מלחמת חרמה קעגן סעולפאונס - אין א"י
שוין א שטיק צייט וואס אין א"י גייט פאר א מערכה קעגן סעולפאונס, אין גור האט מען לעצטע יאר געאסערט סעולפאונס פאר יונגעלייט, א יונגערמאן וואס האט דארט א סעולפאן באקומט נישט קיין געהאלט פון כולל, הונדערטער יונגעלייט האבן אוועק געווארפן זייערע סעולפאונס
רב וואזנער האט לעצטענס ארויס געגעבן א פסק אז א סעולפאון האט א דין "רודף", און די וואך איז ארויס געקומען א ריזיגען איסור אין א"י וואס אסערט אלע היימישע צייטונגען צו לאזן די סעולפאון קאמפאניס צו עדווערטייזן ביי זיי, ווער סהאט דעם איסור זאל עס ביטע ארויף פעיסטען
די עיקר איז וועגן מקען דארט עפעס צוקומען צו רופן אומאיידעלע פלעצער, מיין שאלה איז וואס איז אנדערש א סעולפאון ווי א געהעריגע טעלעפאן אין דעם ענין, און וואס גייט פאר דא אין אמעריקא, דא איז די מערכה בכלל נישט ערנסט
ווער סוויל מיר דא נישט ענטפערן קען מיך רופן אויפן סעלפאן..
|
|