצט מען צוזאמען, און מקען זינגען צוזאמען, ביי יעדע געלעגנהייט, יו"ט, ימים נוראים, שבת, צו יעדע זמן איז דא א ניגון, דאס איז מקרב הלבבות און מאחד".
נאך כמעט דרייסיג יאר און צענדליגע טעיפס פון בלויז בעלז, האט ר' ירמי' לעצטענס צום ערשטן מאל ארויס געגעבן א אייגענע טעיפ, "עתיקא קדישא". אויפן טעיפ גיבט ר' ירמי' אראפ מיט די הילף פון זיין משפחה די ניגונים פון זיין טאטעןס שבת טיש. די ערשטע טעיפ איז ארויס פאראיאר, די צווייטע איז ממש יעצט לעצטענס ערשינען.
"די געדאנק פון "עתיקא קדישא" ליגט שוין ביי מיר אין קאפ א לאנגע צייט", זאגט ר' ירמי', "כהאב עס געוואלט טון נאך פאר כהאב אנגעהויבן די בעלזע טעיפס, כהאב אלעמאל געטראכט דערפון, כהאב אבער פארשטאנען אז סוועט שטערן ווייל איך באלאנג צו בעלז און איך רעפרעזענטיר בעלז מיט מיין זינגען, ממילא האט גענומען א שיינע פאר יאר ביז סהאט זיך אויסגעארבעט..."
ידידיה מאיר: אין דעם ענדגילטיגן רעזולטאט איז עס נישט אזויווי די געלונגענע בעלזע טעיפס וואס (יוסף משה) כהנא גיבט ארויס די לעצטע פאר יאר...
ר' ירמי' דמן: "גערעכט, סאיז אמת, סאיז אבער בכוונה אזוי. כהאב געוואלט לאזן דעם אלטען סטייל, כהאב געוואלט סזאל האבן דעם חן פון אמאל, אזויווי סאיז געווען ביי אונז אינדערהיים, כהאב אויך געוואלט דעם געפיל פון מיין טאטען, כהאב גענומען מיינע קינדער און מיר האבן געזינגען צוזאמען, מיין זון משה האט געשפילט אויפן קיבאורד, סאיז אנגעווייקט מיט אמאליגע מתיקות, דאס איז ביי מיר די יסוד, נישט די נייע סטיילס".
==========================
כאטשיג די פשוטע פראדוקשאן און דעם אלטען סטייל, און אפשר גאר צוליב דעם, האט "עתיקא קדישא" דערגרייכט א געוואלדיגע הצלחה, "מלכתחילה, האב איך בכלל נישט געטראכט צו מאכן דערפון ריווח", פארציילט ר' ירמי', "סהאט בכלל נישט געדארפט זיין פאר די גאס, מיר האבן עס בלויז געוואלט ארויסגעבן אלץ א משפחה זאך ביי מיין זוןס חתונה, אבער ב"ה סהאט זייער מצליח געווען, פונעם ערשטן האט זיך פארקויפט טויזענטער שטיק. אבער אפילו אן דעם חלק הריווח האבן מיר געוויזן אז סדא זאכן וואס דער עולם זוכט, אונז הער מיר צוריק אויף דעם זאכן וואס מיר האבן ביי קיין שום אנדערע טעיפ נישט געהערט, מענטשן זאגן 'ב"ה מים זכים לנפש עיפה', ווען די טעיפ איז ארויסגעקומען האב איך יעדן טאג באקומען פיר פינעף טעלעפאן קאלס: 'ר' ירמי' איר ווייסט נישט וואס איר האט געטון פאר מיינע קינדער', און כהאב געטראכט צו מיר, פאר די קינדער? כהאב געמיינט אז די עלטערע אידן וועלן הנאה האבן דערפון, סשטעלט זיך אבער ארויס אז קינדער זיצן און זינגען דאס שבת ביים טיש, מענטשן ווארטן פשוט אויף עפעס אריגינעל, פארדעם טוט מיר אזוי וויי אויף די היינטיגע זינגערס וואס קומען פון חסידישע שטובער און טוישען דעם מהלך. די ווייסט וויפיל טעלעפאן קאלס כהאב באקומען ביי עתיקא קדישא פון מענטשן וואס האבן ממש געוויינט מיט טרערן, איינער האט מיר אויפגעזוכט פון אמעריקא און מיר געזאגט: 'ירמי' דמן, כדערמאן זיך אין מיין מאמע, אין מיין טאטע, כדערמאן זיך.. און ער האט געוויינט, ער האט פשוט נישט געקענט רעדן פון התרגשות".
ידידיה מאיר: כהער אז זייט די טעיפ פארקויפט מען טיקעטס צום שבת טיש ביי משפחת דמן..
ר' ירמי' דמן:(שמייכעלט)"מפארקויפט נאך נישט קיין טיקעטס... אבער ב"ה, מרופט פון ישיבות, און מקומט. סקומען ליטווישע בחורים פון אור אלחנן, פון מיר, יעדן שבת קומען בחורים, די וואך האבן פינעף בחורים גערופען, כהאב זיי געזאגט אז זיי קענען קומען אבער סוועט כמעט נישט זיין קיין פלאץ, בחורים פשוט רופען און לאדענען זיך אליין איין אויף שבת. סדא חברה וואס האבען שוין חזקה, סדא אזעלכע וואס לאזן אפילו נישט וויסן פון פאראויס".
==========================
ידידיה מאיר: די ביסט אויפגעוואקסען אויף די ניגונים פון ראפשיץ, אויף וואספארא ניגונים זענען דיינע קינדער אויפגעוואקסען? כשטעל מיר פאר אויף מיאמי קינדער קאור און שוואקי...
ר' ירמי' דמן: "ניין, און דאס איז בזכות מיין ווייב. איך גיב איר די קרעדיט פאר דעם און טוה דאס שטארק שעצן, איך האב אמאל נישט פארשטאנען וואס איז די חסרון דערפון, אבער איך זעה היינט וויאזוי די קינדער צופייערן זיך פון די אלע מאדערנע ניגונים, און איך זעה אויך ווי בעסער סאיז אויב די קינדער הערן זיך נישט צו צו די אלע זאכן. אין די לעצטע צוואנציג יאר גליטשען מיר זיך זייער שנעל, מיר באמערקן אפילו נישט, מיר האבן פארלוירן דעם שכל אין דעם גאנצען ענין, דאס איז מיין מיינונג, און איך טראכט אז דאס איז אויך די מיינונג פונעם בעלזען רבין".
ידידיה מאיר: אנטשולדיגט, אבער די ערשטע פורצי דרך אין חסידישע מוזיק מיט מאדערנע אראנדשירונגען איז געווען ר' ירמי דמן און מקהלת חסידי בעלז!
ר' ירמי' דמן: "אמת, און פארדעם איינע פון די זאכן וואס איך טוה מיט "עתיקא קדישא" איז צו פאררעכטן דעם חלק, איך שפיר מיר אביסל שולדיג אין דעם היינטיגען מצב, סדא פארשידענע זאכן וואס כוואלט נישט געטון היינט, 'כי לשם המלוכה' למשל וואלט איך אויסדרוקליך נישט געטון היינט".
ידידיה מאיר: "כי לשם המלוכה"? די ניגון ווי מונה האט צוזאםגעשמאלצן עטנישע פויקערס מיט סימפאנישע פידלעך? דאס באדערט דיך? דאס איז דאך ממש א איידעלע ניגון...
ר' ירמי' דמן: "גערעכט, דאס איז וואס מיר האבן געטראכט ווען מיר האבן עס געמאכט. אבער מזעמיר ממש געגאנגען ביזן גרעניץ, אונז וואלט מיר ווען נישט געדארפט גיין אזוי ווייט. דעמאלס צוואנציג יאר צוריק, האבן מיר אפילו נישט געשפירט, אונז האב מיר זיך גאר גרויס געהאלטן דערמיט, אבער הער דיך נאר צו צו די היינטיגע חסידישע מוזיק אראנדזשירונגען, סאיז ממש געפערליך, און דער יונגווארג האט דאס ליב און ווערט צופייערט דערפון, זיי ווילן פון דעם נאך און נאך און ווייסען נישט קיין גרעניצן. איך בין זיך מודה ומתודה, אונז האבן דעמאלס אנגעהויבן מיט 'כי לשם המלוכה' און אלע מיני ניגונים וואס איז נאך דעמאלס געווען פרעמד צו חסידישע מוזיק, נאך גיט אז די רבי האט אונז באצייטענס אפגעהאלטן".
ידידיה מאיר: די רבי האט ענק ממש אפגעהאלטען?
ר' ירמי' דמן: "יא, ער האט אונז אנגעהויבן קריטיקירן אויף יעדע זאך, ער האט מיר געזאגט: 'נעם א פידל און זינג, וואס דארפסטו די אלע אראנדזשירונגען? דער עיקר איז די ניגון, עטס מאכטס פונעם טפל אן עיקר'. כהאב געזאגט פארן רבין: 'אבער דעם עולם וויל דאס', האט מיר די רבי געזאגט: 'פרוביר אנדערש, און די וועסט זען אז סוועט גיין אזוי אויך'. די רבי איז געווען גערעכט. אין חסידישע הויפן איז דא א טייטש אויפן פסוק 'קחו מזמרת הארץ והביאו מנחה לשם', זאגט מען אז די צדיקים הערן אמאל א ניגון און זיי נעמען דאס פאר זיך, מפארציילט אויפן קאלובער רבי אז ער האט גענומען א ניגון פון עפעס א פאסטוך, אויך אין בעלז איז דא א ניגון וואס מהאט געהערט אין א קעניגליכן הויף, מדערציילט אז די רבי איז אריבער אין וויען און געהערט די קעניגליכע מוזיקאנטען שפילן דעם ניגון, אדער איז דאס גאר געווען איינע פון די חסידים וואס זענען אדורך, כווייס נישט פונקטליך, אין וויזניץ איז דא אסאך ניגונים וואס זיי האבן גענומען מזמרת הארץ, אבער צו נעמען אונזערע ניגונים און ארויף לייגען זייערע אראנדזשירונגען דערויף? דעם 'מנחה לשם' דרייט מען איבער צו 'זמרת הארץ'! אנשטאט אויפצוהייבען זייערע ניגונים נעמט מען אונזערע פסוקים און מפירט דאס אראפ צו דיוטא התחתונה, דאס איז שוין געפערליך".
ידידיה מאיר: כפארשטיי נאך אלץ נישט וואס פונקטליך באדערט דיך.
ר' ירמי' דמן: "געב א קוק, איך געפין מיר אין ישיבה, כזעה וויאזוי מהייבט אן צו זינגען די אלע ניגונים, כזעה די קערפערליכע באוועגונגען (body language) וואס ממאכט בשעתן זינגען, מזעהט גראד אז דאס איז גויאישע מעשיות, זיי זעהן דאס נישט, זיי שפירן דאס אפילו נישט. סשטייט 'כל עצמותי תאמרנה', בשעת מזינגט דארף טאקע דער גוף נתעלה ווערן, אבער נישט מיט אלע מיני תנועות מיט די הענט און די פיס, דאס זענען גויאישע תנועות, די מענטש פארפארט אינגאנצען דערפון, נאכדעם וועט ער הערן עפעס א ניגון אויף די ראדיא פון א זינגער צו א זינגערין און ער וועט אפשר מאכן די זעלבע תנועות, וואס איז די חילוק? מזעהט בחוש אז דאס פירט דעם מענטש אראפ פון די שינעס, סאיז א גרויסע שאד".
ידידיה מאיר: לאמיר רעדן מער קלאר, פון וואספארא סארט מוזיק רעדסטו?
ר' ירמי' דמן: "אויף ליפא (שמעלצר) טוט מיר דאס מערסטע וויי, לויט מיין מיינונג איז ער אפשר די בעסטע זינגער אין די וועלט פון חסידישע מוזיק, סאך בעסער פון מיר, ער האט א גרינגע חיתוך הדיבור און א געוואלד מיט טאלאנטען ממש אן א שעור, א גאונות וואס קיינער האט נישט, ער קומט פון א חסידישע שטוב, און ער וואלט ווען געקענט אויפהייבן די גאנצע חסידישע זינגעריי, סאיז א גרויסע שאד אויף אים. איך ווענד זיך צו אים פון דא בקריאה של חיבה און זאג אים צו אז אויב ער וועט זינגען גיט און נארמאל אן די אלע משוגענע מוזיק - אפילו נייע ניגונים אבער געזינגען אזויווי מזינגט ביים רבין ביים טיש - וועט ער האבן די זעלבע צאל קונים, און אפשר אפילו נאך מער. ער מיינט אז די מאדערנע וועלט דארף דאס, אבער ער דארף דאס נישט. אז מוויל הערן א גיטע זינגער קען מען הערן א גויאישען זינגער וואס זינגט בעסער פון אים".
ידידיה מאיר: אבער ליפא שמעלצר וועט דיר זאגן אז דאס איז וואס דער יונגער עולם זוכט.
ר' ירמי' דמן: "אפילו זעכצן יעריגע בחורים האבן אויך ליב אריגינעלע זאכן, שטעל דאס צו פאר זיי און זיי וועלן דאס קויפען. איך זעה דאס יעצט מיט "עתיקא קדישא", מזעהט אז סדא א געוואלדיגע דארשט ביים וועלטליכען אידישען ציבור, נישט נאר די חסידישע ציבור, מזוכט עפעס אריגינעל, עפעס גיט, אזויווי סאיז געווען אמאל. מקען זינגען ווי א חיה און מקען זינגען שיין, מקען מאכן אלע מיני קונצען און קולות אז די אויגן זאלן אנהייבן צו פינקלען, וואס גיבט דאס צו? די היינטיגע זינגערס האבן פשוט געמאכט פונעם טפל אן עיקר, זיי האבן ארויסגענומען די גאנצע קדושה פון חסידישע ניגונים און עס געמאכט ביליג, מען איז צוריק געפאלן טויזענט שטאפלען צוריקצווועגס. געב א קוק, דא ביי מיר אין דיינינג רום האב איך א טעיפ רעקארדער, איך אליין האב אויך ליב צו הערן אלעס וואס מקען נאר הערן, כהאב נישט ליב אפצופסלען יענעם, כהאב זייער ליב צו הערן מרדכי (בן דוד), ער קען זינגען שיינע זאכן, אבער די אראנדזשירונגען שטערן, אסאך מאל אויך די וועג וויאזוי מזינגט. און אין דעם הינזיכט האלט איך אז "עתיקא קדישא" איז מתקן".
ווער סוויל הערן די ריכטיגע שטימע פון ר' ירמי' במלוא הדרו ותפארתו זאל זיך נישט באגענוגען מיט טעיפס, סנישט דאס ריכטיגע, די אמתע קאנצערט שפילט זיך אפ יעדן ערב שבת אין דעם גרויסען ביהמ"ד דחסידי בעלז אין ירושלים, אויבנאן אויף מזרח דאווענט די רב, און דערנעבן ביים עמוד קעגן דעם הערליכן ארון קודש שטייט ר' ירמי'. אונטער אים שטייט די קאור, און דער ריזיגער עולם האט גורם געווען אז דער גבאי דארף טון דאס וואס מהאט אמאל פאר טויזענטער יארן צוריק געטון אינעם ביהכ"נ הגדול אין אלכסנדרי' מצרים, די גבאי שטייט אויפן בלעמער, אין זיין האנט האלט ער א שטיק לעדער, און ער קלאפט אויס דערמיט ווען דער עולם דארף הערן קדיש. ובהיכלו כולו אומר כבוד.
אין אמת'ן אריין פאסט נישט פאר דעם די ווארט קאנצערט, דאס קען אפנארן כאילו מרעדט דא פון א מוזיקאלישע פארשטעלונג, כאטשיג סאיז דארט אויך דא הארמאני פון די קאור און די געוואלדיגע שטימע פון ר' ירמי', גיבט דאס אבער נישט קיין געפיל ווי א קאנצערט, סנישט די ביהמ"ד הגדול פון ירושלים, ר' ירמי' איז נישט הערשטיק, ער איז א בעל תפילה, מהערט נישט פון אים קיין חזנישע קונצשטיק, נאר ווי איינער זינגט פארן מלך. ער שפרייט אויס דעם אלטען טלית איבערן שטריימעל, כאפט אן די עקן מיט זיינע הענט, הייבט עס אויף ארויף און שרייט הויעך "לכו נרננה לשם נריע לצור ישענו", און דער גאנצער ציבור איז מריע לצור ישענו.
ידידיה מאיר: ר' ירמי' לאמיר אייך פרעגן א שטיקל פערזענליכע פראגע, אין די מינוטען ווען איר דאווענט פארן עמוד אין ריזיגען בעלזער ביהמ"ד, וואס טראכט איר? וועלכן בעל תפילה זעט איר פאר די אויגן?
ר' ירמי' דמן: "כוועל דיר פארציילן עפעס אינטערעסאנט, סדא א באקאנטע זינגער אויף די (פרייע) גאס, נו, וויאזוי הייסט ער... ארצי, ארצי".
ידידיה מאיר: שלמה ארצי?
ר' ירמי' דמן: "יא, שלמה ארצי. פאר בערך צען יאר צוריק זעמיר געווען אין סטודיו אין רמת גן, אונז האבן דעמאלס רעקארדירט די ווארימע אידישע ניגון פון ר' יוסף משה כהנא*, א ניגון וואס פארציילט די סיפור מיט ר' ישראל סאלאנטער וואס איז נתעורר געווארן פון דעם וואס א שוסטער האט אים געזאגט "כל זמן די ליכט ברענט נאך קען מען פאררעכטן", מיטאמאל איז אריין געקומען אין סטודיו שלמה ארצי, ער האט רעקארדירט אין דערנעבנדיגן צימער און האט זיך צוגעהערט צום ניגון און האט זיך צופייערט, סאיז אים ממש געקומען טרערן, ער האט זיך אנגערופען צו זיינע שפילערס: "דאס אמתע לעבן געפינט זיך דארט, אונז לעבן אין מיסט, עטס ווייסט וואס איך זעה ווען איך זינג? כגיי אריין אין אמפיטיאטער אין קיסריה וואס איז פול מיט טויזענטער מענטשן וואס זענען געקומען מיר זען, און פלוצלינג זעה איך אין מחשבה ווייט אוועק אויפן דריטען באלקאני, מיין זיידע, מיט בארד און פיאות, דאס איז וואס איך זעה ווען איך זינג". נו, אויף דעם אופן קען איך דיר אויך זאגן, אז ביי מיר קומט אלעס פון דערהיים, פון מיין טאטען, כהאב דאס פון אים געירשנט".
ידידיה מאיר: כקען גיט א ליטווישער קאמפאזירער** וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין קול און זיין טאלאנט מעורר צו זיין מענטשן, ער גייט טאקע ארום זינגען צו קראנקע אדער צובראכענע אידן, אבער פאר געזונטע מענטשן וויל ער בשום אופן נישט זינגען, ער זאגט אז פאר אים איז דאס בזיונות, וויאזוי באגייט מען זיך אין א חסידישען הויף צו א בעל מנגן? איז ער ווי א רב אדער ווי א שוסטער?
ר' ירמי' דמן: "גיב א קוק, ביי אונז איז דאס א ערנסטע זאך, ווייל די רבי באציט זיך דערצו ערנסטערהייט, סאיז קלאר אז סאיז חשובע זאך, ביי אונז איז אויך דא דער ענין אז סזינגען נישט סתם אבי ווער נאר ערנסטע מענטשן, סאיז א כבוד. אין בעלז ליגט נישט נגינה ביי קינדער אין די הענט אדער ביי סתם זינגערס, הרב קאליש, הרב ברייער און איך זעלבסט, מזעמיר אלע עוסק אין נגינה, אונז זעמיר אלע אויך עוסק אין חינוך".
ידידיה מאיר: די ביסט משגיח אין ישיבת בעלז אין טעלזסטון, טוסטו צוזאםשמעלצן אין דיין עבודת החינוך אויך דער ענין פון נגינה?
ר' ירמי' דמן: "אוודאי, כהאלט אז נגינה איז א וואונדערליכע כלי משפיע צו זיין דערמיט אויפען יונגען דור, כגעב שמועסן כאטשיג איין מאל א וואך, בעיקר מוסר, און פארן שמועס זינגען מיר, אסאך מאל לערן איך זיי אויס א נייעם ניגון, צומאל זינגען מיר א ניגון וואס האט א שייכות צום תוכן פונעם שמועס, בפרט שבת, שבת איז איינס פון די זאכן וואס איז אונז מקשר, מקען זיצן ביי די סעודה דריי פיר שעה צוזאמען און זיך אנווארעמען, זינגען, טאנצען, און שמועסן. דאס איז מקרב הלבבות, זיי געדענקן דאס יארן שפעטער, לאנג נאכדעם וואס זיי פארלאזן די ישיבה".
פאלגענד זענען די חזקות צום ברעטל וואס ר' ירמי' האט אין ביהמ"ד בעלז ביים רבין: קבלת שבת יעדע וואך, שחרית שביעי של פסח, שחרית שמחת תורה, און שחרית שבועות. וואס טוט זיך אבער ימים נוראים? וועלכע תפילה מיינט איר דאווענט דער וועלט בארימטער בעל מנגן ראש השנה יום כיפור? פסוקי דזמרא.
ידידיה מאיר: פסוקי דזמרא?
ר' ירמי' דמן: "יא. שחרית ימים נוראים איז דא א בעל תפילה שוין דרייסיג יאר, ר' דוד מאיר ווייס, א איד א צדיק א ירא שמים וואס איז שוין עטליכע זיבעציג. מעריב, מוסף און נעילה דאווענט די רבי, נישט קיין שום בעל תפילה. מדערציילט אין בעלז אויפן גבאי פון פריערדיגען בעלזער רב ר' אהרן אז ער איז אריין צו אים ראש השנה און געזאגט: "רבי, די בעלי תפילה זענען שוין גרייט אריין צו קומען", האט די רבי געזאגט: "בעלי תפילה?! זיי זענען נישט קיין בעלי תפילה, זיי דאווענען בלויז, איך בין בעל תפילה, איך בין בעל הבית". אין אנדערע ווערטער, אונז ווייסן אז די רבי איז אחראי אויף די תפילות, אונז פארלאז מיר זיך נישט אויף אונז אליין, מפארלאזט זיך נאר אויפן רביןס תפילות".
ידידיה מאיר: אבער נאך די אלע מעשיות, איז נישט פסוקי דזמרא צו ווייניג?
ר' ירמי' דמן: "צו ווייניג? סאיז א מוראדיגער ענין, קודם כל נעמט דאס בערך א שעה, סדא א ריזען עולם, פינעף טויזענט אידן, גאנץ אויבען אויף די אויבערשטע גאלעריע זיצן די קינדער, ווען מזינגט 'אדון עולם' אנהייב דאווענען הערט זיך דאס ווי דאס געזאנג פון מלאכים, בטרם כל יציר נברא..., מיר טוט דאס ממש אפשרעקן, סאיז מיר שווער צו דאווענען, סאיז דאך דא א הלכה דערביי וויאזוי סדארף אויסקוקן דער בעל תפילה אין די ימים נוראים, מדארף יעדן מוציא זיין, סאיז אן אחריותדיגער תפקיד און סגיבט א געפיל פון שרעק".
סאיז אבער דא איין זאך וואס בארואיגט ר' ירמי', "אפאר מינוט פאר מהייבט אן דאווענען, גייען אלע בעלי תפילה אריין צום רבין ביי אים אין שטוב, מיר האבן אלע אן די ווייסע קיטלען, אונז גייען אריין און מגעזעגענט זיך דערמאנענדיג אונזער נאמען פארן רבין, און די רבי איז אויך מזכיר זיין נאמען, איך זאג 'ירמיה חיים בן לאה רחל' און אזוי אויך די אנדערע, און די רבי זאגט 'יששכר דוב בן מרים'. דערנאך בעט ער אין אידיש: "יהי רצון מלפני אבינו שבשמים, אז מיינע תפילות און ענקערע און כלל ישראלס תפילות זאלן נתקבל ווערן". נאכדעם נעמט ער זיין מחזור און מיר גייען צוזאמען ארויס דורך א ספעציעלע דורכגאנג גראד אין בית המדרש אריין ווי די אויגען פונעם גאנצען ציבור איז געוואנדען צו אונז, מקען ממש שפירן ווי יעדער פארלאזט זיך אויף דיינע תפילות, פאר מיר איז דאס די מערסטע שרעקעדיגע אבער אויך דער גרעסטער חיזוק מאמענט פונעם יאר".
הערות:
*די ניגון איז געווען אויפן טעיפ לחיים אידן
**גאנץ זיכער מיינט ער ר' הלל פלאי וואס ידידיה מאיר איז זיין אגענט
תוקן על ידי - זיידיאנטשי - 11/10/2004 7:14:39
 |
|
|