עס קומט יעצט די שרעקעדיגע נייעס פון קרית יואל, אז אן אינגערמאן, א באס דרייווער פון די תלמוד תורה אין קרית יואל, איז נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי.
דער אינגערמאן נאווי איז באוואוסט געווען אלס א טייערער נשמה, ער האט נישט געטשעפעט קיין פליג. ער האט דורכגעפירט זיין ארבעט מיט אזא איבערגעגעבנקייט, ער איז געווען אזוי געטריי צו די קינדער, אז מאמעס האבן פשוט באוואונדערט פון וואו ס'קומט אזא פיינקייט צו א מענטש.
אידן, ס'איז נישט קיין שום צופאל אז דאס האט פאסירט צוויי טעג נאך שמח"ת. מיר דארפן אלע תשובה טאן אויף דאס וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם יום טוב.
ר' אליעזר מאיר איז געווען א איד וואס האט רעספעקטירט אן אנדערן איד. ער האט נישט ארויסגערעדט קיין שלעכטע ווארט קעגן ר' אהרן אדער קעגן ר' זלמן לייב. זיין פריצייטיגע פטירה דארף שיקן א מעסעדזש פאר יעדן סאטמארער איד.
די לוי' וועט פארקומען ניין אזייגער אין פראנט פון גרויסן בית המדרש אין קרית יואל.
אידן לערנט א פרק משניות און צינדט אן א ליכטל פאר די נשמה פון אליעזר מאיר ע"ה ב"ר מרדכי.
תוקן על ידי - ziskeit - 12/10/2004 15:45:08
נשלח ב-12/10/2004 15:40
"די שרייבסט "אז מאמעס האבן פשוט באוואונדערט פון וואו ס'קומט אזא פיינקייט צו א איד".
אתמהה, אידן זענען נישט פיין?
ווער יא?
קרי? בוש? קלינטון? משה גבאי? בן לאנדן? נאסראללה?
עקלער מיר ווייל איך בין א גרויסע תמים.
נשלח ב-12/10/2004 15:51
ד' ירחם.
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצורתינו די.
ובלע המוות לנצח ומחה ד'דמעה מעל כל פנים.
נשלח ב-12/10/2004 15:58
SOROITY
א 'טאטע שיק מיר הויזען' מעשה
די האסט געלייענט די שורה אזוי
"...פון וואו ס'קומט אזא פיינקייט צו א איד"
איך האב געלייענט אזוי
"...פון וואו ס'קומט אזא פיינקייט צו א איד"
KAPISH??
נשלח ב-12/10/2004 17:03
ער שרייבט צו א "מענטש" נישט צו קיין איד
נשלח ב-12/10/2004 18:25
How old was he?
נשלח ב-12/10/2004 18:54
יוחי, א גרויסן דאנק.
נייטעראל, איך האב געטוישט פון "איד" צו "מענטש" צוליב תמימי לב.
משפיע, ער איז געווען ערגעץ אין די דרייסיגער יארן. ער האט שוין געהאט בחורים אינדערהיים.
תוקן על ידי - ziskeit - 12/10/2004 18:55:08
נשלח ב-13/10/2004 00:06
וויפיל קינדער האט ער נעבעך איבערגעלזאט?
נשלח ב-13/10/2004 00:32
7
3 בחורים, דער עלטצטער איז בערך 17, 2 אינגלעך, און 2 פיצלעך מיידלעך, 3 יאר און 9 חדשים.
כאב געהערט אז איינע פון די מספידים האבן מעורר געווען וועגן די "שנאת חנם" וואס עס ברענט אין סאטמאר. ער האט געזאגט, די ביהמ"ק איז נישט חרוב געווארן וועגן "קאמפיוטערס" אין "אינטערנעט" נאר וועגן "שנאת חנם"
נשלח ב-13/10/2004 01:06
זיסקייט האסט נישט געדארפט טוישען ווייל אפילו לויט אונזער תורה ביסטו גערעכט געוועהן לכתחילה.
רשב"א יבמות קיד.
"... אלא מפני שטבען של ישראל נח יותר משום דרגילי במצות והם רחמנים וביישנים בטבע אף חלבן מגדל טבע כיוצא בהן וזה שאמרו במשה שלא רצה לינק מחלב הנכרית כמו שהוא באגדה, ". {אעפ"י שמותר לכתחילה) עיי"ש
יא מיר גלויבען אז מצות אין מעשים טובים ברענגען אריין אין אונזער הארץ א גוטסקייט
נאר זיין גאנצע טענה איז געוועהן שלא לענין פה.
נשלח ב-13/10/2004 15:02
Is this any relation to Reb Yitzchok Noe the Sofer
נשלח ב-13/10/2004 16:46
א פחד א שרעק !!!!!
און SOROITY איך וואונדער זיך די פרעגסט אזעלכע נארישע זאכן בשעת ווען א יעדער קלאגט.